גאר וויכטיגע אינפערמאציע איבער car leasing / damage waiver

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

גאר וויכטיגע אינפערמאציע איבער car leasing / damage waiver

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג מאי 10, 2019 1:12 pm

אויב איר האט א קאר ליעס (קאר/וכדו׳) איז גאר וויכטיג אז איר זאלט וויסן די פאלגענדיגע אינפארמאציע, און ליינען דעם צעטל.


אין קורצען, ביז לעצטענס פלעגן damage waiver קאמפעניס באצאלן סיי וואספארע damage א קאר האט נאר געהאט ביים עס צוריק געבן, ווי dents and scratches וכדו׳, און זיך פארמאכט די אויגן און אלעס באצאלט אן מאכן קיין פראבלעמען, נאך וואס די ליעס איז פארטיג געווארן (נאך 2 אדער 3 יאר), לעצטענס איז אנדערש געווארן די מצב ווען גאר אסאך Damage waiver קאמפעניס האלטן שוין נישט ביים באצאלן נאר א קליינע חלק פון די damage.


ע״כ, התורה חסה על ממונם של ישראל! און פראבירט זעכער צו מאכן די מערסטע וואס ס׳איז שייך אז אייערע קאר זאל נישט באקימען קיין dents and scratches די מערסטע וואס ס׳איז שייך, א חוץ אויב איר זענט גרייט צו באצאלן רוב פון די קאסטן פון די damage.


אויכעט וואלט איך געוואלט הערן פון חברים דא צו איינער האט עקספיריענס, מיט דעם וואס ס׳שטייט אין די פאלגענדיגע צעטל, אז נעמען די קאר צו א באדי שאפ עס צו פארעכטען פארן צוריק געבן די ליעס, וועט אויסקומען ביליגער ווי צו באצאלן די fee וואס די קאר קאמפעני וועט בעהטן?


ווי אויך עני אנדערע טיפס להנאות הציבור, צו ס׳איז יא נאך אלטס שייך צו טרעפן א damage waiver company וואס וועט יא באצאלן אן מאכן קיין פראבלעמען, און אויב יא וועלכע?


נב, איך הער איז פראבלעם איז דא אין NY אין Brooklyn און upstate איך ווייס נישט צו די פראבלעם איז אויך דא אין NJ אדער אנדערע פלעצער.
צוגעלייגטע
E64E40A9-0C6A-42F9-B70F-AD9A4BBC5C96.jpeg
E64E40A9-0C6A-42F9-B70F-AD9A4BBC5C96.jpeg (59.11 KiB) געזעהן 989 מאל
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » פרייטאג מאי 10, 2019 1:23 pm

קענסט ברענגן א נאמען אדער דאס איז רוצה בעילום שמו? איך האב מיך אייביג געווינדערט פארוואס די קאמפעניס געבן דעמעדז וועיווער די סך הכל האט נישט געמאכט קיין סענס האב איך איינמאל געפרעגט א דיעלער זאגט ער מיר אז נאר און ברוקלין צאלן זיי זיך נישט אויס ווייל מפארקט באמפער TO באמפער משא"כ און רוב אמעריקע וואינען מענטשן מיט דרייוועיס סא ממילא זיי מאכן זייער געלט דארט

בד"וו אויף די צעטל שטייט נישט קיין ווארט וועגן scratches דאס גייען זיי נאכאלץ באצאלן זיי גייען זין שטרענגער מיט צובראכענע parts אדער dents וואס געשעט פון א אימפעקט וואס דאס מיינט מ'דארף ריפלעיסן די part
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג מאי 10, 2019 2:16 pm

1) איז וואס באצאלן זיי יא?

2) דאס איז פון יעצט אנגעהויבן? וואס טוט זיך מיטן דעמעדזש וועיווער וואס איך האב גענומען פאר א יאר צוריק?

3) זיי מאכן די געלט ווייל אסאך קלעימען עס בכלל נישט. למשל ביי מיין פאריגע קאר איז עס נישט געקלעימט געווארן, ווייל איינער האט דאס אפגעקויפט און עס איז בכלל נישט צוריקגעגאנגען צו די פירמע.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג מאי 10, 2019 2:24 pm

ווי איך הער די דעמעזש וועיווער פון Toyota direct איז יא גוט

נאר די טירד פארטי איז די פראבלעם

dinrap
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

תגובהדורך dinrap » פרייטאג מאי 10, 2019 2:43 pm

די ערשטע מאל וואס איך זעה אז מען נוצט די ווארט underwritten פאר די איבערזעצונג פון אונטערגעשריבען.
זעהט נישט אויס זייער פראפעסיאנאל.
בין איך שטארק נייגעריק וואס שטייט אונטער דעם, אדער וואס קומט ווייטער. וד"ל

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג מאי 10, 2019 2:57 pm

@נעגל וואסער, ס׳איז נישט הרוצה בעולם שמו, עפעס א brooklyn קאר ליסינג קאמפעני האט עס געמאכט, איך האב עס אבער נישט באקומען פון דער וואס האט עס געמאכט דיירעקט, דערפאר ווייס איך נישט ווער ס׳האט עס געמאכט.

וועגן scratches, רעד איך וועגן עני גרעסערע scratch, ווערט שוין נישט מער געקאווערט, (ביי גאר אסאך דעמעזש וועיווער קאמפעניס) קלענערע יא.
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום פרייטאג מאי 10, 2019 3:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג מאי 10, 2019 3:01 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:1) איז וואס באצאלן זיי יא?

2) דאס איז פון יעצט אנגעהויבן? וואס טוט זיך מיטן דעמעדזש וועיווער וואס איך האב גענומען פאר א יאר צוריק?

3) זיי מאכן די געלט ווייל אסאך קלעימען עס בכלל נישט. למשל ביי מיין פאריגע קאר איז עס נישט געקלעימט געווארן, ווייל איינער האט דאס אפגעקויפט און עס איז בכלל נישט צוריקגעגאנגען צו די פירמע.

1. די ווייניגסטע זיי קענען... זיכן זיך ארויס צו דרייען פון די מערסטע וואס זיי קענען... ביז לעצטענס איז נישט געווען די פראבלעם.

2. ווי איך האב געהאט געהערט, ערגעץ ווי די לעצטע יאר. ווי געשמיעסט נישט קיין חיליק ווען די האסט געקויפט די וועיווער, זיכען זיך גאר אסאך וועיווער קאמפעניס לעצטענס זיך ארויס צו דרייען און באצאלן נאר א קליינע חלק.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » פרייטאג מאי 10, 2019 4:07 pm

נארוואס צוריקגעגעבן מיין קאר,
געהאט צוויי גרויסע זעצעס, איינס אויפן טיר, און איינס אויפן Fender,
ווי אויך כמה וכמה קלענערע קריצן,
ב"ה די ריטורן איז געגאנגן גלאטיג אין די טירד פארטי קאמפעני האט באצאלט מלא כסף פאר די דעמעדש.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » פרייטאג מאי 10, 2019 5:29 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אויב איר האט א קאר ליעס (קאר/וכדו׳) איז גאר וויכטיג אז איר זאלט וויסן די פאלגענדיגע אינפארמאציע, און ליינען דעם צעטל.


אין קורצען, ביז לעצטענס פלעגן damage waiver קאמפעניס באצאלן סיי וואספארע damage א קאר האט נאר געהאט ביים עס צוריק געבן, ווי dents and scratches וכדו׳, און זיך פארמאכט די אויגן און אלעס באצאלט אן מאכן קיין פראבלעמען, נאך וואס די ליעס איז פארטיג געווארן (נאך 2 אדער 3 יאר), לעצטענס איז אנדערש געווארן די מצב ווען גאר אסאך Damage waiver קאמפעניס האלטן שוין נישט ביים באצאלן נאר א קליינע חלק פון די damage.


ע״כ, התורה חסה על ממונם של ישראל! און פראבירט זעכער צו מאכן די מערסטע וואס ס׳איז שייך אז אייערע קאר זאל נישט באקימען קיין dents and scratches די מערסטע וואס ס׳איז שייך, א חוץ אויב איר זענט גרייט צו באצאלן רוב פון די קאסטן פון די damage.


אויכעט וואלט איך געוואלט הערן פון חברים דא צו איינער האט עקספיריענס, מיט דעם וואס ס׳שטייט אין די פאלגענדיגע צעטל, אז נעמען די קאר צו א באדי שאפ עס צו פארעכטען פארן צוריק געבן די ליעס, וועט אויסקומען ביליגער ווי צו באצאלן די fee וואס די קאר קאמפעני וועט בעהטן?


ווי אויך עני אנדערע טיפס להנאות הציבור, צו ס׳איז יא נאך אלטס שייך צו טרעפן א damage waiver company וואס וועט יא באצאלן אן מאכן קיין פראבלעמען, און אויב יא וועלכע?


נב, איך הער איז פראבלעם איז דא אין NY אין Brooklyn און upstate איך ווייס נישט צו די פראבלעם איז אויך דא אין NJ אדער אנדערע פלעצער.

אוודדאי. ווען דו גיבסט צוריק די קאר אן עס פארדעם פיקסן טשארדזשט דיר די קאמפעני פיל פאכיג טייערער. רוב ליסינג קאמפעניס האבן אן אייגענע בארי שאפ ווי זיי פיקסן די קאר פארן עס צוריק געבן פאר א צוגעגליכינע פרייז.

מ'קען צוקויפן פאר קליין געלד עפעס א אינשורענס וואס צאלט יא די קליינע קייטן. אפשר גייען זיי עס אויך יעצט סטאפן. ברויך מען פרעגן די דילער.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג מאי 12, 2019 11:44 am

רעסטאראנט האט געשריבן:ווי איך הער די דעמעזש וועיווער פון Toyota direct איז יא גוט

נאר די טירד פארטי איז די פראבלעם

יא אויך just געהערט פון א חבר וואס האט א Kia און האט די דעמעדזש וועיווער דורך Kia אליינס.

די סיבה איז לכאורה, ווייל ווען די וועיווער איז פון די קאר קאמפעני אליינס נעמען זיי דרך סיי ווי א loss ווייל די קאר ווערט דאך ביליגער דורך נאך די ליעס, זייענדיג שוין used, גייט שוין מיט אויך די loss פון די dents and scratches, און זיי פארמאכן זיך די אויגן, ווידער ביי א טירד פארטי, וואס דאס איז זייער ביזנעס - דעמעדזש וועיווערס - שלאגן זיי זיך אויף א יעדע קראץ און זיכן זיך ארויס צו דרייען פון אלעס וואס נאר מעגליך
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג מאי 12, 2019 12:01 pm

א אינגערמאן וואס פלעגט פארקויפן עקסטענדעד וואראנטי פאר יוזד קארס האט מיר געזאגט אז די וואראנטי קאמפאני האט אים שוין אפאר מאל אראפגעווארפן ווייל זיי פלעגן דערלייגן געלט אויף זיינע פאליסיס

די 3רד פארטי קאמפאניס דארפן זיין משוגע צו פארקויפן אין ברוקלין 5,000 קאווערעדזש פאר 500 און אפילו פאר 1000

אויב איז עס די קאר קאמפעני אליינס מאכט עס סענס ווייל זיי ווילן פשוט זאלסט ליעסן זייער קאר אזויווי גאלדענע האט שוין ערווענט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג יוני 13, 2019 5:05 pm

איש האשכולות האט געשריבן:נארוואס צוריקגעגעבן מיין קאר,
געהאט צוויי גרויסע זעצעס, איינס אויפן טיר, און איינס אויפן Fender, מה זה ?
ווי אויך כמה וכמה קלענערע קריצן,
ב"ה די ריטורן איז געגאנגן גלאטיג אין די טירד פארטי קאמפעני האט באצאלט מלא כסף פאר די דעמעדש.
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט