בית החיים בבארא פארק

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20260
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 02, 2018 3:19 pm

שוכני עפר האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
שוכני עפר האט געשריבן:רבי הלל קליין ז"ל

פארוואס פעלט אויס צו פירקלען האלבע אמת'ער?

אלעס איז אמת!

זייטזשע מוחל, איר ווייסט אליין אז עס איז נישט אזוי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג יולי 02, 2018 4:27 pm

מען בעט דעם גאנצן ציבור זיך צו האלטן שטרענג צו תקנת הועד למען כבוד בתי חיים עירך, און קיין שום פרעמדער זאל חלילה נישט שרייבן אדער רעאגירן וועגן בתי חיים פון אנדערע פרעמדע שטעט, ואין עונשין אלא אם כן מזהירין. ס'דרייען זיך ארום בייזוויליגע שוכני עפר וואס טוען רעגירן אויף די וועלט און מ'ברויך זיך אכטונג געבן. (מקור: קב הישר, יסוד יוסף, קול מבשר)
לעצט פאראכטן דורך בן בוזי אום מאנטאג יולי 02, 2018 4:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מאנטאג יולי 02, 2018 4:28 pm

דער חפץ חיים שר החסד?
יסוד ושורש העבוד, עובד ה' יתברך..
וואס איז פשט פון די אלע מאדנע טיטלען???

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

POST 96

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג יולי 02, 2018 4:37 pm

פארוואס ווערט נישט דערמאנט גארנישט פון די אויפטואונגען למען הציונות בארה"ב?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג יולי 02, 2018 4:55 pm

שוכני עפר האט געשריבן:ליסטע פון איבער 100 רבנים שוכני עפר דא אין בית החיים


איך האב נאכנישט עספיעט נאכצופארשן די גאנצע ליסטע, פאלגענד זענען בלויז עטליכע וואס כ'האב מברר געווען כפי מה שידי מגעת. נישט חלילה אז די אידן זענען נישט ווערט די תפלות ישראל, מיר ווילן פשוט אראפ ברענגען טרוקענע ביאגראפישע פאקטן.

ר' יצחק יעקב אסתרזאהן
שו"ב בפלאנסק ומוסמך לרבנות, עקב הטפתו לרעיון הציוני והמזרחי רדפוהו אנשי העיר, ועזבם לארה"ב, כאן שמש כרב דביהכ"נ חכמתאדם מפלינסק. נפטר כ"ט אייר תר"פ (ראה ספר היזכור פלאנסק).

ר' חיים בער אייזיקסאן
נולד ברוסיא בשנת תרט"ו לערך, היגר לארה"ב בשנת תר"ן. בעל בית חרושת לעשיית בגדי ילדים ובעל צדקה. נפטר בן ס"ג שנה.

ר' מרדכי דאקטאר
נולד תרכ"ו ברוסיא, שם משפחתו היה ראטה, ושינה שמו ל"דאקטאר", היגר לכאן בשנת תרס"ב, שמש כהסעקרעטאר דקהל כל ישראל אנשי פולין סובאלק ואח"כ רב הקהילה, היה דרשן מצויין והעלה נאומיו בספר "דרשות ונאומים", נפטר ז' טבת תרפ"ז

ר' מרדכי פּאַדעלל
נולד ברוסיא בשנת תרט"ו לערך, היגר לארה"ב בשנת תרנ"ג. מחברי ההנהלה דאפטאון תלמוד תורה, חבר בקהל כל ישראל אנשי פולין-סובאלק. בסוף ימיו התגורר בפארראקאוויי, והיה מתפלל בקהל שערי תפלה. נפטר ר"ח סיון תרפ"ב, כבוד עשו לו במותו ונקבר בחלקת קהל כל ישראל אנשי פולין

ר' יצחק צבי סאלאווייטשיק
נולד בשנת תרכ"ג לערך לאביו ר' מרדכי הלוי סאלאוויטשיק נצר למשפחת גאוני וגדולי ישראל, היגר לארה"ב בשנת תרנ"ה ונהיה לחבר בחבורת יוצאי קלעצק. לפרנסת ב"ב היה בעל מכולת. נפטר בן נ"א שנים ביום מערץ 22 1914

ר' טודרוס וועלער
נולד בקיידאן בשנת תרט"ו, היגר לארה"ב בשנת תרמ"ח, שמש בביכה"נ בני ישראל אנשי קיידאן, נפטר כ"ד אלול תרפ"ז.

ר' יצחק ראזענזאהן
נולד בקיידאן, חתן הג' המפורסם ר' חיים וואסערצוג פיליפאווער מוויסטינעץ (חייו שנויים במחלוקת), בשנת תרמ"ד היגר לארה"ב, נפטר צעיר לימים בהיותו בן נ"א שנה בלבד, ביום ב' ניסן תרמ"ח

יהודא ליב זאסניץ
אביו החסיד רבי מיכל שו"ב מבירז נסע עדיין לבעל התניא ולאדמו"ר האמצעי מליובאוויטש זי"ע. אבל הבן היה מהמשכילים הנודעים ברוסיא וחיבר ספרים משכיליים, על מציבתו קוננו (?) "כל ימיו לא מש מאהלה של תורה וכו' (ראה ספרו של בערל קאגאן אודות מלחמת האורטדוכסים נגדו, וספר מבית הגנזים אודות אוסף זאסניץ הנמצא בפאבליק לייברערי. זעה מארגן זשורנאל)


המשך יבא בעזהשי"ת ובל"נ
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מאנטאג יולי 02, 2018 5:18 pm

בן בוזי האט געשריבן:
שוכני עפר האט געשריבן:ליסטע פון איבער 100 רבנים שוכני עפר דא אין בית החיים

בעל בית חרושת לעשיית בגדי ילדים
לפרנסת ב"ב היה בעל מכולת.

א פלא אז זיי האבן געהאט א זכיה זיך אזוי אויסצובאהלטן ביים לעבן.

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מאנטאג יולי 02, 2018 5:26 pm

.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג יולי 02, 2018 5:49 pm

צד תמות האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:
שוכני עפר האט געשריבן:ליסטע פון איבער 100 רבנים שוכני עפר דא אין בית החיים

בעל בית חרושת לעשיית בגדי ילדים
לפרנסת ב"ב היה בעל מכולת.

א פלא אז זיי האבן געהאט א זכיה זיך אזוי אויסצובאהלטן ביים לעבן.


מיר האבן אודאי נישט קיין השגה אין א איד און מעגליך טאקע ווי איר ווילט ארויס ברענגען אז זיי זענען זיכער געווען מל"ו צדיקים וואס אין מגלין אלא על קול מבשר.

אבער האמת ניתנה להיאמר, אז מיר האבן דא קלאר אן אגענדע, און דאס איז: צו שרייבן טרוקענע פאקטן אן קיין צוגעלייגטע זאכן וואס זענען נישט מקורות'דיג. זעה לדוגמא וואס איך האב היינט געשטעלט וועגן רבי פסח ראזענטהאל. מיר וואלטן געקענט מאכן א ברייטע צימעס ווי ס'איז היינט נהוג, ובסך הכל האבן מיר געשריבן בלויז פאקטן און געבעטן צו גיין זאגן א קאפיטל תהלים לעשות נייח נפשי' פאר א גוטער איד וואס האט געטוהן סיי פאר יהדוות ארה"ב און סיי פאר ארה"ק, קיין איין איבעריגע טיטל וואס מיר האבן נישט דערויף קיין מקור דערויף האבן מיר נישט אויפגעמאכט.

הוא הענין ווען מיר האבן מפרסם געווען די קבר פונעם ירושלימער צדיק רבי אבא'לע ליפשיץ וואס זיין יאהרצייט געפאלט אויס בעז"ה דעם קומענדיגן מיטוואך, דארט האבן מיר יא גענוצט דאס ווארט צדיק אבער טאקע דערפאר וואס מ'האבן מיר געהאט דערויף מקורות, יעיי"ש.

מיר האבן נישט געריטן אויף קיינעמס געפילן, פשוט און פראסט געברענגט טרוקענע פאקטן אין אלע אונזערע באשרייבונגען, און מ'האבן מיר עס איבערגעלאזט פארן עם חכם ונבון לעשות בהם ווי זיי זעהן דאס, אן קיינע באזונדערע רעקלאמעס.

אגב: ווייסן מיר פון פילע באגרעבענישן אינעם וואשינגטאן סעמיטערי פון אזעלכע וואס זענען בחייהם געווען גאר באקאנט אלס רבנים און אלס געהויבענע חסידים וואס זענען געווען באקאנט בחייהם מיט זייער ערליכע פירונג אבער האבן ליידער נישט איבער געלאזט גענוג געלט פארן מציבה קריצער זיי צו פארשרייבן לחיים טובים ארוכים און זענען דערפאר נישט אריין אין די ליסטע פון הונדערטע רבנים. דאס זאל צייגן איינמאל פאר אלעמאל אז די מציבות זענען געקריצט געווארן פאר באצאלונג, זעה אויבן ערך זאסניץ
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג יולי 02, 2018 5:58 pm

בן בוזי האט געשריבן:
שוכני עפר האט געשריבן:ליסטע פון איבער 100 רבנים שוכני עפר דא אין בית החיים


יהודא ליב זאסניץ
אביו החסיד רבי מיכל שו"ב מבירז נסע עדיין לבעל התניא ולאדמו"ר האמצעי מליובאוויטש זי"ע. אבל הבן היה מהמשכילים הנודעים ברוסיא וחיבר ספרים משכיליים, על מציבתו קוננו (?) "כל ימיו לא מש מאהלה של תורה וכו' (ראה ספרו של בערל קאגאן אודות מלחמת האורטדוכסים נגדו, וספר מבית הגנזים אודות אוסף זאסניץ הנמצא בפאבליק לייברערי. זעה מארגן זשורנאל)


צד תמות האט געשריבן: א פלא אז זיי האבן געהאט א זכיה זיך אזוי אויסצובאהלטן ביים לעבן.



זיך אויך אויסבאהאלטן ביים לעבן? ס'טוט מיר באמת וויי אז כ'דארף דאס מפרסם זיין בעת די אידן זענען שוכני עפר און ס'איז אויך חלילה נישט על הכלל כולו יצא, די ליסטע פארמאגט גאר פיינע אידן און ווען מ'שרייבט אז איינער איז געווען א פעדלער וכדומה מיינט עס נישט חלילה אז ער איז געווען קאליע, אבער מ'דארף מאכן אביסל אחריות'דיגע ריסוירטש בעפאר מ'רעקלאמירט אזא ליסטע אז נישט שטעלט מען ארויף אסתרזאהן'ס, ב...'נס, זאסניץ'עס וכדומה
צוגעלייגטע
IMG_0078.jpg
IMG_0078.jpg (251.17 KiB) געזעהן 1122 מאל
500.jpg
500.jpg (39.78 KiB) געזעהן 1129 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג יולי 02, 2018 6:53 pm

בן בוזי ייש"כ פאר דיינע באריכטן, סיי דא און סיי אין די אנדערע אשכולות, חן חן לך


בן בוזי האט געשריבן:זיך אויך אויסבאהאלטן ביים לעבן? ס'טוט מיר באמת וויי אז כ'דארף דאס מפרסם זיין בעת די אידן זענען שוכני עפר און ס'איז אויך חלילה נישט על הכלל כולו יצא, די ליסטע פארמאגט גאר פיינע אידן און ווען מ'שרייבט אז איינער איז געווען א פעדלער וכדומה מיינט עס נישט חלילה אז ער איז געווען קאליע, אבער מ'דארף מאכן אביסל אחריות'דיגע ריסוירטש בעפאר מ'רעקלאמירט אזא ליסטע אז נישט שטעלט מען ארויף אסתרזאהן'ס, ב...'נס, זאסניץ'עס וכדומה


לגבי דעם נושא, האב איך געטראפן אין לאס אנדזשעלעס א מציבה מיט גאר א שיינעם נוסח, ווי העמיד תלמידים לאלפים, און נאך אפאר מעכטיגע טיטלען, אבער דאס קליינע בילדעלע אויף די מציבה, געבט ארויס אז דארט ליגט נישט דער תנא קמא, און אפי' נישט דער תנא בתרא, נאר אפשר דער 'לית דין בר נש' אדער זיינ'ס א אייניקל.

מ'מעג וויסן, אז יעדע מציבה דארף מען אויך וויסן, ווער האט דאס געשריבן, כדי צו וויסן ווי קראנט דער תוכן הנוסח איז
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג יולי 03, 2018 1:46 am

דער ענין ברויך אן ערנסטע אויפוואכונג, יעדן צווייטן טאג קומט א צווייטער אויף מיט א "פרישע אנדעקטע ציון" פון א "צדיק וקדוש" פון אמעריקא, ווייל אמער אויף זיין מצבה שטייט אויסגעקריצט "נשבה ארון אלוקים", און באסעס פארן שוין פון אלע געגנטער...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג יולי 03, 2018 10:27 am

ווי האט יענער רבי, נאכגעזאגט פון זיין רבי זיע"א, ווייל יענער וויל מאכן אפאר גראצער, דארפסטו האבן א יד אין דעם?

און דאס איז די מעשה, דערולעם איז דארטשעריג פאר ישועות, און דעריבער אויף יעדן איש שלא נודע למי ווערט מען פריש, און מ'לויפט כאפן ישועות נשגבות. ווייל אויפן ציון שטייט אז ער איז געווען דער באקאנטער בר בי רב דחד יומא אליינ'ס
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

שוכני עפר
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 11, 2018 5:18 pm

לייוו קאנפרענס קאל

תגובהדורך שוכני עפר » דינסטאג יולי 03, 2018 3:50 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:דער ענין ברויך אן ערנסטע אויפוואכונג, יעדן צווייטן טאג קומט א צווייטער אויף מיט א "פרישע אנדעקטע ציון" פון א "צדיק וקדוש" פון אמעריקא, ווייל אמער אויף זיין מצבה שטייט אויסגעקריצט "נשבה ארון אלוקים", און באסעס פארן שוין פון אלע געגנטער...

גערעכט וועגן דעם העמיר מאכן א קאפרענס קאל: # live conference call - 605-468-8002 pin 1010# - dont forget to press
מ'קען קובע זיין יעדן (דעם) מוצש''ק 11 אזייגער פאר 20 מינוט מסביר זיין דעם האקעלע ענין פון נשמות, וואס אסאך ווייסען נישט וואס דאס איז, און מ'ווערט נכשל פון דובר על שוכני עפר (ספר יסוד יוסף פרק פ''ה ) - וואס קלערט איר וועגען דעם פלאן?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20260
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 03, 2018 3:57 pm

שוכני עפר האט געשריבן:דעם האקעלע ענין

איר מיינט געוויס דעם האקעלן ענין פון מרבה זיין בשבח און מפליג זיין יותר מדאי בדברים שאינם.

עיין בספר ישן שנקרא שו"ע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג יולי 03, 2018 3:59 pm

ווער איז אין? איני מיני דיקסאדיני

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יולי 03, 2018 4:01 pm

מ'דארף נישט קיין שיעור אין יסוד יוסף, קיינער רעדט נישט אויף שוכני עפר חלילה. די פראבלעם איז מיט די וואס מאכן ליסטעס און רופן דעם עולם מתפלל צו זיין אויף קברי "צדיקים" און דערנאך דארף יעדער מיט טאנצן ווייל אז נישט רעדט מען לה"ר אויף שוכני עפר. דער בעל הליסט זאל ביטע נעמען הסכמות פון רבנים וואס וועלן מעיד זיין אז ער האט געמאכט די ריכטיגע ריסוירט און נישט דארפן גורם זיין אז מתוך שבחם אתה בא לידי גנותם.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יולי 03, 2018 4:02 pm

.
לעצט פאראכטן דורך בן בוזי אום דינסטאג יולי 03, 2018 4:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

שוכני עפר
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 11, 2018 5:18 pm

תגובהדורך שוכני עפר » דינסטאג יולי 03, 2018 4:03 pm

farshlufen האט געשריבן:
שוכני עפר האט געשריבן:דעם האקעלע ענין

איר מיינט געוויס דעם האקעלן ענין פון מרבה זיין בשבח און מפליג זיין יותר מדאי בדברים שאינם.

עיין בספר ישן שנקרא שו"ע.

העמיר הערן וואס דער עולם האט צוזאגן, איר זענט דאך נאר א יחיד!

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג יולי 03, 2018 4:05 pm

און אז אסאך יחידים וועלן זאגן אנדערש גייט איר עפעס טוישן?

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג יולי 03, 2018 5:24 pm

שרייב וואס די ווילסט אבער שרייב מקורות און ביי אלע אנדערע זאכן שרייב מפי השמועה (זאג עס קודם איבער ז די זאלסט עס אליינס הערן )
נישט ווייט פונעם רב הכולל איז דא א גאר שיינע מציבה פון איינעם אהרן גארדאן. דער מציבה איז איבערגעפרישט האב איך מיא אביסל געוואונדערט ווער איז דאס געוען ווער האט עס איבערגעפרישט וכד׳.
איינמאל האב איך געשמועסט דערוועגן כלאחר יד מיט ר׳ דוד דוב קאלמאן פון די מציבות פעקטארי פארציילט ער מיר אז א איד האט אריינגעוואקט דזשאסט לייק טהעד און באצאלט פאר א נייע מציבה פון דעם גארדאן און ער האט נישט קין אנונג ווער דאס איז
הנקודה בעיקר אז סתם פון א מציבה איז גארנישט מיט נישט און א באשרייבונג מיינט אויך גארנישט.
עס איז אמת אז עס האבן זיך געדרייט אידן בעלי מסירת נפש אויף שבת און פון צייט צו צייט אפילו א בעל מדריגה אבער ליידער אויך אסאך וואס האבן אריינגעווארפן זערע תפלין אין וואסער אויפן וועג.

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג יולי 03, 2018 5:33 pm

לייוו קאנפערענס:

פארהאן א לאקאלע נומער פאר איינער וואס וואוינט אין אויסלאנד?
לחיים ולברכה!

שוכני עפר
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 11, 2018 5:18 pm

ליסטע נר נשמה

תגובהדורך שוכני עפר » מיטוואך יולי 04, 2018 4:04 pm

דער משמשים פון די בתי מדרשים ווען זיי הענגן ארויף די נר נשמה ליסטע ביי די נרות באקס יעדען וואך - גענומען פון די וואכענשריפט - ? דארפן זיי נעמען די הסכמה פון רב אויף יעדען נפטר וואס ווערט דערמאנט אויף די ליסטע?
דארף ער מאכען אויף יעדען נפטר א ריסויטש? ווי למשל די מארגען דזורנאל, וואס איז פרעמד מחוץ למחנה, די שרייבערס האבן נישט קיין נאמנות, און טאקע 50% היסטאריע וואס מיר ווייסן קומט פון דעם מקור, ה' ירחם מיט וואס מ'פיטערט די מעמבערס, וואס האט פאר 100 יאר פארפירט נוי יארקער אידען ל''ע.
מיר האבען צוזאמען געשטעלט א ליסטע לויט דעם נוסח מצבה וואס זענען קראנט, צינד א ליכט, טו א טובה די נשמה, אפשר האט ער תשובה געטון פאר זיין פטירה, אבער ער דארף אונזער תפילה.
ס'איז דא א בית החיים אין בעסייד נטמן צענדליגע גדולי תורה מיט 20 טויזענט שוכני עפר, וואס איז פארמאכט, פארשלאסען, וועגען די געפאלענע ביימער און באוואקסען מיט הויעכע גראס, דאס ווערט אנגערופען "אבענדיט - פארנאכלעסיגט" ס'איז נישט דא א ליסטע מיט נעמען פון די נפטרים, דער צער פון די נשמות איז גרויס, די בעסייד בית עולם איז 8384 ליבערטי עוו. ברוקלין ניו יארק, נעבען ברוינזוויל 20 מינוט פון בארא פארק, ס'דארף אפקאסטען 250.000 $ אפרייניגען, מי שיש לו ישלם, ושכרו הרבה מאד מאד, יישר כח, ועמך כולם צדיקים ושתיקה יפה.

שוכני עפר
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 11, 2018 5:18 pm

תפלה קצרה בבית עולם

תגובהדורך שוכני עפר » מיטוואך יולי 04, 2018 4:20 pm

תפילה קצרה בבית עולם
צוגעלייגטע
Tfila.jpg
תפילה קצרה
Tfila.jpg (502.14 KiB) געזעהן 849 מאל

שוכני עפר
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 11, 2018 5:18 pm

5 בתי חיים נעבן נוארק עירפארט

תגובהדורך שוכני עפר » מיטוואך יולי 04, 2018 4:25 pm

5 בתי חיים
מיט צענדליגע גדולי תורה, מיט 140 טויזנעט שוכני עפר אינאיינעם
די בתי חיים זענען הפקר אן א שמירה
צוגעלייגטע
list NJ.jpg
רשימה
list NJ.jpg (374.41 KiB) געזעהן 844 מאל

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך יולי 04, 2018 4:33 pm

רבי שוכן עפר שי', מיר פארשטייען אז איר זענט דא אויף א מיסיע מחזק צו זיין די נייע מצוה מספר תרי"ד, ווי ס'ווערט בפירוש געברענגט אין ספר קול מבשר דף 114 ווי דארט ווערט מבואר באריכות די גרויסקייט פונעם מצוה: צו דאווענען פאר די שוכני עפר. אבער דער אשכול דא איז באשטומט צו רעדן בלויז וועגן די ביה"ח אין בארא פארק, אלעס אנדערע זאכן באלאנגט נישט אהער.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יישר כח און 12 געסט