ספר לימודים לדעת און איר מחבר

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך חביבי » זונטאג דעצמבער 11, 2016 9:51 pm

במחילת כבודו פון הרב פליישמאן, א יחיד איז נישט ערלויבט דן צו זיין דיני נפשות,

ער איז א דעה יחידאה, כמה גדולי ישראל ובתוכם רביה״ק מסאטמער ז״ל האבן געשיקט צו פסיכיאטארן און נישט חושש געווען צו די בודיסטישע געדאנקען און השקפות,

די ווייטאג פון די משפחות וואס זענען צובראכן געווארן אדאנק זיין ייעוץ נישט צו נעמען קיין מעדיקעישן שרייעט ביזן הימל, ודי בזה
חביבי

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג דעצמבער 11, 2016 10:03 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
עקבי הצאן האט געשריבן:קוק אין דעם מגדול עוז פונעם יעב"ץ ווי ער שרייט אנדערשט פון עהם

איך האב בכלל נישט געזאגט אז ער איז גערעכט צו נישט. נאר געשריבן וואס זיין מיינונג איז און איך נעם בהחלט נישט קיין שטעלונג אין דעם זייער קאמפליצירטע נושא. לדעתי איז נישטא קיין וואן סייז פיטס אל, און מען דערא זעלבער פראבלעם קען אדרעסירט ווערן דורך פארשידענארטיגע מהלכים, און צומאל ביידע מהלכים מיט הצלחה.

אויך זעט מיר אויס ווי זיין מהלך ענדעלט אביסל אין קלוגערס ספריםת כמדומה לי.

ווען איינער זאגט אויף א זאך אז ס'איז א בלאף, און ער רעדט נאך אין נאמען פון יודישקייט, ווען כ'ברענג אז דער יעב"ץ האלט אנדערשט איז נישט דער תירוץ, אז ס'איז נישט וואן סייז פיט אלל, דער יעב"ץ זאגט נישט אז יעדער דארף טוען ווי ער זאגט, אבער זיין שיטה בשם יהדות איז אפגעפרעגט, און ווי איינער גרענגט דא אויבן, האט ער על מי לסמוך, אבער גארניקס מיט יודישקייט צו טוען.

איך וועל פראבירן נאך איינמאל.

איך האב נאר אראפגעברענגט וואס זיין שיטה איז פאר ווער עס איז נייגעריג. יעצט עס קען פונקט אזוי זיין אז ער רעדט געבראטענע שטותים און ער ווייסט נישט בחייכון ובימיכון, אדער קען גאר זיין אז ער איז דער גרעסטער מומחה אויפן כדור הארץ. אייער קריטיק קעגן אים קען זיין 100% אויסגעהאלטען, אבער עס האט מיט מיר... זילטש. פארשטאנען?

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג דעצמבער 11, 2016 10:06 pm

טשולדיגט פארן נעמען פערזענליך, כ'האב נאר רעאגירט אויף די ווערטער וואס דו האסט נאכגעברענגט.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג דעצמבער 11, 2016 10:10 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:טשולדיגט פארן נעמען פערזענליך, כ'האב נאר רעאגירט אויף די ווערטער וואס דו האסט נאכגעברענגט.

איך האב בכלל נישט גענומען פערזענליך. איך האב סך הכל געשריבן וואס זיין שניט איז פאר ווער עס וויל וויסן. זה הוא. און ווען איר האט זיך געדינגען האב איך געזאגט אז עס האט נישט מיט מיר.

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג דעצמבער 11, 2016 10:14 pm

און -99.9 פראצענט פון- ת"ח מורי הוראה אין היינטיגן דור זאגן אויך אז -ווען מ'דארף נעמען-, איז א רציחה אויב מען איז זיך מונע.

אלענפאלס, איז דער שמועס, א שטיקל סגולה לסגירת אשכול.

איז לאמיר צוריקקריכן צום נושא. [אשאד אז ס'זאל ווערן פארשלאסן]
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג דעצמבער 11, 2016 10:25 pm

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:און -99.9 פראצענט פון- ת"ח מורי הוראה אין היינטיגן דור זאגן אויך אז -ווען מ'דארף נעמען-, איז א רציחה אויב מען איז זיך מונע.

איך מיין אז צו זאגן אז א מענטש זאל נישט נעמען קיין מעדיקעישאן ווען ער איז אין א קריזיס איז באופן כללי ראדיקאל און אפגעפרעגט. ענדליך צו די נוטרישאניסט וואס זאגן אז ווען עמיצער האט א הארץ אטאקע זאל ער נישט גיין פאר אן אפערעישאן נאר אנהייבן עסן האללוויט ברויט...

אבער.... די מיליאן דאלאר פראגע איז... נאכן סטאבליזירען די זאך וואס איז די בעסטע וועג צו היילן דעם שורש הפראבלעם ובזה נחלקו הדעות, ונהרא נהרא ופשטיה, וכל אחד אומר רק הדרך שלי צודק. ואכמ"ל.

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג דעצמבער 11, 2016 10:27 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:[
איך מיין אז צו זאגן אז א מענטש זאל נישט נעמען קיין מעדיקעישאן ווען ער איז אין א קריזיס איז באופן כללי ראדיקאל און אפגעפרעגט. ענדליך צו די נוטרישאניסט וואס זאגן אז ווען עמיצער האט א הארץ אטאקע זאל ער נישט גיין פאר אן אפערעישאן נאר אנהייבן עסן האללוויט ברויט...



אמת ויציב
און פונדעסנוועגן האבעך שוןי נעבעך בעגעגנט אזעלכע "מבינים" ה"י
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך חביבי » זונטאג דעצמבער 11, 2016 10:40 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:און -99.9 פראצענט פון- ת"ח מורי הוראה אין היינטיגן דור זאגן אויך אז -ווען מ'דארף נעמען-, איז א רציחה אויב מען איז זיך מונע.

איך מיין אז צו זאגן אז א מענטש זאל נישט נעמען קיין מעדיקעישאן ווען ער איז אין א קריזיס איז באופן כללי ראדיקאל און אפגעפרעגט. ענדליך צו די נוטרישאניסט וואס זאגן אז ווען עמיצער האט א הארץ אטאקע זאל ער נישט גיין פאר אן אפערעישאן נאר אנהייבן עסן האללוויט ברויט...

אבער.... די מיליאן דאלאר פראגע איז... נאכן סטאבליזירען די זאך וואס איז די בעסטע וועג צו היילן דעם שורש הפראבלעם ובזה נחלקו הדעות, ונהרא נהרא ופשטיה, וכל אחד אומר רק הדרך שלי צודק. ואכמ"ל.


הרב פליישמאן האלט אז אויך אין פאל פון קריזיס טאר מען אויך נישט נעמען קיין מעדיקעישן, לדעתו איז מען מחוייב זיך מוסר נפש צו זיין דערויף, יהרג ואל יטול פילן....
חביבי

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 1:07 am

עקבי הצאן האט געשריבן:קוק אין דעם מגדול עוז פונעם יעב"ץ ווי ער שרייט אנדערשט פון עהם

אן אריינגיין אינעם עצם דיון צו הרב פליישמאן איז גערעכט, האלט איר אבער אז די ווערטער פונעם יעב"ץ שטימט מיט די היינטיגע מעדיקעל ריסוירטש? איז דא א אומבאלאנץ פון ירוקה אדער שחורה וכו' אין פערזאנען וואס זענען חולי נפש?

יעצט אויב איז מקובל ביי אלע דאקטוירם אז נישט, און נאכדעם קומט הרב פליישמאן און זאגט אז די נייע טעאריע פון קעמיקעל אומבאלאנס איז אויך נאר טעאריע און ס'נישט אמת איז אזא פראבלעם?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
עולם ומלואו
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 9:21 am

זאגט נאר אידן, האט עטס שוין אויסגעהערט אלע שיעורים פון הרב פליישמאן אויף דעם נושא און דורכגעליינט אלע בוקס וואס ער ברענגט נאך , אז עטס ערלויבטס ענק שוין אים אפצופרעגן?

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 10:35 am

מיר דארפן שטודירן פליישמאנ'ס מהלך, און אים געבן א טשענס אויפצואווייזן זיין פארשטאנד. מ'קען זיך עס דאך איבערצייגן, דורכן זעהן צו ס'ארבעט. געב אים אויך ספעיס. מ'קען סך מער פארברייטערן זיין מהלך, וויאזוי עס צו אפלייען. פינעווער, פארשטייען די וועלט סך טיפער, נאר מ'דארף זיי געבן א טשענס זיך געהעריג מסביר צו זיין. און פארשטיין וויאזוי עס צו למעשה'נען. אויב ס'וועט אים געלונגען צו היילן נפשות אן פילן, דאן וועלן מיר אלע נעמען זיין מהלך. ביי מיר זעה איך אז זיין מהלך ארבעט פיין. הגם איך האלט קלאר אז מ'דארף זיך רעכענען מיט די עמאושענעל לערנונגען. ואין כאן מקומו להאריך.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך חביבי » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 10:40 am

עולם ומלואו האט געשריבן:זאגט נאר אידן, האט עטס שוין אויסגעהערט אלע שיעורים פון הרב פליישמאן אויף דעם נושא און דורגעליינט אלע בוקס וואס ער ברענגט נאך , אז עטס ערלויבטס ענק שוין אים אפצופרעגן?


נאכאמאל, אויסהערן און פארשטיין איז א וועג צו פארשטיין א זאך, אפילו דו פארשטייסט א זאך אויף הונדערט פראצענט מוז נאכנישט זיין אז עס שטימט אין פראקטישן מציאות,

זיי מברר אויב די מהלך האט געארבייט אין פראקטישן מציאות, און ווער געוואר וויפיל יודן לעבן אונטער שרעקליכע יסורי נפש און קענען זיך נישט צאמקלויבן ניטאמאל צו טראכטן פון טעראפי, און מיט אביסל מעדיקעישן פארשטייט זיך מיט די הוראה פון א גוטע דאקטער (נישט אליינס ארומשפילן מיט דאוזעדזשעס אן פונקטלעכע עדווייס פונעם דאקטער) קען מען אנהייבן ארבייטן אויף די נעגאטיווע מחשבות און בעז״ה קענען אראפגיין דערפון מיט די צייט

לפי ידיעתי האלט הרב פליישמאן אז פאר ביי פאולער טאר מען אויך נישט געבן קיין מעדיקעישן, איך וויל עס נישט גלייבן ווייל דאס איז ווי זאגן פאר א קענסער פאציענט ל״ע זאל נישט נעמען קיין מעדיקעישן נאר ענדערש טוישן זיין מחשבות.... און די יענע מעשה וועט זיך פון זיך אליינס אויסהיילן

און ווי איך האב געשריבן פריערט אז רביה״ק מסאטמער ז״ל האט אויך געשיקט צו פסיכיאטארן און האט נישט חושש געווען צו די הרב פליישמאןס השקפות, ווייזט אויס אז א צדיק מיט אמתע אהבת ישראל האט אנדערע השקפות ווען יודישע קינדער ליידן
חביבי

אוועטאר
עולם ומלואו
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » זונטאג מארטש 26, 2017 5:17 pm

איך האב לעצטנס אויסגעהערט א שיעור פון הרב פליישמאן ווי ער באציהט זיך צו א פשוט'ער טעות צו וואס עס פעלט התבוננות, דהיינו אז מאנכע זענען צוגעוואוינט צו טראכטן אז לימוד התורה איז א חיוב וואס מיר האבן און דאס איז נישט געגעבן געווארן אויף צו הנאה האבן דערפון, און אפי' ווען ס'קומט אן שווער דארף מען זיך ברעכן און דאך לערנען. וואס על אף וואס דאס איז טאקע אמת און וואר, דאך איז מיט דעם פארפעלט די נקודה, ווייל דער אמת איז אז לימוד התורה איז גאר א געשמאקע זאך, וואס מ'קען זיך דערמיט טשאטשקען און באמת ליב האבן, וכלשון האוה"ח הק' בפר' ואתחנן 'אם היו בנ"א מרגישין במתיקות ועריבות התורה היו משתגעין ומתלהטין אחרי''.

אבער ס'איז כדאי צו וויסן אז דאס איז א זאך וואס יעדער קען ביי זיך אליין מער אויפבויען און פארשטערקערן, אזוי ווי א קוואל וואסער וואס קוועלט ווייניג, וואס דורך אביסל גראבן אין דעם ווערט דער שטראם אסאך שטארקער, דאס זעלבע דא אויך, אז מיט'ן בלויז צולייגן אביסל קאפ בשעת'ן לערנען, און אריינטראכטן אז איך לערן יעצט די תורה פונעם אייבירשטן, און אז מיט'ן לערנען שאף איך א הייליגן קשר מיט'ן האר פון די וועלט, און אויך, אז דורכ'ן לערנען זאמל איך א זאפאס פון ידיעות און אינטערעסאנטע ענינים ועוד, וואס וועט מיר צוניצקומען אין לעבן, אא"וו נאך פילע פארדינסטן וואס 'מיר' האבן פון דעם, וואס יעדער קען ביי זיך אליין אריינקלערן, מיט דעם ווערט פי כמה נתרבה די סיפוק וואס מיר נעמען ארויס דערפון.

ווי אויך קען שטארק צוגעבן דערצו, די פיזישע אופן וויאזוי מיר לערנען, אז אנשטאט זיצן איינגעמאכט און לערנען אזוי געצווינגענערהייט ווייל דער באשעפער האט אונז ליידער געהייסן טון אזוי כאטש מיר האלטן נישט דערביי, זאל מען לערנען מיט א חשק און א אויפגעלייגטקייט, זיך שאקלען און לערנען מיט א הויך קול ווייל מיר טוען יעצט גאר א געשמאקע זאך וואס מיר גלייכן גאר שטארק. וואס דאס איז גאר א שטארקע גורם, צו קענען ארויסנעמען די מאקסימאלסטע סיפוק דערפון (און דאס איז אויסער וואס מען ברויך סיי ווי לערנען אויף אזא אופן -ווי פארשטענדליך- צוליב כבוד התורה, ואכ"מ).

און דער עיקר פעלער איז, דאס וואס פארשידענע מחנכים, אנשטאט צו לערנען זייערע תלמידים ווי געשמאק די תורה איז -וואס דאס איז דאך די אמת-, זענען זיי בלויז פארנומען מיט'ן זיי מוסר'ן אז מ'דארף זיך ברעכן, און אפי' ווען מ'האלט נישט דערביי, מוז מען דאך, וואס דאס איז ווי פארשטענדליך דער גורם אז דערנאך זאל'ן די תלמידים גיין זוכן אנדערע תענוגים רח"ל, ווייל ביי די תורה -און ביי אידישקייט בכלל- קען מען דאך -לויט ווי מ'האט זיי געלערנט- דאס נישט באקומען!

און יעצט, איינער וואס וועט דאס פרובירן א שטיק צייט, וועט פארשטיין אז דאס איז די בעסטע לעזונג פאר פילע (און אפשר אלע) גייסטישע פראבלעמען און שוואכקייטן מיט וואס מענטשן מוטשענען זיך (ווי אומזיכערקייט, אימצופרידנקייט, ועוד ועוד) וואס דאס אלעס ווערט מיטאמאל געסאלוו"ט דורך אינוועסטירן אין דאס אויבנדערמאנטע, ווי יעדער קען אליין מעיד זיין אז לערנען בכלל בויעט א מענטש, און דאס שטעלט אוועק א שוואכער און וואקלדיגער פאר א שטארקער און א זיכערער, וכ"ש ופי כמה ווען דאס לערנען איז על פי דאס אויבנדערמאנטע.

יעצט, קומענדיגע מאל ווען איר זעצט אייך לערנען קלערט אריין: איך טוה יעצט מיין פעיווארי"ט זאך, א זאך וואס ברענגט 'מיר' גוטע פארדינסטן, א זאך פון וואס איך קען גאר שטארק הנאה האבן. און אזוי וועט איר בעז"ה טאקע ארויסנעמען דערפון, דאס וואס עס דארף באמת ארויסקומען דערפון.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג מארטש 26, 2017 6:09 pm

פון דיין פענע צו מיין מוח...

יישר כח זייער גוט געשריבן, ס'זיכער אז ס'העלפט ארויס ובפרט פאר אן ערוואקסענער, אבער פאר א קינד אדער אינגע בחור וואס האט נישט קיין שום געשמאק, ווייס איך נישט ווי שטארק ס'וועט העלפן אז ער וועט קלערן איבער קשר צו השי"ת, דא איז ביי אויך ליידער אויך נישט געשמאק...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
עולם ומלואו
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » זונטאג מארטש 26, 2017 6:16 pm

כ'האב בכלל נישט געמיינט אלס דעם קשר צו השי"ת, נאר אלס דאס וואס 'מיר' קענען דערפון ארויסנעמען, און ביי אסאך מענטשן וועט זיין גענוג צי שפירן הנאה ווען זיי שפירן אז זיי שאפן א העכערע קשר, אבער 'דאס' איז טאקע נישט ביי יעדן. און אויך נישט ביי צי קאמפליצירטע פאלן.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מארטש 26, 2017 6:36 pm

עולם ומלואו האט געשריבן:כ'האב בכלל נישט געמיינט אלס דעם קשר צו השי"ת, נאר אלס דאס וואס 'מיר' קענען דערפון ארויסנעמען, און ביי אסאך מענטשן וועט זיין גענוג צי שפירן הנאה ווען זיי שפירן אז זיי שאפן א העכערע קשר, אבער 'דאס' איז טאקע נישט ביי יעדן. און אויך נישט ביי צי קאמפליצירטע פאלן.

עיין בהקדמת לספר דרך ה' להרמח"ל. אז פארשטיין כל פרטים ווי ס'גייט צו די כללים ברענגט סיפוק. אזוי ווי ס'קוקט אויס אן איינגעפלאנצטן גארטן, אנדערש ווי א וואלד.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
עולם ומלואו
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » מיטוואך מארטש 29, 2017 6:26 pm

איך וועל בעז"ה דא אראפברענגען עטליכע לינקס צו ענגלישע ביכער פון פראפעסארן (און פון דזשורנאליסטן) וואס הרב פליישמאן רעקאמענדירט (אין זיינע שיעורים) צו ליינען, זייענדיג איינשטימיג מיט זיין שיטה איבער די פראבלעם פון געבן מעדיקעישן פאר גייסטישע פראבלעמען.

ס'איז כדאי פאר יעדן וואס וויל אריינרעדן אין דעם נושא, קודם א קוק צו געבן אין די דאזיגע ביכער, ווייל קען זיין אז דאס וועט פארענטפערן די קושיות.

נ.ב. צוליב מיין משומר פילטער האב איך נישט געקענט דערגרייכן צו פארשידענע לינקס און קען זיין אז כ'האב פארפאסט בעסערע לינקס ווי מ'קען עס באקומען אומזינסט אויך, על כן ווער ס'קען שטעלן בעסערע לינקס איז פארבעטן.

peter breggin
https://en.wikipedia.org/wiki/Peter_Breggin

זיין בוך 'on amazon -'your drug may be your problem
https://www.amazon.com/Your-Drug-May-Pr ... 8&qid=&sr=

זיין בוך medicaition madness' on amazon'
https://www.amazon.com/Medication-Madne ... B008S0JVPE


neurologist fred baughman

ארויסגעגעבן א בוך בעיקר איבער adhd
adhd fraud on amazon
https://www.amazon.com/ADHD-Fraud-Psych ... adhd+fraud



joanna moncrieff
https://en.wikipedia.org/wiki/Joanna_Moncrieff

the myth of the cemical cure (אביסל מסכים יא צו געבן מעדיקעישן)
on amazon
https://www.amazon.com/Myth-Chemical-Cu ... g=UTF8&me=


grace e. jackson md.

היפש שווער צו פארשטיין, מיט אסאך מעדיקל טערמינען
on amazon- rethinking psychiatric drugs
https://www.amazon.com/Rethinking-Psych ... 1420867423


professor david healy from uk
https://en.wikipedia.org/wiki/David_Healy_(psychiatrist)

psychiatric drugs explained
on amazon
https://www.amazon.com/s?search-alias=s ... 0702041365


william glasser
https://en.wikipedia.org/wiki/William_Glasser

warning psychiatry can be hazardous to your mental health
free download
https://ohtk6hdedzmnz0r.files.wordpress ... health.pdf

on amazon
https://www.amazon.com/s?search-alias=s ... 006053866X


terry lynch

beyond prozac
on amazon
https://www.amazon.com/Beyond-Prozac-He ... 1898059632


harvard proffesor joseph glenmullen
http://www.webmd.com/joseph-glenmullen

זייער א וויכטיגע בוך
prozac backlash
on amazon
https://www.amazon.com/Prozac-Backlash- ... 0743200624


robert whitaker- journalist
https://en.wikipedia.org/wiki/Robert_Whitaker_(author)

געשמאקע ביכער, לייכט צו פארשטיין, אויף א דזשורנאליסטישע שטייגער (מערסט רעקאמענדירט)
anatomy of an epidemic
https://en.wikipedia.org/wiki/Anatomy_of_an_Epidemic

on amazon
https://www.amazon.com/Anatomy-Epidemic ... 879&sr=1-1

mad in america
https://en.wikipedia.org/wiki/Mad_in_America

free pdf
https://emf.neocities.org/tmp/MadInAmerica.pdf

on amazon
https://www.amazon.com/Mad-America-Medi ... a+whitaker


daniel j. carlat md.
https://en.wikipedia.org/wiki/Daniel_Carlat

זיין בוך 'unhinged' (לייכט און געשמאק) on amazon
https://www.amazon.com/Unhinged-Trouble ... 141659079X

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך מארטש 29, 2017 7:06 pm

דאכצוך אונזער מומחה מתבונן איז אויך נישט אזוי איינשטימוג מיט געבן מעדיקעישאן

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך חביבי » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 10:21 am

@עולם ומלואו, איך קען ברענגען סאך א לענגערע ליסט פון לינקס ווי היסטאריקער לייקענען די האלאקאוסט אדער ווי קאנספיראטער ווייזן אויף מיט ראיות ברורות אז פרעזידענט בוש איז געשטאנען אונטער די אטאקעס פון די טווין טאוערס,

לעצם הענין: דינגט זיך קיינער נישט מיטן פאקט אז מעדיקעישן איז נישט אלעמאל די לכתחלהדיגע מהלך, אבער עס איז דא אמאל וואס עס נישט דא קיין ברירה, און עס איז דא אמאל וואס מען שפארט איין שרעקלעכע יסורי נפש מיטן נעמען מעדיקעישן (ווי עס שיינט האט רב פליישמאן נאכנישט געפיהלט די יסורים אויף די אייגענע בארד...) און עס לוינט זיך יא צו נעמען ווייל עס איז יצא הפסידו בשכרו, און אזוי ווי ייעדע זאך אויף די וועלט האט נעמען מעדיקעישן מעלות און חסרונות און מען דארף שוקל זיין די צדדים,

אבער הרב פליישמאן איז מחדש א נייע חידוש אז חוץ די אלע פראבלעמען פון מעדיקעישן וואס יעדער ווייסט האט עס א באהאלטענע פראבלעם וואס נאר ער ווייסט דערפון און ער ברענגט ראיות פון ספרים און מקורות ווי כאילו ער וואלט געווען די איינציגסטע יודע ספר זייט מעדיקעישן איז ערפונדן געווארן, און לדעתו טאר מען אין קיין שום פאל נישט נעמען קיין מעדיקעישן, און ער פארפירט און זאגט דרשות און שיעורים און פארשפרייט זיין הייליגע שיטה און די קליינע מוחות גלייבן דערין... אן מאכן די נויטיגע ריסערטש,

אודאי איז הרב פליישמאן מצליח (חוץ ווען נישט...) אן מעדיקעישן, ווייל די וואס מוזן נעמען מעדיקעישן גייען צו אנדערע מומחים, א מענטש וואס האט או.סי.די, אויף אזא לעוועל אז ער מוז נעמען מעדיקעישן קומט בכלל נישט אן צו רב פליישמאן און אויב וועט ער יא אהין אריינפאלן בטעות וועט ער גאר שנעל זוכן א צווייטן ווייל ער וועט זעהן אז ער קומט נישט אן און ערגעץ, און רב פליישמאן וועט זיך איינרעדן אז ער האט געדיסטשארדזשד נאך א קליענט און ב"ה אן מעדיקעישן ער ווייסט נישט אז א גרויס חלק פון זיינע געוועזענע קליענטן האקן פילעכלעך אס גייט א רויך
חביבי

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 12:49 pm

שלום עליכם חביבי

שוין לאנג נישט דא געווען
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך חביבי » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 1:00 pm

עליכם השלום בוחר, אה מאכסט מיר פיהלן צוריק וועלקאום, יישר כח
חביבי

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 2:40 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:און -99.9 פראצענט פון- ת"ח מורי הוראה אין היינטיגן דור זאגן אויך אז -ווען מ'דארף נעמען-, איז א רציחה אויב מען איז זיך מונע.

איך מיין אז צו זאגן אז א מענטש זאל נישט נעמען קיין מעדיקעישאן ווען ער איז אין א קריזיס איז באופן כללי ראדיקאל און אפגעפרעגט. ענדליך צו די נוטרישאניסט וואס זאגן אז ווען עמיצער האט א הארץ אטאקע זאל ער נישט גיין פאר אן אפערעישאן נאר אנהייבן עסן האללוויט ברויט...

אבער.... די מיליאן דאלאר פראגע איז... נאכן סטאבליזירען די זאך וואס איז די בעסטע וועג צו היילן דעם שורש הפראבלעם ובזה נחלקו הדעות, ונהרא נהרא ופשטיה, וכל אחד אומר רק הדרך שלי צודק. ואכמ"ל.


אויף צו היילן דעם שורש איז יעדער מודה אז מעדיצין איז נישט קיין לעזונג

מעדיצין פאדערט פיל מאל צו מסדר זיין דעם מצב כזי צו קענען ברענגען די ריכטיגע היילונג, און אמאל אויך אויף לעלם, כדי צו האלטן דעם פראבלעם אונטער קאנטראל, עס היילט נישט קיין פראבלעם. [ביי גייסטישע קרענק, לאפוקי פיזישע].
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 3:06 pm

;l;p- חביבי נאדיר
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » דינסטאג מאי 09, 2017 12:10 pm

איך האב געהערט די "עמ פי טרי" פון 10 שיעורים פון הרב פליישמאן און איך האב נישט געהערט ער זאל אזוי אראפ רייסן מעדעצין ווי דער עולם איז דא מרכל, ער זאגט ס"ה א חידוש פון וואס איך ווייס שוין, אלס לעבעדיגע עדות, דער אמת, פון די סארט מהלך. וזה הוא, לפי ידעתי ואיקספיריונסי

היינט צו טאגס ווערן רוב פראבלעמען באהאנדעלט מיט די קאמבינעשן פון טערעפי און מעדעצין, טייל פון זיי איז געניג נאר מעדעצין, גאר ווינציג ארבעט היינט טערעפי אליין. געווענטליך ווערן די באטרעפענדע קיינמאל נישט געהיילט פון זייער פראבלעם, עס איז דא וואס קענען מיט די יארן אראפ גיין פון טערעפי און בלייבן מיט מעדעצין, און עס איז דא וואס בלייבן אייביג אויף ביידע. עס איז זיכער דא נאך פעלער, אבער ארויס גיין געהיילט און זיין כאחד אדם אן דארפן צוקומען צו איינע פון די צוויי אדער צו ביידע צוזאמען איז לפי ידעתי כמעט נישט בנמצא, איז אויב איך בון גערעכט מיט דעם הנחה, שטעלט זיך די פראגע פארוואס איז דאס טאקע אזוי.

הרב פליישמאן איז מחדש א חידוש אז אינטער א גייסטישע פראבלעם אדער אויך אינטער די זאכן וואס טריגערן הארמוינס ליגט א רוחניות'דיגע פראבלעם, און מען קען נישט ווערן געהיילט ווי לאנג די רוחניות'דיגע מחלה ווערט געהיילט,דאס איז א זאך וואס פיסכילאגן וועלן קיינמאל נישט קענען מודה זיין, ווייל אין די סיענטיפשע וועלט עקזעסיטריט נישט קיין רוחניות.

איך ווייס נישט אויב הרב פליישמאן נעמט זיינע פיציענטן גלייך ביים אנקומען און רייסט זיי אראפ פון מעדעצין, אדער ער ווארט צו אז יענער זאל אריין קומען אין זיין מהלך און אנהייבן כאפן זיין רוחניותדיגע רפואה, איך האב דאס גראדע געוואלט אים אליין פרעגן (נישט ארויס ווארפן אזא קשיא אין פאבליק פאר א אנאנעמיס קאיומעמטי). אבער אין דעם ווענד באמת (פאר מיר) צו ער איז גערעכט צו נישט.

אוועטאר
עולם ומלואו
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am

תגובהדורך עולם ומלואו » דינסטאג מאי 09, 2017 2:09 pm

עבודת_הבורא האט געשריבן:איך האב געהערט די "עמ פי טרי" פון 10 שיעורים פון הרב פליישמאן און איך האב נישט געהערט ער זאל אזוי אראפ רייסן מעדעצין ווי דער עולם איז דא מרכל, ער זאגט ס"ה א חידוש פון וואס איך ווייס שוין, אלס לעבעדיגע עדות, דער אמת, פון די סארט מהלך. וזה הוא, לפי ידעתי ואיקספיריונסי

היינט צו טאגס ווערן רוב פראבלעמען באהאנדעלט מיט די קאמבינעשן פון טערעפי און מעדעצין, טייל פון זיי איז געניג נאר מעדעצין, גאר ווינציג ארבעט היינט טערעפי אליין. געווענטליך ווערן די באטרעפענדע קיינמאל נישט געהיילט פון זייער פראבלעם, עס איז דא וואס קענען מיט די יארן אראפ גיין פון טערעפי און בלייבן מיט מעדעצין, און עס איז דא וואס בלייבן אייביג אויף ביידע. עס איז זיכער דא נאך פעלער, אבער ארויס גיין געהיילט און זיין כאחד אדם אן דארפן צוקומען צו איינע פון די צוויי אדער צו ביידע צוזאמען איז לפי ידעתי כמעט נישט בנמצא, איז אויב איך בון גערעכט מיט דעם הנחה, שטעלט זיך די פראגע פארוואס איז דאס טאקע אזוי.

הרב פליישמאן איז מחדש א חידוש אז אינטער א גייסטישע פראבלעם אדער אויך אינטער די זאכן וואס טריגערן הארמוינס ליגט א רוחניות'דיגע פראבלעם, און מען קען נישט ווערן געהיילט ווי לאנג די רוחניות'דיגע מחלה ווערט געהיילט,דאס איז א זאך וואס פיסכילאגן וועלן קיינמאל נישט קענען מודה זיין, ווייל אין די סיענטיפשע וועלט עקזעסיטריט נישט קיין רוחניות.

איך ווייס נישט אויב הרב פליישמאן נעמט זיינע פיציענטן גלייך ביים אנקומען און רייסט זיי אראפ פון מעדעצין, אדער ער ווארט צו אז יענער זאל אריין קומען אין זיין מהלך און אנהייבן כאפן זיין רוחניותדיגע רפואה, איך האב דאס גראדע געוואלט אים אליין פרעגן (נישט ארויס ווארפן אזא קשיא אין פאבליק פאר א אנאנעמיס קאיומעמטי). אבער אין דעם ווענד באמת (פאר מיר) צו ער איז גערעכט צו נישט.

וועלכע שיעורים האסטו געהערט? לב לדעת (10 שיעורים) אדער די שיעורים וואס זענען מיוחד איבער דעם ענין (דאכצעך 12 שיעורים)? דארט ווערט זייער קלאר אויסגעשמועסט אז די מעדיצינען זענען הוילע בלאף.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט