איך זוך א היימישער פראגראמער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ליהודים
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 10:45 pm

היימישע וועב פראגראמירער(ס) געזוכט

תגובהדורך ליהודים » מאנטאג מארטש 07, 2016 11:16 pm

איך זוך ארויסצוהעלפן א גרויסע ארגאניזאציע מיטן זיי אהערשטעלן א פראגראם וועלכע וועט בע"ה שטארק ארויסהעלפן מיט זייער ארבעט.

נעמליך, דער סיסטעם וועט באשטיין פון א פייל-סיסטעם וועלכע וועט ערמעגליכן באנוצער צו עפענען א "קעיס" און דערביי ארויפלאדענען דאקומענטן אנבאלאנגט צו דעם קעיס, דערנאך דארף דער סיסטעם זיך פארבינדן מיט אן עוועילעבל "קעיס ווארקער" וועלכער ציטירן זיינע קאמענטארן וכדו' אדער אליינס צושטעלן עטליכע דאקומענטן. א "קעיס" דארף צומאל ווערן פארבינדן צו עטליכע איינגעשטעלטע און דער סיסטעם מוז קענען האלטן א כראנאלאגישן סדר פון די פיילס און קאמענטארן ווי אויך דארף עס קענען האבן א קאלענדער וואס וועט מודיע זיין פארן באנוצער ווען עס קומט זיין צייט פאר אן אודיענץ-וויזיט מיטן ספעשל קעיס וואורקער.

פארשטייט זיך אז כל הנ"ל איז בקיצור נמרץ והרבה ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן...

דער סיסטעם דארף אויך זיין ביילינגואל, ד.ה. סיי אויף אידיש און סיי ענגליש פארן אלגעמיינעם באנוץ פונעם אידישן ציבור.

ווער עס קען ארויסהעלפן - סיי מיט פראגראמירונג און סיי מיט לאגיסטישע הילף תבוא עליו ברכה מיט - פערשטייט זיך - געלט. אגב פלאן איך דאס בע"ה צו פינאנצירן אויף די אייגענע קאסטן...

אוועטאר
יענקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » דינסטאג מארטש 08, 2016 12:01 am

Zendesk? פילע היימישע ביזנעסער ניצען עס

ליהודים
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 10:45 pm

תגובהדורך ליהודים » דינסטאג מארטש 08, 2016 12:34 am

זאנדעסק איז גאנץ א פיינער טיקעטינג\CRM סיסטעם, אבער דא פעלט זיך אויס עפעס היבש מער (אחוץ אויב עס קען גרינג קאסטומיזירט ווערן?).

מיך גייט נישט אן וויאזוי עס ווערט אהערגעשטעלט, צו דורך SUGARCRM אדער זענדעסק, אזוי לאנג ווי די פערזענליכע געברויכן ווערן גענצליך ערפילט - אבער לבי אומר לי אז עס וועט זיך אויספעלן מער א קאסטום-בילט סיסטעם צוליב פילע אבער קלענערע דעטאלן וועלכע איך האב נאך נישט געזעהן פאר וויכטיג דאס דערווייל אראפשרייבן. מיינסטנס פראבירט אוועקצושטעלן דעם רעיון און אזוי האפנטליך טרעפן דא דעם פאסיגן פערזאן.

ליהודים
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 10:45 pm

תגובהדורך ליהודים » דינסטאג מארטש 08, 2016 4:16 pm

שוין באקומען איין גאנץ קוואליפיצירטע ליעד... ס'געוואלדיג צו זען די שנעלע רעזולטאטן פונעם אייוועלט .

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » מיטוואך יולי 20, 2016 7:39 am

איך זוך א פראגראמער וואס האט עקספיריענס אין Salesforce
ביטע קאנטאקטן אין אישי.

אוועטאר
milech fried
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

תגובהדורך milech fried » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 2:29 pm

Salesforce? מה זה? האסט געטראפן?

Programing Job
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2016 11:36 am

געזיכט אן "עקספעריענס" פול טיים פראגרעמער

תגובהדורך Programing Job » מאנטאג נובעמבער 14, 2016 1:01 pm

א גוטן

מיר זיכן אן "עקספעריענס" פול טיים פראגרעמער דארף קענען גוט PHP

ביטע שיקן אן אימייל צו programerads@gmail.com

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מוצ"ש ינואר 21, 2017 10:21 pm

א ידיד מיינער וואס קען גוט פראגרעמינג איז יעצט אוועליבעל, לכתחילה פאר א פול טיים זשאב אבער גרייט צו הערן אנדערע אפערס אויך.
אויב זוכט איר אזא איינעם, אדער אז איר ווייסט איר פון אפענונג ביטע מיר קאנטאקטען אין אישי, ולמצוה גדולה יחשב.

איך לייג דא ארויף די programing languages וואס ער קען, ער איז אויך א פלייסיגע לערנער און לערנט זיך שנעל צו נייע languages.

Technology Summary
Programming: Java, SQL, HTML, Android Development, C#.Net, Ruby on Rails, Python and others
Systems: Windows (all), Linux (basic)

Skills
Software Development - OOAD & RAD - Coding & Scripting
Solutions Deployment - GUI Design - Debugging & Troubleshooting
User Training & Support - Requirements Definition - Testing & Documentation

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » זונטאג ינואר 22, 2017 1:01 am

וויפיל יאר עקספ.?
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג ינואר 22, 2017 9:37 am

שוין צען יאר וואס איך ווייס, וואס ער מאכט זאכן פאר מענטשן


צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט