קנקן טעגליך

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 6:10 am

פרייטאג, כ״ז אלול תשע״ט לפ״ק
Maase Rokeach.jpg
Maase Rokeach.jpg (82.76 KiB) געזעהן 2356 מאל

היינט , מיט 384 יאר צוריק, אום שנת תצ״ה לפ״ק, האט מען אין אמסטערדאם אפגעראכן א גראנדיעזן קבלת פנים, לכבוד דאס אנקום פון דעם נייעם רב, הגאון מוהר״ר אלעזר מבראד. ער איז געקומען איבערנעמען דאס רבנות שטעלע פון די אשכנז׳ישע קהלה אין שטאט.
ר׳ אלעזר איז באקאנט על שם ספרו ״מעשה רוקח״. א טייל פון זיינע אייניקלעך האבן זיך יארן שפעטער אדאפטירט דעם משפחה נאמען ״רוקח״ אויפ׳ן נאמען פון זיין ספר.
לכבודו, האט מען , ווי באקאנט, געלאזט גיסן ספעציעל מטבעות, וועלכע פארמכן די צורה פונ׳ם רב דערויף. דער רעגירונג האט עס כלייך אפגעשטעלט, עווענטעול האט מען איבערגעגאסן נאכגעמאכטע מטבעות דערפון.
בילד: די מטבע פון ביידע זייטן.

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 4:57 am

זונטאג, כ״ט אלול תשע״ט לפ״ק
Allesandria.jpg
Allesandria.jpg (74.61 KiB) געזעהן 2321 מאל
היינט, מיט 460 יאר צוריק, אום שנת שי״ט לפ״ק, זענען די ספרים פון די קהלה אין אַלישׂאַנדריאה, איטטאליען, צוריק געשיקט געווארן צו דעם בירגערמייסטער.
אנגעהויבן האט זיך די געשיכטע מיט א יאר פריער, ווען אום יום כיפור האט דער משומד פיליפו ימ״ש, אריינגעשטעלט א שטאנדבילד אינ׳ם ארון הקודש, אין ריקאנאטי.
ער האט ער אונטערגעהעצט די גלחים קייגן די יודן, וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט׳ן אנעקסירן יודישע ספרי קודש, און פארשידענע לאקאלע שריפת ספרי קודש. די יודן פון אַלישׂאַנדריאה האבן די געוואנדן צו דעם הרעצאג פון שֶׂישַׂה, וועלכע האט אום ערב ראש השנה, פארלאנגט פונ׳ם גלח צוריקצושיקן אלע פארכאפטע ספרים קיין אַלישׂאַנדריאה.
בילד: שוהל אין אַלישׂאַנדריאה
מקור: עמק הבכא


מיר ווילן נוצן די געלעגנהייט אייך צו וואונטשן מיט א כתיבה וחתימה טובה, מיט א גוט געבענטשט יאר, אז קומענדיג יאר ער״ה, ווען מיר וועלן צוריקקוקן אויפן יאר, זאל מיר נישט קענען זאגן ״תכלה שנה וקללותיה.״
אייערס
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 6:54 am

ג׳ תשרי תש״ף לפ״ק
היינט, מיט 2440 יאר צוריק, אום שנת ג׳ ש״ם לב״ע, איז גדליה בן אחיקם ערמארדעט געווארן.
גדליה איז געשטעלט געווארן צו הערשן איבער די יודן, דורך נבודכדנאצר מלך בבל, נאכ׳ן חורבן פונ׳ם בית המקדש און נעמען אין געפענגעיש צדקיה דער לעצטער קעניג פון די מלכי יהודה.
גדליה האט זיך באזעצט אין מצפה, ווי עס איז געווען סטראנציאנירט זעלנער פון די בבל׳ישע מיליטער, און ער האט מחזק געווען די יודן וועלכע זענען פארבליבן אין ארץ ישראל,, ווייטער צו דינען דעם אייבירשטען אונטער די בבלי׳שע הערשאפט.
בי א געוויסן פונקט האט מען דערציילט פאר גדליה׳ן, אז בעליס מלך עמון, האט געשיקט ישמעאל בן נתניה אים צור ערמארדן, אבער גדליה האט עס נישט אנגענומען.
אום ג׳ תשרי, איז ישמעאל געקומען קיין מצפה מיט 10 מאן, ער האט געגעסן און געטרונקען מיט גדליה, און ער אים אופן ארט ערמארדעט. אים צוזאמען מיט אלע יודן פון מצפה. זעה זיינע ווייטערע הריגות אין ירמיה מ׳.
די נביאים האבן באשטומט דעם טאג אלס א תענית, אזויווי תשעה באב, אונז צו לערנען, אז ״קשה מיתתן של צדיקים לפני המקום כחורבן בית המקדש.״ אט דער תענית ווערט דערמאנט דורך זכריה, אלס דער ״צום השביעי״, זכריה האט געלעבט נישט לאנג דערויף, אין די צייטן ווען די יודן זענען צוריק אויף קיין ארץ ישראל נאך גלות בבל.
מקור: ירמיה מ׳




צו באקומען אונזערע באריכטן אויף סאציאלע־מעדיע, ווענדט אייך דא.
https://chat.whatsapp.com/LI65TXCisebFKIFBiIloSj
https://t.me/kankanpublication
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » פרייטאג אוקטובער 04, 2019 6:43 am

פרייטאג, ה׳ תשרי תש״ף לפ״ק
Akiva.jpg
Akiva.jpg (275.93 KiB) געזעהן 2193 מאל
היינט, מיט אומגעפער 1900 יאר צוריק, האט מען ארעסטירט דעם הייליגן תנא, רבי עקיבא אין טורמע.
רבי עקיבא בן יוסף, איז באקאנט, אז ער איז געווען א בן גרים, אויף אן ארט דערציילן אונז חז״ל, אז ער איז גאר געווען אן אייניקל פון סיסרא דער גענעראל פון יבין מלך כנען, וועלכע איז גע׳הרג׳ט געווארן דורך יעל.
רבי עקיבא איז געווען פון די עשרה הרוגי מלכות, און איז אומגעברענגט געווארן אום יום כפור.
אינטערעסאנט צוצוצייכענען, איז זיין ״פריזאן־פארטנער״ איז געווען פפוס בן יהודה, וואס לויט חז״ל איז ער געווען דען מאן פון מרים די מוטער פון אותו האיש ימ״ש.
מקורות: שלשלת הקבלה, סנהדרין צ״ו:.


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » זונטאג אוקטובער 06, 2019 8:18 am

זונטאג, ז׳ תשרי תש״ף לפ״ק
Kankan Y9a 2.jpg
Kankan Y9a 2.jpg (731.68 KiB) געזעהן 2145 מאל

Kankan Y9b 2.jpg
Kankan Y9b 2.jpg (329.83 KiB) געזעהן 2145 מאל

היינט, ווערט קנקן - קן ט׳, בע״ה פארטיילט אין די געשעפטן איןו נ״י און אין נ״ז.
מיט 257 יאר צוריק, אום שנת תקכ״ג לפ״ק, איז דער חתם סופר געבוירן געווארן אין פראנקפורט דמיין.
הגאון מוהר״ר משה שרייבער - סופר, באקאנט ע״ש ספרו חתם סופר, האט געהאט א מנהג, צו ענדיגן חומש מיט זיינע תלמידים, יעדעס יאר, אום ז׳ תשרי - זיין געבורטסטאג. צוגאב צו דעם, פלעגט ער געבן פאר יעדע איינער פון זיי אביסעלע טאשן געלט, זיך צו גיין איינקויפן מילכיגע קיכלעך.
מקור: מנהגי חת״ס, ז׳ י״ד.

ראה זה חדש: קנקן סובסקריפשן, זיך אינצוהאנדלן א סובסקריפשן, ביטע ווענדט אייך צו kankanpublication.com


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 5:47 am

מאנטאג, ח׳ תשרי תש״ף לפ״ק
Yisrael Baruch.jpg
Yisrael Baruch.jpg (154.64 KiB) געזעהן 2089 מאל

היינט, מיט 228 יאר צוריק, אום שנת תקנ״ב לפ״ק, איז אין סעליש נפטר געווארן א חשובע יוד מיט׳ן נאמען ר׳ ישראל ברוך ב״ר אברהם.
דא האנדלט זיך פונ׳ם בעל התניא׳ס פאטער, וועלכע האט זיך געהאט אהינגעצויגן בערוב ימיו.
ר׳ ברוך האט תחלת געוואוינט אין ליאזנא, ווי ער איז געוועזן דער שמש פון די חברא קדישא. זיין, דעמאלטסדיגער יונגל, שניאור זלמן, האט זיך איינגעשריבן אלס א טייל פון די חבורה נאך אלס יונגל, איידער זיין בר מצוה.
זיין נאמען ״ישראל״ האט ער ווארשיינליך צובאקומען שפעטער מחמת חולי, ווארום, ער ווערט נ׳ערגעץ נישט דערמאנט מיט אט די נאמען, אויסער אויף זיין מצבה.
מקורות: אגרות קודש, עמוד 10; מבית הגנזים


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 5:29 am

דינסטאג, ט׳ תשרי ת׳הא ש׳נת פ׳יוס לפ״ק
Meiron RS.jpg
Meiron RS.jpg (473.31 KiB) געזעהן 2022 מאל

היינט, מיט אומגעפער 1,780 יאר צוריק, האט מען געברענגט רבי אלעזר ברבי שמעון, צו קבורה.
רבי אלעזר ברבי שמעון, האט בחייו געהאט ארעסטירט עטליכע פארברעכער און זיך דערמיט איינגעקויפט עטליכע שונאים. פארכטנדיג אז מען וועט אים נישט אפגעבן די געהעריגע כבוד ביי זיין קבורה, האט ער געבעטן זיין ווייב, אז זי זאל אים באהאלטן אינעם בוידעם - ווי זי האט טאקע אזוי געטוען.
ער אזוי געליגן צווישן 18-22 יאר.
געווען איז עס, ווען אימיצער האט געטשעפעט זיין ווייב דערוועגן, ווען די חכמים האבן באשלאסן, אז ס׳איז צייט אים געהעריג צו ברענגען צו קבורה. אום ערב יום כפור האט מען אים באהאלט לעבן זיין פאטער, רשב״י אין מירון.
מקור: בבא מציעא פד:


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 7:22 am

דאנערשטאג, י״א תשרי תש״ף לפ״ק
Overturned Carriage.jpg
Overturned Carriage.jpg (302.32 KiB) געזעהן 1959 מאל

היינט,מיט 224 יאר צוריק, אום שנת תקנ״ו לפ״ק, זענען די אומשולדיגע ניקלשׂבורגער יודן אהיימגעקומען.
אנגעהויבן האט זיך די געשיכטע אום ר״ח תמוז, ווען א ניקלשׂבורגער קצב איז צוריקגעקומען פונ׳ם דערפל פייטלשׂ, אונטערוועגנס האט זיך זיין וואגן איבערגעקערט אויף אים. א גרופע ניקלשבורגער יודן וואס זענען געפארן הונטער אים, האבן אים געפונען טויט.
די יודן האבן זיך דערשראקן אז מען וועט זיין באשולדיגן אין זיין טויט, זענען זיי שנעל ווייטער געפארן, נישט וועלנדיג אז מען זאל זיי טרעפן ביי די סצענע. למעשה איז מען געוואויר געווארן אז זענען דארט געווען און מען האט זיי ארסעטירט. אום כ״א אב, האט מען זיין אריבער געפירט קיין ברונא, ווען מען האט זיי אום ערב יום כפור פארנאכטס ריינגעוואשן און באפרייט. אום י״א תשרי, ג-ט׳ס נאמען, זענען זיי ענדליך אהיים געקומען קיין ניקלשׂבורג.
מקור: קורות העתים - טריביטש קכ״ח

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 6:21 am

ערב שבת, י״ב תשרי תש״ף לפ״ק
Mishkan RS.jpg
Mishkan RS.jpg (433.22 KiB) געזעהן 1897 מאל

היינט, מיט ר3330 יאר צוריק, ב׳ת״ן לפ״ק, האבן די יודן אנגעהויבן צו ברענגען זייערע נדבות פאר׳ן בוי פונ׳ם משכן.
אום יום כיפור האט דער אייבישטער באפוילן משה רבינו צו בויען דעם משכן, און משה רבינו איז אראפגעקומען פון הימל מיט א פרישע סעט לוחות.
אום י״א תשרי, האט משה רבינו, איבער געגעבן די געבאט פאר די יודן.
אום י״ב און י״ג תשרי, האבן די יודן געברענגט זייערע נדבות.
אום י״ד תשרי, ערב סוכות, האט בצלאל אנגעהויבן מיט׳ן בוי פונ׳ם משכן, וועלכע האט זיך געענדיגט אום כ״ה כסלו.
מקור: שמות רבה נ״א.


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » זונטאג אוקטובער 13, 2019 6:18 am

ערב סוכות, י״ד תשרי תש״ף לפ״ק
Isroel_Hopsztajn.jpg
Isroel_Hopsztajn.jpg (519.17 KiB) געזעהן 1824 מאל

היינט, מיט 205 יאר צוריק, אום שנת תקע״ה לפ״ק, איז דער הייליגער מגיד פון קאזניץ נסתלק געווארן.
צוליב די טרדות החג, וועלן מיר נישט מרחיב זיין, און מיר באגענונגן זיך מיט בלויז דאס.
הנני להודיע, פאר אונזערע מיטגלידער פון דאהי, אז מיר וועלט בע״ה פארזאגן אן אינטערעסאנטן שיעור אינ׳ם שאצער ביהמ״ד דעם צווייטן טאג יום טוב נאך מנחה.
א גוט יום טוב, און צום ווידערזעהן אום אסרו חג בע״ה.
דו וואס קענען זיך נישט באגיין אן א טעגליכע קנקן באריכט, קענען זיך איינהאלנדען אונדזער ׳קנקן׳ [אדער Kankan] אויסגאבע, און זיך דערקוויקן דעמיט.
אייערס
יוסף נחמי׳ הכהן

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מיטוואך אוקטובער 23, 2019 7:36 am

מיטוואך, כ״ד תשרי תש״ף לפ״ק
Peter and Paul Fortress.jpg
Peter and Paul Fortress.jpg (222.37 KiB) געזעהן 1632 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, 221 יאר צוריק, אום שנת תקנ״ט לפ״ק, און אזוי אויך אום צוויי יאר דערויף, איז דער בעל התניא ארעסטירט געווארן.
רבי שניאור זלמן דער מגיד פון ליאזנא, באקאנט אלס דער בעל התניא, איז צוויי מאל ארעסטירט געווארן דורך די רוסישע באהערדע א דאנק פאלשע מסירות פון די מתנגדים.
דאס ערשטע מאל איז ער באפרייט געווארן אום י״ט כסלו, וועלכע ווערט געפייערט דורך חסידי חב״ד.
דאס צווייטער מאל איז ער באפרייט געוארן דעם פיפטן טאג חנוכה, ועלכע ווערט געפייערט דורך זיינע אייניקלעך.
בילד: פּעטער און פּויל שלאס, אין וועלכע ער איז געזעצן אין ארעסט.

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 6:30 am

דאנערשטאג, כ״ה תשרי תש״ף לפ״ק
Alexander in Jerusalem.jpg
Alexander in Jerusalem.jpg (208.77 KiB) געזעהן 1557 מאל

אום חודש תשרי, מיט 2331 יאר צוריק, אום שנת ג׳תמ״ט לב״ע [גענוי מיט 1,000 יאר נאך יציאת מצרים], איז אלכסנדרוס מוקדון געקומען באזוכן ירושלים.
אלכסנדרוס האט געהאט געבעטן די הילף, פון די יודן אין זיין קריג קייגן דריוש מלך פרס, אבער שמעון הצדיק האט עס צוריקגעוויזן, אנדייטנדיג אז ער האט געשוואוירן פאר דריוש׳ן נישט ארויסצוגיין אין א קריג קייגן אים - דאס האט אויפגערעגט אלכסנדר׳ן, וועלכע האט באשלאסן ארויפצוגיין קיין ירושלים.
למעשה, זעהנדיג שמעון הצדיק מיט די בגדי כהונה, האט זיך זיין הארץ געטוישט, זאגנדיג אז זיין געשטאלט באגלייט אים אין די מלחמות וואס ער פירט.
לכבודו האט מען א נאמען געגעבן אלע יונגלעך וואס זענען גבעוירן אום יענעם יאר מיט׳ן נאמען ״אלכסנדרוס״, און מען האט אנגעהויבן א נייע ציילונג פון יארן, באקאנט אלס מנין השטרות.
מקור: ספר יוחסין.

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 10:03 am

ר' יוסף נחמי' זאגט אונז ביטע צו סיי וועלכע פון די געברענגטע בילדער האבן מיט זיך סיי וואס פאר א האפט, איז דאס אבי געשאסן בילדער, אדער איז די בילדער נאך פון יענע צייטן און די האסט פשוט געלייגט א געמאלענע בילד פון יענע צייטן.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 10:23 am

עפל קאמפאוט האט געשריבן:ר' יוסף נחמי' זאגט אונז ביטע צו סיי וועלכע פון די געברענגטע בילדער האבן מיט זיך סיי וואס פאר א האפט, איז דאס אבי געשאסן בילדער, אדער איז די בילדער נאך פון יענע צייטן און די האסט פשוט געלייגט א געמאלענע בילד פון יענע צייטן.

נעם למשל א בילד וואס איז געמאלן געווארן 400 יאר צוריק, פון עקידת יצחק וואס איז שוין געווען כמעט 4000 יאר צוריק, קלערסטו אז עס האט האפט און איז קראנט? יענער מעלער האט נישט קיין השגה וויאזוי זאכן האבן אויסגעקוקט 3500 יאר פאר זיין צייט!

עס ברענגט נאר ארויס וויאזוי דער מעלער פון 400 יאר צוריק האט אנגעקוקט/אויסגע'דמיונ'ט עקידת יצחק. ולא יותר.

איז אזא בילד אינטרעסאנט? פאר אסאך יא. פאר מיר נישט עכט.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

זיידע ומומחה
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 12, 2012 11:09 am

תגובהדורך זיידע ומומחה » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 11:37 am

חוח בין השושנים האט געשריבן: עס ברענגט נאר ארויס וויאזוי דער מעלער פון 400 יאר צוריק האט אנגעקוקט/אויסגע'דמיונ'ט עקידת יצחק. ולא יותר.

איז אזא בילד אינטרעסאנט? פאר אסאך א פאר מיט מאדנע געשמאק יא. פאר מיר נישט עכט.

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » פרייטאג אוקטובער 25, 2019 6:35 am

פרייטאג, כ״ו תשרי תש״ף לפ״ק
Holleschau.jpg
Holleschau.jpg (179.08 KiB) געזעהן 1451 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג,מיט 310 יאר צוריק, אום שנת ת״ע לפ״ק, איז אין העלישויא נסתלק געווארן אירע רב, הגאון מוהר״ר אליעזר הלוי איטינגא.
הג״ר אליעזר, איז תחלת געווען רב אין לוּנדענבורג [Břeclav, South Moravian, Czech Republic] פון וואנעט ער איז אויפגענומען אלס רב אין ק״ק העלישויא [Holešov, Czech], דאס ארט ווי דער ש״ך האט געהאט פארפיגט מיט זיין רבנות.
הגם ער איז נישט אזוי באקאנט, איז זיין הגאון מוהר״ר ליב ראש ישבה, שוין געווען גאר באקאנט, זייענדיג ראש ישיבה און נאכהער רב אין דער עיר ואם בישראל ק״ק לעמבערג [Lviv, Ukraine].
הג״ר אליעזר, איז אויך געווען באקאנט אלס ר׳ ליזר ליכטנשטאדט. אט די פאמיליע נאמען שטאמט פון זיין פאטער׳ס שטיף פאטער, ר׳ יעקב אהרן ליכטנשטאדט.
ר׳ ליזר׳ס שווער איז געווען א זוהן פון ר׳ זכריה מאהר פו וויען, ועמען מיר האבן שוין דערמאנט אין אונזערע באריכט אום כ״ב תמוז.

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » זונטאג אוקטובער 27, 2019 9:18 am

זונטאג, כ״ח תשרי תש״ף לפ״ק
Samuel Landau.jpg
Samuel Landau.jpg (418.6 KiB) געזעהן 1344 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 182 יאר צוריק, אום שנת תקצ״ח לפ״ק, איז אין פראג נסתלק געווארן דער ראב״ד הגאון מוהר״ר שמואל הלוי לנדא, בעל שיבת ציון.
ווען ר׳ שמואל האט איבערגענומען זיין פאטער׳ס פאסטן, איז ער איינגעלדאנגט געווארן דורכ׳ן קעניגליכן פאלאץ, צו קומען באזוכן דעם קעניג, פרנציס דער צווייטער.
דער קעניג האט געעפנט דעם אוידיענץ, פרעגנדיג: ״זענט איר אויך אזוי קלוג ווי אייערע פאטער?״
״פיל ווינציגער!״ האט ער געענטפערט.
דער קעניג איז נישט געווארן בייאיינדרוקט פונ׳ם תשובה, און ער דער באזוך האט זיך אויפ׳ן ארט געשלאסן. ווארום ער וואלט ליבערשט געדארפט ענטפערן פאזיטיוו, ״מיין פאטער פיל מעהר.״ מיט וועלכע ער מאכט גרעסער זיין פאטער׳ס חכמה.
מקור: הרב מפלאנסק, מופת הדור 96

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 7:14 am

מאנטאג, כ״ט תשרי תש״ף לפ״ק
Holy of Holies.jpg
Holy of Holies.jpg (193.01 KiB) געזעהן 1239 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, בתקופת בית שני, איז נסתלק געווארן שמעון הצדיק, פון די איינציגסטע ערליכע כהנים גדולים אין די צייטן פונ׳ם צווייטן בית המקדש.
שמעון הצדיק, איז געווען פון די שיירי אנשי כנסת הגדולה.
אין זיין לעצטער יאר, אום יום כפור, ווען ער איז אריין אינ׳ם קדשי קדשים, האט ער געזען דאס געשטאלט פון אן אלטער מאן אנגעטוען און ארומגעוויקלט אין שווארצן, דאס איז געווען אין קעגנזאץ צו אלע יארן וואס ער האט געזעהן אן אלטער מאן אנגעטוען און ארומגעוויקלט אין ווייסן. שמעון הצדיק האט פארשטאנען אז דאס איז זיין לעצטע באזוך אינ׳ם קדשי קדשים.
נאך סוכות איז ער קראנק געווארן פאר זיבן טעג און ער איז נסתלק געווארן.
מקור: יומא לט.


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 7:25 am

דינסטאג, ל׳ תשרי תש״ף לפ״ק
Pirates.jpg
Pirates.jpg (131.77 KiB) געזעהן 1158 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 300 יאר צוריק, אום שנת ת״ף לפ״ק, איז דער משנת חסידים געפאנגען געווארן דורך ים־רויבער, אינ׳ם מיטללענדישן מעער.
ווען דער משנת חסידים, הגאון המקובל מוהר״ר רפאל עמנואל חי ריקי, איז אלט געווען 30 יאר, האט ער זיך געצויגן פון זיין היימלאנד, איטאליען, קיין צפת יצ״ו, ווי ער האט געלערנט די כתבי האר״י.
נאך צוויי יאר, האט אין לאנד אויסגעבראכן אן עפידעמיע, ער האט געפאקט פעק, גענומען זיין פאמיליע און פארלאזט דאס לאנד מיט׳ן שיף. פרייטאג נאכמיטאג, ר״ח חשון ת״ף לפ״ק, איז זיין שיף פארכאפט געווארן דורך ים־רויבער, זיין פארמעגן איז פון אים צוגענומען געווארן, און ער איז פארקויפט געווארן אלס א שקלאף.
עוונטועל, האט מען אים אויסגעלייזט, און ער האט זיך באזעצט אין ליווארנא, איטאליען.
מקורות: הון עשיר, הקדמה, ובמס׳ עוקצין פ״ג.


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 8:07 am

מיטוואך, א׳ בּוּל תש״ף לפ״ק
Beis Hamikdash I.jpg
Beis Hamikdash I.jpg (312.53 KiB) געזעהן 1030 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 2844 יאר צוריק, אום שנת ב׳תתקל״ו לפ״ק, האט שלמה המלך געענדיגט דאס אויפבוי פונ׳ם בית המקדש.
דאס וערט דערמאנט אין מלכים ח״א ו׳ ל״ח: ״וּבַשָּׁנָה הָאַחַת עֶשְׂרֵה בְּיֶרַח בּוּל הוּא הַחֹדֶשׁ הַשְּׁמִינִי כָּלָה הַבַּיִת לְכָל דְּבָרָיו וּלְכָל מִשְׁפָּטָיו וַיִּבְנֵהוּ שֶׁבַע שָׁנִים.״
״בּוּל״, איז די אריגענעלע נאמען, צו דער חודש וואס מיר רופן ״חשון״.
די נאמען ״חשון״, און אזוי אויך אלע נעמען פון די צוועלף חדשים, שטאמען פון בבל. זיי זענען באקאנט אלס: ״ניסאַנוּ, אַיאַרוּ, סימאָנוּ, דוּ׳אוּזוּ, אַבּוּ, אוּלוּלוּ, טאַשריטוּ, אַראַהּסאַמנוּ, קיסלימוּ, טעבּעטוּ, שאַבּאַטוּ, אַדאַרוּ (דער מלאופים איז ווי א קמץ, ודו״ק). מען קען מערקן אז דער בבלי׳שע מ׳, איז ווי דער יודישער ו׳. ״אַראַהּסאַמנוּ״ איז ״מרחשון״.
וואס איז אונזערע שייכות מיט די בבלישע נעמען? ״אמר ר׳ חנינא ׳שמות חדשים עלו בידם מבבל׳.״ די יודן האבן מיט זיך מיטגעברענגט די נעמען פון גלות בבל.
מקורות: ירושלמי, ראש השנה, ו׳ ע״א: livius.org/articles/concept/calendar-babylonian.



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 8:53 am

דאנערשטאג, ב׳ חשון תש״ף לפ״ק
Jonatahan Eibschutz.jpg
Jonatahan Eibschutz.jpg (383.66 KiB) געזעהן 938 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 266 יאר צוריק, אום שנת תקי״ד לפ״ק, האט מען אויסגערופן א חרם אין יעריסלוב, קייגן די וואס פארמאגן די ספרים פון הגאון מוהר״ר יעקב עמדין זצ״ל.
אין די יארן, האט די יודישע וועלט געשטורעמט מיט די מחלוקת אין וועלכע הגאון מוהר״ר יעקב עמדין זצ״ל, איז ארויס קייגן הגאון מוהר״ר יונתן אייבשיץ זצ״ל, מיט׳ן באשולדיגונג אז ער געהערט צו די כת ש״ץ.
ר׳ יעקב עמדין האט זיך געהאט געוואנדן צו די ועד ארבע ארצות, וועלכע איז אים געשטאנען צו זיין זייט.
דאס האט זיך אבער געטוישט ווען דער וועד האט אויפגענומען א נייעם פרנס הועד, וועלכע איז ר׳ אברהם חיימ׳ס פון לובלין. ער איז געווען א שטיצער פון דער רבי ר׳ יונתן, ער האט געלאזט פארברענען די ספרים פון ר׳ יעקב עמדין, און נאכעהר אויסגערופען דעם אויבנדערמאנטן חרם ביי דעם ועד.
מקור: גדולת יהונתן 60.


בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

איטשע
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 7:29 am

פרייטאג, ג׳ חשון תש״ף לפ״ק
Sadogora.jpg
Sadogora.jpg (145.86 KiB) געזעהן 867 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 169 יאר צוריק, אום שנת תרי״א לפ״ק, איז נסתלק געווארן הרה״ק מוהר״ר ישראל פון ריזין, אין סאדיגער.
״דער הייליגער ריזינער״ ווי מען רופט אים ביי חסידים, איז געבוירן געווארן אום צום גדליה שנת תקנ״ז לפ״ק. עס צו לייגן אין פערספעטקיוו, אינ׳ם זעלבן יאר איז געבוירן געווארן דער הייליגער צאנזער רב זצ״ל.
ער איז געבוירן געווארן אין פראהבישטש, צו זיין פאטער ר׳ שלום שכנא, א רעכטער אייניקל פון דעם גרויסן מגיד, דעם רבין, ר׳ בער. און צו זין מוטער, א רעכטע אייניקל פון הרה״ק מוהר״ר נחום פון טשארנאביל.
צוליב פאלשע מסירות, האט מען אים ארעסטירט, נאכ׳ן אים פריי לאזן, וואוסנדיג אז מען לאקערט נאך אלס אויף אים, האט ער געשמוגלט דאס רוסישע גרעניץ, און ער האט זיך באזעצט אין סאדיגער, בוקאווינא, וואס איז געוען אונטערן עסטרייכער רעגירונג.
בילד: די שוהל אין סאדיגער.



אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 7:10 am

מאנטאג, ו׳ מרחשון תש״ף לפ״ק
Wailing Place.jpg
Wailing Place.jpg (76.15 KiB) געזעהן 746 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 854 יאר צוריק, אום שנת תתקכ״ו לפ״ק, איז דער רמב״ם אנגעקומען קיין ירושלים.
ער פארצייכנט עס ווי פאלגענד: ״יצאנו מעכו לעלות לירושלים תחת סכנה, ונכנסתי לבית הגדול והקדוש והתפללתי בו, ביום חמישי, ששה ימים לירח מרחשון. ובאחד בשבת, ט' בחודש חשוון יצאתי מירושלים לחברון, לנשק קברי אבותי במערה... ושני ימים אלו... נדרתי שיהיו יום טוב ותפילה ושמחה לה' לאכילה ולשתייה... וכשם שזכיתי וראיתי בחורבנה כך אזכה אני וכל ישראל לראות בנחמתה, אמן.״
מקור: אגרות הרמב״ם.

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 6:20 am

דינסטאג, ז׳ חשון, תש״ף לפ״ק
Zedekiah_is_chained_and_brought_before_Nebuchadnezzar.jpg
Zedekiah_is_chained_and_brought_before_Nebuchadnezzar.jpg (217.56 KiB) געזעהן 694 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 2441 יאר צוריק, אום שנת ג׳של״ט לפ״ק, האט מען געכאפט צדקיהו מלך יהודה. מען האט גע׳שחט׳ן פאר אים זיינע קינדער, און דאן אים בלינד געמאכט זיינע אויגן. דאס אלעס האט פאסירט אינ׳ם יאר פונ׳ם חורבן פונ׳ם ערשטן בית המקדש.
צדקיהו׳ס ארגענילע נאמען איז מתניה. ווען נבוכדאנצער האט גענומען זיין פלימעניק יכניה מלך יהודה אין גלות אריין קיין בבל, האט ער געקרוינט צדקיהו אלס דער קומענדיגער קעניג, און ער האט אין געגעבן א נייעם נאמען ׳צדקיהו׳.
צדקיהו, איז גענומען געווארן אין קייטן קיין בבל, וואו ער איז אריינגעשטעלט געווארן איו תפיסה, אין וועלכע ער איז פארבליבן, ביז זיין לעצטן טאג.
מקורות: שלחן ערוך או״ח תק״פ, ירמיה נ״ב א׳, מלכים ח״א כ״ד י״ז.

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 6:55 am

מיר האלטן אינמיטן אויפסעטן קול־קנקן.

זיך צופארבינדען רופט:
לאנדאנער נומער: 02080664811
ניו יארקער נומער: 3473528525

עצה׳ס און קריטיק וועלן גערן אנגענומען ווערן, אין די קאמענטארן געהענגל.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט