אן עקסידענט מיט א געדונגענע קאר

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » דינסטאג פאברואר 28, 2017 3:43 pm

אפשר טאקע האט געשריבן:ביטע פאר ווער ס'קען זיך אויס זאל ביטע ענטפערן
אויב ניצט מען די קלעים פון אנשורענס צו צאלן פאר א עקסידענט גייט דאס ארויף אויף די רעקארד
1) מאכט עס א חילוק אויף די קרעדיט קארד בענעפיטס למשל אויב כ'מאך נעקסטע וואך נאך א עקסידענט גייען זיי עס נישט באצאלען ?
2) גייט עס ארויף אויף די לייסענס אז אויב כ'וויל מיר מאכן קאר אנשורענס לאזט עס איבער א איפעקט ?
א גרויסן דאנק


איך כאפ נישט קלאר פון וואס דו רעדסט, דיין שאלה איז ווען מ'נוצט די קרעיט קארד אינשורענס צו צאלן פאר דעמעדזש פון א רענטל קאר? אדער נוצן אייגענע קאר אינשורענס?

שםטוב
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:23 pm

תגובהדורך שםטוב » דינסטאג פאברואר 28, 2017 3:44 pm

אויב רעדסטו פין די ק''ק קאר אינשורנס
לויט מיין עקספיריענס איז עס נישט ארויף אויף די רעקארד פין ניצן די ק''ק אינשרונס
אין כ'מיין אז אויף די לייסענס גייט עס ארויף דורך די פאליס ריפארט נישט דורך די ק''ק אינשורנס קלעים

פארנעפלט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:31 am
לאקאציע: ...

תגובהדורך פארנעפלט » דינסטאג פאברואר 28, 2017 3:46 pm

דאכצעך מיר אז ס'איז נישט שייך צו קלעימען אינשורענס אן א פאליס ריפארט, ריכטיג?

שםטוב
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:23 pm

תגובהדורך שםטוב » דינסטאג פאברואר 28, 2017 3:52 pm

פארנעפלט האט געשריבן:דאכצעך מיר אז ס'איז נישט שייך צו קלעימען אינשורענס אן א פאליס ריפארט, ריכטיג?

נישט ריכטיג, עכ''פ ביי ק''ק אינשרונס זיכער

אפשר טאקע
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2016 11:26 am

תגובהדורך אפשר טאקע » דינסטאג פאברואר 28, 2017 5:57 pm

אייער_קיכל האט געשריבן:
אפשר טאקע האט געשריבן:ביטע פאר ווער ס'קען זיך אויס זאל ביטע ענטפערן
אויב ניצט מען די קלעים פון אנשורענס צו צאלן פאר א עקסידענט גייט דאס ארויף אויף די רעקארד
1) מאכט עס א חילוק אויף די קרעדיט קארד בענעפיטס למשל אויב כ'מאך נעקסטע וואך נאך א עקסידענט גייען זיי עס נישט באצאלען ?
2) גייט עס ארויף אויף די לייסענס אז אויב כ'וויל מיר מאכן קאר אנשורענס לאזט עס איבער א איפעקט ?
א גרויסן דאנק


איך כאפ נישט קלאר פון וואס דו רעדסט, דיין שאלה איז ווען מ'נוצט די קרעיט קארד אינשורענס צו צאלן פאר דעמעדזש פון א רענטל קאר? אדער נוצן אייגענע קאר אינשורענס?

יא איך רעדט פון קרעדיט קארד.

אפשר טאקע
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2016 11:26 am

תגובהדורך אפשר טאקע » דינסטאג פאברואר 28, 2017 5:58 pm

שםטוב האט געשריבן:אויב רעדסטו פין די ק''ק קאר אינשורנס
לויט מיין עקספיריענס איז עס נישט ארויף אויף די רעקארד פין ניצן די ק''ק אינשרונס
אין כ'מיין אז אויף די לייסענס גייט עס ארויף דורך די פאליס ריפארט נישט דורך די ק''ק אינשורנס קלעים

אין אויב ס'איז נישט דא א פאליס ריפארט גייט עס נישט ארויף אויף די רעקארד ?

צדקה קאסע
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 4:46 pm

תגובהדורך צדקה קאסע » דינסטאג פאברואר 28, 2017 6:04 pm

אפשר טאקע האט געשריבן:
שםטוב האט געשריבן:אויב רעדסטו פין די ק''ק קאר אינשורנס
לויט מיין עקספיריענס איז עס נישט ארויף אויף די רעקארד פין ניצן די ק''ק אינשרונס
אין כ'מיין אז אויף די לייסענס גייט עס ארויף דורך די פאליס ריפארט נישט דורך די ק''ק אינשורנס קלעים

אין אויב ס'איז נישט דא א פאליס ריפארט גייט עס נישט ארויף אויף די רעקארד ?

זיכער נישט, איך רעד ליידער פון עקספיריענס!

אפשר טאקע
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2016 11:26 am

תגובהדורך אפשר טאקע » דינסטאג פאברואר 28, 2017 6:29 pm

א דאנק אייך אלע
נאך איין פראגע מאכט עס עפעס אויס לגבי די קרעדיט קארד ?
צו שוואכערע קרעדיט ? צו ביים עפענען א נייע ?

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג פאברואר 28, 2017 11:45 pm

אפשר טאקע האט געשריבן:א דאנק אייך אלע
נאך איין פראגע מאכט עס עפעס אויס לגבי די קרעדיט קארד ?
צו שוואכערע קרעדיט ? צו ביים עפענען א נייע ?

ניין, עס מאכט בכלל נישט אויס אויפן קארטל אדער אויף דיין קרעדיט.

נאך איין הערה וויל איך צולייגן, אז ביי רוב קרעדיט קארדס, אפילו ווען זיי שטעלן צו קאר רענטעל אינשורענס איז עס אבער נאר secondary, ד. ה. אז אויב האסטו אייגענע קאר אינשורענס דארפסטו קודם קלעימען דיין אייגענע אינשורענס און אויב זיי צאלן נישט דעמאלטס וועלן זיי דיר צאלן, (אדער וועלן זיי משלים זיין אויב דיין אינשורענס צאלט נישט די גאנצע).

חוץ ביי געציילטע קרעדיט קארדס איז עס נישט אזוי, דאכט זיך ביי עמעקס פלעטינום איז עס אויך אזוי.

אויך פאר איינער וואס האט א American Express איז גוט צו וויסן ווען מען וויל דינגען א קאר פאר מער ווי עטליכע טעג, אז זיי האבן א "פרימיום רענטעל פראטעקשאןײ וואס מ'צאלט $24.95 פער רענטעל (נישט פער טאג, נאר פאר די גאנצע צייט פונעם רענטעל) און ס'שטעלט צו אסאך בעסערע אינשורענס קאווערעדזש פון די רעגולער קרעדיט קארדס.

נאך איז כדאי צו וויסן ביים דינגען, אז אפילו אויב מ'וויל לכתחילה נישט צאלן דעם רענטעל מיטן קרעדיט קארטל, זאל מען דאך בשעת'ן אויפפיקן קודם געבן דעם קרעדיט קארד, אזוי האט מען דעם פראטעקשען אז אויב ח"ו געשעהט עפעס איז מען געקאווערט, דערנאך ביים צוריקגעבן דעם קאר אויב איז ב"ה גארנישט געשעהן קען מען זיי צאלן מיט עפעס אנדערש.
(די ק"ק קאווערט נאר אויב מען האט באצאלט דעם פולען רענטעל מיט דעם קארד)

וואס הערט זיך
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

עקסידענט מיט געדונגענע קאר

תגובהדורך וואס הערט זיך » דינסטאג מארטש 21, 2017 11:28 am

האמיר געהאט א מעשה: מען האט געדינגען א קאר ביי א כמעט היימישן דיעלער און די קאר א געהאט א עקסידענט (איך בין נישט געווען די דרייווער עס איז דא א פאליס רעפארט)
איך האב צוגעקויפט אינשורענס וויבאלד עס איז געווען א גרויסע קאר און די ק"ק אינשורענס קאווערט עס נישט, די קאר רענטל האט געבילט די אינשורענס מיט איבער 20 טויזענט דאללער
למעשה האבן זיי מיר געבילט מיט א דעדאקטעבל פון 1,000 פלאס שלעפן די קאר צוויי מאל מיט נאך 2,300 בערך
למעשה וויל איינער פון די רייזענדע קלאגן די אינשורענס פון די קאר רענטל צו מאכן עפעס געלט (25,000)

וויל איך וויסן אויב איינער האט אינפארמאציע?
1) איז דאס אמת אז איך דארף באצאלן פאר די שלעפן די קאר?
2) גייט דאס ארויף אויף מיין רעקארד וויבאלד איך בין געווען דער דינגער?
3) גייט איינעם אפעקטירן אויב איינער קלאגט די אינשורעס?

ביטע מיר ארויס העלפן מיט סיי וועלכע אינפארמאציע
אויך גוט אין אישי

ישר כח למפרע

וואס הערט זיך
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » דאנארשטאג מארטש 23, 2017 1:21 pm

וואס הערט זיך האט געשריבן:האמיר געהאט א מעשה: מען האט געדינגען א קאר ביי א כמעט היימישן דיעלער און די קאר א געהאט א עקסידענט (איך בין נישט געווען די דרייווער עס איז דא א פאליס רעפארט)
איך האב צוגעקויפט אינשורענס וויבאלד עס איז געווען א גרויסע קאר און די ק"ק אינשורענס קאווערט עס נישט, די קאר רענטל האט געבילט די אינשורענס מיט איבער 20 טויזענט דאללער
למעשה האבן זיי מיר געבילט מיט א דעדאקטעבל פון 1,000 פלאס שלעפן די קאר צוויי מאל מיט נאך 2,300 בערך
למעשה וויל איינער פון די רייזענדע קלאגן די אינשורענס פון די קאר רענטל צו מאכן עפעס געלט (25,000)

וויל איך וויסן אויב איינער האט אינפארמאציע?
1) איז דאס אמת אז איך דארף באצאלן פאר די שלעפן די קאר?
2) גייט דאס ארויף אויף מיין רעקארד וויבאלד איך בין געווען דער דינגער?
3) גייט איינעם אפעקטירן אויב איינער קלאגט די אינשורעס?

ביטע מיר ארויס העלפן מיט סיי וועלכע אינפארמאציע
אויך גוט אין אישי

ישר כח למפרע

Williamsburg
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

תגובהדורך Williamsburg » זונטאג יולי 09, 2017 3:45 am

האמיר געהאט א מעשה אזוי! געדונגען א קאר ביי א היימישע רענטל און ליידער ליידער געהאט א מיאוסע קראך אויפן הייוועי מיט א זאמד טראק און פארשטייטצעך ער איז ניטאמאל בארירט געווארן כדרכם און שטייצעך געמאכט א פאליס ריפארט און ווען כבין צירוקגעקומען האבעך געפענט א קעיס ביים ק"ק קאמפעני צו נוצן די אינשורענס בענעפיט
נארמאל דילען די רענטל מיטן ק"ק און זיי באקומען די געלט און שטייצעך אז סבלייבט זיי נאך איבער עפעס לא יחרץ געלט ווייל אייביג עסטיימעט מען עס פאר מער ווי סאיז טאקע. אבער געפין איך אויס אז סיטי מעסטער קארד האלט נישט ביים דיעלן מיטן רענטל וויפיל די רענטל האט פרובירט כהאב אפילו געגעבן א אינטערשריפט אז איך אויטערייז זיי צו רעפירזענט מיך סהאט זיי אבער געהאלפן א מכה און פאריגע וואך באקום איך א אימעיל פון די ק"ק אז זיי האבן מיר עפראווד פאר א ערך פון 21k און כוועל עס זעהן ביז איינס צו צוויי בילינג סייקלס למעשה נישט מער ווי א פאר טאג און סליגט שוין ביי מיר אויפן קרדיט קארד איז די שאלה וואס טו איך ווייטער?

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3625
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג יולי 09, 2017 4:14 am

דו זוכסט עדווייס אויף אן אנליין פארום? נישט קיין גוטע געדאנק.

קומסט אריין זייער אומקלאר, ווער האט געמאכט די קלעים, אויף וויפיל האט ער געמאכט די קלעים, וואסערע צעטלעך האסטו אריינגעשיקט, וכדו'?
Things aren't always #00000 and #FFFFF

אוועטאר
פומפדותא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג יולי 09, 2017 9:58 am

א שאלה איז טריפה
גיי פארהאנדעל מיט די רענטאל וד"ל....

Williamsburg
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

תגובהדורך Williamsburg » זונטאג יולי 09, 2017 5:17 pm

ווישוואש האט געשריבן:דו זוכסט עדווייס אויף אן אנליין פארום? נישט קיין גוטע געדאנק.

קומסט אריין זייער אומקלאר, ווער האט געמאכט די קלעים, אויף וויפיל האט ער געמאכט די קלעים, וואסערע צעטלעך האסטו אריינגעשיקט, וכדו'?

איך האב גארנישט אריינקעשיקט
איך האב געפענט די קלעים אבער זיי האבן עס גענומען פון דארט. אריינגעשיקט אלע דאקומענטן וואס פעלט זיך אויס
און כהאב נישט קיין אנהונג פאר וויפיל זיי האבן געקלעימט
איך ווייס נאר אז כהאב באקומען א אמעיל אז זיי געבן כך וכך און מיר עס גראד געשיקט דאס געלט און סליגט יעצט ביי מיר

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3625
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג יולי 09, 2017 5:47 pm

Williamsburg האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:דו זוכסט עדווייס אויף אן אנליין פארום? נישט קיין גוטע געדאנק.

קומסט אריין זייער אומקלאר, ווער האט געמאכט די קלעים, אויף וויפיל האט ער געמאכט די קלעים, וואסערע צעטלעך האסטו אריינגעשיקט, וכדו'?

איך האב גארנישט אריינקעשיקט
איך האב געפענט די קלעים אבער זיי האבן עס גענומען פון דארט. אריינגעשיקט אלע דאקומענטן וואס פעלט זיך אויס
און כהאב נישט קיין אנהונג פאר וויפיל זיי האבן געקלעימט
איך ווייס נאר אז כהאב באקומען א אמעיל אז זיי געבן כך וכך און מיר עס גראד געשיקט דאס געלט און סליגט יעצט ביי מיר

Than the car rental claimed 21k, they expect the full amount.
Things aren't always #00000 and #FFFFF

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג יולי 10, 2017 9:35 am

בעט די פאפירן פון די רענטל זאג אז די דארפסט עס האבן צו גיין ווייטער מיט די קעיס וועסטו זען וואס זיי בילן
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

וואס הערט זיך
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » מאנטאג יולי 10, 2017 11:11 pm

ווייסט איינער אויב מען קוקן אינעווייניג אין די קאר אויס עס פעלט א קארפעט מעט ?

וואס הערט זיך
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » פרייטאג יולי 14, 2017 1:09 am

וואס הערט זיך האט געשריבן:ווייסט איינער אויב מען קוקט אינעווייניג אין די קאר אויב עס פעלט א קארפעט מעט ?

Working
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

פלעט טייער אויף א רענטעל

תגובהדורך Working » פרייטאג יולי 14, 2017 8:28 am

ווייסט איינער וואס טוט זיך אויב באקומט מען א פלעט טייער צו אמעריקען עקספרעס וועט צאלן דערפאר?

galitzyana
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 01, 2013 1:52 pm

תגובהדורך galitzyana » פרייטאג יולי 14, 2017 8:44 am

If it happened because u hit the curb that yes they will cover if it was blow out no. That was my experience years ago

ותן ברכה
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2014 12:25 pm

תגובהדורך ותן ברכה » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 2:54 pm

איך האב א קאר פון נעשענל און די גלאז וואס דעקט צו די ספיד (אויף די דעשבארד) איז צובראכן געווארן (איך מיין אז די דזשי פי עס איז אראפגעפאלן). איך האב רענטל אינשורענס פון סיטי דאבל קעש. דארף איך עס פיקסן? איז דאס געקאווערט? איז בעסער אליין צו פיקסן אדער לאזן פאר די רענטל? דארף איך זיי מעלדן אדער ביים צוריק גיבן? אדער בכלל נישט?

השמש
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

קיינמאָל נישט דאגה'נען

תגובהדורך השמש » זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:46 am

אפילו די האסט געמאכט דעמידש פין 100 אלפים קען די קאמפאני די טאקע שיקן א ביל אבער נישט מער ווי דעים,
איך האב שוין געמאכט דעמידש איבער 5 אלפים זיי האבן מיר געשיקט א ביל אין דא האט זיך עס ענדיגט זיי קענען גארנישט טוען שוין געדיגען עטליכע מאל נאך דעם ביי עיוויס גארנישט האט פאסירט

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3625
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג אוגוסט 27, 2017 9:44 am

השמש האט געשריבן:אפילו די האסט געמאכט דעמידש פין 100 אלפים קען די קאמפאני די טאקע שיקן א ביל אבער נישט מער ווי דעים,
איך האב שוין געמאכט דעמידש איבער 5 אלפים זיי האבן מיר געשיקט א ביל אין דא האט זיך עס ענדיגט זיי קענען גארנישט טוען שוין געדיגען עטליכע מאל נאך דעם ביי עיוויס גארנישט האט פאסירט

זיי קענען טשארדזשען דיין קארד. זיי קענען עס אויך לייגן אויף דיין קרעדיט רעפארט.
Things aren't always #00000 and #FFFFF

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » זונטאג אוגוסט 27, 2017 12:55 pm

עס איז די העכסטע צייט מעורר צו זיין דעם עולם איבער דער נושא.


די קרעדיט קארד טוט נאר אינשארען די אייגענע קאר

עס טוט נישט אינשארען לייבילעטי (אויב מען מאכט שאדן פאר א צווייטן אויף סיי וועלכע פארנעם).


עס איז א געפערליכע טעות אז אינגעלייט רענטן ארויס קארס און מען פארלאזט זיך אויף די קרעדיט קארד אינשורענס.


מען קען צוקויפן פאר $15 א טאג לייבילעטי אינשורענס


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט