סארנא מעטאד

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מאנא
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 27, 2016 8:00 pm

סארנא מעטאד

תגובהדורך מאנא » זונטאג יוני 26, 2016 12:36 pm

אודה ה' מאד בפי אז אין אזא שווערע דור מיט אזעלכע פראבלעמען, לא השבית לנו גואל און ער האט אונז איבערגעלאזט אזא כלליתדיגע רפואה פאר אלע מחלות ה"י.
ובזה החלי:
די וואך שבת פרייטיג צונאכטס ביי די סעודה איך האלט ביי די המוציא, איך וויל שוין ארייקריצן אין צוויי חלות כמנהגי יעדע וואך, וואס הייסט צוויי חלות? נאר איין חלה אזוי ווי יעדער עסט און א צווייטע וואס עהנדעלט מער צו א פארטריקענטע פייג ווי צו א חלה, עס רופט זיך "גלוטען פרי"... זעהן זעהט ער אויס ווי א אויפגעשוואלענע קיכעלע וואס איז אפגעברוינט געווארן פון די זון, א טעם האט ער פון ניס מיט זעמל מעל און וואס נישט, נאר נישט פון חלה (איך זאג נאר דורך די גרוך ווייל טועם זיין האב איך מיר קיינמאל נישט געטרויעט...) שוין לאמיר צוריקגיין צו די מעשה בקיצור איך זוך די צווייטע חלה ואיננו נאר מיין חלה איז אביסל גרעסער געווארן שוין מ'ווינקט די אידענע מיט א פארשענדע מינע נו? ד.ה. ווי איז דיין חלה? ווינקט זי צוריק עה עה, אזוי ווי איך דארף עס מער נישט, שוין שניידט מען צווויי מוציאס און ווינדער איבער ווינדער זי עסט מיט אפעטיט...
לאמיר אנהייבן פון אנהייב, ווען איך האב חתונה געהאט האט מיין אידענע געגעסן נאר ספעלט, און אויך נישט קיין מילך, שפעטער מיט די צייט האט זי אויפגעהערט אויך מיט ספעלט און געמאכט ממש א חרם אויף גלוטען און סיי וואספארא מילכיג, ס'איז געווען זייער שווער פארשטייט זיך, עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז אויב האב איך איינגעטונקען אין די טאמעטא דיפ האט זי שוין נישט געוואלט איינטינקען ווייל אפשר איז אריינגעפאלן א ברעקל און ס'וועט זיין צרות, אויב האט זי אמאל געטשיד און אפאר טעג נישט געווען צו וועם צו רעדן!
ביז... איין טאג האבן מיר אפגעמאכט אז עד כאן! לאמיר פראבירן דר. סארנא!
און די נס האט נישט געשפעטיגט צו קומען מיר זענען געווען אויפן קאנפרענס עטליכע וואכן בעפאר שבועות און שבועות האטזו שוין אריינגערוקט א שיינע פאר פארציעס רייכע טשיסקעיק ואין פוצצה פה ומצפצף!
און דערנאך קומט די מעשה הנ"ל פון די וואך שבת.
פיל איך פאר וויכטיג מודיע צו זייך פארן צוביר, סיי וואספארא כראנישע פראבלעם איר האט פאר איר אינוועסטירט טויזענטערס און קייראפרעקטערס ווייטעמינען וכדו' וכו' וככו' פראבירט קודם דר. סארנא ביליג פארשטענדליך און דער עיקר שנעל.
שכח פארן אויסהערן.
רפואה שלימה

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » זונטאג יוני 26, 2016 2:11 pm

אויב איך מעג פרעגן וואסערע פראבלעימען האט זי געהאט אין אויף וואס האט סארנא מעטהאד געהאלפן

אוועטאר
מאנא
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 27, 2016 8:00 pm

תגובהדורך מאנא » זונטאג יוני 26, 2016 3:20 pm

טשאקלעט האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן וואסערע פראבלעימען האט זי געהאט אין אויף וואס האט סארנא מעטהאד געהאלפן

אלערגיעס צו מילכיג און גלוטען, יעצט עסט זי ביידע אן קיין פראבלעם!

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג יוני 26, 2016 3:44 pm

און דו האסט געהאט מאנא?....

איש ימינו
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 11, 2016 2:44 pm

תגובהדורך איש ימינו » זונטאג יוני 26, 2016 3:49 pm

TMJ איז פון די זאכן וואס מ'זאגט אז נאר סארנא'ס מעטאד העלפט, אבער ביי מיר האט סארנא'ס מעטאד אויך נישט געהאלפן פאר דעם (פאר אנדערע זאכן האט סארנא יא געהאלפן) מיין שאלה איז וויזוי קען איך בעסער פראקטעצירן סארנא'ס מעטאד אז עס זאל העלפן אויך פאר TMJ , הרב כ"ץ פון ב"פ זאגט אז מ'זאל זיך שטעלען שרייען (אויסשרייען די ווייטאג, וואס איך ווייס נישט פונקלעך וואס די ווייטאג איז און אפ' איך ווייס יא די ווייטאג אדער פרעשאר ווייס איך נישט וואס צו שרייען און ווען איך ווייס ווען וואס צו שרייען האב איך נישט ווי) אנדערע האלטן אז שרייען מאכט נאר ערגער סא ילמדנו רבינו א וועג עס צו קענען העלפן
שכוח פון פאראויס

אוועטאר
מאנא
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 27, 2016 8:00 pm

תגובהדורך מאנא » זונטאג יוני 26, 2016 4:10 pm

זאג ערליך די 12 רעמיינדערס און זאג ארויס אז דיין TMJ איז נאר פונאם מוח'ל און נישט קיין אמתע זאך וכו' וכו' די עיקר איז נישט אויפגעבן עס קען נעמען לאנג, ווי לאנג עס האט נישט קיין געהעריגע רפואה איז ער נאר דאס!
וועגן שרייען. פעלט נישט אויס צו שרייען, שרייב אראפ, רעדט צו איינעם אדער צו די וואנט,

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג יוני 26, 2016 4:17 pm

נעם א בענקל און פיקטשער דיר ווי אויפן בענקל זיצט דיין סאבקאנטשעס און כאפ א שמיעס מיט עים.

איש ימינו
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 11, 2016 2:44 pm

תגובהדורך איש ימינו » זונטאג יוני 26, 2016 6:19 pm

א גרויסן שכוח עמער טרייען צו שרייבן אדער נעמען א בענקל לאמיר האפן

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

דייעריע אפאר וואכן

תגובהדורך מתבונן » דינסטאג יולי 12, 2016 9:17 pm

איינער האט זיך זונטאג אין ביהמ"ד באקלאגט צו מיר אז ער ליידט שוין פון דייעריע פאר אפאר וואכן. ער ווייסט אז ער איז אריבער אפאר סטרעספעל מצבים, וואס האט געפאדערט אסאך אחריות, אבער ווי ער זאגט, אז ער האנדעלט עס זייער פיין, און נעמט אונטער די אחריות בחפץ לב, באופן אז ער פארשטייט נישט און ער זעט נישט אז דער סטרעס זאל בכלל אויסקלאפן אויף אים. פרעגט ער מיר וואס איך האלט, אויב זיין דייעריע איז בכל זאת נפשיות'דיג, אדער אפשר יא פיזיש. זאג איך אים, אז זיין 'עדאלט' חלק אין אים נעמט טאקע זייער שוין אויף די אחריות, אבער דער 'קינד' אין אים איז זייער נישט צופרידן מיט אלע אחריות'ער וואס איז אים באפאלן, און וויל ווי שנעלער פטור ווערט דערפון. זיין פנים האט אויפגעשיינט, און האט זיך גלייך מודה געווען, אז טאקע, טיף אין זיך, עסט ער זיך, און זיכט נאר ווי האבן מער פאן און אראפווארפן פון זיך די אחריות. נו, זאגט איך אים, האסטע די תירוץ. ער איז געווארן אביסל שאקט, אבער די אמת האט אים געשמיסן אין פנים. בקיצור, פון איין זייט האט אים נישט געפאסט מודה צו זיין פאר זיך אליין אז ער וויל נישט די אחריות, אבער האט פארט נישט געוואלט האבן די אחריות, און עס האט אויסגעקלאפט אויף זיין מאגן. צוויי טעג שפעטער איז ב"ה דער מאגן געווען כמעט אינגאנצן אקעי, און עקסעפטעד זיין אחריות באמת מיט א מער רוהיגקייט.
איך בין נאכאמאל נתפעל פון די מורא'דיגע קשר פון די גוף און די נפש, און מ'קען עס נישט אויסנארן.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג יולי 12, 2016 9:23 pm

ייש"כ פאר די באריכטן, זייער אינטערסאנט!

(איך קען אויך באקומען א אומזיסטע סעסיע אין ביהמ"ד? :lol: )

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך יולי 13, 2016 12:00 am

מתבונן האט געשריבן:איינער האט זיך זונטאג אין ביהמ"ד באקלאגט צו מיר אז ער ליידט שוין פון דייעריע פאר אפאר וואכן. ער ווייסט אז ער איז אריבער אפאר סטרעספעל מצבים, וואס האט געפאדערט אסאך אחריות, אבער ווי ער זאגט, אז ער האנדעלט עס זייער פיין, און נעמט אונטער די אחריות בחפץ לב, באופן אז ער פארשטייט נישט און ער זעט נישט אז דער סטרעס זאל בכלל אויסקלאפן אויף אים. פרעגט ער מיר וואס איך האלט, אויב זיין דייעריע איז בכל זאת נפשיות'דיג, אדער אפשר יא פיזיש. זאג איך אים, אז זיין 'עדאלט' חלק אין אים נעמט טאקע זייער שוין אויף די אחריות, אבער דער 'קינד' אין אים איז זייער נישט צופרידן מיט אלע אחריות'ער וואס איז אים באפאלן, און וויל ווי שנעלער פטור ווערט דערפון. זיין פנים האט אויפגעשיינט, און האט זיך גלייך מודה געווען, אז טאקע, טיף אין זיך, עסט ער זיך, און זיכט נאר ווי האבן מער פאן און אראפווארפן פון זיך די אחריות. נו, זאגט איך אים, האסטע די תירוץ. ער איז געווארן אביסל שאקט, אבער די אמת האט אים געשמיסן אין פנים. בקיצור, פון איין זייט האט אים נישט געפאסט מודה צו זיין פאר זיך אליין אז ער וויל נישט די אחריות, אבער האט פארט נישט געוואלט האבן די אחריות, און עס האט אויסגעקלאפט אויף זיין מאגן. צוויי טעג שפעטער איז ב"ה דער מאגן געווען כמעט אינגאנצן אקעי, און עקסעפטעד זיין אחריות באמת מיט א מער רוהיגקייט.
איך בין נאכאמאל נתפעל פון די מורא'דיגע קשר פון די גוף און די נפש, און מ'קען עס נישט אויסנארן.

דאס מיין איך איז כו"ע מודי אז סטרעס (באהאלטענע סטרעס) האט א נעגאטיווע עפעקט אויף פעין, מאגן וכולי וכולי און קען גורם זיין פארשידענע ווייטאגן. די חידוש פון סארנע איז די קאנעקשאן אז די סאבקאנטשעס "מאכט" די פעין נישט צו דארפן פאקעסען אויף.די סטרעס.

די משל מיטן דייעריא איז מיין איך פארשטענדליך אפילו אן סארנא'ס שיטה. ריכטיג?

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מיטוואך יולי 13, 2016 10:17 am

היימישער, איך האב איך אים טאקע נישט געזאגט אז זיין פעין איז דא אים מסיח דעת צו זיין פון די סטרעס.

דאס איז דאך די שטיקל פראבלעם וואס איך האב מיט די וועג וויאזוי סארנא האט אראפגעלייגט דעם געדאנק. די ריכטיגע הגדרה איז, אז די פעין 'מאכט סענס' אין א געוויסע וועג, פון די שטאנדפונקט פון א געוויסע געפיל מיט וואס ער איז נישט באהאווענט מיט דעם אינעם באוואוסטזיין. היות איך האב אים געקענט האב איך מיך פארגעשטעלט פארוואס דער פעין זאל מאכן 'סענס'.
די עצם געדאנק פארוואס סטרעס מאכט פעין, איז נאר ווייל ער האט א געוויסע געפיל וואס ער וויל נישט פילן אין די פראסעס, אנדערש מאכט דאך נישט קיין סענס פארוואס ס'זאל אים עפעס אזוי לאנג וויי טון. אין דעם פאל, איז עס געווען, אז ער האט נישט געוואלט פילן אז ער וויל נישט עכט נעמען די אחריות, אנשטאטס דעם זיך כסדר מחזק געווען אז ער איז 'יא' מסכים צו נעמען די אחריות, און אוועקשטיפט די געפיל וואס וויל עכט נישט נעמען די אחריות נאר ענדערשער האבן פאן. אז מען שטופט אוועק א געפיל, פייט עס צוריק כפי שביארתי כאן http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=30787. און אז די צוויי געפילן שלאגן זיך ארום, איז א פלא אז די גוף ווערט א בלענדער? ס'דאך נישט מער ווי נארמאל.

די ריכטיגע חידוש פון דר. סארנא איז געווען אז ער האט געכאפט פארשידענע ווייטאגן וואס האט אויסגעזען ווי עס איז פיזיש, אז עס איז באמת גייסטיש, אבער ער האט אביסל צו עקסטרעם אפגעלערנט דעם 'היסח הדעת'. באופן אז יעדע מאל ווען איך זע קראנט און קלאר אז א געוויסע פיזישע פעלער האט געהאט א שייכות מיטן נפש, און וויאזוי עס האט געהאט א קשר, כאפט עס מיין התפעלות.

אין די גמרא ברכות טרעפט מען שוין אז סטרעס מאכט ווייטאג אינעם רוקן און אינעם גאנצן גוף.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מיטוואך יולי 13, 2016 10:19 am

מה פתאום??? האט געשריבן:(איך קען אויך באקומען א אומזיסטע סעסיע אין ביהמ"ד? :lol: )


אז דו וועסט צוקומען, וועסטע באקומען... :grin:
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » מיטוואך יולי 20, 2016 12:06 pm

באריכת איז עס באשריבן אין המספיק די לעצטע צוויי נומבערס 139-140

http://www.nyshainc.org/gazette.php

אז ס'האט נישט קיין קאפירייט קען מען ארויפלייגן PDF
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג יולי 31, 2016 7:55 pm

פרישע לעקציע איבער דר. סארנא מעטאד אויף קול מבשר

דורך הרה"ח חיים מאיר פערל שליט"א

ספעציעל שיין אראפגעלייגט מיט א לשון לימודים
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג יולי 31, 2016 8:48 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:פרישע לעקציע איבער דר. סארנא מעטאד אויף קול מבשר

דורך הרה"ח חיים מאיר פערל שליט"א

ספעציעל שיין אראפגעלייגט מיט א לשון לימודים

WOW. ווער איז עס? (:
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1891
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג יולי 31, 2016 10:01 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:פרישע לעקציע איבער דר. סארנא מעטאד אויף קול מבשר

דורך הרה"ח חיים מאיר פערל שליט"א

ספעציעל שיין אראפגעלייגט מיט א לשון לימודים


וועלכע אפטיילונג?

וויווידיזיינער
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 10:53 am

תגובהדורך וויווידיזיינער » זונטאג יולי 31, 2016 10:35 pm

רבותי
שמעו ותחי נפשכם
738-1100
3-1-1434#
!!!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 10:14 am

נשמה האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:פרישע לעקציע איבער דר. סארנא מעטאד אויף קול מבשר

דורך הרה"ח חיים מאיר פערל שליט"א

ספעציעל שיין אראפגעלייגט מיט א לשון לימודים

WOW. ווער איז עס? (:



זעט אויס ווי א פרישע שטערן!

מבין כותלי דבריו דערקענט זיך [און ער זאגט עס בפירוש] אז ער איז שטארק אויסגעקאכט אין תורת הנפש
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 10:28 am

דער איז דער זעלבער וואס באשרייבט לעצטענס די סארנא מעטאד אין די המספיק גאזעט (ווי שוין פריער דערמאנט)
צוגעלייגטע
Capture.PNG
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 11:04 am

איך קען נישט דעם איד, אבער ס'שיינט מיר ער ווייסט וואס ער רעדט.
ייש"כ רב פערל
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

אוועטאר
שלאך
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 22, 2016 3:21 pm

תגובהדורך שלאך » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 11:28 am

יאפ ער קומט אן סך מער פון סארנו און פון וואס איך האב נישט ליב . . . געפילן, ס'איז ווערט א אשקול פאר זיך, אריינגערעכט ביזנעס קאסאלטינג, און כמעט פיזישע קרענק אומגלויבליך אבער ווען די באשעפער וויל האט ער זיינע שלוחים, מ'קען אים קאלען ווי נאר . . . איך בין שוין איינגעשלאפן אינמיטן . . . איר ווייסט נישט איך האב נישט ליב געפילן ס'האט מיר געפראסקעט אין פנים . . . שוין ביטער-סוויט
לעצט פאראכטן דורך שלאך אום מאנטאג אוגוסט 01, 2016 6:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
קומט שפילן לעבעדיג לאך און האפקע, אבער געב אכט ווער נישט קיין שלאך
פארוואס האט שלאך נישט ליב געפילן? דא

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 5:09 pm

wow
אויסגעהערט נעכטן נאכט אין איין אטעם, אזוי הפלא'דיג אראפגעלייגט די גאנצע נושא!
הרב פערל אויב איר ליינט דא, איך באדאנק אייך מעומק לבי אויף דעם אינפארמאטיוון אינהאלטסרייכן אינטערוויא, די זכות זאל אייך ביישטיין!
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 9:17 pm

שלאך האט געשריבן:יאפ ער קומט אן סך מער פון סארנו און פון וואס איך האב נישט ליב . . . געפילן, ס'איז ווערד א אשכול פאר זיך, אריינגערעכנט ביזנעס קאסאלטינג, און כמעט פיזישע קרענק. אומגלויבליך אבער ווען די באשעפער וויל, האט ער זיינע שלוחים. מ'קען אים קאלען ווי נאר . . . איך בין שוין איינגעשלאפן אינמיטן . . . איר ווייסט נישט איך האב נישט ליב געפילן, ס'האט מיר געפראסקעט אין פנים . . . שוין ביטער-סוויט

וואס גייט פאר? איהר זיינט אפשר אן אכטער? אן אכטער האט נישט ליב געפילן. אדער אפשר זיינט איר א דרייער און געפילן שטערט אייך פון טון צום הצלחה. אפשר אן איינזער און איהר האלט אז געפילן איז שטותים! אדער אפשר א פינעווער גאר און איר ווילט נישט אייער געפילן זאל אייך שטערן פון טראכטן. אדער אפשר גאר א זיבענער, איר האט מורא פון אומבא'טעמ'טע געפילן. אדער גאר א ניינער. א ניינער ווייסט נישט וואס דאס איז. (איך מיין אזוי). דער מיסטער פערל פון די האטליין קען אייך העלפן אויף דעם אליין. אבער אשאד, איר האט פארגעסן זיין נאמבער. אך ווייטער, אלעס וועגן געפילן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 1:28 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:פרישע לעקציע איבער דר. סארנא מעטאד אויף קול מבשר

דורך הרה"ח חיים מאיר פערל שליט"א

ספעציעל שיין אראפגעלייגט מיט א לשון לימודים

ליינט און האט הנאה!


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט