tesla האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ס'איז יא דא שפורן פון ארקטיק פרעסטן, ס'איז געסקעדזשולט זיך "אריינצורייסן" קיין ניו יארק ווי דו רופסט עס ערגעץ אין די צווייטע העלפט יאנואר, לאמיר זאגן ארום יאנואר 20 ווי ס'זעהט יעצט אויס.
GFS ווייזט אז ארקטיק פרעסטן וועלן זיך "אריינרייסן" קיין ניו יארק שוין אזוי פרי ווי יאנואר דער 17'טער למס' - דאס קומט אויס א' בא למספרינו.
זונטאג בא
מאנטאג בא
דינסטאג בא
אהה..פיין אנגענעם...ש'כח פאר די גוטע בשורה
דאס איז נאר די אנהייב... די שטארקע פרעסטן איינמאל ס'קומט אן קען עס אנהאלטן פאר א שיינע פאר וואכן
אויך זעהט אויס צו זיין זייער אקטיוו מיט שטורעמס
האנדעלט אייך איין א גוטן שניי בלויער, הויכע שטיוול, א ווארעמען קוטשמע [מיט אביסל בראנפן און א ציגאר צו די זייט]
ס'קוקט אויס יעצט אז די נעקסטע פאר וואכן וועט דער ווינטער זיך אנריקן ווי אין די אלטע צייטן מיט שטארקע פרעסטן און הויכע שנייען