בלאט 1 פון 1

GM באנקראט

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 8:44 am
דורך פאטאקי08
דזשי עם האט היינט געפיילט בענקראפסי
נאכפאלגענדיג קרייסלער

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 9:55 am
דורך סתם_אזוי
די רעגינרונג וועט איבערנעמען בערך 75% פון GM. די איבריגע גייט צו די יוניאנס. די סטאק האלדערס באקומען נאר בערך 10%. (איז דאס א סימן אויף מארקסיסם?)

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 10:03 am
דורך שוועמל
(וואס מיינט מארקסיזם?)

אגב, דאס מיינט אז איך 'קען מיך האלטן' מיט מיין GM קאר... ?

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 10:22 am
דורך פאטאקי08
א גוטע 100.000 גייען פארלירן זייער דזשאב

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 10:22 am
דורך צייטליך
שוועמל האט געשריבן:(וואס מיינט מארקסיזם?)

אגב, דאס מיינט אז איך 'קען מיך האלטן' מיט מיין GM קאר... ?


שוועמעל, רוב זיכער ביסטו א געווינער, די קענסט רואיג בלייבן מיט דיין קאר....

נאר יעצט טראכט איך, אויב דאן קאר איז פון די 75 פראצענט וואס די רעגירונג נעמט איבער לוינט זיך נישט אנצוהייבן מיט זיי, אבער מיט די יוניאן איז נישט קיין פראבלעם, גאו אהעד!

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 10:26 am
דורך וויכטיג מאכער
וואס איז 20,000 דזשאבס?... יעדן חודש גייען שלאפן 500,000 דזשאב'ס...

גראדע פריי איך מיך זייער אז דזשי עם גייט באנקראט, אבער איך כאפ נאכנישט, ווער טיילט דא מויצעס?.. 75 פראצענט די רעגירונג?.. ווער גיבט דאס?.. שוין העמער מוזן ליינען אביסל..

פאטאקי, טענקס פאר די נייעס...

און יא.. שוועמל, דו קענסט ווייטער האלטן דיין קאר, אבער באצאלן ווייטער, ווי א טאטעלע...

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 10:50 am
דורך צייטליך
GM
ג'אווערמענט מ'אטארס.

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 10:57 am
דורך farshlufen
צייטלאך...

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 11:21 am
דורך 3x0
צייטליך, ;l;p-

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 11:28 am
דורך קרעמער
אריין אין די נייע סאב-פארום פאר קארס... (אוי, ס'נאכנישט דא... מאכט נישט... באלד איז שוין סייווי נישטא קיין קארס עניוועי).

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 11:58 am
דורך אונגארישער
צייטליך א אמת ווארט

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 12:04 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך זעה נישט פארוואס ס'זאל אפעקטירן וואל סט., די קאמפאני איז שוין נישט פראפעטעבל, פאר א שיינע פאר יאר, אלעס צוליב די גרויסע יוניאן קאנטראקט'ס, זייערע שעירס, זענען שוין נידעריגער ווי ס'קאסט א שעיר ביים מקוה יוד, (קרעדיט: מאשקע..) פאר א שיינע שטיק צייט.. דאס אז זיי האבן שוין ענדליך געפיילט בענקראפסי, און מיט דעם פטור געווארן פון די טייערע יוניאן קאנטראקט'ס, איז אין מיינע אויגן גוטע נייעס פאר וואל סט., ס'טייטש, GM, גייט בקרוב זיין א פראפיטבארע קאמפעני.. דאס איז פיינע נייעס...

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 12:06 pm
דורך וויכטיג מאכער
farshlufen האט געשריבן:צייטלאך...


יא יא.. איך וואלט געזאגט צייט-וויין..

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 12:08 pm
דורך סתם_אזוי
וויכי. סנישט אינגאנצן אזויווי דו זאגסט. ווען זיי זאלן ווען פיילן בענקראפסי געהעריג אזויווי עני אנדערע קאמפאני טוט, דאן ביסטו גערעכט. דא האט זיך אבער די פעדעראלע רעגירונג אריינגעמישט די נאז, און מען קען קיינמאל נישט וויסן וואס עס וועט זיי אלץ בייפאלן.

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 12:57 pm
דורך פאטאקי08
גראדע איז דא א פאול (סקר בלע"ז) אויף סי ען ען מיט די פאלגענדע ארגומענטן

וועט די רעגירונג צוריק זען די געלט וואס זי גיסט אריין אין דזשי עם?

1 גארנישט!
2 עפעס
3 די גאנצע
4 די גאנצע פלאס פראפיט

און רוב עולם רובא דרובא האבן געצויגן די ערשטע קנעפל...

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 2:17 pm
דורך ריח_ניחוח
Tzeitlich! good vort...

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 2:45 pm
דורך צייטליך
דראדזש ריפארט גנב'ט פון צייטליך? אדער מעגליך פארקערט?...

געשריבן: דינסטאג יוני 02, 2009 12:53 am
דורך וויכטיג מאכער
צייטליך, זאג מיר נישט אז ס'געווען אייגענס.. אלע קאנסערוועטיווע האבן דאס שוין געהאט פון צופרי..

אזוי זיצענדיג ביי א גרויסען אקאונטענט אין אפיס.. האמער ארומגערעדט איבער די GM פרשה, זאגטער אזוי: דער אבאמא אידעך אזא רשע.. ער האט געוויסט, און יעדער האט געוויסט די לעצטע שטיק צייט, אז א GM באנקראט, איז א אומפארמיידבארע זאך... האט ער אפגעמאכט, אויב שוין באנקראט, זאל זיין וויזוי ער וויל באנקראט, ער האט אריינגעווארפן נאך אפאר טאלער צו GM כדי דער עולם זאל נישט כאפן וואס ער טוט, און אריינגעריקט צום העכסטן אמט, זיינס א מענטש.. און יעצט ווען מ'האט שוין ענדליך געפיילט בענקראפסי, וואס וואלט ווארשיינדליך געדארפט זיין א ישועה, האטער זיכער געמאכט, דורך זיין שליח, אז די רעגירונג, מיט די יוניאן'ס, באקומען זייער חלק, (כ'הער זאגן?! זייער?.. גנבים!!!...)

'אנשטאטס די סעקיורד שעיר-האלדער'ס זאלן באקומען וואס ס'קומצעך זיי, האט מען געגעבן די געלט פאר די אן-סעקיורד יוניאן ארבייטער' שעים אן יו מר. אבאמא.. האטער אויסגעפיהרט מיט פאטאס.. (כ'וויל נישט שרייבן כעס.. שרייבעך פאטאס...)

אין אנדערע ווערטער, אנשטאטס, יעדע מענטש, זאל זיין בעל בית אויף זיין געלט, און קענען אינוועסטירן, און מאכן פראפיט אויף א פרייע מארקעט, האט אבאמא יעצט געוויזן, אז ער, מיט א סטראוק פון זיין פען, קען פון דיר אוועקנעמען, דיין שווער אפגעהארעוועטע, אינוועסטירטע, גאראנטירטע געלטער... פוי!!!

איך וועל איבערלאזן פאר ר' יודל, מיט זיין רייכע פענע, ער וועט ווארשיינדליך געבן א לענגערע, קלארערע אפהאלנדלונג אין דעם ענין..

געשריבן: דינסטאג יוני 02, 2009 6:08 am
דורך יודל מענדלזאהן
וויכי טייערער, מיין פענע זאגט שקויעך פאר'ן קאמפלימענט...
אבער איך האב שוין געדעקט די נושא אין די לענג און די ברייט. מיינע ארטיקלען פיגורירן דא און דא. יא, די ארטיקלען זענען היינט פונקט אזוי אקטועל ווי ווען איך האב זיי געשריבן. ווי זאגט מען אין ענגליש:
I hate to say I told you so, but "I told you so!"... :wink:

נאט אייך עטליכע אויסצוגן:

..אבער די געפלאנטע דעמאקראטיש-אנגעפירטע $15 ביליאן בעילאאוט וועט נישט ברענגען די אויבענדערמאנטע געוואונטשענע רעזולטאטן. עס טוישט פשוט אויף די נאטירליכע מארקעט געבוי וועלכע געניסט פון באנקראט געזעצן, און נעמט די רעגירונג אלס אפוטרופוס. עס עפענט אויך די טויערן פאר א ענדלאזע שטראם פון רעגירונג סובסידיעס פאר דורכגעפאלענע אויטא פראדוצירער וועלכע האבן נאכאנאנד דערלייגט מארקעט שעירס זינט די פריע 70'גער יארן.

אט אזוי זעהט אונז אויס די צוקונפט פון די 'גרויסע דעטרויט דריי' אויטא פירמעס, לויט די פלענער וואס קאנגרעס האט ביז אהער געמאלדן. א בילד פון ריכטיגע נאציאנאליזאציע, כאטש אויף אביסל א שענערן אופן ווי די ווענעזועלא סיסטעם פון נאציאנאליזירן פריוואטע פירמעס.
--
.. ווייל א בעילאאוט וועט נאר אפשטופן דעם אומפארמיידליכן באנקראט, און עס וועט אין ענדע קאסטן טייערער. די אלגעמיינע נוסח אין וואשינגטאן איז, מיר קענען "נישט ערלויבן" די אויטא קאמפאניס זאלן באנקראטירן. אבער דאס איז הוילע נארישקייטן. דער אמת איז, מיר קענען עס נישט פארמיידן.
--
דזשענעראל מאטארס (GM) אליין האט פארברענט $5 ביליאן א מאנאט אין די לעצטע קווארטל, און וועט אינגאנצען אויסנוצן זייערע רעזערוון אין די קומענדיגע מאנאט. די אנדערע צוויי וועלן ווייזט אויס אויך נישט מאריך ימים זיין לאנג דערויף. דאס מיינט, נאך $25 ביליאן, וועט זיי בלויז העלפען אנציען פאר מאקסימום נאך 5 מאנאט'ן, נישט אזוי?
--

א שאד אז אבאמא לעזט נישט די ארטיקלען אויף אונזער אידישע וועלטל. אנדערש פון זיין פארגייער בוש וועלכע פלעג זיך אמאל אריינכאפן אין שוהל צום לייענען, מיטצוהאלטן אביסל אונזערע פאליטישע אנאליזן פון דער נאענט...
(עכ"פ אזוי האט דער בדחן אליין דערציילט...)

געשריבן: דינסטאג יוני 02, 2009 9:15 am
דורך סתם_אזוי
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:דזשענעראל מאטארס (GM) אליין האט פארברענט $5 ביליאן א מאנאט אין די לעצטע קווארטל, און וועט אינגאנצען אויסנוצן זייערע רעזערוון אין די קומענדיגע מאנאט. די אנדערע צוויי וועלן ווייזט אויס אויך נישט מאריך ימים זיין לאנג דערויף

איז דאס אמת? לויט וואו איך הער האט זיך פארד זייער שיין ארויסגעדרייט.

געשריבן: דינסטאג יוני 02, 2009 9:21 am
דורך שוועמל
חכם עדיף מנביא

געשריבן: דינסטאג יוני 02, 2009 10:58 am
דורך וויכטיג מאכער
ערעב יודל, סאם האו געדענקעך נישט די דאזיגע ווערטער... אבער יא! שוועמל האטעס גוט ארויסגעברענגט, חכם עדיף..

עניוועי, אויב וואלט איר געקענט געבן א שיעור, ארויסברענגען וואס ס'איז די חוצפה פון געבן פאר אנסעקיורד לענדערס, (יוניאן,) פאר די סעקיורד (באנד/שעיר האלדערס..) און דאס קלארשטעלן פארן עולם, וואלט דער עולם בעסער פארשטאנען, ווי ווייט די חוצפה דערגרייכט...

עניוועי, טעקנס ר' יודל..

געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2009 8:56 am
דורך יודל מענדלזאהן
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ערעב יודל, סאם האו געדענקעך נישט די דאזיגע ווערטער...

איך האב דאך דערפאר אריינגעשטעלט די לינקס צו די אויבענדערמאנטע ארטיקלען. ליינט, עס איז א סגולה אויפצופרישן דעם זכרון...

וויכטיג מאכער האט געשריבן: אויב וואלט איר געקענט געבן א שיעור, ארויסברענגען וואס ס'איז די חוצפה פון געבן פאר אנסעקיורד לענדערס, (יוניאן,) פאר די סעקיורד (באנד/שעיר האלדערס..) און דאס קלארשטעלן פארן עולם, וואלט דער עולם בעסער פארשטאנען, ווי ווייט די חוצפה דערגרייכט


איך גלויב אז דער אלגעמיינער אינטעליגענטער אידישע וועלט לייענער האט עס גאנץ גוט ארויס. עס פאדערט נישט קיין לאנגער שיעור דאס צו ערקלערן.
יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז דער בעל הבית אין א פירמע האט א שטערקערע ווארט פונעם פראסטן ארבעטער. נאך אלעמען, געהער די פירמע צום בעל הבית וועלכער האט עס געבויעט, צו דירעקט, אדער דורך זיינע געלט אינוועסטירונגען. א שעיר-האלדער איז א טיילווייזער באלעבאס.
משא"כ די יוניאן, איז נישט מער פון עטליכע ארבעטער וועלכע האבן זיך ארגאניזירט. אין דעם פאל רעדט מען פון עטליכע טויזנט ארבעטער, אבער פאקטיש ארבעטער, נישט בעלי בתים.

אצינד שטעל אפ א מענטש אין גאס, און פרעג אים: "וועלכע רעגירונג האט צוגענומען א פירמע פונעם בעל הבית, ארויסגעווארפן דעם הויפט באלעבאס, (GM'ס שעף עקזעקיוטיוו) און עס גענומען פאר זיך, אונטער'ן אויסרייד פון "צוריקגעבן די מאכט אין די הענט פון די ארבעטער קלאס... (יוניאן ארבעטער)?"
רוסלאנד? ווענעזועלא? קובא?
נע, נו, פרובירט טרעפן... אמעריקע! יא יא, די פאראייניגטע שטאטן אונטער פרעזידענט אבאמא.

ווען איר זאלט עס עמיצן דערציילן פאר 2-3 יאר צוריק, וואלט מען אייך אנגעקוקט ווי אויפ'ן קאפ געפאלן.

אויב ווילט איר וויסן בערך ווי אזוי עס זעהט אויס א רעגירונג אנגעפירטע אויטא פירמע, לייענט דא.

געשריבן: מיטוואך יוני 03, 2009 9:09 am
דורך יודל מענדלזאהן
סתם_אזוי האט געשריבן:
יודל מענדלזאהן האט געשריבן:דזשענעראל מאטארס (GM) אליין האט פארברענט $5 ביליאן א מאנאט אין די לעצטע קווארטל, און וועט אינגאנצען אויסנוצן זייערע רעזערוון אין די קומענדיגע מאנאט. די אנדערע צוויי וועלן ווייזט אויס אויך נישט מאריך ימים זיין לאנג דערויף

איז דאס אמת? לויט וואו איך הער האט זיך פארד זייער שיין ארויסגעדרייט.


ריכטיג, ווייל פארד האט באלד איינגעזעהן אז עס לוינט נישט צו נעמען די רעגירונג'ס צוגעווארפענע ביינדל, און זיך פארלאזן אויף די וואשינגטאן ביוראקראטן צו פירן די קאר ביזנעס. זיי האבן אליין גענומען די לייצעס און די הענט אריין און אנגעהויבן טרייבן דעם וואגן. פארד שטייט טאקע פאראויס פון GM און טאיאטע אין די פארקויפן פון דעם לעצטן מאנאט. ווען זיי וואלטן זיך פארלאזט אויף די רעגירונג מוציא'ס און זיך נישט גענומען אין די הענט אריין, העט'ן זיי אצינד שיין אונטערגעהונגערט.

אבער זיי האבן זיך געגרייט דערצו. אין יאר 2006 האט פארד פארמשכנ'ט אלע נכסים און געבארגט $25 ביליאן צו דינען אלס שירעם אין א שווערע וועטער.
איצט אז פארד זעהט איין אז זיי האבן ריכטיג געהאנדלט, האבן זיי מאנטאג ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז פארד "בלייבט אבסאלוט איבערגעגעבן צו מאכן ווייטערדיגע פארשריט אויף די טראנספארמאציע פלאן און נישט דארפן אנקומען צו די שטייערצאלער הילף פון די אמעריקאנע רעגירונג."

גראדע שנארן זיי יא, אבער נישט פון אבאמא, און אויך נישט דירעקט.

לאמיר נאר האפן אז זיי וועלן יא איבערלעבן דעם קריזיס, און אויך קלוגער ווערן פון דעם שארפ'ן לעקציע.

באריכט: רעגירונג דיעל באגראבט סעיווינגס פון אמעריקאנע בירגער

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2009 3:41 am
דורך יודל מענדלזאהן
ווי אזוי דער פשוטע'ר אמעריקאנער בירגער\אינוועסטאר איז געווארן אויסגעשפילט, צוליב וואשינגטאן פאליטיק.

Many analysts agree that the bondholders were treated unfairly....

לייענט ביידע בלעטער פונעם ארטיקל, און אויך די קאמענטארן.
(איך האב נישט מגיב געווען דארט...)