ר' יוסף שאפאטשניק ור' שמרי' מנשה אדלער מלאנדאן

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

ר' יוסף שאפאטשניק ור' שמרי' מנשה אדלער מלאנדאן

תגובהדורך ריק פערי » מיטוואך נובעמבער 02, 2011 10:17 pm

אין 'בלאט' פ' נח איז געווען א בילד ביי די מי הוא זה אפטיילונג פון א פראטעסט אין לאנדאן תרצ"ג קעגן די אונטערדריקונג פון היטלער אין דייטשלאנד, איז אזוי, איינע פון די רבנים דארט שרייבן זיי נישט ווער ס'איז זיי פאראומקלארן אפי' זיין פנים ווייל ער איז נחמץ געווארן און אסאך רבנים זענען ארויס קעגן אים, ער האט ארויסגעגבן עטליכע ספרים צווישן זיי די ספרים לקרוא לאסורים דרור און חירות עולם מתיר צו זיין טויזענטער עגונות נאך די ערשטע וועלטס קריג.

בקיצור, איינער ווייסט אפשר פון וועם די רעדע איז? פארוואס איז מען געווען קעגן אים? א.א.וו., איך האב געסערטשט אויף גוגל די עטליכע ספרים וואס שטייט אין בלאט אז ער האט מחבר געווען, אבער וויפיל אינפארמאציע קען מען שוין באקומען דורך א קליינטשיגע טעלעפאון?.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19984
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 02, 2011 10:30 pm

ר' יוסף שאפאטשניק, אם תבדוק בספריו תראה שלא נתחמץ אלא השתגע ל"ע מרוב הצרות והתלאות.
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=19&t=6656
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך נובעמבער 02, 2011 10:43 pm

זיך אויך געוואונדערט דערוועגן.

זאג מיר וואס די האסט אריינגעלייגט אין די פאון אויף גוגל, איך ועל עס לייגן אין קאמפיוטער. א זוכעניש אויף די צוויי נעמען פון די ספרים, האט מיר גארנישט ספעציעל אויפגעברענגט.

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מיטוואך נובעמבער 02, 2011 11:11 pm

וואס כ'האב אריינגעלייגט? אלע זיינע ספרים צווישן דעם לל"ד הנ"ל חירות עולם, קול כלה, חינוך ילדים, פשתגן כתב הדת, תקופה חדשה בישראל, שו"ע לימודי השם, אבער דארפסט דאס נישט סערטשן אז מ'האמער שוין זיין נאמען קענסטו סערטשן זיין נאמען, אויב די טרעפסט ברענג דא מער אינפארמאציע, ישר כח למפרע.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » מיטוואך נובעמבער 02, 2011 11:22 pm

קוק אין די פריעדיגע לינק און אין אלע לינקס דארט, וועסטו שוין זעהן ס'איז שטארק קאנטרעווערסיאל.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך נובעמבער 02, 2011 11:34 pm

הרב מיללער, וואס איז פשט אז איר האט נישט געעפענט יענעם אשכול דא ביי אונז?

בכלל זעט זיך שטארק אן דא בין כותלי הקרעטשמע אז איר זענעט מער נישט אזוי אקטיוו ווי אמאל. פארווואס?

עס וואלט געווען א שטארק תיקון העול"ם אז איר זאלט ווידער באשיינען די בלעטער דא מיט אייערע שעפערישע כוחות און ידיעות.

אוי, מי יתננו ירח קדם!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 12:45 am

אויפריכטיג האט געשריבן:הרב מיללער, וואס איז פשט אז איר האט נישט געעפענט יענעם אשכול דא ביי אונז?

בכלל זעט זיך שטארק אן דא בין כותלי הקרעטשמע אז איר זענעט מער נישט אזוי אקטיוו ווי אמאל. פארווואס?

עס וואלט געווען א שטארק תיקון העול"ם אז איר זאלט ווידער באשיינען די בלעטער דא מיט אייערע שעפערישע כוחות און ידיעות.

אוי, מי יתננו ירח קדם!

אזא תגובה וועט העלפן, אדער חלילה פארקערט?

חכמים הזהרו

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 03, 2011 11:09 am

אויפריכטיג האט געשריבן:הרב מיללער, וואס איז פשט אז איר האט נישט געעפענט יענעם אשכול דא ביי אונז?

בכלל זעט זיך שטארק אן דא בין כותלי הקרעטשמע אז איר זענעט מער נישט אזוי אקטיוו ווי אמאל. פארווואס?

עס וואלט געווען א שטארק תיקון העול"ם אז איר זאלט ווידער באשיינען די בלעטער דא מיט אייערע שעפערישע כוחות און ידיעות.

אוי, מי יתננו ירח קדם!


זייער אויפריכטיג געפרעגט און איך שטעל זיך פאר אז איר ערווארט אן אויפריכטיגע תשובה, אמרתי אשיחה און אז איר וויל הערן איז גוט אז נישט איז אויך גוט, די תשובה איז גילטיג נישט נאר אויף דעם ענין נאר בכלל אויף אידישע וועלט והמסתעף אבער איך וועל דאס נוצען אלס א ביישפיל וישמע חכם ויוסיף לקח.

תיכף ווען איך האב זיך דערוואוסט פון דעם אז 'דער בלאט' האט מפענח געווען דעם בילד וואס איז שוין געליגען פארשטויבט אויף אונזער וועלטל פאר כמעט צוויי יאר, איז עס געווען ביי מיר א שמחה ווי פארשלאפן האט זיך אויסגעדרוקט 'אין שמחה כהתרת הספיקות'.

איך האב געהאלטן אז עס קומט זיך פאר ליינערס פון אונזערע פארומס אז מ'זאל מיט זיי מיטיילען די שמחה סוכ"ס איז דער בילד געווען מסתם אנדערע מיטגלידער'ס שאלה פונקט אזוי, איך האב מיך נישט געפוילט נאר תיכף איבערגעשטעלט דעם בילד מיט די פענוח, זעה דא:
viewtopic.php?p=478498#p478498
איך האב במכוון צוגעשטעלט אז דער וועם דער בלאט האט נישט מזהה געווען מיט'ן נאמען איז דער דערמאנטער ר' יוסף שאפאטשניק, און אויב דאס איז נישט גענוג האב איך געשריבען אז ער איז געווען קאנטערווערסיאל וראוי להרחיב עליו הדיבור.

סצענע פאלט....


זעהט אויס אז אויסער פארשלאפן האט עס ווייניג מעמבערס פאראינטערעסירט, ויהי ערב ויהי בוקר ויחלום שנית (זעהט אויס אז יענע זענען נישט אזוי אויפריכטיג חושש מפני תיקון העול"ם)

שעפערישערהייט ווי איר זאגט, האב איך געקלערט אולי איז דער אשכול נישט פאסיג פאר יעדן, לאמיר פרובירען פון אן אנדערן ענגעל:
viewtopic.php?p=478513#p478513
דאס זעלביגע האט זיך איבערגע'חזר'ט, לית נגר ובר נגר, קיינער אינטערעסירט עס נישט, נו נישט איז נישט, ס'דא נאך אידען אויף דער וועלט האמיר עס ארויפגעשטעלט אויף אוצה"ח און יענע אידען האבן יא צוגעשטעלט מראי-מקומות און געבויעט ווייטער דעם בנין.

יעצט א וואך שפעטער איז אויפגעשטאנען מר. ריק פערי, ער האט שוין גענומען א שטעלונג איבער דעם דעת פונעם הייליגען דברי חיים איבער מאשין מצות, שוין דן געווען איבער קויפן פאמפקינס, בעיקר איז ער אריינגעטאן אין די פרעזידענטליכע פריימעריס, כל הכבוד, אבער די אלע צוגעצייכנטע אשכולות האט ער נישט געעפנט, שטימט? ווען יא העט ער דאך ווען נישט אנגעהויבען מיט די שאלה, וואספארא מעסעזש שיקט דאס איבער עפענען אשכולות און תיקון העול"ם?

איך האב חלילה נישט קיין טענות, אבער דער ירחי קדם איבער וועלכע איר בענקט זיך, איז אסאך מער ווי עפענען אשכולות, דא איז געווען אמאל אן אודיענס פון מענטשן וואס האבן מיטגעטיילט ידיעות בעארבעט היסטאריע וכדו', נישט דעבאטירט אלטע אויסגעדראשענע טעמעס אדער גערעדט פון גראפ פאטאצקי'ס ניגונים און קול מבשר, כאפסט?

Latke
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2011 11:26 pm

תגובהדורך Latke » מאנטאג נובעמבער 07, 2011 1:58 pm

אין ספר מלך ביופיו (תולדות הרה"ג ר' יחזקאל אברמסקי ז"ל) שרייבט ער איבער א מערכה אין כשרות וואס ר' יחזקאל האט געהאט מיט שאפוטשניק.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מאנטאג נובעמבער 07, 2011 6:31 pm

הרב מיללער, איך פארשטיי אייער ווייטאג אין מיט רעכט איך וואלט אויך נישט געוואלט רעדן צו מיר אליין כדורש אל המתים
אבער לאז מיך אייך עפעס זאגן, כאפט אן א ניק ווי למשל מיר, איך האב מיר איינגעשריבן מיט א ניק אין "אידישע וועלט" בעיקר צוליב די פארום פון "זכור ימות עולם" אין איך ליין מיט דארשט אייערע תגובות ווי אויך פון אלע אנדערע אקטיווע מיטגלידער

יעצט וועסטו פרעגן אויב אזוי פארוואס הערט מען נישט קיין מאג פון מיר? וועל איך פרובירן צו ערקלערן, איך בין א אינגערמאן פון עטליכע אין צוואנציג יאר אין הגם איך האב א שטארקע געפיל פאר היסטארע בכלל אין פאר אידישע היסטאריע בפרט האב איך א חוץ פון ליינען ר' יונה לאנדא'ס ארטיקלען אין 'דער איד" קיינמאל נישט געהאט קיין געהעריג מקום פון וואו צו נאשען אינפערמאציע איבערהויפט אויף מאמע לשון (איין מינוט שיעור פארגעסן ווי אויך אין בית הכסא אויפ'ן וואנט נאכ'ן אפקראצען צוויי שיכטען פעינט האב איך געהאט אלטע היסטאריע)

יעצט ווען איך האב אנגעהויבן צו בליקען אין די "אידישע וועלט" איז מיין הארץ געווארן אנגעפילט מיט פרייד אז ענדליך האב איך שוין א פלאץ ווי איך קען ליינען עפעס פון דעם אלטען אמאל, אבער אזוי ווי דא שרייבען דאך גרויסע ידענים אין היסטאריקער האב איך ליידער כמעט נישט וואס מוסיף צו זיין אויף אן ארטיקל אין ווען שוין יא אמאל ווייס איך נישט ווי אנצוהייבן אין אזוי ווי דא איז נישט "פארברענגען" קען איך נישט פלעין לייגן א גרינע מענטשעלע בלייבט מיר נאר איבער צו ליינען מיט נייגער אין דורשט די רייכע וויסענשאפט פון די חבירים דא

צוריק צום ענין, איך גלייב אז אזוי ווי מיר זענען פאראן נאך אנדערע וואס ליינען דא מיט דורשט אין פילן אן זייער ידועות אבער נישט יעדער איז א שרייבער אין נישט יעדער האט וואס צוצושרייבן והא ראיה גיט א קוק אויף די מספר הצפיות וועט איר זעהן אז ס'איז היפש אסאך ממילא הגם איך פארשטיי די ווייטאג פון זיין א קול קורא במדבר אבער אויב נישט פון דא פון ווי דען וועל איך וויסן צו ענטפערן ווען מיין בחור'על וועט מיר עפעס פרעגן
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג נובעמבער 08, 2011 1:41 am

אם אין זכרוני כוזב לי, האט דער שאפאטשניק אמאל פראבירט צו מאכן אן ארגענעזאציע, וואס זאל מוזן געבען הסכמות אז ספרים זענען ערליך
אסאך רבנים אין פולין האבן אים געגעבן הסכמות און בריוו, נישט וויסנדיג אז ערבך ערבא צריך
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 2:24 pm

תגובהדורך אוהב חכמה » דינסטאג נובעמבער 08, 2011 3:58 am

יעדער וואס האט זיך נאר אמאל געשריבן עפעס מיט אים, האט דער מבולבל אים אנגענומען אלס מסכים. זעהט אין ישורון א קורצע אפהאנדלונג. (שו"ר שכבר צויין בפארום אוצה"ח הנ"ל, ואמרו רבנן בכפילא).
ר' שמרי' מנשה הכהן מלאנדאן (א מסכתא פאר זיך) האט א גאנץ קונטרס מרור דרבנן קעגן דעם שאפאטשניק, אריינגעדרוקט בספרו מראה כהן מהדורא תנינא. אויך איז דא תשובות וועגן אים אין צפנת פענח (ווארשא) סי' לז, צור יעקב ח"א סי' קכח.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג נובעמבער 08, 2011 8:34 am

אדלער?
דער וואס האט געשריבן א קו' מיט א בירור אז דער טאג וואס מדינת ישראל האט געטוישט דעם נאמן פונעם אמבאסאדער פון נציג צו שגריר איז קשה מיום שעשו ישראל את העגל (גאונישע ראיות מבבלי וירושלמי)
וידוע מה שהי' לו עם ר' געציל בערגער
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 2:24 pm

תגובהדורך אוהב חכמה » דינסטאג נובעמבער 08, 2011 9:39 am

והוא פלאי האט געשריבן:אדלער?
דער וואס האט געשריבן א קו' מיט א בירור אז דער טאג וואס מדינת ישראל האט געטוישט דעם נאמן פונעם אמבאסאדער פון נציג צו שגריר איז קשה מיום שעשו ישראל את העגל (גאונישע ראיות מבבלי וירושלמי)
וידוע מה שהי' לו עם ר' געציל בערגער


יא, ר' שמרי' מנשה הכהן אדלער.
קיינמאל נישט געהערט, אבער ס'פאסט גאר גוט אויף אים. זיינע ספרים - קונטרסים זענען פיל מיט גאונישע ראיות (אויף דברים מוזרים). פון די צווייטע זייט, בשעת'ן זיך מתפלמס זיין (וואס קומט אויס רוב פון זיינע חיבורים...), האט ער געקענט פארזעהן דברים פשוטים, אפענע גמרות. אויסטערליש מאדנע זענען זיינע וויכוחים און טענות אויף הרב אבראמסקי וכו'.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג נובעמבער 08, 2011 10:49 am

ער איז געווען א בעל הבית
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 2:24 pm

תגובהדורך אוהב חכמה » דינסטאג נובעמבער 08, 2011 11:42 am

ער האט זיך אבער געשריבן עם כל גאוני דורו, זיי שרייבן עפי"ר גאר שיין אויף אים.

משפחת אדלער רבני לאנדאן (נתינה לגר ובנו) זענען אויך געווען כהנים. ס'האט עפעס שייכות?
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19984
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג נובעמבער 08, 2011 11:55 am

והוא פלאי האט געשריבן:אדלער?
דער וואס האט געשריבן א קו' מיט א בירור אז דער טאג וואס מדינת ישראל האט געטוישט דעם נאמן פונעם אמבאסאדער פון נציג צו שגריר איז קשה מיום שעשו ישראל את העגל (גאונישע ראיות מבבלי וירושלמי)
וידוע מה שהי' לו עם ר' געציל בערגער

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 30&hilite=
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1783
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג נובעמבער 08, 2011 12:09 pm

איך זעה גוט?, היות דער אמבאסאדאר האט געטראגן דעם הייליגן טיטל פון 'ציר', און דאס האט דאך להבדיל אלף אלפי הבדלות משה רבינו ע"ה נאך געטראגן, ע"כ היות מען טוישט עס אויף צו א ביליגערע טילט 'שגריר', אי מען מבזה משה רבינו און מען טוט כמעשה העגל....
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 2:24 pm

תגובהדורך אוהב חכמה » דינסטאג נובעמבער 08, 2011 1:05 pm

ייש"כ מרן מפארשלאפן.

שמעתי אז ער פלעגט יעדע וואך מפרסם זיין א קושיא, צוזאגנדיג א סכום פאר ווער ס'טרעפט דעם ריכטיגן תירוץ. ער האט אבער קיינמאל (אדער כמעט קיינמאל) נישט אנגענומען קיין תירוץ... (זייענדיג בטבע א מתווכח ומתפלמס).
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג נובעמבער 14, 2011 6:39 pm

בכלל איז לונדון יענע יארען געווען א מאגנעט פאר מאדנע פארשוינען,אנגעהויבן פון ר' שאול ברלין וואס האט זיך גענומען דאס לעבען און תק"נה,ר' יוסף כהן צדק בשנות התרכ-ל,צו די 2 דערמאנטע דא קען מען צולייגען ר מאיר ב"ר נחום בארנעט מח"ס ליקוטי משמחי לב וואס אויב עס איז אמאל געדרוקט געווארען א מאדנע ספר איז דאס עס,איך האב שוין געזען לפחות 10 עותקים און קיין איינס איז נישט די זעלבע.

ר פנחס (פיני) בן ר' אבא דונר שרייבט שוין עטליכע יאר א בוך אויף ר' יוסף בשם rebel rabbi און ער האט צוזאמגעשטעלט א היפשע קאללעקשאן פון ר יוסף'ס ספרים (מען קען אנפולען א שאפע פון זיי).

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19984
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 4:57 pm

צוגעלייגטע
שאפאטשניק - איתם הענקין.pdf
(687.11 KiB) דאונלאודעד 161 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

חכימא
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2015 7:34 am

תגובהדורך חכימא » מאנטאג אפריל 06, 2015 7:14 pm

farshlufen האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:אדלער?
דער וואס האט געשריבן א קו' מיט א בירור אז דער טאג וואס מדינת ישראל האט געטוישט דעם נאמן פונעם אמבאסאדער פון נציג צו שגריר איז קשה מיום שעשו ישראל את העגל (גאונישע ראיות מבבלי וירושלמי)
וידוע מה שהי' לו עם ר' געציל בערגער

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 30&hilite=

לי הקטן והדל, לא ידוע מה שהיה לו עם הנ"ל. נא להחכימני. ייש"כ.
ודי לחכימא ברמיזא

חכימא
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2015 7:34 am

תגובהדורך חכימא » מאנטאג אפריל 06, 2015 7:40 pm

אוהב חכמה האט געשריבן:יעדער וואס האט זיך נאר אמאל געשריבן עפעס מיט אים, האט דער מבולבל אים אנגענומען אלס מסכים. זעהט אין ישורון א קורצע אפהאנדלונג. (שו"ר שכבר צויין בפארום אוצה"ח הנ"ל, ואמרו רבנן בכפילא).
ר' שמרי' מנשה הכהן מלאנדאן (א מסכתא פאר זיך) האט א גאנץ קונטרס מרור דרבנן קעגן דעם שאפאטשניק, אריינגעדרוקט בספרו מראה כהן מהדורא תנינא. אויך איז דא תשובות וועגן אים אין צפנת פענח (ווארשא) סי' לז, צור יעקב ח"א סי' קכח.

איפה ניתן לראות את הקונטרס הנ"ל?
חיפשתיו במראה כהן מהדו"ת שבהיברובוקס ולא מצאתיו. כנראה שהוציאו את זה.

איך זוך אויך די צוויי ספרים זיינע שבגללם יצא הקצף: לקרוא לאסירים דרור און חירות עולם, אבער לע"ע אן ערפאלג.

אזוי אויך האט די אגודת הרבנים בפולין ארויסגעגעבן א קונטרס בשם קונטרס עיתונאי ובו שש מאות (!) חתימות נגד האיש, גם זה חיפשתי ולא מצאתי.

תודה מראש לכל העוזרים והמסייעים.
ודי לחכימא ברמיזא

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג אוקטובער 26, 2015 4:06 pm

דער קונטרס עיתונאי איז דא אויף אוצרות התורה
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 6:01 am

איך בין מציע איינער זאל רעדן מיט'ן ראב"ד הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א, ער האט אסאך צו דערציילן וועגן אים, ער דערציילט מורא'דיגא זאכן.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט