שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

תגובהדורך פליגל » מאנטאג ינואר 23, 2017 8:14 pm

ווען עס קומט צו גאזאלין קויפן זענען דא עטליכע סוגים קויפערס, איינע וועלן קוקן אויף די פרייז, אנדערע וועלן קוקן אויף'ן ברענד, ווי אויך זענען דא וואס וואלטן געקענט באשטיין צו טאהן ביידע..

איז אזוי; די 3 בעסערע געזאלין ברענדס זענען: BP, SHELL, און EXXON.

ביי SHELL קען מען זיך דא ארויפסיינען און מען פילט אויס די אפליקאציע, עס פארלאנגט נישט קיין גרויסע תורות, און פשוט נאר פאר די פאקט אז מען איז א מעמבער באקומט מען שוין 3¢ ביליגער ווי די פרייז ביים פאמפ. ווי אויך האבן זיי מפעם לפעם אנדערע אפפערס מיט פראמאושענס, א שטייגער ווי אז מען לינקד א מעסטער קארד צו די אקאונט דאן באקומט מען פאר די נעקסטע פיל-אפ 25¢ ביליגער פער גאללאן, מען מוז נישט ניצן דייקא די מעסטער קארד. טאמער ניצט מען די מעסטער קארד ביי איינע פון זייערע אפפערס דאן באקומט מען נאך אפאר צענט אראפ ביי די קומענדיגע פיל-אפ.

אויך האבן זיי היצט א פראמאושען אז אויב קויפט מען 4 מאל א חודש א מינימיום פון 8 גאללאן איטליכע מאל, דאן באקומט מען די 5'טע מאל 10¢ אראפ פער גאללאן.

ווי אויך אויב קויפט מען סופפער באקומט מען די נעקסטע פולל-אפ 10 צענט אראפ פער גאללאן‎.

אויב לאדענט מען איין איינעם צו די סיסטעם און יענער קויפט א מינימיום פון 8 גאללאן, דאן באקומט דער שדכן 25¢ אראפ פער גאללאן.

נאוט: די מאקסימיום קרעדיט וואס מען באקומט איז פאר די ערשטע 20 גאללאן. נאכדעם הויבט מען אן צוריק פון אנהויב. לדוגמא: איך האב לעצטענס גענוצט ביי זיי 35¢ פער גאללאן, איך האב זיכער געמאכט צו ניצן די מאקסימיום, איך האב זיך געשפארט $7.00.

זיי האבן אן ענדרויד עפפ גערופן: FUEL REWARDS

***************

נאכדעם איז דא BP, ביי זיי קען מען זיך ארויפסיינען צו באקומען פאר איעדע 10 טולער וואס מען קויפט איין געזאלין; 1 צענט אראפ פער גאללאן פאר די קומענדיגע מאל מען פילט אן.
דהיינו, מען האט אנגעפילט פאר 20 טולער (נישט קיין חילוק אין די סכום גאללאן), באקומט מען די קומענדיגע מאל 2¢ אראפ פער גאללאן, מען קען זיך דאס אפשפארען ביז מען באקומט שפעטער נאך און נאך, איך צב"ש האב שוין זייט'ן זוממער זיך גוט אפגעשפארט ביי זיי אז האפענטליך וועט דאס מיר איין טאג אויסקומען צו באקומען א טאנק געז פאר כמעט אומזיסט (איך זאג כמעט ווייל א מינימיום פון 10.9¢ פער גאללאן מוז מען באצאלען.

זיי האבן אמאל געהאט נאך אפפערס וואס האט שוין עקספייערט, אבער מעגליך וועט נאך איין טאג צוריקקומען.

ביי זיי קען מען לינקען א VISA קארטל, אזוי ארום ברויך מען גארנישט טאהן מער, די סיסטעם וועט קאאפערירן ווי כאילו דו האסט אריינגעלייגט זייער ריווארד קארטל.

ביי זיי אויך, די ריוח ארבייט פאר א מאקס פון 20 גאללאן.

זיי האבן לפי ידעתי נישט קיין ענדרויד עפפ.

*************

נאכדעם איז דא EXXON (און אויך MOBIL), ביי זיי קען זיך ארויפסיינען צו א ריווארד פירמע וואס הייסט PLENTI.
דאס גילט אויך פאר די וואס ניצן MOBIL.
ביי זיי באקומט מען צוריק 1 פוינט פער גאללאן וואס מען קויפט, האסט געקויפט 15 גאללאן באקומסטו 15 פוינטס. איעדע פוינט איז 1¢. נאכדעם האבן זיי היבש אנדערע געשעפטן "PARTNERS" וואס זענען מיט זיי אנגעקניפט אז טאמער קויפט מען ביי זיי און מען ניצט דעם PLENTI ריווארד אקאונט קען מען צוריק באקומען עפעס א געוויסע סכום פוינטס. ווי אויך פארן איינקויפן אינעם געשעפטל פונעם געז סטעישאן קען מען צוריק באקומען עטליכע פוינטס פער דולער, אמאל מער אמאל ווייניגער. און אויך קענען זיי האבן אז נאר פארן קומען קויפן א מינימיום באקומט מען דזשאסט לייק דיס א גאנצע זאפאס מיט פוינטס.

ביי אסאך פון זייערע אפפערס ברויך מען אסאך מאל זיך אריינלאגען אין די אקאונט און דארט "אקטיוויזירן" די אפפער. און רוב מאל איז'ס נאר אוועילעבל פאר אפאר טאג.

זיי האבן אן ענדרויד עפפ גערופן: PLENTI.

**********

די אלע אויבן דערמאנטע האבן א וועבסייט וואו מען קען מיטהאלטן אלע אקטיוויטעטן און האלטן חשבון אויף די חשבון.

ווי אויך האבן די אלע אן אפפער אויב מען אפלייעט ביי זיי פאר א קרעדיט קארטל, אבער נישט פון דעם האב איך גערעדט.
לעצט פאראכטן דורך פליגל אום מיטוואך ינואר 25, 2017 10:10 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג ינואר 23, 2017 8:16 pm

אויב עימיציר וואס שרייבט זיך איין ביי SHELL קען באשטיין איך זאל פארדינען דערפון, וואלט איך הנאה געהאט, מען קען זיך ווענדן אין אישי.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג ינואר 23, 2017 10:24 pm

יישר כח.

מענין לענין

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג ינואר 23, 2017 10:39 pm

יא יא, דאס האט מיר באוואויגען צו גרינדען דעם אשכול.
נאט אייך א גרינע...


פארנעפלט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:31 am
לאקאציע: ...

תגובהדורך פארנעפלט » דינסטאג ינואר 24, 2017 8:58 am

אזוי אויבנאויף קוקט מיר אויס אז ביי SHELL באקומט מען די בעסטע ריווארדס, מיין שאלה איז אבער אויב זיי זענען די זעלבע פרייז ווי די אנדערע

שכח פליגל

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג ינואר 24, 2017 9:45 am

פארנעפלט האט געשריבן:אזוי אויבנאויף קוקט מיר אויס אז ביי SHELL באקומט מען די בעסטע ריווארדס, מיין שאלה איז אבער אויב זיי זענען די זעלבע פרייז ווי די אנדערע

שכח פליגל


אין די געגענטער ווי איך בין נאר דורכגעפארן איז Shell עפ"י רוב אביסל טייערער ווי די ארומיגע געז סטעישאן'ס.

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג ינואר 24, 2017 12:26 pm

יא, shell איז טייערער פון אלע, דער אמת איז אז BP וואלט אויך געהאלטן דארט נאר זיי פרובירן ארויסקריכען פון אן אלטע פראבלעם מיט א ליעק און געהאט א גרויסע שאדן.

די Shell אין וומ"ס ביי Classon & Flushing איז היבש ביליגער פון דעם BP ביי Kent & Hooper. ער'ז דוכציך 2.45 פער גאללאן, בעת BP איז 2.55. בנוסף צו די 3 צענט דיסקאונט באצאלט מען נאר 2.42. און ווי אויך טוט דער Shell סטעישאן נישט בעטן עקסטער פאר קרעדיט קארד.

געווענליך זענען Mobil יא היבש ביליגער איבעראל, און ביי זיי ניצט מען די plenti ריוארדס.

די אידישע Exxon סטעישאן אין קרית יואל איז גראדע אויך גוט אין פרייזן. און ווי אויך קען מען ניצן די plenti ריווארדס, און אזוי ווי מען קויפט דארט אינען געשעפטל היבש איין, אסאך מאל קען מען באקומען גוטע פוינטס נאר פארן קויפן אין די געשעפטל, מען ברויך זאגן דעם קאשיער אז מען וויל ניצן די ריווארדס.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג ינואר 24, 2017 1:18 pm

פליגל האט געשריבן:ווי אויך אויב קויפט מען סופפער באקומט מען דוכציך אייביג 10¢ ביליגער, כ'ביניש קלאר דערינען.

איבערגעקוקט און ס'ארבייט אז טאמער מען קויפט א מינמיום פון 8 גאללאן סופפער (און מען קען דאן ניצען די 3 צענט. ריווארד אויפן פלאץ) וועט מען די נעקסטע מאל קענען קויפן געזאלין פאר 10 צענט ביליגער, נישט קיין חילוק רעגולער אדער סופפער (ביז א מאקסימיום פון 20 גאללאן).
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג ינואר 24, 2017 1:40 pm

ביי PLENTI ברויך מען טשעקן איעדן טאג אויפן APP (אדער אן-ליין) אויב ס'יז נישט צוגעקומען עני אפפערס.

איך האב צב"ש היינט גטשעקט דארט האב איך געטראפן עטליכע אפפערס וואס זענען מיר געפאלען און איך האב זיי "אקטיוויזירט":
1) מען קען פארדינען 12 פוינטס פאר איעדען דולער וואס מען ספענד ביי א געשעפטל פון א EXXON אדער MOBIL סטיישאן, נישט קיין פיועל פראדוקטן. שטייצעך אז נישט אלעס אלעס. ווערט אריינגערעכנט אין די אפפער.

2) מען פארדינט 50 פוינטס אויב מען קויפט א מינימיום פון 5 גאללאן.

ווי אויך האבן זיי אפפערס אויב איינער דינגט א קאר ביי ענטערפרייז אדער ביי אנדערע, מען קען פארדינען א שיינע פאר פוינטס דארט. ווי אויך ביי מעיסיס. וכדו'.

די אפפערס עקספייערן איעדע פאר טאג, און איעדן טאג קומען ארויף אנדערע אפפערס.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 2:45 pm

די shell האט א מעלה וואס כ'געדענק נישט אויב כ'אב'ס שוין ערווענט.

אויב קויפט מען 4 מאל מינימיום פון 8 גאללאן, אין א צירקע פון 30 טאג דאן באקומט מען די נעקסטע פילל-אפ 10 צענט ביליגער.

עס ארבייט אזוי: די ערשטע פילל-אפ באצאלט מען לכתחילה 3 צענט ביליגער. אויב האסטו געקויפט סופפער דאן באצאלסטו פאר די נעקסטע פילל-אפ (נישט קיין חילוק וועלכע גרעיט) 10 צענט ביליגער(און טאמער נישט, דאן בלייבסטו מיט 3 צענט). וחוזר חלילה, אויב קויפסטו דעם צווייטען פילל-אפ סופער דאן באקומסטו ווייטער די נעקסטע פילל-אפ 10 צענט ביליגער. אזוי ווייטער און ווייטער (און טאמער נישט, דאן בלייבסטו מיט 3 צענט) ביים פערטן פילל-אפ באקומסטו 10 צענט (אנשטאט 3) און אויב האסטו געקויפט סופפער (ביים פערטן מאל) באקומסטו 2 מאל 10 צענט ביליגער, א טאטעל פון 20 צענט.

אין קורצן: דאס קויפן סופפער טוט אזויפיל אויף אז אנשטאט 3 צענט פער גאללאן דעם נעקסטן מאל באצאלט מען 10 צענט ביליגער. און ווען די סיסטעם גיבט דיר 10 צענט ווייל דו האסט געקויפט 4 מאל אין 30 טאג דאן באקומסטו נאך אן עדישינעל 10 צענט.

וואס מען קען טאהן איז:
מען קויפט 8 גאללאן אויפאמאל פער טאג, און אזוי קען מען אנפילן 4 טעג אין א ציה פער 8 גאללאן און דעם 5'טען פילל-אפ פילט מען אן ביז ארויף, צו די מאקסימיום, אזוי האסטו אנגעפילט ווי מער פאר די גרעסטע דיסקאונט.

געדענקט: מען קען זיך דא איינשרייבן און איך קען הנאה האבן דערפון.

ברם יזכר לטוב די ניקס וואס האבן זיך שוין ארויפגעסיינט, און איין ניק וואס האט שוין געפיולט א מינימיום פון 8 גאללאן, און מיר האבן געקריגען א שטיקל טובת הנאה דערפון.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג ינואר 31, 2017 5:26 pm

האב'ך אקורשט אנגעפילט ביי SHELL און זיך געשפארט 4 טולער, 20גאללאן פאר 20 צענט ביליגער ווי די סיין.
די חשבון? נאכן האבן אנגעפילט 4 מאל די פארגאנגענע 30 טעג, א מינימיום פון 8 גאללאן פער פיל-אפ, האב'ך באקומען 10 צענט אראפ פער גאללאן. + און ווי אויך ווייל מיין פאריגע פיל-אפ איז געווען סופפער באקום'ך היצט צוריק 10 צענט אראפ פער גאללאן, =20 צענט, =4.00 געשפארט.

איך האב אויפגעפאסט אז דער SHELL סטעישאן ביי ווילאחבי קארנער בעדפארד איז די זעלבע פרייז ווי קלעססאן און פלאשינג, נאר דער ערשטער בעט עקסטער פארן ניצן א קרעדיט קארד, בעת דער ביי קלעססאן איז "סעים פרייז קעש & קרעדיט".
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובהדורך בדרך אפשר » מיטוואך פאברואר 01, 2017 11:24 pm

אין לעיקוואד איז דא א איד וואס שטיט כמעט יעדער נאכט אין א shell געז סטאנציע און פארקויפט גאז פאר 30 40 צענט(אפשר מער) ביליגער פער גאללאן (נאר קעש) סאיז דא א group me טעקסט גרופ וואס שיקט ארויס וויפיל אזייגער איז ער דארט.
איך מיין אז ער ניצט stop & shop points

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 1:08 am

וואסי דאס stop & shop?
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 1:22 pm

פליגל האט געשריבן:וואסי דאס stop & shop?


עס איז א גרויסע סופערמארקעט.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6749
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 7:34 pm

קיינמאל באמערקט די אשכול, שכוח פליגל
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג אפריל 02, 2017 11:53 pm

איך וויל מיך באדאנקען פאר די וואס האבן זיך לעצטענס איינגעשריבען ביי Shell, כ'אב ביי מיין פאריגע פילל-אפ זיך געשפארט 12 טולער!

און ווי עס האלט היצט קען'ך זיך שפארען ביי מיין נעקסטן פיל-אפ 11 טולער! און אז נאך וועלן זיך איינשרייבען ניצענדיג מיין לינק וועל איך האבן נאך א טובת הנאה.

יישר כח אייך אלע.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:38 am

היינט האב'ך אנגעוואנדערט צו א MOBIL סטעישאן, און גענוצט מיינע אנגעזאמעלטע פוינטס דארט, געווען א שיינע פאר טולער ב"ה.

בפרט האבן זיי היצט א שטיקל אפפער אז אויב מען ניצט אויס מינימיום 500 אלטע פוינטס באקומט מען צוריק 300 פוינטס.

ווי אויך האבן זיי א אפפער היצט אז מען באקומט 7 מאל אזויפיל פוינטס וויפיל גאללאן מען האט געקויפט.

בעיסיקלי האב'ך צוריקבאקומען 300 פוינטס, + 7 מאל וויפיל גאללאן כ'אב געקויפט.

די אפפערס עקספייערן 4/30/17, וואס דאן גייען קומען אנדערע אפפערס. אבער אזוינס ווי דעם האבן זיי שוין לאאאאאנג נישט געהאט.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:41 am

פליגל האט געשריבן:איך וויל מיך באדאנקען פאר די וואס האבן זיך לעצטענס איינגעשריבען ביי Shell, כ'אב ביי מיין פאריגע פילל-אפ זיך געשפארט 12 טולער!

און ווי עס האלט היצט קען'ך זיך שפארען ביי מיין נעקסטן פיל-אפ 11 טולער! און אז נאך וועלן זיך איינשרייבען ניצענדיג מיין לינק וועל איך האבן נאך א טובת הנאה.

יישר כח אייך אלע.

פארגעסן מודיע צו זיין, כ'אב זיך טאקע געשפארט דעם פארגאנגענעם חוה"מ די 11 טולער! א-חוץ פון דעם אז כ'אב געקויפט ביי די SHELL סטעישאן ביי קלעססן און פלאשינג וואס'ז היבש ביליגער פונעם גאנצן אומגעגענט און טשארדזשט נישט פארן ניצן א קרעדיט קארטל.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג אפריל 23, 2017 10:37 am

יישר כח פאר די צוגעקומענע איינשרייבערס ביי SHELL ניצענדיג מיין לינק, איך האב צובאקומען נאך עטליכע טולער צו מיין סעיווינגס אדאנק אייך!

קיעפ איט אפ! ווי וואנט מאאר!!....
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג אפריל 23, 2017 10:59 am

איך שלעפ זיך יעצט מיט א איבריגע קארטל אין טאש. סתם אזוי זעה איך נישט עס זאל מיר עפעס אנהויפענען?!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג אפריל 23, 2017 2:34 pm

באמת מוזטו זיך נישט ארום דרייען מיט'ן קארטל, סיין אריין אין דיין אקאונט אן-ליין, און קענסט דארט אריינלייגן א "אלטערנעט איי.די." געווענליך א טעלפאון נומער, און ביים פאמפ ברויכסטו נאר אריינלייגן די נומערן און עס אנערקענט דיין אקאונט.

אדער, אז דו לינקסט דיין קרעדיט קארטל צו דיין אקאונט.

אויב קויפסטו נאר מפעם לפעם דאן קענסטו עכ"פ סעיווען 3 צענט פער גאללאן אויפן פלאץ. אויב קויפסטו אפט קענסטו באקומען אן אפפער אז נאך 4 מאל אין איין חודש, וואס איטליכע פיל-אפ איז געווען מינימיום 8 גאללאן, עסטו באקומען 10 צענט אראפ ביים פינפטן מאל.

זינט איך נוץ די סארט פראגראמען האב'ך שוין געשפארט א שיינע פאר טולער.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך אפריל 26, 2017 6:30 pm

חברה כאפט אריין!

אדורכפארענדיג היינט אויף פארט העמילטאן פארקוועי, אנהויב בארא פארק, האב'ך באמערקט ווי די SPEEDWAY סטעישאן (געוועזענע HESS) האט האכגעפאלגט די פוס טריט פון איר קאלעגע ביי בעדפארד און פארק; ארום גענומען די סטעישאן מיט גרינע העלצער, אראפגענומען די נאמען דערפון און געקלאוזד שאפ.

ניין, נישט דאס איז די נייעס וואס כ'וויל אייך ברענגען...

די SHELL סטעישאן ביי די קארנער פארט העמילטאן און טשעסטער האט גענידערט די פרייז, זיי זענען היצט 2.35 א גאללאן רעגולער, פאר קעש. 10 צענט מער פאר קרעדיט קארד. און ניצענדיג מיין לינק קען מען זיך שפארען נאך 3 צענט!

און דער MOBIL ביי פארט העמילטאן קארנער מעקדאנעלד, בעט די זעלבע פרייזן און רעכנט נישט פאר קרעדיט קארד.

דאס זענען זייער ביליגע פרייזן, נאכדעם וואס אלגעמיינע ביליגע פרייזן זענען 2.45/2.49.
נאט אייך א גרינע...


צוונציג
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2015 8:27 pm

בשעת'ן דרייוון איז דא קלייניקייטן וואס מ'קען טון און מיט דעם שפארן געז

תגובהדורך צוונציג » זונטאג אפריל 30, 2017 11:06 am

ווען מען פילט אן געז, לוינט זיך צו אנפילן די גאנצע טאנק אויף איינמאל. די געלט וואס איר וועט זיך שפארן מיטן אריינלייגן היינט צען דאלער, און מארגן צוואנציג דאלער, וועט אויסגיין מיט יעדע מאל וואס איר וועט דארפן פארן צום געז-סטעישאן און שטיין אין די ליין צו נעמען נאכאמאל געז, מיטן אנפילן אויף איינמאל די גאנצע טאנק, שפארט מען זיך צייט און געלט.
מער אינפורמאשין און גוטע טיפ'ס צו שפארן געז, קענט איר ליינען ביי די "סמארט דרייווינג" ביכל עמודים 100-104)

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג אפריל 30, 2017 6:17 pm

אמת.
שטייצעך מ'רעדט ווען די גאז סטאנציאן איז אריין-די-קארנער.

און אז מען רעדט שוין, דעם פרייטאג האב'ך זיך געשפארט 17 טולער אויף מיין טאנק ביי SHELL אויף פארט העמילטאן ביי טשעסטער סט, ביים אריינגאנג צו בארא פארק.

עס'ז צושטאנד געקומען דורך עטליכע פרישע ארויפסיינערס ביי SHELL ניצענדיג מיין לינק. יישר כחכם אייך.
נאט אייך א גרינע...


צוונציג
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2015 8:27 pm

תגובהדורך צוונציג » מיטוואך מאי 03, 2017 7:08 am

עירקאנדישאן נוצט מען נאר אויף די הייוועי. ווען מען פארט שטאטער אויף די גאסן, מאכט ענדערש אויף די פענסטער. עס נוצט אפשר מער געז, ווייל די קאר דארף זיך שלאגן מיט די ווינט, אבער עס נוצט נישט אזויפיל ווי די עירקאנדישאן, ווען מען פארט אויף א קלענערע ספיד (35-40 מ.פ.ש.). נאך בעסער איז – ביי סיי וועלכע ספיד – ווען עס איז קיל אינדרויסן, צו אנצינדען נאר די פען, אדער עפענען די פענסטער א אינטש אדער צוויי. ווען מען נוצט אסאך די עירקאנדישאן, נוצט עס אויס בערך 8% פון די געז וואס ליגט אין די קאר.


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט