בלאט 1 פון 10

סאטמאר ראדני אמאל און היינט

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 4:21 pm
דורך מחותן
אז מען רעדט שוין פון ראדני איבערבויען, עס וואלט זיך פארלאנגט א עקסטערע אשכול מיט בעפאר און דערנאך בילדער..

עס איז נישט צו גלייבען אז אונזערע קינדער וועלן נישט האבן קיין השגה ווי אזוי די שטיבלך אינטען האבן אמאל אויסגעזען, ווי יעקל האט געטיילט די לעקך, און פון ווי מען האט גענימען די פארטיגע קאווע.. אא"וו.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 4:23 pm
דורך יהיה כן
מחותן האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון ראדני איבערבויען, עס וואלט זיך פארלאנגט א עקסטערע אשכול מיט בעפאר און דערנאך בילדער..

עס איז נישט צו גלייבען אז אונזערע קינדער וועלן נישט האבן קיין השגה ווי אזוי די שטיבלך אינטען האבן אמאל אויסגעזען, ווי יעקל האט געטיילט די לעקך, און פון ווי מען האט גענימען די פארטיגע קאווע..


לעצטנס געכאפט א וויזעטע דארט
בינעך אראפ געגאנגען אינטן, כ'האב כמעט געבלאנדזשעט, כ'זוך נאך וואו האבן זיי פלאצירט דעם גערוך וואס איז געווען דארט? וואו האט מען געלייגט די מעדזשיק מארקקער מקוה סיינס פון משה אפרים'ן' ע"ה, און וואו אהין האט מען געדאמפט די אלטע בית כסא דיוויידערס, באצירט מיט 'ימ"ש' און 'פוי'ס פון עטליכע גענערעישאנס, אוי מי יתנני ירחי קדם.....

היינט האט מען מאדערנייזט דאס גאנצע מקום דארט...

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 4:26 pm
דורך שמעלקא טויב
אה ראדני, כי ירד ירדני, ס'איז מער קיין ראדני נישט, אן יעקל אן יעקב משה שווארצ'ן, איי איי איי, משה אפרים'ס קוקיס אין די מקוה שטובל פלעגט מיר טעגליך אנרייצן, בטוב לבו האט ער מיר אמאל געגעבן א קוקי צוויי, איי איז דאס געווען א וואוילער איד.

די גערוך פון אונטן וועט בלייבן גירסא דינקותא, דאס גייט נישט ארויס פון קאפ. דער קידוש שטובל ניצט מען נאך אויבן?

ס'נאך דא דער טאפ מיט די קאווע?

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 4:33 pm
דורך מטעמים
עפעס איז ראונג מיט מיר אז אין מיינע זכרונות קעמערעל פרוביר איך נישט אריינצולייגען קיין שמוציגע טאפ אדער א גערוך וואס ברענגט דיר קאשמארען???

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 4:36 pm
דורך farshlufen
שאינו יודע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, ראדני איז לובש צורה

שטיינער בויט אן אריינגאנג?


וועלכע שטיינער, און ווי איז ער אויפן בילד?

שאינו, דאס טרעקל דערציילט אלעס, כמדומני אז ר' פנחס ע"ה האט דאס נאך געקויפט און געפירט.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 4:38 pm
דורך שאינו יודע
farshlufen האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, ראדני איז לובש צורה

שטיינער בויט אן אריינגאנג?


וועלכע שטיינער, און ווי איז ער אויפן בילד?

שאינו, דאס טרעקל דערציילט אלעס, כמדומני אז ר' פנחס ע"ה האט דאס נאך געקויפט און געפירט.



יישר כח

עס איז פארשווארצט די אריינגאנג, איך האף אז ער וווייסט וואס ער טוט.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 4:43 pm
דורך מיסטעריעז
שאינו יודע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, ראדני איז לובש צורה
שטיינער בויט אן אריינגאנג?
וועלכע שטיינער, און ווי איז ער אויפן בילד?
שאינו, דאס טרעקל דערציילט אלעס, כמדומני אז ר' פנחס ע"ה האט דאס נאך געקויפט און געפירט.
יישר כח

עס איז פארשווארצט די אריינגאנג, איך האף אז ער ווייסט וואס ער טוט.

ער טוט וואס מ'הייסט...

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 4:49 pm
דורך בוידעם
זיי זאגן אז די גאנצע שער וועט זיין פענצטער'ס. עס וועט הייסן שער יעקב כהנא.
די וועלט טוישט זיך, אמאל פלעגט מען ברעכן פענצטערס היינט בויט מען פענצטערס.....
אז מען רעד שוין פון איבער בויען ראדני, די טוישונגען וואס עס איז געמאכט געווארן די לעצטע יאר איז באגריסענד, ענדליך נעמט מען זיך שוין אביסל אין די האנט, מען מאכט דאס פאר א שיין איינגענעם פלאץ.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 5:08 pm
דורך יהיה כן
בוידעם האט געשריבן:זיי זאגן אז די גאנצע שער וועט זיין פענצטער'ס. עס וועט הייסן שער יעקב כהנא.
די וועלט טוישט זיך, אמאל פלעגט מען ברעכן פענצטערס היינט בויט מען פענצטערס.....
אז מען רעד שוין פון איבער בויען ראדני, די טוישונגען וואס עס איז געמאכט געווארן די לעצטע יאר איז באגריסענד, ענדליך נעמט מען זיך שוין אביסל אין די האנט, מען מאכט דאס פאר א שיין איינגענעם פלאץ.


און וואס וועט זיין מיט די אלע זעליגפעלד-קשוינז הנצחות, מיט וואס ראדני איז געווען געבענטשט? (בנדבת ר' יעקב זעליגפעלד שליט"א לרפו"ש)

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 5:10 pm
דורך מי יודע
ער לעבט נאך דער זעליגפעלד? א פארט פון די אמאליגע דברי יואל העתקות

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 5:26 pm
דורך אפשר
יא ב''ה ער לעבט

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 5:52 pm
דורך שנאפס
ער לעבט און דארף א ישועה

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 7:09 pm
דורך לאדיךארויס
די אשכול באלאנגט - לדעתי - אין זכור ימות עולם...

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 8:39 pm
דורך חיים צבי
אין צוואנציג יאר ווען די BQE וועט שוין זיין באדעקט מיט טייערע וואלקען קראצער מיט מעסי׳ס און לארד ענד טעילאר געשעפטען אויף גאנץ לי עוועניו וועט מען זיך כאפן ביים קאפ און א איד א נגיד וועט פאראייביגען אין ראדני אפאר צוזאמגעקליבענע אלטע הילצערנע בענק מיט פלאקאטן הונטער גלאזירטע מיוזיאם סטיל ווענט, אין בית כץ אונטען וועט ליגן - ארומגענומענערהייט - די אלטע טיש מיט די באהאפטענע בענק און די גרויע קאווע טאפ דערויף, אפאר מיטליאריגע אידן וועלן אריינקומען זיך פארגלייזן די אויגן און איך מיין מען קען שוין עפענען די דעמאלטסדיגע אשכול איבער רענאוואציעס אין דעם אלטען סאטמארן שול.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 9:21 pm
דורך יציב פתגם
ראדני שוהל אין די אמאליגע אויסזעהן

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 9:22 pm
דורך יציב פתגם
ראדני בענק

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 9:24 pm
דורך יציב פתגם
די הויפט אריינגאנג ווען מען האט נאך געמעגט קלעבן צעטלעך...

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 9:31 pm
דורך שמאטע
וועלכע יאר האט מען פארבויט די אראפגאנג?
איך געדענק עס מיט א ציגעלנע וואנט ארום די סטעפס.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 9:50 pm
דורך שטיל
האט נאך איינער א בילד פון די אריינגאנג ווען סאיז געווען די ציגעלדיגע וואנט אין באהאנגען מיט קאטס פון ביידע זייטען?

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 9:56 pm
דורך יציב פתגם
בשעת'ן איבערדעקן די אמאליגע ראדני פלאר

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 10:47 pm
דורך געלעגער
לאדיךארויס האט געשריבן:די אשכול באלאנגט - לדעתי - אין זכור ימות עולם...

קארעקט

געשריבן: מיטוואך פאברואר 04, 2015 11:31 pm
דורך בוידעם
shmate האט געשריבן:וועלכע יאר האט מען פארבויט די אראפגאנג?
איך געדענק עס מיט א ציגעלנע וואנט ארום די סטעפס.


ווען מען האט געבויט דעם בית המדרש איז די אראפגאנג געווען פארבויט מיט א ציגעלנע וואנט (פרעג מיר נישט פארוואס), די וואנט איז געשטאנען ביז ענדע זומער תשס''ח. די בילד איז שוין פון נאכן אראפנעמן דעם וואנט.

אין יענע תקופה האט מען אנגעהויבן רענאווירן דעם בית המדרש, וואס האלט נאך אן ביז יעצט.

דעלמאטס האט מען געריקט בית קויפמאן נענטער צום בית שני, און די ביה''כ האט מען געלייגט נענטער צום בית המדרש אריינגאנג.
ווי אויך האט מען דאן אוועק גענומען דעם קאווע שטיבל וואס איז ביז דעלמאטס געווען פלאצירט בשכינות פון בית קויפמאן, און מען האט עס אריבערגעפירט נעבן די אריינגאנג אויף קיעפ סט.(דארט ווי עס פלעגט זיין שלמה שמש אפיס)

אין יענע צייט האט מען איבערגמאכט דעם גאנצן שער הכניסה פון קיעפ סטריט. נדבת הרה''ח ר' ליפא קויפמאן הי''ו לשמה ולזכרה פון הרבנית הצדיקת אלטא פיגא ע''ה.

אויך האט מען דעלמאטס איבער געמאכט די גאנצע פאדלאגע פון בית המדרש, אינסטאלירט נייע שענק אויף צפון זייט לענגאויס דעם גאנצן היכל, געטוישט די פענסטער'ס פונעם מזרח וואנט, דעקארירט די ביעמס שטאנגען מיט פורניטשער האלץ, געטוישט די בענק.

פארגאנגענע יאר סוף ווינטער תשע''ד האט מען איבערגעמאכט דעם גאנצן לאבי פון פארענט.
אביסל פריער האט מען זיך גענומען צום אינטערשטן שטאק. דארט קוקט אויס האט מען יעדע פאר טעג געטוישט די בוי פלענער. אנגעהויבן האט זיך עס אום חנוכה צייט
ווען מען האט איבערגעדעקט דעם גאנצן אינטערשטן שטאק מיט ביליגע סטיקי טיילס, און אויך גרעסער געמאכט דעם גאנצן אינטערשטן האלוועי.
זומער ע''ד האט אין קארגע צוויי וואכן געגעבן א דריי ארום דעם גאנצן אויסשטעל אינטן, און אויפגעבויט צוויי שפאגל נייע פרעכטיגע חדרי תפלה.
אינמיטן דעם ווינטער תשע''ה האט מען אנגעהויבן בוי ארבעט ביי די מקוה, אריינצונעמן דעם מקוה איד'ס שטיבל, אינאיינעם מיט די פארצימער פון די מקוה ווי עס ליגן די האנטעכער, און עס פארוואנדלן פאר א נייע חדר התפילה.
יענע וואך איז די מקוה שטיבל עמטליך אריבערגעפירט געווארן צו איר נייע לאקאציע, דארט וואו עס פלעגט זיין ביז יעצט די האלוועי לעבן די כלים מקוה, פלאז די פלאץ ווי עס פלעגט זיין די דרייעדיגע געט ארויס צוגיין פון מקוה.
די ענטרענס צו די מקוה איז געטוישט געווארן צו אנטגעקן בית כ''ץ.
די מקוה גופא איז געווארן אויסגעשטעלט אויף א אנדערע פארמאט, און פלענער זענען נאך אין קראפט אריינצונעמן פון די האלוועי אויף די אנדערע זייט (די רוקן פון די שויערס) אלץ א חלק פון די מקוה.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 12:21 am
דורך yield
כ'האף די ביה"כ מאכט מען אויך איבער ממש א גרויל

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 12:52 am
דורך מיסטעריעז
די ביה"כ איז א לענדמארק, מ'טאר עס נישט טאטשן

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 1:01 am
דורך שוועמל
די ביה"כ אויבן האט נאך די טעוועלע: די ביה"כ איז רעזערווירט פאר עלטערע אידן, ראדאר ענפארסרט.

כאף אז אויבן בית קויפמאן זאל מען נאר לאזן אזוי מיט די קוויטשעדיגע פלאר, א זכר פונעם אמאל.