ק.נ.א. וועטער ביורא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 4:17 pm

הרב ק.נ.א., האסטו אפשר געהאט קאוויד לעצטנס??
ווייל די עקספערטן זאגן אז ביי מאנכע שאדט עס פאר די מענטל חלק פון די מח, און דו ביסט אויפגעשטאנען (נאך א לענגערע אפוועזענהייט דא) מיט א נייע שפראך אשר לא ידע את יוסף, דו האסט קיינמאל נישט געשריבן אזוי מליצה'דיג און ווערטלדיג, עס איז ממש א פלעזשור צו ליינען!!!

וויל איך מיך שטעלן אין די ליין און דיר אויך באדאנקען זאלסט אונז קענען מהנה זיין מיט דיין בלויע דעמאקראטישע פעדער לעלם ולעלמי ולנצח נצחים וכו' וכו'....

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 5:16 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:הרב ק.נ.א., האסטו אפשר געהאט קאוויד לעצטנס??

איך גיב נישט ארויס מיין פרייוואטע מעדיקל קאנדישאנס :grin:

דניאל אויערבאך האט געשריבן:ווייל די עקספערטן זאגן אז ביי מאנכע שאדט עס פאר די מענטל חלק פון די מח, און דו ביסט אויפגעשטאנען (נאך א לענגערע אפוועזענהייט דא) מיט א נייע שפראך אשר לא ידע את יוסף, דו האסט קיינמאל נישט געשריבן אזוי מליצה'דיג און ווערטלדיג, עס איז ממש א פלעזשור צו ליינען!!!

פאלט דיר נישט ביי אז איך האב פשוט באקומען מער סעלף קאנפידענס ביי איינע פון די טעלע קאנפערענסן? :wink:
אדער אז אמאל האב איך נאך געדארפט זיין א נסתר און יעצט איז שוין געקומען די צייט נתגלה צו ווערן? :smile:

לעצם הענין וואס דו זאגסט אז מאנכע ווערן בעסער נאכן קאראנע ווי פארן קאראנע, דאס איז א בפירוש'ע גמרא אין נדרים.

די גמרא זאגט דארט (דף מא.) אמר רבי חייא בר אבא אין החולה עומד מחליו עד שמוחלין לו על כל עונותיו וכו' רב המנונא אמר חוזר לימי עלומיו וכו'. זאגט דער ר"ן וואס מיינט לימי עלומיו? אחר שחלה ונתרפא מתחזק טבעו להיות יותר בריא ממה שהיה קודם חליו.


און צום שלוס: א הארציגן דאנק פאר דיין שיינע ברכה. המברך יתברך לעלם ולעלמי ולנצח נצחים וכו' וכו'....

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 5:22 pm

די אויג דערנענטערט זיך שוין צו די ברעגעס פונעם געפלאנטן אנפאל
אבער ס'ריקט זיך בלויז ביי 9 מייל א שעה, דאס מיינט אז ס'וועט נאך דויערן א שיינע פאר שעה ביזן מאכן לענדפאל
(חוץ טאמער ס'וועט זיך נעמען ריקן שנעלער)
צוגעלייגטע
9d79c9e8-769b-472c-8d21-82d0b81a60f5.jpg
9d79c9e8-769b-472c-8d21-82d0b81a60f5.jpg (202.84 KiB) געזעהן 1323 מאל

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 5:25 pm

הרב קנא שליט"א, א הארציגן דאנק פאר די הערליכע באריכטן מיט א הערליכע שפראך.

עס ליינט זיך גאר אנדערש די בלויע אותיות, ווי די אנדערע.

א דאנק פאר'ן ענטפערן מיין פראגע.

לגבי די רעקארד ברעכונגען, אז האריקעינס ווערן אזוי שנעל שטארק, און אז אזויפיל האריקעינס זאלן זיין אין איין יאר, וכו', איז דאס עפעס אן אנדייטונג אויף איינע פון די שיטות? למשל גלאובל ווארמונג? אדער אנדערע?

למעשה זעט מען דאך פאקטיש אזעלכע ערשיינונגען וואס מען האט נאך קיינמאל, אדער כמעט קיינמאל, געזען.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 6:55 pm

ניין, ס'האט נישט מיט וועלטליכע אנווארעמינג
ס'מאכט זיך יעדע פאר יאר אז ס'איז דא א גאר שטארקע סיזאן

והשנית, די וועלט שטייט שוין 5781 יאר, און זייערע רעקארדס גייען צוריק צו א נישטיגע 160 יאר צוריק
ווען זיי זאגן אז ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען, ס'איז א רעקארד ברעיקינג, מיינט נישט אז ס'איז טאקע פאקטיש קיינמאל געווען
נאר אז אין די לעצטע 160 יאר איז עס נאכנישט געווען

יעצט צוריק צו די שטארקע סיזאן פון היי יאר, ס'איז דא צוויי פאקטארן:
איינס ווי שוין געזאגט אז ס'איז דא יארן וואס איז שטערקערע יארן און היי יאר איז פון די שטערקערע
און נאך א פאקטאר, אמאל פלעגט מען נישט אזוי נאכקוקן יעדן פיצי שטורעם און עס א נאמען געבן
היינט מיט די פארגעשריטענע כלים געבן זיי נעמען אין די וועלט אריין
אפילו ווען ס'איז א א קליינע שטורעם טיף טיף אינעם אטלאנטיק וואס ס'אינטערסירט קיינעם נישט [ליין: מענטשן] איר עקזיסטענס

און נאך עפעס: אמאל האט מען נישט געקענט אזוי גוט מעסטן די שטארקייט פון א שטורעם, משא"כ היינט ווען זיי פליען אריין מיט די ערעפלאנען, ממילא אויטאמאטיש קומט מען אן סאך מער צו גאר שטארקע שטורעמעס, נישט ווייל אמאל איז געווען שוואכער, נאר ווייל אמאל האט מען נישט אזוי פונקטליך געמאסטן ווי היינט.



איך וועל געבן א דוגמא פון אמאל און היינט פון נישט אזוי לאנג צוריק וויאזוי זיי האבן נישט אין אכט גענומען ממש יעדן שטורעם אינעם טיפן וואסער וואס האט נישט באדראעט קיין מענטשן, און דאס איז א כל שכן וכל שכן פאר די פריערדיגע יארן פאר 70 צו 100 יאר צוריק:

יאר 2005 למספרם ותשס"ה למספרינו [15 יאר צוריק] איז ביז יעצט באקאנט געווען אלס די יאר מיט די מערסטע שטורעמעס מיט א נאמען, די ס"ה נומער שטייט בייי 28.
היי יאר ווען מ'האט געהאלטן ביים 28'סיגסטן שטורעם - שטורעם זעטא - האבן מאנכע באמערקט אז שטורעם זעטא פון די גריכישע אותיות איז היי יאר גענוצט געווארן צום ערשטן מאל לגמרי... אין יאר 2005 איז עס בכלל נישט גענוצט געווארן כאטשיג ס'איז דעמאלס אויך געווען 28 שטורעמעס, און מ'האט דעמאלס גענוצט די זעלבע גריכישע נעמען וואס מ'האט היי יאר גענוצט נאכן אויסלויפן פון נעמען.
וואס גייט דא פאר?
נאר ווען די סיזאן האט זיך געשלאסן האבן זיי געהאלטן ביי 27 שטורעמעס, זיי האבן געהאלטן פונקט פאר זעטא
שפעטער איבערגייענדיג זייערע דעטא פון די סעטעלייטס פון אלע שטורעמס האבן זיי באמערקט ווי זיי האבן פארפאסט א נאמען צו געבן איינע פון די שטורעמעס אויפן ים וואס איז געווען סתם א שטורעם פאר די פיש.
זענען זיי געווען אין א דילעמא, וואס טוט מען דא? זאל מען יעצט צוריקגיין און טוישן נעמען פון אלע שטורעמס נאכדעם מיט איין ABC אפגעריקט? אמער ס'דארף דאך לויפן אין א רייע לויט די ABC אדער לויט די גריכישע אלפא באט, דאס קען מען דאך נישט, ס'וועט צומישן די מענטשהייט... ווידעראום זאל מען יענע פריש געטראפענע שטורעם רופן זעטא? דאס קען מען אויך נישט, ווייטער צוליבן זעלבן טעם ווייל ס'דארף דאך גיין מיט א סדר, און די נאמען זעטא קען נישט אריינהאקן ערגעץ אינמיטן די סדר. נו זאל מען בכלל נישט עס רעכענען? ס'איז דאך אבער פארט געווען א שטורעם פון העכער 40 מייל א שעה ווינטן.
נמנו וגמרו מ'גייט עס נישט אפיציעל א נאמען געבן, נאר מ'גייט עס רופן אננעימד שטורעם
און זיי האבן געאפדעיט אין זייערע רעקארד ביכער אז אין 2005 איז באמת געווען 28 שטורעמעס און נישט ווי געמיינט נאר 27.

זעה מיר אז אפילו נישט אזוי לאנג צוריק האבן זיי פארזעהן שטורעמעס פון ים וואס האט נישט באטראפן יבשה, כ"ש וכ"ש אין די אלד פעשענד צייטן האבן זיי זיכער נישט באמערקט אלע קליינע פיצעלע 40 מייל א שעה שטורעמעס טיף אין ים ערגעץ וואו, ממילא איז אויטאמאטיש רעדיצירט געווארן די צאל שטורעמס פון א סיזאן
משא"כ היינט ווען זיי קראצן אפיר יעדן שטורעם פונעם טיפן אטלאנטיק און גיבן עס א נאמען


לאמיר אבער דאס אלעס לייגן אין א זייט, און לאמיר בכלל קוקן אויף די לעצטע יארן אויב ס'איז געווען טאקע אזעלכע ווילדע יארן ווי היי יאר אדער ענליך
לאמיר אנהייבן מיט 2006 בלויז איין יאר נאך די פריערדיגע רעקארד ברעיקינג פון 28 שטורעמעס. וויפיל איז געווען אין 2006? בלויז 10 שטיק.

3 יאר שפעטער אין 2009 איז געווען בלויז 9 שטיק (ניטאמאל קיין מנין).

5 יאר שפעטער אין 2014 וואס איז ווייניגער ווי א שמיטה צוריק, ס'הייסט שוין מער אין די לעצטערע יארן, איז געווען בלויז 8 שטיק.
א יאר שפעטער אין 2015 איז אויך נישט געווען קיין ווער ווייסט וואס, ס'איז געווען 11 שטיק.

ד.ה. אז אפילו אין די לעצטערע יארן, שוין מיט די אלע פארגעשריטענע מכשירים וואס זיי האבן, האט זיך נאך אויך געטראפן עטליכע מאל וואס ס'איז געווען אין די געגנט פון א מנין שטורעמעס.

נו יעצט ענטפערט אליין, האט דאס מיט גלאובעל ווארעמינג?
אדער האט עס מיט די היינטיגע פארגעשריטענע טעכנעלאגיע וואס זיי האבן, און ווען ס'מאכט זיך א מער אקטיווע יאר עקספלאדירט עס צו 30 נעימד שטורעמעס ווי א אויפגעבלאזענע חלה טייג.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 7:14 pm

מעידזשער מאכטפולע מאנסטער דעינדזשרעס היסטארישע (גענוג טיטלען?)האריקעין Iota
האלט ווייטער אן מיט די זעלבע שטארקייט פון 160 מייל פער שטונדע (און ביז 195 מייל א שעה ווינט גאסטס)
און ריקט זיך ווייטער זייער פאמעליך ביי 9 מייל פער שעה

ס'פארמאגט קיעה"ר א שיינע גרויסע קלוגע אויג ממש א געראטנס
עטס ווייסטס וואו די אנדערע אויג זיינס איז?










































נו טראכטס...























































































די אנדערע אויג איז פעיסד אונטן צום ים :P
צוגעלייגטע
dd20ac3b-245f-44e0-9196-2adcb12f9872.jpg
dd20ac3b-245f-44e0-9196-2adcb12f9872.jpg (213.53 KiB) געזעהן 1202 מאל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 7:18 pm

די NHC האט דראסטיש פארקורצערט די טרעק זייערע... קוקט אויס ווי זיי האבן באקומען א ווארענונג זיך נישט אריינצומישן אינעם פאסיפיק אוישען
צוגעלייגטע
235611_5day_cone_with_line_and_wind (1).png
235611_5day_cone_with_line_and_wind (1).png (84.4 KiB) געזעהן 1181 מאל

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 8:05 pm

קנא די ווערסט בעסער ביי די מינוט
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4158
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 9:01 pm

קנא איך בין מיך מחי׳ מיט דיינע זאפטיגע אינהאלטסרייכע געשמאקע זעלטן גוטע באריכטן און אנאליזן

יישר כח

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 9:47 pm

הרב קנא, איר האט מיך געמאכט שמייכלען.

לגבי די שטורעמס אויפן ים, טראצדעם וואס עס האט קיין שייכות מיט יבשה, האט עס אבער שייכות מיט שיפן און עראפלאנען.

נישט אזוי?!

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 9:52 pm

פארדעם דארף מען עס אבער נאכנישט א נאמען געבן און מאכן א גאנצע מצב דערפון.
מ'קען פלעין זאגן פאר שיף פלוני און פאר ערעפלאן פלוני, ביטע שיין דארט און דארט פאר נישט אדער פליה נישט, ווייל ס'איז דא עפעס א פיצעלע שטורעם פון 40 מייל א שעה ווינטן, און אפשר אפשר וועט די שיף אדער ערעפלאן אוועקפליען מיטן ווינט בלא בלא בלא...

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 9:57 pm

Iota איז ווארשיינליך נאכנישט די לעצטע שטורעם פונעם יעצטיגן סיזען.

א עריע אין די קאראביען ים, הארט אונטער די יעצטיגע שטורעם, האט די פאטענטשל צו פראדוצירן די 31'סיגסטע שטורעם פונעם 2020 היסטארישן סיזאן (זינט מ'האלט חשבון).
צוגעלייגטע
two_atl_5d0 (1).png
two_atl_5d0 (1).png (57.57 KiB) געזעהן 1048 מאל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 10:08 pm

Iota שפאנט מיט שטייטע טריט צו אנגרייפן Nicaragua
ס'ריקט זיך טאקע שטייט, אבער האלט שוין כמעט ביים אנקומען צום ציל

שוין זייער נאנט צום לענדפאל, די אויג איז שוין כמעט ביים קאוסט

אין די זעלבע צייט האט זיך עס א משהו אפגעשוואכט, ס'איז יעצט ביי 155 מייל א שעה
א חילוק פון בלויז 5 מייל א שעה, אבער דאס מאכט די חילוק פון א קאטעגאריע 5 און 4
צוגעלייגטע
40268c83-82e8-49df-abae-79367a8cf590.jpg
40268c83-82e8-49df-abae-79367a8cf590.jpg (213.38 KiB) געזעהן 1025 מאל

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 10:46 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
עטס ווייסטס וואו די אנדערע אויג זיינס איז?

די אנדערע אויג איז פעיסד אונטן צום ים :P

דאס איז א וויץ אדער א נייעס?
איך כאפ עפעס נישט וואס דאס דארף צו מיינען........... ילמדנו רבינו

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

Re:

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 1:08 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:האריקעין Iota איז געקרוינט געווארן צום העכסטן ראנג, א קאטעגאריע 5 האריקעין!

שטורעם פארמאגט יעצט סוסטעינד ווינטן פון 160 מייל פער שעה (סוסטעינד מיינט די ווינט וואס האלט אן פאר כאטשיג א מינוט אין א ציה)
און ווינט גאסטס ביז 195 מייל פער שעה (א גאָסט מיינט די שטערקערע ווינטן וואס צובלאזן זיך אינמיטן די מינוט)

אזויפיל יאר וואס איך לערן שוין פשט אין די ווינט גאסטס, אז מ'רעדט פון א רעגן גאס, קומסטע מיר דא אן קיין פראגעס געסטו מיר אזא פאטש אפ אז מיין באקן איז אריינגעפלויגן אין די רעד זאון....
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14768
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: Re:

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 2:00 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:

דיין שפראך איז להפליא!!!

יישר כח פאר דיינע שטענדיגע באריכטן שלא ע"מ לקבל פרס. זאלסט זוכה זיין צו אסאך השפעות טובות. ס'זאך זיך גיסן געלט ווי אינטשעס רעגן, נחת ווי שניי, געזונט ווי ווינטן, און הרחבת הדעת ווי די ווארימע זון וואס שיינט ביים ים.

רעטוויט
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

Kollel
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך Kollel » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 2:29 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:Iota שפאנט מיט שטייטע טריט צו אנגרייפן Nicaragua
ס'ריקט זיך טאקע שטייט, אבער האלט שוין כמעט ביים אנקומען צום ציל

שוין זייער נאנט צום לענדפאל, די אויג איז שוין כמעט ביים קאוסט

אין די זעלבע צייט האט זיך עס א משהו אפגעשוואכט, ס'איז יעצט ביי 155 מייל א שעה
א חילוק פון בלויז 5 מייל א שעה, אבער דאס מאכט די חילוק פון א קאטעגאריע 5 און 4

אנגעפאלן.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 4:41 am

יא ס'האט שוין געהאט א מפלה (לשון אנפאלן) און איז שוין יעצט בלויז א קאטעגאריע 2 מיט ווינטן פון 105 מייל א שעה

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: Re:

תגובהדורך א גולם » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 7:31 am

צל עובר האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:

דיין שפראך איז להפליא!!!

יישר כח פאר דיינע שטענדיגע באריכטן שלא ע"מ לקבל פרס. זאלסט זוכה זיין צו אסאך השפעות טובות. ס'זאך זיך גיסן געלט ווי אינטשעס רעגן, נחת ווי שניי, געזונט ווי ווינטן, און הרחבת הדעת ווי די ווארימע זון וואס שיינט ביים ים.

רעטוויט



RT די ברכה דאפעלט

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 8:11 am

לויט ווי איך פארשטיי, איז די אויג פונעם שטורעם נישט ווינטיג, עס איז ווי א לאך אינמיטן די ווינטן ארום, אויב אזוי, פארוואס רעכנסטו די אנפאל לגבי דעם אויג, עס וואלט געדאפט גערעכנט ווערן לויט די ארומיגע ווינט, נישט די אויג, ווייל די אויג איז דאך אומווינטיג?

(לגבי ווינט גאטס, האב איך אויך נאכנישט געכאפט דעם חילוק, וילמדינו רבינו, יישר כח)

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 10:30 am

שואלכענין האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי, איז די אויג פונעם שטורעם נישט ווינטיג, עס איז ווי א לאך אינמיטן די ווינטן ארום, אויב אזוי, פארוואס רעכנסטו די אנפאל לגבי דעם אויג, עס וואלט געדאפט גערעכנט ווערן לויט די ארומיגע ווינט, נישט די אויג, ווייל די אויג איז דאך אומווינטיג?

(לגבי ווינט גאטס, האב איך אויך נאכנישט געכאפט דעם חילוק, וילמדינו רבינו, יישר כח)

הגם די גאנצע סירקילאציע פונעם שטורעם איז ווינטיג, אבער די עכטע ווינטן געפינען זיך ממש הארט ארום די אויג.
ד.ה. כאטשיג די אויג אליין איז שטיל, איז אבער דא ארום איר מעכטיגע מויערן פון גאר שטארקע ווינטן, און לויט יענע ווינטן מעסט זיך די שטארקייט פונעם שטורעם
וועגן דעם קוקט מען לויטן אויג, ס'מיינט נישט די אויג ממש, נאר די סירקילאציע וואס איז ממש ארום איר.

לגבי די ווינט, איך האב זיך טאקע נישט אזוי גוט מסביר געווען, און אויך געשריבן מיט א שטיקל טעות (א סוסטעינד ווינט רעכענט זיך אין 2 מינוט עוורידזש ספיד, נישט 1 מינוט)
אלזא וועל איך עס ברענגן אין ענגליש, ווי ס'איז געשריבן באריכות, כ'האף אז דו וועסט פארשטיין

Sustained Wind
Wind speed can be measured with an instrument called an anemometer. This instrument is constantly measuring wind speed and those measurements are averaged over a two minute period to calculate the wind speed.

This is more specfically called the "sustained wind speed" and is used to measure the strength of storms like hurricanes. For example, a category one hurricane has sustained winds between 74 and 95 miles per hour.

Wind Gusts
When we talk about wind gusts, it gets a little more complicated. To be called a wind gust, the brief increase in wind has to be over 18 miles per hour and must be at least 10 miles per hour faster than the average wind speed.

These sudden bursts in wind speed are often dramatic and are often the culprit for knocking down trees and causing other types of damage. When tracking severe thunderstorms, the wind gust is often referenced, and in truly severe storms, exceeds 60 miles per hour.

Of course this doesn't mean the wind is constantly blowing at the speed. The gust will last generally under 20 seconds. The longer that gust lasts, the longer that gust can exert force on an object and the higher the potential to cause damage.

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 11:58 am

הרב קנא שליט"א ק'ח נ'א א'ת ברכתי ותודתי.

קיינער איז נישט ווי דיר!

אויב וויל עמיצער זיין א צווייטער קנא, איז עס שק'ר ענ'ה בא'חיו...

אזוי ארום
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:51 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך אזוי ארום » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 12:31 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:פארדעם דארף מען עס אבער נאכנישט א נאמען געבן און מאכן א גאנצע מצב דערפון.
מ'קען פלעין זאגן פאר שיף פלוני און פאר ערעפלאן פלוני, ביטע שיין דארט און דארט פאר נישט אדער פליה נישט, ווייל ס'איז דא עפעס א פיצעלע שטורעם פון 40 מייל א שעה ווינטן, און אפשר אפשר וועט די שיף אדער ערעפלאן אוועקפליען מיטן ווינט בלא בלא בלא...

אויב מעג מען צולייגן.

ס’איז דא טייל מאל אין די ווינטער חדשים וואס שטורעמעס זענען שטערקער טיף אינמיטן ים און זיי האבן בכלל נישט קונה שם געווען וויבאלב ס’איז נישט די צייט.

זעה מיר פון דעם אז א נאמען געבן האט נישט צוטאן מיט פליגערס אדער שיפן.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך נובעמבער 18, 2020 10:51 pm

אינטערסאנט... פאריגע וואך ווען ס'איז געווען 10 ביז 20 גראד העכער די נארמאלע טעמפראטור פאר די צייט פון יאר
זענען געווען געוויסע וואס האבן געקלערט אז ס'האט זיכער מיט גלאובל ווארמינג

היינט ווען ס'איז געווען מיט כמעט 15 גראד נידריגער ווי די עוורידזש פאר די צייט פאר יאר
איז נישטא אף אחד וואס קלערט אז ס'האט עפעס מיט גלאובל קאלינג

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:20 pm

טייל פון די טעמפראטורן יעצט 11:00 ביינאכט:
  • סענטראל פארק מאנהעטן 31 גראד
  • לאגווארדיע לופטפעלד 33 גראד
  • קענעדי לופטפעלד 30 גראד
  • נוארק לופטפעלד 30 גראד
  • Teterboro ניו דזשערזי 26 גראד
  • ווייטפלעינס ניו יארק 24 גראד
  • נויבורג ניו יארק 23 גראד
  • מאנטגאמערי ניו יארק 20 גראד
  • מאנטיסעלא 16 גראד


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”