האבן די דייטשען ימ"ש געמאכט זייף פון אידן ר"ל?

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

האבן די דייטשען ימ"ש געמאכט זייף פון אידן ר"ל?

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יוני 11, 2013 6:31 pm

די פראגע צו די מעשה מיט די זייף איז א ווארהייט אדער א לעגענדע, איז שוין אן אלטען.

ווי באוואסט איז דא אזא שמועה אז די דייטשען ימ"ש האבן געמאכט זייף פון די קדושים וואס מען האט פארברענט ר"ל. פון ווי און פון ווען די שמועה האט זיך אנגעהויבן איז נישט באקאנט. אזויפיל ווייסט מען אז עס איז דא דייטשע זייף פון יענע צייט מיט די אותיות RIF, און דאס האט לויט געוויסע געמאכט "ריין אידיש פעטענ'ס" רח"ל. אנדערע האבן געזאגט "רייכ'ס אידיש פעטענ'ס" ("רייך", די רעגירונג אינטער דעם רשע).

עס איז פארגעשטעלט געווארן אזא זייף ביי די נירענבערג פראצעס.

אזוי ווי עס איז נישטא קיין ברייטע פרוף, האבן די האלעקאסט פארלייקענער, גענוצט דאס אלס א שטעקען, און אויף דעם אנגעוויזען אז די מעשה איז א אויסגעטראכטער. פונקט ווי דאס איז נשיט אמת, זענען אנדערע פרטים, ווי די אויווענעס און די צאל מענטשען אויך נישט אמת.

אן איזרעלי איז היצט ארויס מיט א פילם, וואס זאגט אז די זייף מעשה איז א לעגענדע און עס איז נישט געשען. ער זאגט אז די מעשה קומט פון דעם וואס עס איז געווען א רומער שוין ביי די ערשטע מלחמה, אז די דייטשען האבן געניצט מענטשליכע באשטאנדטיילן פאר רייניגונג פרודוקטן. אזוי אויך - דאס ווייסט מען פון עדות - אז די דייטשע רשעים האבן געפייניגט די אומגליקליכע אידן אין לאגער, און כסדר געסטראשעט אז "מען וועט פון אייך מאכן זייף, אזוי מען האט געמאכט פון אייערע ברודער", און פון דעם האט מען פשוט פארשטאנען אז עס איז טאקע אזוי.

די פילם זאגט אז געוויסע פון די זייף וואס מען האט געטעסט, וויזט נישט קיין נמענטשליכע איבערבלייבעניש, אבער עס איז דא נאך אסאך פון די זייף וואס מען האט נישט געטעסט, צוו ווייל עס איז באגראבען אין קברי אחים, אדער עס ליגט אין מאוזיום. זיי זאגן אז RIF מיינט "Reichsstelle fur industrielle Fettversorgung" דאז איז געווען א קאמפעני וואס האט פארקויפט זייף פרודוקטן יענע צייט אין דייטשלאנד.

למעשה געוויסע פארשער אין פוילן וואס האבן געפארשט די זייף - פון די נירענבערג פראצעס, וואס ליגט ביי די וועלט געריכט אין העיג - אין 06', און דיי זאגן אז יא, עס איז נישט קיין ספק, די זייף האט אין זיך מענטשליכע באשטאנדטיילן.

לויט רוב פארשער, האט מען יא געמאכט זייף פון מענטשן אבער נישט אויף א גרויסער פארנעם, ווי מען האט געהאלטן גראד נאך די מלחמה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יוני 11, 2013 6:37 pm

עטליכע בילדער.

1) די זייף
2) אין ראדעוויץ, רומעניע (נעבן סאטמאר)
3) אין עפולה און ארץ ישראל
צוגעלייגטע
vdfsbsdbsb - Copy.png
vdfsbsdbsb - Copy.png (120.32 KiB) געזעהן 3067 מאל
raduz-384x512.jpg
nhgfndfgnd - Copy.png
nhgfndfgnd - Copy.png (189.79 KiB) געזעהן 3067 מאל
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג יוני 11, 2013 10:12 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג יוני 11, 2013 6:41 pm

צוגעלייגטע
Poster2.jpg
לעצט פאראכטן דורך יוראפ אום מיטוואך יוני 12, 2013 11:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יוני 11, 2013 9:51 pm

1) אין די מערה פון ר' יהודה בר אלעאי
2) אין ראדעוויץ די אנדערע זייט פון די פריערדיגע בילד
3) גרינוואוד סעמעטערי אין אטלענטע דזשארזשיע
צוגעלייגטע
מערה ר יהודא בר אלעאי.jpg
ראדעוויץ.png
ראדעוויץ.png (226.54 KiB) געזעהן 3009 מאל
Atlanta's Greenwood Cemetery.jpg
Atlanta's Greenwood Cemetery.jpg (59.23 KiB) געזעהן 3009 מאל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יוני 11, 2013 10:15 pm

1) אין הוד השרון אין ארץ ישראל
צוגעלייגטע
הוד השרון - Coopy.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יוני 11, 2013 10:49 pm

1) סיגעט (קרעדיט שאץ דא)
צוגעלייגטע
IMG_0371.JPG
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

ר'יין י'ודן פ'עטס

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג יוני 11, 2013 11:07 pm

דאס זייף וואס די דייטשן ימ"ש האבן פאבריצירט פון די קערפערס פון אידישע קדושים ביים צווייטן וועלט-קריג

חודש אב איז א זמן פון אבילות, א צייט וואס מען קלאגט אויפ'ן חורבן ביהמ"ק און אלע צרות ישראל במשך די דורות, איז עס אוודאי די פאסיגע צייט זיך צו דערמאנען פון די גרויסע צרות וואס אונזערע עלטערן און אור-עלטערן האבן געליטן דורכאויס דעם צווייטן וועלט-קריג.
ביים ביטער-גרויזאמען צווייטן וועלט-קריג, האט מען ליידער נישט געקענט מאכן ברכת הטוב והמטיב אז די אומגעקומענע זענען געקומען לקבורה, ווייל ליידער האבן די מערסטע פון זיי נישט זוכה געווען צו קבורה. נאכמער: פון א טייל קערפערס פון די קדושים האט מען פאבריצירט זייף, וואס איז טרויעריג באקאנט אלס "ר.י.פ. זייף". די דייטשן ימ"ש האבן זיך געוואשן מיט אידיש בלוט, אזוי ווי פרעה מלך מצרים וואס האט זיך געבאדן אין בלוט פון קליינע אידישע קינדערלעך.
ר'יין י'ודיש פ'עטס - דאס זענען די ווערטער וואס ליגן באהאלטן אינעם ווארט "ר.י.פ.", וואס איז געשטאנען אויפגעשריבן אויף די זייף וואס די דייטשן ימ"ש האבן פאבריצירט פון די הייליגע גופים פון אונזערע און אור-עלטערן, די קדושים וואס זענען אומגעברענגט און פארברענט געווארן אין די פייער-פלאמען דורך די נאצישע רשעים. השם ינקום דמם לעינינו, בב"א.
אין לויף פון דער צווייטער וועלט-מלחמה, האבן אנגעהויבן צירקולירן די שמועות אז די דייטשן ימ"ש, וואס זייערע גרויליגע מעשים האבן נישט געוואוסט קיין גרענעץ, האבן פאבריצירט זייף פונעם פעטס פון די אומגעברענגטע אידן. די קלאנגען האבן אויפגעשטורעמט די גאנצע וועלט, און איבערהויפט האט עס אויפגעשוידערט דאס געוויסן פון אלוועטליכן אידנטום.
די היסטאריע פון מענטשן-פראדוצירטן פעטס גייט אייגנטליך צוריק שוין צו דער עפאכע פון ערשטן וועלט-קריג, ווען עס האט געהערשט אן ערנסטער מאנגל אין פעטס. די דייטשן האבן דעמאלט געזאמלט ליכט און פעטס צו באשמירן די טאנקען און מאשינען. דעמאלט, ביים ערשטן וועלט-קריג, האבן טאקע די דייטשן ימ"ש זיך באנוצט מיט מענטשן-פעטס, אבער ב"ה נישט מיט קיין אידישע, נאר מיט פעטס פון קערפערס פון דייטשן וועלכע זענען געפאלן אין שלאכט.
שפעטער, נאך ביים סאמע אנהייב פון צווייטן וועלט-קריג, האבן ווידער געשלאגן ווארצלען די שמועות וועגן דעם אז די נאציס ימ"ש פאבריצירן פעטס פון מענטשליכע קערפערס. די קלאנגען האט זיך ארומגעטראגן איבער גאנץ אייראפע, און עס האט זיך לייכט געלייגט ביי פיל אויפ'ן שכל. ס'איז דאך נישט געווען מער קיין סוד וואספארא ברוטאליטעטן דער הארצלאזער דייטש איז עלול אפצוטון.
דאס האט מען קראנט און קלאר געוואוסט און געזען, ווי די דייטשן ימ"ש האבן אויסגעריסן די גאלדענע ציין פון די קרבנות און עס צעלאזט אויף ריין גאלד. אזוי אויך האבן זיי זיך באנוצט מיט די האר פון די אומגעקומענע אויף אנצופילן קישנס און דאכענעס.
דעם זעקס-און-צוואנציגסטן נאוועמבער, 1942 למס. (תש"ב), איז דערשינען אן ארטיקל אין דער "ניו יארק טיימס", וואס האט באריכטעט איבער די שוידערליכע פאקטן אז די דייטשן ימ"ש האבן פראדוצירט זייף פון די הרוגים. דער ארטיקל האט אויפגעשטורעמט די גאנצע וועלט, און אלס רעזולטאט דערפון האט דער רשע היינריך הימלער ימ"ש, דער "עס-עס" הויפט און גרינדער און אנפירער פון די נאצי-לאגערן, ארויסגעגעבן א באפעל מיט זיין האנטשריפט, דאטירט נאוועמבער, 1942, אין וועלכן ער האט געווארנט נישט צו מאכן קיין אומווערדיגע און אומפאסיגע באנוצן מיט די קערפערס. גלייכצייטיג האט ער ציניש געמאלדן אז ער נעמט אונטער אן אויספארשונגס-קאמפיין פעסטצושטעלן צי די שמועות וועגן די זייף פון מענטשן-פעטס זענען באגרינדעט, און אויב מען טרעפט אזא סארט זייף, זאל מען אים דערוועגן מעלדן.

שוידערליכע עדות'שאפטן איבער "ריף זייף"
אן עדות איבער'ן פאקט אז די דייטשן ימ"ש האבן פאבריצירט זייף פון מענטשן טרעפן מיר אינעם "שווארצן בוך" וואס אן איבערלעבער האט געשריבן נאכ'ן קריג. דער עד-ראי' גיט איבער דאס פאלגנדע: "אין א געוויסער אפטיילונג אינעם בעלזיצער לאגער, האט זיך געפונען א פאבריק פון זייף. די דייטשן, ימח שמם וזכרם, האבן פאר דעם צוועק אויסגעקליבן די פעטסטע מענטשן, זיי אפגעוואשן, און פאבריצירט פון זיי זייף."
אן ענליכע דערציילונג גיט איבער א איד פון לעמבערג, אז אן ארבעטער ביי דער באן-סטאנציע האט אים אנטפלעקט, אז ער האט געזען ווי מען פאבריצירט אין בעלזיץ זייף פון די קערפערס פון די אומגעברענגטע אידן.
אן אנדייטונג אויף דעם אז דאס זייף אין די לאגערן איז געווען פאבריצירט פון פעטס פון די אומגעברענגטע אידן זענען געווען די דריי אותיות ר.י.פ. (R.I.F.) וואס זענען געווען אויסגעקריצט אויף די זייף-שטיקער, און וואס זענען אנגעבליך געווען די ראשי-תיבות פון ר'יין א'ידישע פ'עטס. אסאך איבערלעבער האבן הארט נאכ'ן קריג עדות געזאגט אז אין דער תקופה וואס זיי האבן זיך געפונען אין די לאגערן און געטאס, האט מען זיי געגעבן זייף מיט דער אויפשריפט פון די דאזיגע בוכשטאבן ר.י.פ. זיך ארומצואוואשן דערמיט, און זיי האבן נעבעך נישט געוואוסט אז עס איז פאבריצירט געווארן פון אידישע קערפערס. אסאך אידן האבן זיך טאקע נישט געוואלט זייפן דערמיט, און זיי האבן עס באגראבן אין געטא.
אידן אין די געטאס און קאנצענטראציע-לאגערן פלעגן זאגן איינער פאר'ן אנדערן: "מען שיקט אונז אין זייף אריין." דייטשע "עס-עס" באאמטע פלעגן זיך דערמיט באנוצן אויך אויף צו סטראשען און פייניגן די אידן, זאגנדיג: "מיר וועלן אייך שיקן צו זייף." דאס איז געווארן אזוי באוואוסט, אז אויך די פוילישע איינוואוינער האבן געשמועסט דערפון.
וועגן דעם אומבאגרייפליכן אכזריות פון די דייטשן צו מאכן זייף פון מענטשליכע קערפערס, האט א רב אין וויניפעג, קאנאדע, געשריבן מיט גרויס ווייטאג נאך אין יאר תש"ג: "די נאציס, א פאלק פון קולטור, קאכן געשטארבענע קערפערס ארויסצונעמען זייערע פעטס און מאכן פון זיי זייף און גליצערין צו באשמירן די רעדער פון טאנקען און שיסערס."
א איד וואס איז געקומען פון ווארשע קיין ארץ ישראל נאך אינמיטן דער מלחמה האט איבערגעגעבן זיין עדות, אז אינעם יאנאווסקע לאגער נעבן לעמבערג האבן די ארעסטאנטן זיך באנוצט מיט זייף וואס האט געהאט א זייער-שלעכטע גערוך, און די וואס זענען דורכגעפארן מיט דער באן צום לאגער פון בעלזיץ האבן געשפירט די שרעקליכע גערוכן פון יענעם פלאץ.
נאך דער מלחמה האבן די רבנים דן געווען וואס צו טון מיט די זייפן און אש וואס איבערלעבערס האבן מיטגעברענגט מיט זיך. דער גאב"ד פון דער "עדה החרדית" אין ירושלים, הרה"ג רבי יצחק יעקב ווייס, בעל "מנחת יצחק" זצ"ל, באציט זיך צו דער פראבלעם אין צוויי תשובות. אין איין שאלה, האט מען אנגעפרעגט דעם גאון, צי מען מעג אויפשטעלן א מצבה לזכר פון די אומגעקומענע אין חצר פון א שול. די אנפרעגערס האבן זיך געזארגט אז אויב זיי וועלן דאס נישט טון, וועלן די נעאלאגן אויפשטעלן די מצבה און דורכדעם באקומען די אויבערהאנט איבער די אידישע קהילות. למעשה, האט עס דער גאון מתיר געווען, אבער פארלאנגט אז אונטער דער מצבה זאל מען באגראבן פון די "ר.י.פ." זייף און געשעדיגטע ספרי תורה. אין א צווייטער שאלה צו אים ווערט אנגעפרעגט, אויב כהנים מעגן גיין נעבן אזעלכע מצבות.
הגה"צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל, וואס האט געשיקט שלוחים פון סלאוואקיי צו זען וואס עס טוט זיך אין פוילן אין דער צייט פון דער מלחמה, דערציילט אויך אז די שלוחים האבן זיך צוריקגעקערט מיט א שטיק "ר.י.פ." זייף פון בעלזיץ וואס מען האט ליידער געמאכט פון אידישע קרבנות.
די לוויות פאר די "ר.י.פ." זייף
נאכ'ן קריג זענען געווען אסאך אידן וואס זענען ארומגעגעגאנגען פון געשעפט צו געשעפט און האבן אפגעקויפט די שטיקער זייף וואס האבן געהאט אין זיך איינגעקריצט די אותיות ר.י.פ. און האבן עס געברענגט צו קבר ישראל אינעם ארטיגן אידישן בית עולם.
אין יאר תש"ו לפ"ק, איז פארגעקומען א טרויעריגע לוי' פאר די "ר.י.פ." זייף וואס מען האט צוזאמענגעקליבן אין דער שטאט סאטמאר. פילע אנדערע אזוינע לוויות האבן נאכגעפאלגט אין אנדערע געגנטן אין אייראפע. אין אטלאנטע איז אויך פארגעקומען אזא סארט לוי' שוין מיט אסאך יאר שפעטער, אין יאר תש"ל, און ממש מיט עטליכע יאר צוריק, ד' סיון תשס"ט, איז פארגעקומען א לוי' אויף "ר.י.פ." זייף וואס מען האט פריש געטראפן און עס איז נקבר געווארן אינעם בית עולם אין גאלאץ. אזוי אויך איז דא א קבר פון "ר.י.פ." זייף אין עפולה און אין נהרי' אין ארץ ישראל. אין אן אויסשטעלונג אין א קריגס-מוזעאום אין ארץ ישראל איז פאראן א גרויס שטיק זייף, וואס איז נישט געקומען צו קבורה.

***


ווען אידן וואס זענען געראטעוועט געווארן פון די לאגערן האבן געהאט ביי זיך פון די "ר.י.פ." זייף נאך דער מלחמה, האט דער ביד"צ פון דער שטאט סיגעט מפרסם געווען מודעות אז מ'טאר נישט ניצן דאס זייף, און עס איז אסור בהנאה, און באפוילן אז אלע אידן זאלן ברענגען די זייפן אין ארטיגן קהל-שטיבל.
עס שילדערט אן איינוואוינער פון דער שטאט סיגעט וואס האט מיטגעלעבט די געשעעניש:
"מיטוואך, כ"ח אייר תש"ו, האבן די ראשי הקהלה פון סיגעט מסדר געווען א לויה פאר די אלע 'ר.י.פ.' זייפן וואס מען האט צוזאמענגעקליבן, און לע"נ די קדושים וואס האבן נישט זוכה געווען צו קבורה. הי"ד.
"מען האט די זייף אריינגעלייגט אין א געהעריגן ארון עס צו ברענגען צו קבורה אויפ'ן בית החיים, און די גאנצע שטאט, אנשים נשים וטף, זענען ארויסגעקומען באגלייטן די זייף. די מלווים האבן געטראגן די 'געלע לאטע' [וואס די דייטשן האבן געצוואונגען אידן צו גיין דערמיט], און מען האט געהאלטן הספד-דרשות און באוויינט די שרעקליכע אבידה פון כלל ישראל, און פון דער שטאט סיגעט.
"עס האבן זיך מיטבאטייליגט דער סיגעטער רב, ר' משה טייטלבוים, און זיין שוואגער, הרב ר' יודא אייזיקסאן (דעם סיגעטער רב'ס איידעם), ווי אויך דער אפשער רב, הרב בעק. מיט גרויס ווייטאג האט דער סיגעטער רב געשילדערט דעם שרעקליכן חורבן פון כלל ישראל. ער האט ביטערליך באוויינט די אבידה פון כלל ישראל, און פון די איינוואוינער פון דער שטאט סיגעט בפרט. ער האט גערופן די אידן פון דער שטאט זיך מחזק צו זיין און גיין אין די וועגן וואס די הרוגים האבן געוואלט, און מיט דעם טון א נחת רוח פאר זייער נשמה אין הימל.
"מיט גרויס געוויין האט ער געבעטן די אידן: 'ביי יעדער שאלה וואס קומט אייך אויף אינעם גאנצן לעבן, ביי יעדן ספק וואס שטייט פאר די אויגן, וואס א איד טראכט נאר, צי ער זאל טון אזוי, צי אזוי, זאל ער זיך אויסמאלן פאר די אויגן דאס געשטאלט פון זיין טאטן און טראכטן, "וואס וואלט יעצט מיין טאטע מיר געהייסן טון, וואס וואלט יעצט געווען מיין טאטנ'ס רצון, ווי אזוי איך זאל זיך פירן".'
"נאכדעם האט דער חזן געזאגט 'א-ל מלא רחמים', און בשעת דעם הספד אין בית הקברות האט זיך דער גאנצער ציבור אוועקגעזעצט אויף דער ערד און מקבל געווען אבילות, יעדער איינער נאך זיינע עלטערן און נאך זיינע נאענטע וואס ער האט פארלוירן ביים גרויסן חורבן. ווען דער גאנצער עולם האט זיך אראפגעזעצט אין טרויער, האבן די קולות און געוויינען געשפאלטן הימלען און זיכער דערגרייכט ביז'ן כסא הכבוד.
"רבי יודא'לע האט דאן אויסגערופן פאר'ן ציבור אז יעדער זאל וויסן, 'אז אין יעדן שטיקל זייף ליגט דאס פעטס פון זיין טאטן און פון זיין מאמען.' זיין רעדע האט איבערגעלאזט א שרעקליכן איינדרוק אויף אלע אנוועזנדע.
"ביי דעם מעמד זענען אויך געקומען צו גיין רעגירונגס-לייט און הויכע אנגעשטעלטע פונעם שטאט-ראט, וואס זענען געקומען אויסדריקן - דיפלאמאטיש - זייער מיטגעפיל מיט'ן צער און ווייטאג פון די אידן פון שטאט אויף זייערע שווערע פארלוסטן.
"אויך האבן עטליכע פון די רעגירונגס-באאמטע אויפגעטרעטן, און מיט רירנדע ווערטער האבן זיי ארויסגעברענגט זייערע געפילן פון מיטלייד מיט די אידן, און ווי שטארק עס טוט זיי וויי דאס גרויסע אומגליק וואס האט באטראפן דאס אידישע פאלק.
"דר. האדאר האט זיך באמיט צו רעדן אידיש. ער האט אויסגערופן: 'ווייסט איר פארוואס איר זענט געבליבן לעבן? כדי ס'זאל ווייטער עקזיסטירן א אידיש פאלק.'
"עס זענען געווען פארשטייער פון פארשידענע פעלקער. עס זענען דארט געהאלטן געווארן רעדעס אויף פארשידענע שפראכן, אונגעריש, רומעניש, לאטייניש, רוסיש."

"ר.י.ף." זייף אין העלמעץ
צווישן אונז לעבט גאָר א חשוב'ער איד, וועלכער האָט זיך געזארגט צוזאמענצוקלייבן "ר.י.פ." זייף הארט נאכ'ן קריג און עס ברענגען לקבר ישראל. ר' בערל עסטרייכער, וועלכער וואוינט שוין אין באָראָ פּאַרק בערך פופציג יאָר בלע"ה, איז געווען דער סאמע ערשטער איד וואָס איז אַריין אין זיין היימשטאט, העלמעץ, אונגערן, ביים סוף פונעם קריג.
דערציילט ר' בערל: "געווען איז דאָס ווען מיר זענען אַהיימגעקומען צוריק קיין העלמעץ ביים ענד פונעם קריג, און מיר האָבן געהערט אַז עס עקזעסטירט אַזאַ זאַך וואָס הייסט 'ר.י.פ.' זייף, וואָס איז דאך געמאַכט געוואָרן פונעם פעטס פון אונזערע ברידער און שוועסטער.
"מיר זענען געווארן אויפגעציטערט ביז גאָר צו הערן אַזעלכע שוידערליכע נייעס, אַז די איבערבלייבענישן פון די אומגעקומענע ווערן פאַרקויפט אויף די שאפעס פון די גראסעריס אַלס זייף פאר די מענטשן, זיך צו קענען רייניגן מיט אידיש בלוט. מיר האָבן עס נישט געקענט דערהייבן. האָבן מיר צוזאַמענגענומען עטליכע אידן, געגאַנגען פון גראָסערי צו גראָסערי און אפגעקויפט אַלע 'ר.י.פ.' זייפן וואָס זיי האָבן דאָרט געהאַט. נאכדעם וואס מיר האָבן שוין געהאַט א גרויסע קוואנטום פון 'ר.י.פ.' זייף, האָבן מיר עס צוזאַמענגענומען און באַערדיגט אין העלמעצער בית עולם, אינאיינעם מיט די הייליגע פארשוועכטע ספרי תורה וואָס מיר האָבן צוזאַמענגענומען פון דער שוהל.
"נאָכ'ן ברענגען די 'ר.י.פ.' זייף פון די קדושים צו קבר ישראל אינעם העלמעצער בית החיים, האָבן מיר דארט אויפגעשטעלט א גרויסע מצבה, אין וועלכער מיר האָבן אויסגעקריצט האַרצרייסנדע ווערטער, אַז דאָס איז גאָר א הייליגע פּלאַץ, וואס דינט פאר דריי צוועקן:

1) אַלס אייביגער אָנדענק פאר די העכער טויזנט העלמעצער אידן, מענער, ווייבער און פּיצלעך קינדער, וועלכע זענען אומגעברענגט געוואָרן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה און האָבן אפילו נישט זוכה געווען צו קומען צו קבר ישראל, אפילו אין א מאַסן-קבר;

2) א מצבה פאר די הייליגע ספרי תורה, וועלכע זענען געפונען געוואָרן אין א שטאַרק-פארשוועכטן מצב;

3) א קבורה-ארט פאר די 'ר.י.פ.' זייף - ר'יין י'ודן פ'עטס - פון די גופים פון די אידישע קדושים, וואָס מיר האָבן פּערזענליך אָפּגעקויפט פאר טייער געלט און געברענגט דאָ צו קבר ישראל.

ווער עס גייט אינעם העלמעצער בית החיים און זעט די מצבה ווערט שטאַרק נתעורר. די פּיינפולע ווערטער רעדן ווי פון זיך אַליין. דער שטיין שרייט אויס א טראָפּן פון די פילע צרות וואָס אונזערע ברידער און שוועסטער, עלטערן און קינדער, האָבן נעבעך מיטגעמאַכט אין די שווערע יאָרן. עס רופט אויס: "ספר תורה שרוי בצער!" ווי די רשעים ימ"ש האָבן זיך נישט באנוגנט מיט'ן טשעפען די אידן, נאָר האבן אויך פאַרשוועכט די הייליגע ספרי תורה. די שטיינער קלאגן אַז אונטער זיי ליגט באַהאַלטן דאס 'ר.י.פ.' זייף, וואָס די דייטשן ימ"ש האָבן דערמיט אַזוי דעגראדירט די מענטשהייט צו די נידעריגסטע שטאפלען.

הרב עסטרייכער דערציילט אפט דאס פאלגנדע: הרב הגאון, דער פוסק הדור, ר' שמואל הלוי וואָזנער שליט"א, האָט ביי א געלעגנהייט געזאָגט, אז מען זעט אַז אידן זענען היינט זוכה ב"ה צו זען א פערטן און אפילו א פינפטן דור פון אייניקלעך בלע"ה, א זאַך וואָס מען האָט כמעט נישט געזען פאר'ן קריג, און מיר ווייסן וואס די תורה הקדושה זאָגט, אַז אויב איינער איז עובר אויף "וטבחו ומכרו" (ער גנב'עט א בהמה און שעכט עס, אדער פארקויפט עס) דארף ער באַצאָלן "ד' וה'" (פיר אדער פינף). וויבאלד עס איז ליידער ביי אונז אידן מקויים געוואָרן "וטבחו ומכרו" - מען האָט אונז אויסגעשאכטן, זעקס מיליאָן אידן! – באַצאָלט אונז דער אויבערשטער צוריק מיט ד' וה', אז מען איז בלעה"ר זוכה צו זען פיר און פינף דורות!

*

שוידערליכע עדות'שאפט פון א בריטישן זשורנאליסט
דער בריטישער שרייבער און זשורנאליסט אלעקסאנדער ווערט, וועלכער האט באזוכט אין דאנציג נאכ'ן קריג, האט עדות געזאגט דאס פאלגנדע:
"אינדרויסן פון דער שטאט דאנציג, האבן מיר געזען א פאבריק, וואס דארט איז געמאכט געווארן זייף פון מענטשליכע קערפערס. די זייף-פאבריק איז אנגעפירט געווארן דורך א דייטשן פראפעסאר מיט'ן נאמען סאפנער. אויף יענעם ארט האבן מיר געזען מאשינען, אנגעפילט מיט מענטשליכע קעפ און אנדערע אברים, פונוואנעט די מאשינען האבן ארויסגענאגט דאס פעטס, וואס איז אריינגערונען אין אפענע עמערס מיט ספעציעלע כעמיקאלן. איך האב געקוקט פארגליווערט און נישט געגלייבט וואס מיינע אויגן זעען. מענטשליכע זייף! א שוידערליכע סצענע.

"א יונגער פאלאק האט געארבעט דארט אויפ'ן ארט ביי די מאשינען פון דער זייף-פאבריק. ער האט שוואך רעאגירט צו די פראגעס וואס מען האט אים געשטעלט און האט געטון זיין ארבעט בנאמנות. ווען ער האט געזען ווי מיר באטראכטן זיין גרויזאמע ארבעט, האט ער אויסגעזען היפש דערשראקן. ער האט דאן אנגעהויבן רעדן און דערציילט אז די פאבריק האט פאקטיש נישט אויסגעפאלגט געהעריג די אנווייזונגען. אייגנטליך, איז אבער דאס זייף וואס איז דארט פאבריצירט געווארן געווען גאר געלונגען... עס האט געהאט א שלעכטן ריח, האט מען צוגעלייגט דעם ספעציעלן כעמישן שטאף וואס גיט אריין אינעם זייף א גערוך פון מאנדלען. ער האט דערציילט, אז זיין מאמע האט זייער הנאה געהאט פון דעם נייעם זייף... אזוי אויך האט ער דערציילט אז ער האט געהערט פון פראפעסאר סאפנער, אז לויט'ן פלאן האט געדארפט אויפגעשטעלט ווערן אזא זייף-פאבריק אין יעדן איינציגן לאגער!"
ביים "נירענבערג-פראצעס", האט זיגמאנד מאזאר עדות געזאגט אז ער האט ארויסגעהאלפן אין א זייף-פאבריק אין שטאטהאף, וואס איז געווען 35 קילאמעטער ווייט פון מזרח דאנציג, וואס דארט האט מען פאבריצירט זייף פון מענטשן. אין זיין עדות-זאגן, האט ער איבערגעגעבן אז דער הויפט-פירער פון דער פאבריק, פראפעסער שאפנער, האט אים געגעבן א פליסיגן, אבער געדיכטן סארט מאטעריאל, צו מאכן דערפון דאס זייף, וואס דאס האט קלאר אנטהאלטן אין זיך מענטשליכע פעטס, און ער האט אנגעגרייט 25 קילאגראם פון זייף וואס איז געמאכט געווארן פון מענטשליכע פעטס, וואס ער האט צוזאמענגענומען פון 45 קערפערס.
ער האט אויך דערציילט דאן, אז די הויפט נאצי-וועכטער האבן אפט באזוכט ביי יענער פאבריק. צווישן די באזוכער דארט איז געווען אלבערט פארסטער, דער אנפירער פון דער דייטשער אפטיילונג אין דאנציג און אין בארנהארד רוס. צוויי בריטישע געפאנגענע ארעסטאנטן וועלכע האבן אויפגעבויט דעם לאגער האבן אויך עדות געזאגט איבער'ן פאבריצירן דאס זייף. זיי האבן דערציילט אז די מאשין צו פאבריצירן דאס זייף איז צוגעשטעלט געווארן אין די מאנאטן פון מערץ און אפריל פון יאר 1944. שטיצנדיג זיך אויף זיין עדות'שאפט, האבן די ריכטער באשטעטיגט אז עס זענען ווירקליך געווען פעלער אין וועלכע מען האט אויספרובירט די מאשין מיט פעטס פון די אידישע קדושים. הי"ד.

***


אין אן אוניווערסיטעט אין ווארשע, האט מען אין יאר תשס"ו געפארשט א שטיקל "ר.י.פ." זייף מיט פארגעשריטענע מיטלען, און עס איז באוויזן געווארן אז עס האט ווירקליך אנטהאלטן מענטשליכע באשטאנדטיילן. דאס שטיקל זייף איז ווארשיינליך טאקע געקומען פון דער פאבריק אין שטאטהאף!
אינטערעסאנט, אז עטליכע יאר צוריק איז נפטר געווארן אין פלעטבוש אן עלטערע אידישע פרוי, און צווישן די ירושה-חפצים וואס זי האט איבערגעלאזט, האט מען געפונען א שטיקל "ר.י.פ." זייף וואס זי האט נאך ביז דאן געהאלטן אין באזיץ. די פאמיליע האט זיך פארבונדן מיט דער "מתעסקים" ארגאניזאציע, וואס האט דאס שטיקל זייף באגראבן.
*
יה"ר אז די טעג זאלן נתהפך ווערן לששון ולשמחה, מיר זאלן אויסגעלייזט ווערן פון אלע יסורים בכלל ובפרט און נישט הערן און וויסן מער פון קיין צרות, נאר נתבשר ווערן מיט רפואות און ישועות, און בקרוב זאלן מיר זוכה זיין צו הערן דעם שופר של משיח, מיט דער גאולה שלימה. בב"א.

(גענימען מיט רשות פון "די ליכטיגע היים" - אב תשע"ב)
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יוני 11, 2013 11:23 pm

גרויסער ישר כח!

די לעצטע שטיקל איז נישט פונקטליך מיינעך, ווייל די זייף פון די נירענבערג פראצעס, איז נישט געווען ריף, אזוי מיינעך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3725
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מיטוואך יוני 12, 2013 4:40 pm

פאר א ברייטע באהאנדלונג (אין ענגליש) זעה דא. דער גאנצע וועבסייט איז היבש אינטרעסאנט אלץ דע מה שתשוב פאר שואה אפלייקענער.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 12, 2013 5:01 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:פאר א ברייטע באהאנדלונג (אין ענגליש) זעה דא. דער גאנצע וועבסייט איז היבש אינטרעסאנט אלץ דע מה שתשוב פאר שואה אפלייקענער.

די לינק וואס דו האסט געברענגט איז טאקע זייער אינטערעסאנט.

ער באהאנדעלט פיר "האלעקאוסט לייקענער" וואס - טיען ווי כ'האב געשריבן פריער - זיי ניצן די זייף מעשה, מישען צוזאם די זייף בעצם מיט די "ריף" זייף, און פראבירן מיט דעם צו שלאגען קאפיטאל.

די וועבסייט, צונעמט זייערע טענות, און ענטפערט אפ. אבער ער טוט נישט באשטעטיגען די זייף מעשה בעצם, אויך טוט ער עס נישט אפלייקענען, נאר ווי געזאגט, ער ווייזט אויף די בלאף פון די לייקענער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » מיטוואך יוני 12, 2013 5:09 pm

איין קשיא וואס איז מיר שווער: אויב ס'איז דויטש, וואלט ווען געדארפט שטיין RJF, נישט RIF, ניין?
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 12, 2013 5:11 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:איין קשיא וואס איז מיר שווער: אויב ס'איז דויטש, וואלט ווען געדארפט שטיין RJF, נישט RIF, ניין?

דאס איז טאקע איינע פון די קשיות, און די תירןץ איז אז עס מאכט טאקע נישט "ריין אידיש פעטענ'ס", וואס קומט טאקע מיט א J, עס מאכט "Reichsstelle fur industrielle Fettversorgung".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג יוני 13, 2013 1:03 pm

שוידערליך! השם ינקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך במהרה בימינו!

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך יוני 26, 2013 6:04 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:איין קשיא וואס איז מיר שווער: אויב ס'איז דויטש, וואלט ווען געדארפט שטיין RJF, נישט RIF, ניין?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 26, 2013 6:23 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יואל שווארטץ האט געשריבן:איין קשיא וואס איז מיר שווער: אויב ס'איז דויטש, וואלט ווען געדארפט שטיין RJF, נישט RIF, ניין?

דאס איז טאקע איינע פון די קשיות, און די תירןץ איז אז עס מאכט טאקע נישט "ריין אידיש פעטענ'ס", וואס קומט טאקע מיט א J, עס מאכט "Reichsstelle fur industrielle Fettversorgung".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך יוני 26, 2013 6:28 pm

האבעך ב"ה געזעהן אבער ווי מען זאגט די קשיה איז בעסער ווי די תירוץ.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יוני 26, 2013 6:39 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:האבעך ב"ה געזעהן אבער ווי מען זאגט די קשיה איז בעסער ווי די תירוץ.

כ'פארשיי נישט וואס איר מיינט.

עס איז נישט קיין תירוץ, עס איז א "קושיא מעיקרא ליתא".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » זונטאג יוני 30, 2013 7:45 am

איך האב געהערט אז די ר"ת מאכט
reine industrielle fette
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג ינואר 25, 2015 1:13 pm


אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג ינואר 25, 2015 5:10 pm

יוראפ האט געשריבן:בוכענוואלד / שווייץ

ישר כח, אייראפע.
בילד
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג מארטש 06, 2015 2:44 pm

עימיצער האט ארויף געשטעלט צום פארקויפן זייף מיט די קלאגע אז עס קען ערהאלטן מענטשליכע איבערבלייבענישן, עס איז קאנפעסקירט געווארם דורך אוטאריטעטן, און געשיקט געווארן פאר טעסטס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג מארטש 08, 2015 2:35 pm

א דאנק לכתחילה פארן גיין פתיחה, איך קען דאס נישט געהעריג ליינען ווייל מיינע אויגן ווערן פייכט.... עס כאפט א שרעק נאר צו טראכטן אויב דאס איז אמת אדער נישט, ימש"ו.

געליינט ערגעץ אמאל איבער א שטיקל ריף זייף וואס מען האט געמאכט א גאר גרויסע לויה מיט די באטייליגונג פון אסאך מענטשן.

שויתי א דאנק פארן ברענגען, נאכנישט געליינט, עס קומט מיר באמת שווער אן צו ליינען פון די מלחמה.
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

איטשע
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג מארטש 10, 2015 12:21 pm

א נקודה למחשבה:

צו מאכן זייף דארף מען א פאבריק.
זענען די קרעמאטאריומס אין אוישוןויץ און אין בירקענוי געווען אויסגעשטאט, מיט אזעלכע פאבריקן?
אדער לכל הפחות, זענען זיין אויסגעשטאט מיט א סיסטעם וועס פירט אוועק די פעטנס פון די אוויענעס צו א צווייטן ארט צו מאכן דערפון זייף?
אוישוויץ שטייט נאך, מען וואלט עס געדארפט צו קענען שטודירן.

חוץ מזה קען מען דאך נאכקוקען מיט DNA?

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » דינסטאג מארטש 10, 2015 10:33 pm

אונם ארטיקל וואס שוויתי האט געברענגט ברענגען זיי עדות פון פארבריקן מיט גרויסן מאשינען וואס האט געטון די ארבעט.
השם ירחם! לא יאומן כי יסופר!

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מארטש 26, 2015 12:45 pm

קארלסבורג / רומעניא
צוגעלייגטע
IMG_7415.JPG


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קוטיג און 4 געסט