שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג מאי 04, 2017 7:22 am

פליגל האט געשריבן:חברה כאפט אריין!

אדורכפארענדיג היינט אויף פארט העמילטאן פארקוועי, אנהויב בארא פארק, האב'ך באמערקט ווי די SPEEDWAY סטעישאן (געוועזענע HESS) האט האכגעפאלגט די פוס טריט פון איר קאלעגע ביי בעדפארד און פארק; ארום גענומען די סטעישאן מיט גרינע העלצער, אראפגענומען די נאמען דערפון און געקלאוזד שאפ.

ניין, נישט דאס איז די נייעס וואס כ'וויל אייך ברענגען...

די SHELL סטעישאן ביי די קארנער פארט העמילטאן און טשעסטער האט גענידערט די פרייז, זיי זענען היצט 2.35 א גאללאן רעגולער, פאר קעש. 10 צענט מער פאר קרעדיט קארד. און ניצענדיג מיין לינק קען מען זיך שפארען נאך 3 צענט!

און דער MOBIL ביי פארט העמילטאן קארנער מעקדאנעלד, בעט די זעלבע פרייזן און רעכנט נישט פאר קרעדיט קארד.

דאס זענען זייער ביליגע פרייזן, נאכדעם וואס אלגעמיינע ביליגע פרייזן זענען 2.45/2.49.

איך האב זיך אנגעפילט דארט לעצטע וואך, און אדאנק עטליכע וואס האבן זיך ארויפגעסיינט ניצענדיג מיין לינק ביי זיי האב'ך באקומען ' 17 טולער דיסקאונט אויף יענע פיל-אפ!

יישר כח אלעמען
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג יוני 06, 2017 12:33 am

די SHELL האט געהאט די גאנצע צייט אז די סיסטעם גייט עקספייערן
יוני 4. למעשה זעט מען זיך היינט צופרי אז זיי האבן שיין צוגלייגט א נייע סיסטעם, ס'דא גאלד מעמבער און זילבערע מעמבערס.

א שיינע 5 פרישע צענט פער גאללן.
נאט אייך א גרינע...


השמש
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

Bp gas cc Card

תגובהדורך השמש » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 1:47 pm

[*] איך ניץ די בריטישע פירמע בי פי איך האב געפענט א קרעדיט קארד פון בי פי איך קען עס ניצן איבעראל זיי גיבען .25 אף פער גאלאן פאר א יעדע 100 דאלער, דאס קומט אויס $5 פער 100$ ספענדיג
די מעלה איז אז עס איז דא זייער אסאך סטאנציעס ווי מען גייט קען מען טרעפן א סטאנציע פין ביפי ביין א יעדע סטאנציע איז דא קארטלעך ווי מען קען זיך אויפסיינען אויך קענט איר ניצן דיין גוגעל הדור
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

Speedway

תגובהדורך עירמאנט'ער » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 7:37 am

וואס איז די פאוינט פראגראם פון ספידוועי?


ישר כח גדול
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 7:49 am

כ'ווייס נישט, קודם נעם עס און דע וואס געשעט. עפעס שפארט מען זיך דא דארט.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 9:59 pm

שוין לאנג נישט געווען קיין נייעס... אבער די וואס זענען איינגעשריבען אין די פראגראמען באקומען דאך אפדעיטס עניוועיס ממט באונאסעס וואס קומען מפעם לפעם.

איך זעלבסט האב היצט באקומען פון Shell א באונעס פון א פרישע 10 צענט פער גאללאן אראפ בנוסף צו די 5 צענט. נאר פארן זיין א מעמבער ביי זיי. טאטאל פון 15 צענט פער גאללאן. די באונעס עקספייערט ביי מיר 1/31/18 למספרם.

ווי אויך האב'ך א גוטע באונעס פון זיי אז ווען כ' קויף 4 מאל "סופער" א מינימיום פון 5 גאללאן פער טראנזאקציע, באקומ'ך די 5'טע "סופער" פיל-אפ א 25 צענט פער גאללאן אראפ.

ני, האמיר שוין דאס געטאהן, היצט ווארט מיר אויף די 4 טאג וואס עס נעמט עס זאל ווערן אקטיוויזירט, על'ך האבן אן ערך פון 40 צענט אראפ פער גאללאן! געשפארט 8 טולער אויף א 20 גאללאנדיגע פוירטשעס.

די פירמע BP שיקט אויך לעצטענס סתם אזוי מפעם לפעם א חגא באונעס וכדו' עטליכע קאפיקעס אראפ פער גאללאן וואס עקספייערט עטליכע טאג.. (טוחל מובות...).
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 12:11 pm

איינער געדענקט נאך דא AMOCO גאז סטאנציאנען? דאס זענען די וועם BP האט איבערגענומען..

היצט שיקן זיי מיר אן אימעיל אז זיי זענען צוריק אין די מארקעט.
Amoco is back on the road
That’s right, Amoco is back to bring you the quality fuel America has trusted for over 100 years. So get ready, because Amoco stations, backed by the longest-standing fuels guarantee in the nation, are coming your way.

איין אזא סטעישאן קומט אין ברוקלין ביי 68 סט און 4'טע עוו.
נאט אייך א גרינע...


ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 12:46 pm

i buy gas gift cards on cardcash.com and i get the cash price while paying them with a credit card and i shtitz a yid (its a yiddisha compeny

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך מארטש 07, 2018 11:13 pm

פליגל האט געשריבן:ווי אויך האב'ך א גוטע באונעס פון זיי אז ווען כ' קויף 4 מאל "סופער" א מינימיום פון 5 גאללאן פער טראנזאקציע, באקומ'ך די 5'טע "סופער" פיל-אפ א 25 צענט פער גאללאן אראפ.

ני, האמיר שוין דאס געטאהן, היצט ווארט מיר אויף די 4 טאג וואס עס נעמט עס זאל ווערן אקטיוויזירט, על'ך האבן אן ערך פון 40 צענט אראפ פער גאללאן! געשפארט 8 טולער אויף א 20 גאללאנדיגע פוירטשעס.


האציך געמאכט א פאנטשור, עס האט גענומען איבער א וואך אז די 25 צענט אראפ זאל ארויפקומען און ס'אציך פארזוימט.. האמיר אנגערופן "שעלל" און די ריווארדס פראגראם, זיי האבן מיר געהייסן פארווערדען צוריק צו זייער סופפארט טיעם און נאך עטליכע לאאאנגע טעג האבן זיי געמאלדן אז ס'יז שוין מסודר.. און נאך ווי... האב'ך אנגעהויבן באקומען פון זיי איעדע עטליכע טאג א באונעס פון 25 צענט אראפ פער גאללאן...

באט עניוועיס, נישט אלע אקאונטס האבן דאס באקומען, און ס'אט שוין אויך עקספייערט...
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך מארטש 14, 2018 11:39 am

די BP האבן היצט א נייעם אפפער, אז מ'קען קאללעקטען "מיילס" ביי יונייטעד עירליינס, פאר איעדע גאללאן וואס מ'קויפט. איין מייל פער גאללאן.

טאמער ניצט מען א לינקד קרעדיט קארד דאן באקומט מען 2 מייל פער גאללאן.

טאמער קויפט מען סופער + מען ניצט דעם לינקד קרעדיט קארטל באקומט מען 3 מייל פער גאללאן.

אויב רוקט מען אריבער די ביז היצטיגע אנגעזאמעלטע געלט באקומט מען עקסטרע 200 באונעס מיילס.

טאמער האט מען שוין 1,200 מיילס קען מען דאן ניצן די פוינטס פאר געז, פאר 60 מייל $0.50 אראפ פער גאללאן (לכאורה פאר איעדע 60 מייל איז 50 צענט אראפ, און אז מ'האט 1200 מייל און מען קויפט 20 גאללאן דאן האט מען זיך געשפארט 10 טולער).

מען מוז עפענען אן אקאונט ביי יונייטעד עירליינס צו קענען זאמלען די פוינטס.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג אפריל 03, 2018 2:09 pm

מיינע פריינט ביי SHELL האבן מיר געשטעלט אויף א "גאלד+" סטאטוס, וואס מיינט אז אנדערש ווי ביז היינט ווען מ'האט געהאט א מינימיום פון 6 מאל אין 90 טאג כדי צו קענען בלייבן מיט די גאלד סטאטוס, פון היצט ביז ענדע 2018 האב'ך מער נישט די מינימום און כ'קען אנפילן ווען אימער פאר די 5 צענט ביליגער.

דהיינו;
ווען מ'שרייבט זיך איין ווערט מען א "זילבער" סטאטוס, דאס גיבט אייך 3 צענט ביליגער פער גאללאן ווי אנגעגיבן אויפן שילד.
נאכדעם איז דא די "גאלד" סטאטוס וואס גיבט שוין 5 צענט א גאללאן אראפ, אבער דאס קומט מיט א תנאי אז מען מוז אנפילן מינימום 6 מאל אין א צירקע פון 90 טאג.
נאכדעם איז דא די "גאלד+" סטאטוס, די האבן נישט די מינימיום און ברויכן נישט אנפילן 6 מאל אין 90 טאג און בלייבן פארט מיט די 5 צענט אראפ.

בד"וו, לעצטענס האבן עטליכע ניקס דא זיך איינגעשריבן ניצענדיג מיין לינק ביי זיי האב'ך באקומען '16 טולער דיסקאונט אויף יענע פיל-אפ!

יישר כח אלעמען
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג אפריל 08, 2018 12:58 am

און מיינע פריינט ביי שעלל האבן מיר שוין ווייטער צוליב געטאהן.. זיי האבן מיר געגיבן א פראמאשען אז פון היצט ביז סעפט 2 למספ' ווען כ'קויף 5 גאללאן סופפער דאן באקומ'ך מיין נעקסטע פיל-אפ 10 צענט ביליגער פער גאללאן (אנשטאט די געווענליכע 5 צענט).

די עקססאן/מאביל חברה האבן א ספיעדפעסס+ עפפ (כ'געדענק נישט כ'זאל עס האבן דא ערווענט), מתחילה אן האבן זיי מיר געגיבן נאכן עס ניצן די ערשטע 3 מאל האבן זיי מיר געגיבן 2000 פוינטס, וואס דאס'ז געווען 20 טולער! היצט האבן זיי מיר צוגעשיקט אן אפפער אז פון היצט ביז יולי 10 למספ' ווען כ'ניץ די ספיעדפעסס+ עפפ וועלן זיי מיר גיבן 10 צענט פער גאללאן ניצענדיג דעם עפפ.

בכלל איז די עפפ זייער א באקוועמע זאך, עס האלט דיין קרעדיט קארד אינפא, און קאנעקט דיך צו דיין פלענטי אקאונט. ווען דו קומסט ארויפ אויפן סטיישאן ברויכסטו עפענען דעם עפפ און סעלעקטן וועלכע פאמפ דו שטייסט און יענס ווערט אקטיוויזירט.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג אפריל 15, 2018 6:08 pm

די חברה ווערן מער און מער סאפיסטיקירט..

SHELL האט שוין אן אייגענע עפפ אויסער די ביז היצטיגע "Fuel Rewards" עפפ, היצט האבן זיי אן אייגענע Shell עפפ וואס עס טוט אסאך זאכן ענליך צו די עקקסאן/מאביל ספיעדפעסס+ עפפ. ווי אויך האלט דאס חשבון ווי מ'האלט מיט די ריווארדס וכדו'. עס דערשפירט ביי וועלכע סטיישאן איר זענט, און עס אקטיוויזירט אייער פאמפ פאר אייך. "אבער".. איר מוזט זיין איינגעשריבן ביי "טשעיס-פעי", און דאס קען נאר געשען ווען איר האט א טשעיס פערסאנעל (נישט ביזנעס) קרעדיט קארטל. ווי אויך גיבט דאס נאך עטליכע צענט אראפ פער גאללאן.

אויך BP האט שוין אן עפפ, דארט קאן מען יא ניצן עני קרעדיט קארטל, און האלט חשבון אויף אייערער ריווארדס. זייער עפפ הייסט: BPme.
עס ארבייט נאכניש ביי אלע פלעצער, עס נעמט עטוואס צייט ביז זיי גייען למעשה איבעראל עס איינריכטן. אבער אין ברוקלין איז שוין דא 2 סטעישאנס ווי עס ארבייט, איינס אויף קאוני איילענד און דיטמעס. די צווייטע איז ביי מוירטל און בושוויק געגענט. דהיינו אז איר ברויכט נישט אקטיוויזירן דעם פאמפ ממש, נאר קען עס טאהן דורך די עפפ.

גאלף האט אויך אן עפפ, און דארט קען מען אויך באקומען טייל מאל אפפערס פון עטליכע צענט אראפ. די עפפ הייסט Gulf Pay. און מען קען אויך אקטיוויזירן דעם פאמפ דורך די עפפ.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג אפריל 16, 2018 7:19 am

קומט אריין נישט גינסטיגע נייעס...

די Plenti פוינט סיסטעם איז געסקעדזשועלט זיך אויסצילעשן אום יולי 10 למספ'. אלע פוינטס מוזן פארניצט ווערן ביז דאן, אז נישט פארלירט מען עס.

דערווייל האבן זיי אן אפפער שוין פאר א שטיק צייט, אז טאמער נעמט מען פון זיי א קרעדיט קארטל דאן באקומט מען אייביג 6 צענט אראפ פער גאללאן. דאס גייט אנהאלטן אביסל לענגער.

ווי אויך אז די ערשטע 2 מאנאט נאכן ווערן אפראווד באקומט מען 50 צענט אראפ פער גאללאן.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג אפריל 16, 2018 9:44 am

גייט אויפהערן צו פונקציאנירן ביי מאביל, אדער די גאנצע פלענטי גייט פייפן?
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג אפריל 16, 2018 11:56 am

קודם די גוטע נייעס; נאכער אן אנטווארט אויף אייער פראגע:

די פלענטי גייען זיי טאקע צומאכן, און איעדער זאל אויסניצן די פוינטס נאך איידער עס שפארט אפ. דערווייל קען מען נאך מאכן א לעבן דערפון, סיי ביי די געז סטעישאנס און סיי ביי רייט-עיד פארמאסיס. מען קען פארדינען און עס ניצן. אבער מוז ווערן אויסגעניצט ביז יולי 10 למס'.

אי"ה א טאג דערויף אום יולי 11 למס' גייען זיי ארויפקומען מיט א נייע סארט ריווארד פראגראם, איינצעלהייטן זענען נאכניש באקאנט, אבער ווי עס קומט ארויס וועל איך עס אי"ה מיטטיילן מיט'ן ציבור, כפי שידי מגעת.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג מאי 15, 2018 12:36 am

די נייע shell עפפ איז גאנץ געשמאק, עס האט נאך א באונעס אדנר צוויי.

קודם אז נאכן ערשטן מאל ניצן א מינימיום פון 5 גאללאן באקומט מען די נעקסטע פיל-אפ א קווארטער אראפ פער גאללאן, צו א טאטעל פון 20 גאללאן, דאס איז 5 טולער געשפארט אויף א טא ק געז.

דאס איז נאר אן איינצעלנע מאל געשעפט.

די אנדערע האלט לכאורה אן לענגער; אז נאך יעדע 4 מאל וואס מען פילט אן ניצענדיג די עפפ באקומט מען די 5'טע פיל-אפ אן איבעריגע 5 צענט אראפ פער גאללאן.

*****

די Plenti עפפ איז ווארשיינליך היסטארי, עס פינקצאינירט נישט זינט דעם 4'טן אום מאי למספ'. מען קען עס ווייטער מיטהאלטן אן-ליין, אבער קיין פרישע אפפערס גיבן זיי נישט.
נאט אייך א גרינע...


Horizontal
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm

תגובהדורך Horizontal » דינסטאג מאי 29, 2018 8:45 am

דער עפפ Gas buddy ניצט איינער?
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

בפאיד
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 05, 2014 9:31 am

תגובהדורך בפאיד » דינסטאג מאי 29, 2018 10:26 am

Horizontal האט געשריבן:דער עפפ Gas buddy ניצט איינער?


Yes I do
Saving 5 cents on every gallon except of Mobil Exxon who doesn't accept

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג יוני 01, 2018 6:22 pm

וואו איז דָוִי?

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג יולי 03, 2018 1:51 am

כ'געדענק נישט אויב כ'אב'ס שוין געשריבן, אבער חזרה שאדט נישט...

עקססאן/מאביל האבן אן אייגענעם קרעדיט קארטל (אונטער סיטיבענק), וואס העלפט שפארן געלט ביים קויפן געזאלין ווען מ'ניצט דאס.

עס ארבייט אזוי:
מען אפלייעט דערצו דורך די SPEEDPASS+ APP און זיי אפראאווען גאנץ שנעל. איינמאל מען איז אפראאווד אפילו מען האט נישט דעם עצם קארטל, און אפילו נישט דעם גאנצן נומער, וועט אבער די עפפ עס שוין יא האבן. מען ברוית זיכער מאכן אז די פריימערי פעימענט קארט ווערט געטוישט צו די נייע עקססאן קארטל.

זיי פארשפרעכן אז די ערשטע 2 חדשים פון ווען מ'ווערט אפראאווד גיבן זיי צוריק 50 צענט פער גאללאן. מען ברויך דאס קענען זען אויף די סטעיטמענט סוף חודש. און 6 צענט אראפ פון דאן און ווייטער.

אני הצעיר האב אפלייעט דערצו, און געווארן אפראאווד און כ'ניץ שוין דעם קארטל. ווי אויך גיבט מיר פלענטי צוריק דאבל פוינטס פארן ניצן די קארטל.

ווי אויך האבן זיי אז געוויסע עקסאן/מאביל סטעישאןס ווען מ'ניצט די SPEEDPASS+ APP רעכענען זיי 10 צענט ביליגער ווי אנגעגיבן אויפן סיין.

זוממער ווען מ'יז אין די קאנטרי קען דאס זייער גוט צוניץ קומען ווייל עקסאן/מאביל האט דארט היבשע סטאנציעס.

מען ברויך אבער וויסן אז נישט אלע גיבן אפ די 10 צענט.

א שטייגער ווי דער מאביל סטעישאן אקעגן איחוד קאנטרי (הארט נעבן די מאנטיסעלא סקול באס יארד) האט א סיין וואס מעלדט אז ער רעכענט 10 צענט ביליגער אויב מען ניצט דעם עפפ. אבער ווער עס האט נישט דעם סיין איז מסתבר אז יענער רעכנט פול-פרייז.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג יולי 03, 2018 9:09 am

לענ"ד איז א שאד צו עפלייען פאר אזא קרעדיט קארד. די זעקס צענט קענט איר פונקט אזוי פארדינען ווען איר האט א פשוט'ע קרעדיט קארד, למשל מיט דעם קארטל, אפגעזעהן די צוויי מאות וואס מען באקומט פארן ספענדן טויזנט דאללער אין די ערשטע דריי חדשים (ד.ה. 330$ א חודש), באקומט איר צוריק 2% אויף יעדן דאללער וואס איר שפענדעט פאר געז, מיט דריי דאללער א גאלאן איז עס גענוי זעקס צענט, און עס איז נישט אפגעבינדן צו עקסאן/מאביל, און דארט קענט איר נאכאלץ נוצן די עפפ פאר די צען צענט, און איר פארדינט ביי יעדע איינקויף כאטש א צענט משא"כ די עקסאן/מאביל קארד וואס גיבט גארנישט ערגעץ אנדערש. (ריכטיג אז געז איז - האפנטליך - נישט אלעמאל ביי דריי דאללער, אבער די אומאפהענגיקייט און די אנדערע פראצענטן וועגט איבער, ביי מיר.)
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
האש שלי
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 26, 2018 1:15 pm
לאקאציע: אומאן

תגובהדורך האש שלי » דינסטאג יולי 03, 2018 9:45 am

וואס מיינט זיין א מעמבער ביי זיי איך זעה עס איז גאנץ ביליג און אויב איז מען א מעמבער איז עס נאך צעהן סענט אראפ סמיינט א מעמבער צאהלט דארט 2.71

https://www.google.com/maps/place/Cumbe ... 74.1771394
בא לחזק ונמצא חוזק

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3879
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך יולי 11, 2018 3:20 pm

גוטע נייעס:
די פלענטי ריווארד פראגראם האט שוין אפיציעל געענדיגט איר דינסט, און די נייע ריווארד פון עקקסאן-מאביל איז אריין אין קראפט.

אויב האט איר געהאט דעם ספיעדפעסס+ עפפ ביז אהער דאן ברויכט איר נישט קיין סאך טאהן, איר ברויכט נאר דרוקן דעם רעכטן אויבערשטען ווינקל פון די מעין פעידזש און ענדיגן ענראולען די נייע קארטל. איר ברויכט נישט אפנעמען א נייע קארטל פונען געשעפט, דער סיסטעם האט שוין רעזערווירט איינס פאר אייך. מסתמא גייט איר דאס באקומען אויפ די פאסט.

אויפן געז סטעישאן ניצט איר דעם עפפ און דער גייט אייך גיבן הויפענעס מיט פוינטס... דערווייל האב'ך היינט נאך איידערן רעגיסטרירן דעם נייעם קארטל זיך אנגעפילט און באקומען 3 פוינטס פער גאללאן, אין צוגאב ביים פיינעלי מאכן דעם נייעם קארטל ארבייטן האב'ך באקומען נאך 100 פוינטס פאר'ן נעמען די מיה און זיך בכלל איינשרייבן.

נאכ'ן איינשרייבן וועט נעמען 10 טאג ביז דער סיסטעם וועט אריבערברענגען די אלטע פוינטס צום נייעם סיסטעם.

פאר די ערשטע 30 טאג נאכן רעגיסטרירן גייען זיי אייך גיבן 15 פוינטס פער גאללאן.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך יולי 11, 2018 3:38 pm

די צען צענט ביליגער פער גאלאן ביים נוצן ס'עפפ גייט נאך אן?
וואו איז דָוִי?


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט