ק.נ.א. וועטער ביורא
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15092
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
שאנסן פאר א פרישע טראפישע שטורעם צוריק אראפ צו 20%
איך מיין ס'איז שוין העכסט צייט זיי זאלן אויפגעבן אויף דעם...

- צוגעלייגטע
-
- two_atl_5d1.png (57.81 KiB) געזעהן 1792 מאל
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
איז אבער דא א טשענס אז אונז זאלמיר אויך זעהן עפעס שניי פון די קומעדיגע וואך מאנטאג שטורעם? על כל פנים אין אפסטעיט?
דאס אז דו ליידסט נישט דערפון, מיינט נאכנישט אז דער פראבלעם עקזיסטירט נישט - עס מיינט בסך הכל אז דו "קענסט פשוט נישט פארשטיין" די וואס מוטשען זיך נעבעך יא...
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15092
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
שלג כצמר האט געשריבן:איז אבער דא א טשענס אז אונז זאלמיר אויך זעהן עפעס שניי פון די קומעדיגע וואך מאנטאג שטורעם? על כל פנים אין אפסטעיט?
דערווייל נישטא קיין טשענס נישט פאר שלג און נישט פאר צמר.
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
- אחת ואחת
- שר האלפיים
- תגובות: 2565
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
- לאקאציע: איך קום שוין
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
שלג כצמר האט געשריבן:איז אבער דא א טשענס אז אונז זאלמיר אויך זעהן עפעס שניי פון די קומעדיגע וואך מאנטאג שטורעם? על כל פנים אין אפסטעיט?
דער איז אריינגעקומען אין דעם אשכול גאר הונגעריג.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
אחת ואחת האט געשריבן:שלג כצמר האט געשריבן:איז אבער דא א טשענס אז אונז זאלמיר אויך זעהן עפעס שניי פון די קומעדיגע וואך מאנטאג שטורעם? על כל פנים אין אפסטעיט?
דער איז אריינגעקומען אין דעם אשכול גאר הונגעריג.
נו, פאר א סיבה הייסט ער דאך @שלג כצמר...
עניוועי, ביי מיר שנייט'עך שוין, יעצט מיין איך דעך בלויז ענק...
דאס אז דו ליידסט נישט דערפון, מיינט נאכנישט אז דער פראבלעם עקזיסטירט נישט - עס מיינט בסך הכל אז דו "קענסט פשוט נישט פארשטיין" די וואס מוטשען זיך נעבעך יא...
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
האט עפעס פאסירט רב קנ"א??...
(כ'האף נאר אז ס'איז נישט איך ווער ס'שולדיג...
)
(כ'האף נאר אז ס'איז נישט איך ווער ס'שולדיג...

דאס אז דו ליידסט נישט דערפון, מיינט נאכנישט אז דער פראבלעם עקזיסטירט נישט - עס מיינט בסך הכל אז דו "קענסט פשוט נישט פארשטיין" די וואס מוטשען זיך נעבעך יא...
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15092
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
פאסירט? וואס פאלט דיר ביי אזעלכע מחשבות זרות אז עפעס האט פאסירט?
---
איז אזוי:
לגבי די טראפיקס, ענדליך האט די NHC צוגעהערט מיין געשריי און האבן גענצליך אויפגעגעבן אויף יענעם סיסטעם וואס זיי האבן אזוי אומשולדיג געלאקערט אויף איר פאר א גוטע 10 טעג אין א רייע אויב נישט מער.
אבער זיי האבן זיך יעצט געטראפן א צווייטן קרבן ביים אנדערן זייט אטלאנטיק, קען זיין אז זיי וועלן עס א נאמען געבן און קען זיין אז נישט, אבער הו קעירס... ס'מיינט בכלל נישט אונז.
*
אצינד לגבי די רעגן שטורעם מארגן, אלעס איז ווי געסקעדזשולט. די רעגן הייבט אן מארגן צופרי, און וועט ווערן פארשטערקערט אין די מיטעלע שפעטע צופרי שעה'ן, און א שווערע גאס רעגן מיט ווינטן פון 40-50 מייל א שעה אין די סיטי און 30-40 מייל א שעה אין אפסטעיט וועט אנהאלטן פאר א גרויס חלק פון נאכמיטאג. שפעטער אווענט צייט וועט שוין ווערן שוואכער די רעגן, אבער קען נאך אנהאלטן אלס לייכטע רעגן פון צייט צו צייט ביז שפעט אין די נאכט.
א דורכנשיטליכע 1 ביז 2 אינטשעס רעגן איז ערווארטעט אין די טריי סטעיט געגנט (וועט זיין געגענטער נענטער צו 1 אינטש, און געגענטער נענטער צו 2 אינטשעס).
די טעמפראטור וועט מארגן אויך שטייגן העכער, ביז מארגן אווענט צייט וועט זיך אנווארעמען אין די זעכציגער אריין (יא, אויך אין אפסטעיט)...
[טאמער זוכט איר שניי, כאפט זיך אריבער קיין מישיגען ווי איר וועט קענען ציילן די אינטשעס אינאיינעם מיט די בעלאוט ריקאונט. אדער כאפט זיך אריבער אין אהייאו. אזוי אויך אין טיילן פון דרום מערב אפסטעיט ניו יארק].
דינסטאג וועט שוין צוריק קילער ווערן, טעמפראטור איז ערווארטעט צו פאלן צו די פערציגער (יא, אויך אין די סיטי)...
אין די נאכפאלגענדע טעג מיטוואך ביז פרייטאג וועט נישט זיין קיין גרויסע וועטער חידושים, א מיקס פון זון און וואלקענעס מיט בייטאג טעמפראטורן מערסטנס אין די פערציגער. אין אפסטעיט מענטער צו די 40 זייט און אין די סיטי נענטער צו די 50 זייט - הצד השוה ביידע אין די פערציגער בכלליות.
שבת קודש איז דא די נעקסטע שאנס פאר רעגן, דערווייל קוקט ווייטער אויס רעגן, אבער עפעס קליינע פיצעלע שאנסן איז דא אז אין די קעטסקילס וועט זיך עס טוישן צו שניי, די שאנסן זענען דערווייל אזוי קליין אז ס'איז א שאד צו לייגן האפענונג דערויף אז עפעס וועט ווערן דערפון, אבער ווי זאגט נאר טורענהיים? זה לא נגמר עד שיוגמר... עמיר זעהן שפעטער אין די וואך וויאזוי ס'שטעלט זיך אויס.
*
אצינד א זייטיגע זאך, אין יאר תש"ע לפ"ק, ד.ה. נאוועמבער 09' למס', איז אויך געווען זייער א מילדע נאוועמבער. די ערשטע ערענסטע שניי יענעם יאר איז געווען הערשט דעצעמבער 20 למס' ווען א בליזארד האט געברענגט כמעט 11 אינטשעס.
נאכדעם אין יאנואר למס' איז געווען א שטיקל ברעיק, נישט געווען צופיל שניי, בלויז 2.1 אינטשעס געפאלן אינעם גאנצן חודש.
אבער פעברואר האט געראקט... כמעט 37 אינטשעס געפאלן אינעם גאנצן חודש, אריינגערעכענט 2 בליזארדס, און איז פארצייכענט אלס די שנייאיגסטע פעברואר אין רעקארד.
אלעס אינאיינעם איז געפאלן יענעם ווינטער איבער 51 אינטשעס אין סענטראל פארק, וואס איז באלד דאפעלט ווי עוורידזש.
ס'איז נישט קיין ראי' פון דעם אז היי יאר וועט זיך אויך אזוי אויסלאזן, אבער וואס מ'זעהט יא פון דעם איז אז ס'איז נישט קיין ראי' אויף פארקערט צו זאגן אז היי יאר וועט זיין א שוואכע ווינטער.
(איר הערט רב שלג כצמר? האפענונג איז דא! דאונט גיוו אפ
).

אהההה...
ענדליך א זאפטיג שטיקל וועטער ריפארט.
(און אן עקסטערן דאנק פאר די ווארימע דברי חיזוק...)

די איצטיגע שטורמישע רעגענעס דעקט כמעט גאנץ ניו יורק סטעיט. א שיינע פארציע אויפן אטלאנטיק אושען צו מזרח און א חלק פון אנטעריאו אין קאנאדע.
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
ביז ווען
מיר קויפן זאכן וואס מיר דארפן נישט,
מיט געלט וואס מיר האבן נישט,
צו מאכן אן איינדרוק אויף מענטשן וואס מיר האבן נישט ליב...
מיט געלט וואס מיר האבן נישט,
צו מאכן אן איינדרוק אויף מענטשן וואס מיר האבן נישט ליב...
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15092
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
Bissli האט געשריבן:ביז ווען
דאכט זיך אז איינער האט נעכטן געשריבן ביז ווען
סקרול ארויף אביסל
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15092
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
אין קענעדי לופטפעלד איז שוין רעפארטעד געווארן א ווינט פון 58 מייל א שעה, אין לאגווארדיע 47 מייל א שעה, און אין סענטראל פארק 29 מייל א שעה.
א "טארנעידא" וואטש איז נארוואס ארויסגעלייגט געווארן פאר סענטראל און דרום ניו דזשערזי, אזוי אויך פאר דעלעווער (מקום מושבו פונעם עלעקטעד יר"ה).
א "טארנעידא" וואטש איז נארוואס ארויסגעלייגט געווארן פאר סענטראל און דרום ניו דזשערזי, אזוי אויך פאר דעלעווער (מקום מושבו פונעם עלעקטעד יר"ה).
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15092
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
גאלדגרוב האט געשריבן:די איצטיגע שטורמישע רעגענעס דעקט כמעט גאנץ ניו יורק סטעיט. א שיינע פארציע אויפן אטלאנטיק אושען צו מזרח און א חלק פון אנטעריאו אין קאנאדע.
ווייס איך נישט פארוואס האסט אריינגעלייגט א איבריגע ווארט "כמעט". ס'דעקט "גאנץ" ניו יארק סטעיט.
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:Bissli האט געשריבן:ביז ווען
דאכט זיך אז איינער האט נעכטן געשריבן ביז ווען
סקרול ארויף אביסל
ווען ר’ משה פיינשטיין איז אוועק האט זיין זון ר’ דוד באקומען א טעלעפאון קאל פרייטאג אינמיטן די שבעה,
ער הייבט אויף, אויף די אנדערע זייט איז געווען א פרוי, און זי פרעגט אים: ווען איז דער זמן?
ענטפערט ר’ דוד אז עס איז דא א מאטעריאל וואס ווערט גערופן לוח און דארט שטייט ווען דער זמן איז.
רופט זיך אן די פרוי: שוין יארן וואס איך רוף אייער טאטע יעדע וואך פרעגן ווען דער זמן איז, ער האט מיר נאך קיינמאל נישט גענטפערט אזא תירץ!
---
איר פארשטייט? אז א איד וויל וויסן ענטפערט מען אן קיין דריידלעך
מיר קויפן זאכן וואס מיר דארפן נישט,
מיט געלט וואס מיר האבן נישט,
צו מאכן אן איינדרוק אויף מענטשן וואס מיר האבן נישט ליב...
מיט געלט וואס מיר האבן נישט,
צו מאכן אן איינדרוק אויף מענטשן וואס מיר האבן נישט ליב...
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15092
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
המשל אינו דומה לנמשל
איך האב דיר נישט געשיקט צום לוח, נאר געזאגט אז ר' משה אליינס האט דיר שוין איינמאל געענטפערט
איך האב דיר נישט געשיקט צום לוח, נאר געזאגט אז ר' משה אליינס האט דיר שוין איינמאל געענטפערט
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
ארלעדיגט
בעט איך דיר איבער
בעט איך דיר איבער
מיר קויפן זאכן וואס מיר דארפן נישט,
מיט געלט וואס מיר האבן נישט,
צו מאכן אן איינדרוק אויף מענטשן וואס מיר האבן נישט ליב...
מיט געלט וואס מיר האבן נישט,
צו מאכן אן איינדרוק אויף מענטשן וואס מיר האבן נישט ליב...
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:גאלדגרוב האט געשריבן:די איצטיגע שטורמישע רעגענעס דעקט כמעט גאנץ ניו יורק סטעיט. א שיינע פארציע אויפן אטלאנטיק אושען צו מזרח און א חלק פון אנטעריאו אין קאנאדע.
ווייס איך נישט פארוואס האסט אריינגעלייגט א איבריגע ווארט "כמעט". ס'דעקט "גאנץ" ניו יארק סטעיט.
עקיו וועטערס מאפע האט געוויזן קליינע לעכער
- שמואל בארג
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3109
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
עקיו זאגט אזוי און אונזער רעפארטער זאגט אזוי, פרעג איך דיר ווער איז מער באגלייבט?
א שיינעם דאנקע פאר די רעפארטן, בשכר זה זאלט איר באקומען אסאך דנקא.

- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4664
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:המשל אינו דומה לנמשל
איך האב דיר נישט געשיקט צום לוח, נאר געזאגט אז ר' משה אליינס האט דיר שוין איינמאל געענטפערט
חוץ מזה איז דאך עס א מחלוקה צווישן ר' משה מיט ר' דוד, מעגסטו אננעמען ווי ר' דוד אין דעם פאל...
---
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15092
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
די טעמפראטור וועט מארגן אויך שטייגן העכער, ביז מארגן אווענט צייט וועט זיך אנווארעמען אין די זעכציגער אריין (יא, אויך אין אפסטעיט)...
טייל פון די מילדע טעמפראטורן היינט:
סענטראל פארק מאנהעטן, 63 גראד
לאגווארדיע קווינס, 64 גראד
קענעדי קווינס, 62 גראד
מאנטגאמערי אראנדזש קאונטי, 62 גראד
ניובורג אראנדזש קאונטי, 63 גראד
איז עס א רעקארד?
בכלל נישט...
די רעקארד אין סענטראל פארק און אין לאגווארדיע איז געווען 30 יאר צוריק, געווען דעמאלס 70 גראד
די רעקארד אין קענעדי איז פאר 15 יאר צוריק, געווען דעמאלס 65 גראד
אויסערדעם כבר היה לעולמים אינעם היינטיגן דאטום זעכציגער טעמפראטורן אין ניו יארק סיטי'ס רעקארד ביכער אפילו אין די אלטע גלאובל קאלינג צייטן
צב"ש:
1908 למס' (תרס"ט לפ"ק) 62 גראד
1919 (תר"פ לפ"ק) 64 גראד
1923 (תרפ"ד לפ"ק) 60 גראד
1927 (תרפ"ח) 67 גראד
1931 (תרצ"ב) 60 גראד
1933 (תרצ"ד) 69 גראד
1934 (תרצ"ה לפ"ק) 62 גראד
1941 (תש"ב לפ"ק) 61 גראד
1962 (תשכ"ג לפ"ק) 62 גראד
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
איך בין אביסל צומישט הער @קנ"א איבער די סוף וואך שטורעם,
צו רעדט מען פון איין גרויסע שטורעם, אדער פון צוויי עקסטערע - איינס פרייטאג און איינס שבת-זונטאג.
אפשר קאנט איר אהערבראכן עטוואס קלארקייט אין דער נושא.
צו רעדט מען פון איין גרויסע שטורעם, אדער פון צוויי עקסטערע - איינס פרייטאג און איינס שבת-זונטאג.
אפשר קאנט איר אהערבראכן עטוואס קלארקייט אין דער נושא.
דאס אז דו ליידסט נישט דערפון, מיינט נאכנישט אז דער פראבלעם עקזיסטירט נישט - עס מיינט בסך הכל אז דו "קענסט פשוט נישט פארשטיין" די וואס מוטשען זיך נעבעך יא...
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15092
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
סוף וואך שטורעם איז געקענסלד דערוויילע
בלייבט נאר איבער די שְׁאֵלְה
צו ס'וועט גארנישט ווערן דערפון ממילא
אדער אפשר נאך ווערן צוריק א זאך א כלי
אזוי צו אזוי איז דערווייל נישט אויפן האריזאנט קיין שלג כצמר
עכ"פ נישט קיין ערענסטע שלג גמור
אזוי איז די ווילן פונעם ברוך מי שאמר
ווען ס'וועט זיין די ערשטע געהעריגע שלג איז נעלם וטמיר
בלייבט נאר איבער די שְׁאֵלְה
צו ס'וועט גארנישט ווערן דערפון ממילא
אדער אפשר נאך ווערן צוריק א זאך א כלי
אזוי צו אזוי איז דערווייל נישט אויפן האריזאנט קיין שלג כצמר
עכ"פ נישט קיין ערענסטע שלג גמור
אזוי איז די ווילן פונעם ברוך מי שאמר
ווען ס'וועט זיין די ערשטע געהעריגע שלג איז נעלם וטמיר
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15092
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
די ערווארטעטע צאל שלג כצמר וואס די איצטיגע שטורעם וועט ברענגן אין צפון אהייאו, צפון מערב פענסעלוועניע, און אין טיילן פון דרום מערב ניו יארק.
- צוגעלייגטע
-
- 02.jpg (344.65 KiB) געזעהן 535 מאל
-
- 01.jpg (249.99 KiB) געזעהן 535 מאל
הנאה געהאט פון די תגובה?
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
איר קענט שיקן חיזוק ($) דורך קוויק פעי אדער ZELLE צו k.n.a.weather@gmail.com
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
שיין שיין... נישט געוואוסט אז וועטער האט א דירעקטע פארבינדונג מיט גראמען...
-----
האט איר געפרעגט רשות בעפאר איר האט אדאפטירט מיין נאמען אלץ וויאזוי איר רופט שניי אפיציעל?...
-----
האט איר געפרעגט רשות בעפאר איר האט אדאפטירט מיין נאמען אלץ וויאזוי איר רופט שניי אפיציעל?...

דאס אז דו ליידסט נישט דערפון, מיינט נאכנישט אז דער פראבלעם עקזיסטירט נישט - עס מיינט בסך הכל אז דו "קענסט פשוט נישט פארשטיין" די וואס מוטשען זיך נעבעך יא...
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15092
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am
Re: ק.נ.א. וועטער ביורא
נאך איין שטארקע גַל רעגן (סעקענד וועיוו) קומט צו גיין פון מערב צו מזרח, וועט באטרעפן די היימישע געגענטער פון ניו יארק און ניו דזשערזי ערגעץ אין די נעקסטע שעה בערך
נאכדעם וועט שוין פאלן נאר שיריים טראפעלעך אדער דריזל דא דארט