סאטמאר ראדני אמאל און היינט

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

תגובהדורך טיפיקעל » זונטאג פאברואר 22, 2015 8:24 am

אפאר נקידות וואס ליגט מיר אין זכרון, די עלטערע אידן קומען אין ביהמ״ד מיט די טאשן טיכעל ארום געדרייט מעשה חושב אויף די האלז, און נאכען דאווענען (און עס ניצען) האט מען עס צוריק ארויף געלייגט און אזוי אהיים געגאנגען.
דאס גוט שבת זאגען, הן פרייטאג צו נאכטס ווען מען איז אדארעך, און מען האט איבער געטאנצען די בענק און הן שבת בייטאג ווען דער רבי דער ברך משה זי״ע פלעגט ארויף גיין אויפן ארון הקודש מיט א נעימות אנגעווינטשען פארן עולם,
ר׳ בנימין הערש בערקאוויטש מיט זיין מקום קבוע ביים דוכנ׳ען אויפן ארון הקודש גראד העכערן בעל תפילה, מיט זיין איבער שרייען אנדערע כהנים מיט זיין באסאווע שטימע, און דערנאך זיכער צי מאכען אז דער רבי זאגט אים יישר כח כהנים.
ווי נעמט מען די ווערטער צו באשרייבן די זיסקייט פון הלל פארגעזאגט דארכען רבי׳ן דער ברך משה,, וואס הן אף אז זיין שטימע איז נישט געווען א שטארקע שטימע האט מען עס געהערט ביז אין די בעק צוזאמען מיט די זשומען פין די עירין קדישין
איך געדענק ווען איך האב מיר אריין געכאפט ביים ליינען אינעם רבי׳נס דירה אויף מזרח און זיך געפילט ווי א מנין טאלער...
ווער האט מיטגעלעבט ארויס און אריין ביי יזכור שמיני עצרת? אדער א הצלה געשרייעכטס פין ווייבער שול?

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » זונטאג פאברואר 22, 2015 9:33 am

ווען מען טראכט אויף צוריק איז זיך שווער צו פארשטעלן ווי אזוי די שמאלע הויפט אריינגאנג צום ביה'מ האט ערהאלטן אזוי פיל אין זיך.
אנגעהויבן ביים דעם ריזיגען דיקע ציגל וואנט, וואס למען השם עד היום ווייס איך נישט וואס דאס האט אויס געפעלט דארט.
אין אזוי ווייטער דער גרויסע סטאר פון הרב שפיטצער, ארום געהאנגען מיט גרויסע קארד בארדס מיט די פרייזן דערויף.
דריי פובליק פאון'ס.
אלטע ברוינע טישל פאר ראפעלס (ארמי'ס).
א וואנט פון מיט הינגערס.
#מקום קדוש. מועט המחזיק המרובה.

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג אפריל 09, 2015 10:15 am

ווער ווייסט ווי דאס איז?
צוגעלייגטע
IMG-20150409-WA0009.jpg

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אפריל 09, 2015 10:35 am

Beis katz
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

שואל כענין
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

תגובהדורך שואל כענין » דאנארשטאג אפריל 09, 2015 10:37 am

אויב איך געדענק גיט איז דאס אין בית כ"ץ

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג אפריל 09, 2015 10:59 am

יאפ, אמאל געווען אויף ביידע זייטן גרויע שענק און אפאר טרעפ פארענט פון דעם טיר.

אזוי זעהט אויס בית כ"ץ היינט צוטאגס.
צוגעלייגטע
IMG-20150409-WA0012.jpg

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » דאנארשטאג אפריל 09, 2015 5:24 pm

מען האט אוועק גענימען די גאנצע חן פון די בימ''ד
די זעלבע אין קרית יואל איך בין געווען דארט לעצטן'ס

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אפריל 09, 2015 5:26 pm

בני יששכר האט געשריבן:מען האט אוועק גענימען די גאנצע חן פון די בימ''ד
די זעלבע אין קרית יואל איך בין געווען דארט לעצטן'ס

ווען סיז שיין האט עס א חן.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » זונטאג אפריל 12, 2015 1:25 am

גיי שוין גיי...

א שטילער איד
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 24, 2014 3:10 pm

תגובהדורך א שטילער איד » זונטאג אפריל 12, 2015 1:54 am

טיפיקעל האט געשריבן:ווי נעמט מען די ווערטער צו באשרייבן די זיסקייט פון הלל פארגעזאגט דארכען רבי׳ן דער ברך משה

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אפריל 12, 2015 11:57 am

לאמפ האט געשריבן:יאפ, אמאל געווען אויף ביידע זייטן גרויע שענק און אפאר טרעפ פארענט פון דעם טיר.

אזוי זעהט אויס בית כ"ץ היינט צוטאגס.

בית כ"ץ אדער בית פריעדמאן? געהעריג מסלק געווען ר' יושע כ"ץ ע"ה שלא הניח זש"ק?

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » זונטאג אפריל 12, 2015 12:07 pm

אפיציעל הייסט עס נאך בית כץ און נאר דער שיפור ושיפוץ האט הרב פריעדמאן מנדב געווען.

אבער דער 'בית כץ' טאוועל איז געווען באזייטיגט ווען איך האב דארט באזוכט.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7005
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג אפריל 12, 2015 1:35 pm

הטבלא עם שמות מש' כ"ץ מונח על עמוד הבע"ת באופן עראי
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אפריל 12, 2015 2:38 pm

בני יששכר האט געשריבן:מען האט אוועק גענימען די גאנצע חן פון די בימ''ד
די זעלבע אין קרית יואל איך בין געווען דארט לעצטן'ס

א בית המדרש וואס קוקט אויס ערגער ווי א הויז פון א היימלאזער פארשוין, איז נישט קיין חן, נאר א חילול השם! יעדע הויז האט א טשילאר מיט פענסי פורניטשער שיין געפעינט מיט הערליכע פאדלאגער, און בית אלקים קוקט אויס ווי די דאמפ פון די סאניטאציע איז א חילול השם!! עס האט חן? מאך עס ביי דיר אינדערהיים!

געב א קוק אינדערהיים, די שענסטע בנין אין שטאט איז געווען די בית המדרש אדער שול ווי מען פלעגט עס רופן. אזוי איז געווען אינדערהיים, און אזוי איז געווען אין בית המקדש! גאלד זילבער וכו' וכו'.

דאס אז די חסידישע שטיבלעך זענען געווען אינדערהיים אפגעריסן - וואס מאנכע ווילן נוצן אלז די סיבה פארוואס דא זענען די בתי מדרש אין א שפל המצב - איז פשוט נישט אויסגעהאלטן, ווייל מען האט נישט געהאט קיין ברירה. די אפיציעלע קהילה איז געווען די "ארטעדאקסישע" און צומאל אויך להבדיל א נעלאגישע צו א שטאטוס-קווא, און די חסידישע שטיבל - די "ספרד'שע שטיבל" - איז געווען אן קיין שום איינקונפט פון חברה קדישה אדער מעמבערשיפ, האט מען נישט געהאט קיין געלט צו בויען א שיין בית המדרש ווי די הלכה פארלאנגט, אבער אין אמעריקע זאל די בית המדרש אויסקוקן ווי א ...... איז קעגן די הלכה.

#קיין חן

און עס קומט א דאנק פאר די עוסקים במצוה אז עס איז דא אויפוואכונג אין דעם ענין, זאל דער אויבערשטער העלפן ווייטער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4654
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג אפריל 12, 2015 3:41 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:און עס קומט א דאנק פאר די עוסקים במצוה אז עס איז דא אויפוואכונג אין דעם ענין, זאל דער אויבערשטער העלפן ווייטער.


מענין לענין, מען גייט זיך יעצט נעמען איבערבויען דעם סאטמאר בית המדרש אויף קליימער סט., מען האט שוין א שטיק צייט צוריק איבערגעמאכט די מקוה און די אונטערשטע שטאקן, און יעצט גייט מען איבערבויען דעם היכל הבית המדרש.
וועלמיר זען אויב מען גייט אראפנעמען די הערליכע מאלעריי ווערק פון די ווענט. אויב יא ברויך מען שוין גיין כאפן בילדער און עס פאראייביגן.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג אפריל 12, 2015 4:24 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
בני יששכר האט געשריבן:מען האט אוועק גענימען די גאנצע חן פון די בימ''ד
די זעלבע אין קרית יואל איך בין געווען דארט לעצטן'ס

א בית המדרש וואס קוקט אויס ערגער ווי א הויז פון א היימלאזער פארשוין, איז נישט קיין חן, נאר א חילול השם! יעדע הויז האט א טשילאר מיט פענסי פורניטשער שיין געפעינט מיט הערליכע פאדלאגער, און בית אלקים קוקט אויס ווי די דאמפ פון די סאניטאציע איז א חילול השם!! עס האט חן? מאך עס ביי דיר אינדערהיים!

געב א קוק אינדערהיים, די שענסטע בנין אין שטאט איז געווען די בית המדרש אדער שול ווי מען פלעגט עס רופן. אזוי איז געווען אינדערהיים, און אזוי איז געווען אין בית המקדש! גאלד זילבער וכו' וכו'.

דאס אז די חסידישע שטיבלעך זענען געווען אינדערהיים אפגעריסן - וואס מאנכע ווילן נוצן אלז די סיבה פארוואס דא זענען די בתי מדרש אין א שפל המצב - איז פשוט נישט אויסגעהאלטן, ווייל מען האט נישט געהאט קיין ברירה. די אפיציעלע קהילה איז געווען די "ארטעדאקסישע" און צומאל אויך להבדיל א נעלאגישע צו א שטאטוס-קווא, און די חסידישע שטיבל - די "ספרד'שע שטיבל" - איז געווען אן קיין שום איינקונפט פון חברה קדישה אדער מעמבערשיפ, האט מען נישט געהאט קיין געלט צו בויען א שיין בית המדרש ווי די הלכה פארלאנגט, אבער אין אמעריקע זאל די בית המדרש אויסקוקן ווי א ...... איז קעגן די הלכה.

#קיין חן

און עס קומט א דאנק פאר די עוסקים במצוה אז עס איז דא אויפוואכונג אין דעם ענין, זאל דער אויבערשטער העלפן ווייטער.

זייער א גערעכטע פוינט
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » זונטאג אפריל 12, 2015 6:01 pm

לכתחילה פיין געזאגט.

בעצם זענען דא אידן וואס ווען זיי זעהן א שיינע טשילאר אדער טיר אין א בית המדרש ווערן זיי ווילד, מיט די טענה אז מען ברענגט אריין די מאדענזירטע גאס אונם בית מדרש,

בין אין נייגעריג וואס וואלט ווען געווען זייער ריאקציע צום בית המקדש וואס די גמרא איז מעיד אז עס איז געווען געבויט שענער ווי סיי וואסערע הויז אין גאנץ ירושלים.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג אפריל 12, 2015 6:03 pm

לכתחילה, איך האב געהערט'פון חסיד'ישע אידן אנדערש.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אפריל 12, 2015 6:09 pm

מי חכם האט געשריבן:לכתחילה, איך האב געהערט'פון חסיד'ישע אידן אנדערש.

און וואס איז זייער מיינונג איבער דעם בית המקדש?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » זונטאג אפריל 12, 2015 6:18 pm

די לומדי שקלים ווייסן זיכער וואס די גמרא זאגט כמה ממון שיקעו כמה נפשות שיקעו.

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » זונטאג אפריל 12, 2015 6:18 pm

גיי שוין גיי.... זיכער פארשטייט יעדער וואס עס מיינט שיין און וואס נישט, אבער די נאסטאלאגישע געפילן ווען מען זעהט זיך ארום מיט די זעלבע ווענט וואס מען האט געהאט אין פריעדיגע יאהרן דורכגלעלעבט אין פארשידענע מצבים ווארעמט דאס א מענטש (געוויסע מענטשן) אז ער פילט זיך איז ביי זיך אינדערהיים, ער איז אין זיין בית מדרש, ער קען פארציילן ווער עס איז געשטאנען דא און ווער דארט, ביי עלטערע מיינט אמאהל אזא איבערבוי, ווי א זוהן קומט אריין וואוינען צו א אלטן טאטן, און ער רישט זיך איין דארט אלע צוגעהערן אויפן אינגן אופן, די טאטע שפירט ווי ער שטייט איין ביים זוהן נישט דער זוהן ביים טאטן.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג אפריל 12, 2015 6:26 pm

סא א אייגענע הויז טאר מען אויך נישט איבערבויען וועגן די נאסטאלגיע געפיהלן? (איך ציטער מ'גייט דא צוריק אריינפארן אין ליובאוויטש... מיללער ביסט רעדי?...)
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אפריל 12, 2015 6:28 pm

שנאפס האט געשריבן:סא א אייגענע הויז טאר מען אויך נישט איבערבויען וועגן די נאסטאלגיע געפיהלן? (איך ציטער מ'גייט דא צוריק אריינפארן אין ליובאוויטש... מיללער ביסט רעדי?...)

איך בין פולי רעדי, קאמפסגרייט....

לפאר ולרומם בית ה' איז נישט קיין שום חסרון, אדרבא בראותי כל עיר על תלה בניה ועיר אלוקים מושפלת עד שאול תחתיה ברענדט דאס א קטרוג.

נאסטאלגיע באלאנגט אין ווייבער שול אדער אין 500 בעדפארד, למר כדאית ליה ולמר כדאית ליה

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » זונטאג אפריל 12, 2015 6:30 pm

נישט גערעדט צו מען מעג אדער נישט, דשאסט צו פארשטיין א אנדערע פוינט אויוו וויע
קען זיין אינדערהיים וויל מען נישט אלס געדענקן וואס איז געווען............

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אפריל 12, 2015 6:31 pm

עבודת_הבורא האט געשריבן:גיי שוין גיי.... זיכער פארשטייט יעדער וואס עס מיינט שיין און וואס נישט, אבער די נאסטאלאגישע געפילן ווען מען זעהט זיך ארום מיט די זעלבע ווענט וואס מען האט געהאט אין פריעדיגע יאהרן דורכגלעלעבט אין פארשידענע מצבים ווארעמט דאס א מענטש (געוויסע מענטשן) אז ער פילט זיך איז ביי זיך אינדערהיים, ער איז אין זיין בית מדרש, ער קען פארציילן ווער עס איז געשטאנען דא און ווער דארט, ביי עלטערע מיינט אמאהל אזא איבערבוי, ווי א זוהן קומט אריין וואוינען צו א אלטן טאטן, און ער רישט זיך איין דארט אלע צוגעהערן אויפן אינגן אופן, די טאטע שפירט ווי ער שטייט איין ביים זוהן נישט דער זוהן ביים טאטן.

און דאס מיינט אז מען דארף לאזן דעם אויבערשטענס הויז אויסקוקען ווי די ערגסטע הויז אין שטאט, בשעת אין שלחן ערוך שטייט עס דארף זיין די העכסטע, נעמליך (לכאורה) די שענסטע?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שפאניע און 9 געסט