"אלעס איבער וואקסינען"

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

Shuli
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

תגובהדורך Shuli » זונטאג אוקטובער 21, 2018 7:49 pm

מצפים לישועה האט געשריבן:
Shuli האט געשריבן:און אנדערע נייעס איז שוין דאס יאר דא אין איירופע 63 טויט פעלער פון די פשוט'ע פארקילאכץ וואס הייסט מיזעלס

יעדער שוואכע קראנקע מענטש וואס שטארבט, טאמער האט מען געטראפן און זיין בלאד טעסט מיזעלס, הייסט עס אז ער איז געשטארבן פון מיזעלס, אע״פ אז ער איז געשטארבן פון עפעס אנדערש.

רוב פון די טויט פעלער זענען אין פרימיטיווע ארימע לענדער אזוי ווי אוקריינע און ראמעיניע גריכנלאנד וכדומה, און בדרך כלל איז דאס קראנקע מענטשן.

אז דו זאגסט אזוי וועל איך דיר גלויבן

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » זונטאג אוקטובער 21, 2018 11:29 pm

וואַקסין איז מסוכן!
אסאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן איבער די וויכטיגע טעמע, סיי אין די אלגעמיינע פרעסע, בּלאָג-ספערע און סאשעל מידיא, ווי אויך אין אונזערע הויפן, אבער לאור די פרישע אויסבראכן אין אונזערע סביבות, וואלט לכאורה געווען א תועלת צו ענטפערן עטליכע טיפּישע טענות וואס ווערט כסדר געליפטערט אין פאליש (אדער ביים שייטל-מאכער...)

וואס איז די מעלה פון וואקסין?

עס איז א "פאקט" (באשטעטיגט דורך די "ווארלד העלטה ארגעניזאציע") אז וואקסינאציע העלפט ראטעווען זעקס מיליאן לעבנס יעדע יאהר, און האט געטוישט די וועג וויאזוי מעדעצין ארבעט איבער די וועלט. די WHO איז אינטערנאציאנאל-אנערקענט, און אנגעפירט דורך די יו.ען.

עס איז מערקווירדיג און גאר קריאוז וויאזוי די א.ג. "נאטירליכע" פאנאטיקס (באמערקונג: מיר רופן זיי "פאנאטיקס", נישט כדי צו ארויסברענגן די געפיהלן, נאר וויל עס זענען פארהאן נארמאלע מענטשן וואס קלויבן אויס א מער נאטירליכע לעבנ'ס שטייגער, אבער די פאנאטיקס נעמען דאס אויף א עקסטרעמע שטייגער) זענען כסדר פארנומען צו אייננעמען אלע ערליי אומבאשטעטיגטע "מיסט אין פלעשער" אלס "פּרעווענטיוו מעדעצין", אלעס ווייל זיי האבן דאס באקומען פון אן א.ג. "העלטה" געשעפט (אדער פון די שוועגערין וואס איז נאך קיינמאל נישט פארקילט געווארן...), אבער וועט נישט נעמען די איין מערסטע-קרעדירטע צוריקהאלט מעדעצין, וועמען עס איז צו באדאנקן פאר'ן אפשטעלן אדער איינצוימען די ערגסטע קרענק, ווי פּאָליאָ (קינדער-פּאַראַליז), טעטאַנוס (צַפֶּדֶת, פַּלֶּצֶת), די פלו (גריפּע), העפּאַטייטוס בּי., העפּאַטייטוס עי., רובּעלאַ (אדמת, דייטשע מאָזלען), היבּ (די העמאָפילוס פלו), מאָזלען (מיזעלס), וואָפּינג קאָף (פּערטוסיס), סטרעפּטאָקאָקוס לונגען-אָנצינדונג (פנוימוקוק), ראָטעווירוס (נגיף רוטה), מומפּס, טשיקענפּאַקס (אבעבועות רוח) און דיפטעריע (דִּיפְטֶרְיָה), אנטלויפן זיי דערפון וואו פון א צונאמי.

די יו.ען.'ס קינדער פאנד (יוניסעף) באשטעטיגט אויך אז וואקסינאציע האט געברענגט זיבן געפערליכע קרענק אונטער קאנטראל, ראטעווענדיג איבער ניין מיליאן לעבנס! פון א ברייטערע פראספעקטיוו, האט "די ווירדזש" מאגעזין צוזאמגעשטעלט א באריכט, אז וואקסינאציע האט שוין געראטעוועט כאטש 103 מיליאן לעבנס אין די לעצטע יאהר הונדערט!

דאס זענען נישט קיין מיינונגען אדער טעאָריעס, נאר באשטעטיגטע פאקטן. דערפאר איז באמת נישט נוגע אויב א גאנצע שטאב פון טויזענטער דאקטוירים, נורסעס, אדער אנדערע וואס האבן נישט אדורכגעפירט אזעלכע ברייטע שטודיעס (און ווייסן אפילו נישט וויאזוי צו דורכפירן א שטודיע) זאלן קומען און זאגן אז זיי גלייבן נישט דערין. עס וואלט געווען ווי די גאנצע בערג-קריכער קאמיוניטי זאלן ארויסקומען זאגן אז דער וועלט איז פלאך... אפילו זיי האבן פיזיש באטרעטן מער פיס-טריט אין די לענג און ברייט פון אונזער פלאנעט, האבן זיי נישט די סייענטיפישע און שכליות'דיגע צוגאנג צו האבן א ערנסטע מיינונג איבער די טעמע.

וואקסין ברענגט מאכט מער קראנק ווי זי היילט
אוטיזם

צענדליגע שטודיעס זענן שוין דורכגעפירט געווארן מיט'ן ספעציפישע ציהל צו באווייזן די שייכות צווישן וואקסינאציע און אוטיזם, א קרענק וואס שטייגט כסדר אין נומערן, אבער האבן נישט געטראפן קיין שום פארבינדונג, זערא! טא וואס גייט פאר? פארוואס שטייגן די פעלער פון אוטיזם?

עס זענען פארהאן דריי פארבינדענע סובות דערצו, וואס יעדער פאראינטערעסירטער קען פארשטיין:

די מעטאדן וויאזוי מען אנדעקט אוטיזם האט זיך גאר שטארק אויסגעברייטערט במשך פון די יאהרן, אז מען קען אנדעקן אסאך מער פעלער ווי אמאל.
די סטאנדארד אויף "וואס הייסט אוטיזם" האט זיך אויך גאר שטארק אויסגעברייטערט, צו די פונקט אז רוב היינטיגע אוטיזם פאציענטן (ווער רעדט נאך פון אוטיזם ספעקטרום) וואלטן געהייסן געזונט לויט די אריגינאלע סטאנדארדס.
די סטיגמא וואס האט צוריקגעהאלטן עלטערן פון צולאזן זייערע קינדער פון באקומען די אוטיזם דיאַגנאָסיס, גייט היינט שנעל אונטער, און מער און מער עלטערן וועקן זיך אויף און זוכן וואס איז בעסער פאר זייערע קינדער ווי איידער די כבוד המשפחה (שידוכים...)
ווי איר קענט זעהן, כאטש וואס עס דרייען זיך ארום לעגיטימע פראגעס, זענען פארהאן לעגיטימע ענטפערס, און מען דארף נישט צוקומען צו קיין קאָנספּיראַציע טעאָריעס.

אבער אפשר דאך?
מיט דעם אלעם, וויאזוי קען מען טאקע אפפרעגן די שרעק וואס אזויפיהל האבן אויפגעברענגט?

די פאקט אז - ווי אויבן דערמאנט - האבן קיין איין פון די שטודיע נישט געקענט טרעפן קיין שום פארבינדונג צווישן וואקסינאציע און אוטיזם, אריינגערעכנט שטודיעס וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן מיט די קרומע אנטשלאסנקייט צו טרעפן א פארבינדונג פאר סיי וועלכע פרייז, צייגט אז עס איז גארנישט פארהאן, פעריאד.

אויסער דעם, האט א מעגא-שטודיע פון 1.2 מיליאן באטייליגטע אין 2014, באשטעטיגט מיט קלארע באווייזן אז עס איז למעשה נישט פארהאן קיין שום פארבינדונג.

מעגליכע אלערגיעס
אן אנדערע טענה וואס ווערט געברענגט, איז איבער די מעגליכע "סייד אַפעקט" פון אן אלערגישע רעאקציע צו די וואקסין. מיר רעדן נישט איבער א פון-פריער-באוואוסטע אלערגיע וואס א פאציענט האט שוין באשטעטיגט, וואס דאן טאר דער פאציענט זיכער נישט נעמען קיין וואקסינאציעס וואס איז שעדליך פאר אים, גענוי ווי אנדערע וויכטיכע מעדעצינען וואס מען האט אן אלערגיע. אבער וואס טוט זיך מיט מעגליכע אויסשלאגן אדער ווער-ווייסט-וועלכע וואס מען האט נאכנישט אויסגעפונען?

איר האט מער ווי הונדערט מאל אזויפיהל שאנסן צו פארכאפט ווען דורך א בליץ, ווי צו באקומען א זייטיגע אַפעקט דורך וואקסינאציע. דאס זענען נישט קיין שפעקילאציעס אדער גוזמאות, נאר קלאר באשטעטיגטע פאקטן.

עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז ווען א פאציענט גייט דורך סיי וועלכע זייטיגע אַפעקט, וועט עס מאכן העדליינס אין די מידיא, צוליב די פאליטישע און אידעאָלאָגישע נאטור פון די דעבאטע, אבער ווען מיליאנען גייען אדורך מיט קיין שום זייטיגע אַפעקטן, וועט עס זיכער נישט מאכען קיין העדליינס... וואס זאל מען שרייבן? אז "משה'לע האט נעכטן באקומען זיין עם.עם.אר וואקסינאציע, און שפירט זיך גוט, ב"ה"?... דערפאר וועט זיך אלס שפירן, כאילו עס איז פארהאן א נעגעטיווע באריכט איבער די טעמע. די אייגענטליכע מעגליכקייט פאר א ערנסטע אלערגישע רעאקציע פון וואַקסין, איז בערך איינס אין א מיליאן., און וועט געווענליך געשעהן מינוטן נאך די שאַט, מסתמא זייענדיג נאך אין די דאקטאר'ס קאַבינעט. ווען דאס געשעהט, ווערט יעדע פאל שטארק געפארשט דורך די סי.די.סי. און אנדערע פעדעראלע העלטה אגענטורן, און וועט באקומען ברייטע דעקונג אין די מידיא, און נאכמער ביי די בלאָגס.

עס איז מערקווירדיג אז צוועלף פון יעדע צען טויזענט מענטשן וואס נעמען די פאפולערע אספּרין, ריזיקירן מיט ברעין העמאָרעדזש (מוח בלוטיגונג), ה"י. פון די וואס האבן נישט קיין קאלקולעטאר צו די האנט, איז דאס צוועלף הונדערט מאל אזויפיהל שאנסן פאר די טויטליכע מוח בלוטיגונג פון א אספרין וואו א ערנסטע רעאקציע פון וואקסינאציע. איר הערט נומערן?

דעוויד קעטץ, דער דירעקטאר פון די יעיל אוניווערסיטעט פּרעווענשאָן ריסורטש צענטער, האט געשריבן אז עס איז נישט מער שכל'דיג צו פארפירן איבער וואקסין צוליב וואס איר האט געהערט פון א געוויסע פאציענט וואס האט געהאט א רעאקציע, ווי אויפצוהערן גיין אויף די גאס צוליב וואס איר האט געהערט פון איינער וואס איז אפגעקלאפט געווארן דורך א קאר...

נאך טענות

די קרענק זענען אונטערגעגאנגן פאר די וואקסינען

די טענה פרובירט צו איבערשרייבן היסטאריע אז די קרענק האבן שוין געהאט אנגעהויבן צו פאלן נאר בעפאר די וואקסינען זענען איינגעפירט געווארן, דערפאר קען זי נישט נעמען קיין קרעדיט. דאס ווערט די מערסטע באנוצט קעגן די וואָפּינג קאָף (פּערטוסיס) וואקסין. דר. אייזיק גאלדען ווייזט א טשאַרט וויאזוי די ראטע פון די היסט איז שוין געווען גאנץ נידריג אין 1948, ווען די וואקסין איז געווארן איינגעפירט. כאטש וואס עס איז וואהר אז אין 1948 איז איינגעפירט געווארן די היינטיגע-באנוצטע די.טי.עי.פי. (אדער די.טי.פי.) וואקסין קעגן פּערטוסיס, איז אבער שוין געווען אנדערע וואקסינען דערקעגן זינט 1920. דערפאר איז די גאנצע טענה, א פּראָסטע שווינדל.

די וואקסינירטע קאמיוניטיס האבן נישט קיין בעסערע אויסזוכטן ווי די אומוואקסינירטע

מיר וועלן נאר ברענגן א קליינע אויסצוג פון די סייענס מעגאזין:
"עס איז נישט אז די וויירוס וואס לויפט ארום אין ניידזשיריע איז עפעס מער שעדליך; עס איז פשוט די שוואכע ראטע פון וואקסינאציע דארט וואס לאזט איבער אזויפיהל קינדער אויסגעשטעלט צו באקומען און פארשפרייטן די וויירוס. נעם אין באטראכט אז פאקיסטאן'ס צוויי שכנים, אינדיע און כינע, האב סוקסעספול געבויעט א 'אימיוניטי וואנט' דורך א שטארקע קאמפיין פאר וואקסינאציע."

אין אמעריקע, שרייבט פאפולער סייענס:
"די לעצטע אויסבראך אין די פאראיינגטע שטאטן פון מאָזלען, א פארמיידבארע קרענק וואס די מערב לענדער האבן שוין לאנג אויסגעראטן, האט זיך אנגעהויבן אין א ריזיגע קירכע אין טעקסאס ווי דער גלח פארפירט קעגן וואקסינאציע, ווי עס באריכטעט די יו.עס.עי טודעי."

סקארלעט פיווער איז אויסגעראטן געווארן אהן קיין וואקסין
דר. ראבין קראספארד טענה'ט אז סקארלעט פיווער (שָׁנִית) איז אויסגעראטן געווארן אהן קיין וואקסין. און עס איז אמת אז געוויסע קרענק קען אויסגעראטן ווערן דורך אנדערע מיטלען, אבער נישט אלע.

מיר האבן ליעב אונזערע קינדער

דאס איז א ספעציעלע נידריגע שלאג-ווארט. דאס איז צו זאגן כאילו די וואס וואקסינירן זייערע קינדער האבן ווייניגער ליעב זייערע קינדער, איז סתם ארויסגעזויגן פון פינגער.

אבער די איראָניע איז גאר טיעף, ווייל - אויב עפעס - קען מען זאגן אז אסאך פון די אנטי-וועקס זענען גאנץ אומזיכער מיט זייער א.ג. "פאקטן", אבער האלטן צוריק די וואקסינאציע פון זייערע קינדער צוליב זייער אידעאָלאָגיע, צו מאכן א פאליטישע שטאנדפונקט. ווער האט ליעב זייערע קינדער?!

ולא זו בלבד, נאר צוליב וואס איך האב ליעב אייערע קינדער, וואקסיניר איך מיינע קינדער, כדי זיי זאלן נישט קראנק מאכען אייערע אומוואקסינירטע קרענק-אויסגעשטעלטע קינדער...

אסאך דאקטוירים האלטן אויך אז עפעס איז שלעכט מיט וואקסין

עפעס דרייט זיך ארום א לינק צו א ראדיקאלער קאנאדישער מאגאזין "ארגאניק לייפסטיל מאגעזין", וואס בויעט אויף א השערה אז "נישט אלע" דאקטוירים האלטן פון וואקסינען. פרעגט זיך: וואס איז דען די נקודה? אז זיי האבן געטראפן עטליכע דאקטוירים וואס זענען יוצא מן הכלל? אויך מיר א דורכבראך... ווי די העלטה-פאנאטיק מעגעזין איז אליינס מודה, זענען רובו ככולו דאקטוירים איבער די וועלט פאר וואקסינאציע. האט דען איינער געמיינט אז דאקטוירים ווערן פאבריצירט אלס ראבאטן, אהן קיין דעת עצמם? עס איז זיכער נאטירלעך אז עס קומען ארויף געוויסע מענטשן אין יעדע טעמע מיט א מיינונג פארקערט ווי די אנגענומענע מיינונג, צי ווייל זיי זעהן עס אנדערש לויט זייער אייגארטיגען לעבנ'ס-שטייגער, צי ווייל זייער כאראקטער גלייכט אייביג צו זיין א מעוועריק מיט א איפכא מסתברא'דיגע צוגאנג.

ברענגט דאס א שטיקל אפשוואכונג צו די וועלט'ס אנגענומענע פראפעציאנאלע מיינונג? זיכער אז נישט. נאכמער, ווי מיר וועלן באלד ארויסברענגן, ווייזט דאס איז עס איז סתם נגיה פון געוויסע צו אויסשרייען זייערע התנגדות, נאר כדי צו באקומען אביסל אנערקענונג (אטענשאן בלע"ז).

אסאך דאקטוירים וואקסינירן נישט זייערע אייגענע קינדער

די אנטי-וועקס טענה'ן, אז "אסאך" דאקטוירים וואקסינירן נישט זייערע אייגענע קינדער. עס איז אומרעאליסטיש צו אפענטפערן אזא טענה אהן דעם וואס יענער זאל ברענגן פאקטישע באווייזן עס צו קענען איבערקוקן, און נישט סתם "איך אליינס האב גערעדט צו צענליגע דאקטוירים"...

אבער, מיט די הילף פון דעם רופא חולים, האבן מיר געפונען (נאך א איין-סעקונדע'דיגע גוגל זוך) א פאקטישע שטודיע, דורכגעפירט דורך נאציאנאלע איסטיטוט אוו מעדעצין, וואס צייגט אז איבער ניינציג פראצענט דאקטוירים גיבן יא אלע וואקסינאציע פאר זייערע קינדער, ספעציעל די דאקטוירים וואס ספעציאליזירן זיך מיט קינדער (פּידיעטרישאָנס). נאך מער, מער און מער דאקטוירים ווארפן אוועק פאציענטן וואס אנטזאגן וואקסינאציע מיט נישט-מעדעצינישע תירוצים (אלערגיע, א.ד.ג.), און די אמעריקאנער אקאדעמיע פון פידיעטריקס איז שוין ענדליך מסכים אז די פראקטיק פון אוועקווארפן איז ערלויבט (נאכדעם וואס דער דאקטאר האט ערשט פראבירט מיט שיינעם).

ווער זענען די אנטי-וועקס דאקטוירים?

פאר מיר ענדיגן די ארטיקל, וועלן מיר אראפברענגן עטליכע אנטי-וועקס פירער וואס זענען דאקטוירים, און פארשטיין פון וואו זיי קומען...

כמעט אלע פון די דאקטוירים וואס שטעלן זיך אנקעגן וואקסינאציע, ליידן פון א מחלה וואס ווערט גערופן אטענשאניירעס, א שטארקע געברויך פאר אויפמערקזאמקייט. איר וועט נישט טרעפן זייער נאמען אין פּאָב-מעד, א וועבסייט וואו עס ווערט געברענגט די צענדליגע - אויב נישט הונדערטער - פאפירן פון אלע ערנסטע דאקטוירים איבער זייערע ערפינדונגען, טעאריעס, עקספיריענס, א.ד.ג.

דר. ראסעל בלעילאק
דר. בלעילאק איז דערקעגן נאר קעגן געוויסע וואקסינען, א שטייגער ווי די שוויין-פלו (H1N1) וואקסין. צו גיבן א באגריף ווער דער הויכגעשעצטער דאקטאר איז, איז ווערד צו דערמאנען אז פינף און א האלב יאהר צוריק האט ער אינדארסירט די כעמטרעיל קאנספיראציע טעאריע (וואס האלט אז די רויך ליניעס וואס מען זעהט ארויסקומען פון פליגערס אין די הייעך, איז טייל פון א געהיימע קאנספיראציע צו פארשפרייטן כעמיקאלן צו קענען קאנטראלירן מענטשן...) אויב שפירט איר אז דער טעאָריע איז פארלעסליך, דאן קען מען פארשטיין אייער שרעק צו וואקסינאציע...

דר. דזשעי ען. גאָרדאָן
דר. גאָרדאָן זאגט אויך אז ער איז נישט קעגן וואקסינאציע (צי ווייל ער האלט טאקע אזוי, צי ווייל ער וויל קענען זאגן אז אפילו נישט אנטי-וועקס פאנאטיקס האלטן אויך אזוי...), און זאגט נאר אז ער האלט אז עס פעלט אויס א אפענע דעבאטע. אדרבה!

דר. סוזען האמפריעס
די וועבסייט "מעדיום" האט געשריבן א לענגערע ארטיקל, אויפווייזענדיג שורה ביי שורה וויאזוי דר. האמפריעס זאגט ליגנט איבער וואקסינען, ווי אז מאָזלען איז א "נישטיגע מחלה" מיט "מינימאלע טויטן" און די אנטי-מאָזלען וואקסין העלפט נישט קעגן אלע "סטרעינס", "ברענגט קרענק", קען "פארקריפלען" אדער אפילו "הרג'נען" ווער עס נעמט איר, האט נישט קיין שייכות מיט די דראמאטישע אונטערגאנג פון די מחלה, א.א.וו.

דר. שערי טענפּעני
אין א קורצע דריי מינוט'דיגע אויסצוג פון א אינטערוויו, זאגט דר. טענפּעני, א "דאקטאר" וואס האט נאך קיינמאל נישט פובליצירט קיין פאפיר אין איינע פון די פרעסטיזשפולע פובליקאציעס (ווי די שטייגער פון סיי וועלכע דאקטאר וואס האט זיך באטייליגט אין א שטודיע, אפילו אויף א קליינע שטאפל), און פראקטיצירט שוין נישט קיין טראדיציאנאלע מעדיצין פאר יאהרן (כאטש זי זאגט אז יא אויף איר וועבזייטל), אז זי איז נישט קיין סייענטיפישער פארשער.

זי זאגט אז זי "האלט" אז מען "קען" אדורכפירן א שטודיע וואס וועט "מעגליך" ווייזן אז אומוואקסינירטע קינדער פארפאסן ווייניגער שולע, וואס - לויט איר - "קען אויסגעטייטשט ווערן" אז זיי זענען געזונטערע קינדער. ווען דער אינטערוויוער האט איר געפרעגט היתכן טענפּעני האט פארפאסט די "גאנצע דריטע קלאס" (?!), האט זי געענטפערט אז זי איר געווען קראנק, און דאן אנגעהויבן צו דרייען מיט די צינג אז "עס איז גוט געווען" (צו זיין קראנק), און אז זי איז נישט קיין סייענטיפישער פארשער (אין אנדערע ווערטער: פרעג נישט אריין...)

פאר די רעקארד, דר. טענפּעני האט קיינמאל נישט באקומען קיין עם.די. (MD) לייסענס, און האט נאר באקומען די די.או. (DO) לייסענס (וואס באשטייט פון א מישונג פון טראדיציענאלע מעדעצין צוזאמען מיט האליסטישע און אָסטיאָפּאַטישע פילאזאפיע).

[געוועזענער...] דר. ענדרו וועיקפיעלד
הקדמה: מיר וועלן אביסל אויסברייטערען די באשרייבונגען ארום דעם נאמען, צוליב די וויכטיגקייט וואס זיין פארלעסליכקייט אדער אומפארלעסליכקייט ברענגט צו די טעמע.

ענדרו וועיקפיעלד איז דער פארשעמטער פארשוין אויף וועם אלע אוטיזם טעאָריקערס בויען, צוליב וואס ער האט דורכגעפירט די איינציגסטע שטודיע וואס האט טאקע געוויזן א פארבינדונג צווישן וואקסינאציע און אוטיזם.

א פארבינדונג האבן מיר געשריבן?! א שטודיע האט דאס באוויזן?! יא, אבער עס איז אויפגעדעקט געווארן אלס א פאלשע שטודיע, א פאלנער שווינדל, געטריבן געווארן פון געלד-גייטיגקייט און כבוד-זוכעריי.

לאמיר אנהייבן פון אנפאנג, אבער ערשט איבער די טרעמינען: ענדרו וועיקפיעלד איז א אומאָנגעקלאָגטער קרימינאַל וואס איז נישט קיין דאקטאר זינט ער האט פארלוירן זיין לייסענס. ומעשה שהיה כך היה:

מיט א טאטע און מאמע ביידע דאקטוירים, איז ענדרו געווארן א גאַסטראָענטעראָלאָגיסט. אין 1998 האט ער געשריבן א פאלשע שוין-צוריקגעצויגענע ריסורטש פאפיר באשולדיגענדיג אז עס איז פארהאן א פארבינדונג צווישן וואקסינאציעס און אוטיזם. נאכדעם וואס ער האט פובליצירט די פאפיר, האבן אנדערע פארשער נישט געקענט רעפּראָדוצירן די זעלבע רעזולטאטן (א יסוד אין סייענטיפישע שטודיעס, און די קאנטראסט צווישן א טעאריע און א באווייז) אדער באשטעטיגן זיינע געפונסן. א 2004 אויספאָרשונג דורך די "סאָנדעי טיימס" רעפארטער ברייען דיר, האט אויפגעדעקט א פינאַנציעלע "קאָנפליק אוו אינטערעסט" (ניגוד עניינים) פון וועיקפיעלד. נאך די אויפדעקונג, האבן מערסטענס מיטשרייבער פון זיין שטודיע צוריקגעצויגן מיט זייער שטיצע צו די פאפיר און פון די שטודיע רעזולטאטן.

די בריטישע גענעראלע מעדיצינישע קאונסיל (GMC) האט אויסגעפארשט די קאנפליקט סקאנדאל, ספעציפיש קעגן וועיקפיעלד און צוויי מיטארבעטער. די אויספארשונג איז געווען קאנצענטרירט איבער ברייען דיר'ס פולע אנדעקונגען, אריינגערעכנט אז קינדער וואס האבן אנטייל גענומען אין די שטודיע זענען געווען אויסגעשטעלט צו אומנויטיגע שווערע מעדעצינישע פּראָצעדורן ווי קאָלאָנאָסקאָפּיס און לאָמבאַר פּונקטורס (ספּיינעל טעפּ), און אז וועיקפיעלד האט נישט באקומען די נויטיגע באשטעטיגונגן צו דורכפירן די שטודיע. אום י"ג שבט תש"ע האט די פינף-מיטגליד דזשי.עם.סי. טריבונאַל אים געפונען שולדיג מיט צענלדיגע קלאגעס, אריינגערעכנט פיר קלאגעס פון אומאָרענטליכקייט, און צוועלף קלאגעס פון אביוז פון אומגעזונטע קינדער. די פּאַנעל האט געאורטיילט אז וועיקפיעלד איז דורכגעפאלן מיט זיין אומ'אחריות'דיגע באהאנדלונגען, זיך געפירט קעגן די וואוילזיין פון די פאציענטן, געווען פארפיריש און שווינדלעריש מיט זיין ריסורטש.

די וועכענטליכע "לאנסעט" פובליקאציע האט צוריקגעצויגן די פאפיר, באזירט אויף די דזשי.עם.סי.'ס אויפדעקונגען, שרייבענדיג אז די עלעמענטן פון די נאטיצן זענען געווען געפעלשט. דריי מאנאטן שפעטער האט די בריטישע מעדיקעל רעדזשיסטער (וואס פארוואלטעט אויף מעדיקעל לייסענס אין ענגלאנד) אים אראפגעווארפן, שרייבענדיג אז ער האט געפעלשט מיט בייזוויליגע צוועקן, און איז פארבאטן געווארן פון פראקטיצירט מעדעצין אין ענגלאנד.

אין יאנואר 2011, א לייט-ארטיקל וואס האט באגלייט ברייען דיר'ס ארטיקל, האט געשילדערט וועיקפיעלד'ס ארבעט אלס א ברייט-פארצווייגטע שווינדל.

פארוואס האט ער אדורכגעפירט אזא פארפירישע און שעדליכע שווינדל? וואס איז געווען די קאָנפליק אוו אינטערעסט? ווי די סאָנדעי טיימס האט אויפגעדעקט, האט א לויער געארבעט מיט עלטערן פון צוועלף פון די קינדער אין וועיקפיעלד'ס שטודיע צו קלאגן די עם.עם.אר. וואקסין פירמע, און זיי האבן געדארפט א שטודיע וואס זאל קענען באווייזן די פארבינדונג צווישן וואקסינאציעס און אוטיזם.

דר. גערהארד בוכוואלד
דער דייטשער דאקטאר האט געדריקט עטליכע ביכער און פאפירן קעגן וואקסינאציעס, ארייגערעכנט "וואקסינאציע: א געשעפט באזירט אויף שרעק" און "די וואקסינאציע נאן-סענס".

דר. אַרכיוויידס "אַרטשי" קאַלאָקעריינוס
דר. קאַלאָקעריינוס האט געגלייבט אז וואקסינען זענען גענוצט געווארן צו אויס'הרג'נען גאנצע סעקטעס אין אוסטראליע, און איז שולדיג פאר'ן פארשפרייטן די שוידערליכע עידזש.איי.ווי. וויירוס אין אפריקע. ער האט געזאגט אז די אמעריקאנער רעגירונג פלאנירט צו נוצן וואקסינען צו אויסראטן טיילן פון איר באפעלקערונג, ווי קרימינאלן.

דר. ראבערט מענדלסאהן
דר. מענדלסאהן ווערט באטראכט אלס דער ערשטער אנטי-וועקס קינדער דאקטאר, און איז אויך געווען קעגן די אולטעסאַונד טעסט, די קאָראָנערי בייפּעס אַפּעראַציע, פארלאנגען לייסענס פאר נוטרישאָניסטס, און סקירינגס קעגן ברוסט קענסער. ער האט אויפגעטרעטן אויף די טעלעוויזיע איבער פינף הונדערט מאל, און געשריבן פינף ביכער איבער די טעמע.

דר. דזשעי בּאַרט קלאַסען
די אמעריקאנער קאונסיל אוו סייענס און העלטה האט געשרבין איבער דר. קלאַסען'ס מיינונגען:
"די באשולדיגונגען האט נישט קיין שום סייענטיפישע יסוד. די פארבינדונג צווישן וואקסינאציעס און אוטיזם, איז שוין עטליכע מאל אויפגעוויזען געווארן אלס פאלש זינט עס איז ערשט פארגעשלאגן געווארן דורך וועיקפיעלד. די אונטירשטע שורה איז אס עס איז נישט פארהאן קיין שום פארבינדונג צווישן וואקסינאציעס און אוטיזם. מיר פאדערן פון די פובליקום זיך נישט צוהערן צו די געדאנקן פון די אנטי-וועקס באוועגונג, און טוהן וואס איז בעסער פון די ציבור און זיך וואקסינירן."

דר. רעימאָנד אָבּאָמסאַווין
דר. אָבּאָמסאַווין גלייבט אויך אז וואקסינען האבן געברענגט די שוידערליכע עידזש.איי.ווי. וויירוס. די ארגאניזאציע "סייענס-באזירטע מעדעצין" שרייבט אז ער איז אומאויפריכטיגע אויבער-חכם.

דר. פיליפּ אינקאַאָ
דר. אינקאַאָ, אויך א עידזש.איי.ווי. פארלייקענער, האט געהאט א טייל אין פארנאכלעסיגן דאס לעבן פון עטליכע פאציענטן מיט די טויטליכע וויירוס, אריינגערענט דאס געבן אנטיביאטיק פאר א קליין קינד מיט די וויירוס (וואס ברענגט א זיכערן טויט; זעה א פּאַלמעסונג באריכט).

דר. גיילעין לענקטאַט
דר. לענקטאַט האט פארלוירן איר מעדעצינישע לייסענס אין קאנאדא, און איז אנטלאפן קיין פלארידע. זי גלייבט אז ציוני'סטישע פינאנצירער פירן אן די מעדיצינישע אינדוסטריע.

אנדערע
מען קען אזוי אנגיין מיט יעדע נאמען אויף די אנטי-וועקס ליסטע, און געווענליך וועט מען טרעפן איינעם מיט אויפגערודערטע דמיונות, מעדעצינישע סקאנדאלן, פארלוירענע לייסענס, דורכגעפאלענע שטודיעס, א.א.וו.

הצד השווה שבהן, שדרכן להזיק ושמירתך לא עליהם.

געשריבן דורך ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס

בלויע טינט
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:30 pm

תגובהדורך בלויע טינט » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 12:43 am

שיינע ארבעט. פשוט ממש א שאד אז די שורות זענען עפעס צומישט...
נישט רויט און אויך נישט שווארץ, נאר בלוי...

תוספות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

א שטודיע וואס צייגט קלאר די שטארקע שעדליכקייט פונעם מיזעלס וואקסין.

תגובהדורך תוספות » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 12:55 am

Results. A total of 48 children, ages 10 to 49 months, met the inclusion criteria after receiving measles vaccine, alone or in combination. Eight children died, and the remainder had mental regression and retardation, chronic seizures, motor and sensory deficits, and movement disorders. The onset of neurologic signs or symptoms occurred with a nonrandom, statistically significant distribution of cases on days 8 and 9. No cases were identified after the administration of monovalent mumps or rubella vaccine.

Conclusions. This clustering suggests that a causal relationship between measles vaccine and encephalopathy may exist as a rare complication of measles immunization
http://pediatrics.aappublications.org/c ... ocal+token
לעצט פאראכטן דורך תוספות אום מאנטאג אוקטובער 22, 2018 2:27 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

תוספות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 1:55 am

עס איז דא קלארע באווייזן אז וואקסין אינגרידיענטס ברענגען אויטיזם.
קוק דא, און דא,
און דא, און דא, און דא, און דא. ויש עוד.

Picture2autism-500x500.png
Picture2autism-500x500.png (98.19 KiB) געזעהן 416 מאל

עס איז דא קלארע באווייזן אז וואקסינען האבן נישט צוגעהאלפן דאס מינדעסטע צו מינערן די טויט ראטע פון מחלות.
קוק דא, און דא, ויש עוד.

vaccine_-_disease_decline.png
ציפערן פון אויסטראליע.
vaccine_-_disease_decline.png (64.97 KiB) געזעהן 412 מאל

US-1900-1965 (1).gif
ציפערן אין אמעריקע.
US-1900-1965 (1).gif (12.06 KiB) געזעהן 404 מאל

דר' ענדראו וועיקפיעלד איז נישט באגאנגען קיין שום פעלער.
קוק דא, און דא, און דא,

וכו' וכו' די גאנצע ארטיקל וואס דעפרעסט האט געברענגט, איז געבויט סך הכל אויף בלויזע ליגנטס.

{חוץ אפאר געציילטע אמת'ע פאקטן וואס ער ברענגט אראפ פון דאקטוירים וואס האקן אויף וואקסינען..}
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

תוספות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 4:13 am

polio-cases-1937-2013b.PNG
פאליא אין אמעריקע.
polio-cases-1937-2013b.PNG (40.03 KiB) געזעהן 401 מאל
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

אוועטאר
נתן אייזיקסאן
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 9:29 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך נתן אייזיקסאן » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 9:08 am

דעפרעסט האט געשריבן:וואַקסין איז מסוכן!

גענומען פון אידישע נייעס

תוספות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 10:56 am

דער ארטיקל פון ישי שאלאמאן איז א חידוש שבחידושים וויאזוי מען קען אין איין ארטיקל צוזאמווארפן אזויפיל ליגנטס.

A lie repeated a thousand times is still a lie, but people start believing it

Joseph Goebbels -
קוק דא,
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 2:02 pm

תוספות האט געשריבן:דער ארטיקל פון ישי שאלאמאן איז א חידוש שבחידושים וויאזוי מען קען אין איין ארטיקל צוזאמווארפן אזויפיל ליגנטס.

A lie repeated a thousand times is still a lie, but people start believing it

Joseph Goebbels -
קוק דא,

ער פלאפעלט פשוט נאך וואס די באצאלטע פון די פארמעסוטיקל קאמפעניס זאגן, וואס איז די חידוש.
פונקט ווי מיליאנען מענטשן האבן געגלייבט אין היטלער און אין סטאלין כאטש זיי זענען געווען מאסן מערדער, אז מען האט די מידיע אין די הענט קען מעו פארקויפן פארן עולם סיי וואסערע שטות, עס האט נישט קיין גבול.

עס איז מיר גיט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

תגובהדורך עס איז מיר גיט » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 2:37 pm

ואענה בזה גם אני את חלקי, ובזה החלי

מצפים לישועה האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:צום שלוס:

אויב זיי וואלטן מודה געווען אז סדא א חשד אז וועקסינס קען ברענגען כל מיני מחלות אזוי ווי ברענעדין הילי מיט די iom זאגן, און אעפ"כ זאגן זיי אז סאיז כדאי, דעמאלט איז דא פון וואס צו רעדן, און יעדע איינער קען זיך אליין מאכן א חשבון צו איז בעסער א קיינער ריסק פון אוטיזם און עפילעפסי מיט נאך א גאנצע רשימה פון שווערע מחלות וואס דער iom זאגט אז סאיז מעגליך אז וועקסינס איז עס גורם, אדער וויל מען בעסער נעמען א ריסק צו באקומען פלו מיט מיזעלס, אבער וויבאלד זיי זאגן אז דער לינק פון אלע וועקסינס צו אוטיזם איז הונדרעט פראצענט אויסגעשלאסן, און אז סאיז הונדרעט פראצענט סעיף, זעהט מען דאך אז זיי רעדן און די וועלט אריין און זיי זענען פשוט געברעינוואשט פון מוגזם׳דיגע אינפארמאציע וואס מהאט זיי געברעינוואשט און מעדיקל סקול מיט האלבע אמת און מוגזם׳דיגע אינפארמאציע.

אזוי גאר, יכנסו דבריך באזניך

איך האב פינקט לעצטנס גערעדט מיט איינעם וועגען דעיע נושא, אין איך האב ממש געטהנט די ווערטער, דער אמת איז איך האב נישט אזוי גוט דורכגעטון דעיע נושא, אבער ווען מען טהנט אז די וואקסין קענען גורם זיין side effects הער איך, אבער פארוואס דארפן דעיע אלע זאגען אז עס טוט גארנישט אויף אין עס איז גארנישט ווערט,עס קען דען נישט זיין אז עס זאל אויפטון און אפילו אזוי גורם זיין די אלע זאכען??

עס איז נישט מסתבר אזא זאך, אז אלע דאקטורים זאלען עס הייסען געבען אין עס זאל גארנישט זיין ווערט, (אגב פון די זעלבע חברה האב איך געהערט אןיף געוויסע מעדעצינען וואס זענען נאכנישט approved ביי די fda אז בעצם איז עס זייער גוט, נאר די fda approved זייער שווער זאכען)
פון דעם זעה איך קלאר אז מען זיכט צו שטיפן א אגענדע

מקבל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 2:42 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

בקיצור נמרץ: האמיר שוין געזאגט לכתחילה איז די עצם קלינישע אינהאלט און סעיפטי פון וואקסינען איז עפעס וואס איך האב נישט קיין השגה דערינען, זילטש. בלית ברירה מוז מען הערן וואס אלע דאקטוירים (חוץ די היפנאטיסטן טשאקאלאד דעקאריסטן און כינעזער האניג האלסעילערס) זאגן, און אלס חיוב פון השתדלות און ונשמרתם.

די גאנצע שמועס דא איז באזירט אויף טאקטיקן און פלפולים פון די אנטי ניקים וועלכע טרייבן קאטאוועס פונעם ציבור ווי אלע אנדערע קאנספיראציע פעדלער וואס שרייען געוואלד אז די וועלט ווערט חרוב פון די היינטיגע זילבער פעיפער, מעהל, קיען מילך, ציגן מילך, סאי מילך, צוקער, ברויט, קארן, פלעסטיק, ציין-פוץ, זייף, שעמפו, שטרויס, וואסער, לופט, פלייש, רייז, עפל דזשוס, טונא, סעלמאן, אייער, טשיקן, פאטעיטא, וכו' וכו'. קענסט נעמען יעדע פראדוקט אין גראסערי, און טרעפן ביי "הונדערטער" וועלט בארימטע דאקטוירים פון "גוגל" א טוץ "סייענטיפישע" "פארשונגען" - מיט "טויזנטער! קראנטע מעשיות" פארוואס זיי זענען טאקע שעדליך און די קארופטירטע רעגירונג-דאקטוירים-מוסדות-עלטערן ווילן נעבעך נישט הערן דערפון.

איינער האט געזאגט אז ס'איז נישטא אמאל קארופציע ביי דאקטוירים און רעגירונגען?
איינער האט געזאגט דאקטוירים מאכן נישט קיין טעותים אדער האבן נישט קיין פויסט-נערוועזע דעבאטעס אפילו יעדן טאג?
יעדער ווייסט וויפיל שווערע בריען זענען שוין געווארן אויסגעהיילט דורך רויע פאטעיטא!
יעדער ווייסט אז אסאך שטודיעס, למשל אייער און קאווע, טוישן זיך פון צייט צו צייט אפילו מקצה אל הקצה.
יעדער ווייסט אויך וויפיל פארמאסוטיקל קאמפאניס זענען שוין געגאנגען טאטאל באנקראט ווייל די "קארופטירטע" מידיע און רעגירונג באאמטע האבן געכאפט שעדליכע זאכן און/אדער שווינדל און ארויסגעפירט יענע פירמעס פון ביזנעס בחרפות ובושות. וויפיל צענדליגער "ביליאנען" דארפן פארמאסוטיקל קאמפאניס צאלן אין קנסות, יאר נאך יאר, אויף זאכן וואס זענען בלויז א מיליאנסטל פון די זאכן וואס די אנטי ניקים ווארפן אויף וואקסינען?

סך הכל, ביי קיין שום אנדערע מעדיצינישע זאך איז נישטא אזא איינשטימיגקייט ווי אויף וואקסינען. ס'איז נישטא קיין דעבאטע אפילו. וועמען שטעלט מען קעגן וועמען?

ווילסט רעדן איבער וואקסינען באמת? ווען מ'וועט אוועקלייגן אלע שקרים, אויסטראלישע טשארטס, "בייעס" פון דר. ווערצבערגער, זינלאזע פלפולים און פליקעס, ניגונים פון רציחה וכו', און ברענגען אפאר נארמאלע לייסענסד MD און רעדן צו דער זאך אויף כלומרשטע "קלינישע שעדליכקייט" פון וואקסינען אן קיין נגיעות און מיט קראנטע באווייזן, קען מען אנהויבן צו רעדן. קען זיין ס'איז דא ווייטאג חלילה, ד' ירחם, אבער די ווייטאג ווערט נישט געלעזט אדער פארמינערט דורך רעדן פון פערדן פלייש אלס מעדיקל אינגרידיענט ווייל אלע מעדיצינען האבן "פאני" און אפילו ארגערע זאכן דערינען, און אויך נישט דורך באשייגעצן די גרעסטע און פארלעסליכסטע דאקטוירים ביים היימישן ציבור, אדער דורך אנדערע הבל-הבלים וואס קומט בכלל נישט אריין.

אז מ'וויל באמת לוחם זיין קעגן עפעס וואס מאכט אזא כלומרשטע חורבן ווי וואקסינען, אדער אפילו א מיליאנסטל דערפון, זענען דא נארמאלע וועגן אן זיך אראפלאזן צו טשאקאלאד היפנאטיזם. אנטשולדיגט פאר'ן אנכאפן דעם יעניגן נאכאמאל און נאכאמאל, אבער באזירן א וועלט'ס קריג קעגן וואקסינען און די גאנצע מעדיצינישע און אידישע וועלט, אויף אזא מין אלטערנאטיווע עלעמענט, ווייזט ווער עס מאכט דא "פאן" פונעם ציבור.

אגב, שפעטערדיגע הוספה. דר. סטיווען ניסען איז איינער פון די 10 גרעסטע הארץ דאקטוירים אויף דער וועלט, אבער ער איז אויך איינער פון די פארפיינטסטע עלעמענטן ביי אסאך קרייזן אין די מעדיצינישע וועלט, ווייל ער רעדט זייער אפען און שארף קעגן (אין זיין מיינונג) "קארופציע." זאל זיין קאלעגעס, קאמפאניס, שפיטעלער, רעגירונג, ער שוינט נישט קיינעם. ווען ער האלט עפעס טויג נישט אין מעדיצין אדער העלט קעיר, גייט א מיסיל. אבער נאך אלץ האט ער א געוואלדיגע רעספעקט, און איז נאך עד היום פון די גרעסטע אין קארדיאלאדזשי. אויב וואקסינען וואלטן געווען א מיליאנסטל שעדליך ווי די היפנאטיסטן זאגן, וואלט שוין געווען איינער, אדער טויזנט, אזעלכע דאקטאר ניסענס צו גיין אין מלחמה. מיט וועמען טענה'ט מען זיך דא בכלל?

ס'קען זיך דאכטן אז די מיינסט אז די גאנצע אנטי מאוומענט באשטייט פון איינער מיט צוויי ניקס אויף אייוועלט און א טשאקאלעט היפנעטייזער,

מקבל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 2:43 pm

Kosher Travel האט געשריבן:צום שלוס:

די main stream פרומע דאקטוירים וואס באהאנדלען טויזענטער אידישע קינדער אין מאנרוי, מאנסי, לעיקוואוד, ווילאמסבורג, בארא פארק זענען אלע פרא וואקסין. נישט נאר פרא, נאר זאגן אז עס ראטעוועט לעבענס. זיי זענען אלע אומוויסנד אדער אונטערגעקויפט פון די מעדעצינען פאבריקאנטן, אדער האבן זיין מורא פאר זייער לייסענס. זיי גייט נישט אהן אז זיי זענען עובר אויף רחיצה איעדן טאג. (Sarcasm Alert).

אלע main stream נייעס קוועלער זענען פרא וואקסין. איך רעדט פון א שטייגער ווי prestige נייעס גרופעס ווי Forbes, Time וכו. ווער נאך ווי די נייעס אגענטורען ווילען דען נישט א גיט שטיקעל scandal אין די רעגירונג. זיי זענען דאך די ערשטע צו אינוועסטיגעיטען קראופציע אין די רעגירונג. אבער זעהט זיך אויס אז זיי זענען אויך אלע אונטערגעקויפט.

וועלכע שלוס?

מקבל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 2:43 pm

Kosher Travel האט געשריבן:בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מ'מוז געבן פאר די קינדער די וואקסינען וואס די דאקטורים פארלאנגען

http://www.breslevcenter.com/letters/ממ ... -פארלאנגען

בעזרת ה' יתברך

ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן

לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש ברסלב.

לאז וויסן פאר אלע עלטערן אז מען דארף געבן פאר די קינדער די שאטס וואס די דאקטורים פארלאנגען, ווייל עס דרייט זיך ארום יעצט מיזעלס און דאס איז א גרויסע סכנה. די שטאט האט יעצט פארמאכט א מוסד אין מאנסי צוליב דעם און אויך דא ביי אונז אין שטאט איז דא א תלמוד תורה וואס די קרענק האט זיך אריין געכאפט ביי זיי.

בכלל איז זייער וויכטיג פאר מען נעמט אן קינדער אין חדר צו מודיע זיין פאר די עלטערן אז ביי אונז דארפן אלע קינדער נעמען די שאטס וואס די דאקטורים פארלאנגען; ליידער זענען דא עלטערן וואס לעבן נישט מיט קיין אמונת חכמים, זייער שטוב פירן זיי לויטן דעת פון זייערע שכנים אדער משפחה וכדומה, ביי זיי איז שאטס אנטקעגן זייער אמונה דערפאר געבן זיי נישט קיין שאטס פאר זייערע קינדער. דארף מען מודיע זיין פאר די עלטערן פאר מען נעמט אן זייערע קינדער אז מיר נעמען נאר קינדער וואס באקומען שאטס אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט.

דער רבי האט געזאגט אז אפילו אינמיטן ווינטער ווען עס איז זייער קאלט (אין אוקריינא אין א געווענליכן ווינטער גייט אראפ דער גראד ביז אונטער זערא; עס קען אפילו אראפ גיין ביז דרייסיג דעגרי אונטער זערא) דארף מען נעמען די קינדער צום דאקטער זיי צו געבן שאטס וכו' (עיין בספר אבניה ברזל, סימן לד).

דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן פון אלע קרענק; מיר און אלע אידן וואס דארפן רפואות זאלן האבן רפואות.

א גוט שבת.

סימן ל"ד איז לכאורה א טעות, איינער ווייסט אפשר א ריכטיגע מקור?
https://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?106480&&lang=eng

מקבל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 2:45 pm

דעפרעסט האט געשריבן:וואַקסין איז מסוכן!
אסאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן איבער די וויכטיגע טעמע, סיי אין די אלגעמיינע פרעסע, בּלאָג-ספערע און סאשעל מידיא, ווי אויך אין אונזערע הויפן, אבער לאור די פרישע אויסבראכן אין אונזערע סביבות, וואלט לכאורה געווען א תועלת צו ענטפערן עטליכע טיפּישע טענות וואס ווערט כסדר געליפטערט אין פאליש (אדער ביים שייטל-מאכער...)

וואס איז די מעלה פון וואקסין?

עס איז א "פאקט" (באשטעטיגט דורך די "ווארלד העלטה ארגעניזאציע") אז וואקסינאציע העלפט ראטעווען זעקס מיליאן לעבנס יעדע יאהר, און האט געטוישט די וועג וויאזוי מעדעצין ארבעט איבער די וועלט. די WHO איז אינטערנאציאנאל-אנערקענט, און אנגעפירט דורך די יו.ען.

עס איז מערקווירדיג און גאר קריאוז וויאזוי די א.ג. "נאטירליכע" פאנאטיקס (באמערקונג: מיר רופן זיי "פאנאטיקס", נישט כדי צו ארויסברענגן די געפיהלן, נאר וויל עס זענען פארהאן נארמאלע מענטשן וואס קלויבן אויס א מער נאטירליכע לעבנ'ס שטייגער, אבער די פאנאטיקס נעמען דאס אויף א עקסטרעמע שטייגער) זענען כסדר פארנומען צו אייננעמען אלע ערליי אומבאשטעטיגטע "מיסט אין פלעשער" אלס "פּרעווענטיוו מעדעצין", אלעס ווייל זיי האבן דאס באקומען פון אן א.ג. "העלטה" געשעפט (אדער פון די שוועגערין וואס איז נאך קיינמאל נישט פארקילט געווארן...), אבער וועט נישט נעמען די איין מערסטע-קרעדירטע צוריקהאלט מעדעצין, וועמען עס איז צו באדאנקן פאר'ן אפשטעלן אדער איינצוימען די ערגסטע קרענק, ווי פּאָליאָ (קינדער-פּאַראַליז), טעטאַנוס (צַפֶּדֶת, פַּלֶּצֶת), די פלו (גריפּע), העפּאַטייטוס בּי., העפּאַטייטוס עי., רובּעלאַ (אדמת, דייטשע מאָזלען), היבּ (די העמאָפילוס פלו), מאָזלען (מיזעלס), וואָפּינג קאָף (פּערטוסיס), סטרעפּטאָקאָקוס לונגען-אָנצינדונג (פנוימוקוק), ראָטעווירוס (נגיף רוטה), מומפּס, טשיקענפּאַקס (אבעבועות רוח) און דיפטעריע (דִּיפְטֶרְיָה), אנטלויפן זיי דערפון וואו פון א צונאמי.

די יו.ען.'ס קינדער פאנד (יוניסעף) באשטעטיגט אויך אז וואקסינאציע האט געברענגט זיבן געפערליכע קרענק אונטער קאנטראל, ראטעווענדיג איבער ניין מיליאן לעבנס! פון א ברייטערע פראספעקטיוו, האט "די ווירדזש" מאגעזין צוזאמגעשטעלט א באריכט, אז וואקסינאציע האט שוין געראטעוועט כאטש 103 מיליאן לעבנס אין די לעצטע יאהר הונדערט!

דאס זענען נישט קיין מיינונגען אדער טעאָריעס, נאר באשטעטיגטע פאקטן. דערפאר איז באמת נישט נוגע אויב א גאנצע שטאב פון טויזענטער דאקטוירים, נורסעס, אדער אנדערע וואס האבן נישט אדורכגעפירט אזעלכע ברייטע שטודיעס (און ווייסן אפילו נישט וויאזוי צו דורכפירן א שטודיע) זאלן קומען און זאגן אז זיי גלייבן נישט דערין. עס וואלט געווען ווי די גאנצע בערג-קריכער קאמיוניטי זאלן ארויסקומען זאגן אז דער וועלט איז פלאך... אפילו זיי האבן פיזיש באטרעטן מער פיס-טריט אין די לענג און ברייט פון אונזער פלאנעט, האבן זיי נישט די סייענטיפישע און שכליות'דיגע צוגאנג צו האבן א ערנסטע מיינונג איבער די טעמע.

וואקסין ברענגט מאכט מער קראנק ווי זי היילט
אוטיזם

צענדליגע שטודיעס זענן שוין דורכגעפירט געווארן מיט'ן ספעציפישע ציהל צו באווייזן די שייכות צווישן וואקסינאציע און אוטיזם, א קרענק וואס שטייגט כסדר אין נומערן, אבער האבן נישט געטראפן קיין שום פארבינדונג, זערא! טא וואס גייט פאר? פארוואס שטייגן די פעלער פון אוטיזם?

עס זענען פארהאן דריי פארבינדענע סובות דערצו, וואס יעדער פאראינטערעסירטער קען פארשטיין:

די מעטאדן וויאזוי מען אנדעקט אוטיזם האט זיך גאר שטארק אויסגעברייטערט במשך פון די יאהרן, אז מען קען אנדעקן אסאך מער פעלער ווי אמאל.
די סטאנדארד אויף "וואס הייסט אוטיזם" האט זיך אויך גאר שטארק אויסגעברייטערט, צו די פונקט אז רוב היינטיגע אוטיזם פאציענטן (ווער רעדט נאך פון אוטיזם ספעקטרום) וואלטן געהייסן געזונט לויט די אריגינאלע סטאנדארדס.
די סטיגמא וואס האט צוריקגעהאלטן עלטערן פון צולאזן זייערע קינדער פון באקומען די אוטיזם דיאַגנאָסיס, גייט היינט שנעל אונטער, און מער און מער עלטערן וועקן זיך אויף און זוכן וואס איז בעסער פאר זייערע קינדער ווי איידער די כבוד המשפחה (שידוכים...)
ווי איר קענט זעהן, כאטש וואס עס דרייען זיך ארום לעגיטימע פראגעס, זענען פארהאן לעגיטימע ענטפערס, און מען דארף נישט צוקומען צו קיין קאָנספּיראַציע טעאָריעס.

אבער אפשר דאך?
מיט דעם אלעם, וויאזוי קען מען טאקע אפפרעגן די שרעק וואס אזויפיהל האבן אויפגעברענגט?

די פאקט אז - ווי אויבן דערמאנט - האבן קיין איין פון די שטודיע נישט געקענט טרעפן קיין שום פארבינדונג צווישן וואקסינאציע און אוטיזם, אריינגערעכנט שטודיעס וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן מיט די קרומע אנטשלאסנקייט צו טרעפן א פארבינדונג פאר סיי וועלכע פרייז, צייגט אז עס איז גארנישט פארהאן, פעריאד.

אויסער דעם, האט א מעגא-שטודיע פון 1.2 מיליאן באטייליגטע אין 2014, באשטעטיגט מיט קלארע באווייזן אז עס איז למעשה נישט פארהאן קיין שום פארבינדונג.

מעגליכע אלערגיעס
אן אנדערע טענה וואס ווערט געברענגט, איז איבער די מעגליכע "סייד אַפעקט" פון אן אלערגישע רעאקציע צו די וואקסין. מיר רעדן נישט איבער א פון-פריער-באוואוסטע אלערגיע וואס א פאציענט האט שוין באשטעטיגט, וואס דאן טאר דער פאציענט זיכער נישט נעמען קיין וואקסינאציעס וואס איז שעדליך פאר אים, גענוי ווי אנדערע וויכטיכע מעדעצינען וואס מען האט אן אלערגיע. אבער וואס טוט זיך מיט מעגליכע אויסשלאגן אדער ווער-ווייסט-וועלכע וואס מען האט נאכנישט אויסגעפונען?

איר האט מער ווי הונדערט מאל אזויפיהל שאנסן צו פארכאפט ווען דורך א בליץ, ווי צו באקומען א זייטיגע אַפעקט דורך וואקסינאציע. דאס זענען נישט קיין שפעקילאציעס אדער גוזמאות, נאר קלאר באשטעטיגטע פאקטן.

עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז ווען א פאציענט גייט דורך סיי וועלכע זייטיגע אַפעקט, וועט עס מאכן העדליינס אין די מידיא, צוליב די פאליטישע און אידעאָלאָגישע נאטור פון די דעבאטע, אבער ווען מיליאנען גייען אדורך מיט קיין שום זייטיגע אַפעקטן, וועט עס זיכער נישט מאכען קיין העדליינס... וואס זאל מען שרייבן? אז "משה'לע האט נעכטן באקומען זיין עם.עם.אר וואקסינאציע, און שפירט זיך גוט, ב"ה"?... דערפאר וועט זיך אלס שפירן, כאילו עס איז פארהאן א נעגעטיווע באריכט איבער די טעמע. די אייגענטליכע מעגליכקייט פאר א ערנסטע אלערגישע רעאקציע פון וואַקסין, איז בערך איינס אין א מיליאן., און וועט געווענליך געשעהן מינוטן נאך די שאַט, מסתמא זייענדיג נאך אין די דאקטאר'ס קאַבינעט. ווען דאס געשעהט, ווערט יעדע פאל שטארק געפארשט דורך די סי.די.סי. און אנדערע פעדעראלע העלטה אגענטורן, און וועט באקומען ברייטע דעקונג אין די מידיא, און נאכמער ביי די בלאָגס.

עס איז מערקווירדיג אז צוועלף פון יעדע צען טויזענט מענטשן וואס נעמען די פאפולערע אספּרין, ריזיקירן מיט ברעין העמאָרעדזש (מוח בלוטיגונג), ה"י. פון די וואס האבן נישט קיין קאלקולעטאר צו די האנט, איז דאס צוועלף הונדערט מאל אזויפיהל שאנסן פאר די טויטליכע מוח בלוטיגונג פון א אספרין וואו א ערנסטע רעאקציע פון וואקסינאציע. איר הערט נומערן?

דעוויד קעטץ, דער דירעקטאר פון די יעיל אוניווערסיטעט פּרעווענשאָן ריסורטש צענטער, האט געשריבן אז עס איז נישט מער שכל'דיג צו פארפירן איבער וואקסין צוליב וואס איר האט געהערט פון א געוויסע פאציענט וואס האט געהאט א רעאקציע, ווי אויפצוהערן גיין אויף די גאס צוליב וואס איר האט געהערט פון איינער וואס איז אפגעקלאפט געווארן דורך א קאר...

נאך טענות

די קרענק זענען אונטערגעגאנגן פאר די וואקסינען

די טענה פרובירט צו איבערשרייבן היסטאריע אז די קרענק האבן שוין געהאט אנגעהויבן צו פאלן נאר בעפאר די וואקסינען זענען איינגעפירט געווארן, דערפאר קען זי נישט נעמען קיין קרעדיט. דאס ווערט די מערסטע באנוצט קעגן די וואָפּינג קאָף (פּערטוסיס) וואקסין. דר. אייזיק גאלדען ווייזט א טשאַרט וויאזוי די ראטע פון די היסט איז שוין געווען גאנץ נידריג אין 1948, ווען די וואקסין איז געווארן איינגעפירט. כאטש וואס עס איז וואהר אז אין 1948 איז איינגעפירט געווארן די היינטיגע-באנוצטע די.טי.עי.פי. (אדער די.טי.פי.) וואקסין קעגן פּערטוסיס, איז אבער שוין געווען אנדערע וואקסינען דערקעגן זינט 1920. דערפאר איז די גאנצע טענה, א פּראָסטע שווינדל.

די וואקסינירטע קאמיוניטיס האבן נישט קיין בעסערע אויסזוכטן ווי די אומוואקסינירטע

מיר וועלן נאר ברענגן א קליינע אויסצוג פון די סייענס מעגאזין:
"עס איז נישט אז די וויירוס וואס לויפט ארום אין ניידזשיריע איז עפעס מער שעדליך; עס איז פשוט די שוואכע ראטע פון וואקסינאציע דארט וואס לאזט איבער אזויפיהל קינדער אויסגעשטעלט צו באקומען און פארשפרייטן די וויירוס. נעם אין באטראכט אז פאקיסטאן'ס צוויי שכנים, אינדיע און כינע, האב סוקסעספול געבויעט א 'אימיוניטי וואנט' דורך א שטארקע קאמפיין פאר וואקסינאציע."

אין אמעריקע, שרייבט פאפולער סייענס:
"די לעצטע אויסבראך אין די פאראיינגטע שטאטן פון מאָזלען, א פארמיידבארע קרענק וואס די מערב לענדער האבן שוין לאנג אויסגעראטן, האט זיך אנגעהויבן אין א ריזיגע קירכע אין טעקסאס ווי דער גלח פארפירט קעגן וואקסינאציע, ווי עס באריכטעט די יו.עס.עי טודעי."

סקארלעט פיווער איז אויסגעראטן געווארן אהן קיין וואקסין
דר. ראבין קראספארד טענה'ט אז סקארלעט פיווער (שָׁנִית) איז אויסגעראטן געווארן אהן קיין וואקסין. און עס איז אמת אז געוויסע קרענק קען אויסגעראטן ווערן דורך אנדערע מיטלען, אבער נישט אלע.

מיר האבן ליעב אונזערע קינדער

דאס איז א ספעציעלע נידריגע שלאג-ווארט. דאס איז צו זאגן כאילו די וואס וואקסינירן זייערע קינדער האבן ווייניגער ליעב זייערע קינדער, איז סתם ארויסגעזויגן פון פינגער.

אבער די איראָניע איז גאר טיעף, ווייל - אויב עפעס - קען מען זאגן אז אסאך פון די אנטי-וועקס זענען גאנץ אומזיכער מיט זייער א.ג. "פאקטן", אבער האלטן צוריק די וואקסינאציע פון זייערע קינדער צוליב זייער אידעאָלאָגיע, צו מאכן א פאליטישע שטאנדפונקט. ווער האט ליעב זייערע קינדער?!

ולא זו בלבד, נאר צוליב וואס איך האב ליעב אייערע קינדער, וואקסיניר איך מיינע קינדער, כדי זיי זאלן נישט קראנק מאכען אייערע אומוואקסינירטע קרענק-אויסגעשטעלטע קינדער...

אסאך דאקטוירים האלטן אויך אז עפעס איז שלעכט מיט וואקסין

עפעס דרייט זיך ארום א לינק צו א ראדיקאלער קאנאדישער מאגאזין "ארגאניק לייפסטיל מאגעזין", וואס בויעט אויף א השערה אז "נישט אלע" דאקטוירים האלטן פון וואקסינען. פרעגט זיך: וואס איז דען די נקודה? אז זיי האבן געטראפן עטליכע דאקטוירים וואס זענען יוצא מן הכלל? אויך מיר א דורכבראך... ווי די העלטה-פאנאטיק מעגעזין איז אליינס מודה, זענען רובו ככולו דאקטוירים איבער די וועלט פאר וואקסינאציע. האט דען איינער געמיינט אז דאקטוירים ווערן פאבריצירט אלס ראבאטן, אהן קיין דעת עצמם? עס איז זיכער נאטירלעך אז עס קומען ארויף געוויסע מענטשן אין יעדע טעמע מיט א מיינונג פארקערט ווי די אנגענומענע מיינונג, צי ווייל זיי זעהן עס אנדערש לויט זייער אייגארטיגען לעבנ'ס-שטייגער, צי ווייל זייער כאראקטער גלייכט אייביג צו זיין א מעוועריק מיט א איפכא מסתברא'דיגע צוגאנג.

ברענגט דאס א שטיקל אפשוואכונג צו די וועלט'ס אנגענומענע פראפעציאנאלע מיינונג? זיכער אז נישט. נאכמער, ווי מיר וועלן באלד ארויסברענגן, ווייזט דאס איז עס איז סתם נגיה פון געוויסע צו אויסשרייען זייערע התנגדות, נאר כדי צו באקומען אביסל אנערקענונג (אטענשאן בלע"ז).

אסאך דאקטוירים וואקסינירן נישט זייערע אייגענע קינדער

די אנטי-וועקס טענה'ן, אז "אסאך" דאקטוירים וואקסינירן נישט זייערע אייגענע קינדער. עס איז אומרעאליסטיש צו אפענטפערן אזא טענה אהן דעם וואס יענער זאל ברענגן פאקטישע באווייזן עס צו קענען איבערקוקן, און נישט סתם "איך אליינס האב גערעדט צו צענליגע דאקטוירים"...

אבער, מיט די הילף פון דעם רופא חולים, האבן מיר געפונען (נאך א איין-סעקונדע'דיגע גוגל זוך) א פאקטישע שטודיע, דורכגעפירט דורך נאציאנאלע איסטיטוט אוו מעדעצין, וואס צייגט אז איבער ניינציג פראצענט דאקטוירים גיבן יא אלע וואקסינאציע פאר זייערע קינדער, ספעציעל די דאקטוירים וואס ספעציאליזירן זיך מיט קינדער (פּידיעטרישאָנס). נאך מער, מער און מער דאקטוירים ווארפן אוועק פאציענטן וואס אנטזאגן וואקסינאציע מיט נישט-מעדעצינישע תירוצים (אלערגיע, א.ד.ג.), און די אמעריקאנער אקאדעמיע פון פידיעטריקס איז שוין ענדליך מסכים אז די פראקטיק פון אוועקווארפן איז ערלויבט (נאכדעם וואס דער דאקטאר האט ערשט פראבירט מיט שיינעם).

ווער זענען די אנטי-וועקס דאקטוירים?

פאר מיר ענדיגן די ארטיקל, וועלן מיר אראפברענגן עטליכע אנטי-וועקס פירער וואס זענען דאקטוירים, און פארשטיין פון וואו זיי קומען...

כמעט אלע פון די דאקטוירים וואס שטעלן זיך אנקעגן וואקסינאציע, ליידן פון א מחלה וואס ווערט גערופן אטענשאניירעס, א שטארקע געברויך פאר אויפמערקזאמקייט. איר וועט נישט טרעפן זייער נאמען אין פּאָב-מעד, א וועבסייט וואו עס ווערט געברענגט די צענדליגע - אויב נישט הונדערטער - פאפירן פון אלע ערנסטע דאקטוירים איבער זייערע ערפינדונגען, טעאריעס, עקספיריענס, א.ד.ג.

דר. ראסעל בלעילאק
דר. בלעילאק איז דערקעגן נאר קעגן געוויסע וואקסינען, א שטייגער ווי די שוויין-פלו (H1N1) וואקסין. צו גיבן א באגריף ווער דער הויכגעשעצטער דאקטאר איז, איז ווערד צו דערמאנען אז פינף און א האלב יאהר צוריק האט ער אינדארסירט די כעמטרעיל קאנספיראציע טעאריע (וואס האלט אז די רויך ליניעס וואס מען זעהט ארויסקומען פון פליגערס אין די הייעך, איז טייל פון א געהיימע קאנספיראציע צו פארשפרייטן כעמיקאלן צו קענען קאנטראלירן מענטשן...) אויב שפירט איר אז דער טעאָריע איז פארלעסליך, דאן קען מען פארשטיין אייער שרעק צו וואקסינאציע...

דר. דזשעי ען. גאָרדאָן
דר. גאָרדאָן זאגט אויך אז ער איז נישט קעגן וואקסינאציע (צי ווייל ער האלט טאקע אזוי, צי ווייל ער וויל קענען זאגן אז אפילו נישט אנטי-וועקס פאנאטיקס האלטן אויך אזוי...), און זאגט נאר אז ער האלט אז עס פעלט אויס א אפענע דעבאטע. אדרבה!

דר. סוזען האמפריעס
די וועבסייט "מעדיום" האט געשריבן א לענגערע ארטיקל, אויפווייזענדיג שורה ביי שורה וויאזוי דר. האמפריעס זאגט ליגנט איבער וואקסינען, ווי אז מאָזלען איז א "נישטיגע מחלה" מיט "מינימאלע טויטן" און די אנטי-מאָזלען וואקסין העלפט נישט קעגן אלע "סטרעינס", "ברענגט קרענק", קען "פארקריפלען" אדער אפילו "הרג'נען" ווער עס נעמט איר, האט נישט קיין שייכות מיט די דראמאטישע אונטערגאנג פון די מחלה, א.א.וו.

דר. שערי טענפּעני
אין א קורצע דריי מינוט'דיגע אויסצוג פון א אינטערוויו, זאגט דר. טענפּעני, א "דאקטאר" וואס האט נאך קיינמאל נישט פובליצירט קיין פאפיר אין איינע פון די פרעסטיזשפולע פובליקאציעס (ווי די שטייגער פון סיי וועלכע דאקטאר וואס האט זיך באטייליגט אין א שטודיע, אפילו אויף א קליינע שטאפל), און פראקטיצירט שוין נישט קיין טראדיציאנאלע מעדיצין פאר יאהרן (כאטש זי זאגט אז יא אויף איר וועבזייטל), אז זי איז נישט קיין סייענטיפישער פארשער.

זי זאגט אז זי "האלט" אז מען "קען" אדורכפירן א שטודיע וואס וועט "מעגליך" ווייזן אז אומוואקסינירטע קינדער פארפאסן ווייניגער שולע, וואס - לויט איר - "קען אויסגעטייטשט ווערן" אז זיי זענען געזונטערע קינדער. ווען דער אינטערוויוער האט איר געפרעגט היתכן טענפּעני האט פארפאסט די "גאנצע דריטע קלאס" (?!), האט זי געענטפערט אז זי איר געווען קראנק, און דאן אנגעהויבן צו דרייען מיט די צינג אז "עס איז גוט געווען" (צו זיין קראנק), און אז זי איז נישט קיין סייענטיפישער פארשער (אין אנדערע ווערטער: פרעג נישט אריין...)

פאר די רעקארד, דר. טענפּעני האט קיינמאל נישט באקומען קיין עם.די. (MD) לייסענס, און האט נאר באקומען די די.או. (DO) לייסענס (וואס באשטייט פון א מישונג פון טראדיציענאלע מעדעצין צוזאמען מיט האליסטישע און אָסטיאָפּאַטישע פילאזאפיע).

[געוועזענער...] דר. ענדרו וועיקפיעלד
הקדמה: מיר וועלן אביסל אויסברייטערען די באשרייבונגען ארום דעם נאמען, צוליב די וויכטיגקייט וואס זיין פארלעסליכקייט אדער אומפארלעסליכקייט ברענגט צו די טעמע.

ענדרו וועיקפיעלד איז דער פארשעמטער פארשוין אויף וועם אלע אוטיזם טעאָריקערס בויען, צוליב וואס ער האט דורכגעפירט די איינציגסטע שטודיע וואס האט טאקע געוויזן א פארבינדונג צווישן וואקסינאציע און אוטיזם.

א פארבינדונג האבן מיר געשריבן?! א שטודיע האט דאס באוויזן?! יא, אבער עס איז אויפגעדעקט געווארן אלס א פאלשע שטודיע, א פאלנער שווינדל, געטריבן געווארן פון געלד-גייטיגקייט און כבוד-זוכעריי.

לאמיר אנהייבן פון אנפאנג, אבער ערשט איבער די טרעמינען: ענדרו וועיקפיעלד איז א אומאָנגעקלאָגטער קרימינאַל וואס איז נישט קיין דאקטאר זינט ער האט פארלוירן זיין לייסענס. ומעשה שהיה כך היה:

מיט א טאטע און מאמע ביידע דאקטוירים, איז ענדרו געווארן א גאַסטראָענטעראָלאָגיסט. אין 1998 האט ער געשריבן א פאלשע שוין-צוריקגעצויגענע ריסורטש פאפיר באשולדיגענדיג אז עס איז פארהאן א פארבינדונג צווישן וואקסינאציעס און אוטיזם. נאכדעם וואס ער האט פובליצירט די פאפיר, האבן אנדערע פארשער נישט געקענט רעפּראָדוצירן די זעלבע רעזולטאטן (א יסוד אין סייענטיפישע שטודיעס, און די קאנטראסט צווישן א טעאריע און א באווייז) אדער באשטעטיגן זיינע געפונסן. א 2004 אויספאָרשונג דורך די "סאָנדעי טיימס" רעפארטער ברייען דיר, האט אויפגעדעקט א פינאַנציעלע "קאָנפליק אוו אינטערעסט" (ניגוד עניינים) פון וועיקפיעלד. נאך די אויפדעקונג, האבן מערסטענס מיטשרייבער פון זיין שטודיע צוריקגעצויגן מיט זייער שטיצע צו די פאפיר און פון די שטודיע רעזולטאטן.

די בריטישע גענעראלע מעדיצינישע קאונסיל (GMC) האט אויסגעפארשט די קאנפליקט סקאנדאל, ספעציפיש קעגן וועיקפיעלד און צוויי מיטארבעטער. די אויספארשונג איז געווען קאנצענטרירט איבער ברייען דיר'ס פולע אנדעקונגען, אריינגערעכנט אז קינדער וואס האבן אנטייל גענומען אין די שטודיע זענען געווען אויסגעשטעלט צו אומנויטיגע שווערע מעדעצינישע פּראָצעדורן ווי קאָלאָנאָסקאָפּיס און לאָמבאַר פּונקטורס (ספּיינעל טעפּ), און אז וועיקפיעלד האט נישט באקומען די נויטיגע באשטעטיגונגן צו דורכפירן די שטודיע. אום י"ג שבט תש"ע האט די פינף-מיטגליד דזשי.עם.סי. טריבונאַל אים געפונען שולדיג מיט צענלדיגע קלאגעס, אריינגערעכנט פיר קלאגעס פון אומאָרענטליכקייט, און צוועלף קלאגעס פון אביוז פון אומגעזונטע קינדער. די פּאַנעל האט געאורטיילט אז וועיקפיעלד איז דורכגעפאלן מיט זיין אומ'אחריות'דיגע באהאנדלונגען, זיך געפירט קעגן די וואוילזיין פון די פאציענטן, געווען פארפיריש און שווינדלעריש מיט זיין ריסורטש.

די וועכענטליכע "לאנסעט" פובליקאציע האט צוריקגעצויגן די פאפיר, באזירט אויף די דזשי.עם.סי.'ס אויפדעקונגען, שרייבענדיג אז די עלעמענטן פון די נאטיצן זענען געווען געפעלשט. דריי מאנאטן שפעטער האט די בריטישע מעדיקעל רעדזשיסטער (וואס פארוואלטעט אויף מעדיקעל לייסענס אין ענגלאנד) אים אראפגעווארפן, שרייבענדיג אז ער האט געפעלשט מיט בייזוויליגע צוועקן, און איז פארבאטן געווארן פון פראקטיצירט מעדעצין אין ענגלאנד.

אין יאנואר 2011, א לייט-ארטיקל וואס האט באגלייט ברייען דיר'ס ארטיקל, האט געשילדערט וועיקפיעלד'ס ארבעט אלס א ברייט-פארצווייגטע שווינדל.

פארוואס האט ער אדורכגעפירט אזא פארפירישע און שעדליכע שווינדל? וואס איז געווען די קאָנפליק אוו אינטערעסט? ווי די סאָנדעי טיימס האט אויפגעדעקט, האט א לויער געארבעט מיט עלטערן פון צוועלף פון די קינדער אין וועיקפיעלד'ס שטודיע צו קלאגן די עם.עם.אר. וואקסין פירמע, און זיי האבן געדארפט א שטודיע וואס זאל קענען באווייזן די פארבינדונג צווישן וואקסינאציעס און אוטיזם.

דר. גערהארד בוכוואלד
דער דייטשער דאקטאר האט געדריקט עטליכע ביכער און פאפירן קעגן וואקסינאציעס, ארייגערעכנט "וואקסינאציע: א געשעפט באזירט אויף שרעק" און "די וואקסינאציע נאן-סענס".

דר. אַרכיוויידס "אַרטשי" קאַלאָקעריינוס
דר. קאַלאָקעריינוס האט געגלייבט אז וואקסינען זענען גענוצט געווארן צו אויס'הרג'נען גאנצע סעקטעס אין אוסטראליע, און איז שולדיג פאר'ן פארשפרייטן די שוידערליכע עידזש.איי.ווי. וויירוס אין אפריקע. ער האט געזאגט אז די אמעריקאנער רעגירונג פלאנירט צו נוצן וואקסינען צו אויסראטן טיילן פון איר באפעלקערונג, ווי קרימינאלן.

דר. ראבערט מענדלסאהן
דר. מענדלסאהן ווערט באטראכט אלס דער ערשטער אנטי-וועקס קינדער דאקטאר, און איז אויך געווען קעגן די אולטעסאַונד טעסט, די קאָראָנערי בייפּעס אַפּעראַציע, פארלאנגען לייסענס פאר נוטרישאָניסטס, און סקירינגס קעגן ברוסט קענסער. ער האט אויפגעטרעטן אויף די טעלעוויזיע איבער פינף הונדערט מאל, און געשריבן פינף ביכער איבער די טעמע.

דר. דזשעי בּאַרט קלאַסען
די אמעריקאנער קאונסיל אוו סייענס און העלטה האט געשרבין איבער דר. קלאַסען'ס מיינונגען:
"די באשולדיגונגען האט נישט קיין שום סייענטיפישע יסוד. די פארבינדונג צווישן וואקסינאציעס און אוטיזם, איז שוין עטליכע מאל אויפגעוויזען געווארן אלס פאלש זינט עס איז ערשט פארגעשלאגן געווארן דורך וועיקפיעלד. די אונטירשטע שורה איז אס עס איז נישט פארהאן קיין שום פארבינדונג צווישן וואקסינאציעס און אוטיזם. מיר פאדערן פון די פובליקום זיך נישט צוהערן צו די געדאנקן פון די אנטי-וועקס באוועגונג, און טוהן וואס איז בעסער פון די ציבור און זיך וואקסינירן."

דר. רעימאָנד אָבּאָמסאַווין
דר. אָבּאָמסאַווין גלייבט אויך אז וואקסינען האבן געברענגט די שוידערליכע עידזש.איי.ווי. וויירוס. די ארגאניזאציע "סייענס-באזירטע מעדעצין" שרייבט אז ער איז אומאויפריכטיגע אויבער-חכם.

דר. פיליפּ אינקאַאָ
דר. אינקאַאָ, אויך א עידזש.איי.ווי. פארלייקענער, האט געהאט א טייל אין פארנאכלעסיגן דאס לעבן פון עטליכע פאציענטן מיט די טויטליכע וויירוס, אריינגערענט דאס געבן אנטיביאטיק פאר א קליין קינד מיט די וויירוס (וואס ברענגט א זיכערן טויט; זעה א פּאַלמעסונג באריכט).

דר. גיילעין לענקטאַט
דר. לענקטאַט האט פארלוירן איר מעדעצינישע לייסענס אין קאנאדא, און איז אנטלאפן קיין פלארידע. זי גלייבט אז ציוני'סטישע פינאנצירער פירן אן די מעדיצינישע אינדוסטריע.

אנדערע
מען קען אזוי אנגיין מיט יעדע נאמען אויף די אנטי-וועקס ליסטע, און געווענליך וועט מען טרעפן איינעם מיט אויפגערודערטע דמיונות, מעדעצינישע סקאנדאלן, פארלוירענע לייסענס, דורכגעפאלענע שטודיעס, א.א.וו.

הצד השווה שבהן, שדרכן להזיק ושמירתך לא עליהם.

געשריבן דורך ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס

גוטע נייעס, ממש בת היענה, ס'קיינמאל געווען ס'וועט קיינמאל זיין...

עס איז מיר גיט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

תגובהדורך עס איז מיר גיט » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 2:52 pm

אין חז''ל ווערט ארויסגעברענגט אויף כמה פלעצער אז מען דארף פאלגן א דאקטער, דעיע אלע חילוקים פון א דאקטער היינט אין א דאקטער בימי חז''ל זענען ריזיגע חידושים וואס ווערט נישט דערמאנט און קיין שום פוסק, אויב עפעס פארקערט,
אויך איז נישט מסתבר צו זאגען יעדער וואס טוט זיך אריין אין די נושא ווערט אנגערופן א רופא,
(יעצט ווייס איך אז גייסט ענטפערן אז האסט א ליסט פון 82 דאקטורים וואס זענען אנטי, אויף דעם גיי איך דיר ענטפערן קודם אין די תורה גייט מעו אייביג נאך רוב אפילו 52-50 כל שכן ווען מען רעדט פון 82 קעגען מיליאנע דאקטורים פון די גאנצע וועלט( אגב זעה איך דאקטורים האבען יא א אייגינע מיינונג אין זאגען נישט נאר וואס מען האט זיי אויסגעלערנט אין קאלעדז,)אין אויכעט מען זעט נישט אין חז''ל אז מען דארף מאכען research פון די גאנצע וועלט נאר טון וואס דיין רופא הייסט דיר),

מצפים לישועה
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:49 pm

תגובהדורך מצפים לישועה » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 2:56 pm

עס איז מיר גיט האט געשריבן:ואענה בזה גם אני את חלקי, ובזה החלי

מצפים לישועה האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:צום שלוס:

אויב זיי וואלטן מודה געווען אז סדא א חשד אז וועקסינס קען ברענגען כל מיני מחלות אזוי ווי ברענעדין הילי מיט די iom זאגן, און אעפ"כ זאגן זיי אז סאיז כדאי, דעמאלט איז דא פון וואס צו רעדן, און יעדע איינער קען זיך אליין מאכן א חשבון צו איז בעסער א קיינער ריסק פון אוטיזם און עפילעפסי מיט נאך א גאנצע רשימה פון שווערע מחלות וואס דער iom זאגט אז סאיז מעגליך אז וועקסינס איז עס גורם, אדער וויל מען בעסער נעמען א ריסק צו באקומען פלו מיט מיזעלס, אבער וויבאלד זיי זאגן אז דער לינק פון אלע וועקסינס צו אוטיזם איז הונדרעט פראצענט אויסגעשלאסן, און אז סאיז הונדרעט פראצענט סעיף, זעהט מען דאך אז זיי רעדן און די וועלט אריין און זיי זענען פשוט געברעינוואשט פון מוגזם׳דיגע אינפארמאציע וואס מהאט זיי געברעינוואשט און מעדיקל סקול מיט האלבע אמת און מוגזם׳דיגע אינפארמאציע.

אזוי גאר, יכנסו דבריך באזניך

איך האב פינקט לעצטנס גערעדט מיט איינעם וועגען דעיע נושא, אין איך האב ממש געטהנט די ווערטער, דער אמת איז איך האב נישט אזוי גוט דורכגעטון דעיע נושא, אבער ווען מען טהנט אז די וואקסין קענען גורם זיין side effects הער איך, אבער פארוואס דארפן דעיע אלע זאגען אז עס טוט גארנישט אויף אין עס איז גארנישט ווערט,עס קען דען נישט זיין אז עס זאל אויפטון און אפילו אזוי גורם זיין די אלע זאכען??

עס איז נישט מסתבר אזא זאך, אז אלע דאקטורים זאלען עס הייסען געבען אין עס זאל גארנישט זיין ווערט, (אגב פון די זעלבע חברה האב איך געהערט אןיף געוויסע מעדעצינען וואס זענען נאכנישט approved ביי די fda אז בעצם איז עס זייער גוט, נאר די fda approved זייער שווער זאכען)
פון דעם זעה איך קלאר אז מען זיכט צו שטיפן א אגענדע

קיינער האט נישט געזאגט אז סהעלפט גארנישט, וואס תוספת טענעט איז אז סאיז נישט איבערגעוויזן געווארן אז ווען נישט די וועקסינס וואלטן די מחלות אויך מיט די צייט נישט אונטערגעגאנגען אזוי ווי אנדערע מחלות וואס זענען אונטערגעגאנגען אן וועקסינס.

עס איז מיר גיט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

תגובהדורך עס איז מיר גיט » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 3:05 pm

איך וויל פארשטיין די אנטי טענהן אז די וואקסינס ווערט נאר געשטופט דורך די פארמעסוטיקל קאמפעניס וואס מאכן געלט אויף דעם וויל איך פארשטיין, זיי באקומען נישט געלט פון הימל פאר דעם, נאר איינער צאלט זיי,יעצט איך צאל זיי נישט, איז פארוואס זענען די צאלערס גרייט זיי צו צאלען אזויפיל געלט? פארוואס גייען זיי נישט לייגן דרוק אין washington אז עס איז גארנישט ווערט??

עס איז מיר גיט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

תגובהדורך עס איז מיר גיט » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 3:09 pm

תוספות האט געשריבן:עס איז דא קלארע באווייזן אז וואקסין אינגרידיענטס ברענגען אויטיזם.
קוק דא, און דא,
און דא, און דא, און דא, און דא. ויש עוד.

Picture2autism-500x500.png

וכו' וכו' די גאנצע ארטיקל וואס דעפרעסט האט געברענגט, איז געבויט סך הכל אויף בלויזע ליגנטס.

{חוץ אפאר געציילטע אמת'ע פאקטן וואס ער ברענגט אראפ פון דאקטוירים וואס האקן אויף וואקסינען..}

א survey איז נישט קיין קלארע באווייז עס קען צוהעלפן צו א זאך וואס איך ווייס שוין, מען קען נישט מאכען א שייכות צו צוויי זאכען פון א survey,

עס איז מיר גיט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

תגובהדורך עס איז מיר גיט » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 3:10 pm

עס איז מיר גיט האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:עס איז דא קלארע באווייזן אז וואקסין אינגרידיענטס ברענגען אויטיזם.
קוק דא, און דא,
און דא, און דא, און דא, און דא. ויש עוד.

Picture2autism-500x500.png

וכו' וכו' די גאנצע ארטיקל וואס דעפרעסט האט געברענגט, איז געבויט סך הכל אויף בלויזע ליגנטס.

{חוץ אפאר געציילטע אמת'ע פאקטן וואס ער ברענגט אראפ פון דאקטוירים וואס האקן אויף וואקסינען..}

א survey איז נישט קיין קלארע באווייז, עס קען צוהעלפן צו א זאך וואס איך ווייס שוין, מען קען נישט מאכען א שייכות צו צוויי זאכען פון א survey,

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 3:33 pm

מקבל האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מ'מוז געבן פאר די קינדער די וואקסינען וואס די דאקטורים פארלאנגען

http://www.breslevcenter.com/letters/ממ ... -פארלאנגען

בעזרת ה' יתברך

ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן

לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש ברסלב.

לאז וויסן פאר אלע עלטערן אז מען דארף געבן פאר די קינדער די שאטס וואס די דאקטורים פארלאנגען, ווייל עס דרייט זיך ארום יעצט מיזעלס און דאס איז א גרויסע סכנה. די שטאט האט יעצט פארמאכט א מוסד אין מאנסי צוליב דעם און אויך דא ביי אונז אין שטאט איז דא א תלמוד תורה וואס די קרענק האט זיך אריין געכאפט ביי זיי.

בכלל איז זייער וויכטיג פאר מען נעמט אן קינדער אין חדר צו מודיע זיין פאר די עלטערן אז ביי אונז דארפן אלע קינדער נעמען די שאטס וואס די דאקטורים פארלאנגען; ליידער זענען דא עלטערן וואס לעבן נישט מיט קיין אמונת חכמים, זייער שטוב פירן זיי לויטן דעת פון זייערע שכנים אדער משפחה וכדומה, ביי זיי איז שאטס אנטקעגן זייער אמונה דערפאר געבן זיי נישט קיין שאטס פאר זייערע קינדער. דארף מען מודיע זיין פאר די עלטערן פאר מען נעמט אן זייערע קינדער אז מיר נעמען נאר קינדער וואס באקומען שאטס אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט.

דער רבי האט געזאגט אז אפילו אינמיטן ווינטער ווען עס איז זייער קאלט (אין אוקריינא אין א געווענליכן ווינטער גייט אראפ דער גראד ביז אונטער זערא; עס קען אפילו אראפ גיין ביז דרייסיג דעגרי אונטער זערא) דארף מען נעמען די קינדער צום דאקטער זיי צו געבן שאטס וכו' (עיין בספר אבניה ברזל, סימן לד).

דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן פון אלע קרענק; מיר און אלע אידן וואס דארפן רפואות זאלן האבן רפואות.

א גוט שבת.

סימן ל"ד איז לכאורה א טעות, איינער ווייסט אפשר א ריכטיגע מקור?
https://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?106480&&lang=eng

זייט ווען איז געווען אין אוקראיינע שאטס און רבי נחמן'ס צייטן? ערקלערונג?
שויתי ה' לנגדי תמיד

תוספות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובהדורך תוספות » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 4:16 pm

די סמאלפאקס וואקסין איז ארויסגעקומען בערך 15 יאר פאר אדמו"ר מוהר"ן זי"ע איז אוועק פון די וועלט.

די שיחה שטייט אין אבניה ברזל סי' לז.

(ועיין עוד שם סי' סד וסי' סה. ועיין בשיחת הר"ן סי' קפט שנכד רבינו היה חולה בחולאת הפאקין, וזה הי' הרבה שנים אחר שכבר היתה הוואקסין. וגם עיין בשיחות שאחר סיפורי מעשיות שרבינו גילה רפואה לחולאת הפאקין, וזה ג"כ הי' הרבה שנים אחר שכבר היתה הוואקסין. ועיין עוד בשיחות הר"ן סי' נ' ובחיי מוהר"ן סי' סח. ולא מוזכרת השיחה הנ"ל בדברי מוהרנ"ת)
לעצט פאראכטן דורך תוספות אום מאנטאג אוקטובער 22, 2018 6:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 4:49 pm

א קליינע הערה... די אנטי האלטן און איין שרייען "וואס נאך פאקטן דארף מען דיהר געבן זאלטס טוישן דיין מיינונג". אבער ווען מען געט זיי פאקטן, גיט מען עס אן ענטפער אפ מיט איין sentence.
דער ארטיקל פון ישי שאלאמאן איז א חידוש שבחידושים וויאזוי מען קען אין איין ארטיקל צוזאמווארפן אזויפיל ליגנטס.

לעניית דעתי, איז דער ארטיקל זייער צום זאך, קורץ, שארף, און ווי מען זאגט און ענגליש, he stuck to the facts.

איך רעדט שוין נישט פון די אלע name calling, ניצן באמבאשטישע סטעיטעמענטס, וכו'. וואס די אנטי חברה האלטן און איין ניצן. אויב א דאקטאר איז פרא, איז ער קאראפטעט. אויב א רב, א וועלטס פוסק איז פרא, איז ער נישט "אונזער רב". אבער אויב א alternative health practitioners, א אפענע ליגנער און פאפער איז אנטי וואקסין, דאן איז ער די בעסטע source און דיעה זאגער. ווייל ווען מען וויל נישט דעם אמת, דאן איז אלעס מותר, די עיקר איז די ציהל. זייט Hillary Clinton איז געלאפען פאר פרעזידענט, איז נישט געוועהן אזאלכע flip flops ווי די אנטי וואקסין חברה דא אויף אייוועלט.

איך האב שוין גראדע גענטפערט אפאר מאהל אויף די קשיא "וואס נאך פאקטן דארף מען דיהר געבן זאלטס טוישן דיין מיינונג". איך בין יא א נאטורליכע מענטש. איך בין אמאהל געוועהן אנטי וואקסין. איך מאך עקסערסייז איעדן טאג און אויב נעם איך אמאהל א טיילענאל, איז עס שוין גאר וויכטיג. איך נעם עס נישט אפילו פאר שטארקע קאפ וויי. נאר גאר שטארקע. אבער נאך צוואנציג יאהר שטודירן וואקסינס בין איך ביי די מיינוג אז וואקסינס ראטעוועט לעבענס. איך האב נישט קיין שום אגענדא, אחוץ ראטעווען מענטשען.

עס מיז באמערקט ווערן אז די אנטי וואקסין חברה האבן דא אן אגענדא. נישט נאר א difference of opinion. זיי קייען איבער די זעלבע אלטע טענות נאכאמאהל און נאכאמאהל, זאכן וואס מען האט שוין טויזענט מאהל קלאהר גענטפערט מיט פאקטן. אבער... facts never mattered for the anti vaccine crowds.

מאנכע פרעגען, פארוואס טאקע איז דא אזויפיהל אנטי חברה ביי אונזער עולם אין ווילאמסבורג און לעיקוואוד? די תירץ איז, אונזער עולם איז אויך גאר אסאך געבענטש מיט א געוואלד alternative health healers, ביודעים ובלא יודעים, זעלבסט געקרוינטע דאקטוירים וואס געבען מעדיקעל advice אהן זיין א דאקטאר (אנטקגעגן געזעץ). די חברה מאכן געלט דורך איינרעדן מענטשן אז זייערע עכטע דאקטוירים ווייסן נישט וואס טוט זיך, זענען פארקויפט פון די מעדעצינען קאמפאניס, וכו'. מיהר אבער ווייסען יא!

עס איז גאר נישט שלעכט מיטן גיין צו א קייראפראקטער פאר ריקן ווייטאג. עס איז אויך גארנישט שלעכט צו גיין צו א קייראפראטער פאר preventive healing, הגם עס איז נישט קלאהר עס העלפט. עס איז א גיטע זאך צו גיין צו א nutritionist פאר א individualized diet געבויט לויט די אומשטענדן פונעם פאציענט. למשל, א diabetic טאר נישט עסען אפילו געזונטע צוקער אדער whole grains. עס איז אבער יא wrong פאר די חברה, וואס בנוסף צו זיין א טראפן פארקויפער, שפילען זיי דאקטער.
לעצט פאראכטן דורך Kosher Travel אום מאנטאג אוקטובער 22, 2018 5:15 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
נתן אייזיקסאן
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 9:29 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך נתן אייזיקסאן » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 4:57 pm

תוספות האט געשריבן:עס איז דא קלארע באווייזן אז וואקסין אינגרידיענטס ברענגען אויטיזם.
קוק דא, און דא, און דא, און דא, און דא, און דא. ויש עוד.

עס איז דא קלארע באווייזן אז וואקסינען האבן נישט צוגעהאלפן דאס מינדעסטע צו מינערן די טויט ראטע פון מחלות.
קוק דא, און דא, ויש עוד.

לאמיר ענטפערן איינס אויף אמאל. מעג איך?

נאטיץ: אין אונזער ארטיקל (אויף די וועבסייט), האט כמעט יעדע סטעיטמענט א אייגענטליכע מקור. ביטע, האט אביסל רעספעקט פאר די אמת (אפילו אייער ווערסיע פון די אמת...) און ענטפערט מיט מקורות.

ערשטענס, כמעט אלעס איז געבויט דורכ'ן איגנארירן די פשוט'ע הסבר אז אוטיזם'ס שטייגן, קומט דורך די מערערע אויסברייטערונגען פון די ספעקטרום, און לאו דוקא אן אייגענטליכע שטייגונג. אויב שוין יא בויען לויט טרוקענע נומערן אהן צולייגן שכל, פארוואס נישט זאגן אז פליגערס, סי.די. פלעיערס, מיניווענס, אווערנייט קיגל, די בארא פארקער באס און אנדערע זאכן וואס האבן זיך באוויזן אין די צייט וואס אוטיזם איז געשטיגן?...

די ערשטע לינק וואס דו ברענגסט, ברענגט קורבי איבער א סורוועי וואס איז געלאפן אויף דאטא צווישן 1997 ביז 2002 אויף קינדער צווישן 3 און 17 יאהר אלט. ער ברענגט ווי א גרופע פון 33 קינדער מיט אוטיזם, און פון זיי האט ער געטראפן 9 מיט די HepB וואקסין, 29 פראצענט. פארגליכן צו 7,455 קינדער אהן אוטיזם, פון זיי 1,258 מיט די HepB וואקסין, 17 פראצענט. דאס הייסט אז די קינדער אהן אוטיזם האבן פאקטיש געהאט ווייניגער וואקסין. קינדער וואס זענען אין 1997 געווען 17 יאהר אלט, זענען געבוירן 1980, און דאן איז נאכנישט געווען די HepB שאטס. אפילו קורבי אליינס איז מודה אז די קורבי שאטס זענען נישט געהעריג איינגעפירט געווארן ביז 1996.

די צווייטע לינק דארף צו באווייזן מער פון אלע סארטן קרענק. די צוויי דאקומענטן אויף וואס רוב איז געבויעט, פירן צו צובראכענע לינקס... אבער איך האב עפעס געטראפן דא. צו וויסט איר אז CMSRI איז נישט קיין זעלבסשטענדיגע ארגאניזאציע, נאר א אפיציעלע אנטיוועקס וועבסייט, אויף קעסט ביי די דווארסקין פאמיליע פאנדאציע, וואס קלעיר (איר ערפינדער) איז געווען ביז יעצט אויך די באורד פון די ריזיגע אנטיוועקס גרופ NVIC. דאס איז נישט צו פארגלייכן צו זעלבסשטענדיגע שטודיעס דורך רעגירונגען און די יו.ען.

די דריטע לינק פירט צו א פאפיר פון ICAN, נאך א אפענע אנטיוועקס גרופ.

די פערטע לינק, א פאפיר דורך Pace Environmental Law Review, נאך א אנטיוועקס גרופע, ברענגט אויף "אומפארענטפערטע פראגעס", און קיין שום קאנקלוסיווע מסכנות געבויעט אויף פאקטן אדער שטודיעס.

די פיפטע און זעקסטע לינקס שיקט מיך צוריק צו אייוועלט.

צו באווייזן אז וועיקפיעלד (ביטע הער אים אויף צו רופן דר., זינט ער האט נישט קיין מעדיצינישע לייסענס) איז "נישט באגאנגען קיין שום פעלער", לינקסטו מיך צו דיינע אייגענע ווערטער ווי דו שרייבסט אז די פאלשקייט פון וועיקפיעלד איז אין עפעס א וועג אפגעוואנדן. הער איך, דו האסט באשלאסן אז ער איז יא גערעכט געווען, פיין, א גוטע מיינונג. נאכאלץ נישט קיין מקור. (אגב, דיינע אפווענדונג איז געבויעט אויף דיין פאלשע השערה אז ברייען דיר'ס גאנצע טענה איז געווען איין קינד האט געהאט אוטיזם נאך פאר די שטודיע. דאס איז אבער ווייט פונעם אמת, זעה מיין ארטיקל פאר מערערע שרעקליכע עוולות וואס ער איז באגאנגען.)

איך פארשטיי נישט. איך מוטשע זיך צו ברענגען זעלבסשטענדיגע מקורות פאר א לענגערע ארטיקל, און דו שפענדסט דריי מינוט צו צונויפשטעלן א ליסטע מיט לינקס וואס פירט צו איינזייטיגע גרופעס? אדער גאר שיקסטו מיך לינקס צו דיינע אייגענע ווערטער וואס האבן נישט קיין שום מקור בכלל?

די פאלגענדע (און נאך) זענען א קופקע מיט פיינטליכע מעסעדזשעס וואס ענטפערן נישט און ווענדן גארנישט אפ. כ'האב געמיינט אז פערזענליכע אטאקעס זענען פארבאטן אויף אייוועלט? ווענד זיך אויב מ'גייט מיט'ן שפאן, ריכטיג?

תוספות האט געשריבן:דער ארטיקל פון ישי שאלאמאן איז א חידוש שבחידושים וויאזוי מען קען אין איין ארטיקל צוזאמווארפן אזויפיל ליגנטס.
A lie repeated a thousand times is still a lie, but people start believing it

Joseph Goebbels -

דאס דארף אן ענטפער?

מצפים לישועה האט געשריבן:ער פלאפעלט פשוט נאך וואס די באצאלטע פון די פארמעסוטיקל קאמפעניס זאגן, וואס איז די חידוש.
פונקט ווי מיליאנען מענטשן האבן געגלייבט אין היטלער און אין סטאלין כאטש זיי זענען געווען מאסן מערדער, אז מען האט די מידיע אין די הענט קען מעו פארקויפן פארן עולם סיי וואסערע שטות, עס האט נישט קיין גבול.

דאס דארף אן ענטפער?

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 5:39 pm

און אנדערע נייעס, הרב קאושער טרעוועל האט שוין באקומען זיין פלו שאט די יאהר.

עס איז ראטזאם צו נעמען ווי פריער, ווייל עס דויערט צוויי וואכן ביז עס הייבט אהן ארבייטן. דערמאנט אייך די פלו עפידעמיק פון לעצטע יאהר.
ויה"ר אז אלע אידן זאלן זיין געזונט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 5:42 pm

Kosher Travel האט געשריבן:און אנדערע נייעס, הרב קאושער טרעוועל האט שוין באקומען זיין פלו שאט די יאהר.

עס איז ראטזאם צו נעמען ווי פריער, ווייל עס דויערט צוויי וואכן ביז עס הייבט אהן ארבייטן. דערמאנט אייך די פלו עפידעמיק פון לעצטע יאהר.
ויה"ר אז אלע אידן זאלן זיין געזונט.

ווי אלט ביזטו...?
כ'האף דו ביזט מסכים אז אינגעלייט 'מוזן' נישט נעמען

צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: shalsheles און 5 געסט