עשרת השבטים

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיסקינד
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

תגובהדורך זיסקינד » מיטוואך יוני 20, 2018 4:21 pm

SPUSMN האט געשריבן:אז דער אייבערשטער וויל נישט וועט נישט העלפען קיין פליגערס און סעטעלייטן, נישט קיין טעלעסקאופס אדער מיקראסקאופס, זייער סוד וועט בלייבען באהאלטען פונעם אויג אפילו ווען מען זעהט זיי פנים אל פנים מיט די אייגענע אויגען.

די עשרת השבטים זיכט מען נישט אויף Jewishgen אדער ancestry.com

וועגען דער פראגע צו מען ווייסט היינט עפעס וועגן די טייך סמבטיון; איז ווען איך בין געווען א בחור און געזוכט די עשרת השבטים בין איך אראפ געגאנגען צום גרויסען לייברערי אין מאנהעטען, און אריין אין map department און געבעטען פאר מעפס פון די גאנצע געגענט פונעם הרי החושך (די Himalayas mountains).

זיי האבען מיר געברענט אלטע CIA מאפס (אלטע, ווייל געזעצליך דארף עס זיין outdated) פון דריי לענדער (China, Tibet, Nepal), וואס די הרי חושך איז אויסגעשפרייט אין די דריי לענדער; און די מאפס זענען געווען א אינטש גרויס פאר יעדע מייל; האביך געטראפען אפשר 50 פלעצער (טייכען אדער שטעט) מיט זייער ענליכע נעמען ווי סאמבאטן, סאמבאט, וכו'.

אלטע זכרונות.

כ'דערמאן מיך אז מען האט דערציילט אז אין סאודי אראביע (אדער גאר אין תימן) איז דא שטעטל, ערגעץ טיעף אוועק פונען ים, וואס זיי לעבען נאך היינט א באזונדערע לעבען, און דער וועלט האט צו זיי נישט קיין צוטריט (פארוואס ווייס איך נישט).

אזוי אויך געדענק איך אז ווען כ'האב זיך אריין געלייגט אין טיבעט (איין גענומען פון כינע אין תש"ט), אז ביז שנת תש"ט, דאס הייסט ביז 64 יאר צוריק איז זייער הויפט שטאט לעהאסע (Lhasa) געווען פארשפארט פון דער וועלט פאר איבער 2500 יאר, אין יוצא ואין בא. אבער נאכען ליינען זייער לעבען'ס שטייגער און דער עיקר וועגען זייערע אכזריותדיגער אויף פירונג (דער היפך פון רחמנים בני רחמנים), האבען זיי מיר נישט אויס געזעהן צו זיין בני אברהם, יצחק, ויעקב, כאטש מען האט דערציילט פון זיי אז זיי האבען פארשידענע אידישע מנהגים.


על סמך וואס זאגסטו אז דאס איז די הרי החשך, ???
ס'טונקל דארט א גאנצע צייט ??
לויט וי ס'ווערט דערציילט אויף אלכסנדר מוקדון אז ווען ער האט געוואלט אריבער גיין די בערג האט ער געהאט א פראבלעם מיט שלענג, צו דען איז דארט טאקע פוהל מיט שלענג ??

זיסקינד
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

תגובהדורך זיסקינד » מיטוואך יוני 20, 2018 5:02 pm

וואנאוויטשער האט געשריבן:יש תחת ידי קונטרס חשוב המוכיח כי רוב רובם של עשרת השבטים הם לא מעבר לנהר סמבטיון, לא מעבר להרי החושך, ובודאי לא במזרח הרחוק.
אלא מאי ? עשרת השבטים הם לא אחר מאשר אנחנו האשכנזים !!!
אקוה בקרוב להוריד את הקונטרס לכאן לתועלת הרבים...


אולי תוכל להוסיף את זה בבקשה ??

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1008
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך יוני 20, 2018 5:05 pm

זיסקינד האט געשריבן:
וואנאוויטשער האט געשריבן:יש תחת ידי קונטרס חשוב המוכיח כי רוב רובם של עשרת השבטים הם לא מעבר לנהר סמבטיון, לא מעבר להרי החושך, ובודאי לא במזרח הרחוק.
אלא מאי ? עשרת השבטים הם לא אחר מאשר אנחנו האשכנזים !!!
אקוה בקרוב להוריד את הקונטרס לכאן לתועלת הרבים...


אולי תוכל להוסיף את זה בבקשה ??

הרב עובדיה וואלט זיך מחיה געעוען מיט אזא זאך...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך יוני 20, 2018 6:36 pm

ס'איז דא ערגעץ באשריבן אז איינער האט געזען די סמבטיון, אבער ער האט נישט קיין שום פיקשער אדער אדרעס, ער זאגט ער האט געוואקט לעבן די Himalayas די לאקעל מענטשן האבן אים אויסגעלערנט וואס צו וכו'
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » מיטוואך יוני 20, 2018 7:11 pm

ווי איז דאס באשריבן? קענסט עס אפשר אהער שאפן?

מחאה
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » דינסטאג יוני 26, 2018 9:20 pm

ווייסט איינער פון א מקור אז א חלק בני דן געפונען זיך אין א מדבר אין צפון תימן?
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דינסטאג יוני 26, 2018 9:30 pm

מחאה האט געשריבן:ווייסט איינער פון א מקור אז א חלק בני דן געפונען זיך אין א מדבר אין צפון תימן?


ס'איז דא א מעשה פון דעם אין אנדער אשכול
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » מיטוואך יוני 27, 2018 8:56 am

איינס האט געשריבן:
זיסקינד האט געשריבן:
וואנאוויטשער האט געשריבן:יש תחת ידי קונטרס חשוב המוכיח כי רוב רובם של עשרת השבטים הם לא מעבר לנהר סמבטיון, לא מעבר להרי החושך, ובודאי לא במזרח הרחוק.
אלא מאי ? עשרת השבטים הם לא אחר מאשר אנחנו האשכנזים !!!
אקוה בקרוב להוריד את הקונטרס לכאן לתועלת הרבים...


אולי תוכל להוסיף את זה בבקשה ??

הרב עובדיה וואלט זיך מחיה געעוען מיט אזא זאך...

'יש תחת ידי' הכוונה שזה נמצא בארון הספרים שלי.
בל"נ אבקש מבעל הקונטרס אם הוא יכול לשלוח לי זאת במייל, ואז נפרסם זאת כאן לזיכוי הרבים
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מיטוואך יוני 27, 2018 9:35 am

וואנאוויטשער האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
זיסקינד האט געשריבן:
וואנאוויטשער האט געשריבן:יש תחת ידי קונטרס חשוב המוכיח כי רוב רובם של עשרת השבטים הם לא מעבר לנהר סמבטיון, לא מעבר להרי החושך, ובודאי לא במזרח הרחוק.
אלא מאי ? עשרת השבטים הם לא אחר מאשר אנחנו האשכנזים !!!
אקוה בקרוב להוריד את הקונטרס לכאן לתועלת הרבים...


אולי תוכל להוסיף את זה בבקשה ??

הרב עובדיה וואלט זיך מחיה געעוען מיט אזא זאך...

'יש תחת ידי' הכוונה שזה נמצא בארון הספרים שלי.
בל"נ אבקש מבעל הקונטרס אם הוא יכול לשלוח לי זאת במייל, ואז נפרסם זאת כאן לזיכוי הרבים

אם כבר נתפרסם, נא לכתוב מקודם שם הקונטרס ושם מחברו.

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1719
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך יוני 27, 2018 9:54 am

מחאה האט געשריבן:ווייסט איינער פון א מקור אז א חלק בני דן געפונען זיך אין א מדבר אין צפון תימן?

צפון תימן איז די גרעניץ מיט סאודי אראביע, דאכציך אז דער חדב"ן ר' יואל חיים קושנער האט לעצטנס דארט באזוכט...

מחאה
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:39 pm

אויפגעפרישט האט געשריבן:
מחאה האט געשריבן:ווייסט איינער פון א מקור אז א חלק בני דן געפונען זיך אין א מדבר אין צפון תימן?


ס'איז דא א מעשה פון דעם אין אנדער אשכול

ביטע לייג א לינק
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2254
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג יוני 28, 2018 6:58 pm

עס איז כדאי אויב איינער האט אפצולוידען דעם ספר קול מבשר פון המקובל ר׳ שמעון הורוויץ. ער רעדט דארט וועגן להאסא טיבעט.
אויך אינטערסאנט במכתב ר׳ עקיבא יוסף שלעזינגער עבור האיש מטיבעט מעשרת השבטים שהתארח אצל חותנו ר׳ הלל מקאלאמיי ביום טוב פסח

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג יוני 28, 2018 7:25 pm

היאך נפרנס דברי שמואל במס' יבמות
כי אמריתה קמיה דשמואל א"ל לא זזו משם עד שעשאום עובדי כוכבים גמורים שנאמר בה' בגדו כי בנים זרים ילדו???

מחאה
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » דאנארשטאג יוני 28, 2018 9:13 pm

אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1126
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » פרייטאג יוני 29, 2018 6:58 am

זיסקינד האט געשריבן:
דוד משמש האט געשריבן:די עשרת השבטים זענען כידוע פאר יעדען חדר יונגעל - פארטריבען געווארען צו.... (כ'געדענק יעצט נישט די נעמען פון די פלעצער.. כ'האס איצט נישט קיין כח נאכצו קוקען....) הכלל.. ווי ווייט קען עס שוין זיין פון ארץ ישראל - בקיצור לכאורה איז עס און די פארען דיסטענס....עטליכע שעה..אדער אביסעלע מער...

איצט צום נקודה הפינימית וואס איך ווייל צוקומען.. עס זענען געווען פארשערס און די נישט ווייטע פארגאנגענהייט -וואס האבען געפארשט די עשרת השבטים - טייל זאגען אז זיי האבען געטראפען -
עס איז אויך דא כ'מיין אלדד הדני.. מיט גאנצע הלכות אויב איך געדענק גיט ווערט ער אויך אראפ געברענגט און תוס' ערשטע פרק און חולין.. (כ'דענק נישט פאר זיכער)
הכלל היינט איז שוין אלעס אפען .... ווי זענען די יודען אוועקגעקומען... זענען די חוקרים געווען קראנט ??..

אויך דער סמבטיון ווי איז ער ? הגם סמבטיון ווערט געברענגט און גמרא.. שטייט נאר רץ ונמהר.. אבער שטייט ערגעץ אז סווארפט שטיינער ביזען הימל..??עפעס איז דא א מעשה פון בעל אקדמות כידוע - כ'מיין אז מונקאטשער רב איז עפעס נישט געווען אנציקט פון די מעשה....

רבותי נו לאמיר עס דא אדורךשמיעסען...



איין זאך דארפ'ן מיר וויס'ן און גלויבן אז אויב דער בורא כל עולמים וויל נישט מ'זאל זיי טרעפ'ן וועט מען זיי נישט טרעפ'ן אפילו היינט וואס לכאורה איז אלעס האפן,

רבי שמואל סאלאנטער האט נישט געהאלטן פונקט אזוי.
ער האט געהאט מקובל אז ווען מוועט טרעפן די שבטים וועט זיין די גאולה, דערפאר האט ער געבעטן הגאון רבי שמעון הורביץ זצ"ל ממקימי ישיבת שער השמים אין ירושלים זיך ארויס לאזן אויף א מיסיע פון זוכעניש, ער האט אלץ באשריבן אין ספר קול מבשר, דא אין אוצר החכמה.
הייסט עס ער האט געהאלטן מקען יא מאכן א השתדלות פון זוכן די שבטים.

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דינסטאג יולי 24, 2018 8:18 pm

מחאה האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:
מחאה האט געשריבן:ווייסט איינער פון א מקור אז א חלק בני דן געפונען זיך אין א מדבר אין צפון תימן?


ס'איז דא א מעשה פון דעם אין אנדער אשכול

ביטע לייג א לינק


אונזער 'פארבינדונג' מיט די "עשרת השבטים"
פון הרב ענדע צדיק
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Gevald Geshrigen, טעם וריח און 7 געסט