טיפס און טריקס פאר קארס

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

טיפס און טריקס פאר קארס

תגובהדורך פון יעצט » זונטאג ינואר 21, 2018 2:24 pm

כ'מיין ס'איז נאכנישט דא אזא אשכול עלעך גיין פתיחה
אויב ס'שוין יא די קעמענעס צאמשמעלצן

רוב בלויע ווינדשיעלד וואשערס (אפילו ס'שטייט אויפן באטל 22- דעגריס) ווערן פארפרוירן ווען ס'איז גאר קאלט. טאקע נישט ביי 32 דעגריס אבער נישט אסאך קעלטער
די אראנדזשע פון Rain-X קען אויך פארפרוירן ווערן אבער ביי סאך קעלטער (בדידי הווה עובדא)

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » זונטאג ינואר 21, 2018 3:04 pm

ביטע זאג׳זשע מיר ביי וועלכע טעמראטור האט זיך דיין אראנדשע די-אייס רעינעקס פארפרוירן??

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » זונטאג ינואר 21, 2018 3:26 pm

איך האב א צווייטע פראבלעם - שוין געסאלווד ב״ה.
עני בעטערי ווערט ווערטלאז אין די קעלט. אינקלודינג די היינטיגע ליטיעם-אייאַן דשאמפ סטארטער׳ס.

עס זענען דא אסאך וואס דרייוון ווייניג דעם קאר, און ריקן עס נאר פאר אלטערנעד סייד פארקינג, און עס קומט אויס אז זייער בעטערי ווערט נישט עכט פולי רידשארדשט.

ווען עס קומט פרעסטיגע טעיג אזוי איינס נאכן צווייטן, מיט א שניי אינדערמיט וואס סוספענדירט אלטערנעט סייד, דאס מיינט אז די קאר קען ליגן א וואך אומבארירט. אבער ווען מען דארף יא דעם קאר, איז די בעטערי צו שוואך - ליין: די וואלטעדש איז געפאלן צו נידריג אויף צו קענען אנצינדן דעם פארפרוירענעם ענדשין. און דער בוסטער פעק, איז דאך אויך פארפרוירן, און מען קען גיין בארן קלאפן.


די עצה צו די אלע פראבלעמען? איז צו קויפן א דשאמפ סטארדער וואס ארבייט אן קיין בעטערי! עס האט סופער-קעפּעסיטאר׳ס (א קליינע רינעכיגע טענקעלע וואס קען האלטן א הויעכע מאס לעקטער פאר א קורצע צייט), וואס מען לייגט דאס ארויף אויפן לאו וואלטעדש קאר בעטערי.
די קאר בעטערי האט נאך געניג דשוס אויף צו קענען אנפילן די קעפּעסיטארס וואס פארלאנגען נישט מער ווי עטליכע וואלטס פּער קעפעסיטאר, און די קעפעסיטארס האבן די מעלה אז זיי ווערן נישט אפעקטירט פין קעלט, און ווי אויך קענען זיי נעמען א טשארדש אין רגעים, און זיך דיס-טשארדשן אין רגעים. עפעס וואס א בעטערי קען נישט טאן אן קודם עקספלאדירן... סאו די שוואכע בעטערי איז איבער געניג צו אנפילן דעם קעפעסיטאר סעט וואס איז אויסגעשטעלט אין-ליין צו געבן 14 וואלטס.
און נאך צוויי מינוט איז די קעפסיטאר גרייט ארויסצושיסן דעם גאנצן אינהאלט אין 3 רגעים! סאו די קאר באקומט זיינע 14 וואלטס מיט 800 עמפס! בום!! די פארפרוירענע ענדשין געבט זיך א צינד אן אין א אויגן בליק! די קעפעסיטאר׳ס זענען ניטאמאל געווארן ליידיג דערפון, און קענען אנצינדן נאך א קאר אדער צוויי דערמיט. ווען עס ווערט ליידיג (עס האט א וואלט מיטער וואס ווייזט ווי עס האלט) קאננעקט מען עס נאכאמאל צו א בעטערי, אדער א קאר וואס ארבייט שוין, און עס פילט זיך אן כהרב עין צוריק צו 14 וואלטס און 800 קאלט קרענקינג עמפס!

אט דאס איז די מהלך!!


די קעפעסיטאר ליגענדיג אזוי אין טראנק, ווערט אליין ליידיג מיט די צייט, ווייל דאס איז די נאטור דערפון, עס האלט נישט דעם טשארדש פאר אייביג, נאר ליעקט צעביסלעך ארויס. אבער ווען מ׳ברויך עס איז עס א כלי וואס ארבייט!

Schumacher DSR109 DSR Pro Series 12V 800A DOE Jump Starter https://www.amazon.com/dp/B01MZZD2YB/re ... pmxNflSWje


https://photos.app.goo.gl/7DyaFAkghgFm52sr1

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג ינואר 21, 2018 3:38 pm

די קאליר אליין מיינט נישט גארנישט סאיז דא ארענזשע וואס גייט ביז 32 און סאיז דא ארענזשע וואס נישט למשל
https://www.walmart.com/ip/Rain-X-20F-2 ... d/33694037
https://www.walmart.com/ip/Rain-X-All-S ... d/17179630

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » זונטאג ינואר 21, 2018 4:23 pm

איך האב נישט קיין וואלמארט... אין ווילי?!
מען באצאלט דעם 6-7 טולער אין גאז סטאנציאן.

זומער ליגט ווינדעקס אין מיין קאר... איין שפריץ אלעס איז מסודר!

פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

תגובהדורך פון יעצט » זונטאג ינואר 21, 2018 8:04 pm

מילין_יקירין האט געשריבן:ביטע זאג׳זשע מיר ביי וועלכע טעמראטור האט זיך דיין אראנדשע די-אייס רעינעקס פארפרוירן??

סארי. איך געדענק נישט
איך ווייס נאר אז ס'איז די ווינטערדיגע רעינעקס

פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

תגובהדורך פון יעצט » זונטאג ינואר 21, 2018 8:24 pm

מילין_יקירין האט געשריבן:איך האב נישט קיין וואלמארט... אין ווילי?!
מען באצאלט דעם 6-7 טולער אין גאז סטאנציאן.

זומער ליגט ווינדעקס אין מיין קאר... איין שפריץ אלעס איז מסודר!

האום דיפאו האט די רעינעקס פאר בערך $3.50

פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

תגובהדורך פון יעצט » זונטאג ינואר 21, 2018 8:28 pm

נישט פשוט האט געשריבן:די קאליר אליין מיינט נישט גארנישט סאיז דא ארענזשע וואס גייט ביז 32 און סאיז דא ארענזשע וואס נישט למשל
https://www.walmart.com/ip/Rain-X-20F-2 ... d/33694037
https://www.walmart.com/ip/Rain-X-All-S ... d/17179630

גערעכט!
כ'האב פארגעסן פון די קאמפאני Prestone

השמש
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » פרייטאג ינואר 26, 2018 11:05 am

מילין_יקירין האט געשריבן:איך האב א צווייטע פראבלעם - שוין געסאלווד ב״ה.
עני בעטערי ווערט ווערטלאז אין די קעלט. אינקלודינג די היינטיגע ליטיעם-אייאַן דשאמפ סטארטער׳ס.

עס זענען דא אסאך וואס דרייוון ווייניג דעם קאר, און ריקן עס נאר פאר אלטערנעד סייד פארקינג, און עס קומט אויס אז זייער בעטערי ווערט נישט עכט פולי רידשארדשט.

ווען עס קומט פרעסטיגע טעיג אזוי איינס נאכן צווייטן, מיט א שניי אינדערמיט וואס סוספענדירט אלטערנעט סייד, דאס מיינט אז די קאר קען ליגן א וואך אומבארירט. אבער ווען מען דארף יא דעם קאר, איז די בעטערי צו שוואך - ליין: די וואלטעדש איז געפאלן צו נידריג אויף צו קענען אנצינדן דעם פארפרוירענעם ענדשין. און דער בוסטער פעק, איז דאך אויך פארפרוירן, און מען קען גיין בארן קלאפן.


די עצה צו די אלע פראבלעמען? איז צו קויפן א דשאמפ סטארדער וואס ארבייט אן קיין בעטערי! עס האט סופער-קעפּעסיטאר׳ס (א קליינע רינעכיגע טענקעלע וואס קען האלטן א הויעכע מאס לעקטער פאר א קורצע צייט), וואס מען לייגט דאס ארויף אויפן לאו וואלטעדש קאר בעטערי.
די קאר בעטערי האט נאך געניג דשוס אויף צו קענען אנפילן די קעפּעסיטארס וואס פארלאנגען נישט מער ווי עטליכע וואלטס פּער קעפעסיטאר, און די קעפעסיטארס האבן די מעלה אז זיי ווערן נישט אפעקטירט פין קעלט, און ווי אויך קענען זיי נעמען א טשארדש אין רגעים, און זיך דיס-טשארדשן אין רגעים. עפעס וואס א בעטערי קען נישט טאן אן קודם עקספלאדירן... סאו די שוואכע בעטערי איז איבער געניג צו אנפילן דעם קעפעסיטאר סעט וואס איז אויסגעשטעלט אין-ליין צו געבן 14 וואלטס.
און נאך צוויי מינוט איז די קעפסיטאר גרייט ארויסצושיסן דעם גאנצן אינהאלט אין 3 רגעים! סאו די קאר באקומט זיינע 14 וואלטס מיט 800 עמפס! בום!! די פארפרוירענע ענדשין געבט זיך א צינד אן אין א אויגן בליק! די קעפעסיטאר׳ס זענען ניטאמאל געווארן ליידיג דערפון, און קענען אנצינדן נאך א קאר אדער צוויי דערמיט. ווען עס ווערט ליידיג (עס האט א וואלט מיטער וואס ווייזט ווי עס האלט) קאננעקט מען עס נאכאמאל צו א בעטערי, אדער א קאר וואס ארבייט שוין, און עס פילט זיך אן כהרב עין צוריק צו 14 וואלטס און 800 קאלט קרענקינג עמפס!

אט דאס איז די מהלך!!


די קעפעסיטאר ליגענדיג אזוי אין טראנק, ווערט אליין ליידיג מיט די צייט, ווייל דאס איז די נאטור דערפון, עס האלט נישט דעם טשארדש פאר אייביג, נאר ליעקט צעביסלעך ארויס. אבער ווען מ׳ברויך עס איז עס א כלי וואס ארבייט!

Schumacher DSR109 DSR Pro Series 12V 800A DOE Jump Starter https://www.amazon.com/dp/B01MZZD2YB/re ... pmxNflSWje


https://photos.app.goo.gl/7DyaFAkghgFm52sr1

איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט אז מיין
בוסטער פעק זאל נישט ארבעטן איך האב דיע
Jump-N-Carry JNC770B
אפשר רעדטסטו פאר די קאנאדישע אידן
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » פרייטאג ינואר 26, 2018 11:16 am

גוט מארגן.
צו שלעפן א געהעריגע לעד-עסיד בעטערי וואס וועקט שווער, ווייסעך אז עס ארבייט... איך רעדט פון א לייט וועיט סעלושן, און וואס איז אויב דיין בעטערי פעק איז געווארן שוואך פון פריוון סטארטן א גרויסע ענדשין, וואס האט זיך צום סוף ניטאמאל אנגעצינדן אבער געדרעינט דיין פּעק. אמת דו קענסט עס לייגן אויף דיין אייגענע בעטערי צו דשארדשן, אבער שווער איז עס נאך אלץ, און ס׳איז נישט ספאַרק פרוף, אדער ריווערס פּאלעריטי פרוף.


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט