טשעינדזש: קאליד שעיך מוכמעד ימ"ש אין אונזער געגענט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

טשעינדזש: קאליד שעיך מוכמעד ימ"ש אין אונזער געגענט

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 11:13 am

אזויווי איר הערט מיט די פערזענחיכע עפראוועל פון אבאמא וועט דער מעסטער מיינד פון די ניין עלעווין אטעקעס קאליד שעיך מאכמוד ימח שמו געשטעלט ווערן פאר טרייעל ווי א געהעריגע צווילע בירגער. או ןאויב דאס איז נישט גענוג וועט עס זיין אויף נישט א צווייטע פלאץ נאר אין די פעדעראל קארט אינעם ניו יארקן דיסטריקט!!!!!!!!!!!.

כ'טריי צו טראכטן וואס אבאמא האט געקענט טראכטן ווען ער האט ארויס געגעבן די ערלויבעניש, די זאך וואס מאכט מיך די מערסטע סענס איז אז ער האט פשוט נישט קיין אהנונג ווער דער ימח שמו'ניק איז.
יודל נעם איבער די מייק
איך זאג עשה!

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 11:18 am

וואס איז די רעש וואס איז די טומל

פעיר מאנגערינג , פעיר ספינערס ,
כפארשטיי נישט האסט מורא אז ער העט אויפן וועג צום געריכט זאל מיט די מאקסימום סעקיוריטי
אריינקלאפן צו דיר פאר א בית כסא , ?
ביטע ערקלער די פראבלעם, אויסער אז אבאמא איז פאראנווארטליך אויף די דיסישן,
לעצט פאראכטן דורך פרייליכערהייט אום דינסטאג נובעמבער 17, 2009 9:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 11:33 am

די דיסישאן איז זייער א גוטע.

היכי דמי תשובה, באותו זמן ובאותו מקום ובאותו בושה.
דא וועט אים דער עולם פארשטיינערן אויפן וועג ארויף צום באשולדיגונגס באנק.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 11:44 am

פרייליך, פארשטייסט טאקע נישט אדער מאכסט זיך סתם משוגע. ווייל דזשאסט פאר די רעקארד, אפילו הייסע דעמאקראטן האבן זיך אויסגעדריגט אז זיי זענען "פאזעלד" מיט די דיסישען.
כ'האף דו פארשטייסט, אויב דו דארפסט טאקע הילף צו פארשטיין פארשעם זיך נישט ברבים, פרעג מיר ענדשער אין אישי
איך זאג עשה!

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 12:02 pm

קעש וואס זאל איך טון איך אז איך פארשטיי אויך נישט וואס די גרויסע קאכעניש איז, ווי קאנגרעסמאן פיטער קינג האט זיך היינט אויסגעדריקט "דאס וועט באצייכענט ווערן אלץ איינס פון די ערגסטע באשלוסן וואס סיי וועלכע פרעזידענט האט נאר אמאל געמאכט".

קאם אן, האלטס טאקע אזוי?

אפשר זאל איך אים פרעגן אין אישי מיך נישט צו פארשעמען.. :lol:

אבער באמת, איך קען פארשטיין פארוואס איינער זאל האלטן אז מען זאל טון אנדערש, אבער וואס איז די איבערדרייעניעש? טאקע אזא טונקעלע טאג ווי עס ווערט באצייכענט דורך טייל?
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 12:13 pm

טו מעיק איט שארט. (כ'האף יודל וועטו עס מסביר זיין באריכות)
זיי וואלטן בכלל נישט געדארפט האבן די ברירה ארויס צו קומען פון גוטאנאמא און צו האבן א טרייעל דא אין אונזער לאנד פונקט ווי א געהעריגע סיטעזען. פיריאד. (און אפשר נאך באקומען א לויער פון דיינע טעקסעס).
און אז יא, מוז עס זיין טאקע אין ניו יארק? וואס פאר די ניו יארקערס איז זיינע הימל-שרייענדע מעשים נאך א אפענע וואונד.
איך זאג עשה!

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 12:15 pm

אפשר זאל מען אים ארויסלאזן אויף בעיל אויך
אויב שוין ציוויל זאל זיין ציוויל אלל דע וועי
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 12:15 pm

ס'איז דא געוויסע פריווילעגיעס וואס לויט די קאנסטיטוציע באקומען זיי נאר אין די גרעניצן פון אמעריקא.

פארוואס פיטער קינג שרייט קען מען פשוט פארשטיין, ווייל ער וויל צוריקגעווינען די קאנגרעס אין 2010.

און אויב אבאמא האט עס געטוהן שטיל צו מאכן די ליבעראלן בעת ווען ער פלאנט צו שיקן נאך טרופן אויפן פראנט, האלט איך נישט פאר אזא שלעכטע שריט.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 12:17 pm

פאר די וואס פארשטייען נישט:

טויזענטער ניו יארקער האבן פארלוירן קרובים און נאנטע ביי די אטאקע, די וואונד איז ווייט פון פארהיילט, און דא קומט אבאמא און באשליסט אז פאר דעם ארכי רוצח קומט גאר ציווילע געריכט, און וואו, אין מיין בעקיארד, אזוי ווי איינעם וואס האט געדרייווד מיט סוספענדירטע לייסענס...

לדעת פילבארע נארמאלע מענטשן, ווייזט דאס אויף אומסעניטיווקייט צו די געליטענע פאמיליע און טראומטייזט ניו יארקער מצד דעם פרעזידענט.

נאר דעם פיטער קינג קאנ איך נישט פארשטיין: וואס ביסטו סורפרייזד, איז דען דעם פרעזידענטס רעאקציע צו דעם 'מאסן מארד' פארגאנגענע וואך, נישט ארגער?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 12:25 pm

שטארק זיך, גוט געזאגט! שכח פארן מסבירן אזוי גוט.
זייער גוטע פארגלייך צום לעצטע וואכיגן ריספאנד.
איך זאג עשה!

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 12:28 pm

פאקס ברענגט ארויף איינער וועמענס ברידער איז געווען די פיילאט פון די פליגער וואס האט אריין געקראכט אין די פענטעגאן, זי שטיקט זיך כמעט מיט טרערן וואס מען האט געטן דא, ווי סברענגט פון פרישע ארויף איר שווערע געפילן.

סי ען ען ברענגט א פרוי א ניו יארקער וועמענס מאן איז אומגעקומען אין די אטאקעס, זי זאגט אז זי איז זייער צופרידן פון די באשלוס, זי זאגט אז וועט איר און אנדערע געבן די געלעגענהייט מיטצוהאלטן די געריכט.

נו וואס איז די ענטפער? הא לן והא להו.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 12:32 pm

אוי שיעור פארגעסן, פאר אלע וואס זענען צושאקלעט, שרייבטס אינטער די פעטיציע פארן פרעזידענט צוריק צו דרייען זיין באשלוס.

http://www.thebravestonline.com
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 12:39 pm

קעש פאר קלאנקערס האט געשריבן:פרייליך, פארשטייסט טאקע נישט אדער מאכסט זיך סתם משוגע. ווייל דזשאסט פאר די רעקארד, אפילו הייסע דעמאקראטן האבן זיך אויסגעדריגט אז זיי זענען "פאזעלד" מיט די דיסישען.
כ'האף דו פארשטייסט, אויב דו דארפסט טאקע הילף צו פארשטיין פארשעם זיך נישט ברבים, פרעג מיר ענדשער אין אישי


אויף מיין בושה זארג איך מיך נישט , איך זעה אז איהר זארגסט דיך שוין פאר מיר ביי די וועג שכוח,

יעצט ווי איז דיין בושה נאכצופלאפלען בלינדערהייט די אגענדע געטריבענע טאלק שוי הויסטס , וואס זענען דא צו פארדייען א קאפ
אן עס קלאר פארשטיין און אן די מינדענסטע הסברה,
זאג נאר ווי משפט מען דזשאן גאטי ? אין גוואנטאנאמא בעי ? איי די וואונד פון די באטראפענע זענען נאך ברייט אפן .....
קול דברים אנכי שומע, ותמונה איני רואה ,
סתם ווייל די וואונד איז אפען ? נא טאקע דערפאר זאל ער דא פארמשפט ווערן לעיני העמים והשרים ,
זאלן טאקע די ניו יארקער וואס זענען קרובים אל החלל מיטהאלטן די שיינע ספעקטאקל ,
ווי איידער דארט אינעם ווייטן קיובא ,
און בארואיגן זייער רוישיגע שטורמישע נקמה געפילן ,
בנוגע א לויער אין קאנסטיטוציאנעלע רעכטן אולי אפשר האט איהר רעכט , אפשר נישט כגיי נישט יעצט אריין דערין ווייל כא נישט יעצט די צייט דערפאר, איך בין נאך אין מקוה נישט געוועהן
גוט שאבעס ,
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 12:46 pm

איך זעה דערווייל (ביזן הערן/ליינען די פאליטישע 'פאנדיטס') נישט איין דעם פראבלעם דערין.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 1:07 pm

הערענדיג די נייעס היינט אינדערפרי האט מיין בלוט זיך גענומען קאכען וואו א קעסעל,
איך הער נישט קיין טאלק שאו'ס איך ווייס נישט וואס זיי האבען געזאגט,
אבער מיט די פליישיגע אויגן און מיט א גראדע שכל פארשטיי איך נישט וואו אזוי א נארמאלע מענטש זאל נישט ברויזן.

די וועג וואו אזוי די נייע אדמינ קוקט אן די טערעריסטן איז א שרעק!
דא האלטן מיר קוים א וואך נאך די שיסעריי פון טעקסעס, וואס אויף דעם אליין קען מען שרייבן א בוך, וואס דא איז אלס נישט געשעהן,
די באוויזען זענען שטערקער וואו קלאר אז די מענטש איז געוועהן א טעראריסט,
(גיימיר יעצט אריין גיין און א דיבאטע וואס טעראריסט מיינט,
דאס אז ער האט געשוקט אימעילס איז נאך נישט גענוג,
דאס אז ער האט זעך געדרייט און די זעלבע קלויסטער וואו די אנדערע טעראריסטען מיינט אויך גארנישט,
דאס אז ער האט געשריגען אללא אקבאר וואס פערצופאל שרייען עס אנדערע אויך בשעת'ן אויספירען אטאקעס דאס איז אויך נישט קיין באווייז, וואס די ריכטיגע אפטייטש פון א טעראריסט ווייסן מיר פשוט'ע בירגער נישט, מ'וועט שטעלען א פענעל פון קאנגרעסלייט און זיי וועלען אפמאכען וואס דאס הייסט,
עכ"פ ער איז זיכער נישט געוועהן קיין טעראריסט...
און אזוי קען מען יעצט פייערן זיג אז געלויבט אונזער פרעזידענט איז נאך נישט געוועהן קיין טעראריסטישע אויף די אמעריקאנע באדען אפילו בוש איז שוין נישט און אמט....
ב"ה פאר דעם.......)

יעצט צו דעם אלעם קומט די היינטיגע נייעס און טוט נאר באשטעטיגען דאס וואס יעדע רעכדענקיגע מענטש זעהט לעצטענס, אז מיט די נייע פירערשאפט האט טעראר באקומען אן אנדערע אפטייטש,
און דער קאליד שעיך איז בארעכטיגט פונקט וואו יעדע בירגער זיך צו פארטיידיגען און א צעווילע געריכט.

די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף פון רעגעניש אויף די טיפוש'ס פונעם נייעם מהלך,
רבותי קוקטס איבער די בילדער פון ניין עלעווען, (דאכט זיך אז ס'איז דא דא אויף קרעטשמע אפאר גוטע לינקס און אן אנדערע אשכול)
זאל די בלוט נאכאמאל ארויפקומען און נאכדעם זאל מען אריין טראכטען אז די מענטש וואס גייט דא ג'משפט ווערען האט זיך מודה געוועהן און זיין די מייסטער קאפ פון די גאנצע זאך, (מע.. מ'קען נישט ניצען זיין הודאה, ווייל מ'האט עס ארויסגעצוואונגען פון אום דורך צוואנגס מיטלען, ווארטס נאר ווארטס, די{דעמעק}ראטען גייען זיך זיכער אויפוועקען)
אבער מ'דארף זיך אומגיין מוט אום מיט רעכט, ער וועט זיך פארטיידיגען און וועט מען אום געפינען שולדיג וועט מען אום.... "איינזעצען"""
טויט זיכער נישט (ליינט: ניצען מיין טעקס געלט אום צו קויפן עסען...)

עריק האלדער די חכם, האט היינט געזאגט ביי זיין פרעס קאנפרענס אז ס'איז זייער גוט אום צו פאר משפט'ן דא און נ.י. ווייל ס'איז אפאר גאסען אוועק פון די געוועזענע ווארלד טרעיד סענטער. פששש.... אזא חכמה...

עריק טייערע, געלעגער פון קרעטשמע איז מסכים אז מ'זאל פאר'משפט'ן און א סטעיט וואס האט די דעד פענעלטי און מ'זאל אום דערהארגענען!
איך בין גרייט נאכצוגעבען מיין געפיל פון אום פאר'משפט'ן אפאר גאסען אוועק פון וו.ט.ס.

אביסעל ארויס געגעבען מיין ווייטאג.

----
אפאר חברה האבען אריין געהאקט אבער איך שיק.

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » פרייטאג נובעמבער 13, 2009 1:25 pm

געלגער VERY WELL SAID!
בעיקר האסטו ארויסגברענגט א פוינט וואס דער עולם כאפט נישט
ער וועט זיך פארטיידיגען און וועט מען אום געפינען שולדיג וועט מען אום.... "איינזעצען"""
טויט זיכער נישט

נישט יעדער ווייסט אז נ'י סטעיט האט נישט די דעד פענעלטי!
די חוצפה אין געמיינהייט פון אהערברענגען זיין משפט אין א סטעיט ווי מ'קען אים נישט משפט'ן צום טויט איז האר אויפשטעלענד!
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מוצ"ש נובעמבער 14, 2009 5:00 pm

געלעגער האט געשריבן:עריק טייערע, געלעגער פון קרעטשמע איז מסכים אז מ'זאל פאר'משפט'ן און א סטעיט וואס האט די דעד פענעלטי און מ'זאל אום דערהארגענען!
איך בין גרייט נאכצוגעבען מיין געפיל פון אום פאר'משפט'ן אפאר גאסען אוועק פון וו.ט.ס.



ער ווערט פאר'משפט אין פעדעראלע געריכט, האלדער האט טאקע געזאגט אז מען גייט פארלאנגן טויט שטראף פאר דעם טעראריסט.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מוצ"ש נובעמבער 14, 2009 5:58 pm

געלעגער, ווער זאגט אז ניין אילעווען איז יא געוען טעראריזם,

אפאר אנגעווייטאגטע חברה פארען אריין אין בילדינגס, מאט שוין געהערט אזאנס.

די קריסטליכע פאנאטישע 'בוש אדמינעסטראציע' האט פאר זייער רייץ אויף מלחמה, אומזיסט באשולדיגט דח מוזלימס...
....................................
אט אזוי קוקען מיר נעבאך אויס.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מוצ"ש נובעמבער 14, 2009 6:30 pm

פרייליך טייערע דזרסט פאר די רעקארד כ'האב די נייעס געלייינט אויף די פעידזש דאט טיים דאט קאם, א לינק-גענויגטע וועב-זייטל וועלכער האט געטרייט צו פארגיטיגען דעם פאקט אבער מיך האט דאס גלייך ארויף געברענגט די בייז בלוט. פונקט ווי פאר יעדע רעכטדענקיגן מענטש, להוציא קיט אולבערמען און רעטשעל מעדאוי, פאר אזא ארכי-טעראריסט קומט זיך נישט קיין משפט און כל שכן וכל וחומר נישט אויף אמעריקרנע באדן, וואס לאמיר אפילו זאגן ער וועט יא באקומען טויט שטראף וועט דאס זיין די גרינגסטע מיתה וואס נאר מעגליך.
און טראכט אריין פאר בלויז איין רגע (מער ווי אבאמא) וויאזוי ס'גייט יעצט גיין, די לויערס גייען אנהייבן צו שטיפען פאר יעדע קליינע זאך ביז זיי וועלן ארויס קוועטשן עפעס א "וויקטערי" פאר זייער קלייענט, און שטעל זיך פאר וואסערע מידיא קאווערטש דאס וועט באקומען ווען ער גייט פון די אמעריקאנע קארט רום, מיט די שוץ פון אמעריקרנע פאליס - יא די וואס האבן אוועק געגעבן זייער לעבן ביי די ניין עלעווען אטאקעס - פארשפרייטן זיין האס איבערן וועלט און ווייזן פאר אלע אנדערע מוסלימענע ווי עס לוינט זיך חלילה צו אטאקירן אמעריקא.
זייזשע מיר מסביר טייערעע פרייליך, וואס זאל צוריק האלטן פון זיין ברודער, שכן און קאזען נישט צו טון ס'זעלבע ווי אים? חלילה

שטארי, זייער גוט געזאגט ;l;p-
איך זאג עשה!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש נובעמבער 14, 2009 8:27 pm

גייט דאס זיין א דזשורי פראצעס?

אויב יא, וואו טרעפט מען אין ניו יארק א דזשורי וואס האט אן אפענע מיינונג איבער 9/11?

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מוצ"ש נובעמבער 14, 2009 8:28 pm

שוין האסטו!!! דאס וועט זיין איינס פון די לויערס טענות...
איך זאג עשה!

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » מוצ"ש נובעמבער 14, 2009 8:39 pm

קודם פאר די אלע וואס ווייסען נישט ווילן מיר מודיע זיין אז אין ניו יארק סטעיט איז יא פארהאנען די דעד פענעלטי , די געזעץ איז אין קראפט נאר גראדע פיהרט מען עס נישט דורך געווענליך , אבער אז עריק האלדער פארשפרעכט עס צו פארלאנגן גלייב איך אז אויף אזא ארכי טעראריסט און געמיינע פארשוין מיט מיט בלוט פארשמירטע הענט וועט מען עס יא אויספירן,

קעש: קענסט ביטע מער אדער בעסער מסביר זיין די פראבלעם ?

הייסט עס אז דו פארשטייסט אז דארט אין גיטמאו וועט ער פארשטיינערט ווערן סתם דורך די ווילדע מאסן ?

און וואסס הייסט ער גייט באקומען די גרינגסטע טויט וואס איז שייך , וואס דען ווילסטו אז מען זאל שניידן זיין פלייש צוביסלעך ?

איז דען דא עפעס וואס קען אפשטעלן זיינע פריינד און קאזינס ? זיי זענען דאך עניוועי גרייט אויף דזשיהאד...

האלט איהר טאקע אז מען וועט איהם פריילאזן ? און איהם אהיימשיקן צו לאדינען צו פלאנירן נאך ?

ביטע זיי מסביר אן קיין קאכעניש , שארט ענד טו די פוינט . שכוח
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מוצ"ש נובעמבער 14, 2009 8:48 pm

קרעמער האט געשריבן:גייט דאס זיין א דזשורי פראצעס?

אויב יא, וואו טרעפט מען אין ניו יארק א דזשורי וואס האט אן אפענע מיינונג איבער 9/11?

וואס הייסט וואו?
די אלע "9/11 אינסייד דזשאב קאנספיראציע" חברה...

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מוצ"ש נובעמבער 14, 2009 9:40 pm

פרייליך, אויב דו פארשטייסט נישט די פאלדגענדע פוינטס וואס כ'האב שוין פריער ארויס געברענגט און לכבודך וועל איך עס יעצט איבער גיין, קען איך דיך נישט העלפן.
וואס איז שלעכט?
1. ער וועט האבן די זעלבע רעכט ווי יעדע אמעריקאנע בירגער (אריינגערעכענט א לויער - מעגליך מיט דיינע טעקס דאלערס)
2. די לויערס גייען אנהויבן צו שטיפן די פראסעס און זיך משוגע מאכן אויף אזאלכע זאכן ווי מ'האט אים נישט פאראויס געזאגט זיינע רייטס און מ'האט אים געפייניגט און אזוי ווייטער
3. ער גייט ניצען די מידיא דעקונג ווי א פלאטפורמע צו פארשפרייטן דזשיהאד (אין קעיס "קאונטדאון" איז נישט גענוג)
4. די לויערס גייען פארלאנגען אז פארשידענע סי איי עי סיקרעטס מוזן ארויס קומען כדי אויף צו ווייזען זיין "אומשולד"

דו גלייבסט עריק האלדער? פיין, איך נישט!! ער איז א לינקער שבלינקער אויף יעדע זאך. אנגעהויבן פון אינהענסט אינטעריגעישאן ביזן אויספארשן די בוש אדמיניסטראציע (אגב, ס'דא וואס האלטן אז דאס פראסעקיוטון דעם קאלידי ימ"ש איז א אומוועג צו קענען פראסעקיוטון די בוש אדמינ.)
אויב כ'וויל מ'זאל שניידן זיין פלייש צוביסלעך? יא! הלוואי! און אויב נישט מינימום טויט דורך הענגן טאקע אויף גראנד זיראו. נישט באקומען די גרינגסטע טויט וואס ס'נאר דא.

כ'האב נישט געמיינט צו זאגן זיינע ברודער נאר נאך פאנאטישע מוסלומענער וועלכע קוקען צו מיט א שמייכל ווי מ'באהאנדעלט אים מיט זיידענע הענטשוך
איך זאג עשה!

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » זונטאג נובעמבער 15, 2009 2:54 am

פרייליך עס וואלט אפשר כדי געווען אז דו זאלסט איבערקוקען דיין רעקארדס ווייל אויף וויפעל איך ווייס איז אין נוי יארק סטעיט די טויט שטראף נישט לעגאל זינט די סופרום קארט האט געאורטיילט אין יארע 2004 אז עס איז נישט קאנסטעטוצינעל,
איך האב אבער יא פארזעהן די פאקט אז עס איז א פעדערעל קעיס אין עס האט נישט מיט נ.י וכיון שבא לכלל כעס בא לכלל טעות,
אבער די העזה פון אזא באשלוס רעגט מיך זייער אזוי אויך אין אזוי ווי קעש (אדער קלאנקערס) האט שוין מסביר געווען
וואדקע דארף נישט קיין הכשר


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: beng, El Rushbo, Google [Bot], maybeeynot, rogers, בלעקבארד, יאנקעל פעדראטשיק, פאלקאוויטש123, פערדס מיניסטער, צפנת פענח און 65 געסט