סאטמאר ראדני אמאל און היינט

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אפשר
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 5:53 pm

די אמאליגע הויפט אריינגאנג מיט ר' שמואל שפיטצער'ס ספרים געשעפט
צוגעלייגטע
ראדני.jpg
ראדני.jpg (33.47 KiB) געזעהן 4181 מאל

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 6:16 pm

חדר מאשקאוויטש געדענקט נאך איינער????
(דארט וואו עס איז היינט די בית שני אויף די רעכטע זייט)

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 6:17 pm

... אין די הדסים ביי הרב הלל גאלדשטיין הי"ו
צוגעלייגטע
5434191888_0ba812fc0c_o.jpg
לעצט פאראכטן דורך יציב פתגם אום דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 6:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 6:18 pm

מ'זעהט הנגיד ר' אליעזר קעסטנבוים קויפט הדסים.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

צייטונג
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 30, 2014 2:03 pm

תגובהדורך צייטונג » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 6:31 pm

יהיה כן האט געשריבן:חדר מאשקאוויטש געדענקט נאך איינער????
(דארט וואו עס איז היינט די בית שני אויף די רעכטע זייט)

מיינט איר אוודאי בית קויפמאן?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 6:36 pm

צייטונג האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:חדר מאשקאוויטש געדענקט נאך איינער????
(דארט וואו עס איז היינט די בית שני אויף די רעכטע זייט)

מיינט איר אוודאי בית קויפמאן?

ניין, עס איז געשטאנען פונקט דארט ווי עס היינט בית שני. אינמיטן די אלטע דרום וואנט איז געווען א טיר צו א קליין שטיבל. אינעם שטיבל, קעגען איבער, איז געווען טרעפ ארויף צום ווייבער שוהל, און אויף די רעכטע זייט איז געווען די טיר צו חדר מאשקאוויטש (וואס איז געווען כמעט די זעלבע סייז ווי חדר כ"ץ אינטן). געדענק איך גוט?

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 6:42 pm

יציב פתגם האט געשריבן:ר' יעקב הערש'ס קאווע שטיבל

איי איי... פארגעס א רגע פון די קאווע שטיבל. די "מילך באטעל" וואו טרעפט מען היינט????
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 6:50 pm

shmate האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:ר' יעקב הערש'ס קאווע שטיבל

איי איי... פארגעס א רגע פון די קאווע שטיבל. די "מילך באטעל" וואו טרעפט מען היינט????

אין די חדרים און ישיבות

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 7:01 pm

די פאפירענע?!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 7:01 pm

shmate האט געשריבן:די פאפירענע?!

יא

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 7:04 pm

לרגל שמחת הנישואין בחצר הקודש
צוגעלייגטע
B0aVVXtIgAAFg_q.jpg
B0aVVYMIMAEGmXL.jpg
B0aVVWdIMAALQ86.jpg

טוויט_ראביי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2010 11:57 pm

תגובהדורך טוויט_ראביי » מוצ"ש פאברואר 07, 2015 11:48 pm

אברומעלע שטיינמעטץ ע״ה וואס האט זיך אסאך אפגעגעבן מיטן קאווע שטיבל, פלעגט זיצן מיט א האנטוך אין קעיס עפעס גיסט זיך אויס, זאל ער עס שנעל קענען אויפרוימען.
צוגעלייגטע
image.jpg

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג פאברואר 08, 2015 1:17 am

טוויט_ראביי האט געשריבן:אברומעלע שטיינמעטץ ע״ה וואס האט זיך אסאך אפגעגעבן מיטן קאווע שטיבל, פלעגט זיצן מיט א האנטוך אין קעיס עפעס גיסט זיך אויס, זאל ער עס שנעל קענען אויפרוימען.


די זאגסט דאך נישט וועלכע קאווע שטיבל!
דאס איז געווען די קאווע שטיבל צווישן בית קויפמאן און בית שני דארט פלעגט ער בראטען פרישע קאווע אין די אריינגעבויטע קעסלעך אין די וואנט פון 4 פארטאגס אהן, אוי זכרונות!!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

טוויט_ראביי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2010 11:57 pm

תגובהדורך טוויט_ראביי » זונטאג פאברואר 08, 2015 1:26 am

גערעכט, ער איז אלץ געווען גוט אויפגעלייגט, די איינציגסטע זאך וואס האט אים אויפגערעגט ווען מען אט גענומען צוויי פאום קאפס.

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » זונטאג פאברואר 08, 2015 6:12 pm

אוי אוי ראדני ראדני
כליפ כליפ... זכרונות שווימן ארויף ווען מ'דערמאנט זיך די גוטע אמאל.
אסאך יארן שוין פארלאפן זינט מיר האבן זיך געשיידט
אבער סאטמאר ראדני בלייבט איינגעקריצט אין מח
דארט האט מען זיך געשטעלט אויף די פוס געשעפט הדרכה
געזהן א רבי'ן געהערט און געזעהן אידן פונעם אמאל עלטערע יראי ה'
חבל על דאבדין ולא משתכחין
ווער עס האט זכרונות, בילדער ביטע ארויפשטעלן.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » זונטאג פאברואר 08, 2015 6:23 pm

ראדני, איי איי, גוטע געפילן עס ברענגט ארויף, דארט איז א רבי, געשעפטן, פוס, ולכליפא מה זו עושה.
תגובה'לע איך בעט דיר איבער אויב וועט מען דיר אויסמעקן.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג פאברואר 08, 2015 6:23 pm

abimlaibt האט געשריבן:אוי אוי ראדני ראדני
כליפ כליפ... זכרונות שווימן ארויף ווען מ'דערמאנט זיך די גוטע אמאל.
אסאך יארן שוין פארלאפן זינט מיר האבן זיך געשיידט
אבער סאטמאר ראדני בלייבט איינגעקריצט אין מח
דארט האט מען זיך געשטעלט אויף די פוס געשעפט הדרכה
געזהן א רבי'ן געהערט און געזעהן אידן פונעם אמאל עלטערע יראי ה'
חבל על דאבדין ולא משתכחין
ווער עס האט זכרונות, בילדער ביטע ארויפשטעלן.


קוק וועם ראדני האט אויפגעוועקט

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » זונטאג פאברואר 08, 2015 6:48 pm

מאך נישט קיין מצב... שטעל בילדער
א_ניש וועליך מוזן שטעלן...
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » זונטאג פאברואר 08, 2015 6:51 pm

הא, איין זאך האב איך פארגעסן,דארט איז נישט ערלויבט דאס כאפן בילדער.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג פאברואר 08, 2015 11:59 pm

די אלטע ראדני זיגל
צוגעלייגטע
008.jpg

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג פאברואר 09, 2015 5:51 am

יציב פתגם האט געשריבן:
צייטונג האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:חדר מאשקאוויטש געדענקט נאך איינער????
(דארט וואו עס איז היינט די בית שני אויף די רעכטע זייט)

מיינט איר אוודאי בית קויפמאן?

ניין, עס איז געשטאנען פונקט דארט ווי עס היינט בית שני. אינמיטן די אלטע דרום וואנט איז געווען א טיר צו א קליין שטיבל. אינעם שטיבל, קעגען איבער, איז געווען טרעפ ארויף צום ווייבער שוהל, און אויף די רעכטע זייט איז געווען די טיר צו חדר מאשקאוויטש (וואס איז געווען כמעט די זעלבע סייז ווי חדר כ"ץ אינטן). געדענק איך גוט?


אוודאי געדענקסטו גוט, איך געדענק עס גוט, אמחי' געווען דער קליינער שטיבל, איך פלעג עס זייער ליב האבן און איך פלעג אלטץ טרייען צו דאווענען מנחה מעריב דוקא דארט
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 09, 2015 10:20 am

יציב פתגם האט געשריבן:די אלטע ראדני זיגל

העי, דאס האסטו אראפגענומען פון די לעגענגארע ברוינע סידורים מיט די ווייכע דעקל פון ר' אברהם דוד ע"ה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 09, 2015 4:43 pm

איי ראדני, ראדני, דארטן ווי איך האב מיינע קינדערישע יארן פארבראכט, זענט איר אמאל געווען אין ראדני?

אריינקומענדיג אין ביהמ"ד מצד דרום איז געשטאנען א האלצערנע שאנק דארט זענען געליגן די שבת'דיגע סידורים פאר די אידן מיט זיצן אויף די העלפט בית המדרדש, די גאר אלטע ברוינע לענגלעכיגע מיט א שטארקן סטעיפל און א דינע צוריסענע פאפירענעם דעקל (שפעטער האט מען דאס נאר אפירגענומען אין א יומא דפגרא), נאכהער זענען געווען די נייערע מער סקווער-סידורים אלע קאלירן; ברוינע בעיקר, בלויע און רויטע אויך, און אויך די ווייסע מיט די אכזריות'דיגע סטעיפל וואס האט פארמאכט דעם סידור מיט א ווילדקייט, נאר א דיקער שווארצער חומש מקראות גדולות נדבת רבי מאיר ישראל ורבי נפתלי "שנדבו מאה זאץ חומשים" דאס האט אראפגעהאלטן דעם סידור.

דער פאליש וואנט איז נישט געווען ריקעוודיג נאר הערמאטיש פארבויעט, אידן האבן געהאט מקום קבוע'ס ביים דאווענען אפי' שטיי-פלעצער, עס געדענקט זיך ווי היינט די צוויי בחורים זקנים וואס האבן געהאט זייער מקום קבוע אויף די שטיגן הארט ביים אריינקומען אויף דרום זייט.

בית שני איז נאך געווען א הויף מיט א שטיבל (שוין דערמאנט) אינעם קליינעם הייפל איז מען ארויס צו יזכור און געקוקט וואס דאס מנין אין אמשינוב האלט, אויך זענען צוויי פארענטשעס געווען דארט סטאנציאנירט. ווען קיין באווארפן איז נישט געווען האבן די אינגלעך דארט פארבראכט ביים ליינען.

בית קויפמאן קומה ראשון ושני, א באזונדערן חן, די פילע נשמה'ליך וואס האבן דארט געהאט זייער אכסניא, אברהמ'לע שטיינמעץ, איי האט ער געפירט דארט זיין מלוכה, די ביהכ"ס נאך נענטער צום טיר אויף די אנדערע זייט פון שפעטער, א קליינעם סינק אוטער די שטיגן, די שטיגן זעלבסט אויף ארויף מיט די שטיבל אויבן, א מין אנטיק, דארט אויבן האט ר' יעקב נחמי' ואחיו ר' וואלף געהאט זייער שיעור מיט שאר בשרם ר' וואלף ב"ר שיע הערש, ועוד ועוד.

א באנק איז געלאפן אן א רוקן אויף גאנצן לענג פונעם דרום און צפון וואנט, אויף די וואנט זענען געווען סטיקערס פאר די אידן וואס האבן געדינגען די זיצן פאר די הייליגע טעג, איבערן יאר האבן די אינגלעך דארט געשפילט "בענדל - איבערנעמען" און אויפגעגעסן די קאצקע ציקערליך און ראזשינקעס (נישט קיין גאנץ פעקל - א פאר שטיקלעך געמישט מיט פארוועלקטע פאפקארן און צודריקטע פרעצל) פון די באווארפן פעקליך, באווארפן חזקות נאר קינדער ממשפחת ... האבן געהאט זייערע פלעצער אויפן באנק, די איבריגע זענען געשטאנען אויף די שטיגן און געלאפן פון איין זייט צום אנדערן ווען די פרויען האבן געווארפן מצד השני "אינגעלע, גיב מיר א פעקעלע" שרייט יאנקל משה מיטן באסאווע שטימע, און ר' מרדכי לייבלער שפאצירט ארום דאס ס'מעדרעש מיט פארגלייזטע אויגן און א נישט-ניכטערן שמייכל.

דער פאליש מנין שבת ביים ליינען, הרב פישער ע"ה דער גבאי (שפעטער אויך פאנדרעיזער פאר חברה תהלים) דארט אין פאליש ביים ליינען האט געהערשט א געדרענג, נישט ווייניגער ווי אונטן ביי "רבי יעקל, א קעיקל" האלטנדיג די האנט צו קענען באקומען א פאר בראוני ברעקעליך פון ר' יעקל'ען.

די כהנא שטיבלעך אויבן, א סוגיא פאר זיך, די שיעורים דארט פון רבי שמואל זאנוויל, דער איד הרב וועזעל וואס טיילט פיינע טייע מיט עכטע לימאנע אריינגעדרוקט, אויך א ביהכ"ס מיט אלטע סינקס דארט אויבן מאחורי השטיבלעך, און א פריזשידער ביים אנקומען אויבן פאר די פינקע פנחס מיילעך ספאנדש קעיקס, היו ימים.

די שטיבלעך אונטן, חדר ג' איז געווען א שטיבל צום דאווענען אבער אויך אן עקסטענשאן צו די מקוה אין ביזי זמנים, די מקוה זעלבסט מיט ר' משה אפרימ'ען, די ריזיגע קעמליך און נעגל שניידערס אנגעבינדן אויף שעלפס וואס הענגען פון די ווענט מיט טשעינס, לעכעריגע האנטוכער וואס נעמען צוויי דערפון איז געווען פון די הארבסטע ראדני עבירות, דער שוויץ און די קולות פרייטאג נאכמיטאג, ר' מרדכי פאלאטשעק מיטן שטעקן "טובל'ען און ארויס", די עלטערע אידן ערנערן זיך אין בור, אוי די שווארץ/ווייסע ביהכ"ס דארט נעבן די שויערן מיט סטעינלעס ווענטליך און שוויציגע פלאשערס....

הויכע אלטע נעפ-מענשאן בענק אונטערן באלעמער דארט האט ר' יעקב משה געטיילט שמאלץ-הערינג ביי של"ס, קינדער האבן נאר באקומען צוויבל און אויך נישט מער ווי צוויי רעפטליך דוקא אויף א שלש סעודות בילקעלע, וואס איז געווען א קליין רינדעכיג טיייגעלע האלב געבאקן און רבי יחזקאל דער שמש ואחריו הי"ד יבלחט"א רבי שלמה טיילן אויס קאצקע געפילטע פישלעך, וואס יעדע קאצקעלע פאר זיך איז געווען קליין ווי טל ומטר אין א קליין סידורל ניטאמאל א פאר-ברכה האט מען געקענט מאכן דערויף.

די לעכעריגע פארקעי געאייגנט צו פארלירן קאגעליך, די פלאר וואס מען "אוילט" פאר פסח און פנחס מיילעך שטעלט ארויס שרייעדיגע ווארענעונגען דערוועגן, "אכטונג! די פלאר איז געאוילט!" איי איז דאס געווען אן הכנה צו פסח, גענוי ווי די צומאכערס ביי די עקן פון די בענק אלס הכנה צו די ימים נוראים.

ראדני, ראדני, ווען דיינע ווענט קענען דערציילן וואס דו האסט שוין אלס געזעהן, אנגעזאפט מיט זכרונות, נאסטאלאגיע! מי יתננו ירחי קדם

(הרבה נשאר בהקולמוס ועוד חזון)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 09, 2015 4:44 pm

יציב פתגם האט געשריבן:די אלטע ראדני זיגל

האט נאך פישל באב"ד ע"ה געמאכט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 09, 2015 4:48 pm

די פאליש וואנט דענק איך ווען מען האט עס געפעינט צו די שיינע טויערן, און האלט נאך אן עד היום.
מיר קינדער פלעגן גיין קוקן נאך חדר ווי דער מייסטער פעינטער\מעלער טוט די ארבעט.
דוכט זיך ער האט דאן אויך איבערגעפעינט ויואל משה לאבי אונטן. שוין נישטא קיין זכר דערפון היינט צוליב די שריפה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט