'טיקס'. ער איז פיצל, אבער א גרויסער מאנסטער. אידן, טוט עפעס!

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דינסטאג ינואר 19, 2016 8:22 pm

@מנהלים,
איך מיין שוין צייט צו צוטיילן דעם אשכול, ווייל עס פארט אריין אין די עצם סארנא צוגאנג.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג ינואר 19, 2016 8:24 pm

איך רעד פון אמתע עלערדשיס. מילך, פינאטס, א.א.וו. וואס מען האט פון ווען מען איז געבוירן.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דינסטאג ינואר 19, 2016 8:35 pm

בן נון האט געשריבן:איך רעד פון אמתע עלערדשיס. מילך, פינאטס, א.א.וו. וואס מען האט פון ווען מען איז געבוירן.


דאס איז א גוטע שאלה. די סארט עלערזשיס קענען זיין זייער מסוכן און מ'דארף זייער אכטונג געבן וואס מ'טוט.
אבער איין זאך קען איך זיין זיכער, אז די אלע עסן עלערזשיס וואס מען דעוועלעפט שפעטער, דאס איז לכאורה זיכער עפעס ואוס סארנא קען העלפן, דר. שובינער שרייבט קלאר אז ער ווייסט אז דאס איז הויל סטרעס, און אפילו איינער וועט זען אין muscle testing מיט קניזיאלעזשי, ווי דער עולם איז היינט צוגעוואוינט, אז עס איז דא דערפאר א סענסעטיוויטי, איז דאס באמת גארנישט און קומט קלאר פון סטרעס. איך האב מיטגעהאלטן מיט איינעם ואוס איז געווארן סענסטיוו צו אייער, און באקומען שרעקליכע דייעריע און שוואכקייטן נאכן עסן אייער, און יענער האט געכאפט די סטרעס וואס ער איז דורך בשעת די אלערגיע האט זיך אנגעהויבן, עס דורכגעארבעט, און האט נאכדעם געקענט געהעריג צירוק עסן אייער.
אבער די אלערגיעס וואס מען האט פון ווען מען איז געבוירן, דאס קען מען נישט אזוי גרינג אוועקמאכן, אבער מ'קען אויך נישט אוועקמאכן אז עס קען זיין סטרעס אינוואלווד אין דעם. שטודיעס ווייזן אז סטרעס נאך פארן געבוירן ווערן, קען האבן א שטארקע השפעה אויפן נפש. ועל כולם, האב איך אמאל געהערט, אז עס איז דא א דאקטער וואס היילט אויס די סארט אלערגיעס דורך דיירעקט צוביסלעך אנהייבן עסן די סארט עסן, און אביסל קראנק ווערן פון די קליינע מאס עסן וואס מ'עסט, אפילו עס רייסט שטיקער, און אוזי צוביסלעך ווערט די גוף צירק אימיונד דערצו. דאס זאגט אז דאס איז נישט ווי א אייביגע פעלער, און ווען מען מאכט זיך נישט וויסענדיג דערצו, קען מען צוביסלעך דאס אנהייבן עסן. אבער אין די אויפזיכט פון א דאקטער וואלט איך נישט געראטן עס צו טון.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג ינואר 19, 2016 8:43 pm

דו ביסט זיכער אז א קינד קען געבוירן ווערן מיט סטרעס? דאס מיינט אז קאליק בעיביס גייען אריין אין די קאטאגאריע? קען מען עפעס טון?
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דינסטאג ינואר 19, 2016 8:47 pm

איך בין זיכער אין דעם, אבער דאס מיינט נישט אז א קליק בעיבי האט שייכות מיט דעם. וואס איך ווייס יא איז, אז בדרך כלל וועט מען זען אז קאליק בעיביס האבן אין זיך א נאטור פון אינטענסיטי און אסאך ענערזשי. און דערפאר פילן זיי אלעס זייער שטארק. ס'איז לכאורה גארנישט דא וואס צו טון פאר דעם, עווענטואל וואקסט מען דאס אויס.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » מיטוואך ינואר 20, 2016 10:04 am

יאנקל האט געשריבן:
מתבונן האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:יעצט לאמיר גיין מיט די צווייטע צד אז עס איז פון סטרעס פון די סאבקאנטשעס פון אמאל יעצט ווי אזוי נעמט מען קער פון דעם עס זאל נישט מאכן קיין פיזעשע ווייטאגן ( רבותי איך רעד פון א פאל ווי די ווייטאגען קענען זיין געפערליך מאגן פראבלעמן קאפ ווייטאג דיזיניס אז מען קען נישט האלטן די באלאנס שוואך, און נאך און נאך) איז דא ערגעץ א ביכל, א CD אדער עפעס אנדערש ?


עס זענען דא ביכער אויף די סארנא מעטאד, ווי אויך סי. דיס. צו הערן, אבער ווי ס'זעט אויס האסטו שוין פראבירט עפעס אין דעם גאנג, און נישט געהאלפן, מיין עצה פאר דיר זאלסט דיך זעצן מיט א טערעפיסט וואס פארשטייט צו דעם.

וואס האלטסטו וועם קען מען נוצען ?
(לכאורה דארף מען איינעם וואס פארשטייט גוט צו סארנא ניטש סתם עפעס א טעריפיסט וואס האנדעלט מיט חולי נפש)

ווי אויך קענסט אפשר לינקן עפעס ביכלעך מיט סי דיס ?


נו מתבונן האסט מיר עפעס ?

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מיטוואך ינואר 20, 2016 12:28 pm

@יאנקל, פראביר די ביך פון דר. שובינער. ער האט א פיינע פראגראם אינעם ביך, ווי אויך קומט עס מיט א סידי. http://www.unlearnyourpain.com/ בדרך כלל איז אבער שווער צו טון די זאכן אליין.
אויב ווילסטו א פריוואטע טערעפיסט, קאנטאקט מיר אין אישי.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

עת לחשוב
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:53 pm

תגובהדורך עת לחשוב » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 12:12 pm

מתבונן האט געשריבן:@יאנקל, פראביר די ביך פון דר. שובינער. ער האט א פיינע פראגראם אינעם ביך, ווי אויך קומט עס מיט א סידי. http://www.unlearnyourpain.com/ בדרך כלל איז אבער שווער צו טון די זאכן אליין.
אויב ווילסטו א פריוואטע טערעפיסט, קאנטאקט מיר אין אישי.


איך זע עס איז דא פון אים אויך עפעס אויף ענקזיעטי און דעפרעשן איז עס אינטערעסאנט?

וואס טוט זיך מיט קראנס און קאלייטעס איז עס אויך פון די משפחה? איך מיין אז דארט איז יא דא טישו דעמעדזש.

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 8:35 pm

עת לחשוב האט געשריבן:
מתבונן האט געשריבן:@יאנקל, פראביר די ביך פון דר. שובינער. ער האט א פיינע פראגראם אינעם ביך, ווי אויך קומט עס מיט א סידי. http://www.unlearnyourpain.com/ בדרך כלל איז אבער שווער צו טון די זאכן אליין.
אויב ווילסטו א פריוואטע טערעפיסט, קאנטאקט מיר אין אישי.


איך זע עס איז דא פון אים אויך עפעס אויף ענקזיעטי און דעפרעשן איז עס אינטערעסאנט?

וואס טוט זיך מיט קראנס און קאלייטעס איז עס אויך פון די משפחה? איך מיין אז דארט איז יא דא טישו דעמעדזש.

איך האב נישט געזען די ביך וואס דו צייכענסט צו.
קראנס און קאלייטעס איז לויט דר. שובינער א מחלה וואס איז זיכער א 'חלק' דערפון נפשיות'דיג, אבער ס'איז שוין דא טישו דעמעזש, ממילא האלט ער אז 'נאר' ארבעטן אויף די סטרעס וועט נישט העלפן אויף 100 פראצענט, אבער ארבעטן די סטרעס וועט זיכער אסאך צוהעלפן זיך עווענטואל צו ווערן אויסגעהיילט.
למעשה האב איך געזען אז אנדערע האלטן אז עס קען יא העלפן (קען אבער זיין אז אפילו לשיטתם האט עס נישט געהאלפן אינגאנצן, ווייל דר. שובינער האלט אויך אז עס העלפט אסאך).
פון די אנדערע זייט ווייס איך אז די וואס טוען די טערעפי חלק אביסל טיפער פון וואס ער טוט (ער האט זיין טערעפי פראגראם אין זיין ביך ואוס איך האב אויבן צוגעצייכענט), א שטייגער ווי די שיטה פון Internal Family Systems, האבן שוין באוויזן אויסצוהיילן אפילו מחלות וואס דר. שובינער טענה'ט אז עס איז שוין דא טישו דעמעדזש, אזוי ווי rheumatoid arthritis, און אויך אויף יענע מחלה ר"ל. ממילא זע איך אז ווי טיפער און גרינטליכער די טערעפי גייט, אלטס מער שאנסן איז דא צו ווערן אויסגעהיילט אפילו ווען עס איז דא טישו דעמעזש.

ווי עס זעט אויס איז דא צוויי סארטן טישו דעמעדזש. עס איז דא טישו דעמעדזש ווי א צובראכנע ביין, וואס דאס גלייב איך גייט קיין סארנא קיינמאל נישט העלפן. אבער טישו דעמעדזש פון אויסגעריבענע קושקעס, פארוואס זאל דאס זיין אנדערש פון א שניט אויפן פינגער? ס'איז איך דא טישו דעמעדזש, נאר בטבע קען עס צירוק וואקסן און זיך פארהיילן. דאס זעלבע פארשטיי איך קען פאסירן אויך אין די קושקעס. ס'איז דא טישו דעמעדזש, אבער ווער זאגט אז דאס קען זיך נישט פארהיילן נאטירלעך אזוי ווי א שניט? נאר וואס דען, די סטרעס וועט נישט לאזן עס היילן פאר זיינע סיבות ווי אויבן דערמאנט, אבער אויב די סטרעס איז שוין נישטא, פארוואס זאל זיך עס נישט נאטירלעך אויסהיילן? עס גייט זיך אבער אויסהיילן גאר טיפע טערעפי פאר דעם.

אזוי פארשטיי איך. און ווער עס וויל קען זיך דינגן אויף דעם.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » פרייטאג פאברואר 19, 2016 12:10 pm

דער טיק ברענגט פאקטישע געפערליכע מחלות ר"ל,

איך האלט שוין מיט צופיל מעשות, ווי טיקס-רילעטעד מחלות האבן אוועקגעלייגט געלונגענע און לעבעדיגע פרייליכע מענטשן. כ'הייב אן פילן אז ס'איז אבסעלוט שטותים און הבלים עס צו פארבינדן מיט דר. סארנא און אנדערע איידיעס אז ס'האט מיטן מוח. מ'דארף עס טריעטן מיט שטארקע מעדיקעישן, און אפילו דאן, דארף מען גרויס רחמי שמים אויב מ'כאפט עס צו שפעט.


כ'מיין אז די אלע וואס זאגן דא אנדערש האבן נישט מיטגעהאלטן צופיל מעשות פון באטראפענע.

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » פרייטאג פאברואר 19, 2016 12:16 pm

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:דער טיק ברענגט פאקטישע געפערליכע מחלות ר"ל,

איך האלט שוין מיט צופיל מעשות, ווי טיקס-רילעטעד מחלות האבן אוועקגעלייגט געלונגענע און לעבעדיגע פרייליכע מענטשן. כ'הייב אן פילן אז ס'איז אבסעלוט שטותים און הבלים עס צו פארבינדן מיט דר. סארנא און אנדערע איידיעס אז ס'האט מיטן מוח. מ'דארף עס טריעטן מיט שטארקע מעדיקעישן, און אפילו דאן, דארף מען גרויס רחמי שמים אויב מ'כאפט עס צו שפעט.


כ'מיין אז די אלע וואס זאגן דא אנדערש האבן נישט מיטגעהאלטן צופיל מעשות פון באטראפענע.

וועלעכע חלק רעדסטו ? אפילו די וואס לויט די רעגעלע דאקטורים זאגן אז עס איז גארנישט נאר די ILADS דאקטוירים זאגן אז דער מענטש האט ליים דיזיז ?

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 01, 2016 7:00 pm

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:דער טיק ברענגט פאקטישע געפערליכע מחלות ר"ל,

איך האלט שוין מיט צופיל מעשות, ווי טיקס-רילעטעד מחלות האבן אוועקגעלייגט געלונגענע און לעבעדיגע פרייליכע מענטשן. כ'הייב אן פילן אז ס'איז אבסעלוט שטותים און הבלים עס צו פארבינדן מיט דר. סארנא און אנדערע איידיעס אז ס'האט מיטן מוח. מ'דארף עס טריעטן מיט שטארקע מעדיקעישן, און אפילו דאן, דארף מען גרויס רחמי שמים אויב מ'כאפט עס צו שפעט.


כ'מיין אז די אלע וואס זאגן דא אנדערש האבן נישט מיטגעהאלטן צופיל מעשות פון באטראפענע.

אולי איז כדאי צו ארבעטן אויף ביידע פראנטן. סיי טערעפי צו מאכן אז די שווערע געפיהלן זאלן ארויסגיין און סיי מעדיקעשאן. ס'איז שרעקעדיג צו זעהן וואס (אזוי גערופענע) ליים דיזיס קען מאכן פאר א מענטש רח"ל. אבער ס'איז אויך מאוימ'דיג וואס שווערע געפיהלן קען טוהן פארן קערפער פון א מענטש. אפשר קען אפילו טערעפי העלפן אז אויפן טעסט זאל מען זעהן אז ס'איז מער נישט דא דעי שרעקעדיגע וויהייסטעס חברה.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » מיטוואך מאי 11, 2016 4:46 pm

גייען מיר עפעס טון אז די יאר זאלן זיין עטוואס ווייניגער באטראפענע?
ס'דא קאנטריס וואס האבן געשפריצט קעגן טיקס. (סאטמאר כולל קאנטרי. שמעתי) צו ס'האט עפעס אויפגעטון ווייסט איינער?

אוועטאר
פלאטפארמע
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 7:57 pm
לאקאציע: מען געפינט זיך אויף מיר.

תגובהדורך פלאטפארמע » דינסטאג יוני 14, 2016 2:15 pm

מיין קינד האט געהאט א טיק אויפן אויער פאר א קורצע צייט, עס איז נאך געוועהן 90% אינדרויסן פון די הויט, דארף מען אינטערזיכן פאר ליים דעזיז?

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג יוני 14, 2016 2:41 pm

בס"ד

פלאטפארמע האט געשריבן:מיין קינד האט געהאט א טיק אויפן אויער פאר א קורצע צייט, עס איז נאך געוועהן 90% אינדרויסן פון די הויט, דארף מען אינטערזיכן פאר ליים דעזיז?

די שליסל ווערטער:
"געהאט" א טיק.
"קורצע" צייט - קורץ רעלאטיוו צו א שעה, וואך, חודש, יאר?
"90 פראצענט אינדרויסן" - דאס מיינט צען פראצענט אריינגעשטעקט "אין" די הויט.

אויב אזוי איז נישט שייך צו פרעגן קשיות, נאר טאן צו דער זאך. געשיקט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

לויב און דאנק
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 11:04 am

טיק

תגובהדורך לויב און דאנק » דינסטאג יוני 14, 2016 4:32 pm

עטליכע קינדער אויף מיין גאס האט זיך געהאט אנגעקלעבט א "טיק" און מ'האט ב"ה באמערקט יו"ט און געטוהן וואס מ'דארף.

לכ' איז דאס געקומען ווען קינדער זענען געגאנגען שניידן ביימער/בלעטער.

אויב אייער קינד האט זיך געדרייט צווישן הויעכע גראז און ביימער און איר זעהט איינע פון די סימפטאמס זעהט גלייך א דאקטאר.

Potential symptoms of tick-borne diseases include:

•red spot or rash near the bite site.
•neck stiffness.
•headache or nausea.
•weakness.
•muscle or joint pain or achiness.
•fever or chills.
•swollen lymph nodes.

אוועטאר
פלאטפארמע
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 7:57 pm
לאקאציע: מען געפינט זיך אויף מיר.

תגובהדורך פלאטפארמע » דינסטאג יוני 14, 2016 4:35 pm

לכאורה אינטער 12 שעה.

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » פרייטאג יוני 17, 2016 1:21 pm

איך האב יארן צוריק געטראפן א טיק אויף די פיס פון מיין טאכטער, איך האב עס אראפגענומען מיט א טוויסער, און ב"ה ולא נודע כי באו אל קרבנה.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1646
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג יוני 17, 2016 2:01 pm

אם לא נודע, כן יעזור ה׳ להלאה

אבער מיינס א פלומעניק איז עס מיאוס ארויסגעקראכן יארן שפעטער, ווען ער האט געכאפט א סטיפפנעק פון א קאלד, און עס איז געווארן שרעקליך.

ער איז אויף מעדיקעישאן פאר א יאר צייט, ה׳ יעזור
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג יוני 17, 2016 2:16 pm

איך האב געהאט א טיק, דער דאקטאר האט עס ארויס גענומען, און מיר גראד געגעבן מעדיקעישאן פאר א וואך, אן געשיקט די טיק צו א לעב צו טשעקן פאר ליים דעזיס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » פרייטאג יוני 17, 2016 2:31 pm

צולייגער האט געשריבן:אם לא נודע, כן יעזור ה׳ להלאה

אבער מיינס א פלומעניק איז עס מיאוס ארויסגעקראכן יארן שפעטער, ווען ער האט געכאפט א סטיפפנעק פון א קאלד, און עס איז געווארן שרעקליך.

ער איז אויף מעדיקעישאן פאר א יאר צייט, ה׳ יעזור


איך בין נייגעריג וואס איז געווען ביי דיין פלומעניק. האט מען באמת געטראפן א טיק און יארן שפעטער זענען די סימפטאמען ארויסגעקומען? אדער מען האט קיין טיק קיינמאל נישט געזען אזוי ביי רוב ליים ליידענדע, נאר געכאפט א סטיפנעק אימיטן העלן טאג?
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1646
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג יוני 17, 2016 2:51 pm

דער דאקטאר טענה׳ט אז עס איז געווען א טיק, ווענגלייך מען האט געטראפן שיריים. מען רעדט פון אכט יאר שפעטער.

פונקטליש ווייס איך נישט.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג יוני 17, 2016 3:19 pm

מתבונן האט געשריבן:איך האב יארן צוריק געטראפן א טיק אויף די פיס פון מיין טאכטער, איך האב עס אראפגענומען מיט א טוויסער, און ב"ה ולא נודע כי באו אל קרבנה.
דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט עס ארויסגענומען, ולא נודע, קען זיין אז דער טיק האט נישט געהאט די ליים דיזיס אין זיך, קען זיין אז ס'איז ב"ה נישט געווען גענוג לאנג אין די קערפער אז ס'זאל ח"ו אריינלייגען דעי באקטיעריע. זיי שרייבן 300.000 נייע דיאגנאזען פון ליים דיזיס יעדעס יאר. דאס מיינט אז מ'דארף זייער אכטונג געבן ווי מ'גייט און אויב מ'גייט זאל מען קוקען צו מ'איז ריין דערפון, און קינדער זאל מען טשעקען יעדן טאג, זיי שפיהלן זיך אינדרויסן, נאך דערצו ווען זיי זאגען אז עפעס קראצט, און דאנקען השי"ת אז דער אייבערשטער היט אפ און בעטן אויף ווייטער. אבער א מענטש קען סייווי נישט אכטונג געבן צופיהל, און דער הייליגער אלמעכטיגער באשעפער העלפט און וועט העלפן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג יוני 17, 2016 4:22 pm

דער דאקטאר האט מיר געוויזן ביים שפיץ פונעם טיק איז מיט געקומען א שטיקל הויט

דער טיק כטפט זיך אן אונעם מענטש, און צו זיין זיכער אז די גאנצע איז ארויס דארף מען קוקן צו עס קומט מיט די הויט

אז נישט מיינט עס אז א שטיקל איז געבליבן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מוצ"ש יוני 18, 2016 6:14 pm

אויף קול מבשר געזינטהייט אפטיילונג זענען דא 2 פרישע אנהאליזן איבער טיק'ס: 3-2-4-13/14

ווייסט איינער צי אין ארץ ישראל איז אויך דא טיק'ס?


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט