שינאווער חסידים אין די בראשית יארן פון אמעריקא

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

לצבאותיכם
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 9:18 pm

תגובהדורך לצבאותיכם » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:56 pm

איבער ר' אברהם משה ברויך מען נאך מעיין זיין ווייל ווי עס שיינט זענען געווען עטליכע (לכה"פ צווי אין סטראפקוב) מיטן נאמען אברהם משה נאוועמבער
{איר ווינדערט זיך פארוואס היינט איז נישט דא אפילו איינס?? גם אני בחלומי ולכשיפתר לך נא להודיעיני}

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2317
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מוצ"ש אוקטובער 13, 2018 9:09 pm

בן בוזי האט געשריבן:דער איד ר' אברהם יצחק לינד וועמענ'ס מציבה כ'האב פאטאגראפירט פון די פוילישע שטיבל אפטיילונג אין בית דוד סעמיטערי, איז געקומען אויף אמעריקא מיט די גוטהייסונג פונעם שיניעווער רב זי"ע, ער האט איבערגעלאזט בנים ובני בנים שותומ"צ וחסידים.

ער איז געווען אן אייניקל פון רבי ישראל מסטאשוב בנו של האור לשמים.

שמחהלע קאפשטיק
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג אוקטובער 14, 2018 1:52 pm

שמואלישעי האט געשריבן:
זאמלער האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:ר' חיים געלב ז"ל האט אלס אינגעל באקימען א ברכה פון גארליצער רב זי"ע פארען ארויספארען
אויב איך ג'דענק גוט האט ר פתחי' לאם שו"ב באקימען א ברכה פון שיניווא רב זי"ע
הרה"ח (הישיש ווען איך האב אים ג'קענט 45 יאר צירוק אין מאנסי) ר ____ שטערן ז"ל א ברכה פון שיניווא רב זי"ע
עד היום ג'דענק איך ווי דער אלטער שטערן ז"ל האט דערציילט און געוויזען ווי ער האט ג'קלאפט אין טיש ווען א מוסד האט
ג'וואלט מאכען א געמישטע מסיבה


רבי "אהרן" שטערן האט ער געהייסען,ער איז געווען אויך ביי רבי אלעזר ריישערווי ער האט געהאט א מופת,
פון שינאווע רב האט ער באקומען א ברכה אויף אריכת ימים,ער האט טאקע זוכה געווען צו א געוואלדיגע זקנה,
ווען די סאטמאר רב איז געקומען תשל"ט קיין מאנסי האט אים ר' אהרן מקבל פנים געווען מיט בגדי שבת,


ווער איז די משפחה פין ר אהרן שטערן האט עס שייכות מיט ר חיים שטערן פין די בראנקס ? ווייל זיין משפחה האט בלאנגט קיין סטרפקאוו אין די משפחה איז דא א מעשה אויך וועגען שינאווע


ער האט איבערגעלאזט עטליכע קינדער
צווישען זיי ר' יעקב שטערן ז"ל פון שיכון סקווירא - [בניו ר' אברהם יוסף -ר' קלמן יונתן]

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 1:08 am

ווילוויסן האט געשריבן:מכתב שנכתב על ידי איש חשוב עובד ה׳ מצפת, שנשלח לחוץ לארץ כשד״ר והתאכסן בביתו של הרה״ק ר׳ משה׳לע דעשער.
היה זאת בחייו של הרב הצדיק משינאווע, השד״ר (שהיה מנעוריו מסתופף בצל הרה״ק מצאנז זי״ע) עלה בדעתו בעת סיבבו במדינות אונגארן וראמעניען שרוצה לנסוע לאמעריקא, ומבקש מחביריו בצפת שישלחו לו כתבי המלצה, וגם לשלוח מכתבים להרבנים אודותיו,
וממשיך להם, שישלחו בפרוטרוט להרב הצדיק משינאווע שליט״א, כי שמעתי פה [בדעש], שהרה״צ מסכים למאד במי שרוצה לנסוע בשליחות לאמעריקא, ובפרט מי שרוצה להתיישב שמה, ויש לו שמה הרבה חסידים ההולכים אחר עצתו. וד״ל. עד כאן דבריו (לא מלה במלה).

השד"ר הי' ר' שלמה קאוולער מצפת מגדולי חסידי ברסלב, ר' שלמה דוב קאווליר בן ר' אברהם ארי' הי' מרומעניע, התקרב אל ר' מיכל מיאס מתלמידי מהרנ"ת, והדפיס אחר כך את הספה"ק 'קנאת ה' צבקות' למהרנ"ת בעילום שם, עכ"פ הוא הסתופף בנעוריו בצל קודש הרה"ק מצאנז וזכה לשוחח עמו הרבה, ביחידות וגם מעניניו בחסידות, ר' לוי"צ סיפר שגם הי' אחד מהשפיאנען.. ששלח הרה"ק לחדר האחר טרם הכנסו בהמערכה וד"ל, עכ"פ הוא הסתובב בהעיירות כשד"ר בצפת, כנראה ישב בדעעש זמן רב אצל הצדיקים דשם, כי ראיתי עתה בספר אבני צדק להרה"ק ר' מנחם מענדל מדעעש זצ"ל נכתב כי הוא העתיק רוב כתביו הקדושים לדפוס.
נפטר בצפת זקן ושבע ימים ביום כ"ה אלול תרפ"ט.
צוגעלייגטע
שלמה קאוולער.png
שלמה קאוולער.png (51.89 KiB) געזעהן 418 מאל
20150315_160205_1680x945.jpg
20150315_160205_1680x945.jpg (230.35 KiB) געזעהן 418 מאל

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך נובעמבער 07, 2018 3:38 pm

טאקע נישט אין די בראשית יארן אבער דאך אן אינטרעסאנטע ידיעה
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_008.jpg
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_008.jpg (74.84 KiB) געזעהן 235 מאל

א שינאווער שטיבל אין ב"פ אויפ'ן ארט וואו ס'געפינט זיך היינט די ברעזנא בימ"ד
דביה תחדי נפשא

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך נובעמבער 07, 2018 4:47 pm

און א צאנזער קלויז שנת התש"ד אויף 148 ליע עוועניו.
אויפן ארט איז געווארן שפעטער באבוב
צוגעלייגטע
20181106_063024.jpg
20181106_063024.jpg (602.96 KiB) געזעהן 213 מאל

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך נובעמבער 07, 2018 7:01 pm

חמרא טבא האט געשריבן:טאקע נישט אין די בראשית יארן אבער דאך אן אינטרעסאנטע ידיעה
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_008.jpg

א שינאווער שטיבל אין ב"פ אויפ'ן ארט וואו ס'געפינט זיך היינט די ברעזנא בימ"ד

דאס איז דער שינאווער רבי פון מאנסי זז"ג, געוואוינט אין יענע יארן אין בארא פארק, און געהאט דא זיין ביהמ"ד.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך נובעמבער 07, 2018 7:56 pm

מאכט סענס ערז דאך אן איידעם ביים אלטן וואודיסלובער

וועלכע יאר האט ער זיך ארויס געצויגן?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך נובעמבער 07, 2018 7:57 pm

חידה: ווער ווייסט וואס די נאמבערס אונטערן אדרעס זענען?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20022
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 9:40 am

חמרא טבא האט געשריבן:חידה: ווער ווייסט וואס די נאמבערס אונטערן אדרעס זענען?

436-
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 10:34 am

:lol: :lol:
מיר איז גארנישט איינגעפאלען אז די מיינסט דאס
דאס ערשטע מאל וואס די זעסט נעמען פאר טעלעפאן CENTRAL STATIONS ?
http://mentalfloss.com/article/61116/wh ... rt-letters
אין ווי איז דער AREA CODE ?


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט