אינטערעסאנטע אויפשריפטן אויף מציבות

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 01, 2009 2:26 pm

farshlufen האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ברוך אתה ה' אלקינו וכו'

קרעמער, לערן זיי אויס ווען צו נוצן "און" און ווען "אין"..

איך כאפ נישט וואס דו מיינסט. אלע און'ס און אין'ס זענען פאסיג ביז גאר.

סארי איך זע נישט קיין איין "אין", לייען ביטע נאכאמאל די לעצטע שורה:

עס דארף צו מיינען אז זי האט געהאלפון דעם מאן מיט צדקה און חסדים.

אבי גערעדט. אלעס קלאפט ווי א שווייצער זייגער.

זי האט געפונען טרייסט "אין" איבערגעגעבנקייט צום מאן וכו'.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג דעצמבער 01, 2009 2:31 pm

קרעמער האט געשריבן:אבי גערעדט. אלעס קלאפט ווי א שווייצער זייגער.

זי האט געפונען טרייסט "אין" איבערגעגעבנקייט צום מאן וכו'.


פארשלאפן האסט א בילד פון די געפינטעלטע מקבל געווען מיט א ציירי?
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג דעצמבער 01, 2009 5:32 pm

farshlufen האט געשריבן:ר' שמחה, איר ספעלט נישט ריכטיג אייער נאמען... גיט א קוק:

איין מינוט נאר!....און וויא אזוי האט איר עס געספעלט? :wink:
the SCY is the limit

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 5:09 pm

פליגל האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:נעבעך אן אפגעהאקט ביימעלע (אזוי האט מען געמאכט ווען איינער איז ל"ע געשטארבן אינג האט מען געשטעלט א מציבה פון אן אפגעהאקט ביימעלע), יונג געשטארבן דינענדיג אין דער ארמיי, ביי וועלכער קריג איז ער אומגעקומען? מערקט דעם אמעריקאנער פאן ביים שפיץ.

מר. בוזי.
לויט די דאטום קוקט אויס אז ער איז ל"ע אימגעקומען אין די לעצטע חודש פונעם ערשטן וועלט קריג.
ARGON ON THE FOREST קען באדייטן אז ער איז געווען אין פראנקרייך ערגעצוואו.


דארט שטייט Argonne Forest און דאס איז טאקע געווען סוף פונעם ערשטען וועלט קריג (פון סוף סעמפטעמבער ביז אנהייב נאוועמבער יאר 918' למספרם, וואס דאס איז שוין לויטן אידישן יארגאנג געווען שנת תרע"ט), דאס איז געווען א חלק פונעם דרייפאכיגן גרויסן אפענסיווע וואס די אמעריקאנער און פראנצויזשע ארמייען האבן דורכגעבראכן דעם דייטשן ליניע אויפן מזרח פראנט, זעה דא אביסל אינפארמאציע, אדער פרעג אן ביי מיסטער גוגל איבער Argonne Forest

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 5:17 pm

יוסלמאן האט געשריבן:א זון נעבעך פארלוירן אינעם ערשטן וועלט קריג און שרה וואס איז "געשטארבען 25סטו אין כסלו" זעט אויס אז זיי האבן נישט געוואוסט פונעם ערשטן טאג חנוכה?!


דאס איז נישט אזא גרויסע קשיא, איך האב געזעהן אויף מציבות אין היימישע שטעט אין אייראפע ווי עס שטייט נאר דער דאטום פון כ"ה כסלו און עס ווערט נישט דערמאנט וועגן חנוכה, די סיבה דערפאר איז לכאורה ווייל אמאל האט נישט געגאנגען אזוי ווי היינט אז מען שרייבט מגילות וויפיל עס גייט ארויף און וויפיל עס איז דא פלאץ אויפן שטיין און עס ווערט געמאכט דורך מאשינען, נאר מענטשן האבן דאס געדארפט אויסקריצן ממילא איז געווען אויסגערעכנט יעדע אות און מען האט נישט געלייגט קיין איבריגע אות, רוב אדער גאר אסאך מציבות אינדערהיים האבן נאר דעם נאמען און טאטענס נאמען און דער טאג פונעם פטירה, און ביי פרויען מציבות זייער אסאך מאל שטייט אפילו נישט דער נאמען פונעם מאן.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2557
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 4:15 pm

איך גלייב אז די לעבער רעדט מען פון סעודת שבת...

850A0153.JPG
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 7:46 pm

ביי די Deaths-אפטיילונג אין דעם "ניו יארק טיימס" האב איך מיט עטליכע יאר צוריק געזען א מודעה איבער איינעמ'ס פטירה, שרייבנדיג אז דער נפטר ז"ל האט גאר שטארק ליב געהאט צו שיפלען און צו עסן טשאקלאד טשיפ קוקיס, די מודעה האט אויסגעפירט אז די לויה וועט פארקומען אין טעמפל אהבת שלום אין מאנהעטן.
לעצט פאראכטן דורך קארל אום דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 10:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 9:27 pm

כאטשיג עסטרייכערס קוקיס?

אדאנק פארשלאפן און בוזי און אלע אנדערע פאר די אינטערעסאנטע אויפשריפטן, עס מאכט נעבעך ממש לאכן פון די אמאליגע אמעראצעס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 10:46 pm

שוועמל האט געשריבן:כאטשיג עסטרייכערס קוקיס?

דעם פרט איז מיר נישט קלאר. ס'איז אבער אנצונעמען אז א איד מאנ"ש טעמפל אהבת שלום וואלט נישט צוגערירט עפעס אנדערש.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 10:54 pm

דאס איז טאקע נישט קיין אמעריקאנער מציבה, אבער מצחיק ביז גאר..
צוגעלייגטע
חשבון ע''ג המצבה.jpg
רעכענט זיך אפ מיטן בנ'אק נאכן טויט..
לעצט פאראכטן דורך אינטעליגענט אום דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 11:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 11:02 pm

אוטש.
--

איך קלער צי דער זוהן איז נישט פארפאלן געגאנגען צו די סאטמארע חלילה..

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 11:14 pm

אינטעליגענט האט געשריבן:דאס איז טאקע נישט קיין אמעריקאנער מציבה, אבער מצחיק ביז גאר..

איי עם סארי, ר' אינטעליגענט. אבער מיר האט וויי געטאן דאס הארץ אז א מענטש איז נעבעך אוועק פון דער וועלט מיט אזא ביטערניש.
לאך נישט פון א צווייטנס צער.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2860
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 8:13 am

איך זע אין די פיצעלע אותיות ווי מען רופט עס "מצבת המריבה" דער איד איז נעבעך געווען זייער זייער דערביטערט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 8:31 am

אוי איז דאס א רחמנות, ער האט געקעמפט פאר א לאנד וואס איז נאך היינט אומסטאביל,און געבליבען א קאליקער לעולם דוד, דאס טוט אים נישט וויי, מיט דעם איז ער שטאלץ, זיין גרויס חכמה וואס זעהט זיך ארויס פון יעדע שורה אויף די מציבה האט ער 'באהבה' מנחיל געווען פאר זיין זון וועלכער האט בוגד געווען אין אים, טא וואס טראגסטו נאך מיין נאמען?....

און ווער עס אי נייגעריג צו וויסען וואס איז געווען זיין דיסעביליטי, גיט מען א קוק ביי די קאורט-פאפירען זעהט מען אז דער איד האט געהאט צוטאן מיט די וועטעראן-אפעירס מיניסטעריום האלטענדיג אז מ'האט אים נישט גענוג קאמפענסירט פאר זיינע מערערע ליידונגען, לבי לבי על חללהים, כי אתה ה' באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה.

ברויך מען נאר וויסען צו דער זון קומט שטעלן א קראנץ בלומען אדער אפשר זאגט ער גאר א קדיש'ל און טרעפט זיך אן מיט'ן פסק פונעם פארביטערטער פאטער.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2860
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 8:33 am

וועל מיר זען צו דער זון וועט אויך שרייבן אויף די מצבה את הורי אהבתי וכבדתי
אז מ'לעבט דערלעבט מען

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 8:38 am

ס'קומט נישט אינגאנצן אריין דא, אפשר מער אין חסידישן אידן אשכול, אבער ס'געווען א איד, א פייערדיגער חסידישער איד, וואס אלץ קינד איז ער אריינגעפאלן אין א קליינעם לעיק און א איד איז מיט מסי"נ אריינגעשפרינגען און אים געראטעוועט. יארן שפעטער - נאכן קריג - איז דער רעטער נעבעך געווארן אקוראט אוואו אונזער מציבה שרייבער, א געפאלענער פון די צה"ל, און מ'האט אים געמאכט א מיליטערישער לויה ווי ס'פאסט...

דער איז וואס איז געראטעוועט געווארן דורך דעם האט דאן געווינט אין ארצה"ק און הערענדיג אז זיין רעטער איז נפטר געווארן איז ער געגאנגען צום לויה צערמאניע. ווען מ'האט געברענגט דעם קראנץ בלומען כחוקת הגוי ליידער ארויפצולייגן אויפ'ן ארון, האט זיך דער איד נישט געקענט איינהאלטן און ארויפגעשפרינגען, אראפגעטראסקעט די בלומען און זיך גענומען שרייען אז ס'זיין טאטע ווייל ער האט אים געראטעווע און ער וויל נישט מ'זאללייגן בלומען אויף זיין טאטען'ס ארון.

וואס דארט איז געבליבן, צו די צערמאניע האצעך געענדיגט ווייס איך נישט, אבער דער איד האט קיין בלומען אויפ' ארון נישט געהאט.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג ינואר 04, 2010 2:16 pm

מעמוד ג
ברוקלין האט געשריבן:היטלער ימ"ש האט נישט געהייסען היטלער, ער האט געהאט עפעס אן אנדערע נאמען (איך געדענק שוין נישט, קיק עס נאך). ער האט זיך געגעבן די נאמען היטלער שפעטער, ימ"ש.

שיקעלגרובער
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 04, 2010 4:13 pm

א כלה ביום חופתה
צוגעלייגטע
gershon.jpg

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך מארטש 10, 2010 10:34 am

ס'איז נאך אפשר שוין נאך פורים אבער דא אויפן בית עולם פונעם ארבעטערס רינג ווי עס ליגן די מיטגלידער פון די בונדיסטישע סאציאליסטישע און יידישיסטישע באוועגונג פון טאראנטא איז נאך פרייליך ביז גאר, דאס איז דער ערשטער מציבה -הארט ביים טויער- פון פילע אנדערע מציבות וואס האבן מיר און מיינע באגלייטער געמאכט אויפגעלייגט און גוטמוטיג, דער באזוך אין דער דאזיגער חלקה איז געווען א שעה של קורת רוח, און איך וועל אייך בל"נ אויך מיטטיילן מיט בילדער פון וואס מיר האבן געזעהן.

(די בילדער פון מקום מנוחתם והציונים של הרבנים והגדולים אשר מנו"כ אין יענער ביה"ח האבן מיר געשיקט קיין קברים דאט קאם און עס ווערט כידוע אין די טעג ארויף געשטעלט פאר אירע באזוכער)
צוגעלייגטע
ar 5.JPG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך מארטש 10, 2010 10:42 am

איך בין נישט זיכער אויב ער איז פון יענער חלקה אבער ס'דאך אינטערעסאנט
צוגעלייגטע
i 2.1.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך מארטש 10, 2010 10:43 am

בן בוזי האט געשריבן:איך בין נישט זיכער אויב ער איז פון יענער חלקה אבער ס'דאך אינטערעסאנט


דאס איז אין די ארבייטערס רינג בית עלמין.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך מארטש 10, 2010 10:44 am

וואנעט ווייסטו?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך מארטש 10, 2010 10:51 am

בן בוזי האט געשריבן:וואנעט ווייסטו?


כ'האב שוין באזוכט אמאל, אבער אהן א פאטא אפאראט.
דאכצעך אז רוב מציבות דארט שטייט אויף אידיש - אבער די ענגלישן דאטום.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך מארטש 10, 2010 10:56 am

איך האב קודם געמיינט אז די יכבד איז געשטארבען פורים, אבער NOV. איז נישט פורים
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך מארטש 10, 2010 11:15 am

זאל איהם/איהר דער ערד גרינג זיין........................ :wink:
צוגעלייגטע
ar 14.1.jpg
ar 13.1.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ?אפשרטאקע, בריוועלע, בשבילי נברא, קיווי סטראבערי, שמן און 18 געסט