טשעינדזש: קאליד שעיך מוכמעד ימ"ש אין אונזער געגענט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 4:28 pm

חלילה! נאו עפענס! כ'האב קאמפלעמענטירט יודל פאר זיין געוואלדיגע ארבעט!
איך זאג עשה!

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 4:45 pm


אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 5:55 pm

גראדע יודל, מוז איך דיר באדאנקען פארן ברענגען די ציטאטן פונעם אויספרעג, עס איז געווען גאר אינטערעסאנט, (און פאר מיר: גאר פארשעמנד...)

וואס איך נעם ארויס איז איין זאך: האלדער וואלט אן אויספרעג פון טים ראסערט נישט איבערגעלעבט...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 8:01 pm

סענעטאר גרעהעם איז נישט אזוי גוט, ווי דער האלדער איז שלעכט!
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 11:57 pm

שכוח יודל פארן ארונטער ברענגן די גאנצע טעקסט,

יעצט באישון לילה, בחפזי, ובהעברה בעלמא העל איך מגיב זיין מיט א ווארט, נאר ארויפצופיהרן די געדאנקןגאנג אויף אנדערע טרעקס,

איז אזוי: דער סענ. גרעהם פרעגט און פרעגט, רעדט און רעדט, און לאזט נישט קומען צום ווארט, וואס זאגט ער, ער שטעלט צו א משל פון בין לאדין, וואס הערענדיג די נאמען, ווערט מען דערציטערט אלע איברים אלע גלידער נעמען זיך ווארפן, וואס איז איהם שלעכט צו רעדן פונעם נמשל ksm איז נישט גענוג א גרויסע טעראריסט אז מען זאל פארשטיין די גרויסע סכנה, און גרויסע היסטארי וואס מען גייט דא מאכן ? וואס העלפט די משל פון לאדינען, עס מאכט עס מער דראמאטיש, אהא, הייסט עס אז אויף לאדין וועט אוודאי האלדער מודה זיין ווייל סאיז דאך געפערליך , און די רגע ער וועט זאגן יא, וועט מען זיך ארויסדרינגן אויף דא, און האלדער איז אפגעפרעגט געווארן אויף א כיטרע אופן, פשיהא...... אזא כעוורעמאן,

יעצט א ווארט לגופו של ענין, ער האקט ארום און מישט אויס א קוגל, און קאכט אויף א קאשע, ער רעדט פון זאכן וואס זענען שלא מן הענין, [נישט דו יודל , גרעהם מיינעך] א' ווער האט גערעדט פון אינטעריגעישאנס, ב' ווער האט גערעדט פון אויספארשן, ג' ווער האט גערעדט פון די סי איי עי'ס מעגליכקייטן ארויסצוווישן ווי מער פון איהם, ?
מען רעדט בסך הכל יעצט נאך דעם וואס מען האט שוין די אלע אינפא געזאמלט, נאך מען האט די מאקסימום ארויסגעזויגן פון איהם, און די שאלה איז וואס זאל מען יעצט טוהן מיט איהם ? און אויף דעם איז האלדער'ס מהלך איהם צו באשולדיגן אין געריכט און ברענגן צו יוסטיץ צו גערעכטיגקייט, וואס איז די טומל ?

יעצט העסטו מיר זאגן אז אבאמא איז קעגן אינטעריגעישאנס אויך , וכ"ו וכ"ו, צוויי זאכן , איינס נישט דאס איז יעצט די שמועס, איז פארוואס ווארפט גרעהם אן א פחד און מישט צאם הוידל מיט בוידל, צווייטענס כל העל מיר א אנדער מאהל רעדן דערוועגן,

נאך איין פונקטעלע, ער רעדט דארט צו האלדער און ער האלט איהם פאהר אז עס שיקט א שלעכטע מעסעדש פאר די טערראריסטן אין די וועלט...... פארוואס ? ווייל ער גייט באקומען טויט שטראף , ? ווייל מען גייט איהם הינריכטען אויף א לעגאלע וועג, ? ווייל מען גייט איהם די זוהן פון טאג נישט לאזן זעהן ? וואסערע מעסעדש ווערט געשיקט, ? אז אמעריקא איז די וועגוויייזער פאר דעמאקראטיע , אז אמעריקא האנדלט בצדק וביושר און פארמשפט די שולדיגע אויף לעגאלע אויסגעהאלטענע וועגן, ? ,
לעצט פאראכטן דורך פרייליכערהייט אום פרייטאג נובעמבער 20, 2009 12:12 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 11:59 pm

זייער א קליינע פונקט מחמת חוסר הפנאי,
כאניש יעצט קיין צייט צו שרייבן א זאך וואס פאדערט אן אריכות, און אז קעש שרייט אריין : ליבעראל ליבעראל, קען איך מיך נישט געהעריג קאנצעטרירן אין אזא שפעטע שטונדע,
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » פרייטאג נובעמבער 20, 2009 12:44 am

זיי מוחל לייען איבער די גאנצע שמועס.

בעיקר דעם טייל.
SEN. GRAHAM: Mr. Attorney General, my only point -- the only point I'm making, that if we're going to use federal court as a disposition for terrorists, you take everything that comes with being in federal court. And what comes with being in federal court is that
the rules in this country, unlike military law -- you can have military operations, you can interrogate somebody for military intelligence purposes, and the law-enforcement rights do not attach.

But under domestic criminal law, the moment the person is in the hands of the United States government, they're entitled to be told they have a right to a lawyer and can remain silent. And if we go down that road, we're going to make this country less safe. That is my problem with what you have done.


און לייען איבער מיינע פריערדיגע תגובות, די לינקס, און די לינקס פון די לינקס. איך גלויב אז אלס רעזולטאט וועט דיין מהלך המחשבה פארן אביסל מער אויף רעכטס. אלע טענות זענען שוין באהאנדלט געווארן מערערע מאל דא, און עס האט נישט קיין זין איבערצוקייען נאכאמאל.

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » פרייטאג נובעמבער 20, 2009 7:25 am

איך זעה נישט ווי ער רעד נישט צום זאך?
א' הוידל מיט בוידל גראמט,
ב' דו זאגסט אז מען רעד שוין דא נאכן אויספארשען ווען מען האט שוין אלע אינפארמעישאן סא איז נאר די שאלה ווי אים צו משפט'ן, נו דאס איז דאך די גאנצע פוינט וויאזוי מען האט די אינפארמעישאן באקומען!
אז טאמער האט מען אים נישט פארגעליינט זיינע רעכטן ביים ארעסטירען אין טאמער האט מען זיך באנוצט מיט אינטיריגעישן ארויסצוציען אינפארמאציע זענען דאך אלע באווייזן אין א סיוויל קארט ווערט א רעטעך!
סא וואס איז די טפשות פון עס ברענגען אין א סיוויל קארט???
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » פרייטאג נובעמבער 20, 2009 7:27 am

אפפס! יודל האט מיר אריינגעהאקט אינמיטן טייפן,
אדער האב איך פשוט פארזעהן?
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » פרייטאג נובעמבער 20, 2009 8:43 am

מען האט שוין אויפגעוויזן צענדליגער מאל פאר די סי איי עי אז מיט פייניגונגען באקומען זיי בלויז פאלשע אינפארמאציע. אז מען וועט דאס ברענגען אין א ציווילע געריכט, האט מען פיל מער שאנסן ארויסצובאקומען ריכטיגע און קראנטע אינפארמאציע. אז דו ווילסט קען איך דיר ברענגען אנע שיעור לינקס צו ארטיקלען וועלכע ווייזן אויף מיט קלארע באווייזן און היסטאריע אז פייניגונגען האבן נאר געשאדט און פארפירט די שפיאנאזש אינסטאנצן. סאיז אבער יעצט ערב שבת, אי"ה ווען סוועט זיין צייט.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » פרייטאג נובעמבער 20, 2009 9:01 am

רבותי, גרייט אייך אן באמבעס, ווייל דערויף איז א אפפרעג שווער צו באקומען!!!

א וועטעראן פונעם דעפארטמענט אוו יוסטיץ אין די בוש אדמיניסטראציע איז היינט עפנטליך ארויסגעקומען און געזאגט אז ער שטיצט שטארק עריק האלדערס באשלוס צו ברענגען דער געריכט פון קאליד שעיך מוכאמעד קיין ניו יארק!!!

ליינט דא
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » פרייטאג נובעמבער 20, 2009 9:55 am

ניו יארקער פאליטישאנס האבן אנגעהויבן צו לייגן דרוק אויף די פעדעראלע רעגירונג, אז זי זאל צאלן פאר די קאסטן וואס עס וועט אריינציען די פארשטארקערטע זיכערהייט צוליב די קאליד שעיך מוכאמעד געריכט. ליינט דא
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » פרייטאג נובעמבער 20, 2009 11:29 am

וואדקע האט געשריבן:איך זעה נישט ווי ער רעד נישט צום זאך?
א' הוידל מיט בוידל גראמט,
ב' דו זאגסט אז מען רעד שוין דא נאכן אויספארשען ווען מען האט שוין אלע אינפארמעישאן סא איז נאר די שאלה ווי אים צו משפט'ן, נו דאס איז דאך די גאנצע פוינט וויאזוי מען האט די אינפארמעישאן באקומען!
אז טאמער האט מען אים נישט פארגעליינט זיינע רעכטן ביים ארעסטירען אין טאמער האט מען זיך באנוצט מיט אינטיריגעישן ארויסצוציען אינפארמאציע זענען דאך אלע באווייזן אין א סיוויל קארט ווערט א רעטעך!
סא וואס איז די טפשות פון עס ברענגען אין א סיוויל קארט???


וואדקע: שכוח פארן מיר מאכן לאכן, איך גלייב אז נאך אנדערע האבן אויך אויסגעשפרייט די לעפצן און די בעקעלעך און געכאפט א לאכעלע, טענק יו איטס אלוועיס עפרישיעטעד,

דעם א' וועל איך דיר נאכגעבן, אבער די ב' וויל איך נישט, יא מען האט די אינפא באקומען דורך אינטעריגעישאנס, אמת, און יעצט וויל איהם פארמשפט'ן האסט געהערט, נאכאמאהל מען וויל איהם ברענגן צו יוסטיץ, געבויעט אויף די אינטעריגעישאנס און אויף נאך אבאנטש ראיות און באווייזן וואס דרך אגב האלדער האט קלאר פארשפראכן אז ער האט אין זיין באזיץ גענוג באוווייזן קעגן איהם וכת דילי'
און מען האט נישט פארגעלייגט זיינע רעכטן ביים ארעסטירן , און נאכאיינמאהל וועל איך קלארשטעלן די נושא איז "יעצט" נישט מיראנדא רעכטן, און נישט אינטעריגעישאנס, די זאך וואס מען באהאנדלט איצט איז זיין משפט, און זיין אורטייל, האסט געהערט, האסט פארשטאנען, אויב נישט האק נאכאמאהל אריין מיט א סארקאסטישע תגובה און כעל פרובירן נאכאמאהל צו ערקלערן, כעל אפשר מוזן נוצן א "משל" מיט א נמשל, אזוי ווי סענ. גרעהם,
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » פרייטאג נובעמבער 20, 2009 11:36 am

און פאר דיר יודל : האסט עפעס געענטפערט אויף מיינע ארויסגעשטעלטע רייד, האסט עפעס מסביר געוועהן,
האסט פשוט יעצט געברענגט א קורצערע quote פון גרעהם אהא, א שיינע זאך פון דיר, איך וויל אבער הערן "דיין" מיינונג ,"דיין" מהלך , גרעהםס האב איך שוין געהערט,

און דאס וואס דו שרייבסט וז"ל:
און לייען איבער מיינע פריערדיגע תגובות, די לינקס, און די לינקס פון די לינקס. איך גלויב אז אלס רעזולטאט וועט דיין מהלך המחשבה פארן אביסל מער אויף רעכטס. אלע טענות זענען שוין באהאנדלט געווארן מערערע מאל דא, און עס האט נישט קיין זין איבערצוקייען נאכאמאל.


איך האב דיר שוין געזאגט, לינקס מיט לינקס, מיט לינקס שבלינקס, מיינט ביי מיר נאכאמאהל זיך פארהאקט, נאכאמאהל באשלאסן צו לאזן די אייגענע מח מנוחה, און ענדערש לאזן די מח ווערן איבערגענומען פון יענעםס [אפשר]פארדרייטע מיינונג, און איך האלט ביים אליין טראכטן, פאקטן קען מען נאכקוקן, פאקטן קען מען געוואיר ווערן, א באשלוס, א מיינונג, א מהלך, קען מען און דארף מען אליין אויסשטעלן,

ביטע הער אויף מיט דיין ריפארטינג, הייב אן מיט דיין דזורנעליזם, סאיז שוין צייט די ריפארטינג צו גראדואירן, הייב אן קלעסעס און סעשאנס פון דזורנאליזם, קאמענטירן, אאו"ו, האסט די קוואליפיקאציעס, לאז AP און NBC וכו טוהן די ריפארטינג,
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » פרייטאג נובעמבער 20, 2009 1:24 pm

פרייליך ביטע שרייב איבער אין אידיש ווייל איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס דו האסט דא גיענטפערט,
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג נובעמבער 20, 2009 1:27 pm

וואדקע האט געשריבן:פרייליך ביטע שרייב איבער אין אידיש ווייל איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס דו האסט דא גיענטפערט,
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג נובעמבער 20, 2009 1:33 pm

פרייכל איך זעה נישט וואס איז שלעכט מיט גרעהמ'ס טענה,
זיין קשיא איז זייער פשוט.
בין לאדין האט די זעלבע רעכטען וואו KSM אדער נישט?

אויב נישט, ביטע זיי מסביר פארוואס,
אויב יא, זענען מיר אויף גרויסע צרות!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 11:11 am

פרייליכע נייעס פאר איסלאמישע פאנאטיקער אויפן אמעריקאנער באדן:

איר וועט האבן די געלעגענהייט זיך אנצוהערן מיט די פערזענליכע האס-דמיונות און פאניטישע אידילאגעיס און פונקטליכע סיבות פארוואס מ'ברויך אויסשיסן און רצח'נען אלע אמעריקאנער נישט גלויביגע פון איסלאם.

עס וועט פארקומען איבער די קומענדיגע וואכן, חדשים, יארן אין די קארידארן פון די ניו יארקער יוסטיץ סיסטעם און געריכט הייזער.
--

ווי די לעגאלע פארטיידיגער פון די עקסטערמע 9-11 טעראריסטן וואס וועלן פאר'משפט ווערן דא אין ניו יארק גיבן איבער, וועלן די טעראריסטן פליען נאט-גילטי בכדאי צו קענען גיבן זייערע האס רעדעס און זייערע קאמענטארן איבער אמעריקע און אויסגעבן זייערע טענות.

זיי וועלן אויסדריקלעך נישט לייקענען זייער ראלע אין טעראריזים, זיי וועלן בלויז מסביר זיין פארוואס זיי טוען דאס.
צוגעלייגטע
9112.jpg
9112.jpg (66.68 KiB) געזעהן 1155 מאל
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 11:14 am

מיין גאנצע פראבלעם אויב מוועט זיי דא משפטן איז, אז סוועט זיין א סכנה צו זיין אין ניו יארק יענעם טאג.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג נובעמבער 23, 2009 12:20 pm

אלף בית האט געשריבן:מיין גאנצע פראבלעם אויב מוועט זיי דא משפטן איז, אז סוועט זיין א סכנה צו זיין אין ניו יארק יענעם טאג.
מיינסט אוודאי צו זאגן 'יארן'.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » פרייטאג נובעמבער 27, 2009 9:17 am

לכה"פ 5 (סי. בי. עס., סי. ען. ען., פאקס, גאלאפ און רעסמאסאן) האבן ארויס געגעבן פאללס איבער דעם דעסיזישען, הצד השוה שבהן איז אז אמעריקא איז זייער שטארק קעגן דעם
איך זאג עשה!

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » פרייטאג ינואר 29, 2010 10:10 am

נאך דעם וואס די ראדאקאלער פלאן פון אהער ברענגן דעם ארכי טערארעסט אין איינס פון די וויכטיגסטע פלעצער אויף די וועלט איז געווארן וואס א טאג מער און מער אומפאפולער אפילו צווישן דעמאקראטן, האט נעכטן דאנערשטאג דער פרעזידענט צוזאם גערופןפ א מיטונג פון די דזשאסטעס דעפארטמענט און פארלאנגט זיי זאלן טרעפו א אנדערע פלאץ פאר א טרייעל פון דעם טעראריסט, דא אין ניו וארק.

די סיבה פארוואס די פריזידענט וויל דווקא דא אין ניו יארק איז דערווייל אומבאוואוסט, ווי עס איז אסאך פון זיין אגענדע.
איך זאג עשה!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג ינואר 29, 2010 10:28 am

קעש פאר קלאנקערס האט געשריבן:נאך דעם וואס די ראדאקאלער פלאן פון אהער ברענגן דעם ארכי טערארעסט אין איינס פון די וויכטיגסטע פלעצער אויף די וועלט איז געווארן וואס א טאג מער און מער אומפאפולער אפילו צווישן דעמאקראטן, האט נעכטן דאנערשטאג דער פרעזידענט צוזאם גערופןפ א מיטונג פון די דזשאסטעס דעפארטמענט און פארלאנגט זיי זאלן טרעפו א אנדערע פלאץ פאר א טרייעל פון דעם טעראריסט, דא אין ניו וארק.

די סיבה פארוואס די פריזידענט וויל דווקא דא אין ניו יארק איז דערווייל אומבאוואוסט, ווי עס איז אסאך פון זיין אגענדע.


דאס קומט נאך שטארקע פרעשור און פראפאגאנדע פון דער לאקאלער מעיאר בלומבערג וועלעכער האט אין די לעצטע עטליכע טעג אנגעפאנגען צו פארפירן קעגן דעם פלאן און האט זיך צוזאמגענומען מיט די מאנהעטן בארא פרעזידענט און סענעטאר דניאל סקוואדראן - וואס דער געריכט הויז איז אין זיין דיסטריקט - און נאך פאליטישע באאמטע וועלעכע האבן פארלאנגט א מיטונג מיטן אטורני דזשענעראל אונעם פרעזידענט דערוועגן.

אויך גאווערנער פעטערסאן פון ניו יארק האט זיך שטארק ארויסגעשטעלט קעגן דעם פלאן און געפאדערט אז עס זאל נישט פארקומען אין ניו יארק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » פרייטאג ינואר 29, 2010 10:39 am

און אפילו די סענטעראשקע דזשיליברענד איז אויך געווען דערקעגן.

פארווואס האט בלומבערג געדזשעינדזשט זיין מיינד?
איך זאג עשה!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג ינואר 29, 2010 11:08 am

קעש פאר קלאנקערס האט געשריבן:פארווואס האט בלומבערג געדזשעינדזשט זיין מיינד?


איך וואלט געזאגט אז ער זיכט נישט די קאפ וויי צוצישטעלן די סעקיורעטי וואס אזא געריכט פראצעדור ברענגט מיט זיך מיט. און בעיקר פאר די טייערע אויסגאבן וואס דאס וועט אפקאסטן פאר די לאקאלער סיטי.

ער האט געשאצט אויף גיזמאות פון מיליאנען דאללאן וואס די זיכערהייט וועט אפקאסטן און א נומער פון 2000 טשעק פוינט'ס ארום מאנהעטן. וואס פעלט אום עס אויס?

און איך טראכט יעצט. פאר מיר פריוואט וואלט דאס אויך אויסגעמאכט זייער אסאך. אין די יארן וואס דער געריכט וועט זיך ציען וועט דאונטאון מאנהעטן זיין אפגעשפארט אין יעדען ווינקל און עס וועט נאר פאראורזאכן שווערע טראפיק וואס איז שוין אזוי אויך שווער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], א מוח, איש האשכולות, הויעך, להודיע און 56 געסט