בלאט 1 פון 1

קאר רענטעל | קרעדיט קארד אינשורענס קאווערידש

געשריבן: דאנארשטאג יוני 14, 2018 1:18 pm
דורך zurech
אינעם אנדערן אשכול viewtopic.php?f=69&t=12838&start=625

איז דא חילוקי דיעות צו קרעדיט קארד אינשורענס איז פעיליג אויף א מיני ליעס, וואס דאס איז עפ"ר א רענטעל פאר א חודש אדער מער
היות דאס איז שטארק נוגע פאר הינדערטער אידן צום זיממער, צו וויסן אויב מען ברויך צוקויפן אינשורענס אדער עס ווערט געדעקט דורכן קרעדיט קארד

אלזא אויב האט איר געהאט סיי וועלכע עקפעריענס און דעם ענין דאן קימט אריין אפגעבן אייער שטימע

געשריבן: דאנארשטאג יוני 14, 2018 1:28 pm
דורך א. טראכטער
צו מאכן קלאר..

עס איז פארהאן צוויי ערליי אישורענס:


1) פאר די קאר וואס מען רענט (אויב עס צוברעכט זיך די קאר וואס מען רענט וכדומה)

דאס ווערט מער ווייניגער געקאווערט אויף 'א חודש' דורך עמעקס קארד (איך מיין אז מען קען עקסטענדן)



2) לייעלבילעטי אינשורענס (וואס מען מאכט שאדן פאר א צווייטען)

דאס ווערט נאר געקאווערט צו די מינומום סטעיט רעקווייערמענט (בערך $50,000)
מען קען צוצאלען בערך $15 פער טאג פאר א געהעריגע קאוועריטש (וואס איז זייער זייער זייער וויכטיג)

געשריבן: דאנארשטאג יוני 14, 2018 1:39 pm
דורך ברוינע באנאנע
i dont have nerven to type in yiddish but here's the story that happened to someone, a kolel yingerman rented a car from enterprise for the summer and he toteled the car, the cc didnt want to cover the insurance because it was for more then a month so enterprise asked him for the money for the whole car out of pocket, he said he doasnt have so they called him to court he came to court with his chalat he made himself look like a shnurer the enterprise lawyers demanded he should pay for the damage he told the judge listen i dont have any money i live on government programs i have food stamps sec 8 etc. i could
:lol: only afford a payment plan of $5 a month and it will be paid of in 250 years from now, the judge dismissed the case

געשריבן: דאנארשטאג יוני 14, 2018 2:02 pm
דורך zurech
צו זיין קלאר א רענטעל מער ווי 30 טאג אדער מיט amex premiume protection מער פון 42 טאג איז סתם אזוי נישט געקאווערט ווייל דאס איז די מאקסימום טעג וואס קק אינשורענס קאווערט אויף איינמאל, און דאס איז די סיבה פארוואס באדשעט און עיוועס וועלן אייביג מאכן צוויי קאנטראקטס פאר א רענטעל מער פון 30 טאג אזוי איז עס ווי צוויי עקסטערע רענטעלס,

געשריבן: דאנארשטאג יוני 14, 2018 2:26 pm
דורך אייער_קיכל
ווי ווייט איך ווייס מאכן אזוי אלע גרויסע רענטל קאמפאניעס, ענטערפרייז/נעשינאל/אלאמא און הערץ געבן אויך נישט קיין קאנטראקט אויף לענגער ווי 30 טעג

ס'איז אבער דא א צווייטע פראבלעם אז געוויסע ק"ק אינשורענס קאווערן נישט "נאך א רענטל" ביז א געוויסע צאל טעג פון די ערשטע, ד"ה אז ווען די ערשטע חודש ענדיגט זיך קענסטו נישט תיכף נוצן דעם זעלבן קארטל פאר נאך א רענטל (כ'געדענק נישט אויף ווי לאנג)

פארדעם דארף מען מסדר זיין מיטן רענטל קאמפאני צו נוצן א ק"ק פון א צווייטע פירמע פאר די צווייטע חודש אא"וו

געשריבן: דאנארשטאג יוני 14, 2018 3:12 pm
דורך לחיים טובים ולשלום
ברוינע באנאנע האט געשריבן:i dont have nerven to type in yiddish but here's the story that happened to someone, a kolel yingerman rented a car from enterprise for the summer and he toteled the car, the cc didnt want to cover the insurance because it was for more then a month so enterprise asked him for the money for the whole car out of pocket, he said he doasnt have so they called him to court he came to court with his chalat he made himself look like a shnurer the enterprise lawyers demanded he should pay for the damage he told the judge listen i dont have any money i live on government programs i have food stamps sec 8 etc. i could
:lol: only afford a payment plan of $5 a month and it will be paid of in 250 years from now, the judge dismissed the case

עס לוינט זיך נישט צו פרובירן, אויב עס קומט ארויס א פסק, איז די רגע ער פארדינט געלט ברויך ער עס אפצאלן,

געשריבן: דאנארשטאג יוני 14, 2018 3:23 pm
דורך ברוינע באנאנע
לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:i dont have nerven to type in yiddish but here's the story that happened to someone, a kolel yingerman rented a car from enterprise for the summer and he toteled the car, the cc didnt want to cover the insurance because it was for more then a month so enterprise asked him for the money for the whole car out of pocket, he said he doasnt have so they called him to court he came to court with his chalat he made himself look like a shnurer the enterprise lawyers demanded he should pay for the damage he told the judge listen i dont have any money i live on government programs i have food stamps sec 8 etc. i could
:lol: only afford a payment plan of $5 a month and it will be paid of in 250 years from now, the judge dismissed the case

עס לוינט זיך נישט צו פרובירן, אויב עס קומט ארויס א פסק, איז די רגע ער פארדינט געלט ברויך ער עס אפצאלן,

גערעכט כ'האב פלעין פארציילט מעשה שהיה

געשריבן: דאנארשטאג יוני 14, 2018 5:49 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
zurech האט געשריבן:צו זיין קלאר א רענטעל מער ווי 30 טאג אדער מיט Amex premium protection מער פון 42 טאג איז סתם אזוי נישט געקאווערט ווייל דאס איז די מאקסימום טעג וואס קק אינשורענס קאווערט אויף איינמאל, און דאס איז די סיבה פארוואס באדשעט און עיוועס וועלן אייביג מאכן צוויי קאנטראקטס פאר א רענטעל מער פון 30 טאג אזוי איז עס ווי צוויי עקסטערע רענטעלס,
ווי ווייט איך ווייס מאכן אזוי אלע גרויסע רענטל קאמפאניעס, ענטערפרייז/נעשינאל/אלאמא און הערץ געבן אויך נישט קיין קאנטראקט אויף לענגער ווי 30 טעג



ס'איז אבער דא א צווייטע פראבלעם אז רוב ק"ק אינשורענס קאווערן נישט "נאך א רענטל" ביז א געוויסע צאל טעג פון די ערשטע, ד"ה אז ווען די ערשטע חודש ענדיגט זיך קענסטו נישט תיכף נוצן דעם זעלבן קארטל פאר נאך א רענטל (כ'געדענק נישט אויף ווי לאנג)
15 טעג

אייער_קיכל האט געשריבן:פארדעם דארף מען מסדר זיין מיטן רענטל קאמפאני צו נוצן א ק"ק פון א צווייטע פירמע פאר די צווייטע חודש אא"וו
מיט Amex premium protection איז מען קאווערד פאר 42 טעג און גלייך נאכדעם נאכאמאל

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 1:32 am
דורך השמש
ברוינע באנאנע האט געשריבן:i dont have nerven to type in yiddish but here's the story that happened to someone, a kolel yingerman rented a car from enterprise for the summer and he toteled the car, the cc didnt want to cover the insurance because it was for more then a month so enterprise asked him for the money for the whole car out of pocket, he said he doasnt have so they called him to court he came to court with his chalat he made himself look like a shnurer the enterprise lawyers demanded he should pay for the damage he told the judge listen i dont have any money i live on government programs i have food stamps sec 8 etc. i could
:lol: only afford a payment plan of $5 a month and it will be paid of in 250 years from now, the judge dismissed the case

איך האב געמאכט א קליינע דעימידש בערך 3000$
איך האב עס איגנארד זיי האבן עס געשיקט צו א קלעקשן עדשענסי אין דא איז עס געבליבן

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 1:46 am
דורך איש האשכולות
די רעדסט לכאורה פון Hertz, זייער קאלעקשען קאמפעני איז א שטיק ליצנות, ס'איז זייער אייגענע קאמפעני, זיי קענען נישט ריפארטן צו די קרעדיט עידשענסיס, ס'איז בעסיקלי זיי בעטן געלט און די זאגסט כ'האב נישט, זיי לייגן דיך ארויף אויף זייער Do not rent ליסט, ושלום על ישראל.

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 9:08 am
דורך פראהביטש
אנדערע קק למשל visa האט אויך עפעס רענטל קאוורידזש?

געשריבן: זונטאג יוני 17, 2018 9:48 am
דורך לאז געמאכט
יא, רוב קרעדיט קארדס האָבן די בענעפיט. מען רעדט אסאך פון אמעקס ווייל זיי זענען באקאנט אלץ בעסער אין דעם מער פון אנדערע קק פירמעס, ספעציעל אויב מ'צאלט פאר די עקסטרע קאוורעטש וואָס זיי האָבן.

כ'מיין אז טשעיס סעפייער פרעפערד שטעלט אויך צו בעסערע קאוורעטש ווי אנדערע.

געשריבן: דינסטאג יוני 19, 2018 2:21 am
דורך IMBZ
פראהביטש האט געשריבן:אנדערע קק למשל visa האט אויך עפעס רענטל קאוורידזש?

טשעיס איז די בעסטע

געשריבן: דאנארשטאג יוני 21, 2018 12:22 am
דורך רופא נפשות
איש האשכולות האט געשריבן:זיי לייגן דיך ארויף אויף זייער Do not rent ליסט, ושלום על ישראל.


ושלום על ישראל?

געשריבן: דאנארשטאג יוני 21, 2018 12:57 am
דורך maybeeynot
איך ווייס פון איינעם וואס האט געהאט א עקסידענט אין די רענטל האט אריינגעשיקט פאר די קק די קאנטראקט פון די ערשטע חודש אנשטאט די צווייטע אין סאיז געווען יענע קאפ וויי

געשריבן: זונטאג יולי 01, 2018 2:26 pm
דורך פעשען
אייער_קיכל האט געשריבן:ווי ווייט איך ווייס מאכן אזוי אלע גרויסע רענטל קאמפאניעס, ענטערפרייז/נעשינאל/אלאמא און הערץ געבן אויך נישט קיין קאנטראקט אויף לענגער ווי 30 טעג

ס'איז אבער דא א צווייטע פראבלעם אז געוויסע ק"ק אינשורענס קאווערן נישט "נאך א רענטל" ביז א געוויסע צאל טעג פון די ערשטע, ד"ה אז ווען די ערשטע חודש ענדיגט זיך קענסטו נישט תיכף נוצן דעם זעלבן קארטל פאר נאך א רענטל (כ'געדענק נישט אויף ווי לאנג)

פארדעם דארף מען מסדר זיין מיטן רענטל קאמפאני צו נוצן א ק"ק פון א צווייטע פירמע פאר די צווייטע חודש אא"וו

גערעכט לגבי רוב גרויסע קאמפאניס, אבער נישט ביי הערץ. ביי הערץ עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי צוטיילן א רענטל אין מער ווי איין קאנטראקט. וועגן דעם איז ביי זיי שווערער זיך אן עצה צוגעבן מיט אינשורענס פאר א מאלטי מאנט רענטל. ביי עוויס/באדזשעט אדער נעשינעל/ענטערפרייז איז געווענליך נישט קיין פראבלעם ווייל זיי צוטיילן די רענטל אין אפאר קאנטראקטס אז יעדע קאנטראקט איז נישט מער ווי 30 טעג.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 4:00 pm
דורך מיסטעריעז
IMG_2056.JPG
IMG_2056.JPG (11.85 KiB) געזעהן 3558 מאל

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 2:06 pm
דורך ווערעצקי
ווייסעך נישט צו די פראגע געהערט דא. כ'האב געדינגן א קאר פאר די זומער, ס'איז שוין אריבער מער פון דרייסיג טעג פון די צווייטע חודש, און נעכטן האב איך באקומען א קראך, (איך בין מסתמא שולדיג...), עס קאסט בערך 300 צו פאררעכטן, וואס קען איך טוהן אז די קרעדיט קארד אינשורענס זאל עס קאווערן?

קרעדיט קארד אינשארונס פאר פלעט טייער

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 2:18 pm
דורך משה די וויין מבין
איך האב געהאט א פלעט טייער מיט באדשעט קאר רענטל
ווייסט איינער אויב קרעדיט קארט אינשארונס קאווערד דאס?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 24, 2018 8:13 pm
דורך לאז געמאכט
משה די וויין מבין האט געשריבן:איך האב געהאט א פלעט טייער מיט באדשעט קאר רענטל
ווייסט איינער אויב קרעדיט קארט אינשארונס קאווערד דאס?

געווענליך יא.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:59 pm
דורך אייער_קיכל
האב איך יעצט צוטוהן מיט אמעקס (די premium car rental protection)

כ'האב א קלעים פון א נעשינאל רענטל, די קאר האט געהאט אבוויעס סייד-סווייפ דעמעדזש אויף וואס כ'האב אויסגעפילט א דעמעדזש רעפארט ביי רענטל לאט נאך אינמיטן די רענטל (דארט געווען פונקט) און געמיינט אז מיט דעם האט זיך עס געענדיגט. למעשה האב איך צוריקגעטראגן דעם קאר צו א צווייטע לאקאציע, דארט האט דער ריטורן אגענט מיר געהייסן אויספילן א פרישע רעפארט, האב איך גע'טענה'ט אז כ'האב דאך שוין אויסגעפילט ביי לאקאציע א', האט ער מיר איינגערעדט אז אזוי ארבייט עס מ'דארף אויספילן ביים צוריקברענגן עקסטער. ער זאגט מיר וואס איז דען? ער פילט עס אויס אין א מינוט און כ'דארף בלויז חתמ'ן... נו שוין, כ'האב מיר געלאזט אריינרעדן און געסיינט.

שפעטער איבערגעקוקט די ביידע דעמעדזש רעפארט'ס האב איך באמערקט אז אויפן צווייטן רעפארט וואס לאקאציע ב' האט אויסגעפילט האבן זיי צוגעלייגט א שיינע פאר דעמעדזשעס צום ליסט וואס האט לכאו' בכלל נישט קיין שייכות צו סייד-סווייפינג אינצידענט און גאנץ זיכער האט דאס נישט פאסירט ביי מיר. (צב"ש עטליכע קליינע באמפס אויפן דאך, עפעס וואס איך וואלט קיינמאל נישט באמערקט ביים ארויסנעמען דעם קאר)

ווען אמעקס האט באקומען דעם קלעים האבן זיי מיר געבעטן פארשידענע אינפא. וואס כ'האב זיי געגעבן און נאך א וויילע האבן זיי מיר געשיקט אז זיי קאווערן אלעס - חוץ די דאך דעמעדזש. האב איך מיר פארבינדן מיט נעשינאל און זיי האבן מיר געזאגט אז זיי וועלן זיך שוין אויס'טענה'ן מיט אמעקס דערוועגן.

אדורך עטליכע חדשים, שוין באלד געהאט פארגעסן פון די גאנצע קלעים, באקום יעצט א אימעיל פון אמעקס אז היות נעשינאל טענה'ט אז די דאך איז געדעמעדזשט געווארן פון א "האגל-שטורם" און זיי האבן פרובירט נאכצוקוקן די רעקארדס און נישט געפונען קיין באריכט פון קיין האגל שטורם דורכאויס די צייט פון מיין רענטל, בעטן זיי מיר:

Please verify if there was a hailstorm at any time during your rental period


וואס דארף איך זיי צב"ש ענטפערן? קוים וואס איך געדענק די וועטער פון פאריגע וואך, איך דארף געדענקן די וועטער פון ט"ו בשבט? און למאי נפק"מ? אז ס'נישט געווען קיין האגל שטורם איז וואס? ווילאנג נעשינאל האלט מיר רעספאנסיבל פאר די דעמעדזש ברויך עס אמעקס קאווערן, ניין?

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:05 pm
דורך ויכתב
גערעכט לגבי רוב גרויסע קאמפאניס, אבער נישט ביי הערץ. ביי הערץ עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי צוטיילן א רענטל אין מער ווי איין קאנטראקט. וועגן דעם איז ביי זיי שווערער זיך אן עצה צוגעבן מיט אינשורענס פאר א מאלטי מאנט רענטל. ביי עוויס/באדזשעט אדער נעשינעל/ענטערפרייז איז געווענליך נישט קיין פראבלעם ווייל זיי צוטיילן די רענטל אין אפאר קאנטראקטס אז יעדע קאנטראקט איז נישט מער ווי 30 טעג.[/quote]
נישט אמת מיין חבר האט געדינגן ביי הערץ יעצט אויף גאנץ זומער געהעריג צוטיילט און צווי קאנטראקס

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 3:20 pm
דורך IMBZ
איך האלט און איין עקסטענדען מיין קאר רענטעל פער וואך האב איך די קק קאווערידש?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:19 am
דורך ברוקלינער יונגערמאן
IMBZ האט געשריבן:איך האלט און איין עקסטענדען מיין קאר רענטעל פער וואך האב איך די קק קאווערידש?

פאר ווי לאנג גייט דאס שוין אן?
נאך 30 טעג (אדער 15 ווענד זיך וועלכע קאמפאני) דארפסטו ווארטן 15 טאג פארן נאכאמאל נוצן (זיי ווילן נישט זיין קיין אפיציעלע קאר אינשורענ'ס קאמפאני)
חוץ Amex premium car rental protection קענסטו עס טוען ביז 42 טעג אויפן זעלבען קאנטראקט און גלייך נאכדעם נאכאמאל