סופרים קאורט DNA פסק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

סופרים קאורט DNA פסק

תגובהדורך משמש » דאנארשטאג יוני 18, 2009 1:06 pm

דאס העכסטע געריכט אין לאנד האט היינט געאורטיילט אז שולדיג-געפונענע-קרימינאלן האבן נישט א קאנסטיטוציעלע רעכט צו פארלאנגן ד.נ.א. טעסטן צו איבערווייזן זייער אומשולד.
וואו באקאנט איז אין לעצטע יארן שטארק אויפגעכאפט געווארן דאס באנוץ פון דנא טעסטס, עס איז א וואונדערבארע מיטל פאר פאליציי, און אלע ערליי לאו ענפארסמענט אגענטורן, איבערווייזן אדער ריינוואשן פארברעכער, פילע קרימינאלן זענען שוין געכאפט געווארן אדאנק איר, און פילע אומשולדיגע זענען ריינגעוואשן געווארן, אדער וואו מרופט עס 'פאונד נאט גילטי'.
לעצטענס האבן ארעסטאנטן, וועלכע זענען שוין פונלאנג געפונען געווארן שולדיג-נישט האבנדיג דאן די דנא טעכניק-און שמאכטן שוין יארן אין טורמע אויפגעהויבן א שטימע אין פארלאנגט אז אזוי וואו עס איז נתחדש געווארן די דנא המצאה, זאלן מען יעצט מאכן די טעסט, ונראה מה יהיה, ס'קען זיין דאס וועט איבערווייזן זייער אומשולד, [זיי האבן ג'טענה'ט אזוי מיט א וודאית] און זיי האבן פארפירט אז דאס איז פון זייערע קאנסטיטוציעלע רעכטן.

אויבן אויף א שטארקע טענה, און וואו געזאגט איז עס ארויסגעווארפן געווארן, 5-4.

אפגעזעהן וואס די קאנסטוטושן זאגט, זאג איך, כ'פארשטיי נישט, דא שטייט איינער און זאגט 'איך בין אומשולדיג', די האסט א וועג עס מברר צו זיין, טא, פארוואס זאלסט עס נישט טוען?

די ריכטער אנערקענען די וויכטיגקייט און קראנטשאפט פון דנא, נאר זיי זאגן אז עס קען נישט זיין אז אלע שולדיג אורטיילן פון די לעצטע צענדליגער יארן זענען מיטאמאל אין צווייפל ווייל עס עסזיסטירט דנא.

אבער חז"ל זאגן 'כל היכא דאיכא לברר מבררינן'.

דאס איז מיין מיינונג, און וואס זאגט איר?
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג יוני 18, 2009 1:29 pm

אויבן-אויף בין איך מיט אייער מיינונג. אויב קען איך געוויאר ווערן א מציאות, טא, פארוואס דען נישט?

אבער איך גלייב אז די איבעריגע 5 ריכטער האבן אויך א טענה. זאל איינער פון זיי קומען זאגן זייער צד...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11805
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג יוני 18, 2009 2:59 pm

טראכט א מינוט אבער פין די אנדערע זייט, אויב האט מען איינעם געפינען שילדוג אין היינט אז מ'וועט האבען א פראבלעם מיט זיין דנא, מוועט נישט קענען מכריע זיין צי יא צי ניין, מיינט עס אז ער איז שילדוג מספק?
ס'מיינט אז די גאנצע קאורט סיסטעם וואס מ'האט אמאל געניצט ווען ס,איז נאך נישט געוועהן א דנא אלעס איז אינטער א שאטען?
אין איך רעד שוין מישט פין וויפיל געלט דאס קען אריין שלעפען.

איך פארשטיי דיין פוינט אבער די דארפסט פארשטיין זייערס אויכעט

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג יוני 18, 2009 5:45 pm

געלעגער, וואט איז דע פוינט? אז יענער זאל שמאכטן א גאנץ לעבן אין תפיסה פאר א ספק?

אידען נישטא גענוג מענשטן אין די תפיסות וואס זיצן ווייל מ'האט פשוט נישט געהאט קיין אנדערן וועם צו ארעסטירן? ס'מאכסטעך נאריש? געלט זאל צוריק האלטן פון באקומען אן אמת'ע בילד איבער א רוצח? און טאמער דער רוצח דרייטצעך נאך ארום אויף דעם עולם, ברויכער נישט באקומען זיין שטראף? און אפשר גאר היינט מארגן וועטער נאך לויפן פאר פרעזידענט?

לייג דיך אריין אין יענעם'ס הויזן, און מאך די דעסיזשן.

און יעצט לאמער הערן פון די פינף ריכטער, וואס זייער מיינונג איז, ס'וועטעצך מסתמא באלד איינער יאווענען און ארויף לייגן זייער מיינונג אויף ענגליש, בעטעך שוין פון פאראויס, אז אויב מעגליך זאלעס אדער ער אדער אן אנדערער איבערטיישטן.

יישר כח.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11805
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג יוני 18, 2009 6:51 pm

איך הער ביסט גערעכט אין וועגען דעם האב איך געשריבען אז איך פארשטיי זיין פוינט, אבער אזוי ווי די שרייבסט אז ס'קען ארויסנעמען איינער וואס זיצט שוין יארען, פינקט אזוי קען עס ארויס שטעלען איינעם וואס איז א רוצח נאר די דנא איז געוועהן עפעס נישט קלאר, איך בין נישט זיכער באט לויט ווי איך פארשטיי זענען זיי נישט גרייט אנציפאנגען א נייע עפאכע פין דנא אויף אלטע קעיסעס,

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג יוני 19, 2009 12:58 am

נאו, דאס האבעך נישט געזאגט, אז אויב די די ען עי איז נישט קלאר זאל מען אנדערש פסק'ענען, מ'זאלעס נאר ניצן דארט ווי ס'איז א וודאי.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » פרייטאג יוני 19, 2009 3:10 am

דער עולם כאפט נישט די פסק? אדער האב איך נישט גוט פארשטאנען?

לויט וואו איך האב געהערט האט די קארט נאר געפסק'ט אז עס איז נישט קיין קאנסטוטאציע רעכט, נאר עס ווענדט זיך אין יעדע לאנד (ליין שטאט מיט א פתח) לויט זיינע געזעצן, יעצט איז מיין שאלה וואס איז דער שמיעס דא? צו עס איז אין די קאנסטאטוציע צו נישט? אדער איז די שמיעס דא ביינונז צו עס איז גערעכט אז יעדע לאנד זאל אליין באשליסען די געזעצען איבערן נושא, אדער איז גאר אינזער שמיעס דא וואס די לענדער זאלען באשליסן?

איך ווארט נישט אויף אן ענטפער, איך וועל מיך שוין טענן אין ספארטס פארום.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יוני 19, 2009 9:04 am

cano האט געשריבן:איך ווארט נישט אויף אן ענטפער, איך וועל מיך שוין טענן אין ספארטס פארום.

אין ספארטס פארום, וואו איז דאס?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג יוני 19, 2009 1:52 pm

פארשלאפן, ס'איז א קראוס די סטריט.

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » פרייטאג יוני 19, 2009 2:59 pm

דאס איז פון איינע פון די אוסרים

The "challenges DNA technology poses to our criminal justice systems and our traditional notions of finality" are better left to elected officials than federal judges, Roberts wrote for the majority in a 5 to 4 decision.

דאס איז פון איינע פון די מתירי העיר...DNA

On the record before us, there is no reason to deny access to the evidence and there are many reasons to provide it, not least of which is a fundamental concern in ensuring that justice has been done
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: געשמאקער, עולם האמת און 76 געסט