עצות צו איינשלעפן גרינג די קליינווארג

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

עצות צו איינשלעפן גרינג די קליינווארג

תגובהדורך והמבין יבין » זונטאג מאי 11, 2014 3:05 pm

איינער האט א נעצה פארא א אינג קינד וואס קען שווערליך איינשלאפן ?

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג מאי 11, 2014 3:15 pm

אויסער מעלעטאנע איז נישט עכט דא קיין עצה
ס'איז א דורכגאנג וואס רוב קינדער דייען דורך
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

תגובהדורך יונהלע » זונטאג מאי 11, 2014 3:44 pm

אלע מחנכים זאגן אז קינדער קיקען ארויף אויף וואס די עלטערן טיען און דאס מאכן זיי נאך,
על כן ווען מיין ווייב הייסט מיר לייגן די קינדער שלאפן לייג איך מיך אריין אין בעט שלאפן און ס'ארבעט ווינדערבאר! יעדן טאג ווען איך שטיי אויף צופרי זעה איך אלע מיינע קינדער שלאפן א מחי'... די מלמדים זאגן מיר אפילו אז זיי שלאפן אזוי גוט אויף אזוי ווייט אז אפילו אינמיטן פארלערנען שלאפן זיי איין...
סא קענסטו עס אויך טרייען...

אוועטאר
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

תגובהדורך והמבין יבין » זונטאג מאי 11, 2014 3:53 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:אויסער מעלעטאנע איז נישט עכט דא קיין עצה
ס'איז א דורכגאנג וואס רוב קינדער דייען דורך

??

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג מאי 11, 2014 4:08 pm

א ווייטעמין
ביי מעקסי הייסט עס מעלאטשא
און ביי לאנדא הייסט עס מעלעטאנין
גיי אריין צו עני העלט פוד סטאר וועסטו עס טרעפן
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג מאי 11, 2014 8:43 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:א ווייטעמין
ביי מעקסי הייסט עס מעלאטשא
און ביי לאנדא הייסט עס מעלעטאנין
גיי אריין צו עני העלט פוד סטאר וועסטו עס טרעפן

יאפ, דאס ארבעט וואונדערבאר, געוויסע ווילן זאגן אז עס איז נישט אזוי געזונט. עס איז שוין זיכער געווען דא א מדובר ערגעצוואו אויפן וועלטל ויבואו המלנקקים וילנקקו...
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

תגובהדורך והמבין יבין » מאנטאג מאי 12, 2014 11:48 am

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:א ווייטעמין
ביי מעקסי הייסט עס מעלאטשא
און ביי לאנדא הייסט עס מעלעטאנין
גיי אריין צו עני העלט פוד סטאר וועסטו עס טרעפן

פון דעם ווייסעך דאס איז גיט צו נעמען פאר אמאל אמאל אבער נישט אויף סטעדיבעיסעס נאך א נעצה ?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12632
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מאי 12, 2014 11:58 am

והמבין יבין האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:א ווייטעמין
ביי מעקסי הייסט עס מעלאטשא
און ביי לאנדא הייסט עס מעלעטאנין
גיי אריין צו עני העלט פוד סטאר וועסטו עס טרעפן

פון דעם ווייסעך דאס איז גיט צו נעמען פאר אמאל אמאל אבער נישט אויף סטעדיבעיסעס נאך א נעצה ?

פון WEBMD זעט אויס אז עס איז ניט שעדליך אויף סטעדיבעיסעס
אעפ"כ האלטען זיי אז מען זאל זיך שואל עצה זיין מיט א MD מברר זיין צי עס ניט דא אן ערנסטע סיבה
Capture.JPG

אוועטאר
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

תגובהדורך והמבין יבין » מאנטאג מאי 12, 2014 12:06 pm

קיקיון האט געשריבן:
והמבין יבין האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:א ווייטעמין
ביי מעקסי הייסט עס מעלאטשא
און ביי לאנדא הייסט עס מעלעטאנין
גיי אריין צו עני העלט פוד סטאר וועסטו עס טרעפן

פון דעם ווייסעך דאס איז גיט צו נעמען פאר אמאל אמאל אבער נישט אויף סטעדיבעיסעס נאך א נעצה ?

פון WEBMD זעט אויס אז עס איז ניט שעדליך אויף סטעדיבעיסעס
אעפ"כ האלטען זיי אז מען זאל זיך שואל עצה זיין מיט א MD מברר זיין צי עס ניט דא אן ערנסטע סיבה
Capture.JPG

די ערשטע פון די אויבדערמאנטע סייד אפעקט'ס ווען מ'רעדט פאר א יונג קינד ווערט שוין ביימיר קטאגאריזירט אלטץ שעדליך והמבין יבין

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג מאי 13, 2014 1:23 pm

והמבין יבין האט געשריבן:פון דעם ווייסעך דאס איז גיט צו נעמען פאר אמאל אמאל אבער נישט אויף סטעדיבעיסעס נאך א נעצה ?

כבוד הרב והמבין
נעכטן האב איך געהערט פון הרב הערשל מייזליש וואו איינער פרעגט טאקע דיין שאלה
און ער ענטפערט אז מ'זאל מאכן גוט טינקל אין שטוב וואס דורכדעם הייבט אן די גוף אליין צו פראדוצירן אייגענע מעלעטאנין
ער זאגט נאך מער אז בערך א שעה אדער א האלבע שעה פארן לייגן מאך טינקעלער און די גאנצע הויז וועט עס גיין נאך שנעלער
ע"כ דברי הרב
יעצט מיינע 2 צענט
פאר די לייגסט זיי אריין אין בעט זע אז זיי זאלן זיך גוט אויסבארדערן דורך טאנצען און שפרינגען וכדו' וועלן זיי ווערן גוט אויסגעמוטשעט
און נאך א זאך צינד אן א טעיפ וואס זיי האבן ליב דאס שלעפט גוט איין (אפילו גרויסע)
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20292
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מאי 13, 2014 1:41 pm

מיין עקספיריענס, ווענדט זיך ווי א קינד, יעדן שלעפט איין עפעס אנדערש.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מנוחה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2013 9:01 pm

תגובהדורך מנוחה ושמחה » דינסטאג מאי 13, 2014 2:24 pm

מעלעטאניען, איז א הארמאן וואס דער גוף גיבט ארויס, ווען עס קומט דער צייט צו גיין שלאפן. אנגעפאנגען פון שפעט נאכמיטאג גיבט שוין דער גוף ארויס דעם הארמאן, וואס מער צייט עס גייט פארביי, אלץ מער מעלעטאניען ווען דער גוף פראדאצירן, ביז אינימיטן די נאכט ווען עס קומט צו א מאקסימום. דערנאך הייבט דער גוף אן נאכצולאזן און מ'וועקט זיך אויף. דערפאר, אלטע אידן, וועקן זיך פריער אויף, וויבאלד זייער גוף הערט שוין פריער אויף צו פראדוצירן מעלעטאנען.
ווען א מענטש פארט איבערן ים, און דער ביילאגישע זייגער ווערט פארדרייט, דאן וועט דער גוף אנפאנגען צו פראדוצירן מעלעטאנען אין די נישט ריכטיגע צייט, וואס דא קומט דער סופלימענט - ווייטאמין - מעלעטאניען, און גיבט דאס פארן גוף ווען מ'וויל גיין שלאפן, אזוי טוט זיך דער בילאגישע זייגער צוריק דרייען.
ווען א קינד קען נישט איינשלאפן אין דער ריכטיגע צייט, מיינט דאס אז זיין/איר בילאגישע זייגער, איז עטוואס פארשפעטיגט געווארן מאיזה סיבה שהיא, דעריבער קען מען סופלימענטירן דאס קינד מיט אויסערליכע מעלעטאניען, צו "עדזשאסטן" דעם זייגער, און עס איז ראטזאם, אז ווען מ'גיבט דאס פארן קינד, זאל מען יעדן טאג רעדוצירן די דאזע דורכן צוהאלבן און צו פערטלען דעם פיל וכדו', אזוי וועט דער גוף זיך צוריקכאפן (דעת עצמו)
אבער עס איז נישט כדי צו גיבן אויף א רעגולער בעיסיס דעם סופלימענט, וויבאלד דאס וועט מאכן אז דער גוף זאל פארפוילערט ווערן, און וועט נישט געהעריג אנפאנגען אליין צו פראדאצירן מעלעטאניען.
וואס איז זיכער איז, אז עס איז נישט ראטזאם צו געבן מעלעטאניען פאר קינדער אינמיטן טאג, ווי למשל: שבת נאכמיטאג, ווען דער טאטע וויל כאפן א דרימל, ווייל דאס פארדרייט דעם זייגער אומזינסט.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג מאי 13, 2014 2:45 pm

איינע פון די וויכטיגסטע זאכען איז, מאך זיכער אז ס'קינד שלאפט נישט איין במשכ'ן טאג אפי' פאר איין מינוט, עס מאכט זיך אסאך אז קינדער שלאפען איין אדער און די קערידז אדער אויפן באס און דאס הארגעט די נאכט.
Normal is just a setting on the washing machine

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » דינסטאג מאי 13, 2014 2:46 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:און נאך א זאך צינד אן א טעיפ וואס זיי האבן ליב דאס שלעפט גוט איין (אפילו גרויסע)

מיין עקספיריענס האט געוויזן אז מיט א טעיפ שלאפט מען נישט איין
מען איז שטיל ביז די טעיפ ענדיגט זיך און דערנאך איז לעבעדיג פונקט ווי פריער
אבער עס ווענדט זיך ווי א קינד וויפיל קאפ מען לייגט צו צום טעיפ

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג מאי 13, 2014 2:59 pm

מיין טאכטער פלעגט גיין שלאפען מיט א טעיפ אבער איך האב אויפגעהערט, פאר צוויי סיבות איינס ווייל זי איז נישט איינגעשלאפען ביז די טעיפ האט זיך געענדיגט. און צווייטענס ווייל די דאקטאר האט געזאגט אז די סיבה פארוואס זי איז נישט געוועהן אויסגערוהט נעקסטע טאג ווייל אז מען הערט א טעיפ שלאפט נישט די מח איין אזוי שטארק.

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » דינסטאג מאי 13, 2014 3:08 pm

מנוחה ושמחה האט געשריבן:מעלעטאניען, איז א הארמאן וואס דער גוף גיבט ארויס, ווען עס קומט דער צייט צו גיין שלאפן. אנגעפאנגען פון שפעט נאכמיטאג גיבט שוין דער גוף ארויס דעם הארמאן, וואס מער צייט עס גייט פארביי, אלץ מער מעלעטאניען ווען דער גוף פראדאצירן, ביז אינימיטן די נאכט ווען עס קומט צו א מאקסימום. דערנאך הייבט דער גוף אן נאכצולאזן און מ'וועקט זיך אויף. דערפאר, אלטע אידן, וועקן זיך פריער אויף, וויבאלד זייער גוף הערט שוין פריער אויף צו פראדוצירן מעלעטאנען.
ווען א מענטש פארט איבערן ים, און דער ביילאגישע זייגער ווערט פארדרייט, דאן וועט דער גוף אנפאנגען צו פראדוצירן מעלעטאנען אין די נישט ריכטיגע צייט, וואס דא קומט דער סופלימענט - ווייטאמין - מעלעטאניען, און גיבט דאס פארן גוף ווען מ'וויל גיין שלאפן, אזוי טוט זיך דער בילאגישע זייגער צוריק דרייען.
ווען א קינד קען נישט איינשלאפן אין דער ריכטיגע צייט, מיינט דאס אז זיין/איר בילאגישע זייגער, איז עטוואס פארשפעטיגט געווארן מאיזה סיבה שהיא, דעריבער קען מען סופלימענטירן דאס קינד מיט אויסערליכע מעלעטאניען, צו "עדזשאסטן" דעם זייגער, און עס איז ראטזאם, אז ווען מ'גיבט דאס פארן קינד, זאל מען יעדן טאג רעדוצירן די דאזע דורכן צוהאלבן און צו פערטלען דעם פיל וכדו', אזוי וועט דער גוף זיך צוריקכאפן (דעת עצמו)
אבער עס איז נישט כדי צו גיבן אויף א רעגולער בעיסיס דעם סופלימענט, וויבאלד דאס וועט מאכן אז דער גוף זאל פארפוילערט ווערן, און וועט נישט געהעריג אנפאנגען אליין צו פראדאצירן מעלעטאניען.
וואס איז זיכער איז, אז עס איז נישט ראטזאם צו געבן מעלעטאניען פאר קינדער אינמיטן טאג, ווי למשל: שבת נאכמיטאג, ווען דער טאטע וויל כאפן א דרימל, ווייל דאס פארדרייט דעם זייגער אומזינסט.

גם אני מצטרף לזה

אוועטאר
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

תגובהדורך והמבין יבין » מיטוואך מאי 14, 2014 1:49 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
והמבין יבין האט געשריבן:פון דעם ווייסעך דאס איז גיט צו נעמען פאר אמאל אמאל אבער נישט אויף סטעדיבעיסעס נאך א נעצה ?

כבוד הרב והמבין
נעכטן האב איך געהערט פון הרב הערשל מייזליש וואו איינער פרעגט טאקע דיין שאלה
און ער ענטפערט אז מ'זאל מאכן גוט טינקל אין שטוב וואס דורכדעם הייבט אן די גוף אליין צו פראדוצירן אייגענע מעלעטאנין
ער זאגט נאך מער אז בערך א שעה אדער א האלבע שעה פארן לייגן מאך טינקעלער און די גאנצע הויז וועט עס גיין נאך שנעלער
ע"כ דברי הרב
יעצט מיינע 2 צענט
פאר די לייגסט זיי אריין אין בעט זע אז זיי זאלן זיך גוט אויסבארדערן דורך טאנצען און שפרינגען וכדו' וועלן זיי ווערן גוט אויסגעמוטשעט
און נאך א זאך צינד אן א טעיפ וואס זיי האבן ליב דאס שלעפט גוט איין (אפילו גרויסע)

שקויעך יאנקעלע אין אלע מגיבים

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מיטוואך מאי 14, 2014 11:03 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן: זע אז זיי זאלן זיך גוט אויסבארדערן דורך טאנצען און שפרינגען וכדו' וועלן זיי ווערן גוט אויסגעמוטשעט
און נאך א זאך צינד אן א טעיפ וואס זיי האבן ליב דאס שלעפט גוט איין (אפילו גרויסע)

א באד, העלפט אויך אז זיי זאלן בעסער שלאפן
א נויז מאשין
לייגן אין א באשטימטע צייט שלאפן יעדן טאג, ווערט זייער זייגער מסודר, אז זיי וועלן אליין ווערן מיד דעמאלטס.
בהצלחה

איי לי לולו איילילולו...
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג מאי 20, 2014 10:56 am

מיין טאכטער 4 יאר אלט האט די לעצטע וואך צייט, אז זי שטייט אויף 2 - 3 אונמיטען נאכט און זי צינדט אן די לעקטער כאילו מען שטייט שוין יעצט אויף, זי נעמט בוקס צו ליינען, אפי' נאכן צוריקלייגען שלאפען קען זי נאכאמאהל זיין אויף 4 אזייגער.

ווייסט איינער וואס מען קען טוהן פארדעים, אין וואס דעיס מיינט?
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » דינסטאג מאי 20, 2014 11:03 am

1. עקסערסייז - יעדער זאל ארומלויפן 10 מאל די גאנצע האל אהין און צוריק 20 מאל טאנצען 20 מאל זיך שנעל אראפזעצן שנעל אויפשטעלן ארום דרייען 18 מאל זיי זאלן ווערן גוט דיזי, וכו' ווא די ווילסט (יוא ווארטן זיי שוין אויף דעם ס'נעמט אינגאצן 4 מינוט
2. טינקל מאכן די רום (אבער לאזן אפען די טיהר (רום דארקענער- אלע לעקטער'ס ארום די רום לעש אויס
3.נויז מאשין

יוש שלאפן זיי

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » דינסטאג מאי 20, 2014 11:17 am

חכמים הזהרו!
איך האב אמאל געהערט פון א מומחה, אז די פשוט'ע סיבה פארוואס רוב גוים האבן שוואכע אדער פארשטאפטע קעפ איז ווייל די עלטערן-בעבי סיטער שטאפן זיי מיט כלערליי דראגס צו שלאפן זיין שטיל וכדומה, און דאס איז זייער שעדליך פאר די יונגע מוחות.
ענדערש ליידן אביסל פון וויינעריי וכו' (אזויווי דיינע עלטערן האבן פון דיר געליטן), און זאלן וואקסן געזונטע קינדער.
(אגב: איז וויכטיג געווארענט צו זיין ווען מען נעמט פרעמדע הילף!)

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דינסטאג מאי 20, 2014 11:29 am

פארוואס נישט פראבירען מיט די טראדישאן פון זינגען איילילאָלי??????

פארצייטישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 2:24 pm

תגובהדורך פארצייטישער יוד » דינסטאג מאי 20, 2014 11:43 am

מנוחה ושמחה האט געשריבן:מעלעטאניען,
וואס איז זיכער איז, אז עס איז נישט ראטזאם צו געבן מעלעטאניען פאר קינדער אינמיטן טאג, ווי למשל: שבת נאכמיטאג, ווען דער טאטע וויל כאפן א דרימל, ווייל דאס פארדרייט דעם זייגער אומזינסט.

איך האב געהערט אז מען וויל מכריח זיין שלאף, פרייטיג אינמיטען טאג מיט מעלעטאניען ווערן טייל קינדער דערפון זייער צורידערט און נערוועז וואס דויערט א טאג צוויי עס זאל אויסוועפן.
מיינט דאס אז עס איז א שעדליכער ווייטאמין? אויב נישט פארוואס ווערן קינדער דערפון אנגעצויגען.
-פנימי- בלתי מוגה כלל

אור
שר האלף
תגובות: 1606
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דינסטאג מאי 20, 2014 12:12 pm

פארציילן א מעשה העלפט שנעל

פרוביר
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 16, 2018 8:33 pm

תגובהדורך פרוביר » מאנטאג יוני 04, 2018 2:08 pm

אלעס אשכולות רעדט מען איבער עלטערע קינדער.

מיין איין יעריג קינד האט די לעצטע פאר וואכן באשלאסן אויפצושטיין בערך 12 אזייגער, ער באקומט צו עסן, אין דערנאך וויל ער מען זאל אים איינשלעפן אין וויגן פאר א האלבע שעה, ער קוקט ארים מיט אפענע אויגן ווי אינמיטן טאג.. אויב גייט די טאטע אדער מאמע ארויס פון שטיב הייבט ער אן צו וויינען....

די מאמע זאגט אז ער איז זאט, אין עס טוט אים גארנישט וויי,
וויאויך אויב שטייט מען לעבן זיין קריב וויינט ער נישט, נאר ער קיקט ארים..

מיין ווייב זאגט אז דאס קומט ווייל מען האט אים צוגעווינט אז מען שלעפט אים איין, זי האלט אז אויב מען וועט אים אפאר נעכט לאזן וויינען (אפילו פאר א שעה אין א צי) וועט ער זיך אויסלערנען אז מען ווייגט אים נישט, אין ער וועט איינשלאפן

מיין שאלה איז צוויי פאכיג
1) זאל מען וויגן א גאר קליין קינד אים אייצושלעפן? וועט עס אים אויסלערנמען אז מען מיז אים וויגן?
2) יעצט אז ער איז שוין צוגעוווינט, זאל איך אים טאקע לאזן וויינען אן אויפהער? זאל אים די מאמע נעמען אין בעט ? וכו' ?


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Waukesha און 7 געסט