אויער אינפעקשינס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

אויער אינפעקשינס

תגובהדורך קהת » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 7:09 pm

מיין טאכטער'ל 10 חדשים אלט האלט און איין באקומען אויער אינפעקשינס איינס ערגער פונם צווייטען, איך בין זיכער אז אפאר דא האבען שוין מיטגעלעבט אזעלעכע זאכען, אפשר האט איינער גוטע עצות וויאזוי דאס אוועק צונעמען און ו ואס מען קען טוהן.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 7:25 pm

אויפהערן געבן וואקסינאציעס....

----
ליצנות אין א זייט, וואס זאגט דער דאקטער ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20079
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 7:56 pm

קהת, מיין טאכטער'ל 2 יאר אלט פלעגט ליידן אויף דעם געפערליך, פלאס זי האט געהאט שרעקליכע עקזימע אויפן פנים, איך האב איר איינמאל געטראגן צו "דר. פארסטער" און ב"ה זי ליידט מער נישט דערויף.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 8:10 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:קהת, מיין טאכטער'ל 2 יאר אלט פלעגט ליידן אויף דעם געפערליך, פלאס זי האט געהאט שרעקליכע עקזימע אויפן פנים, איך האב איר איינמאל געטראגן צו "דר. פארסטער" און ב"ה זי ליידט מער נישט דערויף.


ווי איז די דאקטער? איז עס א אויער דאקטער אדער א פידיעטרישען? נעמען זיי אן מעדיקעיד?

די דאקטער זאגט אז אויב ביז נעקסטע וואך גייט עס נישט אוועק גייט מען דארפן מאכן א טיוב TUBE בלע"ז, און איך וויל דעיס איסמיידען פאר אלע געלטער.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20079
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 8:33 pm

קהת, צום באדויערן נעמט דאקטער פארסטער נאר אן קעש, און א באנטש... די ערשטע וויזיט קאסט ארום 350... אבער לדעתי איז עס ווערד סאך מער.

ער איז א קייראפרעקטער, און ער מאכט טריעטמענטס מיט די הענט. זיין נאמבער איז: 9175721030.

ער האט 2 לאוקעישן'ס, מאנהעטן, און גרעיט נעק. אין מאנהעטן איז שווער צו באקומען א אפוינטמענט, אין גרעיט נעק איז גרינגער.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 8:46 pm

איינער האט געהערט פון עצות למשל לייגען קנאבעל און די אויערן אדער אליוו אויל?
Normal is just a setting on the washing machine

גלייכער
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 11:25 am

תגובהדורך גלייכער » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 9:43 pm

אויל מיט קנאבל העלפט א רטח

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:15 pm

גלייכער האט געשריבן:אויל מיט קנאבל העלפט א רטח


זאגסטו אז א רעטעך העלפט? און וואס איז מיט וואסער פון צוויבעל (עס איז דא צווויי זאכען וואס מען קען טוהן מיט קנאבעל איינס אריין לייגען א שטיקעל קנאבעל און אויער, און די אנדערע איז אויסקוועטשען די קנאבעל און די זאפט זאל אריין גיין און די אויער)

עני העלפ...
Normal is just a setting on the washing machine

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 12:16 am

פאר א 10 חדשים'דיג קינד ווייס איך נישט, אבער פאר עלטערע האב איך שוין געגעבן קיאליק פאר 10 טאג מיט די אנווייזונג פונעם העלט פוד סטאר, און ווען מ'איז דערנאך צוריק געגאנגען צום דאקטער האט ער געזאגט אז די מעדיקעשאן האט פיין געארבעט.. און ב"ה מ'האט מער נישט געהערט דערפון.

וועגן קנאבעל אין די אויער האבעך עפעס אמאל געהערט אז מ'דארף אכט געבן.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20079
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 12:34 am

איך ווייס נישט וועגן אינפעקשענס, אבער פאר צו פיל וואקס אין די אויער העלפט אז מ'לייגט אריין אביסעלע שמן זית אין די אויער.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6422
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 12:50 pm

שוין געספענט אסאך געלט פאר דר. פאסטער שוין בערך 8-10 יאר ציריק אין געהאלפען נישט אמאל א רעטעך,

א קנאביל און די אויער דארף העלפן, נישט ח"ו א קליינע שטיקל עס זאל בלייבען סטאק .. נאר א גרויסע מיט א בענד עיטש און עס וועט רינען א גאנצע נאכט די קישן וועט ווערן נאס אבער ציפרי וועט מען אי"ה אויפשטיין ווי א נייע מענטש
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20079
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 1:41 pm

דארפסמאן, אויף וואס האסטו געספענדט געלט פאר דר. פארסטער?

ביי אונז אין די משפחה האט ער שוין ארויסגעהאלפן זייער אסאך מענטשן, אויף זייער אסאך זאכן.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 2:44 pm

איין זאך נאר - ר' קהת - ביטע נישט פארנאכלעסיגן די זאך

ביי מיינס א פלימעניצע (ניכטע, ניס) איז די אינפעקציע ל"ע אריין אין די ביין און מען האט געדארפט אפערירן

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 2:50 pm

נעכטן נאכט האב איך אריין געלייגט אונמיטען שלאפ צוויי טראפען זאפט פון קנאבעל און אירע אויערן (באקומען פון איינעם די עצה) אפיציעל די שארפקייט פון די קנאבעל עסט אויף די אינפעקשין, און זי האט טאקע געוויינט פאר 10 מינוט פאר איסורים אבער דערנאך האט זי זיך בארואיגט, לאמיר האפען בעזהשי"ת אז ווען איך גיי צוריק צו די דאקטאר זאל עס זיין קלין.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 3:17 pm

עס איז דא א טראפן וואס רופט זיך MR HEALTH EAR DROPS טשעק מיט דיין לאקאלן העלטפוד געשעפט אויב ער האט עס, ביי מיר אין שטוב נוצט מען עס, און ס'העלפט ב''ה. עס איז געבעיסט אויף עפל סיידער וויניגער מיט עקעניזשיע,און נאך, פרוביר אים.

בכלל איז גוט צו וויסן אז ווען די קינדער ציינדלען איז א אויער אינפעקשן א נארמאלע זאך.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 4:07 pm

bailout האט געשריבן:בכלל איז גוט צו וויסן אז ווען די קינדער ציינדלען איז א אויער אינפעקשן א נארמאלע זאך.


סאיז א נארמאלע זאך אבער צו סאך מאל איז שוין נישט גוט די דאקטאר ווארענט מיר שוין אז אויב ביז נעקסטע וואך איז עס נישט אוועק געגאנגען גייט מען מוזן גיין צו א ENT אריין צולייגען TUBES און דאס איז נישט קיין גוטע זאך.
Normal is just a setting on the washing machine

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 8:22 pm

ב"ה גם אני בחלומי ביי עטליכע קינדער וואס מען האט מיר געסטראשעט מיט טובס, האט מיר א דר. רעקאמאנדירט אן עצה וואס איז שנוי במחלוקת הדאקטורים, ביי מיר אין שטוב האט עס געארבעט,
צו געבען א קליינע דאזע אנטיביאטיק פאר א פאר חדשים prophylaxis, עס איז אבער שנוי במחלוקת ווי ווייט עס העלפט, וכו',
למה זה תשאל לשמי...

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 9:50 am

אויב סוכ"ס דארף מען יא מאכן טובס, נעם עס נישט אזוי שטארק צום הארצן. אומצאליגע קינדער האבן עס און זיי לעבן ב"ה געזונט און שטארק, אן קיינע אינפעקציעס (כמעט), שנארכצן נישט ביינאכט נאר שלאפן געהעריג און רואיג, וכו' וכו'.

עס זענען דא גוטע גרויסע דאקטוירים וואס טוען דאס כסדר, קינד גייט אין שפיטאל צופרי און קומט אהיים נאכמיטאג, ביז א טאג-צוויי קען ער שוין גיין אין חדר. אויף א שטיק צייט דארף מען אכטונג געבן קעגן אריינלאזן וואסער אין די אויערן אבער במשך השנים איז דאס אויך פארטיג, בקיצור, עס איז נישט געפערליך.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 9:57 am

פאר א 10 חדשים'דיגע קינד איז דאס אויך גוט? סאיז נישט צו אינג?
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20079
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 10:29 am

יום טוב, איך בין נישט זיכער, אבער איך מיין אז די טוב'ס פאלן ארויס מיט די צייט. בינעך גערעכט?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9026
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 11:02 am

יא וויכי, איך האב געהאט טוב'ס אלץ 5-6 יאר אלט, איך געדענק נאך היינט די שרעק גייענדיג איינמאל אין גאס און עפעס איז מיר ארויסגעפאלן פון די אויערן....

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג נובעמבער 11, 2010 1:26 pm

גלייכער האט געשריבן:אויל מיט קנאבל העלפט א רטח

איך וועל נישט אריינגיין צו ס'העלפט יא אבער נישט, ביי מיר ניצט מען דאס כסדר, און אויף צו בארואיגן דעם ווייטאג איז עס זיכער גוט.

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 9:43 am

בס"ד,

יא, די טובס קענען ארויספאלן, אבער עס פאסירט זעלטן. ווען עס פאלט ארויס, קען מען פריש אפשאצן צי מען דארף עס בכלל, און אויב יא מאכט מען נאכאמאל די מינימאלע אפעראציע.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20079
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג נובעמבער 12, 2010 3:41 pm

יום טוב, האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געמיינט. איך מיין צו פרעגן צו ס'קומט אזוי, אז נאך א שטיק צייט דארף עס ארויספאלן פון זיך אליין, און מ'דארף עס נישט ארויסנעמען?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מוצ"ש נובעמבער 13, 2010 10:20 pm

קהת האט געשריבן:נעכטן נאכט האב איך אריין געלייגט אונמיטען שלאפ צוויי טראפען זאפט פון קנאבעל און אירע אויערן (באקומען פון איינעם די עצה) אפיציעל די שארפקייט פון די קנאבעל עסט אויף די אינפעקשין, און זי האט טאקע געוויינט פאר 10 מינוט פאר איסורים אבער דערנאך האט זי זיך בארואיגט, לאמיר האפען בעזהשי"ת אז ווען איך גיי צוריק צו די דאקטאר זאל עס זיין קלין.


כ'האף אז די טראכסט נישט אז פין צוויי טראפען קנאבעל זאפט גייט די גאנצע זאך פארשווינדען ווערען,
טאמער באשליסטו צי ניצען קנאבעל זאפט דארפסטו עס ניצען פאר א שטיק צייט א צוויי דריי מאל א טאג אין נאכדעם וועסטו וויסען צי עס ארבעט צי נישט,

אים א חוץ פין דעם וואלט איך רעקאמאנדירט אז די זאלסט אויך געבען עפעס וואס מען נעמט איין, אזוי אטאקירסטו די אינפעקציע פין אינווייניג אין פין אינדרויסען,

ס'איז זיכער מעגליך צי היילען די אינפעקציע אויף נאטורליכע וועגען, אבער ווען די האלסט שוין אזוי ווייט קענסטו דיר נישט ערלויבען צי פרובירען אלע באבסקע רפואות פין יעדע מר בר רב אשי, נאר די דארפסט א גוטע נאטורליכע דאקטער וואס ווייסט אביסעל מער ווי מייערען זאפט אין שמן זית,

אין אזוי ווי קרעמער זאגט "טוה עס נישט פארנאכלעסיגען"

(אין יא, די וואס געבען נישט קיין וואקסינאציעס האבען ווייניגער פראבלעמען מיט אויער אינפעקציעס ווייל די אומיון סיסטעם איז שטארקער ווייל ס'איז נישט אטאקירט געווארען מיט די אומנויטיגע שטותים, ושומר נפשו ירחק מהם)


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ממש אזוי און 4 געסט