אוישוויץ - קול מבשר רייכע היסטארישע אינטערוויווא מיט די זקנים שבדור

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

אוישוויץ - קול מבשר רייכע היסטארישע אינטערוויווא מיט די זקנים שבדור

תגובהדורך פנחס בן חיים » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 5:24 pm

נעכטען תשעה באב האט "קול מבשר" געהאט גאר א אינטערסאנטע און היסטארישע קאנפרענס מיט 3 זקינים וואס זענען איינציגסטע אויף די וועלט וואס זענען ארויסגעראטעוועט געווארן פון די גאז קאמערן הארט פארן פארגאזן,

די דריי זקנים זענענן: ר' חיים הערש שווימער, ר' וואלוויש גרינואלד, ר' הערשל הערשקאוויטש פון לאנדאן כולם לאיוט"א

באמת, איך האב געטראכט נעטען נאכט אז קימענדיג היינט פינף נאכמיטאג אויף אייוולט וועל איך טרעפן פינף בלעטער מיט די דיסקאשענס און רייכע אינפערמאציע איבער די אידן, איבער זייער געשיכטע, און איבער די אומשטענדן בימים ההם..

לאמיר פאר א מינוט פארגעסן פון טראמפ אוו קלינטן, ביידע פון זיי וועלן נישט נאמאלער ווערן אין די עטליכע מינוט..


האט איר געהערט די אינטערוויווא? האט איר וואס צוצילייגען אדער אנפרעגן?
לעצט פאראכטן דורך פנחס בן חיים אום מאנטאג אוגוסט 15, 2016 5:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 5:27 pm

וועלכער איד אין וויליאמסבורג קען דען נישט ר' חיים הערש שוויממער, און זיין דאווענען מיט בכיות אין פאפא אדער תהלות יואל אויף ראדדלידזש, איז דאך א שם דבר
ווער זענען די אנדערע צוויי זקינים?

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 5:27 pm

פנחס בן חיים האט געשריבן:נעכטען תשע"ב

פון תשע"ב איז שוין פארלאפן 4 יאר - נאנט צו 5

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5039
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 6:02 pm

איך האב עס נישט געהערט:
ווי אזוי איז טאקע מעגליך אז דריי אידען האבן זיך געראטעוועט?
האט עס א שייכות מיט די מעשה פון די צייטונג פאר ר' שלום אליעזר'ל ראצפערטער?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1723
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 6:15 pm

Its very interesting interview

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 6:50 pm

הלוואי איינער קען עס אראפשרייבן!

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:05 pm

ווי קען מען עס הערן?

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:08 pm

וואס איז מיר געווענט אינטערסאנט פין די גאנצע אינטעוויא אז דע מעשה וואס יעדער ווייסט איך האב עס שוים געהערט ביי 12 יאר און געדענק ווי ר' אברהם פריעדמאן האט דאס באשריבען אום זיין צייטונג מיט יארן צירוק, אז זיי האבען געטאנצען , זאגענדיג פאר די נאציס דארטן אזאזיי טאנצען ווייל גייען שטארבן אויף קודיש השם, און די פירערס דארטן האבן נישט געקענט צי.קיקען דאס האט ער זיי ארויס גטראסקעט.
אז די גאנצע מעשה איז לא דובים ולא יער, זיי זאגען זיי וויסען נישט ווער עס האט דאס געמאכט

זאל כאטש וויסען אפילו א מעשה וואס יעדער ווייסט איז מען ננישט מחיוב צי גלייבן
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:09 pm

רצון טוב האט געשריבן:ווי קען מען עס הערן?

viewtopic.php?p=1280810#p1280810

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:24 pm

בעל דעת האט געשריבן:וואס איז מיר געווענט אינטערסאנט פין די גאנצע אינטעוויא אז דע מעשה וואס יעדער ווייסט איך האב עס שוים געהערט ביי 12 יאר און געדענק ווי ר' אברהם פריעדמאן האט דאס באשריבען אום זיין צייטונג מיט יארן צירוק, אז זיי האבען געטאנצען , זאגענדיג פאר די נאציס דארטן אזאזיי טאנצען ווייל גייען שטארבן אויף קודיש השם, און די פירערס דארטן האבן נישט געקענט צי.קיקען דאס האט ער זיי ארויס גטראסקעט.
אז די גאנצע מעשה איז לא דובים ולא יער, זיי זאגען זיי וויסען נישט ווער עס האט דאס געמאכט

זאל כאטש וויסען אפילו א מעשה וואס יעדער ווייסט איז מען ננישט מחיוב צי גלייבן

קענסט עס פשוט אפטיילן אז די מעשה איז געווען, אבער נישט מיט די אויבנדערמאנטע אידן נאר מיט אנדערע.

איך האב שוין יארן צוריק געזעהן ערגעץ, אז די מעשה האט ווירקליך טאקע פאסירט אבער ס'איז א טעות העולם אז ס'איז געווען מיט ר' חיים הערש שוויממער שיחי', נאר ס'איז געווען מיט אנדערע אידן.

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 8:53 pm

אבער עס דארף צו הייסן דאכט זיך, אז זיי זענען די איינציגסטע וואס האבן זיך באוויזן ארויסצוראטעווען פון דארט.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 10:50 pm

בעל דעת האט געשריבן:וואס איז מיר געווענט אינטערסאנט פין די גאנצע אינטעוויא אז דע מעשה וואס יעדער ווייסט איך האב עס שוים געהערט ביי 12 יאר און געדענק ווי ר' אברהם פריעדמאן האט דאס באשריבען אום זיין צייטונג מיט יארן צירוק, אז זיי האבען געטאנצען , זאגענדיג פאר די נאציס דארטן אזאזיי טאנצען ווייל גייען שטארבן אויף קודיש השם, און די פירערס דארטן האבן נישט געקענט צי.קיקען דאס האט ער זיי ארויס גטראסקעט.
אז די גאנצע מעשה איז לא דובים ולא יער, זיי זאגען זיי וויסען נישט ווער עס האט דאס געמאכט

זאל כאטש וויסען אפילו א מעשה וואס יעדער ווייסט איז מען ננישט מחיוב צי גלייבן

דאס איז אן אנדערע מעשה
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 11:06 pm

בעל דעת האט געשריבן:וואס איז מיר געווענט אינטערסאנט פין די גאנצע אינטעוויא אז דע מעשה וואס יעדער ווייסט איך האב עס שוים געהערט ביי 12 יאר און געדענק ווי ר' אברהם פריעדמאן האט דאס באשריבען אום זיין צייטונג מיט יארן צירוק, אז זיי האבען געטאנצען , זאגענדיג פאר די נאציס דארטן אזאזיי טאנצען ווייל גייען שטארבן אויף קודיש השם, און די פירערס דארטן האבן נישט געקענט צי.קיקען דאס האט ער זיי ארויס גטראסקעט.
אז די גאנצע מעשה איז לא דובים ולא יער, זיי זאגען זיי וויסען נישט ווער עס האט דאס געמאכט

זאל כאטש וויסען אפילו א מעשה וואס יעדער ווייסט איז מען ננישט מחיוב צי גלייבן

איך ווייס אפילו נישט צו די מעשה מאכט סענס. ווייל די יודן האבן ליידער נישט געהאט אן אהנונג אז מען פארגאזט זיי.

אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 29, 2010 3:49 pm

תגובהדורך זארג_נישט » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 12:20 am

fiena nieas האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:וואס איז מיר געווענט אינטערסאנט פין די גאנצע אינטעוויא אז דע מעשה וואס יעדער ווייסט איך האב עס שוים געהערט ביי 12 יאר און געדענק ווי ר' אברהם פריעדמאן האט דאס באשריבען אום זיין צייטונג מיט יארן צירוק, אז זיי האבען געטאנצען , זאגענדיג פאר די נאציס דארטן אזאזיי טאנצען ווייל גייען שטארבן אויף קודיש השם, און די פירערס דארטן האבן נישט געקענט צי.קיקען דאס האט ער זיי ארויס גטראסקעט.
אז די גאנצע מעשה איז לא דובים ולא יער, זיי זאגען זיי וויסען נישט ווער עס האט דאס געמאכט

זאל כאטש וויסען אפילו א מעשה וואס יעדער ווייסט איז מען ננישט מחיוב צי גלייבן

איך ווייס אפילו נישט צו די מעשה מאכט סענס. ווייל די יודן האבן ליידער נישט געהאט אן אהנונג אז מען פארגאזט זיי.


ווען די אונגארישע אידן זענען אנגעקומען קיין אוישוויץ האבן זיי שוין גאנץ גוט געוויסט וואס גיין אויף די לינקע זייט מיינט

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 12:45 am

סא פארוואס זענען זיי געגאנגען צו די באנען?? איך בין נישט אזוי זיכער זיי האבן געוויסט די דייטשן האבן פארבלענדעט די אויגן ליידער! ווען זיי ווייסן ווען וואלטן זיי נישט געגאנגען ווי שאף צו די שחיטה

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17338
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:26 am

fiena nieas האט געשריבן:סא פארוואס זענען זיי געגאנגען צו די באנען?? איך בין נישט אזוי זיכער זיי האבן געוויסט די דייטשן האבן פארבלענדעט די אויגן ליידער! ווען זיי ווייסן ווען וואלטן זיי נישט געגאנגען ווי שאף צו די שחיטה

זארג_נישט האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:וואס איז מיר געווענט אינטערסאנט פין די גאנצע אינטעוויא אז דע מעשה וואס יעדער ווייסט איך האב עס שוים געהערט ביי 12 יאר און געדענק ווי ר' אברהם פריעדמאן האט דאס באשריבען אום זיין צייטונג מיט יארן צירוק, אז זיי האבען געטאנצען , זאגענדיג פאר די נאציס דארטן אזאזיי טאנצען ווייל גייען שטארבן אויף קודיש השם, און די פירערס דארטן האבן נישט געקענט צי.קיקען דאס האט ער זיי ארויס גטראסקעט.
אז די גאנצע מעשה איז לא דובים ולא יער, זיי זאגען זיי וויסען נישט ווער עס האט דאס געמאכט

זאל כאטש וויסען אפילו א מעשה וואס יעדער ווייסט איז מען ננישט מחיוב צי גלייבן

איך ווייס אפילו נישט צו די מעשה מאכט סענס. ווייל די יודן האבן ליידער נישט געהאט אן אהנונג אז מען פארגאזט זיי.


ווען די אונגארישע אידן זענען אנגעקומען קיין אוישוויץ האבן זיי שוין גאנץ גוט געוויסט וואס גיין אויף די לינקע זייט מיינט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:45 am

fiena nieas האט געשריבן:סא פארוואס זענען זיי געגאנגען צו די באנען?? איך בין נישט אזוי זיכער זיי האבן געוויסט די דייטשן האבן פארבלענדעט די אויגן ליידער! ווען זיי ווייסן ווען וואלטן זיי נישט געגאנגען ווי שאף צו די שחיטה

כ'מיין וואס רעדטסטו? זיי האבן געהאט א ברירה יא צו גיין אדער נישט,
גראדע ס'געווען געציילטע פוילישע וואס האבן זיך געראטעוועט און זענען אנטלאפן קיין אונגארן און פארציילט פאר די אנגארישע וואס עס גייט פאר, דיאונגארישע אידן האבן אבער נישט (נישט געוואלט?!) געגלייבט די מעשיות,
למעשה ווען זיי זענען אנגעקומען קיין אוישוויץ ווי מען האט ליידער געשמעקט די שרעקלכע גערוך פון פארברענטע פלייש ה"י האבן זיי זיך דערמאנט אין וואס זיי האבן געהערט פון די פוילישע, זיי האבן שוין יעמאלטס געוואוסט פונקטליך וואס עס גייט דארט פאר ל"ע
אגב אין די אידישע צייט די וואך (אזוי ווי יעדע וואך) האט ר' חנן פר"מ זייער אן אינטערסאנטער אינטערוויאו פוון איינעם וואס האט געארבעט אין אוישוויץ ביי די קרעמעטאריעם'ס
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2386
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:19 am

שמועסענדיג אמאל מיט ר' חיים הערש האב איך אים געפרעגט וועגען זיין קאכעדיגע דאוונען צו דאס איז עפעס וואס ער האט זיך אונטערגענומען אין די גאז קאמערן, (אזוי האט מען מיר פארציילט אלץ קינד).

ער האט מיר געלייקענט די גאנצע מעשה.

ער האט פארציילט ווי ס'ליגט אים נאך אין די ביינער די תפילות פון יום הקדוש דארט בגיא צלמות, א בחור'ל האט פארגעדאוונעט די דאוונען אויף'ן רבי'נס נוסח, עס איז געווען מורא'דיג.

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:34 am

געהערט דעם אינטערוויו, זייער אינפארמאטיוו און אינטרעסאנט, ר' חיים הערש לייקנט אז דאס דאווענען האט א שייכות מיט אוישוויץ.

א ספעציעלע געשמאק איז צו הערן שטיקלעך פון ר' הערשל הערשקאוויטש, וואס ווען דער אינטערוויוער פרעגט אים צי ער האט זיך עפעס אונטערגענומען דארטן, ענטפערט ער מיטן גאנצן תמימות, אז ער האט זיך שוין געהאט אונטערגענומען ביים בארג סיני 613 קבלות, צו היטן אלע תרי"ג מצוות, און די קבלה האט ער ווייטער אנגעהאלטן.

לגבי צי די מעשה מיטן טאנצן איז אמת צי נישט, ווי די זקנים זאגן איז עס ביי זיי נישט געווען, עס האט געקענט פאסירן נישט דוקא אין די גאז קאמער, נאר אין די בלאק וואו מען האט איינגעשפארט איידער דאס פירן צום גאז קאמער, און דעמאלט האבן עס געקענט ביי וואוינען אידן פון אינדרויסן, נישט דוקא אז די טאנצערס זענען געראטעוועט געווארן, אדער גאר אז פון דארט האט מען יא געקענט געראטעוועט ווערן.

איך בעט אנטשולדיגונג פון די וואס פרייען זיך צו טרעפן פאלשע מעשיות פארן צושטערן זייער שמחה.

איבער דעם וואס מען זאגט אז 'קיינער אויסער זיי' איז נישט ארויס פון דארט לעבעדיג, וויל איך מברר זיין צי עס איז ריכטיג, ווייל איך ווייס פון א איד אין ירושלים, הרה"ג ר' דוד מאיר ווייס שליט"א, אפשטאמיג דאכט זיך פון סיגעט, היינט אין בעלזא, וואס איז געראטעוועט געווארן פון די גאז קאמערן אין שבועות, קען זיין אז די מעשה וואס איך האב געהערט איז נישט געווען אז זיי זענען שוין געווען אין גאז קאמער, נאר זיי זענען געווען אינדרויסן גרייט אריינצוגיין, ווער עס קען עס קלארשטעלן זאל מוחל זיין זיך אנרופן.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 12:41 pm

ר' חיים הערש איז שוין געווען אינעווייניג ווען מען האט איהם ארויסגענומען צו טון אנדערע ארבעט? אדער ער איז נאר געווארן סעלעקטעט אויף לינקס?

די מעשה מיט די בחורים וואס האבן געטאנצן, איז נישט בשם די ווייצענע רב בעמח"ס מקדשי השם אז ער האט עס מיטגעהאלטן ווייל ער איז געגאנגען בלאזן שופר אין די באראקן?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2407
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 12:44 pm

מיין באבע איז שוין געווען אין די גאז קאמערן און עס האט נישט געארבעט (ס'איז ארויס געקומען וואסער אנשטאט געז) און זי איז געראטעוועט געווארן
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17338
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:10 pm

ויתן לך האט געשריבן:מיין באבע איז שוין געווען אין די גאז קאמערן און עס האט נישט געארבעט (ס'איז ארויס געקומען וואסער אנשטאט געז) און זי איז געראטעוועט געווארן

די פייפס זענען געווען בכלל קאנעקטעד צו וואסער?

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2407
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:13 pm

נאך יעדע מאל וואס מען האט דארט ג'הארגעט יודן מיט געז האט מען אויסגעווואשן די פלאץ מיט וואסער
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:53 pm

בעל דעת האט געשריבן:וואס איז מיר געווענט אינטערסאנט פין די גאנצע אינטעוויא אז דע מעשה וואס יעדער ווייסט איך האב עס שוים געהערט ביי 12 יאר און געדענק ווי ר' אברהם פריעדמאן האט דאס באשריבען אום זיין צייטונג מיט יארן צירוק, אז זיי האבען געטאנצען , זאגענדיג פאר די נאציס דארטן אזאזיי טאנצען ווייל גייען שטארבן אויף קודיש השם, און די פירערס דארטן האבן נישט געקענט צי.קיקען דאס האט ער זיי ארויס גטראסקעט.
אז די גאנצע מעשה איז לא דובים ולא יער, זיי זאגען זיי וויסען נישט ווער עס האט דאס געמאכט

זאל כאטש וויסען אפילו א מעשה וואס יעדער ווייסט איז מען ננישט מחיוב צי גלייבן


א ענליכע מעשה דערציילט דער ווייצענער רב זצ"ל אין זיין ספר מקדשי השם, אבער מיט קינדער, וועלכע זענען ליידער יא פארגאזט געווארן...

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 2:19 pm

הרב קיקיון האט מיר יעצט צו געצייכנט א מקור צו די מעשה מיט די בחורים וואס האבן געטאנצן און זענען געראטעוועט געווארן א דאנק דעם, דאס האט נישט קיין שייכות מיט ר' חיים הערש שוויממער אדער די אנדערע.
די מעשה ברענגט די ווייטצענע רב אראפ אין ספר מקדשי השם דף טז,
ער פארציילט אז ס'איז געווען שמחת תורה ווען א גרופע פון בערך 50 בחורים זענען אריינגעפירט געווארן אין גאז קאמער און זיי האבן געוויסט וואס זייער גורל גייט זיין האט זיך איינער פון זיי אנגערופן הויעך
חברים יקרים היצט איז דאך שמחת תורה מיר האבען נישט דא קיין ספר תודה צים טאנצין, אבער דער רבונו של עולם איז דאך דא מיט אונז, לאמער טאנצען מיט איהם בעפאהר מיר ווערין פארברענט התלכדו כולם יחדיו במעגל ריקודים, והי׳ מזמרים הפסוקים אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלנו וגם וטהר לבנו לעבדך באמת

און אזוי זינגענדיג איז אריין געקומען די רוצח און געווארן פארוואונדערט און ער האט געשריגן אז זיי זאלן אויפהערן טאנצן, און געפרעגט וואס עס גייט פאר לשמחה מה זו עושה, עיין שם באריכות גדול, און אלס שטראף האט ער זיי ארויס גענומען און געלייגט אין א זייט ביז ער גייט באשליסן וואספארא הארבערע שטראף ער גייט זיי באשטראפן, וביני לביני איז אנגעקומען אן אנדערע טראנספארט, און רוב פון די בחורים איז געלונגען זיך אויסצומישן מיט זיי און זיך ראטעווען, ע"כ בקיצור
מקדשי ה' דף טז
לעצט פאראכטן דורך פאראינטערסירט אום דינסטאג אוגוסט 16, 2016 2:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט