בקשו רחמים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג נובעמבער 19, 2017 1:30 pm

נודה לך האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:דבורה פרומט בת חנה לרפו"ש בתושח"י.
א חשוב'ע יונגע היימישע פרוי א מאמע פון איין קינד וואס ווארט שוין קרוב צו פיר יאר אויף א נייע לינגען און ב"ה נעכטן איז געפינען געווארן א פאסיגע, דערווייל האט זי זיך נאכנישט אויפגעוועקט פון די אפעראציע און סי' ניאכנישט געלונגען.
ביטע רייסט איין רחמי שמים מרובים.


עפעס גוטע נייעס שוין דא?

צוגעלייגט א נאמען

אלטע דבורה פרומט בת חנה לרפו"ש

ב"ה די אפעראציע איז דורך, דערווייל בלייבט מען נאך אין שפיטאל, זיכער צו מאכן, אז די אפעראציע איז טאקע געלונגען, (דארף נאך אסאך רחמי שמים).
כשמ"ו כן הוא

באבל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 4:18 pm

תגובהדורך באבל » זונטאג נובעמבער 19, 2017 4:15 pm

פעלעד האט געשריבן:אין די ארץ ישראלדי'גע האטליין האט מען יעצט געלאסט וויסן אז די נעקסטע פאר שעה זענען זייער וויכטיגע שעות צו זען אויב מען קען ממשיך זיין אן די רעספערייטער אדער מ'דארף ח"ו צוריק לייגען.


וואס איז די נאמבער פון די ארץ-ישראל'דיגע האטליין?

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1342
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג נובעמבער 19, 2017 4:27 pm

0723907290

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » זונטאג נובעמבער 19, 2017 4:47 pm

Bh, respirator off since morning. & was fully removed by noon, Rebbe davened clearly. Sodium level going down on satisfactory level. If things can maintain
then there can be talk of going into reg room. Keep on davening!

באקומען פון בן הרב בנימין זאב פליישער דומ"ץ וויזניץ בארא פארק וואס ער האט עס באקומען די ריפארט פון זיין טאטע בשם א גבאי איך האף (און איך גלייב) אז די מקור איז גוט
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
וועלוועל קליינער
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2016 6:27 pm

תגובהדורך וועלוועל קליינער » זונטאג נובעמבער 19, 2017 7:38 pm

ב"ה יעצט פארגעקומען א 'קישור החיתון' אין שפיטאל ביים רבין שליט"א.
החתן בן הר"ר מנחם שלמה האגער שליט"א בן הרה"צ רבי דוד שליט"א רב דק' וויזניץ לאנדאן (בן האדמו"ר שליט"א חתן אדמו"ר מקאליב שליט"א לרפו"ש) וחתן הרה"צ משאץ וומב"ג שליט"א.
עבג הכלה בת הר"ר וועלוויל פיש שליט"א (בן הרה"צ מביקסאד שליט"א חתן אדמו"ר שליט"א) וחתן הרה"צ רבי אברהם דוב שליט"א חדב"ן האדמו"ר שליט"א.
דער רבי שליט"א אלס עלטער זיידע דריי מאל האט מיטגעהאלטן די לחיים אין שפיטאל.
יעצט גייט זיין די קישור החיתון ביים קאליב'ער זיידן שליט"א לרפו"ש אין וומב"ג.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2332
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג נובעמבער 19, 2017 7:57 pm

וועלוועל קליינער האט געשריבן:ב"ה יעצט פארגעקומען א 'קישור החיתון' אין שפיטאל ביים רבין שליט"א.
החתן בן הר"ר מנחם שלמה האגער שליט"א בן הרה"צ רבי דוד שליט"א רב דק' וויזניץ לאנדאן (בן האדמו"ר שליט"א חתן אדמו"ר מקאליב שליט"א לרפו"ש) וחתן הרה"צ משאץ וומב"ג שליט"א.
עבג הכלה בת הר"ר וועלוויל פיש שליט"א (בן הרה"צ מביקסאד שליט"א חתן אדמו"ר שליט"א) וחתן הרה"צ רבי אברהם דוב שליט"א חדב"ן האדמו"ר שליט"א.
דער רבי שליט"א אלס עלטער זיידע דריי מאל האט מיטגעהאלטן די לחיים אין שפיטאל.
יעצט גייט זיין די קישור החיתון ביים קאליב'ער זיידן שליט"א לרפו"ש אין וומב"ג.



הכלה היא בת מנחם שלמה
החתן הוא בן וועלוועל פיש
וועלוויל פיש הוא חתן הרב יהוסיף בנציון רט״ב ולא אצל רא״ד טווערסקי

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 12:42 am

shimon7323 האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:
תענית חלום האט געשריבן:בערך 3:00 האט זיך די רבי גענומען היסן זייער שטארק, און מען האט געטראפן עפעס פארשטאפט ביי די לינגען. כדי דאס ארויסצונעמען האט מען באהאפטן א רעספארעיטאר (דר. גאלדמאן - וואס איז נישט געווען דארט בשעת מעשה - האט געזאגט אז ער וואלט עס געטוהן אן א רעספארעיטאר)

נאכן אויפשטאפן, איינמאל מען איז שוין אויף א רעספארעיטאר דארף מען זיכער מאכן אז די לינגען ארבעטן אליינס, וואס דאס איז וואס מען האלט אינמיטן טוהן.

די רעספארעיטאר איז געווען אויף 50 און מען האט שוין אראפגעריקט ביז 16, מען האט געוואלט גיין ביז 10 אבער עס האט נישט געקלאפט. וויל מען יעצט במשך די נאכט אראפ גיין צוביסליך.

מקור: גבאי



כל כולו שטותים והבלים (מקור: גבאי)

וועלכע גבאי?


כלל גדול נקוט בידך
דער וואס זאגט ווייסט נישט און דער וואס ווייסט זאגט נישט

ביי די וועי: איך האב קאנפירמט מיין מעשה וואס איך האב געשריבן נעכטן מיט א פארימעדיק פון מאנסי וואס ווער עס ווייסט ווייסט אז ער ווייסט וואס טוהט זיך דארט, ער איז בקשר מיט חיים מאיר ברפ״ש די גאנצע צייט.

איך ווייס נישט פון ווי די באקומסט דיין נייעס, אבער יאג דיך נישט אפצופרעגן יענעם.

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 9:34 am

Hard night. Abt 3.30 Rebbe was detected having a hard time breathing, numbers started dropping like shabbos, initialy they intended to connect again to respirator, but bh they were able to clear lungs without that. Rebbe now breathing well on his own, numbers ok, but big concern abt this reoccurance, drs conferring, we need to daven!
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

משגיח תמידי
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 2:45 pm

תגובהדורך משגיח תמידי » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 11:36 am

מרעדט ערענסט פון אריינלייגן א טרעיק מיט א feeding tube

רייסט איין פאר מרן מרדכי בן מרגליא לרפואה שלימה

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 11:40 am

יא!
די רבי זיצט אויפן בענקל מיט טלית ותפילין און דאווענט (אפשר יעצט שוין גענדיגט) אבער ער קוקט אויס זייער שוואך.

מרן מרדכי בן מרגליא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 11:47 am

משגיח תמידי האט געשריבן:מרעדט ערענסט פון אריינלייגן א טרעיק מיט א feeding tube

רייסט איין פאר מרן מרדכי בן מרגליא לרפואה שלימה

סיז מער ווי רעדן, מעגייט אריין לייגן א פידינג טוב אין די קומענדיגע טעג.
די דאקטוירים זאגן אז אזא שווערע נאכט וואס די רבי איז די נאכט דורך וואלט די רבי חלילה נישט דורכגעמאכט אינדערהיים.

און כדי די רבי זאל קענען אהיים גיין בעזרת ה׳ קען עס נישט געשהן נאר אז מעלייגט דאס אריין.

המשיכו להעתיר עבורו

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 11:51 am

.
צוגעלייגטע
skver vishnitz.PNG
skver bikshi
skver vishnitz.PNG (111.51 KiB) געזעהן 2131 מאל
יחי המלך

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3561
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 12:00 pm

וועלוועל קליינער האט געשריבן:ב"ה יעצט פארגעקומען א 'קישור החיתון' אין שפיטאל ביים רבין שליט"א.
החתן בן הר"ר מנחם שלמה האגער שליט"א בן הרה"צ רבי דוד שליט"א רב דק' וויזניץ לאנדאן (בן האדמו"ר שליט"א חתן אדמו"ר מקאליב שליט"א לרפו"ש) וחתן הרה"צ משאץ וומב"ג שליט"א.
עבג הכלה בת הר"ר וועלוויל פיש שליט"א (בן הרה"צ מביקסאד שליט"א חתן אדמו"ר שליט"א) וחתן הרה"צ רבי אברהם דוב שליט"א חדב"ן האדמו"ר שליט"א.
דער רבי שליט"א אלס עלטער זיידע דריי מאל האט מיטגעהאלטן די לחיים אין שפיטאל.
יעצט גייט זיין די קישור החיתון ביים קאליב'ער זיידן שליט"א לרפו"ש אין וומב"ג.


הרב מנחם שלמה פון גיבערס?

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 12:05 pm

אלע קהילות קדושות שליסן זיך אן אין די אנגייענדע תפילות לזקן צדיק הדור
צוגעלייגטע
IMG_1863.JPG
IMG_1863.JPG (103.76 KiB) געזעהן 2052 מאל

משגיח תמידי
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 2:45 pm

תגובהדורך משגיח תמידי » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 12:19 pm

דריידל האט געשריבן:
וועלוועל קליינער האט געשריבן:ב"ה יעצט פארגעקומען א 'קישור החיתון' אין שפיטאל ביים רבין שליט"א.
החתן בן הר"ר מנחם שלמה האגער שליט"א בן הרה"צ רבי דוד שליט"א רב דק' וויזניץ לאנדאן (בן האדמו"ר שליט"א חתן אדמו"ר מקאליב שליט"א לרפו"ש) וחתן הרה"צ משאץ וומב"ג שליט"א.
עבג הכלה בת הר"ר וועלוויל פיש שליט"א (בן הרה"צ מביקסאד שליט"א חתן אדמו"ר שליט"א) וחתן הרה"צ רבי אברהם דוב שליט"א חדב"ן האדמו"ר שליט"א.
דער רבי שליט"א אלס עלטער זיידע דריי מאל האט מיטגעהאלטן די לחיים אין שפיטאל.
יעצט גייט זיין די קישור החיתון ביים קאליב'ער זיידן שליט"א לרפו"ש אין וומב"ג.


הרב מנחם שלמה פון גיבערס?


יא

ישראל_הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 12:48 pm

וויזניץ: עדכון על מצבו של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.

עקב החמרה מסוימת במצבו של רבינו שליט"א, ככה״נ הרבי יעבור טיפול רפואי דחוף שבו ינשימו את הרבי שליט"א בהנשמה קבועה ל"ע כדי להקל על מצבו
מצבו מוגדר קשה אך יציב, שמו לתפילה *רבינו מרדכי בן מרגליא* לרפואה שלימה

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 12:51 pm

ועוד קהילות קדושות שליסן זיך אן
צוגעלייגטע
IMG_1872.JPG
IMG_1872.JPG (227.71 KiB) געזעהן 3339 מאל

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 1:43 pm

6465059142

משגיח תמידי
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 2:45 pm

תגובהדורך משגיח תמידי » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 2:06 pm

לויט ווי עס קוקט יעצט אויס גייט מען טרייען עס אפשטיפן ביז מיטוואך
לאמיר מתפלל זיין פאר רבינו מרדכי בן מרגליא לרפואה שלימה

ברוכים תהי'
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 1:48 pm

תגובהדורך ברוכים תהי' » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 4:59 pm

וועלוועל קליינער האט געשריבן:ב"ה יעצט פארגעקומען א 'קישור החיתון' אין שפיטאל ביים רבין שליט"א.
החתן בן הר"ר מנחם שלמה האגער שליט"א בן הרה"צ רבי דוד שליט"א רב דק' וויזניץ לאנדאן (בן האדמו"ר שליט"א חתן אדמו"ר מקאליב שליט"א לרפו"ש) וחתן הרה"צ משאץ וומב"ג שליט"א.
עבג הכלה בת הר"ר וועלוויל פיש שליט"א (בן הרה"צ מביקסאד שליט"א חתן אדמו"ר שליט"א) וחתן הרה"צ רבי אברהם דוב שליט"א חדב"ן האדמו"ר שליט"א.
דער רבי שליט"א אלס עלטער זיידע דריי מאל האט מיטגעהאלטן די לחיים אין שפיטאל.
יעצט גייט זיין די קישור החיתון ביים קאליב'ער זיידן שליט"א לרפו"ש אין וומב"ג.


להבהרת דברים בעלמא:

די אבי החתן איז הר"ר וועלוויל און נישט די אבי הכלה

ר' וועלוויל איז א איידעם ביי הגה"צ ר' מאיר יוסף ראטטענבערג שליט"א מ'קאסאן 18 און נישט ביי הגה"צ ר' אברהם דוב


מען האלט שוין יעצט ביי די חופה פון חתן וכלה וואס זענען דריי מאל אור איינקלעך פון רבין שליט"א והוא מחולל מפשעינו

דער אייבעשטער זאל העלפן די שמחה זאל משפיע זיין

(מען קען נישט מאכן די חופה אין שפיטאל צוליב דעם וואס דער חתן איז א כהן)

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 5:03 pm

.
צוגעלייגטע
2017-11-20.jpg
2017-11-20.jpg (67.46 KiB) געזעהן 2763 מאל
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

שמחה ונחת
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 6:49 pm

כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז יעצט אנגעקומען אין מאונט סיני שפיטאל צו מבקר חולה זיין גיסו מרן אדמו"ר מוויזשניץ לרפו"ש

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 7:09 pm

שמחה ונחת האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז יעצט אנגעקומען אין מאונט סיני שפיטאל צו מבקר חולה זיין גיסו מרן אדמו"ר מוויזשניץ לרפו"ש


גיסו? די ויזניצער רביס אין ארץ ישראל זיינען זיינע שוואגערס,
אבער דער ויזניצער מונסי רבי איז ניט א שוואגער.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 7:11 pm

zugurnish האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז יעצט אנגעקומען אין מאונט סיני שפיטאל צו מבקר חולה זיין גיסו מרן אדמו"ר מוויזשניץ לרפו"ש


גיסו? די ויזניצער רביס אין ארץ ישראל זיינען זיינע שוואגערס,
אבער דער ויזניצער מונסי רבי איז ניט א שוואגער.

דער וויזניץ מאנסי רבי שליט"א איז אן איידעם ביים אלטן סקווירא'ער רבי רבי יעקב יוסף זצ"ל
דער היינטיגער סקווירא רבי שליט"א איז אן איידעם ביים אלטן וויזניצער רבי [ישועות משה] ברודער מיט להבל"ח זיין שוואגער וויזניץ מאנסי רבי שליט"א לרפו"ש
פ'שטייסטו?!
לעצט פאראכטן דורך ראספשע אום מאנטאג נובעמבער 20, 2017 7:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 7:12 pm

zugurnish האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז יעצט אנגעקומען אין מאונט סיני שפיטאל צו מבקר חולה זיין גיסו מרן אדמו"ר מוויזשניץ לרפו"ש


גיסו? די ויזניצער רביס אין ארץ ישראל זיינען זיינע שוואגערס,
אבער דער ויזניצער מונסי רבי איז ניט א שוואגער.

אדמו''ר וויזשניץ מונסי איז א איידעם }2x{ ביי אדמו''ר מסקווירא זצ''ל
א'מונה ב'טחון ג'עלט


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט