קנקן טעגליך

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

כ״ח אב תשע״ט - רש״י געקומען פאר א באזוך קיין קראקא!

תגובהדורך קנקן » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 7:00 am

כ״ח אב תשע״ט
Maginei Shlomo.jpg
Maginei Shlomo.jpg (311.45 KiB) געזעהן 2606 מאל

היינט, מיט 371 יאר צוריק, אום שנת ת״ח לפ״ק, איז רש״י געקומען פאר א באזוך קיין קראקא!
געווען איז עס ווען דער קראקאווער רב הגאון מוהר״ר יהושע חריף, איז געליגן אויף זיין קראנקן בעט, א האלבע שטונדע פאר יציאת נשמה. אלע גדולי ישראל פון קראקא זענען געווען פארזאמעלט ארום אים, ווען ער האט מיטאמאל געגעבן א רוף אויס: ״מאכט פלאץ פאר רש״י, ווארום ער איז געקומען מקבל זיין מיין נשמה, צוליב וואס איך האב אים פארטיידיגט און פארענטפערט אלע קשיות וואס די תוספות פרעגן אויפ׳ן אים!״
אט די אלע תירוצים שטעלן צוזאם דאס ספר מגיני שלמה, וואס אט די נאמען ווירקליך אפטייטשן איר אינהאלט, די פארטייגדערס פון שלמה [רש״י]
מקור: נכדו בהקדמתו לס׳ מגיני שלמה, אמשטרדם תע״ה.

---
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 6:55 am

כ״ט אב תשע״ט
Worms Shul.jpg
Worms Shul.jpg (425.82 KiB) געזעהן 2555 מאל

היינט, מיט 399 יאר צוריק, אום שנת ש״פ לפ״ק, האט מען געענדיגט איבערבויען דעם ווארמסער שוהל.
געווען איז עס, מיט 2 יאר פריער, אינמיטן חזרת הש״ץ, אום שביעי של פסח, ווען מען האט פארטריבן די יודן פון ווארמס. אינ׳ם זעלבן טאג האבן די גוים חרוב געמאכט דעם היסטארישן שוהל.
דעם קומענדיגן ערב ר״ח שבט, זענען די יודן צוריק אריין געלאזט געווארן אין שטאט אריין, און זיך גענומען איבערבויען דעם שוהל, וועלכע איז פארענגידט געווארן אום ער״ח אלול שנת ש״ף לפ״ק. די ערשטע תפילה איז הערשט פארגעקומען אום שבת תשובה.
אגב. אט די היסטארישע שוהל איז נאכמאל אומגעווארפען געווארן בשעת׳ן צווייטן וועלטס קריג, און מען האט נאכהער צוריק אויפגעבויעט פון פריש.
מקור: ר׳ יוֹזֶפּא שמש, מנהגים דק״ק וורמיישא עמוד צ״ג.


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 8:59 am

א׳ אלול תשע״ט
Sefer Hazichronos.jpg
Sefer Hazichronos.jpg (739.35 KiB) געזעהן 2507 מאל

היינט, מיט 325 יאר צוריק, אום שנת תנ״ו, אין אין ווענעציע נסתלק געווארן איר רב, הגאון מהור״ר שמואל אבוהב.
ר׳ שמואל אבוהב, איז באקאנט, זייענדיג א שטארקער לוחם קייגן די כת ש״ץ שר״י.
הגאון חיד״א, שרייבט אז ער איז דער מחבר פונ׳ם ספר הזכרונות וועלכע איז געדרוקט געווארן אין פראג אום שנת ת״ם לפ״ק.
ספר הזכרונות איז א ספר געווידמעט פאר דאס איטאליענעם יודנטום,וועלכע א דאנק - צו דאס וואס איז באקאנט אלס - דעם רענעסאנס באוועגונג, איז שטארק אפעקטירט ביי זיי דאס יודישקייט. דער ספר טוט דערמאנען דעם יוד וואס ס׳פארלאנגט זיך פון עם, וואס יא צו טוען און וואס נישט. פון די ׳וואס נישט׳ וואס ווערט אלס דערמאנט אינ׳ם ספר, קענען מיר זעהן, אז דער סיטואלציע איז דארט געווען בשפל המצב ממש.
מקור: גבול בנימין דרוש מ״ז


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 6:22 am

ב׳ אלול תשע״ט
Shulchan Aruch RS.jpg
Shulchan Aruch RS.jpg (659.63 KiB) געזעהן 2450 מאל

היינט, 464 יאר צוריק, אום שנת שט״וֹ לפ״ק, האט הגאון מוהר״ר יוסף קארו, דער בית יוסף געענדיגט שרייבן דאס ערשטער טייל, פון זיין מאנומעטאלע ווערק, דער שלחן ערוך חלק אורח חיים, אינ׳ם דארף בִּירִיָא, וועלכע געפונט זיך אין גליל העליון, ארץ ישראל.
אט דעם אנעקדאט האט ער פארצייכנט אין דעם געדרוקטן שלחן ערוך: ״תם ונשלם ביום ב׳ ב׳ לאלול שנת אלקים חשב״ה לטובה בכפר ביריא שבגליל העליון תוב״ב.״
ס׳האט אים נאך גענומען א 10 יאר ביז זיינע שריפטען זענען אנגעקומען קיין ווענעציע, און עס איז ארויף אויפ׳ן פרעס צו דרוק, אום ח״י כסלו שנת שכ״ה לפ״ק.
בילד: ערשטן דרוק פונ׳ם שלחן ערוך [אן דעם רמ״א׳ס הגהות]


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 6:58 am

ג׳ אלול תשע״ט
Kaliningrad-Russia RS.jpg
Kaliningrad-Russia RS.jpg (270.83 KiB) געזעהן 2391 מאל

היינט, מיט 151 יאר צוריק, אום שנת תרכ״ח לפ״ק, האב די יודן פון קעניגסבערג, פרייסין (Kaliningrad, Russia) באגלייט זייערע גרויסער גאסט, הגאון מוהר״ר אברהם צבי הירש אייזנשטאדט אבד״ק אוטייאן, ליטא צו זיין אייביגע רוה.
ר׳ אברהם צבי, איז באקאנט ע״ש ספרו פתחי תשובה, וואס איז געדרוקט אויפ׳ן בלאט אינ׳ם שלחן ערוך.
ער האט זיך געוואנדן אנהייב זומער תרכ״ח קיין קעניגסבערג, צו באזוכן די דארטיגע דאקטורים, און געהאפט צו זיין צוריק אינדערהיים אויף ראש השנה. למעשה איז ער דארטן נסתלק געווארן, זייענדיג 56 יאר אלט. ער איז געקומען למנוחת עולמים אין די פרעמד אין קענגיסבערג.
מקור: הוספה להמגיד נו. 47, שנת תרכ״ח, עמוד 48.


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:52 am

ד׳ אלול תשע״ט
Ladislaus_the_Postumous.jpg
Ladislaus_the_Postumous.jpg (561.13 KiB) געזעהן 2334 מאל
היינט, מיט 430 יאר צוריק, אום שנת שמ״ט, האט דער קייזער רודאלף דער צווייטער, געלאזט איבערמאכן דעם קעניגליכן באגרעבעניש ארט פון די בעהמישע קעניגען. צוליב דעם האט מען געעפנט די קברי המלכים. צו זייערע ערשטוינונג האבן די קערפער פון צוויי קעניגען, אויס געזען פריש: 1) קעניג לעסלא (Ladislaus the Posthumous) וועלכע איז שוין געווען טויט פאר 132 יאר, און 2) קעניג קארלוס דער פערדער (Charles IV) וועלכע איז שוין געווען טויט פאר 211 יאר.
די פראגער באהערדע האבן געלאדנט עטליכע יודן צו קומען באטראכטן אט דעם וואונדער, און ווי הגאון מהור״ר דוד גאנז געבט איבער אין צמח דוד, זענען צווישן די באטייליגטע געווען הגאון מוהר״ר חיים כהן און ר׳ אברהם כ״ץ - דער שופט היהודים. זיי האבן באטאפט די הענט פון די קעניגן צו באשטעטיגן דעם פאקט.
בילד: קייזער לעסלא
מקור: צמח דוד ח״ב שמ״ט
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 7:06 am

ה׳ אלול תשע״ט
Venice Cemetery.jpg
Venice Cemetery.jpg (80.4 KiB) געזעהן 2292 מאל

היינט, קנקן - קן ח׳, ווארט אייך אפ אויף די פאליצעס אין די געשעפטן אין ניו יארק/דזשערסי [אייראפע וועט אנקומען קומענדיגע וואך בע״ה]
מיט 404 יאר צוריק, אום שנת שע״ה, איז ר׳ ישראל האמרשלאג פון פראג נפטר געווארן אין ווענעציע.
ר׳ ישראל איז געווען דער ראש הקהל פון די פראגער קהלה. אויף די עלטער זיינע, האט ער באשלאסן עולה צו זיין צו אונזער הייליג לאנד, אבער ער האט נישט עספיעט אנצוקומען אהין, ווען ער איז אין אונטערוועגנס קראנק געווארן, און איז נפטר געווען אין ווענעציע, וואו ער איז געקומען למנוחת עולמים.
וואס איז נישט אזוי באקאנט איז, אז זיין אייניקל, ריקל, איז געווען א כלה מיט׳ן ב״ח׳ס א זון. מער פון דעם ווייסן מיר נישט, מיר ווייסן נישט צו זי האט טאקע עווענטועל חתונה געהאט מיט אים, און אזוי אויך ווייסן מיר נישט די נאמען פונ׳ם ב״ח׳ס זון, זעה באריכות קנקן - קן ב׳ ״מזל טוב! צוויי שידוכים אין קראקא״.
בילד: דאס יודישע בית עלמין אין ווענעציע
מקורות: לוחות אבנים, יודישע פריוואטבריעפע


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 8:30 am

די היינטיגע טעגליכע קנקן איז בטעות געפאוסט ביי די אשכול פון די קאמענטארן
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=125

אוראייניקל
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 8:55 am

ו׳ אלול תשע״ט
Simon the Miser.jpg
Simon the Miser.jpg (476.6 KiB) געזעהן 2203 מאל




היינט, מיט 365 יאר צוריק, אום שנת תי״ד לפ״ק, האט די יודישע געמיינדע פון קראקא באגלייט זייערע באליבטן רב, הגאון מוהר״ר ליפמן הלוי העליר, בעל תוספות יום טוב צו זיין אייביגע רוה.
צו דער איבעראשונג פון פילע באטייליגטע האט מען אים נישט געפירט צו דעם חלקת הרבנים, נאר אונטער׳ן פלויט, ווי מען האט באערדיגט די אומבאקאנטע קבצנים.
יא! מיר באצוען זיך צו די באקאנטע געשיכטע פון דעם קארגער ר׳ שמעון, וועלכע האט נאך א מגיפה נישט געוואלט ביישטייערן קיין פרוטה פון די פילע אלמנות און יתומים, אבער ווי ס׳האט זיך אויסגעשטעלט נאך זיין טויט, האט ער געדעקט אלע זייערע חובות אין די לאקאלע געשעפטן.
ווען דער קדושת ציון זצ״ל פון באבוב האט אמאל באזוכט אין קראקא, האט מען אים מכבד געווען צו ליינען פון דעם פנקס, און מען האט עס אויפגעמישט צו אט די געשיכטע, וועלכע איז דארטן געווען פארצייכנט.
בילד: ר׳ שמעונ׳ס מצבה


קנקן טעגליך-קאמענטארן

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 8:05 am

ח׳ אלול תשע״ט
Schonle Gunzenhausen.jpg
Schonle Gunzenhausen.jpg (387.42 KiB) געזעהן 2148 מאל

היינט, מיט 253 יאר צוריק, אום שנת תקכ״ו לפ״ק, האט דער חתן יצחק נויבערג פון מאננהיים, חתונה געהאט מיט לאה גונצהויזר פון בונא, אין מאננהיים.
אום שבת שבע ברכות אינדערפרי, איז יצחק פארשוואונדן געווארן. דאס האט עווענטועל געפירט אז ער האט געגעבן פאר לאה א גט אין געשווינד אין קליווא.
אט די גט אין באקאנט אלס ׳דער קליווער גט׳. דער פראנקפורטער בית דין, בראש פון הגאון מוהר״ר אבוש׳ל פראנקפורטער, האבן עס גע׳פסל׳ט, אנגעבענדיג אז יצחק ליידט פון וואס מיר רופען היינט ׳פאראנאיע׳.
רוב גדולי ישראל,בראש פונ׳ם נודע ביהודה, זענען ארויס קייגן דעם פסק, און זיך אנגענומען פאר׳ן קליווער רב, הגאון מוהר״ר ישראל ליפשיץ, וועלכע האט געזאגט אז יצחק איז געווען ביים קלארן זינען בשעת׳ן דעבן דעם גט, און דעריבער איז דער גט א גוטער גט.
מקור: אור ישראל ועוד...


בילד: לאה׳ס מוטער׳ס מצבה
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 6:49 am

ט׳ אלול ה׳תשע״ט לב״ע
Ramban.jpg
Ramban.jpg (207.5 KiB) געזעהן 2067 מאל

היינט, מיט 752 יאר צוריק, אום שנת כ״ז לפ״ק, האט רבינו הגדול רבי משה בן נחמן, באקאנט אלס דער רמב״ן, ערייכט צום ערשטן מאל אין זיין לעבן די חורבות פון ירושלים עיר הקודש.
דער רמב״ן דערמאנט פאעטאיש אט דעם באזוך אין איינע פון זיינע בריוון.
אנקומענדיג צום טויער פון ירושלים, האט ער געריסן קריעה. ווען ער איז אנגעקומען צום ארט ווי דער בית המקדש איז אמאל געשטאנען, האט ער נאכאמאל געריסן קריעה, אויספלאצנדיג אין א יאמערליכן געוויין,אויסשרייענדיג: ״בית קדשינו תפארתנו, אשר הללוך אבותינו, היה לשריפת אש וכל מחמדנו, היה לחרבה.״ און דערנאך געזאג תהלים קאפיטל מ״ג.
מקור: אגרת הרמב״ן, מסעות ארץ ישראל עמוד 77.

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 8:43 am

י״א אלול תשע״ט
Sobiecki.jpeg
Sobiecki.jpeg (171.04 KiB) געזעהן 1984 מאל

היינט, מיט 336 יאר צוריק, אום שנת תמ״ג לפ״ק, האט יאן סוביעצקי, דער קעניג פון פוילן, געוואונען דעם שלאכט פון וויען, קייגען די טערקישע אימפעריע.
דריי יאר, איידער יאן סוביעצקי איז ערוויילט געווארן אלס קעניג פון פוילן, האט ער געוויילט ביי זיין יודישן פריינט ר׳ איציק זאלקוויר. ר איציק האט אים ביי א געלעגנהייט דערציילט אז א געוויסער גאסט זיינע, זאגט אין פאר, אז ער וועט נאך איין טאג ערוויילט ווערן אלס קעניג אין לאנד. סוביעצקי איז איבעראשט געווארן צו הערן אזא זאך, ווארום ער איז נישט געווען פון די קעניג׳ליכע פאמיליע. ער האט געבעטן אז מען זאל אין אפירוכן דעם מבשר טוב, אבער ער איז נישט געוען צום געפונען.
יאן סוביעצקי איז טאקע זייער באקאנט האבנ׳דיג געווען א גרויסער אוהב ישראל.
מקור: שלמי אמוני ישראל ח״ב.




נ.ב. צוליב טעכנישע סיבות הא׳מיר נעכטן פארפאסט צו שרייבן א באריכט, ואתכם הסליחה.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 7:03 am

י״ב אלול תשע״ט לפ״ק
kozienice.jpg
kozienice.jpg (152.61 KiB) געזעהן 1934 מאל

היינט איז דער יארצייט פון הרה״ק מוהר״ר משה׳לי קאזעניצער זי״ע. דער זון און ממלא פונ׳ם פאטער זיין דער דער קאזעניצער מגיד זצ״ל.
ר׳ משה׳לי׳ס טויט׳ס רעקארד, איז פארשריבן אין קאזעניץ, טויט׳ס בוך, אקט 84, ווי פאלגענד: האפשטיין, מאשעק, געשטארבען 22 אוגוסט 1828, עלטער 59, עלטערן ישראל און ריזל.
מקור: Jewish Records Indexing - Poland


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 5:45 am

י״ג אלול תשע״ט לפ״ק
Worms Shul Inside 1938.jpg
Worms Shul Inside 1938.jpg (600.19 KiB) געזעהן 1868 מאל

היינט, מיט 241 יאר צוריק, אום שבת קודש פ׳ כי תצא שנת תקל״ח לפ״ק, האט הגאון מוהר״ר יחיאל מיכל שייער, געהאלטן זיין איינצוגס דרשה אין ווארמס.
ר׳ מיכל איז געבוירן אום שנת ת״ק אין פראנקפורט צו זיינע עלטערן הגאון מוהר״ר דוד טעבלי שייער אבד״ק מגנצא, און מרת יוטלא מבית אופנהיים.
אלס יונגערמאן האט ער געדינט אלס ראש ישיבה אין מגנצא, אין וועלכע דער חתם סופר האט געלערנט אונטער זיין אויפזוכט. נאכהער האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין ווארמס. 4 יאר דערויף האט ער איבערגענומען דאס רבנות אין מאננהיים, וואו ער איז איז פארבליבן ביז צו זיין פטירה, אום ב׳ אלול תקס״ט לפ״ק.
ער איז נפטר געווארן אן קיין זש״ק.
בילד: שול אין ווארמס
מקור: בית אהרן וישראל קובץ נ״ד, עמוד קל״ד, אלה תולדות 13.VIII.1809

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 8:38 am

ט״ו אלול תשע״ט לפ״ק
Pressburg Cemetery.jpg
Pressburg Cemetery.jpg (182 KiB) געזעהן 1779 מאל

היינט, מיט 261 יאר צוריק, אום שנת תקי״ח לפ״ק, איז נפטר געווארן רבי עקיבא איגר דער ערשטער, אין פרעשׂבורג.
ווען ר׳ עקיבא איז אויפגענומען געווארן אלס רב, האט נאך דארט אמטירט הגאון מוהר״ר משה חריף, אין פרעשבורג, אבער ער איז שוין געווען אלט און שוואך. איינמאל האט מען מכבד געווען ר׳ עקיבא׳ן צו האלטן א דרשה ביי וועלכע דער עלטערער רב האט זיך געפילט געטראפן.
אום ג׳ אלול תקי״ח, איז ר׳ משה חריף נפטר געווארן און ר׳ עקיבא האט געהאלטן א הספד ביי וועלכע ער האט זיך אפגעשטעלט, זאגנדיג, אז ר׳ משה חריף רופט אים צו א דין תורה ביים בי״ד של מעלה, ער האט פראבירט ווייטער צו זאגן, אבער ער האט נישט געקענט צוענדיגן, דעם נאפלגנדן ט״ו אלול איז ר׳ עקיבא יונגערהייט נפטר געווארן.
מקור: תולדותיו בס׳ יש מנחילין.

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 6:29 am

ט״ז אלול תשע״ט לפ״ק
Hungarian war of 1848 RS.jpg
Hungarian war of 1848 RS.jpg (320.65 KiB) געזעהן 1708 מאל

היינט, מיט 157 יאר צוריק, אום שנת תרכ״ב לפ״ק, האבן זיך געשטעלט צוויי עדות אין דעם לעמבערגער בי״ד, ר׳ שלמה זאב ווערביק פון יאוורוב, און ר׳ חנוך משה פון מאשציסק, און מעיד געווען איז ר׳ אלי׳ הירש פון מעכנאוויץ איז אומגעקומען געווארן אינ׳ם קריג, דעם 3 אוגוסט 1849.
דער קריג באצועט זיך דער אונגארישע רעוואלוציע אום יארע 1848. הירש איז געשטארבן פון שראפנעל פון א קאנאן וואס האט אויפגעפלאצט לעבן אים. די צוויי עדות, האבן תחלת געוואלט באקומען באצאלט פאר זייערע ווערדפולע עדות, אבער האבן - א שיינע פאר יאר שפעטער - זיך געבראכן, און איבערגעגבן זייערע עדות פריי פון אפצאל, לטובת הירש׳נס אלמנה.
מקור: דברי חיים אה״ע נ״ה.


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 5:43 am

י״ז אלול תשע״ט לפ״ק
היינט, מיט 3329 יאר צוריק, אום שנת ב׳ר״ן לב״ע, זענען 12 פון די מרגלים געשטארבן - לויט דעם שו״ע.
אונז ווייסן מיר, אז אינ׳ם טאג וואס די מרגלים האבן גערעדט לשון הרע אויף אונזער הייליג לאנד, אום ט׳ באב, איז דאס טאג פארוואנדלט געווארן אין א יום מוכן לפרעניות. ווי עס שיינט איז דאס זעלביגע מיט׳ן טאג ווען זיי זענען געשטראפט געווארן, זינט דער צווייטער וועלט׳ס קריג, האט אויסגעבראכן אינ׳ם זעלבן טאג - י״ז אלול תרצ״ט לפ״ק.
אויסער וואס דער קריג, האט אויסגעמעקט א דריטל פון אונזער הייליג פאלק, אונזערע גדולי ישראל, קהלות הקודש, שוהלן, ספרי תורה ולומדי׳, האט עס ליידער אויך אויסגעמעקט פילע באקאנטע היסטארישע קאפיטלען פון אונזערע היסטאריע, וועלכע מיר פראבירן זיי צוריק אויפצופרישן דורך אונזערע קנקן אויסגאבע.
מקור: שו״ע או״ח תק״פ.


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 6:42 am

י״ח אלול תשע״ט לפ״ק
היינט מיט 410 יאר צוריק, אום שנת שס״ט לפ״ק איז דער מהר״ל נסתלק געווארן אין פראג.
דער פויבסט אין רוים האט אמאל אויסגעפארמעט א וואקסענעם פיגור פון יאשקע ימ״ש, מיט׳ן ציל אריינצולייגן דערינען א רוח חיים, און דערמיט שאדן טוען כלל ישראל. צו קענען אויספירן זיין פלאן האט עס געמוזט נעכטיגן אין א יודישע הויז. האט ער געבארגט געלט פון א רוימישן יוד און געגעבן צו האלטן דען פיגור פארשלאסן אין א שאכטל אלס א משכון. נאך דריימאל וואס דער יוד האט זיך פארהוילן פון א חלום פון אלי׳ הנביא ווי ער האט אים אויפערקמגעמאכט פו ןדי טומאה אין זיין הויז, איז דער מהר״ל געקומען מיט קפיצת הדרך אין מיט׳ן זיין ידיעות פםון די שמות הקדושה געעפנט דעם שאכטל און פארטיליגט דעם פיגור.
נאך וואס דער פויבסט האט צוריקגענומען דעם שאכטל, האט ער געלאדנט אלע שישעקס פון רוים מיטצוהאלטן א פארכטיכע מחזה, וועלכע האט זיך למעשה קיינמאל באוויזן – א דאנק דער הייליגער מהר״ל.
זי״ע.
בילד: אראפגענומען צוליב נשים
מקור: הג״ר אברהם כלפון, תלמיד החיד״א בספרו מעשה צדיקים, סיפור ש״ה.


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 6:07 am

י״ט אלול תשע״ט לפ״ק
Richard.jpg
Richard.jpg (498.74 KiB) געזעהן 1485 מאל

היינט, מיט 830 יאר צוריק, אום שנת תתקמ״ט לפ״ק, איז רבינו יעקב הי״ד מאוליינשׂ, פון די בעלי התוספות אומבגעברענגט געווארן דאהי אין לאנדאן.
אין דעם טאג האט מען געקרוינט דעם נייעם קעניג ריכארד דעם צווייטן, אלס קעניג. אין די לעצטע מינוט האט מען פארבאטן יודן זיך צו באטייליגן אינ׳ם צערמאניע. צוויי יודן וועלכע זענען געקומען פון יארק האבן באשלאסן יא אהין צוגיין, נעמענדיג אין באטראכט אז אלס פרעמדע וועט מען זיי נישט דערקענען - אבער מען האט זיי דערקענט.
די גוים זעהענדיג ווען מען שלעפט ארויס ברוטאלערהייט די צווייי יודן פונ׳ם פאלאץ האבן פארשטאנען אז יודיש בלוט איז הפקר, זיי האבן זיך אראפ געלאזט צום יודישן קווארטל, און א פאגראם האט אויסגעבראכן. צוויישן די אומגעקומענע איז געווען ר׳ יעקב פון ארלעאנס.
מקור: גזירות אשכנז וצרפת, עמק הבכא

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 6:16 am

ך׳ אלול תשע״ט לפ״ק.
Venice Cemetery.jpg
Venice Cemetery.jpg (80.4 KiB) געזעהן 1423 מאל

היינט מיט, 396 יאר צוריק, האבן די וויענער יודן באגלייט זייערער באליבטער רב, הגאון מוהר״ר [אברהם] חיים פון אפטא למנוחת עולמים.
ר׳ חיים אליינס, איז וי ווייט מיר ווייסן, נישט געווען פון א מיוחס׳דיגע משפחה, ווידער זיינע צוויי רביצינס שוין איינמאל.
זיין אשת נעורים, הרבנית מלכה, איז געווען א טאכטער פון ר׳ אלעזר א ברידער פונ׳ם רמ״א, און פון מרת מרים א טאכטער פונ׳ם מהרש״ל.
זיין זווג שני, הרבנית מרים פון פראג, איז געווען אן אייניקל פון ר׳ [משה] אהרן תאומים חתן ר׳ ישראל הורוויץ ביידע פון פראג, דערמיט איז זי געווען א נאנטע געשוויסטער קינד מיט די גדולי ישראל פון איר צייט, א שטייגער ווי דער תוספות יום טוב, דער קיקיון דיונה, ר׳ מענדל קלויזנער, הג״ר אברהם פלעש אבד״ק ווינא, ר׳ אברהם ריז יועץ המלך בווינא, אריינגערעכנט איר מאנ׳ס ערשטע רביצין מרת מלכה.
בילד: בית החיים אין וויען, ר׳ דער וויענער רב איז געקומען למנוחה
מקורות: ציוני ווינא ח״א, 91, 117.

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 5:39 am

זונטאג, כ״ג אלול תשע״ט לפ״ק
Pinczow Old Synagogue RS.jpg
Pinczow Old Synagogue RS.jpg (467.88 KiB) געזעהן 1331 מאל

היינט, מיט 258 יאר צוריק, אום שנת תקכ״א, איז נפטר געווארן הגאון מוהר״ר שלמה אבד״ק פינטשוב.
ר׳ שלמה׳ס טאכטער מרת אסתר, איז געווען די באבע פונ׳ם תפארת שלמה פון ראדאמסק.
ר׳ שלמה׳ס ערשטן זווג, מרת בילא איז געווען א טאכטער פון הג״ר פייבל תאומים אבד״ק פרעמישׂלא. איינמאל פארנאכטס ווען זי האט זיך געבאדן, האט איר די טויבע משרתת בטעות אנגעגעסן מיט א טאפ קאכעדיגע וואסער פונ׳ם פייער. זייענדיג טויב, האט זי נעבעך נישט געהערט אירע געשרייען. מרת בילא איז רח״ל אומגעקומען פו ןדי וואונדן.
ר׳ פייבל נישט וועלנדיג פארלירן אזא חשוב קינד, האט ער אים געגעבן זיין אייניקל הרבנית גיטל פאר זווג שני. זי איז געווען די מוטער פון זיינע קינדער.
בילד: די אלטע שוהל אין פינטשוב
מקור: יש מנחילין קמ״ז

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:33 am

מאנטאג, כ״ג אלול תשע״ט לפ״ק.
Bach.jpg
Bach.jpg (604.07 KiB) געזעהן 1269 מאל

היינט, מיט 398 יאר צוריק, האט א טראגעדיע אויפגעשוידערט קראקא.
דער יונערמאנטשיקל, ר׳ יעקב ב״ר אלחנן, האט אראפגעטראסקעט הונטערוויילכטס פון די שטיגן, ער האט זיך צובראכן זיין גענאק, און רח״ל געשטארבן דערפון.
אינ׳ם פנקס פון קראקא ווערט ר׳ יעקב באטיטלט אלס ״יעקב איש תם ואיש חלק בלי חתימת זקן!״
ר׳ יעקב איז געווען ״חתן המלך״, זייענדיג אן איידעם ביי דעם קראקאווער רב, הגאון מוהר״ר יואל סירקיש, באקאנט אלס דער ב״ח.
מקור: פנקס דק״ק קראקא, עיר הצדק עמוד 73.


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 6:56 am

דינסטאג, כ״ד אלול תשע״ט לפ״ק
Walls of Jerusalem.jpg
Walls of Jerusalem.jpg (260.64 KiB) געזעהן 1190 מאל

היינט, מיט 2370 יאר צוריק, אום שנת ג׳ת״ט לב״ע, האבן די יודן זיך צוזאמענגענומען און גענומען צוגרייטן דו דאס ווידעראויפבוי פון די חומות ירושלים. די חומות זענען צואווארפן געווארן 70 יאר פריער, מיט׳ן אייננעם פון ירושלים און די חורבן פונ׳ם בית המקדש.
די יודן האבן זייער פלייסיג געארבעט, ווי דער פסוק זאגט, האט מען געארבעט דערויף, פון עלות השחר ביז צאת הכוכבים. דאס אויפבוי האט גענומען 4 יאר.
מקור: סדר הדורות בשם שלשלת הקבלה, שנת ג׳ ת״ח.


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 6:03 am

מיטוואך, כ״ה אלול תשע״ט לפ״ק
Creation RS.jpg
Creation RS.jpg (550.57 KiB) געזעהן 1184 מאל

היינט מיט 5778 יאר צוריק, אום שנת א׳ לב״ע, איז געווען בריאת העולם, וועלכע האט גענומען זעקה טעג - די ששת ימי המעשה - זיך ענדיגנדיג אום פרייטאג, ראש השנה שנת ב׳ לב״ע.
מיר ציילן אונזערע יארן פון בריאת העולם. ווידער רבי יוסי בן חלפתא אין סדר עולם, ציילט די יארן פון בריאת האדם, וועלכע איז ששוין געווען אום שנת ב׳, דעריבער געפונען מיר אז די יארן זענען מיט 1 יאר פריער.
דאס ציילן די יארן פון בריאת העולם, געפונען מיר שוין אין חז״ל, אין מס׳ סנהדרין דף צ״ז ע״ב.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

איטשע
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 7:00 am

דאנערשטאג, כ״ו אלול תשע״ט לפ״ק
Beis Yossef.jpg
Beis Yossef.jpg (91.49 KiB) געזעהן 1121 מאל

היינט, 462 יאר צוריק, אום שנת שי״ז לפ״ק, האבן ק״ק לורקא און ק״ק שלום געמאכט צווישן זיך.
מיר געפונען אין די שטאט מאגנסייא (Magnēsıa/Manisa, Turkey) עטליכע קהלות, ק״ק טולידו (Toledo, Spain), ק״ק לורקא (Lurca, Spain) און ק״ק שלום. רב אין די קהלה איז געווען הגאון מוהר״ר אברהם שלום. נאך זיין פטירה האט א מחלוקת אויסגעבראכן צווישן די די צוויי אויבנדערמאנטע קהלות, אין וועלכע מען האט שלום געמאכט אום שב״ק כ״ו אלול.
די פרשה איז בשעת געשיקט געווארן צו דעם בית יוסףֿ, אין וועלכע די שלום אפמאך ווערט דערמאנט.
מקור: אבקת רוכל ר״ו.




צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט