איך זיך א קאנטרי!

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מאי 07, 2010 12:23 pm

צייטי, האסטו שוין געטראפן עפעס אדער יא?

איך האב עפעס געטראפן, נישט פאר דיר, נאר פון דיר, א הערליכע אלטע צייטישע ארטיקל, א דיינעם שאנק.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש מאי 29, 2010 11:52 pm

איך\זי זוכ\ט דרינגענד א קאנטרי אויף די ערשטע העלפט זומער, 2 בעדרומדיג, פרישע באנגעלוי מוז נישט זיין ניי- אבער נישט אלט פארשימעלט, דעי קעמפ מיט חדר אויפן ארט אדער גאר נאנט, נישט צו טייער וכו' וכו' נאך מעלות.

פארבינדט זיך אין אישי\ת..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג מאי 30, 2010 10:35 am

שוועמל, האסט דיך נאכגעפרעגט אויף די דושינסקי באנגעלויס וואס קול מבשר האט עדווערטייזד? זיי דארפן צו זיין זייער ביליג און נאך דערצו מיט עסן.
הנותן לשכוי בינה...

bobke
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

תגובהדורך bobke » זונטאג מאי 30, 2010 10:38 am

וואס מיינט ביליג?

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג מאי 30, 2010 10:51 am

איך גגדענק שוין נישט פונקטליך, עפעס אין געגנט פון זעקס - זיבן הונדערט דאללער א וואך (ווענט זיך צו א 1 בעדרום אדער א 2 בעדרום)
דא איז זייער נאמבער 718-302-5840
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך יוני 01, 2011 9:04 am

היינט דערמאנט פונעם ארטיקל. ווידער געשמייכלט און געקלערט מזכה צו זיין נאך אידן.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מארטש 28, 2012 11:25 pm

שמערי בערי האט געשריבן:פון מיינע ערשטע פלענער ביים געווינען א לאטארי:

אפקויפן א פארקלאוזטע קאנטרי, און מאכן א ספעציעלע קאנטרי מיט'ן נאמען די "קרעטשמע", פונקט ווי "די דערפל"... און פארקויפן פאר אלע חברי הקרעטשמע באנגעלוי'ס פאר בייליג...

וואס עפעס "בייליג"? איך האב גראדע מער ליב "טערקי פאסטראמי!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 12:04 am

איך האב אויך אזוי געטראכט אבער נאכדעם טראכט איך צו מיר העי שמערי דער ראשהאקאהאל גייט טיילען באנגעלויס (צו גאר פונגעלויס? כבין נישט זיכער) פאר א שטיקעל בייליג עלעך נישט גיין נעמען? לכתחילה האלסט נישט עס איז א גיטע דיעל? איך וואלט גענומען אפילו צוויי אז ביסט דארט אין געגנט מאך מיר שיעף צוויי באנגעלויס אממ בענקלעך.

אפשר ביי באנגעלויס איז די סדר פון כאפען אנדערש ווייל זיי קומען דאך לכתחילה שיעף איי דאננא אפשר איז די סימן גאר זיי צו מאכען גלייך? פרעג דארט איינע פון די שוויצערס אוקעי?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 12:57 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:איך האב אויך אזוי געטראכט אבער נאכדעם טראכט איך צו מיר העי שמערי דער ראשהאקאהאל גייט טיילען באנגעלויס (צו גאר פונגעלויס? כבין נישט זיכער) פאר א שטיקעל בייליג עלעך נישט גיין נעמען? לכתחילה האלסט נישט עס איז א גיטע דיעל? איך וואלט גענומען אפילו צוויי אז ביסט דארט אין געגנט מאך מיר שיעף צוויי באנגעלויס אממ בענקלעך.

אפשר ביי באנגעלויס איז די סדר פון כאפען אנדערש ווייל זיי קומען דאך לכתחילה שיעף איי דאננא אפשר איז די סימן גאר זיי צו מאכען גלייך? פרעג דארט איינע פון די שוויצערס אוקעי?

חחח, פיין געשמייכעלט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 4:16 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שמערי בערי האט געשריבן:פון מיינע ערשטע פלענער ביים געווינען א לאטארי:

אפקויפן א פארקלאוזטע קאנטרי, און מאכן א ספעציעלע קאנטרי מיט'ן נאמען די "קרעטשמע", פונקט ווי "די דערפל"... און פארקויפן פאר אלע חברי הקרעטשמע באנגעלוי'ס פאר בייליג...

וואס עפעס "בייליג"? איך האב גראדע מער ליב "טערקי פאסטראמי!

די בייליג גייט פאר אים, ער געט דיר א באנגעלאו, פארשטאנתא?

אז דו ווילסט שטארק, גיב דו אים א באנגעלאו, און ער וועט דיר געבן דערפאר טערקי פאסטראמי.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 4:22 pm

דזשעב 012 האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שמערי בערי האט געשריבן:פון מיינע ערשטע פלענער ביים געווינען א לאטארי:

אפקויפן א פארקלאוזטע קאנטרי, און מאכן א ספעציעלע קאנטרי מיט'ן נאמען די "קרעטשמע", פונקט ווי "די דערפל"... און פארקויפן פאר אלע חברי הקרעטשמע באנגעלוי'ס פאר בייליג...

וואס עפעס "בייליג"? איך האב גראדע מער ליב "טערקי פאסטראמי!

די בייליג גייט פאר אים, ער געט דיר א באנגעלאו, פארשטאנתא?

אז דו ווילסט שטארק, גיב דו אים א באנגעלאו, און ער וועט דיר געבן דערפאר טערקי פאסטראמי.

טאקע וועגן דעם וויל איך אים געבן "טערקי פאסטראמי", דאס האב איך מער ליעב, און ס'קומט אים עפעס גאר גיט פארן מיר גיבן א באנגעלאוי! (חוץ בייליג איבערגעצויגען מיט קארן פלעקס, דאס איז שוין עפעס ספעשעל)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 4:32 pm

מ'מאלט שוין וואסער פאר די ערב פסח מצות?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 5:25 pm

מאני; אן אויספלאץ...

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג מאי 17, 2012 2:46 pm

נא?? וואס טוצעך מיט א קאנטרי?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

תגובהדורך פלאטשיגער » דאנארשטאג מאי 17, 2012 4:08 pm

איים ווערי לעיט אין די געים, וואס זאללעך טאן כ'בין נישט פון די קביעות'דיגע קרעטשמע זיצערס, כ'פאל נאר אריין דא פון צייט צו צייט, כ'בין יצט אנגעקומען דא אדאנק דאס אקטעוועזירונג דורך שנאפס, אבער אויף צו זאגן שכח איז קיינמאל צו שפעט... שכח צייטליך, באמת א שיינע ארטיקל מיט אלע פיטשיווקעס...

אזוי ליינענדיג פון קאנטרי דערמאן איך מיר אז פאראיאר נאכן זוממער האבבעך געטראפן א היימישע איד פון אונזער קרייז נישט מער און נישט ווייניגער אין א "Pet Shop" ער שטייט דארט ביים דעסק און ער באשטעלט א קאנטעינער פון 365 מאסקיטאוס, 248 באטטער פליי'ס, מיט ארום 36 מייז, פליגען און בינען צום טעם, שטייענדיג אזוי צוטומלט מיט אפענע מויל נאז אויגן און אויערען גיב איך אים א פרעג: ר' איד! וואס גייט דא פאר?! זאגט ער מיר זייער פשוט ער שלעפט ארויס דעם גע'חתמ'טען שטר פון אלע צדדים אז ווען דער זוממער גייט פארריבער מוז ער צוריקגעבן די באנגעלאו ממש אזוי אויף די האר ווי ווען ער האט דאס באקומען....

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » דאנארשטאג מאי 17, 2012 4:27 pm

פלאטשיגער; פלוץ פלצתי

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג מארטש 11, 2013 7:52 pm

רבותי, איך זוך באמת א קאנטרי (נישט איך, א צווייטער...), איינער ווייסט וואו מען קען טרעפן אזאנס?

איך בין אבער א גרויסער מפונק, איך דארף א קאנטרי וואס זאל זיין צוגעשטעלט מיט אלעם וואס א איד דארף האבן:

א ביהמ"ד (מנינים יעדע פופצן מינוט, נישט נעבן מיין באנגעלוי)

מקוה (צוויי בורות, א הייסע און ווארימע)

גראסערי (זאל האבן אלעס וואס מען דארף, ביליגער ווי וואלמארט, אז מען רעדט שוין פון די גראסערי וויל איך שוין בעטן די גראסערי לייט אז זיי זאלן זיכער מאכן די פריזער פון מהדרין טראק ארבעט גוט, פאראיאר איז די 3-קאלער מילכיגע אייז קרעם געווען אויסגעמישט אלע קאלירן, איך וויל עס זאל זיין אזויווי דא אין שטאט)

פארמאסי (זאל האבן טיילענאול די צווייטע וואך פון זומער, נישט עס זאל אנקומען די ניינטע וואך)

וואלמארט וואלקינג דיסטענס (אויב די גראסערי איז טייערער מיט איין זאך)

ביימער (מיט ברייטע בלעטער)

גראז (נישט מאראסט)

בייקס פאר די קינדער און די ליגעדיגע בעטלעך אויף וואס מען רוט זיך אפ שבת נאכן טשולנט (מען זאל נישט דארפן שלעפן פון שטאט)

סווימינג פול (נישט מיט צוקראצטע פעינט, און עס זאל זיין גענוג טיף אז א 6.5 פיסיגער זאל קענען דייוון)

א הויכער בארג (אז ווען מען שיקט ארויף די קינדער אראפצופארן מיט די בייק זאל עס נעמען מינימום א האלבע שעה)

א רואיגע ראוד אין די זייט פון די קאנטרי, נישט קיין ביזי ראוד

א חדר און סקול (פארשטייט זיך די מלמדים/טיטשערס זאלן געהערן צו די זעלבע חסידות ווי איך..)

א גרויסע גליטשער (פאר מוצאי שבת ווען די קינדער שלאפן שוין)

אין געגענט (מען זאל נישט דארפן פארן ווייט צו די קעמפס וויזיטן)

די באנגעלוי דאך זאל זיין פארמאכט (אז די ניין טעג זאל מען נישט ווערן באוואשן בטעות)

א סקרינד פארטש (אזוי וועל איך מיך שפארן א פליגער כאפער)

כשרע קאך מיט צוויי סינקס (אז די געשיר זאלן האבן גענוג פלאץ צו ווארטן א גאנצע וואך איך זאל זיי אפוואשן)

געהעריגע בעטן און מאטראצן (נישט די איבערגעבליבענע פון אינגל קעמפ)

גלאזערנע פענסטער (נישט קיין האלצערנע, מען מוז דאס קענען עפענען)

א בוילער וואס זאל ארבעטן פרייטיג ביזן זמן

די באנגעלוי זאל נישט זיין אינמיטן די קאנטרי (איך וויל נישט די רינג זאל זיין נעבן מיין באנגעלוי)

ועל כולם: די פרייז זאל זיין ווייניגער ווי 4 אלפים, שכר לימוד אריינגערעכענט (דריי אלפים איז אויך גוט, און צוויי אלפים איז נאך בעסער, קו"ח אז איין אלפ'ל איז סאך בעסער, קו"ח בן בנו.. אז פאר אומזיסט בין איך אויך גרייט עס צו נעמען)

איינער קען דאס צושטעלן? ביטע קאנטאקטן אין אישי
kraitchmah עט גימעיל

פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2013 12:19 pm

תגובהדורך פריי זיך » מאנטאג מארטש 11, 2013 7:55 pm

א שיינעם חלום האב איך געזען...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מארטש 11, 2013 9:21 pm

אמר רבא: תדע: דלא מחוו ליה לאינש לא דקלא דדהבא, ולא פילא דעייל בקופא דמחטא!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3123
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג מארטש 12, 2013 10:10 am

ר' משה ראזענפעלד דומ"ץ ביהמ"ד ברך משה סקילמאן האט פרשת כי תשא ביי של"ס תורה גערעדט פון דעם ענין (ר' הירצקא צוויבל רב הביהמ"ד איז געווען און ליזענסק) ער האט געזאגט אז יעצט צווישן פורים אין פסח רעדט מען אינדעהיים פון קאנטרי יא צו גיין צו נישט, פאר ער האט אנגעהויבן האט ער געזאגט אז ער מיינט נישט די כולל יונגעלייט (וואס האבן איינער וואס צאלט זיי די קאנטרי) אדער כלי קודש וואס זענען און קאנטרי א גאנצע וואך, ער האט ארויס געברענגט די פראבלעמען וואס יעדער איינער פארשטייט אליין וואס מיינט זיין אליין א גאנצע וואך, אין די פרויען וואס ווילן זייער שטארק גיין איז נאר ווייל מען מיז אין ווייל יעדער גייט אין געווענטליך נאך צוויי דריי וואכן ווערן זיי שוין צופלאצט פון זיך פלאגן אליין מיט די קינדער דער טאטע קומט ארויס פרייטיג א אויסגעמוטשטער, נאכדעם האט ער ארום גערעדט פון די געלט חלק (וואס איך האלט ער איז זייער גערעכט קען זיין מען רעדט שוין דערפון דא ערגעץ) ער זאגט א עווריטש זומער קאסט אפ פאר א מענטש צווישן 7 אין 10 טויזנט ווי גארנישט ס'איז דא אפילו וואס מער אויך, ער זאגט אז ווען מען נעמט א באנגעלוי און א קאנטרי מיט אלע צוגעהערן פאר א וואך צוויי אין מען צאלט 1500$ אדער 2000$ (אביסל ארויף אדער אראפ)גארנישט מיט ברענגען פונדערהיים נאר וועש, די איבריגע געלט קענען מען אוועק לייגן צו חתונה מאכן די קינדער, ער זאגט יעדער איינער וואס האט א דזשאב קען נארמאלערהייט נעמען א וואך צוויי וויקעישאן, אין מען זיצט דארט די גאנצע צייט מען פארברענגט מיט די משפחה מען לערנט אליין מיט די קינדער מען שפילט מיט די קינדער ס'איז נישט קיין שום עוולה צו שפילן מיט קינדער די קינדער וועלן עס אייביג געדענקן אז זיין טאטע האט זיך געשפילט מיט אים,
דאס האט ער נישט געזאגט הויך אבער ס'איז א באקאנטע זאך אז ער אליין פארט יעדן זומער אוועק מיט זיין גאנצע משפחה פאר צוויי וואכן,
ער האט גערעדט סאך לענגער איך געדענק שוין נישט אלעס
נאך מעריב בין איך צוגעגאנגן צו אים זאגט ער אז די בעלי בתים פון די קאנטרי'ס (ער האט גערעדט פון איחוד) זאגן אז קיינער פארלאנגט עס נישט, זיי אליין זאגן אז זיי קענען מאכן אזוי סאך מער געלט, אז מען וועט עס פארלאנגען וועלן עס אלע קאנטרי'ס טוהן,
אויב נאך איינער איז דארט געווען קען מיך ארויסהעלפן,

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מארטש 12, 2013 11:32 am

איך בין נישט דארט געווען, אבער איך מוז אים גראטולירן פאר די אפענע און גערעכטע רייד, און דיר יאנקל פאדראטשיק פארן פארצייכענען און פובליצירן.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » פרייטאג אפריל 24, 2015 12:36 am

איך זיך א פריוואטע הויז אין די קאנטרי ווי לוינט זיך צי קויפן אין וולעכע געגנט איז ביליגער?

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג מאי 07, 2018 11:33 pm

ווען הייבט מען אן קאנטרי די יאר?
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1646
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג מאי 07, 2018 11:37 pm

ה' חקת / א' בלק
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

תגובהדורך הורוויץ » מאנטאג מאי 14, 2018 6:03 pm

א שאד צו זוכען... א יוד האט מיר יעצט פארציילט אז ער איז אובד עצות - ער האט שוין געסיינט קאנטראקט א שיינע פאר וואכן און דער משכיר האט שוין אפילו איינגעקעשט זיין איינגאבע טשעק, אויף אמאל קאלט אים דער משכיר אן אז ער ציהט צוריק און גיבט אים צוריק זיין געלט ווייל ער האט עפעס א טעם כמוס...


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט