מקומות הקדושים בארץ ישראל

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אין וואס זאג איך
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 4:15 pm

די וועג (צופיס) צום ציון פין בית שמאי פין בערך די מערה פין ר' שמעון

תגובהדורך אין וואס זאג איך » דינסטאג מאי 14, 2019 3:01 pm

ווען איר גייט אראפ פון ציון הרשב"י צו די שטח פון תולדות אברהם יצחק ביים סוף קומט איר אן צו מערת הלל הזקן אקעגן איבער איז דא א וועג אראפ וואס דרייט זיך ביז אונטן פונעם בארג {ווען איר קומט אהן נעבן די בנין פון הרב טדגי/גאלדבערגער דרייט זיך רעכטס}, אונטן פונעם בארג מאכט א רעכטס ביז איר זעהט א קליינעם בודקע אנגעפירקלט כמנהג גליל, מאכט דארטן א רעכטס אויפן שביל וואס דרייט זיך ארויף ביזן ציון פון שמאי הזקן
קיינער האט נאכנישט דערלייגט פון אויסהערן א צווייטן, אמאל האט א צווייטע אויך א ידועה

אין וואס זאג איך
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 4:15 pm

אינטרעסאנטע נאטיצן לגבי די וועג צו קבר שמאי פון מירון

תגובהדורך אין וואס זאג איך » מיטוואך מאי 15, 2019 1:56 pm

1) גלייך ווען איר הייבט אהן דעם וועג פון מערת הלל הזקן וועט איר זעהן א קליינעם מערה אויף די רעכטע זייט {עס איז דא א איד וואס וואוינט אינעם מערה אבער מען קען צוקומען}, די מערה ווערט גערופן במסורת ירושלמי "מערת רבי חנינא בן דוסא", פארוואס פונקט ווייסעך נישט ווייל ער ליגט פשטות נישט דארט אבער אזוי האב איך געהערט פון אפאר עלטערע ירושלימע אידן.
2) אויפן וועג אראפ די בארג עט איר באמערקן 4 מערות געפארבט בלוי, דאס זענען די קברים פון רבי יוסי חטופא, רבי יהודה בן בתירא, רבי יוסי בן קיסמא און רבי טרפון לשיטת רבי ישראל מאיר גבאי.
3)ביים לעצטן דריי ארויף דעם בארג ממש פאר די שטיין פון שמאי הזקן געפינט זיך אויף די לינקע זייט {כמעט 2 מינוט וואק אריין אויף די בארג} א מערה וואס הרב גבאי באצייכנט אלס מערת תלמידי בית שמאי און אזוי אויך אלס קבר רבי אילא.
4)ביי די זייט פון די שטיין פון שמאי איז דא א מערה וואס ווערט גערופן מערת הכהנים.
5) ווען איר גייט ווייטער פון די מערת הכהנים אויף די לינקע זייט טרעפט איר איבערבלייבנישן פון א ביהמ"ד.
6) מען קען אריינגיין אין די מערה פון שמאי, די עפענונג איז אביסל אראפ די בארג אקעגן איבער פון די זייט וואס איר זענט געקומען.
7) אויף די רעכטע זייט פון די וועג וואס איר קומט אהן צו די שטיין איז דא א דינע וועג וואס נעמט אייך ביז כסא של אליהו.
"זייט געווארענט" אויב גייט איר ביי די צייט פונעם שקיעה גייט מיט א גרעסערע גרופע ווייל עס דרייען זיך גרופעס פון חזירי יער
קיינער האט נאכנישט דערלייגט פון אויסהערן א צווייטן, אמאל האט א צווייטע אויך א ידועה

אין וואס זאג איך
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 4:15 pm

י' אייר - הילולת עלי הכהן

תגובהדורך אין וואס זאג איך » מיטוואך מאי 15, 2019 2:11 pm

עס איז דא 4 פלעצער {עכ"פ לידיעתי} וואס ווערט באצייכנט אלס קבר עלי הכהן
1) די מערסט מקורות'דיגע פלאץ איז אין שילה ביי א חורבה וואס ווערט גערופן כיפת השכינה, די פלאץ ווערט שוין דערמאנט דורך אשתורי הפרחי און נאך.
2) רוב ארכואלאגן זענען נישט צופרידן מיט די פריע'דיגע פלאץ און באצייכענען אויף א מערה וואס געפונט זיך אין אתר שילה הקדומה אלס דו קבר פון עלי הכהן {פון ר' אביש צעהנווירט האב איך אויך געהערט אז עס דארף זיין אין א מערה דארטן אין נישט אין חורבת כיפת השכונה}.
3) ר' ישראל מאיר גבאי טענה'ט אויף כוכין אינדרויסן פון די דארף שילה אז דארטן איז עס {פונקטליך פארוואס ווייסעך נישט און אזוי אויך האב איך געזוכט די כוכין אין נישט געקענט טרעפן}.
4) ר' משה מאנטיפיארי ברענגט אין זיין בוך אז ער איז געווען ביי די קבר פון עלי הכהן אין א פלאץ וואס געהערט פאר די שומרונים וואס ווערט גערופן סידנא עלי, די פלאץ געפונט זיך אין הרצליה גלייך נעבן דעם ים עס איז א ריזיגע מסגד וואס ווערט גערופן מסגד שיח סידנא עלי, היינט צוטאגס איז עס א אראבישע מסגד אבער זיי זענען זייער צופרידן ווען אידן קומען אהין {עס דאכט זיך מיר אז די תבואות הארץ פארפירט אז מען טאר נישט אהינגיין אבער איך האב עס נישט געקענט טרעפן}.
זכותו יגן עלינו ועכי"א
קיינער האט נאכנישט דערלייגט פון אויסהערן א צווייטן, אמאל האט א צווייטע אויך א ידועה

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » מיטוואך מאי 15, 2019 3:16 pm

אין וואס זאג איך האט געשריבן:1) גלייך ווען איר הייבט אהן דעם וועג פון מערת הלל הזקן וועט איר זעהן א קליינעם מערה אויף די רעכטע זייט {עס איז דא א איד וואס וואוינט אינעם מערה אבער מען קען צוקומען}, די מערה ווערט גערופן במסורת ירושלמי "מערת רבי חנינא בן דוסא", פארוואס פונקט ווייסעך נישט ווייל ער ליגט פשטות נישט דארט אבער אזוי האב איך געהערט פון אפאר עלטערע ירושלימע אידן.
2) אויפן וועג אראפ די בארג עט איר באמערקן 4 מערות געפארבט בלוי, דאס זענען די קברים פון רבי יוסי חטופא, רבי יהודה בן בתירא, רבי יוסי בן קיסמא און רבי טרפון לשיטת רבי ישראל מאיר גבאי.
3)ביים לעצטן דריי ארויף דעם בארג ממש פאר די שטיין פון שמאי הזקן געפינט זיך אויף די לינקע זייט {כמעט 2 מינוט וואק אריין אויף די בארג} א מערה וואס הרב גבאי באצייכנט אלס מערת תלמידי בית שמאי און אזוי אויך אלס קבר רבי אילא.
4)ביי די זייט פון די שטיין פון שמאי איז דא א מערה וואס ווערט גערופן מערת הכהנים.
5) ווען איר גייט ווייטער פון די מערת הכהנים אויף די לינקע זייט טרעפט איר איבערבלייבנישן פון א ביהמ"ד.
6) מען קען אריינגיין אין די מערה פון שמאי, די עפענונג איז אביסל אראפ די בארג אקעגן איבער פון די זייט וואס איר זענט געקומען.
7) אויף די רעכטע זייט פון די וועג וואס איר קומט אהן צו די שטיין איז דא א דינע וועג וואס נעמט אייך ביז כסא של אליהו.
"זייט געווארענט" אויב גייט איר ביי די צייט פונעם שקיעה גייט מיט א גרעסערע גרופע ווייל עס דרייען זיך גרופעס פון חזירי יער

א שיינעם דאנק

איך האף צו זיין דארט קומענדיגע וואך, אנטשולדיגט וואס איז דאס חזרי יער? אין פין וואס דארף איך זיין געווארענט פין ?

אין וואס זאג איך
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 4:15 pm

תגובהדורך אין וואס זאג איך » דאנארשטאג מאי 16, 2019 3:35 pm

פרישוואסער האט געשריבן:אנטשולדיגט וואס איז דאס חזרי יער? אין פין וואס דארף איך זיין געווארענט פין ?

דאס איז א חזיר היער, א חזיר וואס דרייט זיך ווילדערהייט, עס ווערט דערמאנט אין גמרא דאכט זיך מיר.
עס איז נישט אזוי סכנה'דיג, אבער אסאך מאל קענען זיי זיין אין גרויסע גרופעס בעיקר אין צייט פון שקיעה במילא איז געראטן צו גיין מיט א גרעסערע גרופע.
קיינער האט נאכנישט דערלייגט פון אויסהערן א צווייטן, אמאל האט א צווייטע אויך א ידועה

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 3:38 pm

אין וואס זאג איך האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:אנטשולדיגט וואס איז דאס חזרי יער? אין פין וואס דארף איך זיין געווארענט פין ?

דאס איז א חזיר היער, א חזיר וואס דרייט זיך ווילדערהייט, עס ווערט דערמאנט אין גמרא דאכט זיך מיר.
עס איז נישט אזוי סכנה'דיג, אבער אסאך מאל קענען זיי זיין אין גרויסע גרופעס בעיקר אין צייט פון שקיעה במילא איז געראטן צו גיין מיט א גרעסערע גרופע.

שכויעך!

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:13 pm

מאפע/מירון/שמאי הזקן
צוגעלייגטע
שמאי.JPG
מאפע
שמאי.JPG (523.66 KiB) געזעהן 370 מאל
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 8:04 pm

אין וואס זאג איך האט געשריבן:7) אויף די רעכטע זייט פון די וועג וואס איר קומט אהן צו די שטיין איז דא א דינע וועג וואס נעמט אייך ביז כסא של אליהו.

מה זאת 'כסא של אליהו'? שם מקום?

אין וואס זאג איך
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 4:15 pm

תגובהדורך אין וואס זאג איך » פרייטאג מאי 17, 2019 12:10 pm

יש מזל האט געשריבן:
אין וואס זאג איך האט געשריבן:7) אויף די רעכטע זייט פון די וועג וואס איר קומט אהן צו די שטיין איז דא א דינע וועג וואס נעמט אייך ביז כסא של אליהו.

מה זאת 'כסא של אליהו'? שם מקום?

א ריזן הויכע שטיין בצורה פון א לייב, עס איז דא א מסורה אז פון דארטן וועט אליהו הנביא אויסרופן "הגיע זמן גאולתכם".
גראדע איז דא א אינטרעסאנטע זאך אז ווען מ'קוקט פון מירון צום בארג פון כסא של אליהו זעהט מען די אותיות ז כ אויפן בארג, דאס ווערט שוין דערמאנט דורך ר' אשר זעליג מרגליות אין זיין ספר אויף מירון אז דאס מאכט "זה כסא".
קיינער האט נאכנישט דערלייגט פון אויסהערן א צווייטן, אמאל האט א צווייטע אויך א ידועה

אין וואס זאג איך
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 4:15 pm

תגובהדורך אין וואס זאג איך » פרייטאג מאי 17, 2019 12:26 pm

וללמוד אני צריך האט געשריבן:
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:עמוקה - הרב גבאי
ב) מוקרט, מובא בספר גלילות ארץ ישראל (רבים אומרים שהתנא הזה לא היה ולא נברא).

בנוגע התנא מוקרט, איז געווען אין פאריגן 'הפעמון' א שיינער מאמר, נאר א שאד וואס מען ערלויבט נישט דא ארויפצולייגן מער פון א מאגערע 256Kb עטעטשמענט, קען איך עס נישט דא אהערברענגען.

יא, געזען דעם ארטיקל. זייער שיין און קלאר ארויס געברענגט דעם טעות און פון וואו דער טעות שטאמט.

עס איז דא אפאר נקודות וואס מען דארף נעמען אין באטראכט פאר מען מאכט מסקנות לגבי קבר מוקרט, ראשית כל איז דאס עקזיסטענץ פון אזא קבר נישט דאס פאנטאזיע פון הרב גבאי נישט נאר לגבי דעם מקור נאר אויך לגבי מסורה, רוב קברי צדיקים און א"י ארבעט אויף מסורה אין אזוי האט טאקע קדמונינו געבויט רוב פון זייער פלעצער {הגם נישט אלע כגון קבר רבי יהודה בן תימא, מערת הבבליים, קבר מרדכי ואסתר ועוד}, בנוגע די מסורה פון קבר מוקרט האב איך אישית'דיג געהערט פון ר' נ"ד שפירא וואס ער פלעגט ארומגיין צוזאמען מיט'ן איש המסורה ר' בערל זילברמן צו קברי צדיקים און אסאך פלעצער וואס קדמונינו האט באשטעטיגט קומט דורך אים, אז עס איז געווען א 4 עקדיגע מערה אויפ'ן וועג אראפ פון נבורייא קיין עמוקה וואס ר' בערל פלעגט באצייכענען אלס קבר מוקרט {און טאקע פאר א יאר צוריק זענען אפאר אירע געגאנגען בהדרכתו פון ר' נ"ד און געטראפן פארשטעקט אזא מערה וואס ר' נ"ד האט טאקע באשטעטיגט אז אזוי האט עס אוסגעזעהן, מען קען אבער נישט באשטעטיגן ענטגילדיגט ווייל עס קען זיין אז עס איז דא נאך מערות אזוי} היוצא מדברי אז עס איז זיכער געווען אזא מסורה אויף אזא קבר און געגענט, הגם עס קען טאקע זיין אז עס איז א טעות.
חוץ מזה איז דעם פאקט אז מען ווייסט נישט פון אזא תנא אדער אמורא נישט קיין סיבה אפצופרעגן ווייל עס איז פארהאן נאך אזעלכע קברים, כדוגמת קבר חזקיה ראש הגולה אין ארבל, קבר רב זיפאי און זיו {עס ווערט דערמאנט דורך רבי יצחק חיון} ועוד.
קיינער האט נאכנישט דערלייגט פון אויסהערן א צווייטן, אמאל האט א צווייטע אויך א ידועה

אין וואס זאג איך
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 4:15 pm

קבר יואב בן צרויה אין חברון

תגובהדורך אין וואס זאג איך » פרייטאג מאי 17, 2019 12:32 pm

און ספר קברי רבותינו ברענגט ער א קבר פון יואב בן צרויה אין חברון, אפשר קען מען קלארשטעלן ווי דאס איז ווייל לפי ידיעתי איז נישט דא אזא פלאץ באשטעטיגט, הגם עס איז דא השערות.
קיינער האט נאכנישט דערלייגט פון אויסהערן א צווייטן, אמאל האט א צווייטע אויך א ידועה

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » פרייטאג מאי 17, 2019 2:03 pm

אין וואס זאג איך האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:
קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:עמוקה - הרב גבאי
ב) מוקרט, מובא בספר גלילות ארץ ישראל (רבים אומרים שהתנא הזה לא היה ולא נברא).

בנוגע התנא מוקרט, איז געווען אין פאריגן 'הפעמון' א שיינער מאמר, נאר א שאד וואס מען ערלויבט נישט דא ארויפצולייגן מער פון א מאגערע 256Kb עטעטשמענט, קען איך עס נישט דא אהערברענגען.

יא, געזען דעם ארטיקל. זייער שיין און קלאר ארויס געברענגט דעם טעות און פון וואו דער טעות שטאמט.

עס איז דא אפאר נקודות וואס מען דארף נעמען אין באטראכט פאר מען מאכט מסקנות לגבי קבר מוקרט, ראשית כל איז דאס עקזיסטענץ פון אזא קבר נישט דאס פאנטאזיע פון הרב גבאי נישט נאר לגבי דעם מקור נאר אויך לגבי מסורה, רוב קברי צדיקים און א"י ארבעט אויף מסורה אין אזוי האט טאקע קדמונינו געבויט רוב פון זייער פלעצער {הגם נישט אלע כגון קבר רבי יהודה בן תימא, מערת הבבליים, קבר מרדכי ואסתר ועוד}, בנוגע די מסורה פון קבר מוקרט האב איך אישית'דיג געהערט פון ר' נ"ד שפירא וואס ער פלעגט ארומגיין צוזאמען מיט'ן איש המסורה ר' בערל זילברמן צו קברי צדיקים און אסאך פלעצער וואס קדמונינו האט באשטעטיגט קומט דורך אים, אז עס איז געווען א 4 עקדיגע מערה אויפ'ן וועג אראפ פון נבורייא קיין עמוקה וואס ר' בערל פלעגט באצייכענען אלס קבר מוקרט {און טאקע פאר א יאר צוריק זענען אפאר אירע געגאנגען בהדרכתו פון ר' נ"ד און געטראפן פארשטעקט אזא מערה וואס ר' נ"ד האט טאקע באשטעטיגט אז אזוי האט עס אוסגעזעהן, מען קען אבער נישט באשטעטיגן ענטגילדיגט ווייל עס קען זיין אז עס איז דא נאך מערות אזוי} היוצא מדברי אז עס איז זיכער געווען אזא מסורה אויף אזא קבר און געגענט, הגם עס קען טאקע זיין אז עס איז א טעות.
חוץ מזה איז דעם פאקט אז מען ווייסט נישט פון אזא תנא אדער אמורא נישט קיין סיבה אפצופרעגן ווייל עס איז פארהאן נאך אזעלכע קברים, כדוגמת קבר חזקיה ראש הגולה אין ארבל, קבר רב זיפאי און זיו {עס ווערט דערמאנט דורך רבי יצחק חיון} ועוד.

קודם וויל אייך זאגן, איר שרייבט פיין, מיר גלייכן אייער שריפט, שרייבט און שרייבט..

מ'קען זאגן מיט א ברירות אז בר נש מיטן נאמען "מוקרט" איז לא היה ולא נברא.

איך האף מיר וועלן קענען אריינברענגען כבוד "קאטשקע אויפן וואסער", ער מסביר זיין מיט מער טוב טעם ודעת די גאצע סומאכטענע.

אבער דערווייל וועלן מיר אייך זאגן אין קורצן, די גאנצע טעות פון זאגן אז עס איז געווען א בר נש מיטן נאמען "מוקרט" קומט פון ספר "סדר הדורות". אינכם מפתח פון דעם ערשטן דרוק פון סדר הדורות ברענגט ער דארט אז עס לכאורה נישט געווען קיין תנא אדער אן מיטן נאמען "מוקרט".

בדרך אגב איר האט אויך געשריבן וועגן א תנא/אמורא מיט נאמען "רבי יוסי חטופה" דאס איז אויך א טעות וואס גראדע דער "סדר הדורות" פלאגט זיך שוין דערמיט. ער וויל עפעס פרובירן צו זאגן רבי יוסי בן חטוף, אבער נישט "רבי יוסי חטופה".

ועוד חזון למועד, צו שרייבן נאך הערות אויף אייער אויבישטער מאמר.
לעצט פאראכטן דורך וללמוד אני צריך אום מוצ"ש מאי 18, 2019 11:09 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » פרייטאג מאי 17, 2019 2:05 pm

אין וואס זאג איך האט געשריבן:און ספר קברי רבותינו ברענגט ער א קבר פון יואב בן צרויה אין חברון, אפשר קען מען קלארשטעלן ווי דאס איז ווייל לפי ידיעתי איז נישט דא אזא פלאץ באשטעטיגט, הגם עס איז דא השערות.

דער קבר איז לויט די מסורה פון סדר הדורות בשם גלילות ארץ ישראל נעבן אבנר בן נר (מובא בספר המקומות הקדושים לרבי יחיאל מעכיל שטערן). דער מלקט פון ספר 'קברי רבותינו' איז נאך קיינמאל דארט געווען, נאר מקבל געווען מפי השמועה, ווייל דארט איז א מקום סכנה.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

אין וואס זאג איך
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 4:15 pm

תגובהדורך אין וואס זאג איך » מאנטאג מאי 20, 2019 3:22 pm

וללמוד אני צריך האט געשריבן:
אין וואס זאג איך האט געשריבן:און ספר קברי רבותינו ברענגט ער א קבר פון יואב בן צרויה אין חברון, אפשר קען מען קלארשטעלן ווי דאס איז ווייל לפי ידיעתי איז נישט דא אזא פלאץ באשטעטיגט, הגם עס איז דא השערות.

דער קבר איז לויט די מסורה פון סדר הדורות בשם גלילות ארץ ישראל נעבן אבנר בן נר (מובא בספר המקומות הקדושים לרבי יחיאל מעכיל שטערן). דער מלקט פון ספר 'קברי רבותינו' איז נאך קיינמאל דארט געווען, נאר מקבל געווען מפי השמועה, ווייל דארט איז א מקום סכנה.

עס איז זייער אינטרעסאנט וואס איר זאגט אז לפי המסורה ליגט ער נעבן אבנר בר נר ווייל לפי ידיעתי שטייט אין נ"ך אז מען האט באגראבן יואב בן צרויה אין זיין הויז וואס איז אין חברון.
א ב,לג וְשָׁבוּ דְמֵיהֶם בְּרֹאשׁ יוֹאָב, וּבְרֹאשׁ זַרְעוֹ לְעֹלָם; וּלְדָוִד וּלְזַרְעוֹ וּלְבֵיתוֹ וּלְכִסְאוֹ יִהְיֶה שָׁלוֹם, עַד-עוֹלָם--מֵעִם יְהוָה. א ב,לד וַיַּעַל, בְּנָיָהוּ בֶּן-יְהוֹיָדָע, וַיִּפְגַּע-בּוֹ, וַיְמִתֵהוּ; וַיִּקָּבֵר בְּבֵיתוֹ, בַּמִּדְבָּר.
אני הקטן בין שוין געווען ביי קבר אבנר בר נר אבער עס שטייט נישט דארט גארנישט לגבי יואב בן צרויה (עס איז אבער נישט קיין שום ראי').
בדרך אגב איז ארויפגעקומען א השערה לעצטנס ווי עס קען אפשר זיין אבער היות איך בין נאכנישט געווען דארטן אין איך האב נישט פונקט פארשטאנען ווי עס דארף צו אויסקומען על איך דערווייל ווארטן עס זאל אויסגעקלארט ווערן כדי נישט צו ברענגען קיין האלבע מעשיות.
קיינער האט נאכנישט דערלייגט פון אויסהערן א צווייטן, אמאל האט א צווייטע אויך א ידועה

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » דינסטאג מאי 21, 2019 5:14 pm

אין וואס זאג איך האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:
אין וואס זאג איך האט געשריבן:און ספר קברי רבותינו ברענגט ער א קבר פון יואב בן צרויה אין חברון, אפשר קען מען קלארשטעלן ווי דאס איז ווייל לפי ידיעתי איז נישט דא אזא פלאץ באשטעטיגט, הגם עס איז דא השערות.

דער קבר איז לויט די מסורה פון סדר הדורות בשם גלילות ארץ ישראל נעבן אבנר בן נר (מובא בספר המקומות הקדושים לרבי יחיאל מעכיל שטערן). דער מלקט פון ספר 'קברי רבותינו' איז נאך קיינמאל דארט געווען, נאר מקבל געווען מפי השמועה, ווייל דארט איז א מקום סכנה.

עס איז זייער אינטרעסאנט וואס איר זאגט אז לפי המסורה ליגט ער נעבן אבנר בר נר ווייל לפי ידיעתי שטייט אין נ"ך אז מען האט באגראבן יואב בן צרויה אין זיין הויז וואס איז אין חברון.
א ב,לג וְשָׁבוּ דְמֵיהֶם בְּרֹאשׁ יוֹאָב, וּבְרֹאשׁ זַרְעוֹ לְעֹלָם; וּלְדָוִד וּלְזַרְעוֹ וּלְבֵיתוֹ וּלְכִסְאוֹ יִהְיֶה שָׁלוֹם, עַד-עוֹלָם--מֵעִם יְהוָה. א ב,לד וַיַּעַל, בְּנָיָהוּ בֶּן-יְהוֹיָדָע, וַיִּפְגַּע-בּוֹ, וַיְמִתֵהוּ; וַיִּקָּבֵר בְּבֵיתוֹ, בַּמִּדְבָּר.
אני הקטן בין שוין געווען ביי קבר אבנר בר נר אבער עס שטייט נישט דארט גארנישט לגבי יואב בן צרויה (עס איז אבער נישט קיין שום ראי').

מיר זענען נישט זיכער וואס איר מיינט צו שרייבן מיט די ווערטער "לפי ידיעתי שטייט אין נ"ך אז מען האט באגראבן יואב בן צרויה אין זיין הויז וואס איז אין חברון"

ווי איר אליין ברענגט דעם לשון הפסוק "ויעל בניהו בן יהוידע ויפגע בו וימתהו ויקבר בביתו במדבר", שטייט דא אז מ'האט אים מקבר געווען אין מדבר, אין זיין הויז. פשטות, מיינט דאס, אין זיין הויז וואס האט זיך געפונען אין מדבר, אבער דא שטייט נישט קיין ווארט וועגן "חברון". אויב זעט איר יא ערגעץ וואו אין פסוק דערמאנט "חברון" איז דאס נאך בעסער ווייל דאס פלאץ וואו מ'ווייזט היינט אן, איז אין חברון.

אויב האט איר א פראבלעם ווייל עס שטייט אין פסוק אז דאס איז געווען אין "מדבר", שטייט שוין אין רד"ק וזה לשונו: מדבר יקרא מקום שאין שם ישוב כלל, ויקרא גם מדבר מקום שהוא ביישוב אבל אינו עיבוד יניחנו למרעה הבהמות וכו' שטייט דא קלאר, אז דאס וואס שטייט אין פסוק "מדבר" איז לאו דוקא געווען אין א מדבר, זייער ענליכע ווערטער שרייבט דער רלב"ג.

אין ספר סדר הדורות שטייט די ווערטער: "קבורת יואב בן צרויה ואבנר בן נר בשוק של חברון" וכו'
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך מאי 22, 2019 3:29 pm

די גמרא זאגט (איך דענק נישט ווי לע׳׳ע. וועסט דארפן פרעגן די ת׳׳ח) אז ביתו במדבר מיינט נישט זיין הויז אין מדבר נאר אז יואב בן צרוי׳ האט געלאזט זיין הויז הפקר ווי א מדבר דהיינו לגבי הכנסת אורחים און אז ער איז געווארן באגראבן ביי זיין געהעריגע הויז.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך מאי 22, 2019 3:56 pm

אין וואס זאג איך האט געשריבן:1) גלייך ווען איר הייבט אהן דעם וועג פון מערת הלל הזקן וועט איר זעהן א קליינעם מערה אויף די רעכטע זייט {עס איז דא א איד וואס וואוינט אינעם מערה אבער מען קען צוקומען}, די מערה ווערט גערופן במסורת ירושלמי "מערת רבי חנינא בן דוסא", פארוואס פונקט ווייסעך נישט ווייל ער ליגט פשטות נישט דארט אבער אזוי האב איך געהערט פון אפאר עלטערע ירושלימע אידן.
2) אויפן וועג אראפ די בארג עט איר באמערקן 4 מערות געפארבט בלוי, דאס זענען די קברים פון רבי יוסי חטופא, רבי יהודה בן בתירא, רבי יוסי בן קיסמא און רבי טרפון לשיטת רבי ישראל מאיר גבאי.
3)ביים לעצטן דריי ארויף דעם בארג ממש פאר די שטיין פון שמאי הזקן געפינט זיך אויף די לינקע זייט {כמעט 2 מינוט וואק אריין אויף די בארג} א מערה וואס הרב גבאי באצייכנט אלס מערת תלמידי בית שמאי און אזוי אויך אלס קבר רבי אילא.
4)ביי די זייט פון די שטיין פון שמאי איז דא א מערה וואס ווערט גערופן מערת הכהנים.
5) ווען איר גייט ווייטער פון די מערת הכהנים אויף די לינקע זייט טרעפט איר איבערבלייבנישן פון א ביהמ"ד.
6) מען קען אריינגיין אין די מערה פון שמאי, די עפענונג איז אביסל אראפ די בארג אקעגן איבער פון די זייט וואס איר זענט געקומען.
7) אויף די רעכטע זייט פון די וועג וואס איר קומט אהן צו די שטיין איז דא א דינע וועג וואס נעמט אייך ביז כסא של אליהו.
"זייט געווארענט" אויב גייט איר ביי די צייט פונעם שקיעה גייט מיט א גרעסערע גרופע ווייל עס דרייען זיך גרופעס פון חזירי יער

אויב דענק איך גוט איז רבי יוסי בן קיסמא אינגאנצן די אנדערע זייט פון הילל הזקן.
ווען מען גייט אדורך הילל הזקן גייט מען אדורך קבר רבי יוחנן הסנדלר דערנאך די בני עקיבא קאמפלעקס דערנאך דעם בית המדרש העתיק און דערנאך מערת רבי יוסי בן קיסמא צווישן פארשידענע מערת כוכין.
קבר שמאי הזקן און דער כסא של אליהו איז אריין אינעם וועלדל נאך פאר מען גייט ארויף די טרעפ צו רבי יוחנן הסנדלר.

אויף די מעפס איז רבי יוסי בן קיסמא אין די אלטע שול ביי די זייט פון דרך בורמא

אזוי דענק איך על כל פנים און אויב מאך איך א טעות בעסער מיך אויס

אין בפני מפה מציון המציוינת והשטח קען איך נישט צייכענען ווי וואס ווען

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך מאי 22, 2019 6:48 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:

די גמרא געפונט זיך אין מסכת סנהדרין מט.

לשון הגמרא: ויקבר בביתו במדבר אטו ביתו מדבר הוא אמר רבי יהודה כמדבר מה מדבר מופקר לכל אף ביתו של יואב, אבער דאס איז נאר א דרש.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך מאי 22, 2019 7:09 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
אין וואס זאג איך האט געשריבן:1) גלייך ווען איר הייבט אהן דעם וועג פון מערת הלל הזקן וועט איר זעהן א קליינעם מערה אויף די רעכטע זייט {עס איז דא א איד וואס וואוינט אינעם מערה אבער מען קען צוקומען}, די מערה ווערט גערופן במסורת ירושלמי "מערת רבי חנינא בן דוסא", פארוואס פונקט ווייסעך נישט ווייל ער ליגט פשטות נישט דארט אבער אזוי האב איך געהערט פון אפאר עלטערע ירושלימע אידן.
2) אויפן וועג אראפ די בארג עט איר באמערקן 4 מערות געפארבט בלוי, דאס זענען די קברים פון רבי יוסי חטופא, רבי יהודה בן בתירא, רבי יוסי בן קיסמא און רבי טרפון לשיטת רבי ישראל מאיר גבאי.
3)ביים לעצטן דריי ארויף דעם בארג ממש פאר די שטיין פון שמאי הזקן געפינט זיך אויף די לינקע זייט {כמעט 2 מינוט וואק אריין אויף די בארג} א מערה וואס הרב גבאי באצייכנט אלס מערת תלמידי בית שמאי און אזוי אויך אלס קבר רבי אילא.
4)ביי די זייט פון די שטיין פון שמאי איז דא א מערה וואס ווערט גערופן מערת הכהנים.
5) ווען איר גייט ווייטער פון די מערת הכהנים אויף די לינקע זייט טרעפט איר איבערבלייבנישן פון א ביהמ"ד.
6) מען קען אריינגיין אין די מערה פון שמאי, די עפענונג איז אביסל אראפ די בארג אקעגן איבער פון די זייט וואס איר זענט געקומען.
7) אויף די רעכטע זייט פון די וועג וואס איר קומט אהן צו די שטיין איז דא א דינע וועג וואס נעמט אייך ביז כסא של אליהו.
"זייט געווארענט" אויב גייט איר ביי די צייט פונעם שקיעה גייט מיט א גרעסערע גרופע ווייל עס דרייען זיך גרופעס פון חזירי יער

אויב דענק איך גוט איז רבי יוסי בן קיסמא אינגאנצן די אנדערע זייט פון הילל הזקן.
ווען מען גייט אדורך הילל הזקן גייט מען אדורך קבר רבי יוחנן הסנדלר דערנאך די בני עקיבא קאמפלעקס דערנאך דעם בית המדרש העתיק און דערנאך מערת רבי יוסי בן קיסמא צווישן פארשידענע מערת כוכין.
קבר שמאי הזקן און דער כסא של אליהו איז אריין אינעם וועלדל נאך פאר מען גייט ארויף די טרעפ צו רבי יוחנן הסנדלר.

אויף די מעפס איז רבי יוסי בן קיסמא אין די אלטע שול ביי די זייט פון דרך בורמא

אזוי דענק איך על כל פנים און אויב מאך איך א טעות בעסער מיך אויס

אין בפני מפה מציון המציוינת והשטח קען איך נישט צייכענען ווי וואס ווען

יא, איר געדענקט גוט. די גאנצע וועלט ווייסט אז רבי 'יוסי בן קסמא' ליגט נעבן, (אראפ) פון דרך בורמא. ר' ישראל מאיר גבאי טענה'ט אז רבי יוסי בן קסמא, ליגט צוזאמען מיט רבי יהודה בן בתירה אויפן וועג אראפ נעבן דעם ענדע פון דרך הכהנים צום מערה פון רבי שמעון בר יוחאי.

אגב מ'דארף נישט גיין דורך קבר רבי יוחנן הסנדלר און דערנאך צו בני עקיבא, ס'איז א דרך ארוכה.

ס'איז גרינגער און שנעלער צו גיין אויפן וועג ארויף צום מערה פון רבי שמעון (דער דרך המלך) אביסל העכער דעם שזפרון געשעפט איז דא א קליינע ראוד אויף די לינקע זייט וואס פירט צו דרך בורמא. אויף דרך בורמא מאכט א רעכטס, אביסל ארויפציר אויף די לינקע זייט וועט אחר זען א שילד, מ'דארף ארויף גיין שטיגן.

עס איז דא צוויי אלטע שוהלן איינס איז נעבן קבר רבי יוסי בן קסמא און איינס נעבן קבר שמאי הזקן.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

אין וואס זאג איך
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 4:15 pm

תגובהדורך אין וואס זאג איך » דאנארשטאג מאי 23, 2019 3:44 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
אין וואס זאג איך האט געשריבן:1) גלייך ווען איר הייבט אהן דעם וועג פון מערת הלל הזקן וועט איר זעהן א קליינעם מערה אויף די רעכטע זייט {עס איז דא א איד וואס וואוינט אינעם מערה אבער מען קען צוקומען}, די מערה ווערט גערופן במסורת ירושלמי "מערת רבי חנינא בן דוסא", פארוואס פונקט ווייסעך נישט ווייל ער ליגט פשטות נישט דארט אבער אזוי האב איך געהערט פון אפאר עלטערע ירושלימע אידן.
2) אויפן וועג אראפ די בארג עט איר באמערקן 4 מערות געפארבט בלוי, דאס זענען די קברים פון רבי יוסי חטופא, רבי יהודה בן בתירא, רבי יוסי בן קיסמא און רבי טרפון לשיטת רבי ישראל מאיר גבאי.
3)ביים לעצטן דריי ארויף דעם בארג ממש פאר די שטיין פון שמאי הזקן געפינט זיך אויף די לינקע זייט {כמעט 2 מינוט וואק אריין אויף די בארג} א מערה וואס הרב גבאי באצייכנט אלס מערת תלמידי בית שמאי און אזוי אויך אלס קבר רבי אילא.
4)ביי די זייט פון די שטיין פון שמאי איז דא א מערה וואס ווערט גערופן מערת הכהנים.
5) ווען איר גייט ווייטער פון די מערת הכהנים אויף די לינקע זייט טרעפט איר איבערבלייבנישן פון א ביהמ"ד.
6) מען קען אריינגיין אין די מערה פון שמאי, די עפענונג איז אביסל אראפ די בארג אקעגן איבער פון די זייט וואס איר זענט געקומען.
7) אויף די רעכטע זייט פון די וועג וואס איר קומט אהן צו די שטיין איז דא א דינע וועג וואס נעמט אייך ביז כסא של אליהו.
"זייט געווארענט" אויב גייט איר ביי די צייט פונעם שקיעה גייט מיט א גרעסערע גרופע ווייל עס דרייען זיך גרופעס פון חזירי יער

אויב דענק איך גוט איז רבי יוסי בן קיסמא אינגאנצן די אנדערע זייט פון הילל הזקן.
ווען מען גייט אדורך הילל הזקן גייט מען אדורך קבר רבי יוחנן הסנדלר דערנאך די בני עקיבא קאמפלעקס דערנאך דעם בית המדרש העתיק און דערנאך מערת רבי יוסי בן קיסמא צווישן פארשידענע מערת כוכין.
קבר שמאי הזקן און דער כסא של אליהו איז אריין אינעם וועלדל נאך פאר מען גייט ארויף די טרעפ צו רבי יוחנן הסנדלר.

אויף די מעפס איז רבי יוסי בן קיסמא אין די אלטע שול ביי די זייט פון דרך בורמא

אזוי דענק איך על כל פנים און אויב מאך איך א טעות בעסער מיך אויס

אין בפני מפה מציון המציוינת והשטח קען איך נישט צייכענען ווי וואס ווען

דער ציון פון ר' יוסי בן קיסמא וואס איר רעדט פון איז די מסורה'דיגע, אונז האבן געשריבן אז מיר רעדן פון דער מקום לשיטת גבאי {מיר גייען נישט אריינגיין יעצט אין די סאמוטאכע ארום דעם, אבער אין דעם pdf file וואס געפונט זיך אנהייב פון דעם אשכול איז ער גאר שיין מברר דעם אמת}
קיינער האט נאכנישט דערלייגט פון אויסהערן א צווייטן, אמאל האט א צווייטע אויך א ידועה

צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט