אידיש אויפן בלעקבערי

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג מארטש 25, 2008 3:58 pm

מאשקע האט געשריבן:איך שיק דיר עס אין אימעיל. נעם קעיר ווייטער דערפון.
יישר כח מאשקע
איך קען דאס נישט ארויף לייגן גראד אין קראם ווייל עס איז גרעסער ווי דער ערלויבטער סכום (הגם מען קען ספליטן די פייל אבער דאס איז שוין צופיל ארבעט פאר יעצט.) במילא האב איך דאס געאפלאד דורך גיגע סייז

עס גייט עקספיירן אין ניינציג טעג דערנאך העט מען עס מוזן ווידער אמאל ארויף לייגןץ

דא איז דער לינק: http://www.gigasize.com/get.php/3196801 ... kberry.zip

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מיטוואך מאי 14, 2008 2:12 pm

אינטערעסאנט אז איך האב באמערקט אויפן פערלדיג'ן בלעקבערי (BlackBerry Pearl) אז אנדעם וואס מען זאל דארפן עפעס דאונלאודן ארבעט עס א מחי' ביי די אידישע וועבזייטלעך ובתוכם דעם היימישן קרעטשמע.

פארוואס זאל די אנדערע מאשינקעס נישט ארבעטן אזוי? (דאס איז שוין א טעכנאלאגישע פראגע, וואס נאר די וואס קענען זיך אויס אין די מוחות פונעם קאמפיוטער קענען ענטפערן).

און וואס איז פשט אז ביי מיר ארבעט עס א מחי' אנדעם וואס מען זאל דארפן עפעס אינסטאלן און ביי אייך ארבעט עס נישט?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מאי 14, 2008 4:22 pm

סאו לאמיך עפעס פארשטיין: דו האסט א פאלם, א פאלם סענטראו, א ווינדאוס מאביל, און אויך א בלעקבערי? איך קען גוט ווערן מיט דיר?...

*

לענינינו, ס'ווענדט זיך פשוט פון וועלכע קאמפאני ס'קומט און וואספארא סאפטוועיר זיי אינסטאלן דערין. צב"ש טי-מאביל אינסטאלירט שוין לכתחילה א מולטי-לענגוויטש פעקל, ממילא ארבעט שוין אידיש לכתחילה. אבער אנדערע קאמפאניס שטעלן דאס נישט צו, דערפאר איז די עצה צו נעמען די פאר פיילס פון א טי-מאביל אדער אן אנדערע קאמפאני וואס שטעלט עס צו, און עס אריינקאפיען אינעם בלעקבערי וואס האט דאס נישט.
An article a day keeps the babies away

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » דאנארשטאג מאי 15, 2008 2:24 pm

אז דו וועסט מיר העלפן, איז דא שטארקע שאנסן איך זאל גוט ווערן מיט דיר.

לענינינו, איך רעד גראדע פון א blackberry pearl פון ספרינט.

יעצט לאמיר גיין זען ווי איך בין אנגעקומען מיט פאר'אידיש'ן מיינע אנדערע כלים, דער פאלם, און מאגול.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מאי 15, 2008 8:03 pm

אינטערעסאנט. איך האב געוואוסט (געמיינט) אז ביי ספרינט קומט עס נישט אינסטאלירט. קען זיין אז זיי האבן שוין געטוישט פאליסי.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דאנארשטאג יוני 19, 2008 10:32 am

לאז געמאכט קענסט עס פליז נאכאמאל ארויפלייגן?
אדער א צווייטער ווער עס האט עס
יישר כח

אדער קען מען עס שיקן צו pooeer@gmail.com
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג יוני 19, 2008 11:30 am

נאט אייך

http://www.mediafire.com/?ojzyxi4yx4f


(דארפסט דעך שיין באדאנקן פאר זיידענוי ער האט מיך מעורר געווען אז איך האב שוין לאנג נישט געשריבן דא

לכבודו האב איך דאס ארויף געלייגט דא..)

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דאנארשטאג יוני 19, 2008 2:04 pm

יישר כח זיידעניו
יישר כח לאז געמאכט

טובים השנים מן האחד
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג יוני 19, 2008 2:06 pm

ברוכים החוזרים.

כ'האב אים געזאגט אין גאגעל אז כהאב מיר געפרייט אז ער איז שוין נישט דא, ווייל די גמרא זאגטעך אז אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הלאז....

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג אוגוסט 12, 2008 5:52 pm

איך מוז דא ברבים באדאנקען אונזער אלעמען באליבטן מאשקע, וואס האט אראפגעגעבן פון זיין טייער צייט פאר מיר קליינע סאדע באטל און מיר געהאלפן עררייכן אידיש אויף מיין געדרייטע בערעלע (curve )
דרך אגב דאס איז געשריבן געווארן אויפן בערעלע

נאכאמאל יישר כח מאשקע
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

zamel
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2007 11:30 am
לאקאציע: אינעם בלעקבערי

תגובהדורך zamel » דינסטאג אוגוסט 12, 2008 6:30 pm

i need hebrew for treo 800w

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 11:25 am

זעמעל עס איז דא א ספעיצעלע אשכול אידיש פאר פאלם דא רעדט מען וועגן בלעקבערי'ס.
כ'מיין א אז דארט וועסטו באקומען א תשובה

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מוצ"ש אוקטובער 11, 2008 11:29 pm

איך וויל קויפן א בלעקבערי, וויל איך פרעגן איז דא א דיפערענץ צווישן א ספרינט בלעקבערי צי א ווערייזאן אדער סיונגילוער?
איך רעד נישט איבער וועלכע נעטווארק ס'איז בעסער פאר טעלעפאן קאלס, נאר איבער אידיש און פראגראמען וכדומה.

א דאנק פון פאראויס.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג אוקטובער 12, 2008 12:05 am

לויט מיין אינפארמעישן, אינישטא קיין חילוק לגבי פראגראמען, די אויסזעה קען זיין דיפרענט, און אפשר אויך עטליכע זאכן אינעווייניג, וואס ביי איינעם הייסטעס אזוי, און ביים אנדערן אנדערש, די עכטע חילוק איז נאר די נעטווארק.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג אוקטובער 12, 2008 2:05 am

לגבי אידיש איז נישט קיין נפק"מ, אבער לגבי אנדערע זאכן יא. צב"ש מיט ווערייזאן וועסטו נישט קענען ניצן דעם GPS מיט בלעקבערי מעפס אדער סיי וועלכע אנדערע פראגראם; וועסט מוזן צאלן חודש'ליך פאר VZ Navigator.

נאך א וויכטיגע זאך צו וויסן: מיט טי-מאביל קענסטו נישט האבן קיין שום מאדעל וואס זאל האבן סיי GPS און סיי א קעמערע.

אויף א "פוירל" (וואס האט suretype צו טייפן) קען מען נישט האבן קיין אידיש!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג אוקטובער 26, 2008 5:04 pm

נאך פילע זיכענישן האב איך בעזהשי"ת געפונען א נייע 'אידיש אינסטאלציע' פארן בלעקבערי וואס האט די פאלגענדע מעלות מער ווי אלע וואס איך האב געהאט ביז איצט:

- עס פליט נישט ארויס יעדע מאל מען נוצט דעם אפליקעשן לאדער.
- עס קומט נישט ארויף צוויי מינע אידיש ווען מען סוויטש'ט לענגוועטשעס (עברית ישראל - עברית USA) עס האט נאר די נארמאלע אויסלייג פונעם קיבארד.
- אזוי אויך האט עס א ALX פייל וואס דאס ערמעגליכט עס צו אינסטאלן מיט די אפליעקשן לאדער.

אויב איינער ברויך עס וועל איך עס אים שיקן בחפץ לב בעזהשי"ת.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג אוקטובער 26, 2008 6:54 pm

פאר די זעלבע סיבה וואס עס גייט מיט אן ALX, פליעט עס נישט ארויס ביים אינסטאלן עפעס מיט'ן אפליקעישאן לאודער. ווייל ער ווערט אנערקענט אלס א לעגיטימער פייל.

די אמעריקאנער היברו איז אין "מיין" לעצטע ווערסיע שוין אויך אראפגענומען געווארן.

עניוועי, שיק מיר עס אריין, על כל צרה שלא תבא. ווייסט וואו, יא?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2008 4:01 pm

אקעי אויפן פארלאנג פון עטליכע חבירים לייג איך עס דא ארויף אזוי אז מען זאל עס קענען אליין נעמען אן דארפן ווארטן איך זאל שיקן

דריקט דא

אויפמערקאזאם: די אידיש האב איך נאר פרובירט אויף די 4.5 ווערסיע אויב האט איר די עלטערע ווערסיע ווייסעך נישט אויב עס וועט ארבעטן, אבער איך ווייס יא אז עס איז שטארק רעקאמענדירט צו אפגרעדין צו דעם נייערען 4.5 ווערסיע.

הצלחה רבה

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » זונטאג נובעמבער 02, 2008 5:02 pm

איך האב א נייע CURVE, געקויפט בלויז 2 וואכן צוריק.
ווען איך גיין אין TOOLS און ADVANCE זעה איך אז אלע פראגראמס זענען 4.3
דארף איך א נייע ווערסיע?
און אויב יא, וויאזוי קען איך באקומען די 4.5?

2) כדי צוהאבן אידיש, וואס דארף איך פונקטליך טאן, כ'וויל דאך נישט עפעס זאל קאליע גיין
א דאנק.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג נובעמבער 02, 2008 5:22 pm

1) יא, דו קענסט פארדינען פונעם נייעם ווערסיע. די אלע מעלות פון 4.5 האסטו נישט מיט 4.3.

2) דאונלאוד דעם פייל וואס "לאז געמאכט" האט דא ארויפגעשטעלט, איין תגובה בעפאר דיר, און אנזיפ עס אין א פאלדער. נאכדעם דארפסטו גיין צום בלעקבערי דעסקטאפ מענעדזשער, אפליקעישאן לאודער, און דארט קען מען צולייגן א פרישע פראגראם. בראוז צום ALX פייל וואס דו האסט פריער געאנזיפט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » זונטאג נובעמבער 02, 2008 8:41 pm

איצט זעה איך דעם פראבלעם וואס איך האב.

מיין BB איז אקטיוויזירט מיט BB ענטערפרייז, און עס איז נישט רעקאמענדירט צו אינסטאלירן BB דעסקטאפ מענעדזשער.
מיינט דאס אז איך נישט אינסטאלירן דעם פראגראם וואז "לאז געמאכט" האט ארויפגעשטעלט.

דארף איך זעהן וואס איך קען דא טאן, כדי יא צו קענען האבן אידיש.

אלענפאלס א גרויסן דאנק אייך.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 10:30 am

וויזוי אינסטאלסטו אפליקעשענס?
אלעס איבער די לופט?

אוועטאר
מקוה נייעס
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 6:46 pm

תגובהדורך מקוה נייעס » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 7:01 am

איך האב ב"ה אינסטאלירט אידיש אויפ'ן ב"ב דורך אידישטעק, אלעס איז פיין אין וואויל, און איך קען אפילו יעצט שרייבן דא אין קרעטשמע

אבער ווען איך וויל שרייבן אידיש אויף דאקס טו גאו, קען איך נישט שרייבן ווייל אלעס גייט פארקערט

למשל איך וויל שרייבן מקוה נייעס וועט עס אויסקומען אזוי "סעיינ הוקמ" איך האב געטוישט ביי פערעגרעף עס זאל גיין פון רעכטס צו לינקס אבער גארנישט העלפט.
זאג נאר די מקוה איז הייס?

אוועטאר
מר. מצליח
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2009 12:00 pm

תגובהדורך מר. מצליח » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 6:35 pm

לאז געמאכט היקר והנכבד וכו............

וואס קאן מען טאן אז דזשעי נעד לאזט נישט אייער פייל ?

הא וואס זאגט איר ?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 9:39 pm

וועלכע פייל?? מיין אלטע סייט?.. יענץ ארבעט שוין לאנג נישט זינט איך צאל נישט דערפאר.

גיי צו http://www.yiddishtech.com/mobile


צוריק צו “בלעקבערי ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט