קאפ ווייטאג/שוואכקייט נאך שבת, אפשר די Sulfites?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

קאפ ווייטאג/שוואכקייט נאך שבת, אפשר די Sulfites?

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 8:22 pm

ווי אסאך אידישע קינדער פיל איך מיך זונטאג שוואך און מיט קאפווייטאג. לעצטנ'ס זאגט מיר אן עקספעריענ'ס וויין מאכער, אז די עיקר סיבה פארוואס אסאך מענטשן פילן זיך שוואך און דיזי נאך שבת, איז צוליב וואס מען טרינקט די געקויפטע וויין וואס האט אין זיך Sulfites (א געוויסע מין קעמיקל געמאכט פון גפרית ומלח שריפה כל ארצה), און אסאך מענטשן זענען אלערזשיק צו דעם.

וויל איך וויסן צו איינער ווייסט עפעס מער דערוועגן צו דאס קען טאקע זיין א סיבה גורם צו זיין שוואכקייט, און וואס מען קען טוהן דערצו, און אויב אין היימישע וויין ליגט טאקע נישט קיין סולפייט'ס.

ב שולם
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שולם » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 8:31 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:ווי אסאך אידישע קינדער פיל איך מיך זונטאג שוואך און מיט קאפווייטאג. לעצטנ'ס זאגט מיר אן עקספעריענ'ס וויין מאכער, אז די עיקר סיבה פארוואס אסאך מענטשן פילן זיך שוואך און דיזי נאך שבת, איז צוליב וואס מען טרינקט די געקויפטע וויין וואס האט אין זיך Sulfites (א געוויסע מין קעמיקל געמאכט פון גפרית ומלח שריפה כל ארצה), און אסאך מענטשן זענען אלערזשיק צו דעם.

וויל איך וויסן צו איינער ווייסט עפעס מער דערוועגן צו דאס קען טאקע זיין א סיבה גורם צו זיין שוואכקייט, און וואס מען קען טוהן דערצו, און אויב אין היימישע וויין ליגט טאקע נישט קיין סולפייט'ס.

אסרו חג פילסטו דיך אויך שוואך און האסט קאפווייטאג, ווייל האסט געטרינקען יום טוב וויין?
האמנתי כי אדבר - און אויב נישט וועל איך עס זאגן נאכאמאל ביז איך וועל גלייבן!

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2063
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 8:41 pm

יא, דאס איז מסתמא די גורם.

עצה טובה, פון די מבינים: פאר איעדע גלעזל וויין, טרינקט צוויי גלעזער וואסער.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 8:42 pm

עי' תענית כז: "שלישי ליצירה" וברש"י שם
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

שלום הצינורות
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 20, 2016 1:26 pm

תגובהדורך שלום הצינורות » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 9:13 pm

געווענטליך לייגען נישט היימישע וויין מאכערס אריין סאלפייטס

מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובהדורך מתון מתון » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 9:38 pm

ניסיתי הכל, וויין, ברוינפן, חלות, דיפס, צולנט, בצלים ולא הועיל כלום. עד שפסקתי מלישן שב"ק אחצ"ה אחרי הסעודה, וראיתי ישועה גדולה ולא הבטחתי לפרסם.
אויב איינער פרובירט און עס העלפט וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן. נא לפרסם כאן או באישי.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 9:39 pm

Kosher Travel האט געשריבן:יא, דאס איז מסתמא די גורם.

עצה טובה, פון די מבינים: פאר איעדע גלעזל וויין, טרינקט צוויי גלעזער וואסער.


איך זויף וואסער דורכאויס דעם שבת און עס העלפט נישט. פארוואס זאגסטו אז דאס איז מסתמא דער גורם, די האסט עפעס סיי וואסערע ידיעות מער אין די נושא?

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 9:45 pm

מתון מתון האט געשריבן:ניסיתי הכל, וויין, ברוינפן, חלות, דיפס, צולנט, בצלים ולא הועיל כלום. עד שפסקתי מלישן שב"ק אחצ"ה אחרי הסעודה, וראיתי ישועה גדולה ולא הבטחתי לפרסם.
אויב איינער פרובירט און עס העלפט וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן. נא לפרסם כאן או באישי.

יעדע שבת טרינק איך א קיימא לן פון 4 גלעזער וויין, 5-6 אונסעס ברוינפן, 2 פלעשער ביר. ברכות, דיפס, פיש, פלייש וכו' און שבת נאכמיטאג שלאף מיר א א קנאפע 3 שטונדן (ווענדט זיך אין די צייט פון יאר) און קיין שום קאפוויי נישט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

מתון מתון
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:04 pm

תגובהדורך מתון מתון » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 10:22 pm

nmi האט געשריבן:
מתון מתון האט געשריבן:ניסיתי הכל, וויין, ברוינפן, חלות, דיפס, צולנט, בצלים ולא הועיל כלום. עד שפסקתי מלישן שב"ק אחצ"ה אחרי הסעודה, וראיתי ישועה גדולה ולא הבטחתי לפרסם.
אויב איינער פרובירט און עס העלפט וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן. נא לפרסם כאן או באישי.

יעדע שבת טרינק איך א קיימא לן פון 4 גלעזער וויין, 5-6 אונסעס ברוינפן, 2 פלעשער ביר. ברכות, דיפס, פיש, פלייש וכו' און שבת נאכמיטאג שלאף מיר א א קנאפע 3 שטונדן (ווענדט זיך אין די צייט פון יאר) און קיין שום קאפוויי נישט.



אלא מאי?
סדא מענטשן וואס ליידן אויף א פעלערהאפטיגע הארץ און אנדערע לעבן און לאכן ביי די ניינציג.
איך שרייב כמעט נישט ווייל צופיל איז שוין פארמעקט געווארן. נירו לכם ניר ואל תזרעו אל קוצים.

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 10:38 pm

איך טרינק בכלל נישט קיין וויין און דעסטוועגן שוואך זונטיג
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

תורת חסד
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 12:24 am

תגובהדורך תורת חסד » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 11:14 pm

דער גמרא זאגט דאך שוין. כיון ששבת וי אבדה נפש.
אז ווען מ׳פארלירט דער נשמה יתרה פילט מען שוואך.

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 11:27 pm

Try spelt
Or measure your blood sugar
שבעה מי יודע!?

קאנאדישע קאריספעדאנט
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2015 1:24 pm

תגובהדורך קאנאדישע קאריספעדאנט » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 1:00 am

צום ערשט הער אויף טרינקען וויין פאר צוויי וואכן, קיק צו די זעסט א חילוק. אזוי וועסטו כאטש וויסן צו עס קומט בכלל פון וויין

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 6:48 am

nmi האט געשריבן:
מתון מתון האט געשריבן:ניסיתי הכל, וויין, ברוינפן, חלות, דיפס, צולנט, בצלים ולא הועיל כלום. עד שפסקתי מלישן שב"ק אחצ"ה אחרי הסעודה, וראיתי ישועה גדולה ולא הבטחתי לפרסם.
אויב איינער פרובירט און עס העלפט וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן. נא לפרסם כאן או באישי.

יעדע שבת טרינק איך א קיימא לן פון 4 גלעזער וויין, 5-6 אונסעס ברוינפן, 2 פלעשער ביר. ברכות, דיפס, פיש, פלייש וכו' און שבת נאכמיטאג שלאף מיר א א קנאפע 3 שטונדן (ווענדט זיך אין די צייט פון יאר) און קיין שום קאפוויי נישט.


איינער האקט א לעבן אויף דער וועלט....
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

מקבל
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 10:42 am

וויפיל אזייגער עסט איר פרישטאג יעדן טאג? און שבת? עפי"ר פאנגט מען אן די טאג מיט צוויי דריי קאוועס (נישט קיין עכטע היידרעיטערס) דערנאך מאכט מען קידוש אויף וויין ברוינפן נאך צוועלעווע,
אולי טרונקען וואסער פארן דאווענען קען העלפן.

מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 8:28 am

מגייט דא סחור סחור אנשטאט די פשוטע סיבה, מעסט צוויי סעודות מיט גרויסע פארציעס ענימעל פראוטין און אסאך פעטע עסן ביז כמעט די בויך פלאצט, און מעזוכט סיבות פון אינטער דער ערד פארוואס מען פילט נישט גוט.

אוועטאר
shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 9:02 am

אויב איז עס טאקע די וויין איז עס שטארק מעגליך א חילוק פון היימישע און געקויפטע, מבשרי אחזה ווען אויף פסח האב איך געהאט א גאר שטארקע היימישע וויין אויף די ד' כוסות ולא נודע כי באו אל קרבנה אז אפילו נאכן סדר האט מען געקענט געהעריג ווייטער זאגען און לערנען וכדו' אזאך וואס מען האט נישט געקענט טוהן מיט געקויפטע וויין קיינמאל (חוץ וואס און טעם איז עס אויך געווען מעין עולם הבא)

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 9:28 am

עס קאן זיין א אומבאלאנסירטע אומגעווענליכע סקעדזשועל. אויפשטיין נישט די געהעריגע צייט, עסן א אנדערע צייט, עסן מער ווי א געווענליכע טאג "אויף איין מאל".

א טאג אנגעהויבן און געענדיגט מיט ווייניגער פליסיגקייט אוואו געווענליך, און אפילו יא די זעלבע מאס, אבער אויף איין מאל, נישט אוואו א געווענליכען טאג וואס מען הייבט אן פרי און מען טרינקט דורך דעם טאג. וואס דער קערפער קאן עס נישט געהעריג פראצעסירן

פון דעם צופרי קאווע ביז די ערשטע "טרינק" (וואס היידרעיט עכט דעם קערפער) איז עטליכע שטונדען
בוי זיך זעלבסט

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:21 am

וואס איז דאס היימישע וויין פון וואס די עולם רעדט ?

אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:46 pm

א משפחה מטגליד מיינע איז אלערדזשיק צו סאלפייטס, האט איינער ערגעץ געזען אז אויב מ'לייגט אריין א טראפקעלע פראקסייד אינעם גלעזל ווערט די סאלפייטס נוטראליזירט, וכן הוה ב"ה. אפשר לוינט עס צו פרובירן דא אויך.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מיטוואך אוקטובער 23, 2019 2:49 pm

די יום טוב געטרינקען יעדן טאג כאטשיג צוויי גלעזלעך "היימישע וויין" אן קיין סולפייט'ס, געריקט בשר ודגים וכל מטעמים יעדן טאג צוויי פולע סעודות, נאך מער ווי שבת. ברוך השם אז איך פיל מיך טויזנט פראצענט גיט (חוץ אביסל אנגעגעסן כמובן...) לעת עתה איז ביי מיר קלאר אז די סולפייט'ס איז די עיקר פראבלעם.

יעצט איז מיין שאלה צו אלע קאמפעני'ס האבן די זעלבע צאל סולפייט'ס אדער איז דא א חילוק צווישן איין קאמפעני און די אנדערע.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1393
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך אוקטובער 23, 2019 3:00 pm

איך האב אמאל געהערט א שיינע הסבר דערויף באגלייט מיט א משל: שטעל דיר פאר, אז דו נעמסט א ליידיגע סעלצער באטל און די הייבסט אן אריינצושטיפן דערין אויף דעם פאלגענדע סדר: וויין, חלה, פיש, דיפס, יויך, לאקשן, פלייש, קוגל, מייערן, קאמפאט, באנדלעך, ביר, טשיפ'ס, נאשערייען, וויין, ברוינפן, חלה, פיש, דיפס, אייער, לעבער, גאלע, טשאלנט, פלייש, סאלאט, קוגל, קישקע, אייסקרים, נאשערייען, וכו', חלה, הערינג, אייער, טונא, דיפס, אלע סארט געטראנקען. דערנאך מאכט מען צו דעם פלאש, און מען שאקלט עס גוט אויף. עד כאן המשל, בערך דאס איז א מענטש נאך שבת. דעריבער איז די קאפ וויי נישט אזא חידוש, און איך טו מיר אנטשולדיגן פון פאראויס אויב איינער האט זיך פארעקלט פון די משל.

אוועטאר
לעכטל
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » מיטוואך אוקטובער 23, 2019 3:43 pm

ווער עס האט נישט היינט 'אסרי חג' קיין שוואכקייט וכד'
מיין איך: צריך בדוקה אחריו...
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

אור
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מיטוואך אוקטובער 23, 2019 3:47 pm

שלום הצינורות האט געשריבן:געווענטליך לייגען נישט היימישע וויין מאכערס אריין סאלפייטס

רוב וויינען האבן יא סאלפייטס (שטייט אפילו געשריבן)

וועלכע שטריימל האסטע? אפשר איז די קאפ ווייטאג פון האבן צו א שווערע שטריימל?

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מיטוואך אוקטובער 23, 2019 3:53 pm

אור האט געשריבן:
שלום הצינורות האט געשריבן:געווענטליך לייגען נישט היימישע וויין מאכערס אריין סאלפייטס

רוב וויינען האבן יא סאלפייטס (שטייט אפילו געשריבן)


רוב קאמפעני וויינען האבן סאלפייט'ס, אבער רוב "היימישע" וויינען האבן דוקא "נישט" קיין סאלפייט'ס.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: געוואלטיג און 4 געסט