הילף פאר אינשורענס!

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19918
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

הילף פאר אינשורענס!

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 4:16 pm

כאגעדאפט הילף מיט א געוויסע אינשורענס, כאמעך געוואנדן צו ידידינו הרב "קאר אינשורענס", און אזוי טשעט'ענדיג אויף טאלק מיט אים, האבעך איינגעזעהן אז מ'רעסט דא נישט פון סתם א ניק קאר אינשורענס, נאר מ'רעדט פון א עקספערט אויף כל ערליי אינשורענס'ס, ער האט מיר מסביר געווען פונקטליך וויזוי ס'ארבעט, און וויפיל אינשורענס מ'דארף האבן לויטן געזעץ, אויך וועגן פראפערטי אינשורענס, פייער אינשורענס, וכדו.

האבעך בהסכמתו באשלאסן צו עפענען א אשכול אבער דעם ענין, ווי יעדער וועט קענען פרעגן קשיות וועגן אינשורענס, און ער וועט בע"ה ענטפערן אויך די אלע פראגן.

און אויב איינער האט א ענטפער פאר א צווייטן, אדער א געוויסע הערה, זאל זיך ביטע נישט צוריקהאלטן.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 4:24 pm

אין די ערשטע וועל איך רעדן פון דיר
דיין יוקאן דארף נאר מינומים קאווערעידזש ווייל ס'יז אלט ווי די גלות

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 4:40 pm

קאר אינשורענס מיר ווארטען צו זען וואס די ווייסט.

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 5:00 pm

פרעג עפעס
איך וועל אי"ה טרייען צו ענטפערן יעדעם איינעם

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 5:33 pm

כיהודה ועד בכלל וויל איך מוסיף זיין פון מיין פערזענליכע עקספיריענס מיטן ניק קאר אינשורענס וועלכע הייסט א ריזיגע עקספערט אין דעם געביט, און עס איז אונז א זכיה אים דא צו האבן בתוככי דלתות הקרעטשמע.

ער האט שוין פילע מאטאריסטן, קארענטואלע און פאטענציאלע, ארויסגעהאלפן מיט קאר אינשורענס, הן בדיבור והן במעשה.

ווען עס קומט צו אזאלכע סערוויסעס ווי אינשורענס, זעט מען פילע אינגעלייט עוסק זיין דערין, איינער איז מצליח און איינער נישט. וואס איז פשט? מען קען אפפערן די ביליגסטע פרייזן, אבער מענטשן דארפן א אפען הארץ, אייניג בפה ובלב, סערוויס אויפן העכסטן קוואליטעט, און מען זאל געווינען פולע צוטרוי אינעם אגענט. און דאס איז די מעשה מיטן ניק קאר אינשורענס וועלכע איז נאך צו אלעם פון די ביליגסטע אויפן מארקעט אויך. א מוסר השכל פאר א ביזנעסמאן.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 5:55 pm

איך וויל קויפן א ביליגע קאר, סא איך וויל וויסן ווי איך קען פארשאפן אינשורענס פאר ביליג. איך האנישט קיין קרעדיט און אינטער 20 ! לוינט זיך צו האבן פול קאווערי פאר א שפאט ביליגע קאר?? וואס קאווערט נאר האלב קאוועריטש??
וואס הערט זיך מיט מאכן די אינשורענס אפסטעיט?

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » מיטוואך דעצמבער 03, 2008 6:22 pm

KCSP האט געשריבן:איך וויל קויפן א ביליגע קאר, סא איך וויל וויסן ווי איך קען פארשאפן אינשורענס פאר ביליג.


פארבינד זיך מיט מיר און אישית

KCSP האט געשריבן: איך האנישט קיין קרעדיט און אינטער 20 !


סיז א פראבלעם ווייל אן קרעדיט איז טייער די אינשורענס, אבער מקען זיך א עצה געבן ווייל סיז דא קאמפעניס וואס טשעקן נישט די קרעדיט, אין א יאנג דרייווער איז טייערער ווי א עלטערע דרייווער אבער נישט געפערליך עס לאנג די האסט קלין לייסענס
KCSP האט געשריבן: לוינט זיך צו האבן פול קאווערי פאר א שפאט ביליגע קאר?? וואס קאווערט נאר האלב קאוועריטש??


ניין ווייל סיז דא א דידאקטעבל (ד.מ. אז די ערשטע חלק פון די שאדן וועסטו באצאלן און נארמאל איז'ס טויזענט דאלאר) אין וועסטו גארנישט באקומען פון די אינשורענס סאו סיז א שאד די געלט,
האלב מיינסטו מסתם נאר לייעביליטי דאס מיינט וואס די דארפסט באצאלן פאר יענעם אויב ח"ו די שעדיגסט איינעם אדער די מאכסט שאדן פאר יענעם

KCSP האט געשריבן:וואס הערט זיך מיט מאכן די אינשורענס אפסטעיט?


ס'לוינט נישט היינט נעמט זייער שנעל געוואר צו ווערן ווי די וואוינסט טאקע אין זיי וועלן נישט באצאלן אויב עפעס פאסירט
כוועל נאך מאריך זיין אין דעם אבער איך יאג מיר יעצט אי"ה מארגן

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 6:07 pm

מוצא שפתיך תשמור כ'האב געזאגט כ'וועל צוריק קימען דארף איך איין האלטן אפילו איך בין יעצט ביזי ב"ה

האסט געפרעגט וועגען מאכן אינשורענס אין אפסטעיט
איז אזוי!
אויב די וואוינסט אין אפסטעיט איז זייער גיט, אבער אויב נישט דאס מיינט די קאר איז געפארקט באנאכט רוב מאל אין ברוקלין דארף מען ליגעלי מאכן די אינשורענס אין ברוקלין,
איי מ'קען זיך שפארן געלט, אבער ס'לוינט נישט ס'נעמט היינט איין קליק אין זיי ווייסן ווי די וואוינסט באמת,
ווען איך לייג אריין דיין נאמען אדרעס אין דעיט אוו בירט קימט מיר ארויף אלע אינפא פון די מענטש זיין אלע קארס מיט די ווין נומבער אלע דרייווערס פון זיין הויז זיין אינשורענס קאמפעני מיט עקספיירעשן דעיט אין זיין קאווערעידש, אין אויב טרעפן זיי א אנדערע אדרעס וועט עס ארויף קימען,

אין אויב האסטי יא געמאכט אין אפסטעיט אין ח"ו עפעס פאסירט אין זיי וועלן דארפן באצאלען וועלן זיי זיכען אויב זיי טרעפן עפעס וואס שטימט נישט אין זיי וועלן זאגן א גיטן פורים כ'האלט נישט דערביי אין במילא האסטו גארנישט געשפארט נאר די וועסט דארפן צו צאלן רעבע געלט, איך האב שוין מיט געהאלטן אפאר קלעימס ווי זיי האבן נישט באצאלט אין סיז געווען א געליסטע קאר אין ער האט געדארפט באצאלן פון טאש צוואנציג אלפים,

סאו אז די פרעגסט מיר זאג איך ניין ס'לוינט נישט.

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 6:22 pm

עס איז דא טריקס אויף דעם, נישט ממש מען געט איין די אדרעס אין אפסטעט, איך גיי דיר אישית'ן

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג דעצמבער 07, 2008 3:46 am

אגוטן קאר אינשורענס;
נישט געוויסט וואסערע ידען דו ביסט גאר.

איך צאל יעצט פאר מיין SUV ארום 1250 מינימום קאווערעזש א יאר, איז שייך צו האבן ביליגער אין ברוקלין?
די קאר איז אן אויסגעצאלטע, יאר 03 . דאס איז מיטן נעמען די 30 מינוטיגען '6 שעה דעפענסיוו דרייווער קלאס' ביי F&W... וואס שפארט מיר 10 פראצענט לויט זיי.


און אין לייף אינשורענסט טוסטו אויך?
איך האב פאראיאר געמאכט א פול לייף גאנץ פלעקסיבל, איך וויל בע"ה קענען ארויסנעמען געלט ביים חתונה מאכן די קינדער אי"ה אין 12-15 יאר ארום. מיין שאלה איז לויט דעם יעצטיגן עקאנאמי איז דא א מקום צו זארגן אז עפעס וועט פאסירן חלילה מיט גארדיען?
מיין 7 יעריגע 'חתונה פאליסי' איז געגאנגען פייפן צוזאמען מיט לעהמאן און פעני פרעדי ל"ע, עשרת אלפים דערלייגט ערגעץ אין ענגלאנד ביי די דארטיגע באנד און מיוטשעל פאנדס. געמאכט דאן ביי פינא מענעזשמענט הורוויץ אין מאנרא.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

תגובהדורך פריץ » זונטאג דעצמבער 07, 2008 7:23 am

מיין עקספיריענס מיט קאר אינשורענס

איך האב געהאט אינשורענס ביי גייקאו און זיך איינגערעדט אז איך צאל ביליג ביז איך האב מיך באגעגענט מיטן ניק קאר אינשורענס און ער האט מיר ערלעדיגט א גוטע אינשורענס פאר מיר און פאר מיין טאטען פאר שפאט שפאט ביליג און אלעס איז ציגעגאנגען דורך גוגל טאלק... נישט מער און נישט ווייניגער אזוי ווי גרויזאמער האט שוין געזאגט זיין סערוויס זיין געדולד וועסטו נישט טרעפן אין ערגעץ
איך האב אים נאר געדארפט געבן מיין לייסענס נומער און ווין נומער און די איבעריגע אינפאו האט ער שוין געוואוסט אליין און ער געארבעט אויף אלע פראנטן צי טרעפן וואס מער ביליגער און וואס מער ביליגער סיי פאר מיר און סיי פאר מיין טאטען און דא איז טאקע די פלאץ אים צי זאגען א גרויסן ישר כח און ער זאל האבן אסאך הצלחה!!!!!!!

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

תגובהדורך join us » מאנטאג דעצמבער 08, 2008 1:24 pm

איז א חילוק צו מען האט א טייערע קאר אדער א ביליגע קאר??

איז א פאאלי לאדעט טייערער??

איז א מיני ווען ביליגער??

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19918
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג דעצמבער 09, 2008 4:27 pm

כ'האב הנאה אז דער עולם פילצעך היימיש, און אז כ'בין נישט דער איינציגסטער וואס האט נוצן געהאט פון קאר אינשורענס.

שוועמל, כ'ווייס נישט וואס דאס איז "פול לייף", אפשר מיינסטו האלל לייף? אבער וועגן דיין חתונה מאכן ווייסעך נישט, כ'גלייב שווער אז אין צוועלעף יאר ארום וועסטע קענען ארויסנעמען סאך מער פון וויפיל דו האסט אריינגעלייגט.

אבער אויב דיין געלט ליגט אין א האלל לייף, ביי גארדיען, האסטע בע"ה נישט וואס מורא צו האבן, (אויף דיין קרן, און גאראנטירטע פראצענטן) סיי ווייל גארדיען מיט נו יארק לייף און מעסס מעיוטשעל, די "מעיוטשעל קאמפאניס" (כ'רעד פון די דריי, ווייל רוב היימישע ציבור האגן איינע פון די דריי [מיוטשעל] קאמפאני'ס) זענען נישט אזוי אין טראבל צוליב זייער לאנג טוירם אינוועסמענט סטראטעגיע, און ספעציעל גארדיען זיי שטייען גאר גוט, זיי האבן אפילו געהויבן זייער דיווידענד'ס אויף 09, און גאר לעצטענס איז זייער קרעדיט רעיטינג געהויבן געווארן דורך אפאר רעיטינג קאמפאניס.

אויב איינער ברויך עדווייז אין דעים הינזיכט, פיל פרי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » דינסטאג דעצמבער 09, 2008 9:57 pm

לידיעה בעלמא, פאר צוויי בערך צוויי וואכן צוריק איז געווען אין די נייעס א באריכט איבער די אינשורענס חברה אז זיי הייבן אויך אן צי ליידן אביסל פון די עקאנאמיע וואס רייסט שטיקער פון יעדעם, איך געדענק נישט וועם אלץ זיי האבן אויסגערעכנט, אבער מעט לייף האבן זיי זיכער אויסגערעכנט, און די דריי פון וואס דו האסט גערעדט האבן זיי גראדע נישט אויסגערעכנט.

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

תגובהדורך wildturkey » מיטוואך דעצמבער 10, 2008 12:40 am

metlife is somehow connected to merril lynch they use them for their investments so thats why they were mentioned in the list of the ones who are feeling the economy.
guardian and ny life both raised their dividends for '09, mass mutual i dont know
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19918
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך דעצמבער 10, 2008 4:50 pm

זאנוויל, די דריי קאמפאני'ס וואס כ'האב אויסגערעכנט שטייען גוט, (עכ"פ, קאמפער צו די אנדערע) זיי זענען נישט אויסגעשטעלט אזוי שטארק צו די מארקעט'ס ווי די אנדערע "סטאק קאמפאני'ס", (ווי מעט לייף, דזשאן הענקאק..............) נישט ווייל איינער וואס האט ביי זיי א פאליסי איז יא אויף צרות, נאר אויב מורא האבן, דארף מען פון זיי ווייניגער מורא האבן.

וויילד טוירקי, ניו יארק לייף מיט מעסס מיוטשעל, זענען ביידע "אראפ" מיט זייער '09 דיווידענד'ס, גאורדיען, פון וואס שוועמל רעדט, איז ארויף מיט 0.05%, אבער נאכאלץ מער ווי אראפ!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעטשמע מאן
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 11:10 am

תגובהדורך קרעטשמע מאן » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 3:50 pm

וויכטיג מאכער, עס קוקט אויס ווי די ביסט ברייט באקאנט אין די לייף אינשורענס ליין. כ'האב א קליינע פראגע'לע.

איך האב - צוליב כמה סיבות - נישט קיין אייגענער באנק אקואנט, אנדערש איז אבער מיין לייף אינשורענס - פארשטייט זיך - יא אויף מיין איייגענער נאמען. (אגב, איבער מיין לייף אינשורענס אגענט וועל איך נאך עקסטערע אמאל באשרייבן ווען עס וועט אי"ה זיין מער צייט, א אינטערסאנט אידל..)

ביז היינט האב איך נישט געהאט קיין פראבלעם, אבער לעצטענס מאכן זיי משוגא און שיקן מיר צוריק די טשעקס מיט וואס איך צאל זיי (פון א געוויסער גמ"ח) וויבאלד זיי זאגן אז עס מיז דווקא זיין א שטעק פון מיין פריוואטע באנק קאנטע.

ס'איז דא עצות ווי מ'קען זיך אן עצה גיבן דערמיט, למשל נעמן א טשעק פון א איד וואס הייסט ענליך צו מיר, א קאזין וכדו'. אבער איז דא אן עצה גענצליך פטור צו ווערן פון אזא פארלאנג? איך האב נישט קיין נערווען זיך משוגא מאכן יעדעס מאל ווען איך שיק א פעימענט, און איך וויל נישט האבן קיין אייגענער באנק קאנטע, דערווייל.

וויכי, הילף געזוכט ביטע.

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 4:09 pm

שוועמל האט געשריבן:אגוטן קאר אינשורענס;
נישט געוויסט וואסערע ידען דו ביסט גאר.

איך צאל יעצט פאר מיין SUV ארום 1250 מינימום קאווערעזש א יאר, איז שייך צו האבן ביליגער אין ברוקלין?
די קאר איז אן אויסגעצאלטע, יאר 03 . דאס איז מיטן נעמען די 30 מינוטיגען '6 שעה דעפענסיוו דרייווער קלאס' ביי F&W... וואס שפארט מיר 10 פראצענט לויט זיי.


און אין לייף אינשורענסט טוסטו אויך?
איך האב פאראיאר געמאכט א פול לייף גאנץ פלעקסיבל, איך וויל בע"ה קענען ארויסנעמען געלט ביים חתונה מאכן די קינדער אי"ה אין 12-15 יאר ארום. מיין שאלה איז לויט דעם יעצטיגן עקאנאמי איז דא א מקום צו זארגן אז עפעס וועט פאסירן חלילה מיט גארדיען?
מיין 7 יעריגע 'חתונה פאליסי' איז געגאנגען פייפן צוזאמען מיט לעהמאן און פעני פרעדי ל"ע, עשרת אלפים דערלייגט ערגעץ אין ענגלאנד ביי די דארטיגע באנד און מיוטשעל פאנדס. געמאכט דאן ביי פינא מענעזשמענט הורוויץ אין מאנרא.


ר' שוועמל איך קען נישט דיין רעקארד אבער איך מיין די צאלסט איבער
ניין איך טי נישט אין לייף ביזדערווייל
לעצט פאראכטן דורך קאר אינשורענס אום מאנטאג דעצמבער 15, 2008 4:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 4:15 pm

join us האט געשריבן:איז א חילוק צו מען האט א טייערע קאר אדער א ביליגע קאר??

איז א פאאלי לאדעט טייערער??

איז א מיני ווען ביליגער??


זיכער איז א חילוק, ווייל א טייערע קאר קאסט מער צו באצאלען אבער פון די אנדערע זייט האט עס מער סעיפטי פיטשורס
א מיני ווען מיט א רעגולער קאר איז נישט קיין חילוק סיז בעיסיקלי די זעלבע

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 4:21 pm

קרעטשמע מאן
איך מיין אז א מאני ארדער וועט סאלווען דיין פראבלעם

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 15, 2008 7:33 pm

קרעטשמע מאן;

אזאנס? איך צאל שוין יארן לעבנס-פארזיכערונג דורך גמ"ח טשעקס, קיינמאל נישט געהערט קיין פיפס פון זיי.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19918
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג דעצמבער 16, 2008 5:49 pm

קאר אינשורענס, קרעמער, כ'ווייס נישט צו איר ווייסט, קרעטשמע מאן האט ארויפגעברענגט זייער א גרויסער פראבלעם, די פראבלעם איז היבש ניי, אבער זייער א אסאך האבן דעם פראבלעם, און דער פראבלעם רופצעך: "טוירד פארטי טשעקס".

אין 2001, גראד נאך די סעפטעמבער 11 אטאקעס, האט פרעזידענט בוש איינגעפירט א נייעם געזעץ מיט'ן נאמען "די פעיטריעט עקט", די געזעץ איז געמאכט געווארן צו פארמיידן פון טעראריסטן צו טרענספערן געלטער פון איין פלאץ צום צווייטן, די חלק פון די געזעץ וואס איז אונז יעצט נוגע איז, אז יעדע פיינענשעל אינסטעטושען, מוז וועריפייען א יעדע פעני פון ווי ס'קומט.

אין "קרעטשמע מאן'ס" פאל, דארף די אינשורענס קאמפאני, ווען זיי באקומען א טשעק פון אים, מאכן זיכער אז זיי האבן א סאושעל סעקיוריטי נאמבער, אדער א טעקס איי די נאמבער, פון וועמען די געלט קומט, יעצט אויב שיקטער אריין א טשעק פון א צווייטן, אדער א מאני ארדער, קען די אינשורענס קאמפאני נישט וועריפייען פון ווי די געלט קומט.

(די סיבה פארוואס אסאך ווייסן נישט פון דעים פראבלעים איז, אדער א-וואו קרעמער, ער שרייבט אז ער באצאלט שוין "יארן", און די געזעץ (פעיטריעט) איז ארויסגעקומען סוף 01', און אלע פאלעסי'ס וואס זענען געמאכט געווארן פארדעים, גייט נישט אינטער דעם כלל, אדער ווייל ס'דא געוויסע קאמפאני'ס וואס שטעלן זיך נישט אזוי שטארק אויף קליינע נאמבערס, אדער ווייל איר טוט איינע פון די שפעטערדיגע אפשען'ס.)

און יעצט פאר דיר קרעטשמע מאן איז דא דריי תירוצים.

1) דיין עידזשענט מוז זיין זייער א געטרייע ארבעטער, ווייל לויט דיין מעשה מוז זיין אז ער איז געקומען אויפפיקן די טשעק פון דיר פערזענדליך, און נישט אז דו האסטעס אריינגעשיקט צו די קאמפאני, ווייל רוב קאמפאני'ס מאכן נישט קיין גרויסן עסק פון דעם (טוירד פארטי טשעק'ס) פאר די קאסטעמער'ס, נאר פאר די עידזשענט'ס, סאו ווען די עידזשענט שיקט אריין די פרימיום, וועלן זיי עס צוריקשיקן, משא"כ אויב די וועסט צוריקשיקן דיין טשעק מיט די ריטוירן ענוועלאופ וואס דו האסט באקומען, ביי יענעם אדרעסס ארבעטן געווענדליך נישט קיין אנדער-רייטערס, נאר פלעינע פראסעסערס, זיי ווייסן געווענדליך נישט פון גארנישט.

2) ווען די ווילסט שיקן א טוירד פארטי טשעק, בעט פון דיין עידזשענט ער זאל דיר צושטעלן א "טוירד פארטי לעטער", דאס איז א צעטל וואס מ'פילט אויס ווען מ'וויל אריינשיקן א "טוירד פארטי טשעק" דארט שטייט אז פלויני איז א מעמבער אין דעי קאנגרעגעשען/ארבעטער אין דעי ביזנעס, וכד', מיט א טעקס איי די נאמבער.

3) (די גראד'סטע וועג [פון די דריי]) שיק א טשעק פון דיין אייגענע בענק אקאונט, אויב איזעס צו פיל געלט, (צו קענען קריגן שטאטישע...) צוטייל דיין פרימיום אויף צוויי מאל/פיר מאל א יאר, און שיק אריין קלענערע סכומים אויף איין מאל.

אבער נאכאלעם איז בעסער אז מ'ווייסט נישט פון די אלע פראבלעימען, און דאס קומט פון.... ארבעטן להלכה ולמעשה...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » מיטוואך דעצמבער 17, 2008 11:57 am

מיין לייף עידזשענט האט מיר קלאר געזאגט אז נאר די ערשטע צוויי יאר קען מען נישט שיקן א גמח טשעק סאו אויב איך וויל נישט שיקן פון מיין אקאונט זאל איך שיקן א מאני ארדער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19918
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך דעצמבער 17, 2008 2:36 pm

קאר אינשורענס האט געשריבן:מיין לייף עידזשענט האט מיר קלאר געזאגט אז נאר די ערשטע צוויי יאר קען מען נישט שיקן א גמח טשעק סאו אויב איך וויל נישט שיקן פון מיין אקאונט זאל איך שיקן א מאני ארדער


קאר אינשורענס, ליין איבער מיין פריערדיגע תגובה, ווען "דו" שיקסט אריין א פעימענט, וועטעס געווענליך דערעך גיין, און אסאך קאמפאני'ס שטעלן זיך בכלל נישט אויף דעם, ספעציעל אויף קליינע נאמבערס.

וועגן דיין עידזשענט, וואס ער האט דיר געזאגט, מיינט נישט גארנישט, ס'איז ליידער דא אסאך עידזשענט'ס אויף די מארקעט וואס ווייסן קוים וויזוי זיי הייסן.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג דעצמבער 19, 2008 11:55 am

פערצופאל האב איך געהאט דער זעלבער פראבלעם ווי "קרעטשמע מאן". אבער א דאנק מיין א איבערגעגעבענער אגענט וואס האט זיך דערנאך געפארעט דערמיט איז עס ב"ה דורך. (העמער צוווארטן, עס קען נאך צוריק קומען..)

אבער דאס וואס קאר אינשורענס שרייבט איבער א "מאני ארדער" קוקט גראדע אויס צו זיין א גוטער עצה, וואס איך וועל אי"ה טוען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט