אייוועלט אינטערוויא: בלעקבערי 10 מיטן עקספערט רונן הלוי!!

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

אייוועלט אינטערוויא: בלעקבערי 10 מיטן עקספערט רונן הלוי!!

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 11:57 am

עההמממ... לא איש בלעקבערי אנכי... אבער כידוע איז מיין אישי שטענדיג אפן פאר נייע איידיעס ווי אזוי צו העלפען אחב"י תושבי אייוועלט והגלילות, האט זיך פארבינדען צו מיר איינער פון מיינע ידידים וואס אים צו באשרייבן "פארדינט" זיך אן עקסטערן אשכול.... דאס איז נישט קיין צווייטער ווי דער חשובער ניק כשמו כן הוא "פארדינט"; און ער איז אנטקעגן געקומען מיט א פארשלאג צו מאכן א ספעציעלע אינטערוויא וועגן די נייע בלעקבערי 10 מיטן בלעקבערי עקספערט רונן הלוי (Ronen Halevy)!!!

בילד
רונן הלוי (Ronen Halevy) (לינקס) קוקט אויף א בלעקבערי פלעיבוק מיט א קענטיגע הנאה (קרעדיט: זיין וועבסייט)

רונן הלוי (Ronen Halevy):
ווער איז רונן הלוי? א סאך אירע בפרט די בלעקבערי ליבהאבער האבן שוין געהערט פון רונן הלוי, ווער איז רונן הלוי? איר קענט פרעגן דעם גוגל הדור שליט"א מאך א סערטש פאר Ronen Halevy, מער איבער אים וועל איך לאזן פאר אנדערע חברים צו באשרייבן; אבער אין צוויי ווערטער: דער רונן הלוי איז א אידישער מענטש און א באקאנטע בלעקבערי עקספערט וואס ער האט א וועבסייט http://www.berryreview.com

פארדינט קען אים פון דער נאנט האט זיך אנגעטראגן צו מאכן א אינטערוויא מיט אים און אזוי ווי ער האט נישט קיין געהעריגע צוטריט צו אייוועלט כנהוג, וועט ער מיר עס שיקן ארויפצולייגן.

א יעדער זאל מיר אריין שיקן זיינע שאלות איבער דעם נייעם בלעקבערי והמסתעף "אין אידיש אדער אין ענגליש" אין פריוואטע הודעה אדער צו מיין אימעיל ביז קומענדיגע וואך מיטוואך.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 12:02 pm

פשיהא... באגריסונגען "פארדינט" פאר די גאניעלע איינפאל און פאר "די פאקט" פארן זיך צושטעלן צום ארבעט פון וואס מיר וועלן זיכער הנאה האבן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11765
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 12:29 pm

מאסיווע איידיע!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 12:35 pm

מאסיוו? אר יו נאטס? מאסיוו איז א אנדערסטעיטמענט!!! איך האניש דא קיין האנט, איך וועל באלד ברענגען... איך מוז גיבן א האנט פאר מיין כאווער פארדינט, און פא די פאקט! אנבעליוועבל!!!

איך האב שוין אריינגעשיקט מיינע פראגעס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 12:54 pm

שמעו נא רבותי
איך ווייס אז יעדער וויל נאר פרעגן פארוואס ספריזט; אבער ביטע געדענקט ער איז נישט בלעקבערי ער איז נאר א זייטיגער עקספערט וואס איז וויליג צו געבן אביסל צייט לאמיר עס נישט מאכן פאר א בלעקבערי בעשינג אינטערוויא!
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 1:51 pm

פריזינג איז נישט קיין בעשינג, דו קענסט אויסברייטערן די אישו... פארוואס פלעגט עס פריזן, און וואס האבן זיי געטוהן אז סאל נישט געשעהן... קענסטעם פרעגן וואס איז די מעין אפגרעיד אין די נייע פאון, וואס איז דאס בעסער און שוואכער ווי אייפאון/געלעקסי/ענדרויד וכד'...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 1:52 pm

WOOOFFF!!

זייער א שיינע זאך! העמער אי"ה אריינשיקן מיינע קשיות ווי אומשנעלסטן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 4:16 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:פריזינג איז נישט קיין בעשינג, דו קענסט אויסברייטערן די אישו... פארוואס פלעגט עס פריזן, און וואס האבן זיי געטוהן אז סאל נישט געשעהן... קענסטעם פרעגן וואס איז די מעין אפגרעיד אין די נייע פאון, וואס איז דאס בעסער און שוואכער ווי אייפאון/געלעקסי/ענדרויד וכד'...

מ'קען פרעגט די שאלה אזוי ווי דו:

    1. פארוואס פלעגט עס פריזן?
    2. און צו האבן זיי עפעס געטוהן אז ס'זאל מער נישט געשעהן?
    3. וואס איז די מעין אפגרעיד אין די נייע פאון?
    4. וואס איז דאס בעסער און שוואכער ווי אייפאון/געלעקסי/ענדרויד וכד'...?

אבער איך רעד פון איינעם וואס פרעגט די קשיא אויף אן אופן אז די תירוץ איז קלאר: מאך דיך נישט נאריש נאר טוה ווי יעדער נארמאלער מענטש טוט און האנדל דיר איין אן אייפאון אדער ענדרויד !!! ווייסעך נישט אויב דעס באלאנגט צום אינטערוויא
מיין איינציגסטע שאלה איז:

פארוואס פריזט אזוי דער בלעקבערי?

פארשטייט זיך אז ער וועט האבן 7 תירוצים, אבער פארוואס טוט גארנישט בלעקבערי דערצו,
זיי זעען דאך אז זיי האבן פארטריבן דערמיט מיליאנען קאסטעמערס.


און איך וועל מסביר זיין: די באלד איז פון אישי די בלוי איז מיין פוינט

מיין איינציגסטע שאלה איז:
איז דאס טאקע די איינציגסטע שאלה?

פארוואס פריזט אזוי דער בלעקבערי?
ווער זאגט אז די נייע בלעקבערי פריזט?

פארשטייט זיך אז ער וועט האבן 7 תירוצים, אבער פארוואס טוט גארנישט בלעקבערי דערצו,
ווער זאגט אז בלעקבערי טוט נישט גארניש דערצו

זיי זעען דאך אז זיי האבן פארטריבן דערמיט מיליאנען קאסטעמערס.
איז דאך פשוט אז וועגן דעם קומט א נייע

ואם תאמר אז דו הערסטו צוריק אז אלעס איז מפטירין כדאתמול, דעמאלטס שתי תירוצים לדבר:
1. העיקר חסר מן הקושיא
2. לייג עס אריין אין בלעקבערי בעשינג אשכול דאט קאם

נ.ב. ס'איז שוין דא אפאר קנאקעדיגע שאלות און מיין קעסטל איז נאך אפן
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 5:34 pm

איך וועל אריינגעבן מיינע שאלות ביי די ענדרויד אינטערוויא.....

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 6:31 pm

איז אידיש סופורטעד ? אויף די טאטש אויכעד ?
פארוואס איז עס און די יו עס די שפעטצטע פון אלע לענדער ? און ווען גייט עס ספרינט האבען ? און וועכע מאדעלס גייט זיין צו באקימען ביי וועמען ?
וויאזוי ארבעט קאפי פעסט (אזאך וואס איך פלעג אסאך ניצען. אבער און ענדרויט איז עס נישט אזוי גיט) ?
גייט מען קענען לייגען שארט קאטס צו די היים סקרין פון קאנטאקס ?

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 7:01 pm

הרב בלעקבערי,

שיק אריין אלע דיינע פראגעס צו 'די פאקט' אין אישי אדער אימעיל.

א דאנק!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 7:12 pm

אריינגעשיקט, וואס איז די ETA פאר די אינטערוויע?
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 7:29 pm

מ'האפט בעזה"ש סוף נעקסטע וואך אדער תיכף נאך פורים.
(מ'דארף איבערטייטשן אלע שאלות צו ענגליש, און נאכדעם די ענטפערס צו אידיש)
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » דאנארשטאג פאברואר 14, 2013 11:07 pm

ווער איז רונן הלוי אויב איך מעג פרעגן? כהאב ניש כח צי סערטשען. ער איז א דעוועלעפער פאר בלעקבעררי?

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » פרייטאג פאברואר 15, 2013 1:23 pm

ווער איז רונן הלוי (Ronen Halevy)?

פון טייל פון די פראגעס וואס קומען אריין זעהט אויס אז דער עולם ווייסט נישט ווער דער רונן הלוי איז און פארוואס אייוועלט גייט האבן אן אינטערוויא וועגן די נייע בלעקבערי פונקט מיט אים?

קודם דארף מען קלאר שטעלן אז רונן הלוי האט נישט קיין שום שייכות מיט די קאמפאני בלעקבערי. ער איז בלויז אן דרויסענדיגער עקספערט אויף אלע בלעקבערי דעווייסעס, און ער קען זיך זייער גוט אויס דערמיט, אביסל אינסייד אינפארמאציע קען ער אפשר האבן פשוט ווייל ער דרייצעך צווישן די אלע חברה.

רונן איז דער גרינדער און עדיטאר פון BerryReview.com וואס ער געעפנט אין 2007. פארשטייט זיך אז היינט פארמאגט שוין זיין וועבסייט א גאנצע סטעף מיט מענטשן וואס העלפן אים ארויס אבער ער האט אנגעהויבן פון א קויטש אין א קליינע דירה'לע אין מאנהעטן.

זייט ער האט די ערשטע מאל גענוצט א קאמאדאר 64 קאמפיוטער, איז ער געווארן א שטארקער טעכנאלאגיע ליב-האבער. און ער האט זיך למעשה שטארק אריינגעלייגט אין די ענין פון בלעקבערי, ער איז שטארק אויסגעקאכט אין א יעדע נייעס אינעם ענין פון בלעקבערי, און אויף זיין וועבסייט האט ער כסדר אפ טו דעיט אפשאצונגען און אנאליזן אויף די בלעקבערי'ס.

רונן איז פארכישופט פאר בלעקבערי, ער איז וואס מען רופט א 'בלעקבערי עדיקט', ער מוז אלעמאל האבן די לעצטע און בעסטע טוי פון בלעקבערי. זיין ציל אין מאכן די וועבסייט BerryReview.com איז געווען צו לאזן הערן זיינע מיינונגען און שאפן א פלאץ וואס באדינט אלע מינע בלעקבערי נוצערס, סיי דער פשוטע המון עם און סיי ביזנעסלייט וואס נוצן בלעקבערי און סיי די הייסע בלעקבערי געטרייע פען'ס.

רונן האט פארמאגט און גענוצט ממש א יעדע איינציגע בלעקבערי כלי וואס איז ארויסגעקומען זייט 2005. ער איז א גרויסער בלעקבערי מומחה און איז זייער געטריי און איבערגעגעבן פאר זיינע ליינער, ער איז גרייט צו ארבייטן שווער פארן ציבור צוצושטעלן די לעצטע נייעס, באריכטן, רומער'ס און אפשאצונגען וועגן די בלעקבערי.

היות ער האט דעם וועבסייט און ער איז זייער אויפגעכאפט ביי די בלעקבערי באנוצער'ס האט מען אים אויך גערופן צו די בלעקבערי עווענט וואס איז פארגעקומען צוויי וואכן צוריק און ווער ס'איז דארט געווען האט באקומען די נייע בלעקבערי.

זיינע אפשאצונגען ווערט שטארק געשעצט און באוואונדערט ביי די מעריצי בלעקבערי.

ווען ס'קומט צו רעדן פון בלעקבערי איז ער דער ריכטיגער בחור צו וועם צו גיין!
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11765
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג פאברואר 18, 2013 7:08 pm

אריין געשקיט מיינע שאלות. עמער ווארטן אויף די ענטפערס

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11765
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג פאברואר 21, 2013 11:45 pm

עפעס חדשות?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג פאברואר 22, 2013 3:41 am

1) שוין עטליכע וואכן אדורך זינט די ערשיינונג אין אייראפע, מען אנערקענט אבער נישט קיין ערענסטע אויפשאקלונג אין די פירמע. איז דאס אזויווי ערווארטעט? און פארוואס זענען די סטאקס אומסטאביל?

2) מיטן יעצטיגן רעליעס צייגט די פירמע ווי איינעם אויף וועם מהאט געדראפט די באל. וואס איז די פיוטשור פון בלעקבערי אינעם גאלאפ פון טעכטאנאלאגישע דעווייסעס צו זיין פאראלעל מיטן קאמפעטישאן. צי גייען זיי יעצט נעמען נאך א ברעיק אויף דריי יאר?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » פרייטאג פאברואר 22, 2013 12:04 pm

איך קים פון בלעקבערי און איך בין געווען היפש צופרידען דערפון אסאך מעלות וואס זיי האבען
אבער עס האט צופיל געקלאצט בינעך אריבער צו ענדרויד און געהאפט אז דע 10 וועט זיין גיט וועל איך צוריק גיין
אבער לויט ווי עס קיקט מיר יעצט אויס גייען זיי גיין שלאפען עני דעי.. זיי קענען ווייט נישט קאמפיטען מיט די קאמפאטישען...
איך פארשטיי באמת נישט די חברה. זיי האבען די הארדוווער אריינגעלייגט פינקט ווי אלע גיטע ענדרויטס אזוי ווי דואל קור פראסעסארס און צוויי גיג רעם און אויף ענדרויד דיווייסעס פליט עס א מחי' א דעווייס מיט די ספעקס און אויף די 10 איז עס לעגי

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11765
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג פאברואר 22, 2013 12:39 pm

מ'ווארט מיר צו הערן פונעם עקספערט וואס ער זאגט דערצו

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » פרייטאג פאברואר 22, 2013 1:45 pm

א גוטן טייערע חברים א יישר כח פאר איעדען וואס האט גענומען די מי אריינצושיקן זיינע שאלות.

מיר האבן באקומען קרוב צו 40 שאלות

סאיז דא 6 מינע שאלות
1) אינפארמאציע וועלכע מ'קען אליין טרעפן די תירוצים אויף די וועב.
2) האס, פארלוימדינג, באנעבעכן, באוויינען בלעקבערי.
3) שאלות דירעקט צו בלעקבערי, וואס נאר בלעקבערי וועט וויסן.
4) ווערטל'דיגע שאלות נוסח אייוועלט.
5) געדאפעלטע שאלות.
6) שאלות וואס באלאנגט צו אונזער "רונן הלוי" אן עקספערט און אנאליזירער.

יעצט דארף מען פילטערן, איבערזעצן אויף ענגליש און מאכן די אינטערוויא, איבער זעצן די אינטערוויא צוריק אויף אידיש...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג פאברואר 26, 2013 2:15 pm

יישר כח גדול!

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג מארטש 12, 2013 5:07 pm

מורי ורבותי!!

די אינטערוויא איז טאקע געווארן דילעיד וועגן צוויי סיבות

1. חתן דינן רונן הלוי איז געווען אין ליזענסק צום יארצייט פון דעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע,
2. ווייל עמך ישראל צריכין פרנסה און דער עולם איז ביזי מיט די ארבעט,

אבער מיר ווילן אייך מעלדן אז די ארבייט גייט אן אין פולן שוואונג אין ס'קומט א מעכטיגע אינטערוויא, די תירוצים זענען שוין דא! די פיקטשטערס זענען גרייט! יעצט האלט מען אינמיטן טרענסלעיטן צוריק אויף אידיש, און מגיה זיין.

האלט אייך געשפאנט ס'קומט א מעכטיגע אינטערוויא אייוועלט האט נאך אזאנס נישט געהאט!!!

א גרויסן יישר כח פאר געלעגער און פארדינט און נאך אפאר חבירים וואס הרוצים בעילום שמם וואס לייגן אריין גרויסע כוחות פאר די אינטערוויא ארויפצוברענגען דעם ניווא פון די איינציגסן וועבסייט על טהרת הקודש, און געדענקט! יעדעס ווארט געליינט דא איז א ווארט נישט געליינט ערגעץ אנדערש!

ועל כולם ווילן מיר זיך באדאנקן פאר אונזער עקפערט רונן הלוי וואס געט אוועק זיין טייערע צייט צו ענטפערן און זיך לאזן פיקטשערן און אלס מיט אזא צוגעלאזנקייט און פריינטליכקייט, מיר ווינטשן אים הצלחה בכל מעשה ידיו.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג מארטש 12, 2013 5:14 pm

WOW

מיר קענען נישט ווארטן

ייש"כ פאר אלע וואס געבן אוועק פון זייער טייערע צייט צו בארייכערען אונזער וועלטל
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10590
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מארטש 12, 2013 5:57 pm

יא, דער פאקט אנטוישט אונז נישט, מיר ווארטן מיט שפאנונג.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “בלעקבערי ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט