בלאט 4 פון 5

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 20, 2016 8:39 pm
דורך ניקנעים
א גוט יאר ברודער,

איך וויל נעמען אינשורענס פאר מיין קאר אבער עס גייט מיר אויסקומען טייער, האט מען מיר געזאגט אז אויב לייג איך ארויף מיין קאר אויף א צווייטענס פאלעסי וועט עס זיין ביליגער,

וויל איך וויסן וואס געשעהט אויב דארף איך אמאל קלעימען מיין אינשורענס ח"ו, וועט עס עפעקטען די פאלעסי האלדער?

איך האב געהערט אז יא און אז נישט, ווייסט איינער אויף זיכער וואס דער אמת איז?

בתודה מראש.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 20, 2016 9:17 pm
דורך dont care
Yes

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 20, 2016 11:51 pm
דורך ניקנעים
dont care האט געשריבן:Yes

דו האסט עקספיריענס אדער ביסט א בראוקער?
איך פרעג דיר נישט אפ, איך וויל נאר וויסן פון ווי דו נעמסט אז יא.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 11:36 am
דורך ברוינפן באטל
עס איז כדאי צו נעמען די דרייוינג קורס פאר 65$ מען שפארט זיך 10% פאר דריי יאר

געשריבן: זונטאג ינואר 28, 2018 6:55 pm
דורך דאך שאצער
מייון חבר האט געהאט א עקסידענט א שטיק צייט צוריק
און זיין אינשורינס איז אסאך ארויף ווייסט איינער א קאמפעני וואס קען עפעס מסדר זיין אדער א אינשורינס קאמפעני וואס זאל נאכאלץ געבן ביליגער?

געשריבן: מיטוואך ינואר 31, 2018 5:55 pm
דורך עניני הנפש
איך בין א First time driver,
איז דא עפעס אן אויסגעהאלטענע וועג, איך זאל קענען פארמיידן די הויכע אינשורענס קאסטן?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 1:15 pm
דורך ברוינע באנאנע
עניני הנפש האט געשריבן:איך בין א First time driver,
איז דא עפעס אן אויסגעהאלטענע וועג, איך זאל קענען פארמיידן די הויכע אינשורענס קאסטן?

נישט עכט משוויצט עס דורך

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 1:48 pm
דורך זכריהו
עניני הנפש האט געשריבן:איך בין א First time driver,
איז דא עפעס אן אויסגעהאלטענע וועג, איך זאל קענען פארמיידן די הויכע אינשורענס קאסטן?

טריי ביי אים: 1718-812-3597.
איך האב געהאט זייער גוטע עקספיריענס ביי אים.
בפרט ביי First Time.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2018 12:06 am
דורך השמש
ווער בין איך? האט געשריבן:איך טראכט יעצט פון ליעסן א נייע קאר.
איך וואוין אין ברוקלין ווי אינשורענס איז זייער טייער. קען איך לייגן די אינשורענס אויף איינעמ'ס אדרעס אין אפסטעיט (איך פלעג דארט וואוינען מיט אפאר יאר צוריק און איך בין אויך אן אדישינעל אינשארד אויף יענעמ'ס קאר אינשורענס) אדער מוז די אדרעס שטימען מיט די קאר רעגיסטראציע און מיט מיין אדרעס אויף מיין לייסענס?
אויב קען איך טוהן אזאנס, וואסערע פראבלעמען קענען ארויסקומען פון דעם אויב געשעהט ל"ע אן עקסידענט אדער סתם א פאליציאנט שטעלט מיר אפ?
ביטע נאר ענטפערן אויב איר ווייסט וואס איר רעדט.
יישר כח.

אויב א פאליציאנט שטעלט אפ וועט ער דיר גארנישט פרעגן וועגען די אדרעס אויף דע אינשורענס עס מיז נישט שטימען מיט די רעגיסטראציע, ווען די מאכסט דיין פאליסי, אויב עס איז גייקא וועלן זיי דיר גארנישט פרעגן אויב עס איז פראגרעסעוו וועלן זיי דיר לכוארה בין פראוו אוו אדרעס וואס עס קען געשען אויב זיי ווערן געוואויר וועלן זיי סטאפן די פאליסי (זיי וועלן שיקן א בריוו אין אפ סטעיט( אויב איינער דרייווט אן אינשורענס קען עס זיין אז טיקעט פין 10,000 דאלער אויך קען די לייסענס ווערן סעספענדירט אויב די האסט נישט קיין אינשורענס אויף א גערעשסטערט קאר( דאס גייט אויטאמאטיש (
אויב געשעהט א עקסידענט קענען זיי דיר בעטן דיין איזי פעס בענק סטעיטמענט קרעדיט קארד סטעיטמענט ווי דיינע קינדער לערנען אא"ו איז זייער גרינג געוואר צו ווערן די אמת ..
די שאדן פאר די אנדערע קאר וועלן זיי מוזן באַצאָלן זיי ווי אזוי איז די געזעץ נאר זיי וועלן דיר צוריק בעטן יעדע פעני וואס זיי האבן געדארפט באצאלן , אין פאר דיין קאר וועלן זיי קודם וועלן זעהן די אויבנדערמאנטע זאכן אויב נישט וועלן זיי ניט באצאלן

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2018 12:07 am
דורך השמש
קארן טשיפ האט געשריבן:איך פאר אוועק פאר א וואך, און א חבר מיינע בארגט מיין קאר פאר די וואך.
לעגאל דארף איך אים ארויף לייגן אלץ עדישאנעל?

ניין

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2018 12:09 am
דורך השמש
לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:איך בין פריש אין די ליין פון קארס און אינשורענס, איך וואלט געוואלט וויסן אויב איך מאך אינשורענס אויף א צווייטנס נאמען אין איך בין אן עדישענאל אין איך וויל ליעסן א קאר אויף וועמענס נאמען ליגט די ליעס אויף מיינס אדער אויף די פריימארי קאר האלדער אין איך בין נאר אן עדישענאל דרייווער?

קענסט עס טון לעגאל, סאיז נישט דא קיין פראבלעם ווילאנג די ביסט אויך אויף די פאליסי

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2018 12:12 am
דורך השמש
לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:איך האב געמאכט אינשורענס ביי Progressive אנדערהאלבן יאר צוריק, זיי האבן מיר געטשארדשט דעמאלס 660 אבער יעדע האלבע יאר גייען ארויף מיט בערך 70 דאללער. זיי האלטן שוין יעצט ביי איבער 900 דאללער, האב איך געוואלט וויסן צו מקען ערגעץ האבן ביליגער ווי דעם, איך האב א געליעסטע קאר מיט פול קאווערידש מער ווי די מינימום


איך האב ביי פראגרעסיו איין שיינעם טאג באקומעם איך א אימייל אז זיי העכערן מיין רעיט איך איך האב א ביל פון א שיינע סכום איבער דאפעלט ווי וויפיל איך האב איינגעצאלט אין מיין פרימיום. עני הסבר?

פאסירט אסאך מאל ביי פראגרעסעוו זיי בעטן עוועדענטס אויף יעדער זאך וואס די האסט אריינגעלייגט ביים מאכן די פאליסי. די עצה רופט זיי אן פרעג זיי וואס פארא דוקומענטן זיי דארפן

פראגרעסעוו סנעפ שאט

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2018 12:17 am
דורך השמש
איינער האט עקספיריענס מיט פראגרעסעוו סנעפ שאט זיי שרייבן אז מען קען זיך שפארן ביז 30 % האט איינער שוין געזעהן א דיסקאונט ביי זיי ?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2018 9:48 am
דורך ממש אזוי
איך דרייוו שוין קרוב צו 4 יאר, איינמאל געהאט א קליינע עקסידענט נאך אינעם ערשטען יאר פון מיין דרייווען, אין וועלכע די אנטעסעמיטן.. האבן געטענ׳ט אז איך בין שולדיג געווען, איך וואוין אין ניו יארק סיטי און איך צאל 275 א חודש Allstate, פאר א האנדא עקקארד איך האב געליעסט מיין קאר קרוב צו דריי יאר צוריק איז דאס נארמאל? איינער האט אן אהנונג? ס׳האט זיך אנגעהויבן ביי 250 און דורכאויס די לעצטע צוויי און א האלב יאר איז דאס ארויף.

סמאכט סענס? איך האב עפעס א שפיר אז זיי מאכן לאטקעס מיט מיר. כ׳האב ברוך השם קאן עיינע הארא א קלינע רעקארד אן קיים שום פוינטס אויף די לייסענס.

ביטע

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2018 10:04 am
דורך השמש
ממש אזוי האט געשריבן:איך דרייוו שוין קרוב צו 4 יאר, איינמאל געהאט א קליינע עקסידענט נאך אינעם ערשטען יאר פון מיין דרייווען, אין וועלכע די אנטעסעמיטן.. האבן געטענ׳ט אז איך בין שולדיג געווען, איך וואוין אין ניו יארק סיטי און איך צאל 275 א חודש Allstate, פאר א האנדא עקקארד איך האב געליעסט מיין קאר קרוב צו דריי יאר צוריק איז דאס נארמאל? איינער האט אן אהנונג? ס׳האט זיך אנגעהויבן ביי 250 און דורכאויס די לעצטע צוויי און א האלב יאר איז דאס ארויף.

סמאכט סענס? איך האב עפעס א שפיר אז זיי מאכן לאטקעס מיט מיר. כ׳האב ברוך השם קאן עיינע הארא א קלינע רעקארד אן קיים שום פוינטס אויף די לייסענס.

ביטע

עס ווענדט זיך וועלכע עידש די ביסט פאר נייע דרייווער וואלט איך גערוטן צו גיין דורך גייקא אדער פראגרעסעוו גייקא
זיי זענען געווענליך אסאך ביליגער
יונגע דרייווער זענען די רעטס אסאך טייערער צוליב דעם וואס זיי טעקסטן מער אימיטן דרייווען
אפאר טיפס :
העכערן די דעדאקטעבל דאס הייסט אז ווען עס וועט געשען א עקסידענט חו איז די ערשטע צוויי אדער צוויי אהאלב טויזענט דאלאר וועסטו דארפן באצאלן
#2 לייג דיין טאטע אדער איינער וואס האט א ביליגער רעט צו דיין פאליסי אין די וועסט זיין א עדישענל דרייווער
3# קויפן ביליגע קאר און נעמען נאר לייבילעטי קאוועריטש
עס קען דיר אויסקומען 100 א חודש
הצלחה

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 11:13 am
דורך קליגער יוד
ברוינפן באטל האט געשריבן:עס איז כדאי צו נעמען די דרייוינג קורס פאר 65$ מען שפארט זיך 10% פאר דריי יאר

ווי קען מען דאס נעמען? אפסטעיט אדער סיטי...

געשריבן: מיטוואך יוני 13, 2018 1:57 pm
דורך green sunday
קליגער יוד האט געשריבן:
ברוינפן באטל האט געשריבן:עס איז כדאי צו נעמען די דרייוינג קורס פאר 65$ מען שפארט זיך 10% פאר דריי יאר

ווי קען מען דאס נעמען? אפסטעיט אדער סיטי...

זיי מאכן כסדר אין קרית יואל און אין מאנסי די 6 שעה'דיגע defensive driving course
פאר $50 עס נעמט נישט לאנג

געשריבן: זונטאג יולי 01, 2018 11:21 pm
דורך וואס עפעס?
כהאב געהערט א אויב סיינט מען זיך אויף ביי ZIP car דאן ווערט עס גערעכענט ביי די קאר אינשורענס פירמעס וואו כאילו מען איז בעה״ב אויף א קאר
און ווען מען עפלייד פאר אן אייגענע פאליסי העט עס זיין די געהעריגע פרייז און נישט מיט די ערשט מאליגע טייערע פרייז

איז עס אמת?

געשריבן: זונטאג יולי 01, 2018 11:44 pm
דורך ישוב הדעת
וואס עפעס? האט געשריבן:כהאב געהערט א אויב סיינט מען זיך אויף ביי ZIP car דאן ווערט עס גערעכענט ביי די קאר אינשורענס פירמעס וואו כאילו מען איז בעה״ב אויף א קאר
און ווען מען עפלייד פאר אן אייגענע פאליסי העט עס זיין די געהעריגע פרייז און נישט מיט די ערשט מאליגע טייערע פרייז

איז עס אמת?


יאפ. אבער נישט ביי יעדן, ביי פראגרעסיוו ארבייט עס..
דארפסט עס האבן פאר 6 חדשים כדאי סאל העלפן..

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2018 12:04 pm
דורך כאניש וואס צו טון
כגרייט מיך צו ליעסן א קאר(עלע) פול סייז.
כוואון אין מאנרא.
אנדער 25
לייסענס עבאוט 6 חדשים.
בערך מיט וויפול קען איך אויסקומען?
ווי קען מען באקומען די ביליגסטע?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 12:42 pm
דורך שלא נבוש
באקומען א אינשורענס קוואוט פון א קאמפעני מעידסטאון MAIDSTONE, ס'איז אסאך ביליגער ווי דאס וואס איך האב יעצט סיי פראגרעסיוו.

איז דא איינער וואס האט עקספיריענס מיט די קאמפעני?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 06, 2018 5:56 pm
דורך געדענקסט נאך
איך וויל מאכן אינשורענס צום ערשטן מאל וואס כמובן איז עס זייער טייער, איך פראביר אליינס אנליין אבער איך ווייס נישט וואס פאר א סארט קאווערידש איך דארף פאר א ליעס קען מיך איינער אנווייזן אויף דעם ליסט דא וואס ס'פעלט אויס און וויפיל ?
Insurance.PNG
Insurance.PNG (32.21 KiB) געזעהן 2206 מאל

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 07, 2018 12:14 am
דורך Wow a1
איך האב גמאכט א קליינע קריץ אויפ איינעמס קאר ער האט גענמען א פקטער פון מיין לייסענס און רעסטאציע און בין און קאנטאקט מיט אום ער זאגט אז עס קאסט צוויי הינדערט דאלער אז איך צאל אים קלעמט ער נישט איז די זאך אזוי קען ער מאכן א פליס ריפארט מיט די פקטערס ? און אויב יא גייט עס אפעקטן עס זאל ארויפגיין אזא קליינע זאך .
וואל איך דארפ מיך טרעפן מיט אים ער זאל אינטער שרייבן א רילס ?

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 07, 2018 5:21 am
דורך nmi
געדענקסט נאך האט געשריבן:איך וויל מאכן אינשורענס צום ערשטן מאל וואס כמובן איז עס זייער טייער, איך פראביר אליינס אנליין אבער איך ווייס נישט וואס פאר א סארט קאווערידש איך דארף פאר א ליעס קען מיך איינער אנווייזן אויף דעם ליסט דא וואס ס'פעלט אויס און וויפיל ?
Insurance.PNG

טוה עס נישט אליין. בעסער גיי צו א ברויקער

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 07, 2018 5:25 am
דורך nmi
Wow a1 האט געשריבן:איך האב גמאכט א קליינע קריץ אויפ איינעמס קאר ער האט גענמען א פקטער פון מיין לייסענס און רעסטאציע און בין און קאנטאקט מיט אום ער זאגט אז עס קאסט צוויי הינדערט דאלער אז איך צאל אים קלעמט ער נישט איז די זאך אזוי קען ער מאכן א פליס ריפארט מיט די פקטערס ? און אויב יא גייט עס אפעקטן עס זאל ארויפגיין אזא קליינע זאך .
וואל איך דארפ מיך טרעפן מיט אים ער זאל אינטער שרייבן א רילס ?

מיר דיין לייסענס פלעיטס און אינשורענס קען ער עפענען א רעפארט. בעסער צאל אים די 2 מאות און א גיטן טאג. אזוי גייט עס ווען מ'אוינט א קאר. מיר האט עס שוין געזאגט אסאך טייערער צו פוקסן א דענד