היסטארישער ווידעאו פון די כנסיה הגדולה - וויען תרפ"ג

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4075
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג פאברואר 23, 2015 2:10 pm

הג”ר אברהם צבי פרלמוטר אב”ד ורשא ונציג אגו”י בסיים 0:27
האדמו”ר ר’ ישראל פרידמן מצ’ורטקוב 0:47
רשכבה”ג נשיא הדורות החפץ חיים זי”ע 0:57
מלווה בבנו מצד אחד ומצד שני נכדו הגר”א קפלן הי”ד 0:57
האדמו”ר מסוקולוב ר’ יצחק זליג מורגנשטרן הי”ד 1:47
הג”ר אשר מיכאל [דר. ארתור] כהן אב”ד באזל 1:57
הג”ר יהודא ליב צירלסון אב”ד קישנב הי”ד 2:05
הג”ר אלחנן וסרמן הי”ד 2:22
ר’ אשר מנדלסון מראשי אגו”י בפולין ונציג בסיים 2:28
הג”ר פנחס דר. קאהן אב”ד אנסבך 2:56
הג”ר טוביה הורויץ אב”ד סנוק 3:02
מורנו רבי יעקב רוזנהיים נשיא אגו”י 3:16
הג”ר אליהו [דר. ליאו] יונג רב ג’ואיש סנטר ניו יורק 3:55
הג”ר מאיר דר. הילדסהיימר מברלין 3:16
הרב שפיצר נציג אגו”י מהונגריה 3:58
הג”ר יחזקאל סרנא אח”כ ראש ישיבת חברון 4:13
רבי משה בלוי מירושלים 4:28
הג”ר טוביה דר. לוונשטיין אב”ד ציריך 4:34

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מאנטאג פאברואר 23, 2015 2:18 pm

derech eretz האט געשריבן:
הג”ר אלחנן וסרמן הי”ד 2:22


קען איינער פאוסטן א בילד פון הגר"א וואסערמאן?
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16036
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג פאברואר 23, 2015 2:24 pm

ולא מיין האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:
הג”ר אלחנן וסרמן הי”ד 2:22


קען איינער פאוסטן א בילד פון הגר"א וואסערמאן?
צוגעלייגטע
ELHANAN1.JPG

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » מאנטאג פאברואר 23, 2015 2:28 pm

נחמן נתן האט געשריבן:די אלע ערעורים אויף אמיתת התמונה המפורסמת של החפץ חיים, פאלט לכאו' אוועק זעהנדיג דעם ווידיאו.

ס'איז נורא נוראות.

ווי עס שיינט וועט נאך ערשיינען אין די נאנטע צוקונפט נאך און נאך שטיקלעך פון דעם היסטארישן ווידיאו. נאך אלעם, דעם גערער רבי'ן, דער אמרי אמת, ר' מאיר שפירא ועוד הרבה, איז נאך נישט געזעהן געווארן אויף די ביז-איצטיגע פאבליצירטע.

ר' משהניו באיאנער דער סאכאטשאווער ר' אלחנן הבית אברהם. ר' מנחם זעמבא

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג פאברואר 23, 2015 2:29 pm

ולא מיין האט געשריבן:
derech eretz האט געשריבן:
הג”ר אלחנן וסרמן הי”ד 2:22

איז דאס טאקע דער איד מיטן שירעם אינטערן ארעם?
צוגעלייגטע
111.jpg
222.jpg
לעצט פאראכטן דורך יציב פתגם אום מאנטאג פאברואר 23, 2015 2:35 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19054
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 23, 2015 2:30 pm

ביי 1:49 זעהט מען העסקן הנמרץ ר' אהרן הלוי טייטלבוים [אגודת הרבנים - סענטראל רעליעף - דזשוינט] פון נ.י. ירושלים אדורכגיין אין איילעניש.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג פאברואר 23, 2015 2:32 pm

מי יודע האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:כ'האב אנגעהויבן ארויפצולייגן קעפשענס מיט די נעמען אין דער ווידיאו, ווער וויל איבערקוקן זיכער מאכן אז די פאר אנהויב איז גוט. און ווער וויל אנווייזן אויף נאך מיט די פונקטליכע צייט ווען מען זעט זיי?
דא איז עס אויף קאפי: https://copy.com/2L9nvCY4f2A1jlEd

איז דער מיט די הויכע היט בעקיטשע און גארטל וואס מ'שלעפט אינמיטן צום קעמרע, איז דאס נישט ר' מנחם זעמבא? אזוי קוקט עס אויס פון זכרון וואס איך האב געזען א בילד פון אים


נע!
ר' מנחם זעמבא איז נישט געוועהן אזוי אלט
参考专家

אוועטאר
ניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:21 pm

תגובהדורך ניקעל » מאנטאג פאברואר 23, 2015 3:14 pm

גאר גאר אינטערעסאנט די ווידיא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 23, 2015 3:43 pm

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:ערשטענס, די ווידיאו איז פון ערשטע כנסיה הגדולה וואס סאיז פארגעקומען משך א'וואך פון ג ' ביז י' אלול תרפ"ג אין די שטאט וויען עסטרייך,בהשתתפות גדולי ומאורי הדור זצ"ל , מיט איבער ניין הונדערט פארגעשטעטלטע,ובראשם רבן של ישראל זקן הצדיקים "החפץ חיים זיע"א", וואס ער האט געהאלטן די ערשטע רעדע,און לובלינער רב זצ"ל האט דעמאלטס פארגעשלאגן דער "דף היומי",און ס'איז דארטן געגרינדערט געווארן די"קרן התורה" קאסע,וואס ס'האט געשטיצט די מוסדות התורה מיט די עולם הישיבות, נאכדעם וואס ס'האט געהערשט א'גרויסע נויט און ארימקייט אין אייראפע.


בייגעלייגט איז א באריכט פונעם ערשטן טאג פונעם כנסיה, עס איז משמע אז עס איז נישט געווען פון ג' אלול, נאר פון ז' אלול. דער באריכט איז פונעם צייטונג "דואר היום" אינטרעסאנטע נקודות פון זיין באריכט:

1. דער יושב ראש פון די כנסיה איז געווען דער ריישא רב הרה"ג רבי אהרן לעווין זצ"ל בעמח"ס הדרש והעיון, אליינס א דעפוטאט אינעם פוילישען סיים

2. דער ערשטער רעדנער איז געווען הרב שור פון בוקארעסט דער רומענישער הויפט-רב (מה היה שמו הפרטי) - זיין נאמען ווערט טאקע דערמאנט אינעם ענגלישען באריכט פון די ווידעאו, אויב קען מען טרעפן א בילד פון אים איז מעגליך אז מקען אים אידענטיפיצירן.

3. דער שרייבער דערציילט אז הרב שור האט גאר שארף ארונטערגעריסן הר' קוק פון אר"י און דער יושב ראש האט אים עטליכע מאל געדארפט שטיל מאכן און מוחה זיין אקעגן זיינע שארפער רייד..

4. נאך הרב שור האט גערעדט הרב דר. אלי' יונג פון ניו יארק (אים זעהט מען טאקע אינעם קליפ)

5. נאכדעם רעדט דער יושב ראש רבי אהרן לעווין איבער די פראבלעם פון שחיטה

6. עמיצער קישרברוין נעמט דאס ווארט און בעט אז מ'זאל נישט רעדן איבער ספעציפישע פאליטישע אנגעגלעגנהייטן

7. נאכדעם קומט די באצויבערנדע רעדע פון הרה"ג רבי מאיר שפירא זצ"ל דעמאלס רב אין סאנוק, הגר"מ שפירא שטעלט באמת טאן, שלאגט פאר מעכטיגע געדאנקען איבער חינוך און אנדערע טעמעס. די איראניע איז דער רעיון פון "דף היומי" וואס מיט דעם איז די רעדע געבליבן באקאנט עד היום, דאס ווערט גארנישט דערמאנט אינעם גאנצן באריכט.

8. אינמיטן די דרשה פון רבי מאיר שפירא קומט דער חפץ חיים זצ"ל אריין אין זאל, אלעס ווערט שטיל און יעדער שטעלט זיך אויף ביראת הכבוד. רבי מאיר שפירא רעדט ווייטער און רייסט ארונטער די "מזרחי" ובראשם ר"מ ברלין (בר-אילן)

9. דער טשארטקובער רבי האדמו"ר רבי ישראל (געזען אינעם קליפ) ווערט פארגעשטעלט דורכ'ן יושב ראש אז ער איז אויפגענומען אלס חבר הנשיאות און ער נעמט איבער דאס ווארט. רעדנדיג גאר שטיל איז דא א דאלמעטשער וואס זאגט אלעס איבער אויפן א הויכען קול, דער רבי שלאגט פאר וואס דער ציל פון אגודת ישראל איז.

דער זייגער ווייזט 2 נאכמיטאג, דער יושב ראש רופט אויס פאזע ביז פיר נאכמיטאג.

מיט דעם ענדיגט זיך דער באריכט
צוגעלייגטע
NLI-Article.pdf
(340.44 KiB) דאונלאודעד 290 מאל

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » מאנטאג פאברואר 23, 2015 3:48 pm

הכל תלוי במזל אפילו ס"ת שבהיכל. מ'קען זאגען, אז אזוי ווי א ס"ת דארף אסאך דארך גיין מיטען כתיבת ס"ת, און ביים סיום רופט מען נאך אפאר שיינע יודען צו מוסיף זיין כהנה וכהנה, אזוי אויך דער וידיאו איז אדורעך געגיינגען א תהליך כתיבה (ומחיקה) דארעך די יארען וואס "קייינער" האט נישט געוויסט פון דעם

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 23, 2015 3:57 pm

א קורצע טעלעגמראמישע באריכט אינעם זעלבן צייטונג, אפאר טאג פריער, פונקטן:

1. ערוויילטע חברי הנשיאות; הרי"ל צירסאהן פון קעשינוב ווערט ערוויילט אלס נשיא פונעם כנסיה, אלס נשיאים פון אגודת ישראל; רבי חיים עוזר, רבי מאיר שפירא, רבי אהרן לעווין און הרב הורוויץ (מסתם רבי יונתן בנימין) פון ירושלים.

2. א קורצע באריכט פון די דרשה פון ר"י ראזענהיים אז די פארשטייער פון אגודת הרבנים אין אמעריקא האבן געשיקט שליחים צום כנסיה, זיי ארבייטן צו פארנייען דעם ריס צווישן די אגודה און מזרחי (פארשלאפן; דאס איז ווארשיינליך געווען דער דערמאנטער ר' אהרן הלוי ט"ב)

3. רב ברויאר פון דייטשלאנד זאגט אפאר ווערטער

4. יעדעס מאל דער חפץ חיים אדער דער גורער רבי דער אמרי אמת באווייזט זיך אין זאל, ווערט שטיל און יעדער שטעלט זיך אויף

5. רעדנערס ח' אלול; הרב (מרדכי לייב) רובין פון ירושלים בשם הגרי"י דיסקין און הגרי"ח זאנענפעלד, רבי אהרן לעווין, הרב רובין פון די ליטא (ווער?), הרב נחום פון באגדאד, הרב שטערנבוך פון באזעל, פארשטייער פון אמעריקא.

6. רעדנערס ט' אלול; הרב פערבער פון לאנדאן, הרב ברויאר "מייסד אגודת ישראל" (איז דאס טאקע אזוי באקאנט אז ער איז דער מייסד, ווארשיינליך האט ר"י ראזענהיים געארבייט בשליחותו אלס מיטגליד אין די פראנקפורטער קהלה), הרב קרישברוין פון ווארשא, הרב צירלסאהן, הרב אטלס פון די ליטא, א פארשטייער פון האלאנד.
צוגעלייגטע
NLI-Article.pdf
(135.61 KiB) דאונלאודעד 249 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19054
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 23, 2015 4:01 pm

חיים'ל, דיין תגובה באלאנגט אין די צופיל געמעקט שנירל..
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מאנטאג פאברואר 23, 2015 4:03 pm

פון די ווידיא קוקט אויס אז דער באקאנטער בילד אויף די דעקל פון די שמירת הלשון ספרים פונעם חפץ חיים זצוק'ל איז יא ריכטיג.

כידוע איז דא א גאנצע שערוריה ארום דער נושא, דא איז עס גאנץ קלאר.
לעצט פאראכטן דורך א. טראכטער אום דינסטאג פאברואר 24, 2015 11:39 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 23, 2015 4:11 pm

מיללער האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:ערשטענס, די ווידיאו איז פון ערשטע כנסיה הגדולה וואס סאיז פארגעקומען משך א'וואך פון ג ' ביז י' אלול תרפ"ג אין די שטאט וויען עסטרייך,בהשתתפות גדולי ומאורי הדור זצ"ל , מיט איבער ניין הונדערט פארגעשטעטלטע,ובראשם רבן של ישראל זקן הצדיקים "החפץ חיים זיע"א", וואס ער האט געהאלטן די ערשטע רעדע,און לובלינער רב זצ"ל האט דעמאלטס פארגעשלאגן דער "דף היומי",און ס'איז דארטן געגרינדערט געווארן די"קרן התורה" קאסע,וואס ס'האט געשטיצט די מוסדות התורה מיט די עולם הישיבות, נאכדעם וואס ס'האט געהערשט א'גרויסע נויט און ארימקייט אין אייראפע.


בייגעלייגט איז א באריכט פונעם ערשטן טאג פונעם כנסיה, עס איז משמע אז עס איז נישט געווען פון ג' אלול, נאר פון ז' אלול. דער באריכט איז פונעם צייטונג "דואר היום" אינטרעסאנטע נקודות פון זיין באריכט:



טעות לעולם חוזר, דער דערמאנטער צייטונג קומט צוריק שפעטער מיט א באריכט אנגעהויבן פון ג' אייר און אנטשולדיגט זיך אז דאס באקלאנגט קודם, דער באריכט האט גאר אסאך פרטים, איך לייג עס קודם ביי (זאלן די צייטונגען זיך אליינס פלאגן ארויסצוקלויבן אינפארמאציע, און נישט אלעס נעמען פון אייוועלט)
צוגעלייגטע
NLI-Article (1).pdf
(334 KiB) דאונלאודעד 261 מאל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג פאברואר 23, 2015 4:12 pm

שוין דא אויף 4-1-1 אין קולמע א אינטערוויו מיט די זעלבע וואס מען האט שוין אמאל אינטערוויוד בנוגע די בילד פון ח"ח, זייער אינטערעסאנט און גוט, רב פופקע, און ליאזשנע רבי.

רב פופקע ברענגט פארשטייט זיך די ווידיא לראיה לדבריו, און די ליאזשנע רבי האלט זיך ביי זיינס אז דאס איז די קצב פון ראדין.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19054
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 23, 2015 4:17 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:שוין דא אויף 4-1-1 אין קולמע א אינטערוויו מיט די זעלבע וואס מען האט שוין אמאל אינטערוויוד בנוגע די בילד פון ח"ח, זייער אינטערעסאנט און גוט, רב פופקע, און ליאזשנע רבי.

רב פופקע ברענגט פארשטייט זיך די ווידיא לראיה לדבריו, און די ליאזשנע רבי האלט זיך ביי זיינס אז דאס איז די קצב פון ראדין.

און דער קצב האט פארטראטן דעם רב ביי די כנסי'..

וואויל פאר א שטאט וואס פארמאגט אזא קצב..
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 23, 2015 4:19 pm

און וואס האט דער "חפץ חיים" געזאגט אין זיין קורצע דרשה?
צוגעלייגטע
Untitled.png

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג פאברואר 23, 2015 4:19 pm

וויל איך וויסן ווער עס איז די קצב פון ליאזשנע, אפשר זאל אים די רבי שיקן צום איטנערוויא במקומו.
קודם כל, סאיז פעיק נוז. והשנית, אבאמא איז שולדיג. שלישית טראמפ איז גערעכט מיט דעם.
#מעיק-אמעריקע-גרעיט-אגעין.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 23, 2015 4:27 pm

דריטע און לעצטע באריכט אינעם דערמאנטן "דאר היום" צייטונג, גאר אסאך אינטעראסנטע פרטים
צוגעלייגטע
NLI-Article (3).pdf
(261.67 KiB) דאונלאודעד 258 מאל

להודיע
שר האלף
תגובות: 1994
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג פאברואר 23, 2015 4:34 pm

מיללער האט געשריבן:און וואס האט דער "חפץ חיים" געזאגט אין זיין קורצע דרשה?


הייליגע דיבורים יוצאים מלב טהור, אצינד קענען מיר מצייר זיין כאילו בעל השמועה עומד לפניו.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8843
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג פאברואר 23, 2015 4:35 pm

אין אישי שרייבט מיר איינער אז:
"@3:00 איז 'מעגליך' ר' אליעזר גרשון פרידענזאן, פאטער פון ר' יוסף פרידענזאן ז"ל פון דאס אידישע ווארט."
איינער צו קאנפערמען?
------------
דא איז אן אפדעיט מיט קעפשענס אויף קאפי: https://copy.com/6qEO7WQSAVE4SR6w
ביטע איבערקוקן און מיר זאגן אויב עפעס פון די זענען נישט זיכער, און צולייגן די וואס זענען שוין מוסכם.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג פאברואר 23, 2015 4:38 pm

דער וועמען מען זעהט אויף 2:02 - 2:04 איז לענ"ד דער דווארטער רב, ר' מאיר דן פלאצקי בעל כלי חמדה

ר' יעקב ראזנהיים האט שוין תרפ"ג געהאט אזא ווייסע בארד???

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 23, 2015 4:42 pm

ווייסט מען דעם אדרעס פון דעם זאל (עפעס "קאראקאס") אין וויען וואו דער כנסיה איז פארגעקומען? אפשר קען מען מעטשען וויאזוי עס זעהט היינט אויס און כאפן די פילם ענגעלס אויף די גאס

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8843
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג פאברואר 23, 2015 4:48 pm

יהיה כן האט געשריבן:דער וועמען מען זעהט אויף 2:02 - 2:04 איז לענ"ד דער דווארטער רב, ר' מאיר דן פלאצקי בעל כלי חמדה

נאך איינער עגריעט?
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג פאברואר 23, 2015 4:54 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:אין אישי שרייבט מיר איינער אז:
"@3:00 איז 'מעגליך' ר' אליעזר גרשון פרידענזאן, פאטער פון ר' יוסף פרידענזאן ז"ל פון דאס אידישע ווארט."
איינער צו קאנפערמען?
------------
דא איז אן אפדעיט מיט קעפשענס אויף קאפי: https://copy.com/6qEO7WQSAVE4SR6w
ביטע איבערקוקן און מיר זאגן אויב עפעס פון די זענען נישט זיכער, און צולייגן די וואס זענען שוין מוסכם.

לינק טויג?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט