קברי צדיקים אין לבנון

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2310
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

קברי צדיקים אין לבנון

תגובהדורך נחוניא » זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:10 pm

לויט ווי מען גיבט איבער פון מכון שיח אבות קוידינוב, איז דער איידעם פונעם בארדיטשוב'ער רב זצ"ל הגה"צ ר' אליעזר ליפא פרענקעל נסתלק געווארן כ"ה חשון תקצ"ה אויפן וועג קיין ארץ ישראל, זייענדיג אינעם מחנה ההסגר נאנט צו ביירוט די הויפט שטאט פון לבנון.

אפשר קען מען אפירזוכן מקום מנוחת קדשו.

זייער קלוג
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » זונטאג אוקטובער 28, 2018 6:18 pm

איז אמאל בכלל געווען עפעס א גרויסע אידישע היסטוריא אין לבנון אז עס זאל זיין קברי צדיקים
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » זונטאג אוקטובער 28, 2018 7:52 pm

זבולון בן יעקב ליגט אין צידון(Sidon).

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » זונטאג אוקטובער 28, 2018 9:07 pm

לויט געוויסע מקורות, אויך רב פפא ובניו (רב פפא האט אויך א מערה נעבן צפת), און רב אשי. רב אשי'ס קבר איז האלב אין מדינת ישראל, און האלב אין לבנון דורך א פשרה פון די יו. ען. , זייט די אראבער האלטן אז זייערס א שעיך ליגט דארטן. (היינט איז מעגליך צוטריט צו רב אשי דורך באשטעלן פון פריער ביי די אינסטאנצן).

אוועטאר
פעטער שמואל
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג אוקטובער 28, 2018 9:56 pm

חיימ'ל האט געשריבן:לויט געוויסע מקורות, אויך רב פפא ובניו (רב פפא האט אויך א מערה נעבן צפת), און רב אשי. רב אשי'ס קבר איז האלב אין מדינת ישראל, און האלב אין לבנון דורך א פשרה פון די יו. ען. ימ"ש, זייט די אראבער האלטן אז זייערס א שעיך ליגט דארטן. (היינט איז מעגליך צוטריט צו רב אשי דורך באשטעלן פון פריער ביי די אינסטאנצן).


איך בין געווען ביי קבר רב אשי (אדער מר בר רב אשי, ווי איין שילד דארטן לויטעט). די קבר אליינס איז טאקע פונקט אונטערן גרעניץ צוים אזש מען דארף זיך אבאכט געבן פון די שטעך דראטן ביים זיך משטתח זיין. די שטח פון די ישראלישע זייט איז א מיליטערישע Lookout Point פון ווי מען קען זעהן גרויסע שטחים אריין אין לבנון. די אנדערע זייט גרעניץ געפונט א יו. ען. מיליטערישע באזע וואס האלט אן אויג אויפן Buffer Zone צווישן די צוויי לענדער.

אונז זענען געווען אין באגלייטונג פון די ישראלישע מיליטער, ווי אויך זענען די יו. ען. זעלנער אריבערגעקומען מיט אויפגעהויבענע יו. ען. פענער זיכער צו מאכן אז אונז פרובירן זיך נישט צו ארייצוכאפן.

עטליכע בילדער וועלן נאכפאלגן.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
פעטער שמואל
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג אוקטובער 28, 2018 10:11 pm

בילדער פון די צווי שילדן.
וויסט איינער וועלכע איז די ריכטיגע?
צוגעלייגטע
IMG_1885.JPG
IMG_1885.JPG (593.83 KiB) געזעהן 267 מאל
IMG_1890.JPG
IMG_1890.JPG (485.31 KiB) געזעהן 267 מאל
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
פעטער שמואל
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג אוקטובער 28, 2018 10:11 pm

די ציון
צוגעלייגטע
IMG_1891.JPG
IMG_1891.JPG (720.59 KiB) געזעהן 267 מאל
IMG_1906.JPG
IMG_1906.JPG (462.55 KiB) געזעהן 267 מאל
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 3:04 am

פעטער שמואל האט געשריבן:בילדער פון די צווי שילדן.
וויסט איינער וועלכע איז די ריכטיגע?

נארמאל איז דער וועד להצלת קברי קדמונינו מער קארעקט.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איש האשכולות, יאנקעל פעדראטשיק, יציב פתגם, פרץ און 17 געסט