וואקסינאציעס, איזעס א הילף? אדער גאר פארקערט ?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 5:36 am

yield האט געשריבן:דא קען מען שוין דן זיין צו די אלע מחלות זענען אוועק געגאנגען צוליב די וואקסינס צו נישט.
דאס איז זיכער אז אסאך מענטשן מאכן נאס די קישן ביינאכט צוליב די וואקסינס.
איך נעם נישט קיין צד איך האב נאר לעצטנס געהערט אסאך מעשיות ערשטע האנט און איך האב אנגעהויבן צו באקומען א אנדערע בליק.

אויף א זאך וואס איז נישט זיכער און נישט געפראווד זאגסטו "דאס איז זיכער"
און א זאך וואס איז קלאר ווי די טאג נישט נאר סייענטיפיקלי פראווען זאגסטו "דא קען מען שוין דן זיין"
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 6:03 am

דער אמת איז אז די אלע פראבלעמען ווי אוטיזם און נאך ל"ע קומען פון טרינקען מילך, לאכט נישט, מילך איז שולדיג אין אלע צרות און ס'איז דא קראנטע נעטשרול טערעפיסט וואס האבן דאס מברר געווען, נאכן באהאנדלען מערערע קעיסעס פון סימפטאמען וואס זענען געשאפן געווארן אין די זעלבע תקופה פון טרינקען מילך.
האטס רחמנות, דיני נפשות דוחה כל התורה,.

כווייס נישט אלעס
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 7:26 am

וואס ליגט און די מילך אז סמאכט עס שעדליך?
האסטו אפשר געליינט די אינגרידיענטס וואס סליגט און א שאט?
בעפאר די ליינסט די אינגרידיענטס וואס ליגט אלס און איין שאט וואס מען געט פאר פיצלעך, הער אויף חוזק צו מאכן פון מענטשן וואס ווילן עס נישט געבן.

כווייס נישט אלעס
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 7:33 am

נאזי באדי האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס, אבער עס איז בכלל א דאקטער אמאל ארויס געקומען אן קעגען שאטס?

יא!
אסאך עקטשעלי, און אסאך וואס געבן שאטס ,געבן נישט פאר זייער אייגענע קינדער.

איינער וואס האט שכל פארשטייט אז סעקסעסטירט נישט אזא זאך ווי, one size fits all, און כאטשיק פאר רובא דרובא קינדער שאט עס נישט וועט אלס זיין איינער וואס אום קען עס יא שאטן און דאס איז די ארגומענט פון די מענטשןוואס לאזן נישט געבן פאר זייער קינדער קיין שאטס.

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 6:22 pm

yield האט געשריבן:ווען עטס זאלסט וויסן וויפיל היימישע מענטשן זענען אפבגעבריטע פון וואקסינס וואלט איר אנדערש גערעדט

Hype and more hype.
וויפיהל היימישע מענטשן האט מען איינגערעדט אז זיי האבן זיך אפגעבריהט ווייס איך. Peach מיט Tachlis פעלען נישט קיינע קוועקס ביי אונז.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 6:27 pm

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
נאזי באדי האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס, אבער עס איז בכלל א דאקטער אמאל ארויס געקומען אן קעגען שאטס?

יא!
אסאך עקטשעלי, און אסאך וואס געבן שאטס ,געבן נישט פאר זייער אייגענע קינדער.

איינער וואס האט שכל פארשטייט אז סעקסעסטירט נישט אזא זאך ווי, one size fits all, און כאטשיק פאר רובא דרובא קינדער שאט עס נישט וועט אלס זיין איינער וואס אום קען עס יא שאטן און דאס איז די ארגומענט פון די מענטשןוואס לאזן נישט געבן פאר זייער קינדער קיין שאטס.

קענסטו מיהר זאגן א היימישע פרומע דאקטער וואס האט א נארמאלע practice אין מאנסי, לעיקוואוד, בארא פארק, מאנרוי וכו' וואס איז ארויסגעקומען אנטקעגען וואקסינס? א זיי זענען אלע מאדערענע חברה וואס גייט זיי נישט אהן וואס עס געשעהט מיט אונזערע ultra orthodox הייליגע קינדער...

פאקט איז אז אלע היימישע דאקטוירים זענען קלאהר ביי די מיינונג אז די אנטי וועקסערס האט אהנגעמאכט גאר געפערליכע שאדן.

Listen guys... ווילטס עטס פארקויפען ווייטעמינס מיט supplements, געזונטערהייט. מען קען האבן א debate צו עס טוט עפעס אויף א חוץ דעהם מאכן דעהם מי רגלים glow in the dark neon colored. איך וועל עס נישט אוועקמאכן. אבער עטץ ברויכסט נישט - און עטץ טארטס נישט - שפילען דאקטער.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 6:40 pm

מענטשן כאפן נישט וויפיל באהויפטונגען, זענען באזירט אויף לופט. צב"ש, לעצטענס איז געווען עפעס א רעקלאמע מען זאל קלינען דעם קערפער דורך טרונקען גרינצייג זאפט. נו, עס איז מן הסתם א גוטע זאך, אבער, עס איז נישטא קיין שום באווייזן אויף די וועלט, אז עסן 22 סלייסעס געפילטע פיש און חלה איז נישט געזונט, אדער אז דער קערפער דארף צו קומען צו א קלינינג. עס קלונגט נאר גוט, עס מאכט סענס, דער קערפער ווערט 'שמוציג' פון עסן פיש און חלה, און דוךר טרונקען גרינצייג זאפט, לאזט מען דעם קערפער זיך אפרוען, און זיך קלינען. דערמאנט מיך ווי עפעס א קרוב מיינער וואס איז פארגלייבט אין ענעמא'ס און מען פארט כסדר זיך אויסשווענקען נוסח טהרה וואס מען מאכט ביי א מת.

דערמאנט מיך, אמאל יארן צוריק געליינט די ביכער פונעם פיט פאר לייף משוגענער, הקיצור, איז ער מסביר ווי שעדליך געקאכטע עסן איז, און ווי געזונט רויע שפייזן זענען. מענטשן עסן אייער, שרייבט ער מיט היץ, דאס איז דער ערגסטער זאך, לייג נאר ארויס אן אייערשפייז אויף א הייסן טאג, און לאז עס ליגן אונטער'ן זון, עס וועט פארשימעלט ווערן, אט דאס פאסירט אין אייער קערפער שרייבט ער מיט פאטאס. פארגעסנדיג אז די זעלבע פאסירט ביי פרוכט און גרינצייג וכו', אסאך פון די זאכן זענען באזירט אויף הוילע קוועקעריי און שטותים.

גראדע, געהאט אן אינטערסאנטן שמועס מיט א איד דעם יום טוב, צייגט ער מיר אן, אז זיינס א פעטער, א פעשער, עסט אין רעסטאוראנט כסדר, איז גאר געזונטער ווי זיינס א ברודער. שוין, לאמיך נישט מאריך זיין.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 10:12 pm

ר' יענקל איהר גייט שוין צו עקסטרים אויף די אנדערע וועג.

דאס איז כו"ע מודה אז עסן 22 סלייסעס חלה און פיש איז זיכער נישט געזונט!

אפי' אין די רמב"ם'ס צייטן וואס ס'זענען נאך נישט געווען צו געפונען די אלע היינטיגע ארטיפישל עסן, שרייבט שןין די רמב"ם איבער די שעדליכקייט פון עסן אסאך ברויט, פיש, און רויטע פלייש, ועוד
(די ברויט פון וואס די רמב"ם רעדט איז נישט קיין געבליטשטע ווייסע ברויט...)
רמב"ם הלכות דעות פרק ד'
האט געשריבן:
הלכה ט'
יש מאכלות שהם רעים ביותר עד מאד וראוי לאדם שלא לאוכלן לעולם. כגון הדגים הגדולים המלוחים הישנים. והגבינה המלוחה הישנה. והכמהין ופטריות והבשר המליח הישן. ויין מגתו. ותבשיל ששהא עד שנדף ריחו. וכן כל מאכל שריחו רע או מר ביותר. הרי אלו לגוף כמו סם המות. ויש מאכלות שהן רעים אבל אינן כמו הראשונים לרוע. לפיכך ראוי לאדם שלא לאכול מהן אלא מעט ואחר ימים הרבה. ולא ירגיל עצמו להיות מזונו מהם או לאוכלן עם מזונו תמיד. כגון דגים גדולים וגבינה וחלב ששהא אחר שנחלב כ"ד שעות. ובשר שורים גדולים ותישים גדולים והפול והעדשים והספיר ולחם שעורים ולחם מצות והכרוב והחציר והבצלים והשומים והחרדל והצנון. כל אלו מאכלים רעים הם אין ראוי לאדם לאכול מאלו אלא מעט עד מאד ובימות הגשמים. אבל בימות החמה לא יאכל מהן כלל. והפול והעדשים בלבד אין ראוי לאוכלן לא בימות החמה ולא בימות הגשמים. והדלועין אוכלין מהן בימות החמה:

הלכה י'
ויש מאכלות שהם רעים ואינן כמו אלו. והם עוף המים ובני יונה הקטנים והתמרים ולחם קלוי בשמן או לחם שנילוש בשמן והסולת שנפו אותה כל צרכה עד שלא נשארה בה ריח מורסן. והציר והמורייס. אין ראוי להרבות מאכלות אלו. ואדם שהוא חכם וכובש את יצרו ולא ימשך אחר תאותו ולא יאכל מן הנזכרים כלום אלא אם נצרך להם לרפואה הרי זה גבור
:
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 7:37 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:ר' יענקל איהר גייט שוין צו עקסטרים אויף די אנדערע וועג.

דאס איז כו"ע מודה אז עסן 22 סלייסעס חלה און פיש איז זיכער נישט געזונט!

אפי' אין די רמב"ם'ס צייטן וואס ס'זענען נאך נישט געווען צו געפונען די אלע היינטיגע ארטיפישל עסן, שרייבט שןין די רמב"ם איבער די שעדליכקייט פון עסן אסאך ברויט, פיש, און רויטע פלייש, ועוד
(די ברויט פון וואס די רמב"ם רעדט איז נישט קיין געבליטשטע ווייסע ברויט...)
[quote="רמב"ם הלכות דעות פרק ד'
"]
הלכה ט'
יש מאכלות שהם רעים ביותר עד מאד וראוי לאדם שלא לאוכלן לעולם. כגון הדגים הגדולים המלוחים הישנים. והגבינה המלוחה הישנה. והכמהין ופטריות והבשר המליח הישן. ויין מגתו. ותבשיל ששהא עד שנדף ריחו. וכן כל מאכל שריחו רע או מר ביותר. הרי אלו לגוף כמו סם המות. ויש מאכלות שהן רעים אבל אינן כמו הראשונים לרוע. לפיכך ראוי לאדם שלא לאכול מהן אלא מעט ואחר ימים הרבה. ולא ירגיל עצמו להיות מזונו מהם או לאוכלן עם מזונו תמיד. כגון דגים גדולים וגבינה וחלב ששהא אחר שנחלב כ"ד שעות. ובשר שורים גדולים ותישים גדולים והפול והעדשים והספיר ולחם שעורים ולחם מצות והכרוב והחציר והבצלים והשומים והחרדל והצנון. כל אלו מאכלים רעים הם אין ראוי לאדם לאכול מאלו אלא מעט עד מאד ובימות הגשמים. אבל בימות החמה לא יאכל מהן כלל. והפול והעדשים בלבד אין ראוי לאוכלן לא בימות החמה ולא בימות הגשמים. והדלועין אוכלין מהן בימות החמה:

הלכה י'
ויש מאכלות שהם רעים ואינן כמו אלו. והם עוף המים ובני יונה הקטנים והתמרים ולחם קלוי בשמן או לחם שנילוש בשמן והסולת שנפו אותה כל צרכה עד שלא נשארה בה ריח מורסן. והציר והמורייס. אין ראוי להרבות מאכלות אלו. ואדם שהוא חכם וכובש את יצרו ולא ימשך אחר תאותו ולא יאכל מן הנזכרים כלום אלא אם נצרך להם לרפואה הרי זה גבור
:
[/quote]
גערעכט פאראינטערסירט.

אני לכשעצמי פראביר צו עסען געזונט ווי ווייט מעגליך. ווייניג starch און ווען יא, מער whole. זייער באלאנסט, למשל א פרישטיג איז א protein, starch און vegetable serving. איך פראביר צו גיין איעדן טאג וכו', וכו'.

די פראבלעם איז מיט די אנטי וועקסערס קולט מעמבערס וואס מיינען אז געזונט און נאטורליך מיינט נישט וואקסינען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 8:22 am

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:יא!
אסאך עקטשעלי, און אסאך וואס געבן שאטס ,געבן נישט פאר זייער אייגענע קינדער.

ליגענט, ליגענט, ליגענט,
זוכט איר דוי?

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2548
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 8:29 am

מיין חלום... אפשר וועט מען נאך איין טאג קענען האבן אן אינטעליגענטע דעבאטע, (נוסח פנחס גלויבער שמועסען), באזירט אויף פאקטן, מיט אן אביעקטיוון בליק אויף די גאנצע נושא פון וואקסינען.

ביזדערווייל קען איך בלייבן חלומ'ן.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18894
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 8:51 am

וואס גענוי חלום'סטו?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 11:48 am

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:יא!
אסאך עקטשעלי, און אסאך וואס געבן שאטס ,געבן נישט פאר זייער אייגענע קינדער.

זייענדיג לעצטנס ביים דאקטאר מיט די קינדער צו געבן שאטס, האב איך געשמועסט מיטן דאקטאר - א איד מיט א אידיש הארץ און א טאטע פון א שטוב מיט קינדערלעך - , אזוי מסיח לפי תומו פארציילט ער מיר א מעשה וואס איז געווען פאריגע וואך ביים געבן די נידלען פאר זיינע קינדער.

דער אויבנדערמאנטער דאקטאר איז גראדע היפש א נאטורליכער, א שוואכער חסיד פון אנטי-ביאטיק פאר יעדע קליינע אנטצינדונג, אבער שאטס פארשטייט ער אז ס'איז וויכטיג.

אוועטאר
משה11
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 12:58 pm

appeal to parents - Vaccinate.pdf
(159.17 KiB) דאונלאודעד 64 מאל
חותן שואל את החתן שלו: מה לקנות לך? ש"ס או שעון?
החתן: תקנה לי אייפון… יש בו גם ש"ס וגם שעון…
החותן: אז תחזיר את הכלה - הבת שלי! יש מספיק בנות באייפון…

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 3:15 pm

מען האלט אין איין איבערשרייבן די זעלבע טענה אז "זייט ווען זענען געווען אזויפיל אויטיסטיק / וועדזשטעיבל / וכו' קינדער? אלעס קומט פון די וואקסינאציעס". אין די 'פיעטש' אויסגאבע איז זאגאר געווען אזא קארטון ווי מען זעהט דעם אויפשטייג פון די היימישע מעדיצינישע ארגעניזאציעס (בוני עולם, RCCS וכו') זינט מען האט אנגעהויבן צו נעמען שאטס.

פארוואס אבער זאל מען נישט וויסן די פאקטן איידער מען רעדט? קענסער און אוטיזם זענען טאקע נייע מחלות. גערעכט. די גולי שפאניע האבן טאקע נישט געהאט קיין אוטיסטיק קינדער און ביי גזירת רינדפלייש זענען נישט געווען קיין קענסער קראנקע. קענסער איז א נייע מחלה וואס ר''ר מענדעלע פון רימינוב האט געזאגט אז עס קומט פון "נייע מאדעס" און אוטיזם איז עפעס וואס האט אנגעהויבן זיך פארשפרייטן אין די צייטן פון בעל שם הקדוש.

זינט דעמאלטס ועד ימינו - וה' ירחם על עמו - פארמערן זיך די נייע קרענק פון יאר צו יאר. אינצווישן האט דער בורא רפואות ברוב טובו חונן דעת געווען פאר דאקטוירים וויאזוי מען קען נעמען פארשידענע פארשפרייטע, טויטליכע מגיפה-סארט מחלות און זיי עלימינירן למחצה לשליש ולרביע - דורך וואקסינאציעס. די "נייע מחלות" ווידעראום, זענען ליידער געבליבן אין די פארמערן שטאפלען פוקנט ווי איידער די וואקסינאציע עפאכע.

וואס איז די סטופידיטי פון נעמען מחלות וואס פארמערן זיך שוין ליידער פאר 200 יאר, און עס אנלייגן אויף די וואקסינאציע ערשיינונג פון איבער 100 יאר שפעטער?

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 3:24 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:מען האלט אין איין איבערשרייבן די זעלבע טענה אז "זייט ווען זענען געווען אזויפיל אויטיסטיק / וועדזשטעיבל / וכו' קינדער? אלעס קומט פון די וואקסינאציעס". אין די 'פיעטש' אויסגאבע איז זאגאר געווען אזא קארטון ווי מען זעהט דעם אויפשטייג פון די היימישע מעדיצינישע ארגעניזאציעס (בוני עולם, RCCS וכו') זינט מען האט אנגעהויבן צו נעמען שאטס.

מען דארף אויך וויסן אז עס איז געוועהן מחלות אמאהל אויך. מען האט נאר נישט געקענט דייעגנאזען. מען האט נישט געהאט סיי די knowledge און סיי די technology צו נעמען בלוט טעסט, וכדומה. אבער מחלות איז געוועהן. ווי אויך גייסטישע מחלות. קראנקע קינדער (ליין: הייליגע נשמות) האט מען איינגעשפארט אין קלאזעט. הייפער קינדער האט מען געגעבן גיטע פעטש ווייל זיי זענען פשוט שלעכט און ווילד. מען האט נישט געוויסט אז דאס קינד איז אזוי גוט אבער ער קען נישט איינזיצען.

עס איז אויך דא אסאך נייע קראנקהייטן וואס מאנכע רופן Western Diseases. למשל Diabetics, heart disease ועוד. דאס זענען אלע קלאהר אז זיין קומען פון צוויי זאכן:
Lifestyle. מען ארבייט נישט - אמעריקע איז א לאנד פון אפיס זיצערס. מען ריהרט זיך נישט א גאנצן טאג.
נישט געזונטע עסען. אלעס איז היינט זייער processed. נישט פרושע עסען האט גאר אסאך sodium (זאלץ), קעמיקעלס ווי אויך פערזערוועטיווס עס זאל זיך האלט פריש לענגער.

אבער בקיצו נמרץ, קראנקהייטן איז געוועהן אמאהל אויך! עס איז פשוט נישט געוועהן קיין ארגאנאזאציעס צו העלפן. עלטערן וואס האבן געבוירען נשמה'ליך האבן זיך געשעמט און געפיהלט guilty. ב"ה דאס האט זיך גאר אסאך פארבעסערט היינט א דאנק די פילע הילף וואס איז דא.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 5:29 pm

מיין שטעלונג און Kosher Travel שרייבן ביידע גוט. עס דארף דערמאנט ווערן אז דאס איז נישט עפעס א פאליטישע דעבאטע וואס יעדער וויל זיין גערעכט לשם גערעכט; דא רעדט מען פון זיין גערעכט לשם ובחרת בחיים...

עס איז א גרויסע [אום]אחריות צו ארומפאטשקענען מיט די געזונט פון טויזענטער אידישע קינדער, באזירט אויף א קאנספיראציע טעאריע פון עפעס א דזשאָנק-מעיל און א קרימינאלע דאקטער. דאס גייט נישט נאר אויף די קינדער וואס וועלן ח"ו נישט וואקסינירט ווערן צוליב דאס לייענען די פירקלעריי, נאר די קינדער וואס גייען אין די זעלבע קלאס, עסן צוזאמען מיטאג וכדומה, מיט די אפעקטירטע קינדער.

אוועטאר
יענקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 6:30 pm

בקיצור די גאנצע שמועס: דאס איז יעדער מודה אז וואקסינאציעס איז די גורם אז אזעלכע ארגענעזאציעס ווי RCCS און בוני עולם האבן זיך געגרינדעט,

און א דאנק דעם איז דא פולע הילף פאר די אלע קראנקהייטן וואס מען האט אמאל נישט געוויסט ווי זיך אהין צוטוהן דערמיט

אוועטאר
yield
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 6:37 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:מען האלט אין איין איבערשרייבן די זעלבע טענה אז "זייט ווען זענען געווען אזויפיל אויטיסטיק / וועדזשטעיבל / וכו' קינדער? אלעס קומט פון די וואקסינאציעס". אין די 'פיעטש' אויסגאבע איז זאגאר געווען אזא קארטון ווי מען זעהט דעם אויפשטייג פון די היימישע מעדיצינישע ארגעניזאציעס (בוני עולם, RCCS וכו') זינט מען האט אנגעהויבן צו נעמען שאטס.

פארוואס אבער זאל מען נישט וויסן די פאקטן איידער מען רעדט? קענסער און אוטיזם זענען טאקע נייע מחלות. גערעכט. די גולי שפאניע האבן טאקע נישט געהאט קיין אוטיסטיק קינדער און ביי גזירת רינדפלייש זענען נישט געווען קיין קענסער קראנקע. קענסער איז א נייע מחלה וואס ר''ר מענדעלע פון רימינוב האט געזאגט אז עס קומט פון "נייע מאדעס" און אוטיזם איז עפעס וואס האט אנגעהויבן זיך פארשפרייטן אין די צייטן פון בעל שם הקדוש.

זינט דעמאלטס ועד ימינו - וה' ירחם על עמו - פארמערן זיך די נייע קרענק פון יאר צו יאר. אינצווישן האט דער בורא רפואות ברוב טובו חונן דעת געווען פאר דאקטוירים וויאזוי מען קען נעמען פארשידענע פארשפרייטע, טויטליכע מגיפה-סארט מחלות און זיי עלימינירן למחצה לשליש ולרביע - דורך וואקסינאציעס. די "נייע מחלות" ווידעראום, זענען ליידער געבליבן אין די פארמערן שטאפלען פוקנט ווי איידער די וואקסינאציע עפאכע.

וואס איז די סטופידיטי פון נעמען מחלות וואס פארמערן זיך שוין ליידער פאר 200 יאר, און עס אנלייגן אויף די וואקסינאציע ערשיינונג פון איבער 100 יאר שפעטער?

הגע בעצמך וועלכע מחלות זענען דא אפילו עס איז דא אזויפיל וואקסינס, און וועלכע מחלות זענען אוועק געגאנגען אפילו אן וואקסינס
נאר, סדר העולם איז אז מחלות קומען און גייען נישט וואקסינס ברענגט עס און אויך, נישט וואקסינס היילט עס.
yield the right of way

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 8:38 pm

yield האט געשריבן:הגע בעצמך וועלכע מחלות זענען דא אפילו עס איז דא אזויפיל וואקסינס, און וועלכע מחלות זענען אוועק געגאנגען אפילו אן וואקסינס
נאר, סדר העולם איז אז מחלות קומען און גייען נישט וואקסינס ברענגט עס און אויך, נישט וואקסינס היילט עס.

הגע 'בעצמך', וואס איז מער שעדליך א 'אינטערקאנטינענטאל באליסטיק מיסיל' אדער א אדער א 'ביאלאגישער באמבע'?

אבער נאר 'בעצמך', ח"ו פרעג נישט קיין סייענטיסטן און מיליטערלייט, זיי זענען קארופטירט און גלייב זיי נישט קיין איין ווארט.

הא? דו ווייסט נישט. פארוואס נישט? האסט קיינמאל נישט שטודירט דעם אטאם אדער אנדערע וואפן. זאגט נאר, מחלות האט איר שוין יא שטודירט? פארוואס גייען און קומען מחלות? הממ... כ'וועל פרעגן מיין קייראפראקטער...

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 10:59 pm

יענקעלע האט געשריבן:בקיצור די גאנצע שמועס: דאס איז יעדער מודה אז וואקסינאציעס איז די גורם אז אזעלכע ארגענעזאציעס ווי RCCS און בוני עולם האבן זיך געגרינדעט,

און א דאנק דעם איז דא פולע הילף פאר די אלע קראנקהייטן וואס מען האט אמאל נישט געוויסט ווי זיך אהין צוטוהן דערמיט

לא דובים ולא יער. איהר זאגט: בקיצור די גאנצע שמועס: דאס איז יעדער מודה אז וואקסינאציעס איז די גורם אז אזעלכע ארגענעזאציעס ווי RCCS און בוני עולם האבן זיך געגרינדעט,

וואס איהר טוט איז טיפיקעל וואס די אנטי וואקסערס קולט חברה טוהן. פשוט לייגן אריין ווערטער אין מויל וואס מען האט קיינמאהל נישט גאזגט. יעדער איז מודה? בשום אין אופן נישט. אמאהל איז נישט געוועהן קיין עקרות? קינדערלאזע מענטשען? אסאך מער ווי היינט! וואס האט בוני עולם מיט וואקסינס???

איך בעט איעדען איינעם דא זאל נאכאמאהל איבערליינען די גאנצע אשכול און זעהן ווי די אנטי חברה האבן בקיצור נאר געשריבן איינגערעדטע זאכן. איך האב געהערט מעשות, איך ווייס פון מעשות וכו'. נישט קיין שום ממשות. נישט קיין שום פאקטן. עס ברענגט אוטיזם וכדומה, ליגענטס וואס מען האט שוין אויפגעוויזן.

איך בין נישט דא צו געווינען. איך בין נישט קיין דאקטאר. איך בין נאר דא צו זאגן פאר אינגעלייטליך זאלן נישט שפילען דאקטאר, כי בנפשינו הוא.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 11:04 pm

הגע בעצמך וועלכע מחלות זענען דא אפילו עס איז דא אזויפיל וואקסינס, און וועלכע מחלות זענען אוועק געגאנגען אפילו אן וואקסינס
נאר, סדר העולם איז אז מחלות קומען און גייען נישט וואקסינס ברענגט עס און אויך, נישט וואקסינס היילט עס.

בקיצור, וואס איהר זאגט איז אז polio איז אוועקגאנגן פון זיך אליינס. עס האט גארנישט מיטן פאקט אז עס איז ארויסגעקומען א וואקסין. און אז Measles וואס האט געהייסן eradicated אין אמעריקא און איז צירוקגעקומען א דאנק א פאר פארנאטישע פרומע חברה וואס מיינען אז religion מיינט נישט פאלגן דעם דאקטאר פון לאנדאן האבן עס צירוק געברענגט קיין אמעריקע, דאס האט אויך נישט קיין שייכות מיטן פאקט אז די גרופע האט נישט גענומען וואקסינעישענס?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
yield
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 11:52 pm

יעדער איינער הענגט זיך אן אויף פאליאו צו בארעכטיגען אלע אלע וואקסינס ווי טשיקענפאקס אוןן דאס גלייכען.
און אויך אז מען קען געבן וויפיל דאזעס מען וויל סיי פאר קינדער שוואנגערדיגע מאמעס און האלט שוין אויך ביי טינעידזשערס
דאס איז זיכער out of control. אין ריבוי אחר ריבוי אלא למעט

ווען איז מיזלס געווארן eradicated זייט איך געדענק מיר איז אייביג געווען א אויסברוך יעדע פאר יאר.

און גלייכצייטיג די וואקסינס פאר טשיקענפאקס איז מער א קאנוויניענס ווי א צורך וד"ל .ותלמד סתום מן המפורש

עגעין איך נעם נישט קיין צד איך וויל נאר פארשטיין
לעצט פאראכטן דורך yield אום דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 10:07 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
yield the right of way

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 12:01 am

איך הער נייע זאכן!
קודם איז עס אוטיזים... אין יעצט האלט מען שוין ביי RCCS אין בוני עולם....

מארגען גייט מען הערן אז גראבקייט קומט פון וואקסינס :lol:
איזי

אוועטאר
יענקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 12:38 am

Kosher Travel האט געשריבן:
יענקעלע האט געשריבן:בקיצור די גאנצע שמועס: דאס איז יעדער מודה אז וואקסינאציעס איז די גורם אז אזעלכע ארגענעזאציעס ווי RCCS און בוני עולם האבן זיך געגרינדעט,

און א דאנק דעם איז דא פולע הילף פאר די אלע קראנקהייטן וואס מען האט אמאל נישט געוויסט ווי זיך אהין צוטוהן דערמיט

לא דובים ולא יער. איהר זאגט: בקיצור די גאנצע שמועס: דאס איז יעדער מודה אז וואקסינאציעס איז די גורם אז אזעלכע ארגענעזאציעס ווי RCCS און בוני עולם האבן זיך געגרינדעט,

וואס איהר טוט איז טיפיקעל וואס די אנטי וואקסערס קולט חברה טוהן. פשוט לייגן אריין ווערטער אין מויל וואס מען האט קיינמאהל נישט גאזגט. יעדער איז מודה? בשום אין אופן נישט. אמאהל איז נישט געוועהן קיין עקרות? קינדערלאזע מענטשען? אסאך מער ווי היינט! וואס האט בוני עולם מיט וואקסינס???

ליין איבער....
אוודאי איז אמאל אויך געווען עקרות, אבער קיין בוני עולם זיי צו העלפן איז נישט געווען, אויב זאגן די חברה אז "וואקסינס איז די גורם פון בוני עולם" האב מיר דאך שוין פארדינט...

צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט