הילף איבער טיקעטס

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך ינואר 14, 2009 1:55 pm

ראמני,
עס בלייבט אויף די רעקארדס אויף איך פליע גילטי?
און וואו קען איך טשעקן מיינע רעקארד בכלל?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מיטוואך ינואר 14, 2009 2:18 pm

יא. עס בלייבט אויף די רעקארדס אזוי לאנג ווי פאונטס. דאס מיינט אז די אינשורענס קאמפאני זעט עס. אבער די אינשורענס גייט נישט ארויף. ביז ביי דריי סעלפאון טיקעטס קען עס שוין יא ארויפגיין.
צו טשעקן די רעקארד גיי אריין צו דיין נענטסטע מאטאר וויקעל אפיס אין בעט פאר א דרייווערס עבסטרעקט סקאסט צען דאלער. אין די באקומסט עס אויפן פלאץ.
אדער גיי ארויף אנליין צו די ''די עם ווי'' קענסטו עס דארט ערלעידיגן אין סוועט אנקומען אויף די פאסט נאך צוויי וואכן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך ינואר 14, 2009 3:59 pm

ראמני, אדער האבן זיי דאס שוין צוריק געדרייט, אדער גייען זיי דאס צוריק דרייען, אזוי האבעך געליינט.

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

תגובהדורך join us » מיטוואך ינואר 14, 2009 4:52 pm

ראמני 08 האט געשריבן:שוין לאנג נישט. צוליב א נייע געזעץ דאכט זיך מיר צוויי יאר צוריק


די מעשה איז געווען אפאר וואכן צוריק

איך מיין אז די געזעץ האט זיך שוין צוריק געטוישט

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך ינואר 14, 2009 9:44 pm

איך-הער;
ביי א לאקאל אפיסער האלט יעדער דא אז אויב קומט ער נישט אן ווערט עס דיסמיסד. די מחלוקה איז נאר ביי א סטעיט פאליס.
טא פארוואס נישט אין די סיטי? איז אלס דא א פראסעקיוטער אין סיטי?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » דאנארשטאג ינואר 15, 2009 3:03 pm

join us האט געשריבן:
ראמני 08 האט געשריבן:שוין לאנג נישט. צוליב א נייע געזעץ דאכט זיך מיר צוויי יאר צוריק


די מעשה איז געווען אפאר וואכן צוריק

איך מיין אז די געזעץ האט זיך שוין צוריק געטוישט

מעיבי יא רייט
שוועמל האט געשריבן:איך-הער;
ביי א לאקאל אפיסער האלט יעדער דא אז אויב קומט ער נישט אן ווערט עס דיסמיסד. די מחלוקה איז נאר ביי א סטעיט פאליס.
טא פארוואס נישט אין די סיטי? איז אלס דא א פראסעקיוטער אין סיטי?

יעדע טאון אדער קאונטי האט זיך זיינע געזעצן למשל מאנטיסעלא האט עס נישט מיט די אפיסער נאר מיט די פראסעקיוטער
אויך נאך אסאך פלעצער איז אזוי וכו'

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מאנטאג ינואר 19, 2009 12:33 pm

איך האף אז ס'גוט אז איך שרייב דא מיין טיקעט-פראבלעם.

איך וועל פרובירן צו שילדערן מיין היסטאריע מיטן טיקעט און איך נייטיג זיך אין דרינגענדע הילף.

צום אלעם ערשטן. איך האב נישט קיין קאר, איך בין אבער א גרויסער נוצער פון דעם וואונדערליכן אויטאמאביל, איך בארג פון גוטע ידידים, און איך בין פון די גרויסע קאסטומערס פון ענטערפרייז, זיפקאר ועוד. וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז, אז איך דארף נישט מורא האבן אז מיין אינשורענס פרימיום גייט ארויפגיין צוליב דעם וואס איך האב א טיקעט.

מיין טיקעט האב איך באקומען אין מאנטיסעלא אין איינע פון די וויקענדס וואס איך בין דארט ארויסגעפארן און זיך פארשטייט זיך זייער געיאגט און אריינגעכאפט א קנאקעדיגס פון דעם שטרענגען פאליציי מאן, און איך האב באקומען פיר פונקטן אויף מיין לייסענס.

באקומענדיג דעם טיקעט, האב איך געטון וואס א יעדער איד דארף און ברויך צו טאן, און אריינגעשיקט א "נאט גילטי פלי" ווייל וואס איז דער איד דען שולדיג אז ער יאגט זיך אין א פרייטאג נאכמיטאג? (איך רעד נישט ווען מען יאגט זיך און מען פארט דורך א רויטער ליכט וואס איז אן עוון בל יכופר, מיטן אריינשטעלן מענטשליכע לעבנס אין א סכנה)

אזוי איז קודם אפגעשטופט געווארן דער געריכט דאטום. שפעטער איז מיר אנגעקומען אויף די פאסט א צעטל אז איך קען אויספילן א פארלאנג פאר א פלי בארגעין, און אזוי האב איך געטון, און אצינד האלט עס אז זיי האבן מיר גענידערט מיינע "פוינטס" פון פיר אויף דריי.

מיין שאלה צו אייך אלע איז, זאל איך עס אקצעפטירן און פארטיג?

איך פארדין דערפון:

איך דארף נישט אראפפארן צום געריכט צו פרובירן אויסצוהאמערן א גוטער דיעל. איך נעם עס אן און שלינג עס אראפ, און איך וועל דארף ווארטן און מאכן זיכער אז פונעם טאג וואס איך האב באקומען דעם טיקעט זאל איך זיין א וואויל אינגל און נישט דרייווען קעגן געזעץ פאר מינימום 18 מאנאטן.

איך דארף נישט צאלן די קאסטן פון א לויער.

דער שאדן דערפון:

אויב וועל איך וועלן קויפן א קאר אויף מיין אייגן נאמען אין די קומענדיגע דריי-פיר יאר פונעם טאג וואס איך באצאל דעם טיקעט, וועט מיר די אינשורענס קאמפאני רעכענען זייער הויך.

איך וועל דארפן גאר שטארק אכטונג געבן נישט צו ספידן אפי' אביסל העכער דעם לימיט.

אזוי אויך אלע אנדערע געזעצן וואס האבן שייכות צום דרייווען.

וואס קלערט איר?

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » פרייטאג ינואר 23, 2009 12:26 am

אך שמח
זיכער אנעמען זייער אנבאט.

ווייל אליין האסטו זייער ווייניג שאנסן עס צו אפצופייטן. ווייל אפילו דער פאליציימאן קומט נישט אן, מיז נישט זיין אז ס'וועט ווערן דיסמיסט. איך האב שוין געהאט אז דריי מאל אין א רייע איז די פאליציי פערד נישט אנגעקומען, אין דער ריכטער האט מיך נישט געוואלט דיסמיסן, אפילו כ'האב געהאט ריינע לייעסענס.

אין א לויער אויב די וועסט אים דינגען. וועט ער דיר זיכער טרייען צו קאנווינסן אז די זאלסט אננעמען די אנבאט, אין באצאלן פאר אים אויך רעבע געלט.

ממילא איז דא זייער שוואכע שאנסן ארויס צוגיין מיט רווח, דארך'ן נישט אננעמען זייער אנבאט.


BTW
אין אפסטעט: בין איך שוין אפאר מאל, נישט דיסמיסד געווארן אפילו דער פאליס איז נישט אנגעקומען.
אין און די סיטי: בין איך שוין אפאר מאל נישט אנגעקומען, אין גע'געסן די קאנסעקווענצן ווי א ערנסטע פרעסער.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג ינואר 23, 2009 12:31 pm

אזוי-נארמאל;

א קורצע חשבון, און דו האסט שוין צופיל טיקעטס באקומען...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג ינואר 23, 2009 12:49 pm

הונדערט פארצענט אזוי נארמאל.
אוודאי נעם עס אן, א לויער וועט דיר אפקאסטן מינימום 5-6 הונדערט דאלער, און דער גאנצער טיקעט וועט דיר קאסטן ארום 100 צי 150 פופציג דאלער.
לגבי די דריי פאוינטס, וועסטו נעמען די 6 שעה קלאס ביי F&W עס נעמט 15 מינוט... קאסט 75 דאלער און דו פארדינסט די אינשורענס ריוח פלאס די דריי פוינטס פארן אראפ פון דיין רעקארד.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » זונטאג ינואר 25, 2009 2:47 pm

קרעמער
כ'ווייס וואס דו ווילסט... דו ווילסט זעין מיין קאלענדער... אבער איך, איך וועל נישט איינרוען, א גאנצע נאכט וועל איך ארבייטן אויף קעסל אין כלים מיט ביין אין פויסט ביז כ'וועל נעמען א ערנסטע באשלוס זא-פארט. זאל זיין וואס זאל זיין, איך וועל מיך נישט לאזן!

שוועמל
גיט געזאגט.
אזוי נארמאל, זיכער אננעמען דעם אנבאט.

BTW
א אפסטעיט לויער. וועט נארמאל נישט נעמען מער ווי $350 $400 טאלער. פאר אזא קעיס.
א סיטי לויער?! יא, 5 6 מייקעלעך מינימום.

אין די 6 שעה'איגער קלאס לוינט צו נעמען אפילו מיט ריינע לייסענס.
1. ווייל מר. ווערצבערגער מאכט אפאר טאלער.
2. פארוואס געבן די טייערע אינשורענס פרימיומ'ס פאר די אינשורענס קאמפאניע?! אפשר בעסער געבן פאר מיר, אלס קאלעקטן!
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

אוועטאר
קאלטס און ווארעמס
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:05 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קאלטס און ווארעמס » פרייטאג פאברואר 27, 2009 9:37 am

לענינינו איך האב נעכטן באקומען א פארקינג טיקעט איז דא איינער וואס פייט עס?????????????????????????????? :roll: :roll: :roll:

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג פאברואר 27, 2009 10:12 am

קענסט פייטן מיט דעם פארקינג עקספערט.

אפדעיט איבער פייטן פארקינג טיקעטס
ליהוי ידוע אז די אינסטאנצן האבן עטוואס געטוישט די רולס איבער דער צוגאנג פון פייטן טיקעטס.
ביז איצט, האט מען אריינגעשיקט א נאן-גילטי דעפענס, און האסט באקומען א בריוו מיט א אפפער "אויב נעמסטו אן דעם רעדוקציע פון 20% דאן צאל ביז 30 טאג. אויב נישט צאל נישט, און ס'וועט גיין צו א זשאזש". דאן האט דער זשאזש געקענט באשליסן אויב לויטן געזעץ קען מען דיר עפעס אראפלאזן, עפעס צוליייגן, אדער אינגאנצן דיסמיסן.

היינט גייט שוין אנדערש.
ביים פליען נאן-גילטי קומסטו אן אימעיל מיט א אפפער פאר א רעדוקציע, מוזט ריפלייען ביז 5 טאג צו דו ווילסט אננעמען דעם אנבאט צי נישט. אויב נישט גייט עס צו א זשאזש.
דער זשאזש האט ליטערעלי נישט קיין שום רעכט צו אראפנעמען פענעלטיס, רעדוצירן די פיין, אדער טוישן עפעס אינעם טיקעט. סיידן אויב דער טיקעט איז דעפעקטיוו דאן ווערט עס נול. און דאס פאסירט זייער זייער זעלטן.
דאס הייסט די זשאזשעס האבן פארלוירן זייער פאטענציעלע רעכטן און מ'הט זיי צוגענומען די רעכטן אריינצוקוקן אינעם געזעץ צי מען קען עפעס טאן מיט דעם טיקעט צי נישט. ער קען בלויז זאגן יא אדער ניין. איין זשאזש האט געזאגט "איך האב שוין באלד נישט וואס צו טאן דא, אלעס איז גילטי. מען האט אונז צוגענומען אלע רעכטן אלס זשאזש".
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » מאנטאג אפריל 20, 2009 1:22 pm

אין וויאזוי קען מען פייטן א רויט-לייט טיקעט?

דער פאליס, איז פון דעם פאלק וואס האט נישט קיין קאליר (ווייל אויב זאגסטו יא די קאליר, ביסטו א ראסיסט!).

די מיסיס ריכטער, איז פונעם זעלבן נישט קאלירטן פאלק ווי דער פאליס איז סטאנציאנירט.

ביידע ערנסטע אנטיסעמיטן. איך אלס דזשאזש וואלט זיי ביידע צוריק געשיקט קיין פאפריקע (מ'מעיג יא זאגן די קאליר?)
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » מאנטאג אפריל 20, 2009 1:28 pm

כ'האב לעצטענס געהאט א טיקעט אין NYC, וואס אפילו דער פאליס איז נישט אנגעקומען, האט צו מיר די אנטעסעמיטקעלע אויף'ן ריכטער שטוהל ברענעדיג געשמייכעלט, אין מיר מיסטעריעז אריינגערוימט הויעך אין אויער, 'דו האסט שוין געהאט א מיליאן דעיטס. דו וועסט קומען נאכאמאל ' אין ס'האט מיר נישט געהאלפן קיין פונינו ומצילנו.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג מאי 12, 2009 10:40 am

אנטיסימיטן!

איך וואוין אויף א פלאץ וואס אלטערנעיט סייד פארקינג איז פון 7:30 - 8:00. געווענליך שטיי איך אויף א סאך פריער און איך האב נאך ב"ה קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעמען.
נעכטן האט זיך געמאכט - עס זאל זיך נישט מאכן - אז איך בין ליידער פארשלאפן :cry: אויסער וואס איך בין אריינגעקומען שפעט אין די ארבעט, האב איך ב"ה זוכה געווען צו באקומען א טיקעט.

מיין שאלה איז אזוי: איך בין געווען געפארקט ביי א בלאק וואס האט נישט קיין סטריט נאמבערס, האט די פאליס געשריבן "אפפעסיט 123". למעשה האב איך אויפגעקוקט וואו "אפפעסיט 123" איז, און אפפעסטיט פון 123 איז נישט געווען קיין שום פראבלעם צו פארקן יענע טאג. וויל איך וויסן צו אויב איך פייט עס האב איך א טשענס צו געווינען?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מאי 20, 2009 12:33 am

האסט א גוטן שאנס בתנאי אז דו שיקסט אריין גענוג בילדער וואס צייגן אן דיין אומשולד.
כאפ פון אלע ווינקלען מען זאל קענען זען די סיינס גוט און די הייזער נומערן, און פון ביידע זייטן פון די בלאק.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך מאי 20, 2009 9:21 am

איך האב גענומען בילדער און איך וועל עס היינט אריינשיקן. איך האף איך וועל עפעס אויפטון.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך מאי 20, 2009 10:30 am

איך וויל דא שרייבן א מעשה איך וויס נישט צו יעדער קאן עס טוהן אבער א גוטס איז עס זיכער.
איך זיץ אין די קאר מיט מיין חבר אין ביי מיסטעק האט ער געפעסט א רויט לייט אאאפס א אפיסער מאכט די בליצערס אין מריקט זיך אין די זייט ער קימט ארויס אנגעצויגען מיין חבר שמייכעלט איך זעה ס'קימט א גוטס. Officer: u know y pulled u over?
חבר: אאאיי הההעעעבבב נננאאא. קקקללאאא.
פ.ס. מיין חבר רעדט יוזשעלי געהעריג עפעס דאס מאל האט ער זיך פארהאנקעט. עניווע
Officer: you know you passed a light?
חבר: מי???? נננעעעווועררר
Officer: u know that it can cost u points and money for doing so?
חבר: פפפלליסס דאאוננטט דא איטטט טא מי מי ווייפ איז געננע קילל מי.
איך זיץ דארט איך בין בלוי פין זיך איינהאלטען פין לאכען אבער שששש איך האלט מיך איין
Officer: gimmi ur license registration
ער זעטצעך אריין אין די קאר מיין חבר זאגט מיר לאך נישט!! האלטעך איין נאך איין מינוט!!! נאך אפאר מינוט קימט ער צירוק אין ער זאגט אזוי:
I gave u a seat belt ticket which is no points and much cheaper but... Make sure not to show up in court if u know whts good for u! Have a great day.
אין מיט דעם איז ער אפגעפארן. עד כאן המעשה
איך דערצייל עס ווייל ס'קאן אמאל געלאנגען אבער מ'דארפ קענען רעעדדעעןןן

לעווי
שר האלף
תגובות: 1914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:55 pm

איך זוך א לויער צו פייטן מיין טיקעט וואס איך האב באקומען אויף די פאליסעידס פארקוועי אין נו יארק. מיין טיקעט האט פוינטס, און די קארט איז אין ארענדזשבורג.

ווער עס האט עקספיריענס מיט א גוטע לויער פאר נישט צו טייער זאל זיך ביטע אנרופן.


יישר כח למפרע.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:57 pm

איך האב געהערט אז זאב גאלדשטיין מאכט זייער א גוטע דשאב. מיין חבר האט באקומען א טיקעט 2 טעג נאכן באקומען לייסענס, און ער האט אים עס ערלעדיגט.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

שלמהלע1
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 10, 2008 9:58 am

תגובהדורך שלמהלע1 » דאנארשטאג מאי 21, 2009 1:31 pm

זאב גאלדסטין איז א טייערער בחור, אבער ווערט אלע געלטער, איך האב באקומען אין איין חודש דריי ספידינג טיקעטס, ער איז געוואלדיג

אוועטאר
eddy5525
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 4:22 pm

תגובהדורך eddy5525 » מאנטאג יוני 01, 2009 11:47 am

Does Anyone have experience with "Red Light Camera Ticket"?

Is there a possibility to "fight" or "reduce" such a ticket?
________________________________x
^Sign Here

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מאנטאג יוני 01, 2009 10:53 pm

כ'וועל ענטפערן אין אידיש, אויב ס'פעלט אויס איבערצוטייטשן פארבינדט דיך מיט מיר אין אישית.

א בילד רעדט מער ווי טויזענט וועכטע"ר (-פאליציי)!
אז ס'איז אויפגעכאפט אויפן בילד אז דיין קאר האט בשאט נפש עובר געווען דעם 'אדו"ם לא תעבור' איז דאס די שטערקסעע באווייז קעגן דיר, עס העלפט נישט קיין תירוץ אז נישט די האסט געדרייווט בשעת מעשה וכדו'..
דאס יא, קיין פוינטס איז עס נישט, דארפסט נאר זיכער מאכן צו צאלן באצייטנס.
(יעך האב שוין באקומען אזא טיקעט - נישט מער געדאכט)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג יוני 01, 2009 11:38 pm

שלמה'לע, סתם נייגעריג וויפל ער האט דיר גענומען.

עדדי;
איך מיין עס העלפט נישט גארנישט, חוץ אז דו קענסט אויפווייזן ביסט געפארן דאן צו אן אמת'ע עמערזשענסי. אזאך וואס האט גאר שוואכע שאנסן דער זשאזש זאל עס אקצעפטירן.

אגב האב איך אמאל געהערט אז די קאמערעס כאפן נאר אויף בשעת עס טוישט זיך צו רויט. אבער שפעטער כאפט עס שוין נישט אויף. דאס הייסט אז אויב א שלימזל נעבעך האט געטעילגעיט א קאר און זיך נאכגעשלעפט ווען ס'יז פונקט געווארן רויט ווערט ער באבליצט מיטן קאמערא, אבער די ריכטיגע רויט-לייט פארלעצער ווערן נישט באבליצט.
(איך האב עס אמאל געזען אונליין ערגעץ, איך נעם נישט קיין אחריות דערויף. קען אויך זיין אז היינט איז שוין אנדערש ווייל מען זעט צומאל ווי א לעקטערל בליצט אגאנצן צייט ווען ס'רויט).

נאך א נקודה, די קאמערא סיסטעם ארבעט דורך אפכאפן דיין לייסענס פלעיט און די באאמטע טשעקן עס דערנאך אינעם סיסטעם. כדי דיין פלעיט זאל נישט אויפגעכאפט ווערן איז דא א ספרעי וואס מאכט א ריפלעקשאן אויפן פלעיט און די קאמערע קען עס נישט אפליינען. א שטייגער ווי א בילד פון א שפיגל וואס אלעס ווערט פארוואסערט פון די שטארקע ליכט. איך געדענקט שוין נישט די נאמען פונעם ספרעי, גיב א זוך אויף מיין ידיד נפש ר' גוגל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט