קאר פראגע: פלאגן א רעדל

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20072
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

קאר פראגע: פלאגן א רעדל

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 29, 2009 5:21 pm

פאסירט אמאל אין אן ארענדזשען דאנערשטאג אז פארענדיג אויף די לאקאלע גאסן הער איך עפעס האקן נישט ווי געוואוינט, נאכן אבזערווירן דעם רעדל ביים ערשטן רויטע לעקטער דערזע איך מיך מיט א דיקן טשוואק אינעם רעדל אזאנאס וואס דער שכן מיינער וואלט געטראגן אין סקרעפ מעטאל צו לייזן א דאלאר דערויף, פארשטייט זיך אליינס אז ביי די ערשטע רעדל שאפ שטעל איך מיך אפ אין דער ספאניאלא שטופט מיר אריין א פלאג אינעם ראד, נאכן דאנקען דעם קל חי אויף דעם וואס מיר זענען נישט געבליבן שטעקן מיט א צובראכאנעם ראד אינמיטן פינסטערן וואלד, לאו דוקא א פינסטערער וואלד אבער א וואלד מיט פינסטערע, זעמער ב"ה אהיים געקומען בשלום.

איצט שטעלט זיך די פראגע: איז עס גענוג שטארק, קען עס האלטן לאנג?

איז עס די זעלבע שטארק ווי א געהעריגע פעטש אדער עס וועט האלטן פון דעם עלות ביזן משיכיר?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג יוני 29, 2009 5:54 pm

שתי תשובת בדבר

1) מאך זיכער אז עס איז נישט אין די זייט פין די רעדל טאמער יא גארניקסט ווערט

2) געווענטליך ביי זייער א דיקע טשוואק וועט איין פלאג נישט זיין געניג קענסט עס פראבירן צי עס ליעקט דארעך שפריצן דערויף זייף וואסער , די בעסטע זאך איז צי מאכן א פעטש וואס מליגט פין אינעווינוג סדארט טאקע לאנג מדארף איבער לאזן די קאר אבער עס איז סעף ספעציעל יעצט אין די זימער ווען מפארט אסאך שי רעדער ווערן זייער הייס אין מלייגט אסאך פעקלעך אין די קאר אין סליגגט דרוק אויף די רעדער

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג יוני 29, 2009 10:45 pm

יאך בין א לאנגע צייט געפארן - זוממער - מיט ארום 10 פלאגס אויפן רעדל, ביז עס האט געכאפט א ספאט וואס מ'האט שוינישט געקאנט לייגן א פלאג.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג יוני 29, 2009 11:26 pm

ממש חידושים ווער איך דא געוואויר..

הערט א מייסע.
נישט געדאכט, פאראיאר זומער אין מאנטיסעלא איז מיר די רעדל געווארן ווייעך, אזוי אנגעהויבן גיין נידריגער כ'אב אנגעפילט מיט לופט אבער ס'יז נאכאמאל געשען. א איד בין איך דאך, און אן עצה געב איך מיך, געגאנגען בין איך דארט אראפ אויף מעין סט ווי ס'יז דא א "טייערער שׁאָפּ", ער הייסט מיר אריינפארן מיט מיין גרויסן קאר צווישן די לאפעס פונעם היידראלישן לופט, כ'אב שוין געמיינט וויי געוואלד וואס דאס גייט קאסטן, שוין א קאפ_עורה, וועט עס זיין אויף טשייניז אוקשען נעקסטעס יאר, קיין בריירעס האב איך נישט.

ער הייבט אביסקעלע אונטער, געשווינד אראפגענומען דעם ראד נאך א קנאפע מינוט ברענגט ער עס צוריק און שרויפט עס צוריק אויף מיין קאר, "יו אר גוד טו גאו" זאגט ער.

פרעג איך וואס וויל ער פאר דעם, זאגט ער גארנישט עס איז א סערוויס פאר די שכנים דא. פרעג איך אים און וויאזוי פארדינסטו, זאגט ער "ווי ראן אן וואליום". כ'קוק אים אזוי אן און למעשה האב איך אים געגעבן א צענער'ל ער האט מיך שטארק באדאנקט און איך בין געפארן ווייטער כאילו לא היה און פאר נאך היינט מיטן זעלבן ראד.

עד היום ווייס איך נאך אלץ נישט וואס ער האט דארט געטון מיטן ראד. איך בין געוואוינט אז דער אמיגא אויף פרענקלין לייגט אריין א פעטש, רייבט און פיילט און קלעבט און שמירט ס'טוט זיך א געשווארצעריי מיט רעדלעך מיט א גרויס וואנע מיט וואסער, און דא גארנישט, קוים געטון עפעס און צוריק ארויפגעלייגט.
שטילערהייט האב איך געטראכט ער האט גארנישט געטון נאר פלעין צוריקגעלייגט, אודאי בעט ער נישט קיין געלט..

אבער יעצט, ליינענדיג דעם אשכול אז מען קען מאכן א טשוואק אנשטאט א פעטש איז מיר פארענטפערט געווארן די לאנג ערווארטעטע.. קשיא "וואס האט דער אין מאנטיסעלא געטון מיט מיין ראד".

איי אינגאלע געבענטשט זאלסטו זיין, נאר ניט פארשלאפן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20072
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 30, 2009 8:03 am

א דאנק פאר אלע חשוב'ע און טייערע מגיבים
זאלט איר האבן א לעבן מתוקים מדבש ונופת צופים.

סאכדעס, האסט מסתמא געזאגט ערליך וישלח
אדער האסטו ר' מאיר'ן פארמישט אין די זאך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג יוני 30, 2009 10:26 am

יא, א פלאג איז זייער גוט און קען אנהאלטן אזוי לאנג ווי דער רעדל לעבט.
An article a day keeps the babies away

פשוט פשט
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 26, 2009 11:04 am

תגובהדורך פשוט פשט » דינסטאג יוני 30, 2009 10:36 am

on my old car i wasn't able to remove the wheel and I had more than one plug and it worked.
By the way your writing style is very "geshmak" don't wait to write till the plug goes wrong.
אין מקרא יוצא מידי פשוטו

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג יוני 30, 2009 10:51 am

אמת א פלאג קען האלטן ווי לאנג די רעדל לעבט אבער פארשלאפן רעדט פין א זייער דיקע טשוואק דעמאלט איז א אנדערע מעשה אין עס איז אסאך בעסער צימאכן א פעטש

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג יוני 30, 2009 1:20 pm

קיינמאל געהערט פון די פלאג, קען מען דאס קויפן אין א פארטס געשעפט און אליין אריינלייגן?

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג יוני 30, 2009 5:41 pm

זיי זאגן, א פלאָג איז נאר גוט אויב ס'איז דארט ווי די רעדל רירט אן די ערד, דארט ווי ס'איז די די (אויסטערלישע קונצליכע..) דיזיינס.

אבער אויף די זייט פון די רעדל, העלפט נישט קיין פלאג.

יא, פעטש העלפט אלעמאל... תרתי משמע

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג יוני 30, 2009 5:42 pm

וואלמארט.

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » דינסטאג יוני 30, 2009 5:48 pm

bailout האט געשריבן:קיינמאל געהערט פון די פלאג, קען מען דאס קויפן אין א פארטס געשעפט און אליין אריינלייגן?


אליינס אריינלייגען? כ'גלייב שווער, ברויכסט האבן א ספעציעל - דין שפיציגען - צוואנג, און א לופט פאמפ צו ערזעצן דאס וואס גייט ארויס בשעת'ן ארויסציען דעם טשוואק - זאלסט דיר נישט גענצליך אויסגלאטן דעם ראד, און הערשט וועסטו פארשמירן אלסדינג ארום פון דעם קלעב אין וואס עס קומט, ס'גאנצע וואס ס'ברויך קאסטן ביי א פראפעסיאנאל איז בער 15-20 דאלאר, נו וואס טויג דיר קאפוויי?
קאמענטארן זענען איבריג

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » דינסטאג יוני 30, 2009 8:19 pm

איך האב עס אליין געטון נישט קיין גרויסע תורה, ס'קאסט דיר א פינף דאלאר ביי וואל מארט, אינעם קיט קומט מיינעך 4 פון די קלעבעדיגע שטעקעלעך דארט ליגט אויך די שפיציגע צוואנג, איך בין געגאנגען צו א געז סטעישאן וואס האט לופט, ארויסגעצויגען דעם טשוואק, מ'דארף גרעסער מאכן דעם לאך אביסל מיטן צוואנג, ווייל אז נישט קען מען נישט אריינקוועטשן דעם קלעבאכטס, מ'נעמט די שווארצע קלעבאכטס, מ'בייגט עס איין אויף העלפט, די גרעסערע העלפט באהאלט.... איין מינוט ווי האלט איך, מ'שטיפט עס אריין מיט עפעס א שפיציגע צווענגל וואס קומט אויך אינעם קיט, דאס דארף מעןשטארק אריינקוועטשן און מאכן זיכער ס'איז פארשטאפט ס'סילט די גאנצע לאך, און נאכדעם אנגעפילט מיט לופט, ס'האט מיר גענומען צען מינוט די גאנצע זאך, געפארן בינעך א האלבע יאר מיט יענעם רעדל

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג יוני 30, 2009 8:24 pm

און איך האב געצאלט דערפאר 8 דאלער, אריין און ארויס אין צען מינוט. דער טייער שאפ - א חסידישע איד- זעהנדיג אז עס איז מיר א חידוש די גאנצע זאך, זאגט מיר אז ער מאכט עס שוין 15 יאר, און קיינער איז נאכנישט צוריקגעקומען זאגן אז עס האט נישט געהאלטן.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך יולי 01, 2009 7:58 am

סימער אינטערעסאנט די פרייזן דא, ווייל איך האב געצאלט פאר א פעטש 12$

יגר כ'מיין א פעטש העלפט אויך נישט פאר די זייט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20072
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 01, 2009 8:02 am

מיר האט געקאסט דער פלאג - אין גלילות וויליאמפעסט - אריינגעלייגטערהייט קנאפע זעקס גילדן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
mz1268
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2009 10:57 am

תגובהדורך mz1268 » פרייטאג יולי 03, 2009 9:19 am

מיין איקספיריענס מיט פלאגס איז אזוי: אז מ'האט גוטע הענט קען עס אליין ארויף לייגען נאו פראבלעם, איך האב שוין געלייגט מעני פלאגס, טאמער איז מען לעבען א שאפ איז א שאד פאר 10/15 דאלער זיך שמוציג מאכען די הענט, א פעטש צו לייגען דארף מען שוין א פראפעשענעל.
א גאנץ יאר פרייליך

אוועטאר
mz1268
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2009 10:57 am

תגובהדורך mz1268 » פרייטאג יולי 03, 2009 9:40 am

!BRGzOt!!2k~$(KGrHgoH-DEEjlLl1e6UBJ8QZ+uVfQ~~_2.jpg
!BRGzOt!!2k~$(KGrHgoH-DEEjlLl1e6UBJ8QZ+uVfQ~~_2.jpg (6.73 KiB) געזעהן 2058 מאל
א גאנץ יאר פרייליך

אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 25, 2008 3:50 am

תגובהדורך reb yid » מאנטאג יולי 06, 2009 10:03 am

פון מיין עקספיריענס...
עס האלט זיך זייער גוט - ער ווערט א שטיק פינעם ראד! און קען זיך האלטן עמו"ש!
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!

פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

תגובהדורך פון יעצט » מיטוואך ינואר 17, 2018 10:10 am

א שטיק צייט צוריק האבעך באקומען א לאך אין די זייט (יא יא. דארט וואו מ'קען נישט פלאגן) איך גיי צו א טייער (שוין איינמאל טייער) שאפ זאגטעמער דארפסט טוישן רעדל און אזוי אויך א צווייטער שאפ
בינעך אנגעקומען צו איינעם וואס האט מיר געלייגט א פעטש אבער ער האצעך אויסגענומען פארדעם אז ס'איז נישט גאראנטירט. שיער פארגעסן. כאמעך געדארפט איינבעטן
למעשה פאר איך שוין ארום אפאר חדשים אזוי און ס'פיין

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך ינואר 17, 2018 11:40 am

איך זעה אז אין יארע 2009 האט זיך דער עולם גע'חידוש'ט אז מ'קען פלאגען א רעדל. האט דען חברים נישט געפלאגט רעדלעך מדי יום ביומו אין 2009?

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך ינואר 17, 2018 11:44 am

פון יעצט האט געשריבן:א שטיק צייט צוריק האבעך באקומען א לאך אין די זייט (יא יא. דארט וואו מ'קען נישט פלאגן) איך גיי צו א טייער (שוין איינמאל טייער) שאפ זאגטעמער דארפסט טוישן רעדל און אזוי אויך א צווייטער שאפ
בינעך אנגעקומען צו איינעם וואס האט מיר געלייגט א פעטש אבער ער האצעך אויסגענומען פארדעם אז ס'איז נישט גאראנטירט. שיער פארגעסן. כאמעך געדארפט איינבעטן
למעשה פאר איך שוין ארום אפאר חדשים אזוי און ס'פיין

קום אבער נישט וויינען דא אז דו ביסט סטאק אויף ראוט ווייס איך וואו און דיין רעדעל איז געגאנגן פייפן און די נענטסטע שאפ איז 18 מייל און חברים האט נישט קיין מעמבער אין יענע געגנט.....
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

טוט זיך...?
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

תגובהדורך טוט זיך...? » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:24 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
פון יעצט האט געשריבן:א שטיק צייט צוריק האבעך באקומען א לאך אין די זייט (יא יא. דארט וואו מ'קען נישט פלאגן) איך גיי צו א טייער (שוין איינמאל טייער) שאפ זאגטעמער דארפסט טוישן רעדל און אזוי אויך א צווייטער שאפ
בינעך אנגעקומען צו איינעם וואס האט מיר געלייגט א פעטש אבער ער האצעך אויסגענומען פארדעם אז ס'איז נישט גאראנטירט. שיער פארגעסן. כאמעך געדארפט איינבעטן
למעשה פאר איך שוין ארום אפאר חדשים אזוי און ס'פיין

קום אבער נישט וויינען דא אז דו ביסט סטאק אויף ראוט ווייס איך וואו און דיין רעדעל איז געגאנגן פייפן און די נענטסטע שאפ איז 18 מייל און חברים האט נישט קיין מעמבער אין יענע געגנט.....


at least make sure that you are a triple A member...

פרא-חסיד
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

תגובהדורך פרא-חסיד » מיטוואך ינואר 17, 2018 1:04 pm

מענין לענין, אין א שניי ווען די רעדער דרייען זיך אן אפשטעל און מקען נישט ארויסקריכן, איז דא א מוראדיגע עצה. איך שטעל א לינק ווייל איך קען נישט אטאטשירן בילדער. די שפיץ געדאנק איז, צו האבן א פעקל זיפ טייס אין קאר, אין על כל צרה שלא תבוא ניצט מען עס ווי די טשעינס. סאיז נישט געמאכט צו פארן ווייט, אבער אויף ארויסצוקריכן איז עס פיין.
https://www.google.com/amp/www.instruct ... _page=true
ממוז נישט פונקטליך פאלגן, די גרויסע אליין איז געווענליך גענוג.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך ינואר 17, 2018 1:09 pm

פרא-חסיד האט געשריבן:מענין לענין, אין א שניי ווען די רעדער דרייען זיך אן אפשטעל און מקען נישט ארויסקריכן, איז דא א מוראדיגע עצה. איך שטעל א לינק ווייל איך קען נישט אטאטשירן בילדער. די שפיץ געדאנק איז, צו האבן א פעקל זיפ טייס אין קאר, אין על כל צרה שלא תבוא ניצט מען עס ווי די טשעינס. סאיז נישט געמאכט צו פארן ווייט, אבער אויף ארויסצוקריכן איז עס פיין.
https://www.google.com/amp/www.instruct ... _page=true
ממוז נישט פונקטליך פאלגן, די גרויסע אליין איז געווענליך גענוג.

גאנץ פיין, יש"כ פארן ברענגען.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט