הילף איבער טיקעטס

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג מארטש 20, 2018 5:59 pm

I got a meter ticket
I right away ran to buy a ticket
the fine was issued on 4:19 - I purchased the meter ticket on 4:24
can I fight the ticket?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג מארטש 20, 2018 6:09 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:I got a meter ticket
I right away ran to buy a ticket
the fine was issued on 4:19 - I purchased the meter ticket on 4:24
can I fight the ticket?

אין די 5 מינוט, קען מען נאך טענה'ען אז מ'האט געהאלטן אינמיטן קויפן א מיטער טיקעט.

moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » מיטוואך מארטש 21, 2018 3:24 pm

רץ כצבי האט געשריבן:צים שליסען, איך מיין אז אויב וויל איינער באקימען א טיקעט, זאל ער ענדערש דאס נעמען אין עלענוויל ווי אין פאלסבורג, עס האט מיר געקאסט אין קארט גאנצע צוויי שעה, פין 4 ביז 6,
ביי דע וועי, עס איז געווען א הערליכע וועטער אין די קאנטרי, איך האב דאס אינדזשויט


כאב יעצט א קארט פאר א טיקעט אין טאון אפ פאלסבורג ,וויזוי זענען זיי ? די פרוי אין די אפיס איז היפש א רשענטע , ענטפערט נישט געהעריג אויף קיין שאלות

וויזוי איז די זשאדזש ?

רץ כצבי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 10, 2013 12:39 am

תגובהדורך רץ כצבי » מיטוואך מארטש 21, 2018 3:32 pm

רץ כצבי האט געשריבן:אלזא, פאר די אלע וואס ווילן וויסען ווי אזוי עס גייט צי די פראסעס אין פאלסבורג קארט פאר א מאווינג טיקעט, וועל איך דאס יעצט אראפ לייגען מיט אלע פרטים, אזוי ווי איך האב דאס היינט מיטגעלעבט.
עס האט זיך אנגעהויבן אין די לעצטע שעות אין די דיפרעסטע אין אנגעווייטאגטע טאג פין תשעה באב, האט מיך דער פאליציאנט אפגעשטעלט אויפן 52 אין מוסיף געווען על צערי מיט די טענה אז איך האב געספיד 35/59 ( לידיעה בעלמא, אויפן 52 איז דא נאר 30 אין 40 זאנע, נישט 35 אבער עס איז נישטא מיט וועם צי טענענן זייט איך בין געפארן אויף 59) , האבענדיג דעם קוויטעל אין האנט, בין איך אריין אין פאלסבורג קארט, געפליט נאט גילטי, אין איך האב באקימען אויפן פלאץ א בריוו אז נאכמיטאג די ערשטע נאכט חנוכה, קען איך אראפ קימען אין קארט אין מאכן א פלי בארגען מיט די פראסיקיאטער אין אויס ארבעטען א דיעל, דאס גייט אזוי לכתחילה, אויך קען איך שיקן א לויער, אין אויב איך קים נישט מאכען א דיעל,  וועט מען מיר שיקען א טרייעל דעיט,  אזוי ווי דאס איז געווען די ערשטע נאכט חנוכה, אין איך קים פין שטאט, אין די זמן איז פרי, בין איך ציריק געגאנגען א טאג נאכדעם אין קארט, אין געזאגט אז איך קען נישט קימען די טאג, האט מען מיר געגעבן אויפן פלאץ א נייע טאג, אין מען האט מיר געזאגט אז איך קען עס מער נישט אפשטיפן, מען קען אפשטיפן א פלי בארגען דעיט נאר איינמאל, אויב מיז מען עס אפשטיפען, דארף מען גיין אויף א טרייעל. ארלעדיגט.
געקימען איז ציגיין די נייע דעיט, אין מען שמיסט אז עס קימט א שניי שטורם, אין ווי אזוי קימט מען אן אין פאלסבורג? ריף איך אהן אין קארט, אין די קלורק זאגט מיר אז יא, מען וועט מיר שיקען א נייע דעיט, ב"ה, האב איך אבער באקימען א דעיט אויף די טאג וואס מען פארט אויף פלארידע, ריף איך אהן אין קארט, זאגען זיי מיר אז אויב איך וועל שיקען די רעסיט פין די עירליין טיקעט אז איך האב געבאקט פאר די טאג נאך פארן אפשטיפן צי די נייע דעיט, וועלן זיי עס אפשטיפן נאכאמאל, למעשה האב איך געקענט ארויף ריקען פלארידע פאר א וואך פריער, איך האב עס נישט אפגעריקט נאך אמאל ווייל איך האב מורא געהאט אז עס וועט פינקט אויס געפאלן אין פורים, אין ציריק גייט א קאזע.
שוין, דער היינטיגער גליקליכער טאג איז דא, 4 אזייגער איז די אפוינטמענט,  מיין בעה"ב טיט מיר א גאנצע טובה, אין ער לאזט מיך גיין, ער האט טענות פארוואס איך האב נישט גענימען א לויער, כאילו ער ווייסט נישט אז איך מאך ברויט אויף הויזען, אין די איבעריגע 300 דאלער לויער געלט קען איך ניצען פאר מצות, אין ווי איך וועל באלד דערציילען אז אויסער לויער געלט צאלט מען אויכעט טיקעט געלט. אין די לויערס באקימען בכלל נישט קיין בעסערע דיעלס, קים איך אהן אין קארט אין עס ווארטען שוין קרוב צי 50 מענטשען מער ווי א מנין היימישע אידן, מען שמיסט שוין פין מאכען א מנין מנחה, מען עפענט די טיר אין מען גייט דורך א מעטעל דיטעקטאר אזוי ווי אין עירפארט, דאס האט גענימען א גאנצע שעה, די היצען אין קארט איז געווען אימדערטרעגליך, אינדרויסען אין גאס איז געווען 75 דיגרי, איןמען האט א טובה געטין אין אנגעצינדען א סילינג פען, ווייל די עירקאנדישען איז נאך אראפגעטעפט וועגען די קעלט, 5 אזייגער, נאך א שעה זיצען מיט אלע מינע מענטשען, אידען אין להבדיל אפסטעיט low class people, האט זיך די פראסעס אנגעהויבן. די קלורק ריפט אויס נעמען, אררין צי גיין צי די פראסיקיאטער, מען האט אויס געריפען מיין נאמען בין איך אריין צים פראסיקיאטער אין זיין אפיס, פאר מיר האט מען אויסגעריפן מן הסתם 20 מענטשען, די דזאדש איז ערשט אנגעקימען ממש פאר איך בין אריין צים פראסיקיאטער, איך וועל מפסיק זיין פאר א מיניט מיטן בשרייבן די דזאדש, קימט אריין א פעך שווארצע אפריקאנע גויטע, ריזיגע ציקריבעלטע האר, זי האט זיכער געוואינט אין קאלעמענטי,  זיכער נישט עלטער פין 25 יאר, א ראצערטע,  גיי ווייס וויאזוי זי איז געווארן א דזאדש, אין זי ריפט אויס אירע ראלס, דא רעדט מען נישט א ווארט, דא קלינגט נישט קיין סעללפוין, דא גייט מען אנגעטין בצניעות, no short sleeves and open neck, גיי פארשטיי, אין היינט קען מען נישט באצאלען די פיינס אויפן פלאץ, מען וועט דארפן עס אריין שיקען ביי מעיל, אין ווער עס וועט ווייעלעטן די ראלס וועט מען גראד ארויסשיקען פין קארט, אין וועט גיין פאר א טרייעל, אפאר גויטעס זענען ארויס צי נעמען דזעקעטס.. ציריק צי מיין פראסיקיאטער באגעגעניש, קים איך אריין צי די פראסיקיאטער, האט ער שוין געהאט זיינע נאטס אויף מיין פייל, אין ער זאגט מיר, אזוי ווי איך האב געספיד 24 העכער די לימיט וועט ער מיר געבען 2 פוינטס אנשטאט 6 פוינטס, אין דאס גייט זיך נישט טוישן, דאס איז די דיעל, איך קען דאס אהנעמען, אדער גיין פאר א טרייעל, אין ער לייגט צי, אז דא האט נאך קיינער נישט געווינען א טרייעל, אויך זאגט ער מיר, אז ווען איך וואלט ווען געספיד אויף א ראויד מיט א קאנקריט דיוויידער, וואלט ער נישט געגאנגען אזוי הארב, ממילא, פרעגט ער מיך צי איך וויל אהנעמען די פלי, האב איך אים אהנגעהויבען זאגען אז איך וויל אים דערציילן וואס די מעשה איז געווען אין ער זאל מיך אויסהערן, זאגט ער מיר, אז איך קען אים דערציילן וואס איך וויל, אבער די דיעל וועט זיך נישט טוישען, אין אויב איך וועל אים מאכן mad, קען זיך עס טוישן צי 3 פוינטס, האב איך אים געזאגט אז ער זאל מיך דאך אויסהערען א מיניט, פארצייל איך אים אז איך ספיד קיינמאל נישט, מיין לעצטע מאווינג ווייעלעשן איז געווען 9 יאר ציריק, אין אזוי ווי עס איז געווען א פעסט דעי בלע"ז איז מיין קאפ נישט געווען אויפן פלאץ, זאגט ער מיר, אז איים דזואיש טא, אין תשעה באב טאר מען נישט דרייווען אזויווי יום כיפור, האב איך געזען מיט ווע איך האב ציטין דא, האב איך אים געזאגט אז איך נעם די דיעל, איך האב מורא געהאט פין א עבר ופרושניק, עס קען נאר ערגער ווערן, פרעג איך אים אויב עס קימט צי א געלט שטראף, זאגט ער מיר אז דאס וועט די דזאדש זאגען, אין ער לייגט מיר צי אז אזוי ווי עס איז נאר 2 פוינטס קען עס אראפ גיין דורך די דעפענסיוו דרייוונג קורס 6 hour class, צימזל האט מיין לעצטע קורס עקספייערט פאריגע וואך, סאוי האפענטליך וועט די פאוינטס אראפ גיין. ער געט מיר צי סיינען מיין פלי, ער גיט מיר עס איך זאל עס געבען פאר די קארט קלורק 

גענדיגט מיטן פראסיקיאטער,
בשעת איך בין געווען ביי די פראסיקיאטער איז די דזאדש געווען ביזי מיט די לויערס וואס מענטשען האבען געדינגען, די לויערס האבען באקימען פאר אלע זייערע קלייענטס די זעלבע דיעלס ווי די מנין אידען וועס זענען געקימען אליינס, ווער עס האט געספיד אינטער 24 העכער די ספיד לימיט, סטאפ סיין טיקעט, בלינקער טיקעטס אדג האט באקימען א פארקינג טיקעט, פלאס עקסטערע קארט סארטשארדזש, וואס איך האב נישט קיין אהנונג וואס דאס מיינט, עס איז א שאד די לויער געלט, חוץ אויב מען וויל נישט פארברענגען א האלבע טאג מיט דעם.
איך האב געווארט אז די דזאדש זאל מיך ריפען בערך 15 מיניט, זי ריפט מיך ארויף, אין זי פרעגט מיך, אז זי זעט ווי איך האב גערעדט מיט די פראסיקיאטער אין איך בין שילדיג "פארן האלטען א דיווייס בשעתן דרייווען" אין אויב איך האלט מיך שילדיג אדער נישט שילדיג, די ערשטע סקונדע האב איך נישט געכפט פין ווסערע דיווייס זי רעדט, אין איך האב מיך גראדט געכאפט אז די פראסיקיאטער האט געטוישט מיין חטא, וואס די חטא איז גארנישט אזוי פשוט, ווייל אויב שטעלט מען מיך שפעטער טאקע אפ פארן האלטען א דיווייס וועט עס מיר גאר טייער קאסטען, ווייל די צווייטע מאל איז עס אסאך הארבער. שוין, האב איך געזאגט אז איך פלי גילטי, אויף דעים ארויף זאגט זי אז עס קימט צי $93 פיין פלאס $75 קארט סארטשאדזש.
עד כאן המעשה
למעשה בערך 9 יאר ציריק האב איך באקימען א ספידינג טיקעט אין עלענוויל, אין די פראסעס איז געווען גאר אנדערש, ווייס איך נישט אויב עס איז ווייל עעלענוויל איז אנדערש אדער עס האט זיך געטוישט זייט 9 יאר ציריק, אין עלינוויל האב איך באקימען א געהעריגע טרייעל דעיט, איך האב עס געקנעט ריקען אפאר מאל, איך בין אנגעקומען 9 ציפרי, איך האב געוראפו די פאליס, ער האט מיר געגעבען די דיעל, אין 9:03 בין איך געווען אינדרויסען, איך האב נישט געהט קיין שייכות מיט די דזדש אין מיט קיין פראסיקיאטער, אין פאלסבורג איז עס געווען א גאנצע געשעפט.......

רעסטאראנט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג אפריל 02, 2018 3:32 am

וויפעל בעט יונה ווייסמאן פאר א טיקעט אין ניו יארק סיטי?

מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג אפריל 08, 2018 7:33 pm

האבן מיר געקריגן א פארקינג קוויטל אויף די דרייצענטע שטראסע, וואס לויפט שיף אויף די מאפע ממזרחית צפונית למערבית דרומית. דער אנטיסעמיט, אנשטאט אנגעבן א ספעציפישע לאקאציע וואו די חטא האט מכלומרשט פאסירט, האט אריינגעשריבן "אויף 13 עוו, 30 פיס דרום פון 56סטע סטריט". שטעלט זיך די פראגע, קען מען באקעמפן דעם קלאגע מיטן אויסרייד אז טעכניש וואלט געברויכט צו שטיין "30 פיס דרום/מערב"?

מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 9:44 am

טיקעט דיסמיסט!

משה די וויין מבין
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 3:31 pm

תגובהדורך משה די וויין מבין » פרייטאג אפריל 20, 2018 12:30 pm

האב איך געקרוגען א טיקעט פארן פארקירן אויף א pedestrian remp איז דאס א קראסוואלק אדער עפעס אנדערש?

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » פרייטאג אפריל 20, 2018 12:47 pm

משה די וויין מבין האט געשריבן:האב איך געקרוגען א טיקעט פארן פארקירן אויף א pedestrian remp איז דאס א קראסוואלק אדער עפעס אנדערש?

ס'מיינט א קראסוואק

משה די וויין מבין
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 3:31 pm

תגובהדורך משה די וויין מבין » זונטאג אפריל 22, 2018 4:54 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
משה די וויין מבין האט געשריבן:האב איך געקרוגען א טיקעט פארן פארקירן אויף א pedestrian remp איז דאס א קראסוואלק אדער עפעס אנדערש?

ס'מיינט א קראסוואק

דאס מיינט אז אויב ער וויל קען ער מיר געבן צוויי טיקעט
1 פאר קראס וואלק
2 פאר pedestrian remp?

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג אפריל 22, 2018 5:26 pm

לכאורה נישט

משה די וויין מבין
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 3:31 pm

תגובהדורך משה די וויין מבין » זונטאג אפריל 22, 2018 5:32 pm

יישר כח

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דינסטאג אפריל 24, 2018 12:41 pm

ווייסט עמיצער פון א גוטע לויער פאר א טיקעט פאר
Yield sign
The court is in ocean township new jersey
לעבן לעיקוואד ,אין דיעל געגענט

א דאנק פון פראנאויס

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » דינסטאג אפריל 24, 2018 4:15 pm

ווייסע זאקן האט געשריבן:ווייסט עמיצער פון א גוטע לויער פאר א טיקעט פאר
Yield sign
The court is in ocean township new jersey
לעבן לעיקוואד ,אין דיעל געגענט

א דאנק פון פראנאויס

דו גייסט באצאלן פיר הונדערט דאלער פאר א לויער אנשטאט צוויי הונדערט פאר די טיקעט?
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

עושר אדיר
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 5:45 pm

תגובהדורך עושר אדיר » מיטוואך אפריל 25, 2018 4:40 pm

באקומען א קוויטל 45 MPH אין א 30 ZONE -מאנרא- וואס איז די בעסטע צו טון? goulty or not?

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך אפריל 25, 2018 4:54 pm

עושר אדיר האט געשריבן:באקומען א קוויטל 45 MPH אין א 30 ZONE -מאנרא- וואס איז די בעסטע צו טון? goulty or not?

קודם נאט גילטי, וואס איז זיכער איז זיכער.

עושר אדיר
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 5:45 pm

תגובהדורך עושר אדיר » מיטוואך אפריל 25, 2018 4:59 pm

עושר אדיר האט געשריבן:באקומען א קוויטל 45 MPH אין א 30 ZONE -מאנרא- וואס איז די בעסטע צו טון? goulty or not?

געווען אויף א בארג אראפ, עכט געווען 55 אבער ער האט געגבען 45 ווייל ער האט געזעהן אז איך האב אראפ געסלואט
וואס איז די שטראף פאר GULTY? אינשורענס?
איך האב CLEAN RECORD
ביטע ענפערן

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » מיטוואך אפריל 25, 2018 5:03 pm

עושר אדיר האט געשריבן:
עושר אדיר האט געשריבן:באקומען א קוויטל 45 MPH אין א 30 ZONE -מאנרא- וואס איז די בעסטע צו טון? goulty or not?

געווען אויף א בארג אראפ, עכט געווען 55 אבער ער האט געגבען 45 ווייל ער האט געזעהן אז איך האב אראפ געסלואט
וואס איז די שטראף פאר GULTY? אינשורענס?
איך האב CLEAN RECORD
ביטע ענפערן

די גילטי אפציע איז געמאכט פאר גוים, דו קענסט נאר ארויסגיין מיט ריווח ביים פליען נאט גילטי
געדענק א איד איז קיינמאל נישט גילטי
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

רוהיגער
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 11:21 am

תגובהדורך רוהיגער » מיטוואך אפריל 25, 2018 5:16 pm

איך האב באקומען א טיקעט אויף די Tri Boro Bridge , איך בין געפאהרן אויף 66... 40 mph zone, איינער קען מר זאגן How to proceed?

mango
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 5:43 pm

תגובהדורך mango » מיטוואך אפריל 25, 2018 5:26 pm

נעקסט טיים פאר אביסל שטייטער

מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך אפריל 25, 2018 5:44 pm

רוהיגער האט געשריבן:איך האב באקומען א טיקעט אויף די Tri Boro Bridge , איך בין געפאהרן אויף 66... 40 mph zone, איינער קען מר זאגן How to proceed?

פאר רוהיגער נעקט טיים :-(

אני מבין
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 8:29 pm

תגובהדורך אני מבין » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 12:26 am

באקומען א טיקעט און מאנהעטען פון א טרעפיק אפיסיר פארן בלאקן א intersection,

Should I plea guilty or not ?
It’s $115

Any recommendations?
לעצט פאראכטן דורך אני מבין אום דאנארשטאג אפריל 26, 2018 8:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 12:38 am

ווייסע זאקן האט געשריבן:ווייסט עמיצער פון א גוטע לויער פאר א טיקעט פאר
Yield sign
The court is in ocean township new jersey
לעבן לעיקוואד ,אין דיעל געגענט

א דאנק פון פראנאויס

די האסט נ״י לייסענס? אויב יא צאל אפ דעים טיקעט און עס וועט נישט שאטן פאר דיין אינשארענס...

משה די וויין מבין
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 3:31 pm

תגובהדורך משה די וויין מבין » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 5:05 pm

איז דא איינער וואס פייט פארקינג טיקעט?

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

עני העלפ?!

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג אפריל 27, 2018 12:01 pm

א נייע דרייווער (4 - 5 חדשים),
באקומען א טיקעט,
סערשטע מאל,
אין ניו דשערסי - איך וואון אין ניו יארק,
פארן ספידן 73 אויף די 17 - א 55 זאון,
$105,
געווענליך איז עס ווערד 4 פאונטס.

יעצט וויל איך וויסן אויב סלויענט זיך צו אראפפארן קיין מאוא טאונשיפ אדער צאלן,
די שאלה איז אויב עפעס גייט בכלל גיין אויף מיין לייסענס - פאונטס אדער אינשארנס אינקריעס (בפרט אז כבין נאך אין די ערשטע 6 חדשים אויף פרעבעשאן) - דאן וואס דארף מען טוען צו פייטן?
אדער גייט גארנישט אויף די לייסענס דאן לויענט זיך צו צאלן?!
בד"וו,
נעכטן באקומען 27 בריוון פון נ.דש. לויערס...
כאניש וואס צו טון האט געשריבן: גראדע בינעך "זייער" ביזי...


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט