רגזה ותרעש הארץ בעיה"ק צפת וטבריה - כ"ד טבת תקצ"ז - באשרייבונג

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

רגזה ותרעש הארץ בעיה"ק צפת וטבריה - כ"ד טבת תקצ"ז - באשרייבונג

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 2:22 am

ב"ה

די זוהן שיקט שוין איהרע לעצטע שטראלען, און טוט פארבן די הימל מיט א רויטליכער קאליר, איידער זי גייט פארשווינדען ווערן אינטער די הייליגער פרעכטיגע בערג, וואט טוט באצירן די פאנאראמע פון די הייליגע שטאט צפת.

חסידים ואנשי מעשה זענען באשעפטיגט, דער מיט'ן שופך שיח זיין ביי תפילת מנחה עם דמדומי חמה, און דער איז יעצט איינגעזינקען אין זיין יגיעת התורה, די עקרות הבית גרייטען צי נאכטמאל פאר זייערע בני משפחה וואס זאלן זיך באלד אומקערן פון נאך א טאג הארעוואניע אין עבודת ה'.

א געהעריגע נאכמיטאג אין עיה"ק צפת תו"ב

געווען איז דאס א זינטאג נאכמיטאג אין די הייליגע שטאט, וואס איז פון די הייליגסטע פלעצער איבער די וועלט, סיי ווייל זי איז פלאצירט אין די ארץ אשר תמיד עיני ה' אלוקיך בה, אין סיי צוליב איהר גלענצענדע גאלדענע היסטאריע וואס זי האט, נאך מימות הנביאים, מצוקי ארץ מלאכי מעלה האבן דא קובע געווען זייער מקום לעבוד את ה', דא האט דער מלאך געלערנט מיט די הייליגע בית יוסף, דא האט דער הייליגער אריז"ל מגלה געווען סודות התורה, דא האט דער הייליגער רמ"ק געלערנט פאר זיינע תלמידים, דא האט אליהו הנביא געלערנט מיט צענדליגער צדיקים, דא האט די חרדים געדינט אלס א משמש, און דא איז באגראבן ככפלים יוצאי מצרים בעלי רוח הקודש, און ביז יעצט דרייען זיך דא דערהויבענע הייליגע צדיקים, וואס דינען דער אייבישטער יעדער אויף זיין מהלך, פון תלמידי הבעשטה"ק, ביז תלמידי הגר"א, און די שטאט איז היינט ווייטער ממשיך מיט איהר הייליגער רוטין, קיין סימנים טועהן נישט אנצייכענען וואס דא גייט אט אט געשעהן...

הרעש הנורא שפקד את עיה"ק צפת


פלוצלינג איז דאס געשעהן, צ'פת פ'תאום ת'יחרב, דאס לעבן האט זיך אויפגעהערט…

די חרון אף פונעם המביט לארץ ותרעד האט יורד געווען, "גבירה לוקה" אויפן פולסטער זון פון ווארט….

די ערד האט זיך גענומען טרייסלען אין א שטארקייט, און אין א פעסטקייט וואס וועט יארן שפעטער געמאסטן ווערן אלס זיבען אין ריכטער וואג (בערך), און געבידעס האבן אנגעהויבען איינפאלן העכער איהרע איינוואוינער, א שרעקליכע בהלה איז אנשטאנען, מען האט פראבירט צי אנטלויפן, אבער נישט געווען ווי, די צפת'ע הייזער וואס זענען געבויעט אויף א בארג, האט אנגעהויבען פאלן אויף אראפ, בניינים אויף בניינים, א שווערע מפולת, פארכאפענדיג און באגראבענדיג אין זיך טויזענטער, חסידים ואנשי מעשה, תלמידי חכמים ויראים, נשים צדקניות וילדיהן, און פארוואונדענדיג נאך טויזענטער, ה"י.

פיר אזייגער נאכמיטאג איז דאס געווען ווען די ערד האט געציטערט פאר גאנצע צוואנציג סעקונדעס, למרבה הפלא האט די זון וואס האט ביז יעצט געשיינט ווי אין א זיממער טאג אויפגעהערט שיינען, און א שלאקס רעגן האט זיך אראפ געלאזטאויף די נארוואס חרוב געווארענע שטאט, און פינעף מינוט דערויף האט דער ערד ווידער געציטערט, די רעש האט אנגעזייעט א חורבן נורא, די גאנצע הייליגע שטאט וואס האט אזוי פול קדושה איינגעזאפט, די הייליגע שוהלען ווי גדולי הדורות האבן געלערנט תורה בנגלה ובנסתר, זענען אלס איבערגעקערט געווארן פאר איין גרויסע חורבה, ה"י, וואס מען האט אויף דעהם געזאגט אז פון חורבן הבית איז נאכנישט געווען אזא חורבן אין ארץ ישראל.

פארשער זאגן אז די ערד ציטערניש איז נישט געווען אזי שטארק צי אנזייער אזא חורבן, ווי די געבוי פון צפת, וואס איז געווען געבויעט אויף א בערגיקער אופן, געביידעס אויף געביידעס, ווען די דאך פון די געביידע ווערט געניצט אלס א דורכגאנג און א חצר פאר די איינוואוינער פומעם העכערען געביידע, בנוסף איז די ערד געווען גאר טריקען צוליב די ווייניג רעגן יענע יאר, וואס דאס האט ביישטייערט צי די שוואכקייט פון די ערד, און אין די רגע וואס די בערגיקע ערד האט זיך גענומען שאקלען, האט זי אנגעהויבען צי גליטשען אויף אראפ, אראפ ווארפענדיג איין בנין אויפן צווייטען און יענער אויפן דריטען, ווי א דאמינא, נישט געבליבען אפילו א איינצעלנע געביידע אין שטאט, מעגליך אז ווען די רעגן וואלט א ביסל מקדים געווען וואלט די אומגליק נישט געווען אזוי גרויס, ביי אונז אידן רופט מען דאס א גזירה מן השמים!

די טראגעדיע האט זיך דא נישט געענדיגט, דער טעלעפאון וועט ערפינדען ווערן הערשט פערציג יאר שפעטער, און קיין רויטער קרייץ איז נאכנישט דא, די טויזענטער הרוגים זענען געווען באגראבן אינטער די ברוכווארג ווארטנדיג מען זאל זיי באגראבן, און פולע פארוואונדעטע זענען פארכאפט ווארטענדיג אויף רעטינג הילף, הונדערטע געראטעוועטע ווארטן אויף מעדיצינישע הילף, אבער עס איז נישט אנגעקומען, נישט געווען ווער עס זאל העלפן.

אויב דאס איז נישט גענוג, זענען די ניצולים געבליבען בעירום ובחוסר כל, אן קיין דאך אויפען קאפ, און די ווינטערדיג וועטער האט געבוזשעוועט, מיט קעלט און רעגן און אפילו שנייען, און נישט געווען ווי זיך צי באשיצען, אויך קיין עסנווארג איז נישט געווען צי באקומען, און קיין וועג צי שיקען מענטשן צי ווייטערע שטעט צי מודיע זיין איבער די מצב איז נישט געווען.

דער הייליגער בת עין וואס האט איבער געלעבט (קוק ווייטער) האט דאן פראבירט צי טוהן די מערסטע וואס ער האט געקענט, ער האט אויפגעבויעט אינדרויסען פון שטאט א האלצערנע בודקע ווי ער האט צאמגענומען אלחע פלטים און זיי געהאלפן מיט די מערסטע וואס ער האט געקענט, און זיי מחזק געווען מיט זיין הייליגע גייסט, אבער נאך אלס, האט זיך אויסגעפעלט א ריזן כח פון דרויסענדיגע הילף, וואס עס איז נישט אנגעקומען.

א טאטאלער כאאס, ה"י.

א געשאצטער צאל פון איבער צוויי טויזענט אידן זענען דאן אומגעקומען, ה"י, און נאך איבער צוויי טויזענט ישמעאלים.

בנוסף צי דעהם האבן די אראבישע שכנים פון די ווייטערער דערפלעך אויסגעניצט די מצב, און געפלינטערט צווישן די ברוכווארג און גע'גנב'עט פון נאר וואס עס איז זיי געקומען אינטער די האנט.

1837_Galilee_earthquake_epicentre (1).png
די מאפע פון די ערד ציטערניש צענטער
1837_Galilee_earthquake_epicentre (1).png (302.19 KiB) געזעהן 704 מאל

ויהי לנס: הרה"ק הבת עין והגאון רבי ישראל משקלאוו, זי"ע


ווי אלע מאל זעהט מען בתוך ההסתר אויך א טראפעלע ליכטיגקייט, אויך דא מתוך האפילה האט דער רבש"ע זיך אבער מרחם געווען, און געשיצט אויף מנהיגיהם ורבותיהם פון די קהילות.

צום ערשטנס איז ידוע די נס פלא וואס האט פאסירט מיט הרה"ק רבי אברהם דוב מאווריטש זי"ע בעל בת עין דער מנהיג פון ק"ק חסידים, ער זאל איבער בלייבען פאר א שיץ פאר די צעבראכענע קהילה וואס האט פארלוירען מסלתה ומשמנה, ווי מען פארציילט איז שוין פון אנפאנג יאר די רבי געווען אנגעצויגען, זיך אויסדוקענדיג אז מען דארף גרוס רחמים.

אין יענער ביטער נאכמיטאג האט דער רבי געהאלטן אינמיטן תפילת מנחה מיט זיינע תלמידים, ווען אינמיטען האט דער ערד אנגעהויבען טרייסלען, די אנוועזענדע האבן געוואלט אנהויבען אנטלויפען, אבער די רבי האט זיי באפוילען נישט אנטלויפען, נאר צי קומען ארום איהם אין מזרח זייט, דער רבי איז דאן געפאלן צי די ערד און איינגעריסן וועלטן, און די גרויסע נס איז געשעהן, די מערב וואנט פון די שוהל און א ריזן טייל פון די דאך זענען איינגעפאלן, אבער די טייל וואס איז געווען העכער די רבי מיט די אנוועזענדע איז בדרך נס בחסדי ה' שטיין געבליבען, אהן קיין ריכטיגע אינטערהאלט, ויהי לפלא עד עצם היום הזה.

די רבי האט שפעטער פארציילט אז ער האט געזעהן אז די שטיינער פאלן אויף זייטוועגס, נישט ווי דער דרך הטבע וואלט ווען געווען אז עס זאל פאלן אויף אראפ, האט ער פארשטאנען אז די סכנה איז גרויס און מעשה שטן הצליח צי אראפ ברענגן א חרון אף, האט ער געפאלן צי די ערד זיך צי מכניע זיין אינגאנצן צי מבטל זיין דער כח פונעם שטן.

345px-Awritsh.jpg
345px-Awritsh.jpg (30.63 KiB) געזעהן 704 מאל

אזוי אויך האט דער רבש"ע זיך מרחם געווען און מציל געווען דער מנהיג פון די אידישע ישוב אין ארה"ק יענע יארן הגאון רבי ישראל משקלאוו זצוק"ל בעל פאת השולחן ותקלין חדתין מגדולי תלמידי הגר"א ורב דק"ק פרושים וועלכער האט פונקט אין יענע טאג געוויילט אין ירושלים, שוין אהין פארענדיג עשרה בטבת יענע יאר צוליב דעהם וואס ער האט אפגעקויפט א חצר צי בויען דער ביהמ"ד וביהכ"נ לקהילת הפרושים, ווי ער אליין שרייבט שפעטער,

"חסדי ה' אזכיר, כי כל הסיבות שסבב בעל הסיבות ית"ש בענין מקנה החצר לבהכ"נ דכוללנו פה, שלא ידעתי מה ומי הכניסנו באותו הצער שהיה לי מזה כידוע עתה ראיתי כי כל זה היה סיבת הצלתו ית"ש אותי…"

הרעש בעיה"ק טבריה

אין די נאענטע עיה"ק טבריה איז די מצב אויך נישט לייכט געווען, און אט די הייליגע ישוב וועלכער מצוקי ארץ מתלמידי הבעשטה"ק זי"ע האבן געוואוינט, חסידים ויראים האבן דארטן געדינט דעהם אייבירשטער, האט דער ערד ציטערניש אויך באגראבען פולע קרבנות, איינווארפענדיג די חומה און פולע געביידעס, און אויב עס איז נישט גענוג געווען האט דער וואסער פונעם ים כנרת אויפגעשאקלט און פאראורזאכט א שטיקל צונאמי, ווואס האט פארפלייצט די שטאט, אלס ציזאמען זענען א געשאצטע צאל פון צווישן זעקס הונדערט ביז זיבען הונדערט נפשות דארט אומגעקומען, ה"י, און פולע זענען פארוואונדערט געווארן ל"ע.

אויך הגאון רבי חיים אבולעפיא נסים זצוק"ל איז פארוואונדעט געווארן אין פוס, אבער בחסדי ה' האט ער איבער געלעבט.

דורך אויס די גאנצע גליל געגנט ווי די רעש האט אנגעטראפן זענען אומגעקומען צווישן 5000 ביז 7000 מענטשן, ה"י.

דער ישועה


די בני המשפחה פון רבי ישראל שקלאווער האבן זיך דאן אויסגעהאלטן אין עיה"ק טבריה ביי די בעדער, און האבן בחסדי ה' איבער געלעבט, האבן זיי געשיקט א שליח צי עיה"ק ירושלים תו"ב צום טאטען פארציילען איבער די אומגליק.

גאנצע 11 טעג האט געדויערט ביז די שליח איז אנגעקומען קיין ירושלים מיט די בשורת איוב, גאנצע 11 טעג האבן די בני ירושלים נישט געוויסט וואס האט פאסירט מיט זייערע צפת'ע און טבריה ברודער, גאנצע 11 טעג וואס מען וואלט נאך געקענט ראטעווען גאר א סך, אבער די רצון ה' איז אנדערש געווען.

ווען די בשורה איז אנגעקומען, האט א שאק און א שוידער איבער גענומען אלע בני ירושלים, תענית אבל ומספד, אבער ר' ישראל האט זיך באלד אריענטירט, און אנגעהויבען צי פראבירען ראטעווען וואס נאר עס איז נאך פארבליבען.

פון די ספרד'ישע ברודער אין ירושלים האט ער צעזאמגעבארגט די פאנטאסטישע סומע פון צוועלעף טויזענט גרושים צי קענען העלפן ווידער בויען עיה"ק צפת, און האט באלד געשיקט א משלחת קיין צפת פון צוואנציג אידן, און בראשם האט ער געשטעלט זיין איידעם הגאון ר' ישעה בארדאקי זצ"ל און העסקן הרב אריה נאמן זצ"ל.

די משלחת איז אריבער געפארן צי גליל, און פאר זייערע אויגען האט זיך אנטפלעקט די שוידערליכער מחזה, זיי האבן בליץ שנעל געדינגען פולע ארבייטער צי אפרייניגען די ברוכווארג, און באגראבן פולע קרבנות אין די דערנעבענדיגע בית החיים, און דערלאנגט םאר די איבערלעבר די נויטיגע הילף.

ליידער האט מען אבער מער ווי פינעף הונדערט קרבנות נישט געטראפן, זיי זענען געבליבען באגראבן אין די חורבות אויף אייביג.

ר' ישראל איז נישט געבליבען רועהן, און געשיקט שלוחים צי חוץ לארץ צי ציזאם קלייבען די נויטיגע סומעס צי איבער בויען די ישוב, און א בריוו וואס ער האט געשיקט צי דער ראש הכולל אין אמסטערדאם רבי צבי הירש לעהרן זצ"ל שילדערט ער די שרעקליכע טראגעדיע,

"אוי ואבוי, זה נשאר בלא אשה, וזאת בלא בעל, וזה וזה בלא בנים, ובנים בלא אבות…"

צי דער בריוו האט ציגעלייגט א בריוו רבי אריה נאמן ווי ער האט געשילדערט וואס ער אליין האט געזעהן מיט די אייגענע אויגען.

געלט האבן טאקע אנגעהויבען פליהסען, די אידישע ברודער אין חוץ לארץ זענען צעשוידערט געווארן צי די שרקעליכע טראגעדיע, און בייגעשטייערט וואס נאר זיי האבן געקענט, ביז עס האט זיך אנגעזאמעלט א שיין סומע געלט.

ר' ישראל אליין איז שוין פארבליבען אין ירושלים, אבער זיינע שלוחים וואס זענען געקומען קיין צפת, לצד דער הייליגער בת עין וועלכער האט אין א זייט געלייגט זיין אייגענע צרה, און געהאלפן די פלטים להיות להם למשען ברוחניות אריין בלאזענדיג אין זיי א האפענונג און א שטראל פון אמונה, ובגשמיות.

דא איז געווען א שטיקל מיינונגס פארשידענהייט, ור' ישראל האט געהאלטן אזוי ווי דער חתם סופר אז די ישוב מוז אריבער גיין צי ירושלים, און נישט ממשיך זיין אין צפת, אזוי טאקע האט אנגעניומען ר' צבי הירש וועלכער האט שטארק געשטיצט די געדאנק, און דעמאלט האט אנגעהויבען בליעהן די ישוב פון די קהילת הפרושים אין ירושלים.

דער בת עין לעומת זה האט געהאלטן אז מען דארף ווידער בויען די ישוב אין צפת, און דאס וועט מקרב זיין די גאולה, ער האט צאמגענומען געלט פון תושבי חו"ל פאר דעהם צוועק שיקענידג צי זיי בריווען, צווישן אנדערע האט ער געשיקט א בריוו צי הרה"ק מרוזין זי"ע, און טאקע האט זיך דער ישוב ווידער אויפגעבויעט, צילייגענדיג תקנות אז מען זאל אריבער ריקען און בויען די ישוב אויף די בארג אויווען, און נישט אויף די מורד ההר - שיפקייט פון דער בארג אזוי ווי עס פלעגט זיין, און די בניינים זאלן נישט זיין צי צעשטיפט איינער צום אנדערען.

די ישוב איז טאקע ווידער געבויעט געווארן, אבער איז קיינמאל נישט צוריק געקומען צי איהר פריערדיגע גלאנץ.

המשך יבא בעזהי"ת
לעצט פאראכטן דורך חזון-איש'ניק אום זונטאג ינואר 14, 2018 1:35 am, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1861
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 6:40 am

יישר כח! קיינמאל פריער נישט געהערט די מעשה מיט דעטאלן!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

יראת שמים
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 06, 2016 4:33 pm

תגובהדורך יראת שמים » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 8:30 am

הערליכע ארבעט.... כמעט יעדער ווייסט די מעשה מיט די בת עין און די ערציטערניש... קיינמאל נישט געזען אלע דעטאלן ארום מיט די מענטשן וואס זענען געווען אינוואלוד....

אוועטאר
פריילעך אידל
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

הערליכער ארבעט! מיר ליינען מיט דורשט!
וועלכע איד איז דען נישט פריילעך מיט דער שמחה כללית פון כלל ישראל מיט דער באפרייאונג פון ר' שלום מרדכי?!
געלויבט השם יתברך פאר די ניסים גילוים בזמן הזה. משיח קומט שוין!

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:03 am

פי די עף ביטע
כשמ"ו כן הוא

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 12:49 pm

איר האט דערמאנט די צ'פת פ'תאום ת'חרב אבער נישט די צ'פת פ'תאום ת'בנה....

אין טבריה איז דעמאלטס געווען בין ההרוגים הרבנית ציזא חנה ע"ה בתו של הרה"ק מטשארנא-אוסטראה וכלתו של הרה"ק ר"ר זושא זיע"א

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 4:29 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:איר האט דערמאנט די צ'פת פ'תאום ת'חרב אבער נישט די צ'פת פ'תאום ת'בנה....

אין טבריה איז דעמאלטס געווען בין ההרוגים הרבנית ציזא חנה ע"ה בתו של הרה"ק מטשארנא-אוסטראה וכלתו של הרה"ק ר"ר זושא זיע"א

אויף דעהם האמיר דאך געשריבען המשך יבא...

קאטשקע אויפן וואסער
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 4:41 pm

הרב חזו"א'ניק שרייבט:
אויך הגאון רבי חיים אבולעפיא זצוק"ל איז פארוואונדעט געווארן, אבער בחסדי ה' האט ער איבער געלעבט.

וועלכע רבי חיים אבואלעפיא? הראשון איז נפטר געוואן ת"ל, השני - תק"ד, השלישי - תקל"ה. דער צווייטער איז דער מערסטער מפורסם פון צווישן זיי. איז געווען נאך איינער אין תקצ"ז?
אגב, זייער שיין באשריבן.

אוועטאר
נישט פשוט
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 4:59 pm

זייער שיין שכח.
PDF אויב מעגליך
איך בין יייייייייווווווווווווווטטטטטטטטטטטטששששששששששש!!!!!!!!!!

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 5:01 pm

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:הרב חזו"א'ניק שרייבט:
אויך הגאון רבי חיים אבולעפיא זצוק"ל איז פארוואונדעט געווארן, אבער בחסדי ה' האט ער איבער געלעבט.

וועלכע רבי חיים אבואלעפיא? הראשון איז נפטר געוואן ת"ל, השני - תק"ד, השלישי - תקל"ה. דער צווייטער איז דער מערסטער מפורסם פון צווישן זיי. איז געווען נאך איינער אין תקצ"ז?
אגב, זייער שיין באשריבן.

ר' חיים נסים אבולעפיא
זל"ק פון ר' ישראל אין דער בריוו
"גם הרב המופלא כמוה"ר חיים נבים אבולעפיא נ"י ניצול אך רגלו שבורה


נאך שרייבט ער דארט
גם ידי"נ מוהר"ר אברהם דוב נר"ו והרב גרשון מרגליות נר"ו נשארו לחיים

אינטערסאנט אז א תלמיד פונעם גר"א זאל אנרופען איינער מתלמידי תלמידי הבעשטה"ק זי"ע אלס ידי"נ

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

שכם

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 5:28 pm

נאך א פלאץ ווי די ערד ציטערניש האט פוגע געווען איז די הייליגע שטאט שכם, און אט די שטאט ווי עס איז דאן געווען דריי אידישע קהילות, צוויי ספרד'ישע און אשכנ'זישע, ביי דע ערד ציטערניש זענען פוהלע הייזער איינגעפאלן, און אזוי פול ווי זעכציג אידן זענען ל"ע אומגעקומען.

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 5:31 pm

די ביטערע בשורה האט זיך צעביסלעך פארשרייט איבער די אידישע וועלט, און דארט ווי די בשורה איז נאר אנגעקומען האט א צער און טרויער איבער גענומען די ארטיגע אידן.
די ערשטע האט די בשורה געגרייכט צום הייליגער שטאט ירושלים תו"ב אין ג' שבט ווי שוין געשריבען, צוויי טעג פון תענית און אבלות האט מען פאררופען אין שטאט, ווי די ארטיגע קהילה האט זיך פארזאמעלט אין די ר' יוחנן בן זכאי שוהל פאר צוויי טאג צי וויינען און מקונן זיין, עס האט דארט צווישן אנדערע אויפגעטרעטן די צפת'ער מרא דאתרא רבי ישראל שקלאוער זצוק"ל.

צווישן זיינע ווערטער האט ער ביטערליך געקלאגט מיט ווערטער וואס זענען ראשי תיבות צפ"ת

"צ'פת פ'תאום ת'חרבי צ'פת פ'תאום ת'מותי צ'פת פ'תאום ת'צעקי צ'פת פ'תאום ת'בלעי צ'פת פ'תאום ת'תמו צ'ור ת'מים פ'עלו צ'ור פ'עלו ת'מים צ'ור פשעי ת'כפר…"

און מיט א גייסט פון נחמה ענדיגט ער צי

"צ'פת פ'תאום ת'פיל (אבער) צ'פת פ'תאום ת'קום צ'פת פ'תאום ת'בנה צ'פת פ'תאום ת'תכונן…"

רבי ישראל האט ווי שוין געשריבען געשיקט בריוון צי חוץ לארץ, וואס דאס האט פארשפרייט די ידיעה, איין בריוו האט ער געשיקט צי רשכבה"ג מרנא החתם סופר זי"ע, ווען דער חתם סופר האט דערהאלטן די בריוו איז שוין געווען אנהייב חודש אייר, מער ווי דריי חדשים דערויף, די חתם סופר האט דאן פאררופען א הספר מר צי קלאגן אויף חורבן הגליל ואבידת שלש קהילות צפת טבריה שכם ובהם גאוני וחכמי ארץ לרוב, און ער איז מקדים די הספד אז די פיר ווערטער פון פסוק "הרעשת ארץ פצמתה רפא שבריה כי מטה", זענען די אויתיות פון טבריה צפת שכם ים, די פיר ערטער ווי די רעש האט געשלאגן, די חתם סופר האט אין זיין הספד מעורר געווען די אידן לתשובה ותיקון המעשים, ווייל אויב גבירה לוקה איז דאך שפחה לא כ"ש, און אויב אין הייליגען לאנד איז דאס געשעהן, ווער ווייסט וואס דאס איז מרמז אויף די בני חו"ל.

למה רגשה הארץ

והגליל יחרב


דער חתם סופר איז דאן אריבער אויף די טענה על מה עשה ה' ככה, דער חתם סופר האט פארציילט איבער די בריוו וואס ער האט ערהאלטן פון קדוש ה' גאון ישראל ר' ישראל משקלאוו, ווי ער האט אנגעגעבן צוויי סיבות.

איינס, ווייל די גאולה שלימה קומט שוין אהן, און די חורבן איז א טייל פון די פעמי הגאולה, אזוי ווי חז"ל זאגן אז בעקבתא דמשיחא הגליל יחרב, דער גליל גייט חרוב ווערן איידער ביאת הגואל, און אט האט דאס פאסירט, די חת"ס איז דאס שטארק מקלס, ער זאגט אז בלי ספק רוח ה' נתנוססה בו ווען ער האט דאס געזאגט און דאס איז א שטארקע האפענונג פאר אונז.

כיוצא בזה שרייבט אויך דער הייליגער בת עין.

לא נהגו כבוד זה בזה


צווייטענס, זאגט רבי ישראל איז די סיבה די זעלבע סיבה פארוואס בית שני איז חרוב געווארן, די חת"ס איז מסביר אז עס זענן געווען אין צפת דריי קהילות וואס האט ערהאלטן גרויסע צדיקים עובדי ה', די קהילות פון ספרדים פרושים חסידים, אבער בנות ישראל יפות הן אלא שהעניות מנוולתן, און עס האט נישט געהערשט קיין שלום נאר עס איז געווען א פירוד לבבות, און צוליב דעהם איז געשעהן וואס עס איז געשעהן.

כאפט פשוט א פחד, א שטאט מיט אזוי פול קדושה, מיט אזוי פול טהרה, תורה, צדיקים וקדושים, און גארנישט האט געשיצט, אלעס איז חרוב געוואן, צוליב מחלוקת, איום ונורא!

קנאת ירושלים תעשה זאת


דער הייליגער חתם סופר זי"ע האט שוין לאנג געהאט טענות אויף די ישוב אין צפת, ווי ער שרייבט אין א תשובה צי הרה"ק ר' עמרם חסידא זצוק"ל און א צווייטער תשובה צי דער בית אפרים זצוק"ל, ווייל ווי קען מען לאזן ירושלים ליידיג, די עיר הקודש והמקדש, דארט איז שער השמים, דארט איז הר המוריה ווי עס איז געווען עקידת יצחק, דארט האט יעקב אבינו גע'חלום'ט דער חלום, תל שכל פיות פונים עליו, און פון די כותל המערבי וואס איז דארט לא זזה שכינה, און לכו"ע קדושת ירושלים לא בטלה, און דאס אלעס איז פוסט, און מען גייט וואוינען אין צפת, האט דער חתם סופר זיך מתרעם געווען, און ער האט טאקע באפוילען רבי עמרם חסידא פאר ער האט פארלאזט אונגארין צי ארויף גיין לארה"ק אז ער זאל גיין וואוינען אין ירושלים.

ביי די איצטיגע מצב האט דער חתם סופר געזאגט א טענה וואס נאר ער ברוח קדשו האט געקענט זאגן, אז ירושלים האט מקנא געווען און תובע געווען איהר עלבון, און דערפאר איז געשעהן דאס וואס איז געשעהן.

(ווי שוין ערווענט איז טאקע די קהילת הפרושים דעמאלט אינגאנצן אריבער לעיה"ק ירושלים תו"ב)

דער חתם סופר פירט אויס מיט א רוף אז מען זאל שיקען געלט צי קענען העלפן אלע נפגעים פון די ערד ציטערניש.

און נאך פול ערטער אין כלל ישראל האט מען אפגעהאלטן עצרות מספד.

די טאג כ"ד טבת האבן די אייניקלעך פון די תושבי צפת לדורות אפגעהאלטן אלס א יום קינה ונהי בכי ומספד.

ויה"ר שנזכה לראות בקרוב בבנין ארץ ישראל בב"א

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » פרייטאג ינואר 12, 2018 1:14 am

נישט פשוט האט געשריבן:זייער שיין שכח.
PDF אויב מעגליך

רוח נכאה
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » פרייטאג ינואר 12, 2018 8:20 am

תשו"ח
כמה הערות
אין פרי הארץ איז דא א בריוו הרה"ק והנורא הרבי רבי מנדל זצוק"ל מוויטעפסק זי"ע אז צפת איז מלא רשעים מאמיני כת ש"ץ.
טבריה האט ביז דעמאלט'ס געבליט א חסידישער ישוב אזוי ווי אין רוסלאנד בימים ההם, אין ווען נישט דער רעש וואלט ביז היינט געווען ארץ ישראלדיגע צדיקים ממשיכי שולשת הקודש מעתיקי השמועה.
הרוגי טבריה לפחות הגיו לקבר משא"כ צפת.
ווען מען האט געבויט די מקוה אין צאנזער קלויז אין צפת נתגלה משפחה שלימה שישבו מסובים אצל שלחן שנטבעו באדמה מהרעש, אפילו די ציצית זענען נאך געווען אויף זיי. אין שיניובער רב זי"ע האט געזאגט מען זאל עס האלטן בסוד שלא יפחדו לטבול בהמקוה.

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » פרייטאג ינואר 12, 2018 11:36 am

רוח נכאה האט געשריבן:תשו"ח
כמה הערות
אין פרי הארץ איז דא א בריוו הרה"ק והנורא הרבי רבי מנדל זצוק"ל מוויטעפסק זי"ע אז צפת איז מלא רשעים מאמיני כת ש"ץ. א. מאז ימי מרא דארעה דישראל הרמ"מ עברו איזה שנים עד הרכש הנורא, אז למה לך לפסול כל אלו ב. הרמ"מ לא כתב שכולם הם רשעים
טבריה האט ביז דעמאלט'ס געבליט א חסידישער ישוב אזוי ווי אין רוסלאנד בימים ההם, אין ווען נישט דער רעש וואלט ביז היינט געווען ארץ ישראלדיגע צדיקים ממשיכי שולשת הקודש מעתיקי השמועה. נאך די רעש האט עס געבליעט אסאך מער ווען די חסידישער ישוב איז נתרבה געווארען ובפרט חסידי סלאנים וקארלין, דאס וואס ס'איז נישט געבליבען עד היום הזה האט גארנישט מיט די רעש, וכאמור אז איבער 100 יאר נאך די רעש איז נאך געווען דארט א הערליכע אידישע ישוב ווי אויך אין צפת עיה"ק
הרוגי טבריה לפחות הגיו לקבר משא"כ צפת. בצפת"ו ג"כ הגיעו רובם לקבק בביה"ח ואלו שלא הוא מפני שנקברו תחת ביתם, כיון שצפת עומד בהר והכל התמוטט למטה [משו"ה היה ג"כ הרבה יותר הרוגים] משא"כ בטבריה
ווען מען האט געבויט די מקוה אין צאנזער קלויז אין צפת נתגלה משפחה שלימה שישבו מסובים אצל שלחן שנטבעו באדמה מהרעש, אפילו די ציצית זענען נאך געווען אויף זיי. אין שיניובער רב זי"ע האט געזאגט מען זאל עס האלטן בסוד שלא יפחדו לטבול בהמקוה. איז פארוואס ביסטו עס מגלה?

ממה נפשך
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג ינואר 12, 2018 1:47 pm

יישר כח פאר די שיינע באשרייבונג, דאס הארץ טוט וויי!

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מוצ"ש ינואר 13, 2018 2:07 pm

הרב רוח נכאה
שווער צי גלייבען אז אזוי שפעט ווי יאר תקצ"ז זענען נאך געווען מאמיני ש"ץ, און אפילו ווען יא זענען זיי נישט געווען די רוב, די חת"ס דערמאנט אנדערע סיבות צי די רעש, נישט דאס.
לגבי די מעשה פון שיניאווע רב, די צאנזער שול איז דאך אויפן שפיץ בארג, איז די ישוב פאר די רעש נישט געווען מער אראפ צי?

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » מוצ"ש ינואר 13, 2018 9:47 pm

לגבי די טענה פונעם מרן החתם סופר זי"ע אז ירושלים האט תובע געווען עלבונה, האב איך אמאל געהערט פרעגן/טענה'ן/ענטפערן, אז מ'האט אין יענע תקופה נישט אריינגעלאזט קיין אשכנזים אין ירושלים, די אראבערס האבן באשולדיגט אלע אשכנזים אויף די חוב וואס איז פארבליבן פון די חורבת רבי יהודה החסיד, און ביז תקצ"ז ווען מ'האט פארהאנדעלט דערויף מיט די רעגירונג פון מצרים, האבן אשכנזים נישט געקענט אריינקומען אין ירושלים. מ'זאגט אז ר' גרשון קיטובער זי"ע, איז געגאנגען אנגעטוהן בלבוש ספרדי. עכ"פ אויב דאס איז ריכטיג, נעמט עס אביסל אראפ פון די תביעה פארוואס מ'איז נישט געגאנגען קיין ירושלים.

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » זונטאג ינואר 14, 2018 1:27 am

ווערעצקי האט געשריבן:לגבי די טענה פונעם מרן החתם סופר זי"ע אז ירושלים האט תובע געווען עלבונה, האב איך אמאל געהערט פרעגן/טענה'ן/ענטפערן, אז מ'האט אין יענע תקופה נישט אריינגעלאזט קיין אשכנזים אין ירושלים, די אראבערס האבן באשולדיגט אלע אשכנזים אויף די חוב וואס איז פארבליבן פון די חורבת רבי יהודה החסיד, און ביז תקצ"ז ווען מ'האט פארהאנדעלט דערויף מיט די רעגירונג פון מצרים, האבן אשכנזים נישט געקענט אריינקומען אין ירושלים. מ'זאגט אז ר' גרשון קיטובער זי"ע, איז געגאנגען אנגעטוהן בלבוש ספרדי. עכ"פ אויב דאס איז ריכטיג, נעמט עס אביסל אראפ פון די תביעה פארוואס מ'איז נישט געגאנגען קיין ירושלים.

די חתם סופר אין תשובה נעמט ארום אלע תירוצים, ער זאגט אז טאקע אין די פריערדיגע תקופה ווייל רוב חכמים זענען געווען אין צפת, "ואין אדם יודע מטמוניות של חבירו" , ממילא זענען אלע געגאנגען אין צפת ווייל דארט זענען געווען די חכמי ישראל, משא"כ בתקופתו. (צע"ק שהרי אומר שירושלים שמם)

לגבי די פראבלעם וואס די אשכנזים האבן געהאט, קודם כל איז דאס א תירוץ נאר פאר די אשכנזים און נישט פאר די ספרדים, און קען זיין ער האט געהאלטן אז דאס איז נישט קיין תירוץ, ווייל מען קען זיך דאך אנטוהן ווי די ספרדים, און י"א אז די גאנצע ירושלים'ע לבוש קומט פון די ספרדים, ווייל מען האט געוואלט אויסזעהן ספרד'יש.

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » זונטאג ינואר 14, 2018 1:38 am

אין ירושלים עיה"ק האט די ערד ציטערניש אויך געטרייסעלט, און געשעדיגט עטליכע בניינים, אבער בחסדי ה' איז קיין שום נפש נישט געשעדיגט געווארן.

אינטערסאנט צי אנמערקן וואס ר' ישראל שרייבט איבער די אומגעקומענע אין צפת, אז פון די ספרד'ישע קהילה זענען רוב אומגעקומען, און פון די חסידים זענען א סך אומגעקומען, און פון די פרושים ווייניג, ה"י.

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » זונטאג ינואר 14, 2018 1:43 am

רוח נכאה האט געשריבן:תשו"ח
כמה הערות
אין פרי הארץ איז דא א בריוו הרה"ק והנורא הרבי רבי מנדל זצוק"ל מוויטעפסק זי"ע אז צפת איז מלא רשעים מאמיני כת ש"ץ.
טבריה האט ביז דעמאלט'ס געבליט א חסידישער ישוב אזוי ווי אין רוסלאנד בימים ההם, אין ווען נישט דער רעש וואלט ביז היינט געווען ארץ ישראלדיגע צדיקים ממשיכי שולשת הקודש מעתיקי השמועה.
הרוגי טבריה לפחות הגיו לקבר משא"כ צפת.
ווען מען האט געבויט די מקוה אין צאנזער קלויז אין צפת נתגלה משפחה שלימה שישבו מסובים אצל שלחן שנטבעו באדמה מהרעש, אפילו די ציצית זענען נאך געווען אויף זיי. אין שיניובער רב זי"ע האט געזאגט מען זאל עס האלטן בסוד שלא יפחדו לטבול בהמקוה.

1. אינטערסאנט וואס די זאגסט, אבער אפילו בשעתו פון מוהר"ם זי"ע זענען געווען פול און אפילו רןב ערליכע אידן אין צפת, כ"ש יעצט ווען מען האלט שוין 50 יאר נאך ר' מענד'לע'ס פטירה (תקמ"ח), די קהילת החסידים זענען דאך זיכער נישט געווען חשוד, און אזוי אויך די קהילת הפרושים, און אפילו די ספרד'ישע קהילות נישט, איך קען נישט אזוי זייער היסטאריע אבער זיי האבן געהאט ערליכע רבנים.

2. ווי מיר האבן געשריבען זענען רוב הרוגי צפת יא געקומען לקבורה, נאר ארום 500-600 אידן האט מען נישט געטראפן ווייל זיי זענען געבליבען באגראבן אינטער די ברוכווארג, ה"י.

3. וואס איז די מקור אויף די מעשה פון שינאווער רב?

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » זונטאג ינואר 14, 2018 2:06 am

שמו האט געשריבן:פי די עף ביטע

איך קען נישט מאכן א פייל גענוג קליין צי עס אפלאודען, ווער עס קען, וועל איך איהם דאנקבאר זיין.

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » זונטאג ינואר 14, 2018 2:27 am

חזון-איש'ניק האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:לגבי די טענה פונעם מרן החתם סופר זי"ע אז ירושלים האט תובע געווען עלבונה, האב איך אמאל געהערט פרעגן/טענה'ן/ענטפערן, אז מ'האט אין יענע תקופה נישט אריינגעלאזט קיין אשכנזים אין ירושלים, די אראבערס האבן באשולדיגט אלע אשכנזים אויף די חוב וואס איז פארבליבן פון די חורבת רבי יהודה החסיד, און ביז תקצ"ז ווען מ'האט פארהאנדעלט דערויף מיט די רעגירונג פון מצרים, האבן אשכנזים נישט געקענט אריינקומען אין ירושלים. מ'זאגט אז ר' גרשון קיטובער זי"ע, איז געגאנגען אנגעטוהן בלבוש ספרדי. עכ"פ אויב דאס איז ריכטיג, נעמט עס אביסל אראפ פון די תביעה פארוואס מ'איז נישט געגאנגען קיין ירושלים.

די חתם סופר אין תשובה נעמט ארום אלע תירוצים, ער זאגט אז טאקע אין די פריערדיגע תקופה ווייל רוב חכמים זענען געווען אין צפת, "ואין אדם יודע מטמוניות של חבירו" , ממילא זענען אלע געגאנגען אין צפת ווייל דארט זענען געווען די חכמי ישראל, משא"כ בתקופתו. (צע"ק שהרי אומר שירושלים שמם)

אזוי שרייבט דער חתם סופר אין די תשובה (יו"ד רל"ד) לגבי די דור פונעם אריה"ק וחבריו, וועלכע זענען געווען אין צפת. אבער ער בארירט בכלל נישט די נקודה צו מ'לאזט בכלל אריין אין ירושלים. אפשר האט ער נישט געוואוסט דערפון, עס מוז נישט זיין אז אין חו"ל האט מען דערפון געוואוסט.

חזון-איש'ניק האט געשריבן:לגבי די פראבלעם וואס די אשכנזים האבן געהאט, קודם כל איז דאס א תירוץ נאר פאר די אשכנזים און נישט פאר די ספרדים,

און זיי האבן טאקע יא געוואוינט אין ירושלים.

חזון-איש'ניק האט געשריבן:און קען זיין ער האט געהאלטן אז דאס איז נישט קיין תירוץ, ווייל מען קען זיך דאך אנטוהן ווי די ספרדים,

דארף מען וויסן צו דאס וואלט שייך געווען פאר א גרויסע ציבור אשכנזים, מיט ליכטיגע הויט, זיך צו פארשטעלן אזויווי ספרדים. אבער ווי פריער געזאגט, איז יתכן אז דער חתם סופר האט נישט געוואוסט פון דעם פראבלעם.

חזון-איש'ניק האט געשריבן:און י"א אז די גאנצע ירושלים'ע לבוש קומט פון די ספרדים, ווייל מען האט געוואלט אויסזעהן ספרד'יש.

קען זיין, אזוי ווי פילע "מנהגי ירושלים", וועלכע זענען באמת מנהגי ספרד, ואכמ"ל.

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » זונטאג ינואר 14, 2018 2:58 am

שווער צי זאגן אז דער חתם סופר האט נישט געוויסט, קודם כל, שרייבט ער זיך דאך מיט רבי עמרם חסידא, ווי קען זיין אז ר' עמרם האט איהם נישט געשריבען די קלארער ענטפער אז מען קען נישט. און צווייטענס, נישט מסתבר אז דער חתם סופר זאל מאכן א לאנגיעריג מחאה אן קיין באזיס.

די ספרדים האבן טאקע געהאט א קהילה אין ירושלים, אבער געהאט אויך א ריזן קהילה אין צפת.

רוח נכאה
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » זונטאג ינואר 14, 2018 4:43 am

מתוך ספר פרי הארץ - מכתב ד
הנה בעת בואינו לארץ הקודש מצאנוה חריבה ושוממה. ואדם אין לעבוד את האדון השם באמת. והאשכנזים אשר ישבו לפנים שם הם חסרי דעת המצירים ומציקים את עובדי ה'. ברם הישיש ר' וואלף סטאנוור (ואחד) ור' אורי מק"ק ווילנא המה המתאוים לעבוד ה' באמת והחדשים אשר מקרוב באו ממדינת וואלין פאדאליה ואוקריינא הגם כי הוצאנו ממון רב עליהם בראות אותם בדלות ושפלות ואין להם עוד עזר מאתנו נתחברו אלו לאלו לצער ולחרף אותנו. ובפרט הרב מו"ה... וגם... לא מצאנו בעיר הקודש צפת תובב"א כ"א רשעים גמורים מאמינים בש"ץ ימ"ש. ועליהם... והאשכנזים עמהם לחצונו בלחץ זה הדחק. ונצטרף דלות ושפלות וסכנת נפשות ממש. והפקיד ימ"ש בא עלינו בעלילות דברים והתפאר בזה הלשון בזה השבוע אשים כולכם בכבלי ברזל. ומחמת זה הסיבה נפלתי על ערש דוי כמה חדשים בשנה שעברה, ועל כולם מי יוכל לספר ולסבול גודל חלול השם באמרם כל היום איה אלוקיך וגו' הלא יראתך וגו' אשר תקצר היריעה מהכיל ביאור בזיונות ושפלות יראי ה'. ממש כמו חוכא ואיטלולא בעיניהם. והנה כבר נתיסרנו מהרשעים בחו"ל אבל לא מנהם ולא ממקצתם מה שמצאתנו בכאן:
ועתה הודינו לאלקים עליון לאל גומר עלינו. ב"ה אשר לא השבית לנו גואל פדה בשלום נפשנו ויעל משחת חיינו, הקים מעפר דל מאשפות הרים אביון, בעת בא חביבי הרבני המופלא מו"ה שלמה זלמן הכהן משולח שלנו שלם בגופו שלם בממונו. חסדי ה' כי לא תמנו נס בתוך נס ותחבולות מלחמה עם הפקיד כפי המדבר אליכם.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט