דרייווען געזעצן, גוט צו וויסען

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20030
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 02, 2016 8:39 am

די סאניטאציע דעפארטמענט דארף אויך צו בייטן זייערע דרייוון געוואוינהייטן.

15 טאג תפיסה פאר א מאווינג ווייעלעישאן? די שכל האט מען ארויסגעלייגט אין די מיסט?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך נובעמבער 02, 2016 12:26 pm

וועגן דעם דארף מען טאקע שטיין ווייט פון זיי

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תגובהדורך רויט » מאנטאג יולי 03, 2017 3:22 pm

נייע געזעץ וועט אי"ה אריינגיין אין קראפט יארע 18 אדער 19 למספרם אז א קאר סיעט וועט דארפן זיין אויסגעדרייט מיטן פנים צו די בעק.

איינער מיט קלארערע דעטאלן זאל ביטע אריינקומען

השמש
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 5:23 pm

זייער וויכטיג!
איך ווייס נישט אויב עס איז שוין געשטאנען דא אויב יא בעט איך מחילה סליחה וכפרות
יעדער ווייסט אז מען טאר נישט האלטן קיין סעלפאון ביים דרייוון קויפט מען זיך א העט סעט
וואס ווייניג ווייסן איז אז מען מעג נאר אריינלייגן אין איין אויער נישט אין ביידע ווייל דאס איז א טיקעט אין ניי יארקע.
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

השמש
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 5:33 pm

אויב איינער ווייסט עס איז דא פלעצער אין אמעריקע ווי מען דיסקרימינירט אנקעגען באסעס אין טראקס אז זיי מעגן נישט פאר אין די לינקע לעין אבער איך זעה אלעמאל ווי זיי לאזן זיך נישט אין זיי פארן די פאליציי טוט גאר נישט װיל איך וויסען אויב עס איז דא אויסנאמען
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 7:24 pm

איך ווייס אז דא איז פאר "געזעצן", אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן. ווען איך וויל פארן גראד אויף 306 North אין די, וואס די ביסט יעצט אראפ די בארג פארענדיג סאוט אוף 306 און די ווילסט מאכן א לינקס פון 306 צו Maple, און מיהר ביידע האבן גרין. קום איך קודם. נאך דערצו ווען די טרעפיק flows. ממילא וועל איך בין געפארן גראד מיטן שטראם, אין די שייגאץ האסט גאמאכט א לינקס פראנט פון מיהר, האסט מיהר גורם געוועהן צו מאכן ש שארט שטאפ און אויפשאקלן אלע מיינע Passengers ביסטו א חי' רעה פון וואלד ארויס. אפשר וועל איך באלד פאוסטען די קליפ פון דיהר מעשוגענער חי' רעה אויף די אשכול "וחיות רעות בדרך". איך וויל נאר נישט טוהן בשעת כעס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

?vu timer
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 11:28 pm

תגובהדורך ?vu timer » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 9:32 pm

וואס איז די געזעץ אויב מ'דרייווט אן לייסענס? מ'קען ארעסטירן?

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 10:17 pm

אנע לייסענס איז נישט אזא פארברעכן אוואו דרייווען מיט סאספענדעד לייסענס...
איצטערט איז אזוי: די שטראף דערפאר איז ארעסט, אבער געווענליך העט מען נאר אוועקנעמען די קאר
בוי זיך זעלבסט

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2561
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 10:27 pm

השמש האט געשריבן:אויב איינער ווייסט עס איז דא פלעצער אין אמעריקע ווי מען דיסקרימינירט אנקעגען באסעס אין טראקס אז זיי מעגן נישט פאר אין די לינקע לעין אבער איך זעה אלעמאל ווי זיי לאזן זיך נישט אין זיי פארן די פאליציי טוט גאר נישט װיל איך וויסען אויב עס איז דא אויסנאמען


אולי קען זיין אז זיי מעגן טאקע נישט פארן דארט אבער בלויז צו פעסען מעגן זיי יא

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 12:43 am

Kosher Travel האט געשריבן:איך ווייס אז דא איז פאר "געזעצן", אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן. ווען איך וויל פארן גראד אויף 306 North אין די, וואס די ביסט יעצט אראפ די בארג פארענדיג סאוט אוף 306 און די ווילסט מאכן א לינקס פון 306 צו Maple, און מיהר ביידע האבן גרין. קום איך קודם. נאך דערצו ווען די טרעפיק flows. ממילא וועל איך בין געפארן גראד מיטן שטראם, אין די שייגאץ האסט גאמאכט א לינקס פראנט פון מיהר, האסט מיהר גורם געוועהן צו מאכן ש שארט שטאפ און אויפשאקלן אלע מיינע Passengers ביסטו א חי' רעה פון וואלד ארויס. אפשר וועל איך באלד פאוסטען די קליפ פון דיהר מעשוגענער חי' רעה אויף די אשכול "וחיות רעות בדרך". איך וויל נאר נישט טוהן בשעת כעס.

האט זיך שוין אויסגעצאלט די פאר דאלאר וואס דו האסט באצאלט פארן דעש קעם...
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 8:34 am

דריידל האט געשריבן:
השמש האט געשריבן:אויב איינער ווייסט עס איז דא פלעצער אין אמעריקע ווי מען דיסקרימינירט אנקעגען באסעס אין טראקס אז זיי מעגן נישט פאר אין די לינקע לעין אבער איך זעה אלעמאל ווי זיי לאזן זיך נישט אין זיי פארן די פאליציי טוט גאר נישט װיל איך וויסען אויב עס איז דא אויסנאמען


אולי קען זיין אז זיי מעגן טאקע נישט פארן דארט אבער בלויז צו פעסען מעגן זיי יא

No Trcuks in Left Lane מיינט בכלל נישט זיך געפונען דארט, אויך נישט פעססן
בוי זיך זעלבסט

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » זונטאג אוקטובער 22, 2017 6:18 pm

איך האב עס געשריבן ביי א אנדערע פלאץ אפשר קומט עס דא

קען איינער אביסל ארויס העלפן מיט די אלע זאכן ?

ווי קען מען נאכקיקן אלע טיקעטס וואס מען האט אויף די לייעסענס ?

ווי קען מען נאכקוקן וויפעל פאוינטס מען האט אויף לייסענעס ?

ביי וויפיל פאוינטס ווערט מען סוספענדיד ?

ווען גייט אראפ די פאוינטס וואס מען האט בייקומען ?

ווען זעט שוין נישט די אינשורענס די פאונטס אויף די לייסענס?

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג אוקטובער 22, 2017 8:19 pm

https://dmv.ny.gov/mydmv/mydmv
מען ברויך אויפסעטן א אקקאונט
11 פונקטן און העכער זיינען א סאספענשאן
פונקטן ווערן גערעכנט:
ביי די מאטאר וועהיקל: פאר אכצען מאנאט
ביי די אינשורעס: ארום דריי יאהר
בוי זיך זעלבסט

ל. שווימער
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 8:36 pm

תגובהדורך ל. שווימער » זונטאג אוקטובער 22, 2017 8:32 pm

די כלל איז אז עס דארף אריבערגיין דריי מאל JANUARY עס זאל אראפגיין, דאס הייסט אויב האסטו באקומען דעם טיקעט דעצעמבער איז עס עטוואס מער פון דריי יאר אויב האסטו עס באקומען דשעניאערי דויערט עס כמעט פיר יאר אראפצוגיין.

דאס איז סיי ביי מאטאר וויעקעל און סיי ביי אינשורענס, דאס איז דיין רעקארד. אבער כדי צו ווערן סוספענדירט דארף עס זיי 11 פאוינטס אין א משך פון 18 חדשים. אבער בלייבן אויפן רעקארד בלייבט עס, ביז עס טוישט זיך דריי מאל דעם נייעם יאר.

יונה
שר האלף
תגובות: 1425
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » זונטאג אוקטובער 22, 2017 8:33 pm

רויט האט געשריבן:נייע געזעץ וועט אי"ה אריינגיין אין קראפט יארע 18 אדער 19 למספרם אז א קאר סיעט וועט דארפן זיין אויסגעדרייט מיטן פנים צו די בעק.

איינער מיט קלארערע דעטאלן זאל ביטע אריינקומען

דער ניייער געזעץ וואָס איז שוין דורך אינעם עסעמבלי און אינעם סענאט, וועט אריינגיין אין קראפט אום נאוועמבער איינס 19 למספ' אויב דער גאווערנער וועט עס אונטערשרייבן.

די נייע געזעץ וועט פארלאנגן אז אלע קינדער זאלן זיין אין קאר זיצן וואָס זענען אויסגעדרייט אויף צוריקוועגס. א שטייגער ווי מען פלעגט זיצן אויפן אונטערשטן באנק אינעם סטיישן וואגן...

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג אוקטובער 22, 2017 8:41 pm

שווימער. זייער גוט. מיר האבען דירעקט ערווענט "פונקטען ווערן גערעכנט" און נישט אז די פונקטן ווערן פארשווינדן, טראץ וואס עס איז אויף די רעקארד
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6917
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג אוקטובער 22, 2017 8:47 pm

יונה האט געשריבן:
רויט האט געשריבן:נייע געזעץ וועט אי"ה אריינגיין אין קראפט יארע 18 אדער 19 למספרם אז א קאר סיעט וועט דארפן זיין אויסגעדרייט מיטן פנים צו די בעק.

איינער מיט קלארערע דעטאלן זאל ביטע אריינקומען

דער ניייער געזעץ וואָס איז שוין דורך אינעם עסעמבלי און אינעם סענאט, וועט אריינגיין אין קראפט אום נאוועמבער איינס 19 למספ' אויב דער גאווערנער וועט עס אונטערשרייבן.

די נייע געזעץ וועט פארלאנגן אז אלע קינדער זאלן זיין אין קאר זיצן וואָס זענען אויסגעדרייט אויף צוריקוועגס. א שטייגער ווי מען פלעגט זיצן אויפן אונטערשטן באנק אינעם סטיישן וואגן...

און די פיס זאלן זיי לייגן וואו?

אין די סעריע פון חוקי סדום...
וואו איז דָוִי?

יונה
שר האלף
תגובות: 1425
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » זונטאג אוקטובער 22, 2017 9:04 pm

אופס פארגעסן איין וויכטיגע פרט, אלע קינדער ביז צוויי יאר אלט. נישט גרויסע קינדער. באט דיין פוינט איז אויך וועליד, איי געיס מ'וועט מאכן א פאטענט די קליינע זאלן זיין באקוועם.

יונה
שר האלף
תגובות: 1425
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 10:44 am

אפדעיט: גאווערנער ענדרוי קאומאו יר"ה האט נעכטן געלייגט זיין אינטערשריפט אויפן ביל!.

פאר די וואס האבן געזארגט איבער די באקוועמקייט פון די קינדער: אינעם ביל שטייט אז אויב די קינד - אפי' אינטער 2 יאר - האט לענגערע פיס אדער איז שווערער ווי דאס וואס ווערט רעקעמאנדעט דורך די קאר-זיץ פירמע, איז דער קינד פטור פון זיצן אין דעם אויסגעדרייטע זיץ. די געזעץ גייט נישט אריין אין קיין דעטאלן וואס הייסט מער אדער ווייניגער, נאר גיבט דאס איבער אין די הענט פון די פירמע'ס וואס טוהן פראדעצירן די זיצן.

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 12:52 pm

ישר כוח שווימער אין צו געזונט

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 1:08 pm

איך בין צומישט וועגן קאר סיטס ביז די יאר מיז מען זיצען אויסגעדרייט צום סיעט
ביז די פיר אין א קאר סיט.
וואס איז די מעשה ביז די אכט?
ביז די זעכצען צוגעסטראפט אין בעק.
איינער קען אריינקומען קלאר?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3923
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 11:19 pm

נייע געזעצן:

גובערנאטאר קאומאו האט אונטערגעשריבן א נייע געזעץ וואס גייט אריין אין קראפט שוין אזוי פרי ווי קומענדיגער נובמבר דעם ערשטן. 

אלע קאר סערוויס דרייווערס און טעקסיס וועלן מוזן אנטאהן געהעריג סיעט בעלטס ווי אלע אנדערע נארמאל מענטשן אין גאנץ ניו יארק סטעיט. "באמת מאכט עס נישט קיין סענץ.. נישטא קיין שום סיבה פ"וו זיי זאלן זיין אנדערש ווי אלעמען" טענה'ט דער גאווערנער. "בכלל לויט ווי ווילד זיי דרייווען ברויכן זיי הערשט אנטאהן סעיפטי בעלטס". 

ווי אויך איז דא א רעדע פון איינפירן אז קינדער ביז 2 יאר ברויכן זיצן אויסגעדרייט צו די בעק, אנשטאט ווי ביז היצט וואס מען האט שוין געמעגט נאכלאזן ווען דאס קינד איז שוין געווען גרעסער, "עס איז פשוט מער פארזיכערט אזוי" זאגט דער גאווערנער. אנצייגענדיג אז עטליכע סטעיטס האבן דאס שוין איינגעפירט, ניו דזשוירזי און קאליפארניע.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 11:28 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:איך בין צומישט וועגן קאר סיטס ביז די יאר מיז מען זיצען אויסגעדרייט צום סיעט
ביז די פיר אין א קאר סיט.
וואס איז די מעשה ביז די אכט?
ביז די זעכצען צוגעסטראפט אין בעק.
איינער קען אריינקומען קלאר?

ביז איין יאהר: א קאר סיעט מיט דעם פנים צו ריקווערטס
פון איין ביז די פיר יאהר און ווינציגער פון פערציג פונט: א קאר סיעט מיט דעם פנים צו פארענט (ביז די נייע געזעץ גייט אריין אין קראפט)
פון די פיר ביז מען ווערט אכט יאהר: א בוסטער סיעט. ווייל די סיעטבעלט איז נישט דיזיינט פאר נידעריקע קינדער פון אונטער 4 פוס מיט 9 אינטשעס (1.45 מעטער).
בוי זיך זעלבסט

קדוש ונורא
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 16, 2017 4:58 pm

תגובהדורך קדוש ונורא » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 11:40 pm

געהערט אמאל פון עיזי-דריוו אז ביז 9 העכער די ספיד שטעלן זיי נישט אפ
קראנט?

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 11:46 pm

יא און ניין. צ.ב.ש. אויב די ספיעד איז 25, דאן וועט ער אפשטעלן. אבער אויב איז עס פון 35 און העכער, דאן "געווענליך" נישט.
בוי זיך זעלבסט


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט