ערעפלאן קראכן נייעסן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » פרייטאג אוגוסט 21, 2009 11:30 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך וואלט אפגעשפארט טיטערבארא עירפארט! יעדע צווייטע וואך איז דא א קראך דארט.

אזוי?..
טוהסט קיינעם נישט אפ!... זיי האבן הארט דערנעבן א ריזן עירפארט דער "האדסאן ריווער"... איין זאך פעלט נאר אויס "א ראנוועי" אבער דאס וועט אויך געלעזט ווערן אין גיכן, נאכדעם וואס נ.י. סיטי מעיאר מייקל בלומענבערג פארשפרעכט אפצושפארן (טאקע?? {שטייט נאך אויס פון עם..}) דעם "וועסט-סייד הייוועי" און צוזאמענהעג מיט זיין "גאו גרין" מיסיע אהערצושטעלן א ריינערע ענווייערמענט, דאן וועט די וועסט-סייד הייוועי פארוואנדעלט ווערן אין א דירעקטע ראנוועי צום "עירפארט אן די האדסאן"

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 23, 2009 7:35 pm

אן איינצעלנע-ענדזשין פליגער האט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג אויף א קאליפארניער הייוועי היינט אינדערפרי, אבער קיין ערנסטע וואונדן זענען באריכטעט געווארן.

די 'פּייפּער קאָמאַש' 260 פירנדיג א פארהייראטע פארפאלק האט געלאנדעט אויף די דרום-ריכטונג ליניעס פונעם יו.עס. הייוועי 101 הארט נעבן סאנטא-בארבארא און עטליכע מייל אוועק פונעם לופטפעלד, זאגט דער קאליפארניער הייוועי פאטראל ווארטזאגער אפיציר דזשעימס ריטשארדס.

די ענדזשין פונעם פליגער האט אויפגעהערט ארבעטן, און ביים נידערן דעם עראפלאן האט דער פילאט פארלוירן קאנטראל דערפון און געלאנדעט אויף די דרום-ריכטונג ליניע אקעגן די אנקומענדע טרעפיק. דער פליגער האט באטראפן 2 קארס ביים לאנדען, דערנאך האט זיך עס געדרייט און באטראפן א דריטע קאר מיט איר וויידל.

איין קאר פאסאזשיר איז באהאנדלט געווארן פאר מילדע וואונדן, קיין שום אנדערע געשעדיגטע זענען נישט באריכטעט געווארן.

די לאנדונג האט פאסירט 10:36 פארמיטאג (1:36 ניו יארק צייט), און האט אויפגעהאלטן דעם טרעפיק אונטער 2 שטונדן צייט.


קרעמער עט די ק.נ.א. קראכן דעסק.

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 2:14 pm

נאכאמאל ניו דשערסי:
א קליינער פליגער האט געקראכ-לאנדעט אין א פארקינג לאט פון א ניו דשערסי שאפינג מאל, דער פיילאט האט איבערגעלעבט דער קראך.
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » פרייטאג אוגוסט 28, 2009 10:05 am

די שווארצע קעסטלעך פון א תימן עירליינס עירבאס פליגער וואס האט געקראכט יוני 30, איז אפגעפונען געווארן.
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 11:59 pm

זשעקסאן, מיסיסיפי.
א Robinson R44 העליקאפטער האט אריינגעקראכט אין א 2 שטאקיג געביידע אומברענגענדיג איין מיטרייזענדער און פארוואונדענדיג אן אנדערן.

איראניש, ווען די FAA האט רעליעסד א סטעיטמענט אז די צוויי זענען געווען אינספעקטארס פאר "עיר סעיפטי" אין די אומגעגענט.
צוליב כבוד המשפחה וכל העולם כולו.. זענען זייערע נעמען נישט ארויסגעגעבן געווארן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 10:25 am

כ'ווייס נישט וואו עס צו שרייבן לייגעכעס דא:

שוין דאס צווייטע מאל וואס מיכאל שניצלער'ס אשכול גייט קראכן...
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 11:25 am

האהאהאהא... גוט גוט.

אבער ביטע גיב אובאכט אז דער אשכול זאל נישט גיין חלילה קראכן..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 10:50 am

א קליינער פליגער אין ארץ ישראל טראגנדיג פיר פאסאזשירן איז אראפגעפאלן אין ים סירונית אין נתניה.
רעטונגס לייט האבן באוויזן ארויסצושלעפן אלע קערפער פון וואסער, און דער פליגער איז גענומען געווארן אויף אויספארשונג.

תוקן להעביר קישור התמונות
לעצט פאראכטן דורך שוועמל אום דינסטאג נובעמבער 24, 2009 3:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 2:40 pm

איך זעה נישט די בילדער, ביטע איבערלייגן (און אריינפראקן).

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 3:26 pm

אוי איך לייג זיי איבער, סארי
צוגעלייגטע
crash-2 (Custom).jpg
crash-1 (Custom).jpg
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 3:29 pm

משה קאפויער האט געשריבן:יישר כח

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 3:32 pm

די אלוועלטליכע גלאבל ווארמינג באבל האלט אינמיטן קראכן לויט א ק.נ.א. באריכט
דעוועלאפינג...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 11:49 pm

אמעריקן עירליינס פליגער פארפאסט ראנוועי אין דזשאמעיקע; קיין פאטאליטעטן

באאמטע זאגען אז קיינער איז נישט ערנסט פארוואונדעט געווארן דינסטאג אווענט ווען אן אמעריקען עירליינס פליגער איז פארבייגעפארן א ראנוועי נעבן קינגסטאן, דזשאמעיקע, און האט געקראכט אין א צוים.

פלייט 331 האט געפירט 145 פאסאזשירן מיט נאך 7 מאנשאפט אויפן וועג פון מיאמי פלארידע קיין קינגסטאן דזשאמעיקע. די אינצידענט האט פאסירט ארום צוואנציג מינוט נאך צען אויפדערנאכט. א ווארטזאגער פון אמעריקען עירליינס געט איבער אז שלעכטע וועטער האט בייגעשטייערט צום אינצידענט.

דערווייל איז נישטא קיין שום באריכטן פון טויטפעלער רח"ל.

בלייבט פארבינדן מיט ק.נ.א. פאר ווייטערדיגע באריכטן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג ינואר 05, 2010 2:03 pm

אלינוי - א קליינער פליגער - מעגליך א קארגאו פליגער - האט אין די מינוטן געקראכט אין א שווער באוואקסענער וואלד צווישן די ביימער.

רעטונגס אגענטורן און ק.נ.א. רעפארטער זענען יעצט אויפן וועג צום פליגער צו זעהן וואס עס האט פאסירט. קיינע דעטאלן דערווייל איבער דעם צושטאנד פונעם פילאט.

פעדעראלע איוויאציע באאמטע זאגן אז די פילאט איז געווען פארבונדן מיטן טשיקאגאו עירפארט מינוט'ן פארדעם ביז עס האט זיך אפגעהאקט די קאמיוניקאציע און ער האט געקראכט.

ליינט דא


(קרעדיט דארפסמאן פארן מיך אויפמערקזאם מאכן איבערן קראך)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 24, 2010 9:11 pm

אן עטיאפיער פליגער מיט 92 מענטשן דערויף איז פארשוואונדן געווארן פון די ראדארן און מען גלייבט אז עס האט געקראכט קורץ נאכן זיך הייבן פון ביירוט, לבנון, מאנטאג פארטאגס.

די באואינג פליגער איז געווען אויפן וועג קיין אדיס-אבאבא, עטיאפיע, ווען עס איז פארשוואונדן געווארן פון די ראדאר ארום 30 מינוט נאכן זיך הייבן פון "ראפיק הארירי" אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אין ביירוט. מען גלייבט אז דער פליגער איז געווען העכער וואסער ביי די צייט וואס עס איז נעלם געווארן.

קרעמער איבערטייטשענדיג פון סי ען ען

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » מאנטאג ינואר 25, 2010 4:34 am

זיי זאגן דערווייל אז דער וועטער איז שולדיג

עס איז געווען זייער שטארע שטורעמס ווען דער פליגער האט זיך געהויבן

עדות געבן איבער אז זיי האבן געזעהן א פייערבאל אין הימל פאר די פליגער א באואינג 737-800 האט געקראכט אין ים

מען גלייבט נישט אז עס איז דא איבערלעבער פון די 82 פאסאנדשירן און אכט סטעף

פויער עט קנא
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מיטוואך ינואר 27, 2010 8:36 am

וואס איז געווארן מיט די פליגער?

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך ינואר 27, 2010 8:43 am

סאיז אראפ פון די העדליינס.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג פאברואר 15, 2010 3:14 pm

2 מענטשן זענען קאנפערמירט טויט און אנדערע 3 זענען נאך פארשווינדען נאך א קליינער ערעפלאן קראך אין מאנוואוט עקזעקעטיוו עירפארט אין ניו דזשערזי.

דער קראך האט ציפיצלט דעם ערעפלאן און קלענערע שטיקלעך איבער א גרויסן שטח ביים עק פון עירפארט.

דער גאנצער עירפארט איז יעצט אפגעשפארט. פייער לעשער און רעטונג'ס אגענטורן זענען אויפן ארט און באהאנדלן די סעטוציע.

צייטליך פאר ק.נ.א. אין וויליאמסבורג, ירושלים דאמעריקע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך פאברואר 17, 2010 11:39 am

East Palo Alto, California
א קליינער פליגער האט געקראכט היינט מיטוואך תרומה אין א באוואוינטע געגענט אומברענגענדיג די דריי מענטשן אויפן פליגער.

דער פליגער האט זיך אנגעשטאלפערט אין א עלעקטריק שטאנג און דערנאך זיך געראלט צו דער ערד שאפנדיג עקספלאזיעס ביים אריינקראכן אין עטליכע געביידעס.

די אורזאך איז אונטער אויספארשונג.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג פאברואר 25, 2010 1:46 pm

דאנערשטאג תצוה (אסתר'ס טענות) האט א פליגער א קליינער אין פערו געקראכט.
זיבן מענטשן דערונטער דער פילאט זענען געווארן אומגעבראכט.

דער עקסידענט איז פארגעקומען נעבן די באקאנטע '
נאזקא ליניעס' וואו עס עס געפינט זיך די mysterious geoglyphs in the sand וואס ברענגט אסאך טוריסטן אהין.

עס איז דערווייל אונטער אויספארשונג די אורזאך.
די פלי געזעלשאפט האט דערווייל קיין סטעיטמענט נישט געמאכט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך מארטש 03, 2010 7:21 am

ווער געדענקט נאך מיט א יאר צוריק ווען עס האט פאסירט דער עראפלאן קראך מיט פלייט 3407 אין באפעלאו ניו יארק און די עקספערטן האבן תיכף געזאגט אז די פילאטן זענען שולדיג געווען אינעם קראך, וואס האט געקאסט עטליכע לעבנס.

יעצט מיט א יאר שפעטער איז ארויסגעקומען א דאקומענטאציע מיט די פונקטליכע דעטאלן פונעם קראך און עס ווייזט גענוי וואס עס האט צוגעפירט צו די פילאטן מיסברויכן און אנדערע שאקירנדע דעטאלן.

http://www.pbs.org/wgbh/pages/frontline ... e=proglist
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מיטוואך מאי 12, 2010 8:25 am

א ליביע'ר עראפלאן מיט 104 פאסאדזשירן דערויף האט היינט מיטוואך אראפגעקראכט, אנקומענדיג צום לופטפעלד אין טריפאלי. דערווייל ווייסט מען נאר פון איין איבערלעבער, א 10 יעריג קינד פון דייטשלאנד.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מאי 13, 2010 5:04 am

דאס קינד געפונט זיך אין א סטאבילע צושטאנד אין שפיטאל.

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » דאנארשטאג מאי 13, 2010 7:10 am

פארוואס קראכן אזויפיל קליינע פליגער, און פארוואס האלטן זיך מענטשן נישט אפ פון פארן מיט זיי?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 47 געסט