ביבי נתניהו'ס רעדע, מיין טעאריע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

ביבי נתניהו'ס רעדע, מיין טעאריע

תגובהדורך גרויזאמער » זונטאג יוני 14, 2009 10:49 pm

די אנטוויקלונגען אינעם נושא פון מדינת ישראל וואס שפילט זיך אצינד אפ איז היסטאריש פון יעדן פרעספעקטיוו.

ביבי'ס דרשה היינט, און אבאמאס צושטימונג דערצו מאכט מענטשן זיך ציפן צו מען איז אויף צו מען שלאפט.

איך קום דעריבער אויף מיט א פרישן טעאריע, אז אבאמא האט לכתחלה געוואוסט אז ביבי גייט נישט צופיל נאכגעבן, און ביביס דרשה איז שוין געווען רעדי אין "אבאמאס" קאפ נאך איידער זיין רעדע אין עגיפטן.

זיין אפטימיסטישע רעדע אין עגיפטן איז בלויז געווען ווייעך צו מאכן די פאלעסטינער אייזן, זיי צו אנגרייטן אז זיי האבן יעצט א געלעגנהייט פאר א פרישע מדינה, אבער זיי מוזן זיין וואויל.

יעצט אז מדינת ישראל איז אויך מסכים דערצו, ביבי האט געזאגט די ווארט "א פאלעסטינער מדינה", איז די זאך געשלאסן מצידו פון אבאמא, ווי צו זאגן פאר די פאלעסטינער: קוקט'ס, זיי זענען וואויל, יעצט ווארט מען נאר אויף ענק.

דאס אז די פאלעסטינער וועלן נישט האבן קיין מיליטער, און דאס אז ירושלים ווערט נישט צוטיילט, איז ניסלעך אין אבאמאס אויגן, און לויט זיין סטראטעגיע דארפן די פאלעסטינער אויך אזוי האלטן נאכ'ן זיי ארויפהייבן מיט'ן גרעסטן רעספעקט, און זיי ווארענען אז זייער כבוד פארלאנגט זיי זאלן דא האנדלן אויפריכטיג.

בקיצור, סיי נאך אבאמא'ס רעדע, און סיי נאך ביבי'ס רעדע האט זיך קיין פאליסי נישט גערירט פון פלאץ, די איינציגסטע זאך וואס איז געשען איז אז מען האט גערעדט צו די פאלעסטינער זייער שפראך, סיי אבאמא און סיי ביבי. זיי האבן גערעדט נייס, און אויסגערעכנט. און ווען די פאלעסטינער גייען זאגן לא מיט אן אל"ף גייט יעדער זעהן אז "זיי" זענען די אפהאלט פון שלום. א זאך וואס אבאמא האט זיי געווארנט זיי זאלן נישט טון.

ווען דאס ווייסע הויז וואלט נישט רעאגירט מיט אזא סאטיספאקציע נאך ביבי'ס רעדע וואלט איך געזאגט אז אבאמא חלומט פון זאכן וואס גייען קיינמאל נישט געשען. אבער יעצט זעה איך אז ער איז נישט אזוי אומרעאליסטיש.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג יוני 15, 2009 8:46 am

גרויזאמער; דו האלטסט אז דו פארשטייסט צו אבאמא'ס געדאנקן-גאנג? שעמסט דיך עס אפי' נישט צו זאגן הויעך?....

ס'וועט געדויערן יארן אפצוווישן אבאמא'ס שמוץ וואס ער וועט אינטער זיך איבערלאזן.

מיין מיינונג איז, אז ער צילט אז איעדע גראדע זאך אין אמעריקא ובכל קצבי תבל, זאל ווערן צוריקט און צושמירט.. און ער איז אין דעם מצליח :cry:

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יוני 15, 2009 10:05 am

גרויזאמער, א שטארקע נקודה. אבער איך גלייב נישט אז זיין ציל איז דאס געווען, נאר בלית ברירה, זעענדיג ווי אויסגעשפראכן מדינת ישראל איז געווארן קעגן אום, און נאכן קריגן היץ פון זיינע ארומיגע דערוועגן האט ער געמיזט אקצעפטירן דאס און ווייזן אז ער האט דאס טאקע געוואלט (און אפשר אזוי וועט ער האבן א מעגליכקייט צו ארבייטן מיט מדינת ישראל צו טוישן עטליכע איינצעלהייטן, נאכן זיי אזוי ווארעם באגריסן)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » מאנטאג יוני 15, 2009 11:10 am

ווילאנג כ'הער נישט על-ראשבאו קאמענטיר איך נישט...

כ'בין זייער סקעפטיש, אבער איך קען זעהן אלע אבאמא פענס גאוינג קרעיזי.

אבער איך וויל באמת פארשטיין, למעשה, אז ביבי האט געגעבן אזא רעדע, סאמטינג טשעינדזשד דעיר? צו ס'איז עפעס בעהיינד דע סיענס, צו א שוי שפיל ווי אויבן דערמאנט??? למעשה האבן די איזראעיליס געקלאגט אז זיי האבן - נישט ווי ביז היינט - נישט געהאט קיין מושג בעפאר אבאמא'ס איסלאמישע רעדע איבער וואס ער גייט דרש'ען און ס'איז הכי מסתברא ווי מיר קענען זעהן פון די שונא ישראל סטעיטמענטס וואס האט זיך געקאכט אין די ישראלישע פרעסע און איך גלייב איך שווער אז די דארטיגע רעגירונג איז קעפעבל צו אנדרייען אזא קאווער אפ. יעצט העלמיר זאגן אז ער משא"כ האט שוין געהאט ביבי'ס נאך בעפאר ער האט אליין גערעדט??? אדער איז עס א חלק פון די קאנספיריראציע???

באט נעווער מיינד, איי וואנט הים טו פעיל!!!
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג יוני 15, 2009 11:50 am

גרויזאמער א טעאריע אידאך א טעאריע, און אויב עס איז טאקע אזוי, דארף מען זאגן ונזכה ונחיה......

אבער דאס איז זיכער אז אויב מען קוקט אלעס אן גלייך, האט ביבי פיין געשטעלט אין פלאץ יעדעם איינעם, אנגעהויבן ביי אמעריקא, און גענדיגט ביי די פאלעסטינער.

ביז יעצט איז אבאמא געווען אויף אפענסיווע ווי מ'רופט עס אן, לייגענדיג דרוק אויף ביבי אז ער מוז נאכגעבן, און ער האט זיך געשפירט צוקוועטשט פון אבאמא'ס דרוק, און פון די אנדערע זייט זיינע אייגענע שטעלונגן, און איבערהויפט די פראבלעמען מיט זיין קאליצע.

יעצט האט ער עס איבער געדרייט פונקט קאפויער, איך בין די פיינער, איך בין גרייט נאכצוגעבן, און געשטעלט אבאמא אין די צוקוועטשטע פאזיציע, לאמיר זעהן וואס דו קענסט יעצט נאכדעם וואס איך בין שוין וואויל.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג יוני 15, 2009 11:55 am

קאמענט. יא, אבאמא האט שוין געהאט ביבי'ס דרשה טראנסאלירט אין ענגליש אפאר טאג בעפאר, עכ"פ לויט די מידיא.

דאס אליינס איז מבהיל על הרעיון אז מדינת ישראל האט נישט געהאט קיין אהנונג בעפאר אבאמא'ס רעדע גארנישט, און ביבי האט יא געגעבן פאר אבאמא זיין "גאנצע" דרשה. און אבאמא האט געוואוסט פארדעם די גאנצע זאך, און שוין געהאט גרייט זיין ענטפער אז ער איז צופרידן פון מדינת ישראל'ס נאכגעבן.

אייגענטליך, רעדט מען נישט די לעצטע 60 יאר פון א פאלעסטינער לאנד? זענען מענטשן משוגע? האבן די פאלעסטינער פארגאסן גאלאנען אידיש בלוט פאר א לאנד אונטער מדינת ישראל'ס אויפזוכט?

דאס אלעס איז א פעסטע באזע צו מיין נקודה.

מען דארף מתפלל זיין אז די פאלעסטינער פון זייער פארגאפטקייט פון דער רואיגער און פריינדליכער אבאמא זאלן זיי נישט כאפן אז זיי באקומען נישט דא עפעס אנדערש ווי וואס א קליין קינד דארף: א שמייכל.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג יוני 15, 2009 12:00 pm

גרויזאמער אין ענגליש זאגט מען האסט א שפיטץ

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מאנטאג יוני 15, 2009 12:08 pm

זייער אן אינטערסאנטע טעאריע, און עס געבט אונז חיזוק אז אפשר איז די מצב נישט אזוי שווארץ.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Clm, Kosher Travel, אזוי וויל איך, ווייסע זאקן, שאהן הענניטי און 53 געסט